☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וואס ווייסט דען דער גוי?

וואס ווייסט דען דער גוי?

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #891
בלאט: 1 2

ידען » מאנטאג יוני 18, 2012 10:54 pm

· #18494
וואס ווייסט דען דער גוי?
א joke וואס פארט ארום אין די מינוטן האבעך געוואלט לייגן ביי די מלתא דבדיחתא אשכול אבער סע קען זיין אינטערעסאנט פאר א אשכול אליינס:

ר' ישראל דוד ווייס ע"ה פלעגט ארויסגיין קידוש מאכן שבת פארן ליינען אין גרויסן ביהמ"ד מיט ר' אברהם לאנדא און אנדערע זקינים. אזוי טונקענדיג דעם ראגעלע אין ברוינפן רופט זיך אן ר' אברהם "וואס ווייסט א גוי?"

ענטפערט איהם ר' ישראל דוד "דער גוי זיצט יעצט אויף זיין שיפל מיט זיין .... נקיבה, אין איין האנט א פיש כאפער און אין דער אנדערע האנט א קאלטע ביר, און די ווייסט וואס ער זאגט, "הלוואי ווען איך קען יעצט זיצן אין שוהל אין טונקן א ראגעלע אין שליוואוויץ"

יא יא, וואס ווייסט א גוי?

ידען » מאנטאג יוני 18, 2012 10:59 pm

· #18495
די זעלבע קען מען צולייגען וואס אפאר אויסגעקאכטע חברה שמיסען אין קאכעדיגע מקוה, איי איי וואס ווייסן די נארישע גוים פון א הנאה אויף דע וועלט? האבן זיי דען אזא יאמי מקוה?

זיכער זאגן די גוים מיט א שטארקע קנאה ווען זיי גייען אין די spa פון איין בור צום צווייטען און פון איין whirlepool צו די נעקסטע און פון די קאלטע שוויץ צו די הייסע

משכיל » דינסטאג יוני 19, 2012 2:11 am

· #18534
געהערט אמאל, ווען די גוים זאלען וויסען וואס פארא טעם עס האט א בלאט גמרא שבת אינדעפרי פארען דאווענען וואלטען זיי זיך אלע מגייר געווען,

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 2:15 am

· #18535
איין זאך קעמין זיכער זאגן. 5 מינוט פארן זמן פון אויספאסטן אין א תענית טאג, אה וואס פארשטייט דער גוי....

שימעלע » דינסטאג יוני 19, 2012 2:24 am

· #18539
מזאגט נישט קיין תחנון היינט, אה וואס פארשטייט א גוי....

זר זהב » דינסטאג יוני 19, 2012 2:26 am

· #18541
יו"ט געפאלט אין שבת זאגט מען נישט ביים דוכענען די חלום חלמתי'ס מיט רבש"ע, אה וואס פארשטייט א גוי....

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 19, 2012 8:10 am

· #18555
בשם סאטמאר רב
ווען ווערט א בעל תשובה א נארמאלע מענטש?
ווען עס הערט אים אויף באדערען אז מען זאגט נישט קיין תחנון...

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:51 pm

· #31086
ברוך הוא אלקינו... ונתן לנו תורת אמת...

דער רבש"ע האט אונז געגעבן א תורה מיט אירע מצוות, און אויך, מיט אירע עבירות...
ווי האט דען א גוי א טעם אין אן עבירה, נאר אונז יודן קענען עס שפירן...

מים גנובים ימתקו!!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:30 am

· #31129
דא קענט איר ליינען נאך חומר איבער די נושא. מען דארף אביסל צייט, אבער עס איז מתוק מדבש ושפתים יושק.

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:08 am

· #31139
איך וואלט נישט געוואלט אזוי צולייגן דעם גוי׳ס תאוות, אבער מען קען עס לגמרי נישט אוועקמאכן...

אבער נאך אלעם איז געשמאק צו זיין א איד. צו האבן א ״כח המעצר״. אוי איז דאס זיס

קאלטס און ווארעמס » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:33 pm

· #31228
גרעיפ דזשוס מיט סעלצער...
וואס פארשטייען זיי...

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:38 pm

· #31232
טעלעפאן
איך וואלט נישט געוואלט אזוי צולייגן דעם גוי׳ס תאוות, אבער מען קען עס לגמרי נישט אוועקמאכן...

אבער נאך אלעם איז געשמאק צו זיין א איד. צו האבן א ״כח המעצר״. אוי איז דאס זיס


ווילאנג דער כח המעצר געהער צו מיר און נישט צו אנדערע, וד"ל

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:49 pm

· #31253
ווען מ' רעדט פון וואס ווייסט א גוי מיינט מען נישט די עצם תאוה פונקט ווי די פארשטייסט עס לגבי זאגן תחנון ער זאגט נישט קיינמאל קיין תחנון וואלט ער דאך געדארפט זיין אסאך א גליקליכערער מענטש נאר מ' מיינט נאכדעם וואס דו ביזט אנגעצויגן ווייל דו האסט נערוון צו תחנון ווי צו די הייליגע טעג און דער בעל תפלה געט א שריי יתגדל ווייל ער'ט געמיינט ס' די רבי'ס יא"צ האסטו אזא הנאה ווי ווען זיין לויער האט דיסמיד זיין קעיס אבער ער האטעך נישט קיין קעיס יעדן טאג און די זעלבע זאך איז מיט די אנדערע יודישע הנאה'ס חוץ די דריי יודישע פראבלעמען אז מ' קען נישט האבן א ציגארעטל נאכן טשולענט און אז מ' קען נישט האבן א ביר נאכן סדר און די דריטע האבעך פארגעסן אזויווי יעדע זאך וואס האט דריי זאכן (אדער זאלסט מיך נישט קענען אפפרעגן מיט א פערדע זאך אזוי קען יעדע זאך זיין די דריטע)

יואליש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:00 pm

· #31305
די געשמאק פון זיך אריינלייגן אין בעט ליל התקדש החג נאכן ליינען ק"ש בלויז ביז ובשעריך.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:02 pm

· #31306
וויפיל נעכט ליין איך ניטאמאל ביז ובשעריך... 😳

יואליש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:12 pm

· #31309
זר זהב
וויפיל נעכט ליין איך ניטאמאל ביז ובשעריך... 😳


דאמאלס שפירט זיך פסח ביינאכט ווי א פראסטע דינסטאג אווענט, אזש ס'קען זיך גליסטן צו עסן חמץ.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 7:14 pm

· #31311
נישט ממש... נאר כמעט... -- אא"וו (אין אנדערע ווערטער) מ'דארף זיין אן ערליכע איד צו קענען אמאל זאגן: "וואס פארשטייט דען דער גוי"... איז די שאלה יעצט צי ס'לוינט זיך צו זיין ערליך כדי עס צו קענען זאגן דעי פאר מאל...

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:40 pm

· #31377
דאס איבערהיפן ויהי נועם און ואתה קדוש מוצאי שבת בעפאר א יו"ט

די ערבי פסח און יו"כ ווען מ'זאגט נישט מזמור לתודה

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 11:56 pm

· #32766
ווינטער ווען מ'קען שוין טרינקען די ליכטיקע קאווע מוצש"ק
אדער סתם אזוי טרינקען א קאווע נאך די מילכיגע סאפער (וואס מ'עסט נאג איינמאל א וואך)

אה און זומער מוצ"ש ווען מ'קען שוין הערן קול מבשר, אדער פארייכענען די לולקע

על המחיה » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:39 am

· #39947
נס קאווע
ווען מ' רעדט פון וואס ווייסט א גוי מיינט מען נישט די עצם תאוה פונקט ווי די פארשטייסט עס לגבי זאגן תחנון ער זאגט נישט קיינמאל קיין תחנון וואלט ער דאך געדארפט זיין אסאך א גליקליכערער מענטש נאר מ' מיינט נאכדעם וואס דו ביזט אנגעצויגן ווייל דו האסט נערוון צו תחנון ווי צו די הייליגע טעג און דער בעל תפלה געט א שריי יתגדל ווייל ער'ט געמיינט ס' די רבי'ס יא"צ האסטו אזא הנאה ווי ווען זיין לויער האט דיסמיד זיין קעיס אבער ער האטעך נישט קיין קעיס יעדן טאג און די זעלבע זאך איז מיט די אנדערע יודישע הנאה'ס חוץ די דריי יודישע פראבלעמען אז מ' קען נישט האבן א ציגארעטל נאכן טשולענט און אז מ' קען נישט האבן א ביר נאכן סדר און די דריטע האבעך פארגעסן אזויווי יעדע זאך וואס האט דריי זאכן (אדער זאלסט מיך נישט קענען אפפרעגן מיט א פערדע זאך אזוי קען יעדע זאך זיין די דריטע)


די דריטע זאך איז א גלעזעלע טיי נאך כל נדרי...

שושן פורים » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:37 pm

· #192288
וואס פארשטייט דען א גוי ??!!
..... צדיק שיק אהער די הערינג... ניין נישט דעי רויטע חאזעריי שיק אהער די שמאלץ הערינג .... און דו ..יא דו שיק אהער די קיכעלעך.. ניין נישט די דינע קרעקערס שיק די גראבע אטא דאס הייסט אייער קיכעלעך .... יוי !!! די היינטיגע יונגעלייט וואס פארשטייען ענק צו הערינג ... ענקערע זיידעס קערן זיך איבער אין קבר זעענדיג ווי ענק טוישן אויף די אייער קיכעלעך מיט שמאלץ הערינג פאר דינע קרעקערס מיט רויטע געמויזעכטס הערינג ..... אה די שליוואוויץ... לחיים לחיים .. וואס פארשטייט דען א גוי ??!!

המברך את עמו ישראל בשלום......אלוקינו ואלוקי אבותינו........נווווו יתגדל..... וואס איז א חתן???..... ניין דעם קאזניצע מגיד'ס יונגסטע ברודערס גבאי'ס טאכטער'ס יארצייט...... אה טאקע גערעכט ..... א חשובע פרוי געווען ... געזען טאקע אין ספר בהמתן של צדיקים גרויסע זאכן וועגן איר ... שוין יתגדל ויתקדש... ויהי בנסוע... אהההההה וואס פארשטייט דען א גוי צו א תחנין'לעס מאנטאג??!!


אההההההה!!!!! פיינע מקווה... אההההה.. זאג נאר די וואס גייסטו דארט אין די פריזינג מקווה?! קום אהער דא , אההההה.... יויש... פארשאלטן אלע ציונים ...אהההה.. זאג נאר דו יונגערמאנטשיק וואס גייסטו אין שאוער נאך די מקווה , הא?! סשמיציג ?! אויך מיר א מפונק... אה אה אה .. יוי איז דעס גוט.. וואס פארשטייט דען א גוי צו א הייסע מקוה פרייטאג נאכמיטאג....

די טשולענט איז דעלישעס ... די גאלע לעבט נאך... די אייער מיט לעבער בענאזאם .... יוי איז דעס גוט .... די קרים מאלאגא וויין אההההה... לכבוד שבת .. ווען א גוי זאל ווען איינמאל פארזוכן דערפון זאג איך דיר צו ער איז זיך מגייר תיקף ומיד..

( אפשר וועגן דעם שטייט אז מ'זאל נישט געבן מאכלי שבת פאר א גוי אויס מורא פאר אן איבערפלוס פון גרים )

ועוד.. ועוד .. ווי מיר גייען אין אונזער טאג טעגליכן סדר היום זענען אונז פול מיט ענדזשאימענט , וואס קיינער פארשטייט נישט נאר אונז ...


איי , וואס האב איך מיר פונקט יעצט דערמאנט? ??


ווייל עס איז מיר פונקט אויסגעקומען צו זיין אין א מעקס סעקיוריטי תפיסה (קארעקשינעל אנשטאלט בלע"ז) ווי די חברה זענען איינגעשפארט 23 שעה א טאג אין זייערע איינזאמע צעלן , בלויז איין שעה א טאג לאזט מען זיי ארויס אין הויף , פארשטייט זיך אונטער א שווערע אויפזיכט פון וועכטער .

זייענדיג דארט , הער ווי איין ארעסטאנט זאגט פארן צווייטן , אההההה... די פרישע לופט ..... א מחי' .... סהאט זיך אלעס געלוינט נאר פאר דעם ...... אוי ווען מעמטשן וואלטן ווען איינמאל געפילט דעם טעם , זאג איך דיר צו זיי קומען אלע צו לויפן אין תפיסה !!!!!!!



ווער ספארשטייט פארשטייט

מ גפני » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:47 pm

· #192296
שושן פורים
אפשר וועגן דעם שטייט אז מ'זאל נישט געבן מאכלי שבת פאר א גוי אויס מורא פאר אן איבערפלוס פון גרים

👍 👍 👍 ס'קומט זיך דיר אן עקסטערן לייק פארדעם

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:03 pm

· #192307
הער נאר, מצוות לאו ליהנות ניתנו. און מיר זענען אידן, און צעפרידן צו זיין א איד.

אבער אז עס קומט מיט א טעלער טשולענט ליל שישי -

מיט א הייסע מקוה ער"ש נאכמיטאג ווי צו מאכן בישול אחר בישול אויף די טשולענט וואס איז נאך אין די בני מעיים.

א טעלער פישל'ע העררינג (איינער האט מיך גערופן?) בחינם אין כסף אין בעסמעדריש -

מיט א גלעזעלע שליוואוויץ אויף צו פארטושען די מויל גערוך פון די העריינג.

דאס אלעס האט נישט א גוי. ניטאמאהל א איד האט עס.

דאס איז רעזערווירט בלויז פאר אונז חסידים, אלץ א באנוס.

הוגה » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:27 pm

· #192388
אינטערעסאנט אז פונקט היינט וואקט מיין ארבייטער (א גוי) אריין אין מיין אפיס און רופט מיט פאטאס, ״וואס פארשטייט דען א איד?....״

א גוי קען אין א גרינעם דינסטאג עסן א געשמאקע געבראטענע לאבסטער פאר סאפער אראפגעשלינגען מיט א דערווארעמדע גלעזעל יין נסך...

א גוי קען וואטשען טעליוויזשאן זיבן טעג א וואך אויסגעצויגן אויפן קאוטש אין די אינטערוועש, ואין פוצה פה ומצפצף...

א גוי קען כאפן א טענצל בר יוחאי אין קלאב 356 טעג א יאר מיט זיין שיינע שכנ׳טע אן דארפן מורא האבן פאר הוז״ל רח״ל...

א גוי קען טונקען חלה אין חלב אן די דאגה פון מאכן א צייכן מיט די מעסער פארן מאכן א המוציא.....

א גוי קען עסן אום פסח מאשין מצות געמישט פון אריזאנע און לאנג איילענד ווייץ געבראקט און גע׳כפולה׳ט...

א גוי מעג גיין מיט שווארצע טייץ, און בעיזש טייץ, אן קיין סיעמס בשעת זיין ווייב דרייווט א קאר.....

וואס פארשטייט דען א איד?.....


איך פארשטיי אז דער אשכול איז אביסל שושן פורימ׳דיג געשריבן אבער ערענסט גערעדט, די גוי גייט אויס פאר קנאה ווייל ער האט נישט קיין תורה, קיין מצוות נאר 7, די גוי פארשטייט נישט צו א געשמאקע תיקון ליל שבועות אדער א טרויעריגע קינות לתשעה באב. וואס פארשטייט א גוי?



.

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:50 pm

· #192414
הוגה


א גוי מעג גיין מיט שווארצע טייץ, און בעיזש טייץ, אן קיין סיעמס בשעת זיין ווייב דרייווט א קאר.....

איך זעה אז סקאאטש טעיפ האט דיר געברענגט הירהורים 😃

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:10 pm

· #192435
שוין פארראכטן.

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:25 pm

· #192452
זיך צוזאם נעמען די פיאות מיט די טלית אויפן פלייצע, נאכ'ן דאווענען; אה וואס פארשטייט א גוי?!

זונטאג נאכמיטאג הכנות; אה וואס פארשטייט א גוי?!

פסח'דיגע קעיקס און קאקיס; אה וואס פארשטייט א גוי?!

וואכנאכט פעקלעך; אה וואס פארשטייט א גוי?!

שווארצע קאווע ביי תיקון ליל שבועות; אה וואס פארשטייט א גוי?!

רעבעצין'ס טשיס קעיק; אה וואס פארשטייט א גוי?

שושן פורים » מאנטאג מערץ 24, 2014 6:02 pm

· #192460
מצטמק ויפה


זונטאג נאכמיטאג הכנות; אה וואס פארשטייט א גוי?!

האלאו רעד נישט פון זונטאג נאכמיטאג הכנות . ווייל סגייט גיין מכות

שושן פורים » מאנטאג מערץ 24, 2014 6:12 pm

· #192466
הוגה



איך פארשטיי אז דער אשכול איז אביסל שושן פורימ׳דיג געשריבן אבער ערענסט גערעדט, די גוי גייט אויס פאר קנאה ווייל ער האט נישט קיין תורה, קיין מצוות נאר 7, די גוי פארשטייט נישט צו א געשמאקע תיקון ליל שבועות אדער א טרויעריגע קינות לתשעה באב. וואס פארשטייט א גוי?



.

בעצם איז עס געשריבן געווארן שוועבנדיג צווישן שושן פורים און מוצאי יום כיפור, עס ליגט אסאך אמת אין דעם , אנגעהויבן האט זיך עס פון א אויסדרוק פון איינעם וואס האט באמת שטארק הנאה געהאט פון א מקוה , אבער צוביסלעך האט זיך עס איינגעגעסן ביים ציבור , און א שיינע חלק ציבור גלייבט באמת אין דעם , אבער די תוצאות זענען נישט גוט , וואס זאל א יונגל טון ווען ער גלייבט באמת אז די שטערקסטע הנאה אויפן כדור העולם איז א הייסע מקוה בצוותא , און דערנאך באגעגנט ער זיך מיט א בילד ווי א אינו בן ברית פארברענגט געשמאק מיט זיין הער נאר אין א פיינע האט טאב אדער דזשעקוזי און די וואסער איז אפילו קלין , מה יעשה הבן ולא יחטא?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:43 pm

· #192494
ר' שושן פורים: ס'איז שוין יעצט באמת (לאנג ) נאך שושן פורים. אבער איך מיין אז די שיריים פונ'ם מאלאגא וויין, און קריעם קאנקארד און רש"י און ברטנורא און ר' עקיבא אייגער און ירדן וכו' וכו' לאזן נישט נאך... רעדנדיג פון די הנאות וואס נאר אידן קענען האבן און נישט גוים. האסטו שוין אמאל אריינגעטראכט צו א גוי וואלט א הנאה געהאט פון אן ארונים-זאלונים מחלוקה. אדער א באבוב'ער-קארטשינער פייט.
נאך איין שאלה. ווען דו ביסט געווען אין מעקסימום-סעקיוריטי פריזאן ביזסטו געווען אלס באזוכער, אדער אלס תושב, ח"ו???!!!!... 😂 😂 😂 🙄 🙄 🙄 😉 😮

George » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:43 pm

· #192509
לכאורה באזיכט אין א ווירטיאלע תפיסה...

שושן, האסט אויפגעברענגט א פארווייטאגטע נושא וואס כאב שוין אסאך געטראכט דערפון.

ס'שטייט אז מ'זאל נישט זאגן אויף חזיר אז איך האב עס נישט ליב, נאר פארקערט אז איך האב עס ליב והתורא אסרה.

היינט צו טאגס איז מען אינגאנצען נישט גורס דעם געדאנקען גאנג, מ'האקט אריין אין קינדער אז די גוים זענען עקעלדיג און גרויליק, אז זיי האבן גארנישט פון זייער לעבן, א.א.וו.

ווערט מען עלטער און מ'גייט ארויס טוהן ביזנעס מיט די עקעלדיגע גוים, מ'הייבט אהן געוואר צו ווערן אז זיי זענען גאנץ נארמאל אין נאך עניטיים אזוי אינטעליגענט ווי אונז, און ס'הייבט זיך אהן פרעגן קשיות צו נאך זאכן וואס מ'האט מיך איינגעבאבעלט זענען אינגאצען אזוי, ס'הייבט זיך אהן מיט א פיצא און ס'ענדיגט זיך ביי א...

מלא וגדוש » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:05 pm

· #192514
דזארדזש דו ברענגטס אויף א גוטע פוינט. און איך מיט נאך אנדערע וואס געבן נישט אזא חינוך זענען אבער סטאק ווען מ'וויל קויפן קינדער טעיפס און אלע וואס איך הער אויס רעדט א גאנצע צייט פון ''די טמא'נע גוים'' למשל אויפן פורים טעיפ וואס כ'האב געקויפט. לעצטענס האב איך געהערט א אפשערן טעיפ און ס'מיר שלעכט געווארן וואס ער רעדט דארט אז מ'דעקט צו מיט א טלית וועגן די טמנע גוים און נאך לשונות וואס אפילו ס'יז אמת קען מען עס נישט נוצן היינט פאר חינוך. מ'מוז טרעפן עפעס אן עצה

George » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:18 pm

· #192517
די טעיפס איז א ריכטיגע סעמפל וואס מ'פרעדיגט אין חדר א גאנצען טאג, איך זיץ מיט מיין ווייב בשעת די קינדער הערן טעיפס און פלעי רום און מיר שטוינען וואסארא בלשות מ'רעדט דארט צאם. די קינדער האבן עס ליעב סוי ס'גייט שוין מיט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:26 pm

· #192519
מענין לענין.. איך האב געהאט א מיטינג מיט א גוי אין מיין דייניג רום איין טאג, די קולות און פארצערייען פונעם טעיפ האט אים אינגאנצען צושאקלט. ער פרעגט מיר פ"וו הערט מען גרויסע שרייען אויף קינדער?! (א מדריך אין קעמפ...אויפן טעיפ)

George » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:33 pm

· #192526
די האסט אריין געברענגט אין א הייליגע יודישע שטוב א טמא'נע גרויסע גראבע שווארצע גוי? די פראסטער יונג...

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 24, 2014 10:45 pm

· #192531
רויטע וואנצעס
מענין לענין.. איך האב געהאט א מיטינג מיט א גוי אין מיין דייניג רום איין טאג, די קולות און פארצערייען פונעם טעיפ האט אים אינגאנצען צושאקלט. ער פרעגט מיר פ"וו הערט מען גרויסע שרייען אויף קינדער?! (א מדריך אין קעמפ...אויפן טעיפ)

נו, די קשיא איז פארוואס האסטו נישט געלאזט א נארמאלע טעיפ ווען דו האסט געוואוסט אז א נישט- היימישער קומט? איך מיין אז ס'נאך דא גאנץ נארמאלע חינוך און ענטערטעינמענט טעיפס. מ'דארף נאר מברר זיין. בורר את האוכל מתוך הפסולת. אז די טעיפס דארפן האבן א הכשר און הסכמה פון הרב מ.צ. סאסנע שליט"א איז נישט קיין וואונדער אז ס'האט אזא פנים.
אויש. דאס איז דאך געווען כמעט צוויי דורות צוריק.... 😎 😂 😂 😂 🙄 🙄 🙄 😮

יואב » דינסטאג מערץ 25, 2014 3:29 am

· #192548
אז מ'האט שוין יא ארויפגעברענגט דעם ענין, איז כדי צו ציטירן א שמועס וואס כ'האב זיך בטעות אונטערגעהערט, ווי עטליכע אומגע'מל'טע זכרים טרייבן שפאס מיט גרויס סאטיספאקציע, איבער דעם "נארישן דזשיט" (כלשונם.) אידן, טאקע פון די יעניגע וועלכע זענען פארצייטנס גוט געוועזן אין שטענדיגע דעבאטעס איבער גאר כיטרע נושאים און מעגליכע רעטענישן, א שטייגער ווי א טיש ווערסעס א חזיר -- וואס איז אין דערמיט.

אזוי בתוך הדברים רופט זיך אן איין ערל מיט א שפאטישן טאן, צו די אנגעשפיצטע אויערן פון די ארומיגע כוליגאנעס: "זאלן ווען די אידן וויסן דעם געשמאק פון בועל זיין א געזאלבטן שפחה חרופה, הארט נאכן פארציקן א טאץ פיגול'דיגע גיד הנשה געקאכט אין מילך באשפריצטע נעגל וואסער מוצאי טענקסגיווינג באגלייט מיטן 'פענגווין טאנץ', וואלטן זיי שוין לאנג געוועזן ביים מוהל אפצונעמען דעם חתיכה".

הפנים, היוצא לנו מזה, הגם איך בין ווייט נישט מקנא דעם טמא'נעם גוי, האב איך דאך פארשטאנען דעמאלט, אז ס'איז פארט יא פארהאן עפעס זאכן צו וואס די חברה פארשטייען. "יש דברים בגוי". עפעס איז דא דארט, עפעס וואס וואלט זיי דאך יא אריינגעשלעפט אין ערנסטע קווענקלענישן בעפאר זיי וואלטן געמאכט אזא אימפאלסיווען, און סאמע גורל'דיגן באשלוס, אזש צו זיך לאזן פארשניידן א חתיכת בשר, אין אויסטויש פאר א חתיכת מאטיאש. אלזא, מיר וועלן בלייבן מיט די תחנון'לאזע שני וחמישי'ס, און פאנגעס קראצערייען במצולות מקוואות; און די גוים וועלן פארשטיין צו זאכן וואס פאר מיר אידן "אינטערסירט ניטעמאל". וויאזוי האט נאר קופערניקוס געפרעגט: "א טריסאם אויף א יאכט האסטו שוין פראבירט"?

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:51 am

· #192549
די הנאה פון קראצן און רייבן די פיס דארט צווישן די צוויי פינגערס ביז די אנדערע פיס טוט שוין וויי פון קראצן... (אפילו א בעל תשובה וועט דאס נישט פארשטיין)

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:49 pm

· #192641
לאליפאפ
די הנאה פון קראצן און רייבן די פיס דארט צווישן די צוויי פינגערס ביז די אנדערע פיס טוט שוין וויי פון קראצן... (אפילו א בעל תשובה וועט דאס נישט פארשטיין)

נו. אין דעי בחינה קענען מיר גרינג אנקומען צו די מדריגה פון די בעלי תשובה. (מ'נעמט א שויער א יעדן טאג. און מ'ווישט גוט אפ די פוס מיט א האנטוך.(
הרב י.ה.ב. שליט"א. דער וועים די אידענע אויפ'ן גאס האט געמיינט אז ר'איז אן אלטער בחור. נאך איידער ר'האט אנגעטון א שטריימל. ער וואלט שוין געזאגט אז איך שרייב דא אפיקורסות, ר"ל. אייי איי איי הרב י--- ה--- ב---. די משנה זאגט דאך שוין אז "ולא ע"ה חסיד". און א קנאי אויכעט נישט. אפילו מ'וויל געפעלן פאר סאטמאר. ווייל מ'וואוינט אין שכינות. ומשנה לא זזה ממקומה... 😕 😎 🙄 😂 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😮 😈 😈 😁

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:57 pm

· #192644
הרב יואב שליט"א: ייש"כ פאר דיין תגובה. אבער דער לייק איז געווען א טיילווייזער. נישט מיט אלע זאכן וואס דו האסט דארט אויסגערעכנט ביניך מסכים אז מ'דארף ארויסשרייבן "כלל ופרט וכלל"... 🙄 😳 🙄 😳 🙄 😳 😢 😮

איש עברי » דינסטאג מערץ 25, 2014 3:09 pm

· #192649
לעצטנס געקויפט נייע שיך וואס דרוקט געפערליך, וואס פארשטיי איינער מיט גוטע שיך צו די הנאה וואס איך האב ביים עס אויסטאן ווען איך קום אריין אין שטוב

טיטאניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:26 pm

· #192704
אבער נאך אלעם וואלט איך מיר נישט געטוישט מיט דער גוי


וואס פארשטייט דען דער איד ווי גיט עס איז צי זיין א עכטע איד?

איש עברי » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:57 pm

· #192709
הרב טיטאניק קיינער וויל נישט דא ווערן קיין גוי, קיינער גייט נישט לויפן צוריקבעטן די ערלה, מען מיינט פשוט אז ס'איז זינלאז צו זיך אהערשטעלן כאילו מיר האבן ביידע וועלטן, ווען איינער זאל זאגן וואס פארשטייט א גוי צו א נשמת החרשנו, אבער צו א הייסע מקוה???

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:59 pm

· #192720
איש עברי
הרב טיטאניק קיינער וויל נישט דא ווערן קיין גוי, קיינער גייט נישט לויפן צוריקבעטן די ערלה, מען מיינט פשוט אז ס'איז זינלאז צו זיך אהערשטעלן כאילו מיר האבן ביידע וועלטן, ווען איינער זאל זאגן וואס פארשטייט א גוי צו א נשמת החרשנו, אבער צו א הייסע מקוה???

די גמ' זאגט דאך (איך מיין אין אנהייב מס' פסחים.) "כל דבר איסור שברא הקב"ה, ברא דבר היתר כנגדו". מ'קען דאס פארא-פראזירן צו אונזער ענין דא. אז דער גוי האט, אקעיגן די גשמיות'דיגע הנאה פון א הייסע מקוה אין ווינטער, א הנאה פון א "דזשאקוזזי". נאכמער. ער איז נישט אויסגעשטעלט צו דעם מיאוס'ן פיסק פון נ.ר. . אדער סתם חזר'ישע מקוה אידן...וק"ל... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😮

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:05 pm

· #192722
בין איך משוגע אז איך גיי יא ניסלעך פאר א הייסן מקוה? כ'מיין איך דארף גארנישט צוגרייטן, איך קום אריין כשולחן הערוך, עס ברענט פיין, די וואסער איז העכער ווי יעדע דזשעקוזי, איך דארף מיך נישט אריינבייגן און אראפקניען, מען כאפט א פיינעם שמועסל, און די נשמה ווערט נאך ריין אויכעט... וואס קען זיין בעסער? די וועלט און יענע וועלט...

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:45 pm

· #192734
אפילו א דזשעקוזי אן א מחיצה?

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:34 pm

· #192742
שמעקעדיג
בין איך משוגע אז איך גיי יא ניסלעך פאר א הייסן מקוה? כ'מיין איך דארף גארנישט צוגרייטן, איך קום אריין כשולחן הערוך, עס ברענט פיין, די וואסער איז העכער ווי יעדע דזשעקוזי, איך דארף מיך נישט אריינבייגן און אראפקניען, מען כאפט א פיינעם שמועסל, און די נשמה ווערט נאך ריין אויכעט... וואס קען זיין בעסער? די וועלט און יענע וועלט...

נו, כדאמרן. אז א גוי'ס עולם הזה קומט נישט צו צו א איד'ס. און א פיינע הכנה אום מוצש"ק (פארשטייצעך מיט'ן פאון און קאווע שטיבל) איז נישט אוועקצומאכן... 😂 🙄 😉 😮 😛

(איך האב איין טענה צו די הנהלה.. דעים סמיילי המכונה "מחוצף" געפעלט מיר די בעסטע און איך זעה אין איהם א גרויסן שמייכל. ווייט פון חוצפה. כנלענ"ד). 😛 😛 😛

שושן פורים » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:10 am

· #192776
@שמעקעדיג
כ'פארשטיי אז מ'האט עס געדארפט צאמשטעלן , א שאד 2 אשכולות איבער 1 נושא , אבער פארוואס אין "א שמייכל"?

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:13 am

· #192778
איך האב נישט צאמגעשטעלט גארנישט. אבער ווי דען וואלסטו עס פארגעשלאגן צו לייגן?

שושן פורים » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:27 am

· #192781
געזעלשאפט ,
כמיין מרעדט דא פון יסודות היהדות
בלאט: 1 2