☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16443
בלאט: 1 2 3

ששון ושמחה » מיטוואך יולי 26, 2023 10:13 am

· #532283
אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
א גאר דראמאטישע אינטערוויו איז געמאכט געווארן דורך מענדי פּעלין ווי ער האט א אפענהארציגע שמועס מיט א היימישע מאלעסטאר. ס'געט צו פארשטיין וואס גייט פאר אין קאפ פון א מאלעסטאר, און קען העלפן באשיצן פון זיי.

https://twitter.com/MendyTV/status/1684041462521135104

אלע צוזאמען » מיטוואך יולי 26, 2023 10:34 am

· #532286
איך האלט אנהייב פון די אינטערוויא, ער זעהט אויס שרעקליך צובראכן און נערוועז, ס'קומט זיך אים קרעדיט פארן ארויס קומען.

אלפא » מיטוואך יולי 26, 2023 10:49 am

· #532287
זייער אינטרעסאנט, אסאך צו דן זיין איבער די אינטערוויו און פענאמען.

איין נקודה,
ער הערט זיך מער ווי אן אפערטוניסט נישט אזוי ווייט ווי א קאלטע אביוסער.
לכאו' נישט קיין לעגאלע חילוק אדער כלפי די וויקטים'ס, עס איז אבער זיכער אן אנדערע פסיכאלאגישע קאטעגאריע.

די עצם געדאנק אז ער האט מסכים געווען צום אינטערוויו שטרייכט עס אביסל אונטער.

צקון לחש » מיטוואך יולי 26, 2023 11:27 am

· #532290
:אויוויי: :אויוויי: :אויוויי:

צקון לחש » מיטוואך יולי 26, 2023 12:30 pm

· #532298
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב ענהאלטן לינקס צו גוגל דרייוו צו די עצם אינטערוויו + צוויי פאלאו אפס מיט מומחים אינעם פעלד:

Mendy Pellin - The one where I interview a child molester

Mendy Pellin - This is what an expert psychologist thinks about the podcast interview

Mendy Pellin - And this is what an expert in abuse prevention has to say about Gershon and protecting our children

שמן למאור » מיטוואך יולי 26, 2023 4:32 pm

· #532311
אלע דריי אינטערוויוס זענען גאר שטארק וויכטיג פאר יעדע טאטע און מאמע אויסצוהערן. איך פלאן נאך צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער מיינע מיינונגען און אבזערוואציעס, אבער לעת עתה וועל איך בלויז זאגן אז ס'איז גאר גאר וויכטיג און יעדער וואס האט קינדער און וויל אז זיי זאלן בלייבן געזונט און אפגעהיטן זאל זאפארט גיין אויסהערן די דריי אינטערוויוס.

שעפטאל » מיטוואך יולי 26, 2023 4:38 pm

· #532312
זייטיגע נקודה..
מיין הארץ וויינט פאר עם! כ'בארעכטיג חלילה נישט די שפיכת דמים. אבער כ'זעה פון ווי ס'קומט (ער זאגט עס אליין): פון דעם כמו איסור הוצאת ז. לבטלה

וואס איז געשעהן מיט אונזער תורת חיים וואס דארף צו געבן לעבן פארן מענטש. ווי אזוי קען דאס אזוי צעפראסקענען א מענטש?!!

זעה די 23 שאלות פון מאיר שחם אויף די איסור
https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&opi=89978449&url=http://www.1vsdat.org/index.php/2013-02-21-20-40-12/%25D7%259E%25D7%2590%25D7%259E%25D7%25A8%25D7%2599%25D7%259D-%25D7%25A9%25D7%259C-%25D7%259E%25D7%2590%25D7%2599%25D7%25A8-%25D7%25A9%25D7%2597%25D7%259D/item/1738-23-%25D7%25A9%25D7%2590%25D7%259C%25D7%2595%25D7%25AA-%25D7%25A2%25D7%259C-%25D7%2594%25D7%2595%25D7%25A6%25D7%2590%25D7%25AA-%25D7%2596%25D7%25A8%25D7%25A2-%25D7%259C%25D7%2591%25D7%2598%25D7%259C%25D7%2594&ved=2ahUKEwic-ufnnK2AAxWYM0QIHaBEBD8QFnoECBQQAQ&usg=AOvVaw2IVh3S6qEqpPrXw4RaJcDV

תרמב » מיטוואך יולי 26, 2023 4:52 pm

· #532313
ס'איז מיר געווען מוראדיג אינטערסאנט.

מיר האט אויסגעקוקט פון זיינע ווערטער, אז ער האט מאלעסטעד זיינע אייגענע קינדער אדער זיינע געשוויסטער, ווייל ס'האט זיך פארשטאנען אז ער האט געהאט אנלימיטעד עקסעס צו קינדער שלאפעדיגערהייט, און ס'איז נאך געווען אין געגנווארט פון זיין ווייב.

איך שוין געפערליך זיין ארומיגע פאמיליע וועגן די בושות, און אים אויך פארן אריינפאלן אין דעם לאך, ס'איז אייביג בושות אבער דא איז ער ארויסגעקומען בפני כל עם ועדה, ס'איז מסתם אזא תשובה וואס ער האט גענומען אויף זיך אז די בושות זאלן מכפר זיין.

די עיקר וואס איך האב געזעהן אין די אינטערוויו איז אז ס'ליגט א מענטש אונטער די שרעקליכע זאכן, מ'רעדט אלס פון דעם שייגעץ און יענער שייגעץ, מ'כאפט נישט אז אונטער די זאכן ליגט א גאנצע לאנגע געשיכטע פון סטראגלס, פון סטאפן און נאכאמאל דורכפאלן, די ביטערע געפילן וואס די מענטשן קענען האבן, ס'איז מסתם דא אזעלכע וואס האבן שוין אויסגעריסן אלע זייערע מענטשליכע געפילן און האבן שוין נישט קיין שום רחמנות, אבער אסאך מאל איז עס א מענטש וואס וויל נישט עכט, אבער איז אריינגעפאלן אין דעם פלאנטער זייענדיג א קליין קינד ווען ער האט נאך נישט געוויסט אפילו וואס די פראבלעם איז, און ווען ער האט זיך געכאפט די הארבקייט איז ער שוין געווען טיעף איינגעזינקען נישט קענענדיג ארויסזעהן געהעריג.

איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?

שעפטאל » מיטוואך יולי 26, 2023 5:12 pm

· #532316
און די גילט נעבעך! ווי ער זאגט אז ער פיהלט אמאל אז ער דעזערווד נישט אפי' קעיר צו נעמען פון זיך אליין, ווייל ער האט געהארגעט אנדערע!!!

זיינע כסדר'דיגע בלינק'נדיגע אויגען, און אוועק קוקן, דערציילען אין וואס פאר א גיהנום ער לעבט. ער קען דיך נישט קוקן אין די אויגן. ער שעמט זיך פון זיך אליין!
אוי!!!

צקון לחש » מיטוואך יולי 26, 2023 5:26 pm

· #532318
תרמב
איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?
דיין שאלה ציפט און שניידט,
אבער, מיין טייערע ברודער, איך געב דיר מיין עהרע ווארט אז איך וועל טוהן אלעס אין מיין ארימע מעגליכקייט צו פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן נישט פארשטיין די שארפקייט פון דיין שאלה,
איך האף און איך בין זיכער אז נאך אסאך פון אונז האבן געמאכט אן ענליכע החלטה.

צקון לחש » מיטוואך יולי 26, 2023 5:28 pm

· #532319
שעפטאל
כמו איסור הוצאת ז. לבטלה
אט אזוי, ועל כגון דא נאמר מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה גם ברוך יהיה יראה זרע יאריך ימים

יין שרף » מיטוואך יולי 26, 2023 6:04 pm

· #532324
די ספר חסידים שרייבט אז ווען די ווייב איז א נידה און די מאן האט גרויסע תאוות זאל ער בעסער מוציא זיין ז"ל, און נאכדעם תשובה טוהן. און די בית שמואל אין אבה"ע (סימן כ"ג? נישט זיכער) ברענגט פון דעם א ראיה אז דאס וואס די זוה"ק שרייבט עבירה זו חמור יותר מכל עבירות איז לאו דוקא.
(אגב אין אגרות משה או"ח ח"ד פרעגט ער שטארק אויפן ב"ש, אבער דינגט זיך נישט למעשה מיט אים)

ממילא פשוט שה"ה לכאן. (לשיטת רח"ל כ"ץ קען מען עס מנדב זיין פאר בוני עולם, איז עס שוין נישט לבטלה..)

צקון לחש » מיטוואך יולי 26, 2023 6:09 pm

· #532325
יין שרף
(לשיטת רח"ל כ"ץ קען מען עס מנדב זיין פאר בוני עולם, איז עס שוין נישט לבטלה..)
רח"ל איז אנטקעגן בוני עולם, רח"ל

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 26, 2023 6:22 pm

· #532326
Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
תרמב
ס'איז מיר געווען מוראדיג אינטערסאנט.

מיר האט אויסגעקוקט פון זיינע ווערטער, אז ער האט מאלעסטעד זיינע אייגענע קינדער אדער זיינע געשוויסטער, ווייל ס'האט זיך פארשטאנען אז ער האט געהאט אנלימיטעד עקסעס צו קינדער שלאפעדיגערהייט, און ס'איז נאך געווען אין געגנווארט פון זיין ווייב.

איך שוין געפערליך זיין ארומיגע פאמיליע וועגן די בושות, און אים אויך פארן אריינפאלן אין דעם לאך, ס'איז אייביג בושות אבער דא איז ער ארויסגעקומען בפני כל עם ועדה, ס'איז מסתם אזא תשובה וואס ער האט גענומען אויף זיך אז די בושות זאלן מכפר זיין.

די עיקר וואס איך האב געזעהן אין די אינטערוויו איז אז ס'ליגט א מענטש אונטער די שרעקליכע זאכן, מ'רעדט אלס פון דעם שייגעץ און יענער שייגעץ, מ'כאפט נישט אז אונטער די זאכן ליגט א גאנצע לאנגע געשיכטע פון סטראגלס, פון סטאפן און נאכאמאל דורכפאלן, די ביטערע געפילן וואס די מענטשן קענען האבן, ס'איז מסתם דא אזעלכע וואס האבן שוין אויסגעריסן אלע זייערע מענטשליכע געפילן און האבן שוין נישט קיין שום רחמנות, אבער אסאך מאל איז עס א מענטש וואס וויל נישט עכט, אבער איז אריינגעפאלן אין דעם פלאנטער זייענדיג א קליין קינד ווען ער האט נאך נישט געוויסט אפילו וואס די פראבלעם איז, און ווען ער האט זיך געכאפט די הארבקייט איז ער שוין געווען טיעף איינגעזינקען נישט קענענדיג ארויסזעהן געהעריג.

איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?
צו דיין לעצטע נקודה דארט לגבי הרר' חיים לייב כ"ץ אדער הרר' חיים דוד כ"ץ? זה לעומת זה עשה אלוהים, בראתי זשיהאדישע רבנים און קעגן דעם האט גאט באשאפן מעסיגערע ראציאנאלע רבנים, מ'קען אנפרעגן הרר' יששכר כ"ץ פון ישיבה חובבי תורה

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שמן למאור » מיטוואך יולי 26, 2023 7:27 pm

· #532335
צקון לחש
יין שרף
(לשיטת רח"ל כ"ץ קען מען עס מנדב זיין פאר בוני עולם, איז עס שוין נישט לבטלה..)
רח"ל איז אנטקעגן בוני עולם, רח"ל
און טאקע דאס איז איינע פון זיינע פראבלעמען מיט זיי... אין זיין דרשה קעגן בוני עולם האט ער דאס קלאר דערמאנט לאיסור.

שמן למאור » מיטוואך יולי 26, 2023 7:54 pm

· #532336
די דריי גאר וויכטיגע אינטערוויוס אויף יוטוב.

https://youtu.be/26ZXF3IKdPw

https://youtu.be/EJckBy2R3D8

https://youtu.be/cHwpNGBOc-Q

yesiknow » דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:46 pm

· #532383
[ציטאט אראפגענומען]
וויין וויין יעצט איז די צייט , אז די פילסט יענעמס צער אזוי שטארק קען מען האפען אויף משיח אהבת חינם יביא את הגאולה.

די נעמסט ארויס שטארקע נקודות
עיני עיני יורדה מים
לא יאומן כי יסופר, מאיפה לוקח את הכוחות האלה להיות מוכן ומזומן להקריב את נפשו כדי לעזור לאנשים אחרים.

בתוך הדברים היא אומר שבעצם היה לו חלומות איך שיהיה אצלו לאחר שנתארס , היא לא מאשים את אשתו ,אבל יכולים להבין שאם היה מקבל ממנה מה שצריך יתכן שלא היה עושה מה שעשה, על זה אמר שלמה המלך עליו השלום חכמת נשים בנתה ביתה.

ער האט געדארפט ביים דעיטען כאפען אז זי איז נישט "in" מיט זיין טריפ, יתכן ער האט נאר געהאט איין בעשוי....
קען זיין אז די וואס מאכען יונג חתונה (פארשטייט זיך מיט איינעם וואס מען האט באמת ליב) קענען זיך פארשפארען די אלע פראבלעמען ,לפי דבריו קוקט אויס אזוי ויש חולקין שטייטזעך...

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:35 pm

· #532398
Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
איך בין געווען צוגענאָגלט צו אלע דריי אינטערוויוס. רויט געווארן פאר דעם פעדאפיל און פאר זיין משפחה.

טויזנטער מיינונגען זענען דארעך געלאפן אין מיין קאפ איינס מער פארקערט פונעם צווייטן, ביז איך האב אפגעמאכט אז איך האב נישט קיין מיינונג.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:52 pm

· #532402
איך נעם ארויס אז א פעדאפיל, חוץ פון א שייגעץ איז ער אויך א מענטש מיט סטראגעלס, מילא איז אלעמאל בעסער (אויב ארבעט דער פעדאפיל מיט) עים צי שיקען אויף א ריהעביליטעישען פראגראם, ווי איידער פארשיקן אין חד גדיא.
סיי ס׳בעסער פאר עים, ער קען זיך אויסהיילן, און סיי ס׳בעסער פאר דיי וועלט, ווייל א פעדאפיל וואס גייט זיצען איז ווען ער קימט ארויס איז ער נאך אלץ א פעדאפיל און מען האלט נאך אלץ ביי סקווער וואן.

אלפא » דאנערשטאג יולי 27, 2023 9:20 pm

· #532405
קהל'ס נער
איך נעם ארויס אז א פעדאפיל, חוץ פון א שייגעץ איז ער אויך א מענטש מיט סטראגעלס, מילא איז אלעמאל בעסער (אויב ארבעט דער פעדאפיל מיט) עים צי שיקען אויף א ריהעביליטעישען פראגראם, ווי איידער פארשיקן אין חד גדיא.
סיי ס׳בעסער פאר עים, ער קען זיך אויסהיילן, און סיי ס׳בעסער פאר דיי וועלט, ווייל א פעדאפיל וואס גייט זיצען איז ווען ער קימט ארויס איז ער נאך אלץ א פעדאפיל און מען האלט נאך אלץ ביי סקווער וואן.
עס איז א טראפקעלע מער קאמפליצירט ווי דאס,
איך האב געהערט פון געוויסע מומחים אין דעם פעלד אז פאר רוב פאדאפילן העלפט נישט קיינע פראגראמען און/אדער מעדעצינען פון אלע סארטן. חד גדיא איז צומאל די איינציגסטע ציג אים צו זען ארויס פון זאנע.

די מעשה מיט דעם ספעציפישן יחיד איז אויך נישט אזוי קלאר, ווען מחד גיסא הערט ער זיך ווי א מענטש וועלכע סטראגעלט באמת, זוכט נישט לכתחילה צו הרג'ענען קרבנות, און ארבייט אויף זיך צום פארבעסערונג. וועלכע האט מיר אויך צום ערשט געגעבן די אויסקוק אז ער איז מער אן אפערטוניסט וכדו'.
however, נאכן הערן די מומחה'טע דארטן אפשאצן די אינטערוויו איז די בילד אביסל מער צומישנד, און אויב זאל מען אננעמען וואס זי טענה'ט, דארף מען טאקע נאך מער אכט געבן נישט אריינצופאלן אין זיין נעץ - אדער רחמנות שפיל.
(פערזענליך בין איך גראדע נישט אינגאנצן איבערצייגט אין די ווארהייט פון אירע ווערטער לגבי דעם פאל.. איך בין נייגעריג וואס די עולם שפירט דערוועגן.)

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:59 pm

· #532410
מיינע געדאנקען איבער די אינטערוויוס.

קודם כל מוז איך קאנגראטולירן מענדי פארן אפהאלטן די אינטערוויוס אויף אזא האקעלע טאפיק. אונזער חרדישע סעסייעטי האלט נאכנישט ממש דארטן, אבער אזוי ווי עס חב"ד זיך, אזוי חסידיש'ט זיך... אי"ה גייט מען בקרוב קענען רעדן אפן פון אזעלכע וויכטיגע טאפיקס אין אידיש, און נישט נאר "דארטן ביי ראטה".

ער האט געטון זייער א גוטע דזשאב און געפרעגט גאר גוטע טרעפליכע קשיות און דורכדעם טאקע באקומען זאכליכע תשובות. כה לחי, ברודער, גיי ווייטער אן.

בנוגע גרשון, דער מאלעסטער. קודם כל דארף מען ארויסהייבן אז ער האט געטון זייער א גוטע זאך פארן קאמיוניטי מיטן ארויסקומען מיט זיין סטארי. קיינער האט אים נישט געצווינגען, און ער וואלט געקענט בלייבן שטיל און נישט מאכן דעם אינטערוויו, עס איז א געוואלדיגע גבורה מצדו.

מאנכע ווייסן אז איך בין דא גאנץ שארף קעגן מאלעסטערס, און איך בין טאקע. אבער בעיקר קען איך נישט דערליידן די פאקט אז נאך וואס איינער האט שוין אפגעטון זיין מעשה נבלה, גייט ער נאך לייקענען און פראבירט צו זיין א שיינע איד, אדער די ארומיגע פראבירן צו לייקענען און געבן כבוד פארן פרעדעטור. דאס דערלייד איך נישט; רצחת וגם ירשת? ביסט מיר א נידריגע באנדיט, און ווילסט נאך כבוד מלכים אויך? דאס אריינשטעקן די קאפ אין זאמד און לייקענען, מאכט נאר ערגער אונזער מאלעסטעישן פראבלעם, און דאס קען איך נישט דערליידן.

אבער אזא איד ווי גרשון וואס פארשטייט אז ער האט געטון אן עוולה גדולה, ער קומט אפן זיך מודה זיין ברבים און וויל פאררעכטן, ער פארציילט זיין מעשה אז עלטערן זאלן פארשטיין וויאזוי צו באשיצן די קינדער, אזא איינער דארף מען נישט אראפרייסן.

איך פארשטיי די פוינט פון דער פרוי טעראפיסט, זי טענה'ט אז ער איז נאך א סכנה, זי זעט נישט זיין טיפע חרטה וכדומה, אבער איך מיין אז זי קומט פשוט פון א צווייטע זייט פונעם מטבע. זי קומט פונעם סעקולארן וועלט ווי די פארשריט אין די ענינים איז שוין אסאך ווייטער. דאס אז ער איז בכלל גרייט געווען פאר אן אינטערוויו, צייגט אז ער האלט שוין אויף גאר א בעסערע לעוועל ווי רוב פון אונזער היימישע פרעדעטארן.

אוודאי דארף מען אלעמאל שטיין אויף דער וואך פון אזעלכע חברה, ווי ער אליין זאגט קלאר גייט די קראנקייט פון זיין עטרעקטעט צו קינדער נישט אוועק, און ער ליידט נאך דערפון. דאך דאכט זיך מיר אז ער איז נישט קיין גרויסע סכנה צו די מענטשהייט מער, ער זאגט קלאר וויאזוי ער היט זיך אויס, ובפרט יעצט נאכן ארויסקומען אין די אפענטליכקייט מיט זיין מעשה, און יעדער וועט אים שוין דערקענען.

מיר זעט נישט אויס ווי ער איז סתם דא פאר זיין 20 מינוט פון פעים, אך און וויי פאר אזא סארט פעים. פארוואס זאל ער זיך סתם פארשעמען פאר די גאנצע וועלט, וואס רוב עולם ווייסט נישט זיין סטארי? ובפרט אז גאר אסאך דערקענען אים פון די באקאנטע געשעפט ווי ער ארבעט.

מיין פוינט אין איין ווארט, איינער וואס איז גרייט צו נעמען אחריות און זיך פארבעסערן און טון פאר די מענטשהייט, דארף מען שוין באהאנדלען מיט ווייכערע הענטשוך. ער האט גענומען א גרויסע סטעפ מצדו, און מען דארף אים נישט אראפרייסן יותר מדי.

פאר קיין סקונדע מאך איך נישט קלענער די געוואלדיגע עוולה נורא וואס ער איז באגאנגען, זיינע וויקטעמס האט ער ליידער בא'עוול'ט אויף א שרעקליכע אופן, תאוות און קראנקייטן איז איין זאך, טון און שעדיגן א צווייטן איז שוין גאר א צווייטע זאך. דאך קען מען עס אפטיילן און ארויסברענגען לשבח די חלק אז ער איז געווען גרייט צו לייגן די בושה אין א זייט, און קומען פארציילן זיין געשיכטע.

נאך א פוינט וואס יעדער זאל ארויסנעמען פון די אינטערוויו: כאפ א בליק אויף דעם איד, א געהעריגע אומשולדיג אויסזעענדע אידל. א שיינע בארד, א קאפל און שטיקל ערנסטע געזיכט. ווען דו זעסט אים אין שול וואלט ער געמאכט אן איינדריק ווי א בעזעצענע נארמאלן מענטש. וואלסט געטראכט אז מסתמה איז ער א מלמד אדער א מנהל פון א חדר, א חשובע בן תורה צו וואס. מען זעט אז ער איז נישט סתם אבי אן אפגעריסענע נאר וואס רינט אים שפייעכץ פון מויל, בכלל נישט. ער איז היבש אינטעליגענט און קליג, נאר ליידער ליידט ער פון א קראנקייט.

זאל מען זיך אריינעמען אין קאפ איינמאל פאר אלעמאל, מאלעסטערס זענען נישט קיין באזונדערע ברואים מיט הערנער אויפן קאפ. זיי זעען אויס ווי נארמאלע מענטשן און זענען א געהעריגע חלק פונעם סעסייעטי. איך וויל שוין קיינמאל מער נישט הערן פון ענק "נעע, ס'מאכט נישט קיין סענס... דער איז דאך א פרומע איד"... גענוג געווען, נעמטס עס ענק אריין אין קאפ.

נאך א נקודה: מען זעט דורכאויס די גאנצע אינטערוויו ווי ווייט קליינטשיגע זאכן האבן אויסגעמאכט גאר אסאך. איין ווארט וואס דער מאלעסטאר האט געהערט, און דאס האט אים געמאכט זיך צוריקהאלטן פון שעדיגן קינדער פאר א גאנצע יאר צייט אין א פרעמדע לאנד. מיט איין קליינע חיזוק ווארט פאר דיין קינד, מיט איין נעגאטיווע קאמענט אויף קאווע שטיבל קעגן א מאלעסטאר, מיט א שטרענגע פסק דין פון א ריכטער, וויפיל טוען די אלע זאכן אויף. איין שריי פון דיין קינד קען אים אפראטעווען זיין לעבן.

ס'דא נאך אסאך נקידות וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם, אבער לעת עתה וועל איך זיך באגניגן מיט דעם.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:06 pm

· #532412
אלפא
קהל'ס נער
איך נעם ארויס אז א פעדאפיל, חוץ פון א שייגעץ איז ער אויך א מענטש מיט סטראגעלס, מילא איז אלעמאל בעסער (אויב ארבעט דער פעדאפיל מיט) עים צי שיקען אויף א ריהעביליטעישען פראגראם, ווי איידער פארשיקן אין חד גדיא.
סיי ס׳בעסער פאר עים, ער קען זיך אויסהיילן, און סיי ס׳בעסער פאר דיי וועלט, ווייל א פעדאפיל וואס גייט זיצען איז ווען ער קימט ארויס איז ער נאך אלץ א פעדאפיל און מען האלט נאך אלץ ביי סקווער וואן.
עס איז א טראפקעלע מער קאמפליצירט ווי דאס,
איך האב געהערט פון געוויסע מומחים אין דעם פעלד אז פאר רוב פאדאפילן העלפט נישט קיינע פראגראמען און/אדער מעדעצינען פון אלע סארטן. חד גדיא איז צומאל די איינציגסטע ציג אים צו זען ארויס פון זאנע.
ער זאגט אויך אז רויב פון די פראגראם גייען עווענטועל צירוק.

רימון » דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:19 pm

· #532414
איך האלט אויך אז די צוויי פסיכאלאגן זענען געווען עקסטרעם קריטיקל, איך האב יא געזען א שטארקע חרטה אין גרשון און אן אמת'ער ווילן צו טוישן זיין לעבן. יא, ער האט געוויסע באגרעניצונגען, ס'איז אים שווער צו זען אנדערע מענטשן אינדרויסן פון זיך און ער האט דעמאלט געהאט א וועג וויאזוי ער האט פרובירט צו ראציאנאליזירן זיינע אקטן אבער ער ארבעט אויף זיך.

ער האט קלאר פרובירט אויפזוכן לענגוויטש וואס זאל געבן די מערסטע סימפאטיע פאר די וויקטימס און אנערקענונג אויף זיין עוולה, כ'בין מסכים אז ער איז אביסל באגרעניצט, אבער ער פרובירט.

די אלע הסברים וואס ער גיט פארוואס ער האט געטון וואס ער האט געטון קומט נישט פון א פלאץ פון זוכן בארעכטיגונג, ער פרובירט פשוט צו אראפמאלן וואס איז געווען זיין דעמאלטיגע פערספעקטיוו און וויאזוי זיין מח איז געווען געווייערט און דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן. כ'האלט נישט פאר איין רגע אז ער בלעימט זיין ווייב, ער שילדערט פשוט וואס האט זיך אפגעטון בימים ההם אין זיין קאפ.

בכלל זעט מיר אויס ווי ער רעדט די זעלבע שפראך וואס ער וואלט גערעדט אין א סופארט גרופע (מסתמא האט ער טאקע אסאך ערפארונג פון מיטטיילן זיין לעבן און סטראגעלס אין אזא סעטינג) ארומגענומען מיט נאן דזשאדזשמענטל מענטשן וואס פארשטייען אים און זענען מכיר אין זיינע סטראגעלס. ער האט פארזען אז די וועלט איז נישט קיין סופארט גרופע און סתם מענטשן וועלן אים דזשאדזשן אויף יעדער איינציגער ווארט.

נאך א נקודה, די מערכה פון די וואוק מאב אויף טוויטער אז ער טאר נישט האבן קיין דזשאב און מ'דארף אים פייערן, מיט דעם בין איך זיכער נישט מסכים. אפילו א מענטש וואס איז א רעגיסטרירטער אפענדער דארף נאך אלץ קענען ברענגען פרנסה, בפרט אז איינער וואס האלט אינמיטן דורכגיין א רעהיליביטאציע און זיין לעצטע אפענס איז געווען 11 יאר צוריק. אנהאלטן א דזשאב איז טייל פון דער רייזע פון זיך היילן.

פארשטייט זיך אז דאס פאדערט דו-דילעזשענס און איידער מ'נעמט אויף אזא מענטש דארף מען טאקע זיכער מאכן אז ער נעמט זיין היילונג ערנסטער ווי ערנסט און פארשטייט זיך מ'דארף איינשטעלן די מאקסימאלסטע זיכערהייט מאסנאמען, ווי ער טאר נישט האבן קיין שייכות מיט קינדער, זיין ארומגענומען מיט קא-ארבעטערס און אלעמאל אונטער קאמערעס. אבער סתם קומען שרייען ווארפטס אים צו די הונט דאס איז טייל פון דער פארשאלטענער לינקער מענטאליטעט וואס האט פארלוירן סיי וועלכע אנושיות.

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 12:09 am

· #532425
א שארפערע פרעספעקטיוו, פון אנאנדערן קוק ווינקל.
📎 Screenshot_20230727-235302_Twitter.jpg

חב''ד הויזן » פרייטאג יולי 28, 2023 12:28 am

· #532434
רימון

מיך האט אויך געבאדערט די עקסטרעמע נעגאטיוועטי בעיקר פון די פרוי. ס'קוקט אויס ווי זי האט ניטאמאל פרובירט צו אנאליזירן די אינטערוויו. זי האט אין פירסט פלעיס געזוכט וויאזוי אים אראפצורייסן. דאס איז זיכער א חלק פון די היינטיגע לינקע מהלך אז א מאלעסטער האט נישט קיין שום וועג אויף צוריק.

אירע אלע טענות און ארויסגעשניטענע שטיקלעך זענען עפ''י רוב געקראכן אויף גראדע ווענט. למשל ער האט געזאגט 'איי אפאלעדשייז, באט...' אקעי, אפשר ברענגסטו נאך די גאנצע זאץ. לאמיר עס אריינלייגן אין קאנטעקסט. איך געדענק נישט ער זאל האבן געזאגט די ווערטער אדרבה לאמיר הערן וואס איז געווען די שאלה און וואס איז געווען די 'אבער'. וואס איך געדענק יא איז אז ער האט זיכער געמאכט יעדע מאל וואס ער האט זיך מסביר געווען אדער ווען ער האט דערציילט נקודות וואס וואלט געקענט אויסקוקן ווי ער פרובירט זיך עטוואס צו ריינוואשן (למשל אז זיין צווייטע וויקטים איז געווען בלויז עטליכע שעה) האט ער זיכער געמאכט כסדר אינטערצושטרייכן אז ער טוט נישט מינומיזירן זיין עוולה אדער די פעין פון די וויקטים'ס.

אזוי אויך די ארויסגעשניטענע שטיקל אז ער ליידט נאך אלס אויף עטרעקשאן צו קינדער, וואס די זאץ פאר זיך איז טאקע שלעכט אבער ווען מ'הערט זיינע ווערטער פארדעם און נאכדעם איז עס אינגאנצן א צווייטע בילד. ער זאגט אז ער איז געגאנגען פאר צענדליגע שעות טעראפי און ער האט נאך טאקע די פראבלעם אבער ער האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו באהאנדלען די פראבלעם. אונז אלע האמיר אויך עטרעקשאן צו פרויען (איך רעדט פון די געזונטע צווישן אונז) אבער מיר ווייסן וויאזוי דאס צו באהאנדלען.

בקיצור, ווען זי פראבירט ווען אביסל זיך צו אהערשטעלן אלס אנאנים וואלט זי אפשר מיך געקענט איבערעדן, זי האט אבער צו אפן געוויזן איר איינזייטיגקייט. זי האט לכאורה קיינעם נישט איבערצייגט אין אירע ווערטער.

Lexus » פרייטאג יולי 28, 2023 12:59 am

· #532442
איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 28, 2023 1:03 am

· #532445
Lexus
איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?

Lexus » פרייטאג יולי 28, 2023 1:08 am

· #532447
קהל'ס נער
Lexus
איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?
יא, עס איז לעצטנס ארויסגעקומען א בריוו פון אים ווי ער איז זיך מודה און בעהט איר איבער
און אנשטאט אים אויס רימען האט מען אים דא איבערגעלייגט און אריינגעפראקט

אלפא » פרייטאג יולי 28, 2023 1:21 am

· #532451
לענ"ד וואלט נ.וו. מיט אזא אינטערוויו זיכער קונה געווען ביי (כמעט) יעדן א צווייטן אימעדש.
א (קאלטע) בריוו איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

וואס מענטשן האבן (פסיכאלאגיש) סימפאטיע פאר - איז וואלנראביליטי, דער גרשון דא האט עס גאנץ גוט געמאכט. און ווי געזאגט אסאך מאלעסטערס וואלטן עס לכאו' געpassed מיט אזא צוגאנג - וועלכע איז בד"כ ביסודם אוממעגליך!

'וואלנראביליטי' איז בפשטות אויך די הונטערליגענדע פסיכאלאגיע פון די אויסנאמליכע סימפאטיע צו די אלע 'וויקטים'ס. ואכמ"ל. (פארשטייט זיך אז עס איז בעצם א גוטע זאך.)

צוזאמגעדרייט » פרייטאג יולי 28, 2023 1:30 am

· #532453
Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר
איינס פון די זאכן וואס איך בין צעמישט און שטערן מיך פון האבן א מיינונג איז, וויאזוי ווייס איך צו ער איז אזא סאפיסטעקירטע נארסעסיסט אז ער שפילט אונז אויס, אדער האט ער באמת חרטה. אפשר אלע ביידע?

שעפטאל » פרייטאג יולי 28, 2023 1:40 am

· #532457
@אנאנים: בשעת אונז פאלן פאר די רחמנות'דיגע הרגשים
קומסטו אריין מיט דעת!..

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 1:42 am

· #532459
Lexus
קהל'ס נער
Lexus
איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?
יא, עס איז לעצטנס ארויסגעקומען א בריוו פון אים ווי ער איז זיך מודה און בעהט איר איבער
און אנשטאט אים אויס רימען האט מען אים דא איבערגעלייגט און אריינגעפראקט
ער איז ארויסגעקומען מיט א פארווע בריוו, דערנאך ווען מען האט עס איגנארירט, איז ער נאך געגאנגען מיט גרויס חוצפה שיקן אן הזמנה, דאס צייגט אז ער איז דא פאר זיך, נישט פארן וויקטעם.

איך האב גראדע הנאה געהאט צו הערן פון גרשון די חלק ווי ער פארשטייט אז ער האט נישט די רעכט נאכצולויפן זיין וויקטעם פאר א מחילה, אז יענער וויל נישט, דאן לאז געמאכט. האסט אים שוין איינמאל איבערגעטרויטן די גרעניצן, טוה עס נישט נאכאמאל. טיפיקל אז א באטריגער זאל נאך רודפ'ן זיין וויקטעם ביז ער הערט קלאר דריי מאל דעם "מחול לך"... ער וויל זיך נאך פילן גוט אויכעט נאך די אומווערדיגע אקטן וואס ער איז באגאנגען.

בנוסף לזה איז די בריוו געווען פינקט אויף גענוג צו קענען שפעטער לייקענען און גרויסן, און נעמען כבוד מלכים. די צייטונגען קענען ווייטער שרייבן אז ער איז אומשולדיג כאילו לא היה. אויב וואלט ער אפגעהאלטן אזא אינטערוויו ווי גרשון, דאן וואלט "דער איד" אים שוין נישט געקענט שיין באשרייבן. און רוב עולם לייקנט טאקע ווייטער, עיין שם אין די וועבערמאן אשכול.

אלפא » פרייטאג יולי 28, 2023 1:47 am

· #532461
@אנאנים טייערע, איז דא עפעס א קרייאטעריע ביי וועלכע דו וואלסט געזען א מאלעסטער יא תשובה טון אדער חרטה האבן?
אביסל זעט אויס פון דיינע ווערטער אז וואס נאר אזא איינער זאל טרייען צו טון וועסטו עס אנקוקן ווי נאך א טראלל פון א נארסיסיט.
איז מאלעסטער= נארסיסיט אין דיין מיינונג?

אדער נעמסטו פשוט אן די ווערטער פון די טערעפיסטיקע, בעת וואס דו האלסט יא אז ביי עפעס א געוויסע סטאנדארט קענסטו טוישן דיין בליק איבער אזא איינעם?!

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 1:48 am

· #532462
צוזאמגעדרייט
איינס פון די זאכן וואס איך בין צעמישט און שטערן מיך פון האבן א מיינונג איז, וויאזוי ווייס איך צו ער איז אזא סאפיסטעקירטע נארסעסיסט אז ער שפילט אונז אויס, אדער האט ער באמת חרטה. אפשר אלע ביידע?
ס'איז שווער צו וויסן די אמת, און ס'איז נישט עכט נוגע.

איך מיין אז דאס איז געלייגט די פאוקעס אויף די נישט ריכטיגע נקודה. יעדער איז ביזי צי ער האט באמת חרטה צי ווייזט ער עס גענוג ארויס, צי ער איז נאך א סכנה, צי דארפן מיר אים פארשטיין און רחמנות האבן אויף אים.

דאס איז אלעס פיינע לעגאטימע שאלות, אבער נישט דאס איז וואס מיר דארפן ארויסנעמען פונעם אינטערוויו. מען קומט נישט קוקן אזא אינטערוויו ארויסצוהאבן וויפיל סימפאטיע -אויב בכלל, מען דארף האבן פאר אזא פארשוין, און נישט דאס דארף זיין די ציל.

מען קומט קוקן וויאזוי די קאפ פון אזא פארשוין ארבעט, און מען זאל קענען הערן וויאזוי זיך צו באשיצן פון אזעלכע פארשוינען.

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 2:35 am

· #532467
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב פארשטאנען די מעשה, אז ער האט אים דאן איינמאל איבערגעבעטן, און נאכן הערן דעם "ניין, איך וויל מער נישט רעדן צו דיר מיין גאנץ לעבן" האט ער אים טאקע אפגעלאזט. איך ווייס נמשט אויב ער איז פארמעגליך, אבער אויב האט ער געלט וואלט טאקע א ריכטיגע פיוס געווען געבן געלט פאר די וויקטעמס.

איך וויל מאכן נאך א פוינט וואס עס זעט מיר אויס. מען איז ביזי אפשאצן די אמאוישנס און געפילן פון דעם מאלעסטער. דאס איז קלאר אז א מאלעסטער האט שטארקע פראבלעמען מיט זיינע געפילן.

מיר אלע האבן אויך נויגונגען און תאוות, רוב מענער ציען צו פרויען, א קליין טייל צו מענער, און פעדאפילן ציען צו קינדער. בלויז האבן די נייגונג איז בכלל נישט ראונג, אזוי איז מען באשאפן געווארן. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען עקט אויף די עטרעקשן אויף א נישט ריכטיגן אופן.

רוב מענטשן, וואס האבן תאוות נשים, פארשטייען אויך אז זיי קענען נישט יעצט פאנגען מיידלעך -אפילו ערוואקסענע, און זיי באצווינגען צו בארואיגן די תאוות. אז דו האסט א תאווה, רייב דיר אויס, צאל פאר א זונה, גיי אין א קלאב, אדער האב חתונה, און טאמער האסטו נישט קיין איינס פון די אפציעס דאן האלט דיך איין! תאוות בארעכטיגן נישט צו בא'עוול'ען קיין מענטשן בשום פנים ואופן, יעדע בר דעם פארשטייט דאס.

איינער וואס ווערט ליידער געבויערן מיט א תאווה צו קינדער, איז גארנישט אנדערש ווי דער וואס ווערט געבוירן מיט א תאווה צו נשים. ער דארף נאר פארשטיין אז ער האט נישט קיין ברירה און ער וועט זיך מוזן באהערשן. ס'איז זיכער דא אזעלכע וואס האבן אזא נייגונג, נאר זיי עקטן נישט דערויף, און זיי האלטן זיך איין, וכל הכבוד להם.

אז איינער גייט יא און באלעסטיגט קינדער, איז עפעס זייער ראונג מיט זיין מוח און געפילן. איך קוק עס אן פונקט ווי איינער וואס האט א תאווה צו פרויען, און ער גייט דערוועגן פאנגען א ערוואקסענע פרוי און איר באצווינגען. אפילו נארמאלע מענטשן וואס האבן תאוות נשים וואלטן קיינמאל געטון אזא זאך. אז איינער טוט דאס יא, ווייזט דאס אויף גאר א קראנקע מהות סיי אין מוח און אויך אין געפיל. אזא איינער ליידט פון שווערע נארסאסיזם, ער פילט בכלל נישט יענעם ווען עס קומט צו זיך, ער דארף זיין גאר א קאלטער מענטש וואס רעכנט זיך בכלל נישט מיט יענעמס געפילן און צער, און צו דער זעלבער צייט איז עפעס זייער ראונג מיט אזא מענטש'ס מוח, אז ער קערט נישט פאר יענעם.

איך מיין אז די אלע שטריכן זעען זיך שטארק אן אויף דעם גרשון, און כ'וואלט נישט עקספעקטעד אנדערש. די שאלה איז נאר וואס מיר פארלאנגען פון אים יעצט? ווער מיטאמאל געפיליש? אפשר זאל ער זיך כאטש מאכן מיט מער א וויינעדיגע טאון? ער איז גאר א קאלטע מהות, כ'ווייס נישט צו ער קען דאס טוישן. למעשה זעט ער קלאר איין אז ער איז באגאנגען אן עוולה און ער טרייט זיך צו היטן, עס זעט מיר נישט אויס ווי ער זיכט זיך צו בארעכטיגן, ער פארשטייט אויך אז די סיבות האבן אים נישט געגעבן די רעכט דאס צו טון, ער איז נאר מסביר פאר אונז וויאזוי זיין פארקרימטע געדאנקן גאנג איז דאן געגאנגען, כדי מיד זאלן עס בעסער ארויסהאבן. כ'בין נישט עכט זיכער וואס נאך מען קען פארלאנגען פון אים, אדרבה קום אריין קלארער.

יצחק אייזיק » פרייטאג יולי 28, 2023 3:56 am

· #532471
@שמן למאור גאר גוט ארויסגעברענגט די שאלה, וואס וויל מיר אונז יעצט פון אים? די שאלה גייט אביסל טיפער, לויט ווי ער זאגט קען מען זיך נישט עכט היילען פון דעם. איז מה חובתו בעולמו? וואס דארף א מענטש אין אזא מצב טון? גיין אויף אן אינזל? ס'איז שרעקעדיג.

שלמה משנתו » פרייטאג יולי 28, 2023 4:22 am

· #532472
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר ביסטו מסביר די חילוק?

נחבא » פרייטאג יולי 28, 2023 10:18 am

· #532481
שמן למאור
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב פארשטאנען די מעשה, אז ער האט אים דאן איינמאל איבערגעבעטן, און נאכן הערן דעם "ניין, איך וויל מער נישט רעדן צו דיר מיין גאנץ לעבן" האט ער אים טאקע אפגעלאזט. איך ווייס נמשט אויב ער איז פארמעגליך, אבער אויב האט ער געלט וואלט טאקע א ריכטיגע פיוס געווען געבן געלט פאר די וויקטעמס.

איך וויל מאכן נאך א פוינט וואס עס זעט מיר אויס. מען איז ביזי אפשאצן די אמאוישנס און געפילן פון דעם מאלעסטער. דאס איז קלאר אז א מאלעסטער האט שטארקע פראבלעמען מיט זיינע געפילן.

מיר אלע האבן אויך נויגונגען און תאוות, רוב מענער ציען צו פרויען, א קליין טייל צו מענער, און פעדאפילן ציען צו קינדער. בלויז האבן די נייגונג איז בכלל נישט ראונג, אזוי איז מען באשאפן געווארן. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען עקט אויף די עטרעקשן אויף א נישט ריכטיגן אופן.

רוב מענטשן, וואס האבן תאוות נשים, פארשטייען אויך אז זיי קענען נישט יעצט פאנגען מיידלעך -אפילו ערוואקסענע, און זיי באצווינגען צו בארואיגן די תאוות. אז דו האסט א תאווה, רייב דיר אויס, צאל פאר א זונה, גיי אין א קלאב, אדער האב חתונה, און טאמער האסטו נישט קיין איינס פון די אפציעס דאן האלט דיך איין! תאוות בארעכטיגן נישט צו בא'עוול'ען קיין מענטשן בשום פנים ואופן, יעדע בר דעם פארשטייט דאס.

איינער וואס ווערט ליידער געבויערן מיט א תאווה צו קינדער, איז גארנישט אנדערש ווי דער וואס ווערט געבוירן מיט א תאווה צו נשים. ער דארף נאר פארשטיין אז ער האט נישט קיין ברירה און ער וועט זיך מוזן באהערשן. ס'איז זיכער דא אזעלכע וואס האבן אזא נייגונג, נאר זיי עקטן נישט דערויף, און זיי האלטן זיך איין, וכל הכבוד להם.

אז איינער גייט יא און באלעסטיגט קינדער, איז עפעס זייער ראונג מיט זיין מוח און געפילן. איך קוק עס אן פונקט ווי איינער וואס האט א תאווה צו פרויען, און ער גייט דערוועגן פאנגען א ערוואקסענע פרוי און איר באצווינגען. אפילו נארמאלע מענטשן וואס האבן תאוות נשים וואלטן קיינמאל געטון אזא זאך. אז איינער טוט דאס יא, ווייזט דאס אויף גאר א קראנקע מהות סיי אין מוח און אויך אין געפיל. אזא איינער ליידט פון שווערע נארסאסיזם, ער פילט בכלל נישט יענעם ווען עס קומט צו זיך, ער דארף זיין גאר א קאלטער מענטש וואס רעכנט זיך בכלל נישט מיט יענעמס געפילן און צער, און צו דער זעלבער צייט איז עפעס זייער ראונג מיט אזא מענטש'ס מוח, אז ער קערט נישט פאר יענעם.

איך מיין אז די אלע שטריכן זעען זיך שטארק אן אויף דעם גרשון, און כ'וואלט נישט עקספעקטעד אנדערש. די שאלה איז נאר וואס מיר פארלאנגען פון אים יעצט? ווער מיטאמאל געפיליש? אפשר זאל ער זיך כאטש מאכן מיט מער א וויינעדיגע טאון? ער איז גאר א קאלטע מהות, כ'ווייס נישט צו ער קען דאס טוישן. למעשה זעט ער קלאר איין אז ער איז באגאנגען אן עוולה און ער טרייט זיך צו היטן, עס זעט מיר נישט אויס ווי ער זיכט זיך צו בארעכטיגן, ער פארשטייט אויך אז די סיבות האבן אים נישט געגעבן די רעכט דאס צו טון, ער איז נאר מסביר פאר אונז וויאזוי זיין פארקרימטע געדאנקן גאנג איז דאן געגאנגען, כדי מיד זאלן עס בעסער ארויסהאבן. כ'בין נישט עכט זיכער וואס נאך מען קען פארלאנגען פון אים, אדרבה קום אריין קלארער.
איך בין מסכים צו אלעס וואס דו שרייבסט, און איך בין נאך אפי' מער אויסגעשפראכן קעגן אים.
איך וויל נאר זאגן איין קליינע הערה'לע.
דיין צושטעל צו איינער וואס האט תאוות נשים איז אביסל פעלערהאפטיג ווייל דער וואס האט תאוות נשים האט א עוועניו וואו עס אויסצוגעבן, ממילא קלאפט עס נישט אויס אויף א וועג פון באצווינגן, משא"כ איינער וואס האט רח"ל א תאווה צו קינדער.
וראי' לדברי, incels.

חב''ד הויזן » פרייטאג יולי 28, 2023 11:04 am

· #532482
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים, ס'קוקט אויס ווי דו מיסד די גאנצע פוינט דא. אין די אינטערוויו האט ער פרובירט ארויסצוברענגען וואס ס'גייט פאר אין קאפ פון א מאלעסטער און וואס זענען געווען די זאכן וואס האבן אים געטריגערט. דאס איז אינפארמאציע וואס איז נאך ביז היינט קיינמאל נישט אנפלעקט געווארן. די ציל פון די אינטערוויו איז בכלל נישט געווען אים צו געבן א פלאטפארמע זיך צו אנטשולדיגן אדער ארויסברענגען די הארבקייט פון זיינע מעשים, פארקערט, מענדי האט אים כסדר געדריקט צו הערן מער וואס ער האט געטראכט/ געמיינט וכדו'.

ווען ער דערציילט אז ער איז געווען אפסעט מיט יענע משפחה און זיינע פראבלעמען מיט זיין ווייב איז עס נישט זיך צו פארענטפערן נאר צו דערציילן אפענערהייט וואס ס'האט אים געשטיפט צו אזעלכע אקטן.

און דאס איז חוץ וואס ער ברענגט יא כסדר ארויס זיין חרטה און אנערקענונג אין זיינע עוולות.

----
דא האסטו א אויסצוג וואס @שמן למאור האט פארלאנגט פון נחמי' וועבערמאן כדי צו ווייזן א אמת'ע חרטה. (א זאך וואס דעמאלטס האב איך עס אנגעקוקט ווי א זאך שלא כדרך הטבע אז איינער זאל טון אזא זאך, אבער למעשה האט עס גרשי יא געטון).
שמן למאור
ווילסט וויסן וואס מיינט א געהעריגע מחילה? אז ער וועט ארויסקומען אין פאבליק און זאגן חטאתי עוויתי ופשעתי!!! אזוי פיל און אזוי פיל קינדער האב איך ליידער אפגע'הרג'עט, און איך נעם די פולע ריספאסנסעביליטי דערויף!!!
נישט שיקן עפעס א האלבע הודעה צעטל, און די צייט וואס אין די היימישע צייטונגען שרייבן זיינע שליחים שיינע ארטיקלען מיט שיינע טיטלען ווי כאילו ער איז חף מפשע, און האלב כלל ישראל קען ווייטער שרייען אז אזעלכע מעשיות 'געשעען נישט' און מען קען ווייטער שלאפן רואיג און די איינציגסטע פראבלעם אונזערע איז נאר די שנאת ישראל פון די ריכטערס...
ניין!! זאל ער אליין ארויסקומען און זאגן פאר כל הקהל הקודש, רבותי!!! יא! א חסיד המרומם קען אויך ליידער טון אזעלכע זאכן, ס'איז א געפערליכע פראבלעם, און מען זאל טון עפעס למעשה צו באשיצן אונזערע טייערע קינדערלעך.
---
נאכ'ן שיקן די הודעה זע איך אז שמן למאור האט שוין ארויסגעברענגט דעי פוינט. והוא רחום יכפר.

צקון לחש » פרייטאג יולי 28, 2023 11:15 am

· #532484
לענ"ד דארף מען איינפירן עסיסטעד סוסייד פאר מענטשן וואס זענען נישט היילבאר.
#משה_מארגערעטאן

שמן למאור » פרייטאג יולי 28, 2023 12:23 pm

· #532493
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב פארשטאנען פון אים אז ער האט ארויס די פאקט אז נאר ער איז שילדיג אין זיינע מעשים, און ער בארעכטיגט זיך נישט מיט די אלע אויסריידן פון שווערע אפברינגינג, נישט ליב געהאט די מיידלס משפחה וכ', ער ניצט דאס נישט אלס תירוץ, נאר ער פראבירט אונז צו פארשטיין געבן זיין מהלך המחשבה פון דעמאלטס.

אבער איך הער די פוינט אז ער וואלט געדארפט מער אינטערשטרייכן ביים דאס זאגן אז נאך אלע מעשיות איז "נאר איך אליין בין שולדיג".
[ציטאט אראפגענומען]
ווי ער זאגט קלאר, האט ער דאן נאכנישט פארשטאנען די טיפע דעמעדזש וואס דאס טוט פאר א קינד. איך גלייב אים 100 פראצענט דערמיט, ווייל עס איז נישט קיין זאך וואס איז מובן מאליו און אפילו נאכן דאס הערן נעמט עס צייט צו באמת פראסעסן. ס'איז נאכאלץ דא ערוואקסענע אידן דא אויף קאווע שטיבל וואס פארשטייען עס נישט, זיי קוקן עס אן פונקט ווי גיין צו א זונה.

אוודאי קויף איך נישט דאס אז ער האט אלס בחור נישט געכאפט אז ער טוט אן עוולה, גיין טון אן אומווערדיגע זאך מיט א צווייטן אן זייער הסכמה איז קיינמאל נישט ריכטיג און ס'נישטא קיין וועג צו זאגן אז ער האט דאס נישט געוואוסט. דאך קען איך הערן אז ער האט עס אנגעקוקט אלס אסאך א קלענערע עוולה ווי עס איז באמת.

ווען א בחור רייבט זיך אויס, אדער גייט מיט א צווייטע בחור (בהסכמה) פילן זיי אויך ווי זיי טוען עפעס אן עוולה, רוב מאל טוט מען תשובה נאכדעם, אבער דאך געשעט עס נאכאמאל... פארשטייט זיך אז די עוולה איז פי כמה גערעסער אן יענעמס הסכמה און דאס פארשטייט אויך יעדע בר דעת, אבער עס קומט נישט צי קיין טראפ צו פארשטיין די לעבסלענגליכע דעמעדזש וואס דאס קען לאזן אויפן קינד.

איך פארשטיי אז ער האט 'דאן' געוויסט אז ער טוט אן אומריכטיגע זאך, אבער ער האט עס אנגעקוקט ווי בלויז איין שטאפל ווייטער פון טון א נידריגע מעשה בהסכמה. ער האט נאך דאן נישט געהאט די טיפע רילייזעישן אז דאס איז אן עוולה גדולה מעוד. קען זיין אז זיין קרומע מוח האט אים נאך איינגערעדט אז יענער וויל כאטש אביסל, אזוי צו אזוי קען איך פארשטיין פארוואס ווען זיין חבר האט אים קלאר געמאכט אז ער איז זייער ברוגז אויף אים, האט ער זיך פראבירט צו אנטשולדיגן, אבער קיין לאנגע שווערע געוויסנסביסן אדער שלאפלאזע נעכט האט עס אים נישט געברענגט, ווייל ער האט דאן טאקע נישט איינגעזען די חומר הענין.

איך קען פארשטיין אז די נישט מוטשענען פאר א מחילה דאן איז געקומען פון אזא פלאץ פון קאלטקייט... נישט איז נישט. אזא, כ'ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי גערעגט, אבער ווילסט נישט רעדן צו מיר, איז נישט. אבער דאס אז ער לויפט נישט היינט נאך פאר א מחילה - אפילו ער פארשטייט שוין יא די געפערליכע דעמעדזש וואס מאלעסטעישן טוט, איז לכאורה יא צוליב די סיבה פון איינזען אז דאס איז נישט די ריכטיגע זאך.

איך בין מסכים מיט דיין פוינט אז ס'איז דא פלעצער אין סעסייעטי פאר אזעלכע מענטשן. און כ'ווייס נישט פארוואס ער איז נישט געגאנגען אין תפיסה 'בנוסף' צו א ריהעב. איינער וואס טוט אזעלכע זאכן 'מוז' לדעתי זיצן אין תפיסה פאר אפאר יאר. אבער אז די פראסיקיוטער האט אים עס נישט געגעבן איז די שאלה וואס זאל סעסייעטי יעצט טון מיט אים. אויב איז ער טאקע ביי א מצב אז שוין איבער 10 יאר האט ער נישט געטשעפעט קיין קינדער, דאן הייסט עס לכאורה אז ער איז שוין אויף א גוטע דורעקציע.

איך דעפענד שוין דא ציפיל א פעדאפיל, אבער למעשה וואלט דער גרשון געקענט אפהאלטן דעם אינטערוויו מיט א מאסקע, אדער מיט א בלארי פנים. דאן וואלט ער סיי פארדינט די סימפאטיע פון די וואס קענען אים און דערקענען זיין שטימע, און ער וואלט אויך געקענט זיך איינשפארן די אלע בושות וואס פאלגן נאך. אז ער האט דאס נישט געטון זע איך אז ער איז שוין דא צו העלפן סעסייעטי און ער האט נישט קיין פראבלעם אז מען ווען זיך יעצט מער היטן פון אים, אדרבה, דאס וויל ער.

הגם עס שטייט אל תאמין בעצמך, און אז ער האט נאך די תאווה איז ער קיינמאל נישט אויס סכנה, און מען דארף אים טאקע אלעמאל באהיטן און מען דארף האלטן א וואכזאם אויג. דאך זעט ער נישט אויס צו זיין אויף די מצב ווי דער מאלעסטער וואס די פרוי טעראפיסט האט גערעדט וועגן אין איר אינטערוויו, וואס אפילו מיט א שומר איז ער נאך אפאר מינוט - ווען די שומר האט סיך אוועקגעדרייט, שוין געווען ביי די קינדער טיילן ציקערלעך. אזא איינער טאר מען טאקע נישט לאזן קומען אין שול און מען דארף אים צוריק איינשפארן, ער איז א אנגייענדע סכנה. גרשון איז נישט אויף דעם לעוול בכלל, ער איז נישט קיין אנגייענדע threat, ער מעג האבן א פרנסה אין א אפענע סעטינג מיט כסדר'דיגע השגחה, אן דעם וואס עס זאל זיין א מעגליכקייט צו שעדיגן קינדער, ער איז נישט קיין באלדיגע סכנה. דאך איז מיין מיינונג פינקט ווי דער טעראפיסט אז ער באלאנגט בכלל נישט אין קיין שול וואס האט קינדער, ער זאל גיין דאווענען נאר אין א נורסינג האום.

און אז מען רעדט שוין דערמאן איך זיך נאך א נקודה וואס איך האב ארויסגענומען פונעם אינטערוויו. ווי געשמועסט אויבן האט ער נישט משיג געווען די גרויסע הארבקייט דערפון און די לעבנסלענגליכע דעמעדזש וואס עס לאזט איבער אויף א קינד פאר זיין גאנץ לעבן. דאס איז קלאר אז אזא מענטש פעלט אים אסאך אין געפיל און מוח, און די פראבלעם איז לאו דווקא זיין נייגונג צו קינדער וואס דאס איז ער דאך געבוירן מיט.

די אלע טראפיסטן זענען ביזי אז מאלעסטעישן איז נישט עפעס וואס מוז געשען צו דיין קינד, זיי זענען ביזי מסביר צו זיין וויאזוי דו קענסט גוט אנגרייטן דיין קינד און דאס וועט אים מאכן א שווערע טארגעט. אלעס איז טאקע אמת און ריכטיג, און די אויפגאבע פון היטן די קינדער ליגט אויף די עלטערן. דאך סאלווט דאס נישט די גרויסע פיקטשער. דער פרעדעטאר וועט טאקע איבערהיפן דיין קינד, אבער ער וועט טרעפן א צווייטע גרינגע טארגעט און ליידער ווייטער באלעסטיגן אידישע קינדער.

וואס איך נעם ארויס איז, אז מען קען פראווענטן מאלעסטערס אין די ערשטע פלאץ. פארשטייט זיך אז נישט אלע, און גאר שווערע קראנקע מענטשן קען מען נישט אלעמאל העלפן, אפשרעקן און איינזען די עוולה וועט זיי נישט אפהאלטן. אבער א געוויסע פראצענט וואלט זיכער געהאלפן ווען זיי ווייסן ווען די חומר הענין.

נעם די מעשה דא. האסט איינער וואס איז געבויערן א טיפיקל פרעדעטאר, ער האט די תאוות פון א פרעדעטאר, ער טראכט און פארט ווי א פרעדעטאר, און זיינע געפילן זענען אויך ווי א פרעדעטאר. שוין, ער איז אריינגעפאלן דערין, און יעצט אפילו נאכן איינזען די חומר הענין איז ער שוין דערינען. עס איז אלעמאל גרינגער קיינמאל אנצופאנגען ווי אויפהערן. און אפילו נאך ער איז שוין געווען דערינען הערט מען פון אים אז ווען ער האט אמאל געהערט די חומר הענין האט ער זיך איינגעהאלטן פאר א לענגערע תקופה.

וואס איך נעם ארויס פון דעם איז, אז אויב עלטערן וואלטן מסביר פאר קינדער. אויב וואלט געווען שיעורים דערוועגן, און קינדער און בחורים וואלטן ארויסגעהאט די געפערליכע טראומא, ענקזייעטי, און לעבנסלענגליכע דעמעדזש וואס טון אזא זאך מיט א צווייטן 'שלא בהסכמה' קען אלס אנמאכן, וואלט מען געקענט פעטענציאל פראווענטן גאר אסאך צוקומפטיגע פרעדעטארן און וויקטעמס.

און אז מען רעדט שוין, דערמאן איך זיך נאך א נקודה: די גאנצע וועג וויאזוי מען האט אים בכלל געכאפט איז געווען ווען 'איין' וויקטעם איז געקומען צו עפעס א רב אדער משפיע אין חב"ד און אים פארציילט. יענער האט פארגעהאלטן גרשון און ער האט מודה געווען. יענער האט עס געטראגן צו די אינסטאנצן און דאס האט צוגעפירט צו די גאנצע נאכפאלגענדע ריהעב, ארויפגיין אויף די ליסטע. וכ' וכ'

איך טראכט אזוי צו זיך, וויאזוי וואלט די מעשה ווען צוגעגאנגען ווען נאר אפאר דעטאלן זענען אנדערש. וויאזוי וואלט א חסידישע רב ריעקטעט ווען א פרוי קומט אים דערציילן אזא מעשה...? לאמיר פרעגן בעסער, וויאזוי 'ריעקטן למעשה' חסידישע רבנים צו פרויען וואס קומען זיי פארציילן אזעלכע מעשיות? א רב וואס גייט שוין יא ריפן און פארהאלטן דעם פעדאפיל און יענער איז מודה... צי גייט די רב צו די אינסטאנצן, אדער ער 'באהאנדלט אליין דעם ענין'...? און וואס איז אויב די פעדאפיל לייקנט שטיין אין ביין? העע! ס'איז דאך נאך העיר סעי! א ווארט קעגן א ווארט...

איך זע פון דא אז זאכן דארפן אזוי שטארק פאלן אין פלאץ ביי אונז אז מען זאל געהעריג כאפן א מאלעסטער. איך פארשטיי שוין זייער גוט וויאזוי מאלעסטארס דרייען זיך ליידער ווייטער ארום ביי אונז ווי קיינמאל גארנישט, און שעדיגן נעבעך ווייטער חסידישע קינדערלעך.

נחבא » פרייטאג יולי 28, 2023 12:33 pm

· #532495
שמן למאור
וואס איך נעם ארויס פון דעם איז, אז אויב עלטערן וואלטן מסביר פאר קינדער. אויב וואלט געווען שיעורים דערוועגן, און קינדער און בחורים וואלטן ארויסגעהאט די געפערליכע טראומא, ענקזייעטי, און לעבנסלענגליכע דעמעדזש וואס טון אזא זאך מיט א צווייטן 'שלא בהסכמה' קען אלס אנמאכן, וואלט מען געקענט פעטענציאל פראווענטן גאר אסאך צוקומפטיגע פרעדעטארן און וויקטעמס.
הייליגע ווערטער.

צקון לחש » פרייטאג יולי 28, 2023 1:42 pm

· #532497
נחבא
שמן למאור
וואס איך נעם ארויס פון דעם איז, אז אויב עלטערן וואלטן מסביר פאר קינדער. אויב וואלט געווען שיעורים דערוועגן, און קינדער און בחורים וואלטן ארויסגעהאט די געפערליכע טראומא, ענקזייעטי, און לעבנסלענגליכע דעמעדזש וואס טון אזא זאך מיט א צווייטן 'שלא בהסכמה' קען אלס אנמאכן, וואלט מען געקענט פעטענציאל פראווענטן גאר אסאך צוקומפטיגע פרעדעטארן און וויקטעמס.
הייליגע ווערטער.
דו מיט מיין דיין האבן אן אנדערע אפטייטש פאר "הייליג"... 😠

שמעקעדיג » זונטאג יולי 30, 2023 1:57 am

· #532536
שמן למאור
מיר אלע האבן אויך נויגונגען און תאוות, רוב מענער ציען צו פרויען, א קליין טייל צו מענער, און פעדאפילן ציען צו קינדער. בלויז האבן די נייגונג איז בכלל נישט ראנג, אזוי איז מען באשאפן געווארן. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען עקט אויף די עטרעקשן אויף א נישט ריכטיגן אופן.

רוב מענטשן וואס האבן תאוות נשים, פארשטייען אויך אז זיי קענען נישט יעצט פאנגען מיידלעך - אפילו ערוואקסענע, און זיי באצווינגען צו בארואיגן די תאוות. אז דו האסט א תאווה, רייב דיר אויס, צאל פאר א זונה, גיי אין א קלאב, אדער האב חתונה, און טאמער האסטו נישט קיין איינס פון די אפציעס דאן האלט דיך איין! תאוות בארעכטיגן נישט צו בא'עוול'ען קיין מענטשן בשום פנים ואופן, יעדע בר דעת פארשטייט דאס.

איינער וואס ווערט ליידער געבוירן מיט א תאווה צו קינדער, איז גארנישט אנדערש ווי דער וואס ווערט געבוירן מיט א תאווה צו נשים. ער דארף נאר פארשטיין אז ער האט נישט קיין ברירה און ער וועט זיך מוזן באהערשן. ס'איז זיכער דא אזעלכע וואס האבן אזא נייגונג, נאר זיי עקטן נישט דערויף, און זיי האלטן זיך איין, וכל הכבוד להם.

אז איינער גייט יא און באלעסטיגט קינדער, איז עפעס זייער ראנג מיט זיין מוח און געפילן. איך קוק עס אן פונקט ווי איינער וואס האט א תאווה צו פרויען, און ער גייט דערוועגן פאנגען א ערוואקסענע פרוי און איר באצווינגען. אפילו נארמאלע מענטשן וואס האבן תאוות נשים וואלטן קיינמאל געטון אזא זאך.
נישט חלילה צו בארעכטיגן די מעשים מגונים, אבער טראכט אריין א רגע. דער מיט תאוות נשים האט אזויפיל וועגן ווי אזוי צו בארואיגן די תאוה אויף 'נארמאלע' וועגן, וואס זאל אבער טון איינער וואס גלוסט דווקא צו קינדער? ווי אזוי גלייכסטו אפילו צו די צוויי?

yesiknow » זונטאג יולי 30, 2023 2:06 am

· #532537
וְנִפְרָעִין מִן הָאָדָם מִדַּעְתּוֹ וְשֶׁלּא מִדַּעְתּוֹ
כִּי שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב
כִּי קדֶם כָּל גְּזַר דִּין שֶׁבָּעוֹלָם חַס וְשָׁלוֹם
מְאַסְּפִין כָּל הָעוֹלָם אִם מַסְכִּימִין לְהַדִּין הַהוּא
וְאַף אֶת הָאִישׁ בְּעַצְמוֹ שֶׁנִּגְזַר עָלָיו הַדִּין, חַס וְשָׁלוֹם
שׁוֹאֲלִין אוֹתוֹ אִם הוּא מַסְכִּים
אֲזַי נִגְמָר הַדִּין, חַס וְשָׁלוֹם
וְהָעִנְיָן, כִּי בְּוַדַּאי אִם יִשָּׁאֵל לוֹ בְּפֵרוּשׁ עַל עַצְמוֹ
בְּוַדַּאי יַכְחִישׁ וְיאמַר שֶׁאֵין הַדִּין כֵּן
אַך מַטְעִין אוֹתוֹ וְשׁוֹאֲלִין אוֹתוֹ עַל כַּיּוֹצֵא בּוֹ
וְהוּא פּוֹסֵק הַדִּין
וַאֲזַי נִגְמָר הַדִּין
וְכָעִנְיָן שֶׁמָּצִינוּ בְּדָוִד הַמֶּלֶך, עָלָיו הַשָּׁלוֹם, בְּבוֹא אֵלָיו נָתָן הַנָּבִיא וְכוּ'
וְסִפֵּר לוֹ מַעֲשֵׂה הָאוֹרֵחַ עָנָה וְאָמַר: חַי ה' וְכוּ', וְאֶת הַכִּבְשָׂה וְכוּ'
אֲזַי נִפְסַק הַדִּין עַל דָּוִד כַּאֲשֶׁר יָצָא מִפִּיו
וְזֶהוּ וְנִפְרָעִין מִן הָאָדָם מִדַּעְתּוֹ
כְּלוֹמַר שֶׁשּׁוֹאֲלִין דַּעְתּוֹ
וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא שֶׁלּא מִדַּעְתּוֹ
כִּי אֵינוֹ יוֹדֵעַ שֶׁהַדִּין הוּא עָלָיו
וְהָעִנְיָן הוּא עָמק מְאד, אֵיך שׁוֹאֲלִין כָּל אָדָם
כִּי בְּכָל הַדִּבּוּרִים וְסִּפּוּרִים שֶׁאָדָם שׁוֹמֵעַ
יִמְצָא שָׁם דְּבָרִים גְּבוֹהִים וְרָמִים
וְצָרִיך לִזָּהֵר בָּזֶה מְאד
לִבְלִי לִגְמר הַדִּין עַד שֶׁיְּשַׁנֶּה וִישַׁלֵּשׁ
כִּי הוּא סַכָּנַת נְפָשׁוֹת
וְהַדְּבָרִים עַתִּיקִים
כִּי יֵשׁ בָּזֶה בְּעִנְיַן סִפּוּרֵי דְּבָרִים עִנְיָנִים גְּבוֹהִים

די אייגענע עבירות (השחתות) טרעפט מען אלע היתרים, כידוע הסיפור עם מנשה מלך ישראל על עבודה זרה שהיה נפרץ מאוד שבא בחלום לאחד ואמר שאם היה חי באותו זמן היה מרים את הבעקישע לעבוד את האלילים יותר מכולם.

גילוי עריות איז פון די שלש חמורות (אפילו בהסכמה) איז ביהרג ואל יעבור, אזוי האט גאט געזאגט אין זיין תורה. אונז זעמיר זייער קריעטיוו בעיסט אויף אונזערע תאוות און נסיונות.

ויש מקום להאריך אבל אין הזמן מספיק, ודי בזה.
גוט וואך

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יולי 30, 2023 2:07 am

· #532538
שמעקעדיג
נישט חלילה צו בארעכטיגן די מעשים מגונים, אבער טראכט אריין א רגע. דער מיט תאוות נשים האט אזויפיל וועגן ווי אזוי צו בארואיגן די תאוה אויף 'נארמאלע' וועגן, וואס זאל אבער טון איינער וואס גלוסט דווקא צו קינדער? ווי אזוי גלייכסטו אפילו צו די צוויי?
שמן האט דאך שוין געגעבן פארשידענע אפציעס... אויב קיינע דערפון איז נישט אפשענאל, דאן זאלער טון דאס וואס ער [מיינט אז ער] האט צו טון און די לאו ענפארסערס וועלן טון דאס וואס זיי האבן און זענען געשטעלט געווארן צו טון...!

(לגבי צו די צוויי זענען גלייך וואלטיך געזאגט אז ס׳טאקע נישט גלייך ווייל ווען ס׳קומט צו קינדער רעדן זיי זיך איין אז מ׳קען רייטן אויף זייער שוואכקייט און נעמען עדווענטעדזש פון די אומבאהאלפנקייט)

שמעקעדיג » זונטאג יולי 30, 2023 2:19 am

· #532540
חלילה, ער זאל נישט טון וואס ער מיינט ער האט צו טון... ער זאל זיך איינהאלטן אדער ריעטשן אוט פאר הילף! איך זאג נאר אז עס איז נישט עכט קיין פארגלייך. איך וויל אבער נישט פארקריכן פונעם ענין.

נחבא » זונטאג יולי 30, 2023 3:03 am

· #532541
שמעקעדיג
נישט חלילה צו בארעכטיגן די מעשים מגונים, אבער טראכט אריין א רגע. דער מיט תאוות נשים האט אזויפיל וועגן ווי אזוי צו בארואיגן די תאוה אויף 'נארמאלע' וועגן, וואס זאל אבער טון איינער וואס גלוסט דווקא צו קינדער? ווי אזוי גלייכסטו אפילו צו די צוויי?
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=532481#p532481

קל וחומר » זונטאג יולי 30, 2023 11:11 am

· #532546
שמעקעדיג
נישט חלילה צו בארעכטיגן די מעשים מגונים, אבער טראכט אריין א רגע. דער מיט תאוות נשים האט אזויפיל וועגן ווי אזוי צו בארואיגן די תאוה אויף 'נארמאלע' וועגן, וואס זאל אבער טון איינער וואס גלוסט דווקא צו קינדער? ווי אזוי גלייכסטו אפילו צו די צוויי?
און אז איינער האט א תאווה צו טוהן מיט א פרוי נאר באופן וואס ס'איז דא א מעסער אריינגעשטאכן אין איר הארץ איז אויך נישט דא קיין מהלך צו פארגיטיגן זיין תאווה.

די פראבלעם מיטן מאלעסטער איז אז ער זעט נישט זיין/איר מעשה ווי א מעשה רציחה.

טעראפי קען אפשר נישט אוועקנעמען די תאווה, אבער קלאר מאכן אז דאס איז א מעשה רציחה און אזא מעשה קען נישט קומען אין באטראכט אויף קיין שום פאל און אז ער ער/זי האט אן אחריות נישט צו קומען לידי נסיון בשופו"א איז א זאך אויף וואס יעדער בר דעת קען ארבעטן.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 30, 2023 11:40 am

· #532551
אט אזוי, גוט געזאגט.
עס צו פארגלייכן צו תאוות הרציחה איז מער ריכטיג ווי צו תאוות נשים.
בלאט: 1 2 3