☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אונזער אמעראצישע געשרייבעכץ

אונזער אמעראצישע געשרייבעכץ

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1643
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:52 pm

· #39753
אונזער אמעראצישע געשרייבעכץ
דא גיי איך אויסדרוקן מיין אנטריסונג אויף אונזער (סיסטעם?) פון אמעראצישע געשרייבעכצער.

איך גיי ניטעמאל בארירן דעם ענגליש, ווי מען זעהט דא אפאר ניקס שרייבן מיט אזעלכע גרייזן אז ס'איז א שרעק.
אבער אפילו אונזער היימישע מאמע לשון, אידיש, וואס מיט דעם זעמיר אויפגעוואקסן, געשריבן און געלייענט, זענען פאראן עטליכע ניקס וואס זייער געשרייבעכץ דא איז ממש א פחד.

איך ווייס נישט צי איך זאל זיי אליינס בלעימען פארן זיך נישט אויסלערנען שרייבן ווי א מענטש צווישן מענטשן;
אדער זייערע עלטערן, וועלכע זענען מסתמא געווען פאריאגט און פארפלאגט און געהאט בעסערע דאגות אויפן קאפ בשעת די קינדער האבן זיך געלערנט שרייבן;
אדער די הנהלה פון די ת"ת וואס האט נישט גענוג פארלאנגט פון די קינדער צו שרייבן כמו שצריך.

איך וויל באמת קיינעם נישט בלעימען, נאר מתקן זיין על לעתיד. זיי זאלן זיך אביסל צולערנען אליינס, און מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן טון א בעסערע דזשאב ווי אונז.

אלענפאלס, עס איז קריטיש וויכטיג עס זאל ארויסקומען א "אידיש שרייבן קלאס" וועלכע זאל אויסלערנען אונזערע יונגעלייט דאס מינימום שרייבן.

we will » זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:59 pm

· #39756
I think the Yiddish language is very weak among women, while the English language is very weak among men. Need to focus on the men in the English language and the women on the Yiddish

DotCom » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:07 pm

· #39761
שמעקעדיג
דא גיי איך אויס-דרוקן מיין אנטריסונג אויף אונזער (סיסטעם?) פון אמעראצישע געשרייבעכ'צער.

איך גיי ניטאמאל בארירן דעם ענגליש, ווי מען זעהט דא אפאר ניק'ס שרייבן מיט אזעלכע גרייזן אז ס'איז א שרעק.
אבער אפילו אונזער היימישע מאמע לשון, אידיש, וואס מיט דעם זענען מיר אויפ-געוואקסן, געשריבן און געליינט, זענען פאראן עטליכע ניק'ס וואס זייער געשרייבעכ'ץ דא איז ממש א פחד.

איך ווייס נישט צו איך זאל זיי אליינ'ס בלעימען פאר'ן זיך נישט אויסלערנען שרייבן ווי א מענטש צווישן מענטשן;
אדער זייערע עלטערן, וועלכע זענען מסתמא געווען פאריאגט און פארפלאגט און געהאט בעסערע דאגות אויפ'ן קאפ בשעת די קינדער האבן זיך געלערנט שרייבן;
אדער די הנהלה פון די ת"ת וואס האט נישט גענוג פארלאנגט פון די קינדער צו שרייבן כמו שצריך.

איך וויל באמת קיינעם נישט בלעימען, נאר מתקן זיין על לעתיד. זיי זאלן זיך אביסל צו-לערנען אליינ'ס, און מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן טהון א בעסערע דזשאב ווי אונז.

אלענפאלס, עס איז קריטיש וויכטיג עס זאל ארויסקומען א "אידיש שרייבן קלאס" וועלכע זאל אויסלערנען אונזערע יונגעלייט דאס מינימום שרייבן.

האב איך געמאכט א גוט'ן דזשאב? דזשאסט קידדינג, איך שטעל מיר צו צום אנטריסונג דיינע, מיר וועלן נישט רוען ווילאנג דערוילעם וועציך דערלערנען שרייבענען.

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:47 pm

· #39783
we will
I think the Yiddish language is very weak among women, while the English language is very weak among men. Need to focus on the men in the English language and the women on the Yiddish

אידישע פרויען וועלן קיינמאל (עכ"פ אין די קומענדיגע צען יאר) זיך נישט געהעריג דערלערנען א גוטע אידיש צוליב עטליכע טעמים
1 עס פעלט זיי אויס ווי א לאך אין קאפ, זיי באגייען זיך מיט ענגליש א מחיה. 2 יעדע דריטע ווארט איז לשה"ק, זיי צעברעכן זיך די ציין 3 איינמאל דו קענסט א גוטן ענגליש, איז זייער שווער צו לייענען די לאנגע נערווירנדע אידישע שפראך מיט די באקסעדיגע לאנגע אויתיות, און ארעמקייט אין אויסדרוקן.
חוץ אויב די סקול'ס וועלן אנפאנגען לייגן ווייניגער געוויכט אויף ענגליש, (וואס וועט קיינמאל נישט פאסירן ווילאנג מ'לעבן מיר צווישן גוים, און די מאן ברויך זיצן אין כולל אפאר יאר נאכן הייראט) וועלן די פרויען און מענער בלייבן א אפגעזונדערטע פאלק אין שפראך, וואס איז אייגנטליך זייער א גוטע זאך לפי חסידות.

משה געציל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:58 pm

· #39787
א באנדע אויפגעקלערטע חברה דא! פארוואס אין די וועלט ברויך מען קענען שרייבן? דאס איז דאך געווען די ציל פון די משכילים, קודם קענען דקדוק, שפראך, ווערן געבילדעט אלס אינטעליגענטע מענטשן, אזוי ארום גרינגער קענען פארכאפן כלל ישראל אין זייערע געדאנקען-גאנג. ב"ה לא אלמן ישראל, וואו אימער כלל ישראל געפונט זיך נאר צושפרייט, אין סיי וועלכע עק אין די וועלט בין הגוים, האלט מען זיך שטרענג צום מסורה, שפת האומה קען מען נישט, דקדוק לערנט מען נישט, אידיש רעדט מען נאר.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:43 pm

· #39798
וויפיל טעותים און שטותים קענט איר אפציילן?
📎 romel.jpg

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:25 pm

· #40111
איך אויך
וויפיל טעותים און שטותים קענט איר אפציילן?

איין גרויסע טעות מהחל ועד כלה,
דא רעדט מען אבער נישט פון קיין טעותים נאר אמעראצעס (ספעלינג און גרעממער) און נישט פון קיין אנדערע שרייבער נאר פון אונזערע שרייבער
אלזא איר האט געדריקט אן אומריכטיג קעפל

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:57 pm

· #40188
חוץ פון אלע אנדערע שטותים בין איך זייער נייעריג צו וויסן ווער איז געווען חכם מנחם דער בלעכר וואס דער ענגלישר גענעראל רומל האט אזוי געציטערט פון עם...

איינער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:00 pm

· #40226
[ציטאט אראפגענומען]

יאנקל איז 100 פארצענט גערעכט, מען האט אונז (סאטמארע) קיינמאל נישט אויסגעלערנט שרייבן אדער ספעלן, נישט אידיש און נישט ענגליש. עס איז דא מענטשן וואס כאפן אויף גרינגער דאס שרייבן און ספעלן, איך בין נישט פון די. כאטש איך ליין אסאך, האב איך מיך אייביג געפלאגט מיט שרייבן. און איך בעט אנטשולדיג פאר אלע מיינע גרייזן איך האף אז איר פארשטייט וואס איך שרייב. איך בין זיכער אז אויב מען וואלט אויס געלערנט שרייבן אין חדר וואלט איך געקענט גוט שרייבן און עס וואלטן געווען אסאך מער גוטע שרייבער דא אין קאווע שטיבל. און נאכמער עס נישט דא קיין שום בוך וואס איך ווייס, וואס איך קען קויפן זיך אויסצולערנען שרייבן אידיש לויט די ריכטיגע כללים וואס מיר חסידים באניצען זיך.

משה רוקח » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:05 pm

· #40231
DotCom
שמעקעדיג
דא גיי איך אויס-דרוקן מיין אנטריסונג אויף אונזער (סיסטעם?) פון אמעראצישע געשרייבעכ'צער.

איך גיי ניטאמאל בארירן דעם ענגליש, ווי מען זעהט דא אפאר ניקס שרייבן מיט אזעלכע גרייזן אז ס'איז א שרעק.
אבער אפילו אונזער היימישע מאמע לשון, אידיש, וואס מיט דעם זענען מיר אויפ-געוואקסן, געשריבן און געליינט, זענען פאראן עטליכע ניק'ס וואס זייער געשרייבעכ'ץ דא איז ממש א פחד.

איך ווייס נישט צו איך זאל זיי אליינ'ס בלעימען פאר'ן זיך נישט אויסלערנען שרייבן ווי א מענטש צווישן מענטשן;
אדער זייערע עלטערן, וועלכע זענען מסתמא געווען פאריאגט און פארפלאגט און געהאט בעסערע דאגות אויפ'ן קאפ בשעת די קינדער האבן זיך געלערנט שרייבן;
אדער די הנהלה פון די ת"ת וואס האט נישט גענוג פארלאנגט פון די קינדער צו שרייבן כמו שצריך.

איך וויל באמת קיינעם נישט בלעימען, נאר מתקן זיין על לעתיד. זיי זאלן זיך אביסל צו-לערנען אליינ'ס, און מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן טהון א בעסערע דזשאב ווי אונז.

אלענפאלס, עס איז קריטיש וויכטיג עס זאל ארויסקומען א "אידיש שרייבן קלאס" וועלכע זאל אויסלערנען אונזערע יונגעלייט דאס מינימום שרייבן.

האב איך געמאכט א גוט'ן דזשאב? דזשאסט קידדינג, איך שטעל מיר צו צום אנטריסונג דיינע, מיר וועלן נישט רוען ווילאנג דערוילעם וועציך דערלערנען שרייבענען.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:21 am

· #40297
טאמבל סאס
we will
I think the Yiddish language is very weak among women, while the English language is very weak among men. Need to focus on the men in the English language and the women on the Yiddish

אידישע פרויען וועלן קיינמאל (עכ"פ אין די קומענדיגע צען יאר) זיך נישט געהעריג דערלערנען א גוטע אידיש צוליב עטליכע טעמים
1 עס פעלט זיי אויס ווי א לאך אין קאפ, זיי באגייען זיך מיט ענגליש א מחיה. 2 יעדע דריטע ווארט איז לשה"ק, זיי צעברעכן זיך די ציין 3 איינמאל דו קענסט א גוטן ענגליש, איז זייער שווער צו לייענען די לאנגע נערווירנדע אידישע שפראך מיט די באקסעדיגע לאנגע אויתיות, און ארעמקייט אין אויסדרוקן.
חוץ אויב די סקול'ס וועלן אנפאנגען לייגן ווייניגער געוויכט אויף ענגליש, (וואס וועט קיינמאל נישט פאסירן ווילאנג מ'לעבן מיר צווישן גוים, און די מאן ברויך זיצן אין כולל אפאר יאר נאכן הייראט) וועלן די פרויען און מענער בלייבן א אפגעזונדערטע פאלק אין שפראך, וואס איז אייגנטליך זייער א גוטע זאך לפי חסידות.

איך בין נישט מסכים מיט דיר אז אין די אידישע שפראך איז פארהאן א מאנגל אין אויסדרוקן. ס'איז נאר אן ענין פון לערנען און ליינען אויף אידיש. דאס אז אידיש האט זייער א סאך ווערטער פון לשה"ק איז נישט קיין חידוש. די אידישע שפראך פארמאגט אויך א הויכע פראצענט ווערטער פון די "סלאווישע" שפראכן. אויך פראנצויזישע ווערטער זענען פארהאן זייער א סאך אין אידיש,וואס מיר כאפן אליינס נישט פון וואו ס'שטאמט. נאר דער אשכול איז נישט געשטעלט אויף "עטימאלאזשי" (שפראך פארשונג).

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:31 am

· #40299
נפתלי
איך אויך
וויפיל טעותים און שטותים קענט איר אפציילן?

איין גרויסע טעות מהחל ועד כלה,
דא רעדט מען אבער נישט פון קיין טעותים נאר אמעראצעס (ספעלינג און גרעממער) און נישט פון קיין אנדערע שרייבער נאר פון אונזערע שרייבער
אלזא איר האט געדריקט אן אומריכטיג קעפל

די טעותים אין אויבנדערמאנטן בוך זענען פילפאכיג. נאר ס'איז דא טעותי הדפוס אויך. איינס איז זיכער. דער בוך איז געשריבן געווארן דורך "אמעראצעם" פאר "אמעראצעם" . און ס'איז פול מיט "אמעראצעס.

נולד מאוחר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:59 am

· #40359
בעסער שפעט ווי קיינמאל.
אפשר קען איינער שרייבען אדער לינקען די בעסיק אידיש שרייבן/ספעלינג ראלס?

DotCom » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:42 pm

· #40401
איך וועל דא שרייבן אפאר שורות וואס כאב מיר געשריבן מיט איינעם אין אישית א צייט צוריק.

....כוועל נישט לייקענען אז דיין ספעלינג און גרעמער איז נישט דאס בעסטע אבער ביי מיר איז דאס נישט קיין גרויס עסק, די עיקר מ'פארשטייט און מ'רעדט ווי מענטש צו מענטש, ס'דא אסאך ניק'ס וואס צייכענען זיך טאקע אויס אין ספעלינג אבער כ'אנטלויף פון זיי כמטחוי קשת...

איך ברענג עס דא, כדי די וואס קענען נישט ספעלן זאלן נישט אנטמוטיגט ווערן פון ווייטער שרייבן, ספעלינג איז טאקע א וויכטיגע זאך אבער נישט די וויכטיגסטע, און אדרבה ווי מער מ'שרייבט לערנט מען זיך בעסער אויס בעז"ה.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:56 pm

· #40557
DotCom
אדרבה ווי מער מ'שרייבט לערנט מען זיך בעסער אויס בעז"ה.

איי דאונט טינק סאו.
וואס איז מיטן "שבשתא כיון דעל על"?

DotCom » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:01 pm

· #40563
שמעקעדיג
DotCom
אדרבה ווי מער מ'שרייבט לערנט מען זיך בעסער אויס בעז"ה.

איי דאונט טינק סאו.
וואס איז מיטן "שבשתא כיון דעל על"?

מ'דארף נישט דא חושש זיין דערויף, ס'דא גענוג שומרים אויף דעם.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:05 pm

· #40567
וואס הייסט מען לערנט זיך?
אז איינער שרייבט "געוועין" מיט א איבריגע יו"ד, ווי אזוי וועט ער זיך אויסלערנען דאס נישט צו שרייבן?
אז איינער פארמישט אין/און, אדער שרייבט יעדע צווייטע ווארט מיט א "איבריגען" ע', און פארטוישט די/דו, וויאזוי און ווען ווערט ער זיך דערלערנען?

כ'וויל פשוט פארשטיין.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:12 pm

· #40574
ביסט גערעכט מיט די קליינע טעותים, כאב בעיקר געמיינט די וואס זייער שרייבן קוקט אויס בערך אזוי ווי די ארגענטינער רעדן, דאס ווערט בעסער צוביסלעך.

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:32 am

· #40785
די היינטיגע גרייזיגע אידיש איז א תוצאה פונעם 'דער בליץ'.
אויב איינער האט עס אמאל פראבירט צו ליינען, וועט ער גלייך פארשטיין וואס איך רעד.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:32 pm

· #40915
משה רוקח
די היינטיגע גרייזיגע אידיש איז א תוצאה פונעם 'דער בליץ'.
אויב איינער האט עס אמאל פראבירט צו ליינען, וועט ער גלייך פארשטיין וואס איך רעד.

מהאי טעמא האבן עס די חשוב'ע רבנים האוסרים נישט אריינגערעכנט אין די קונמי, חרמי ואיסורי וואס זיי האבן אויסגערופן אויפ'ן שטערן און שפאקטיוו. ווייל אז מען וועט ליינען דעם בליץ וועט מען בלייבן דער זעלבער עם הארץ און אומוויסנדע בריאה. משא"כ דער שטערן און שפאקטיוו וואס זענען נארמאלע אידישע אויסגאבעס וואס קענען צו ברענגען אביסל ידיעות אויף אן ערלכן אופן, דאס נישט. ס'איז דא נאך טעמים. אבער דער אויבנדערמאנטער טעם איז נאר על פי נגלה.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:28 pm

· #40983
די לעצטע 2 תגובות האבן מיר גורם געווען אן אויספלאץ. איך האף אז דאס איז נאר בדרך הלצה.
פליז קארעקט מי איף איי עם ראנג.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:33 pm

· #40987
שמעקעדיג
וואס הייסט מען לערנט זיך?
אז איינער שרייבט "געוועין" מיט א איבריגע יו"ד, ווי אזוי וועט ער זיך אויסלערנען דאס נישט צו שרייבן?
אז איינער פארמישט אין/און, אדער שרייבט יעדע צווייטע ווארט מיט א "איבריגען" ע', און פארטוישט די/דו, וויאזוי און ווען ווערט ער זיך דערלערנען?

כ'וויל פשוט פארשטיין.

וואס איז טאקע די כלל ווען מ'לייגט יא אדער נישט אן 'ע'?
ווי קומט יא אדער נישט אריין א אפאסטראפי (') אינמיטן פון די ווארט?

איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.

יישר כח.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:40 pm

· #40990
דאן מוזטו זיין א אידיש ליינער, ווייל דיין ספעלינג איז זייער גוט

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:57 pm

· #41004
געפילטע פיש

איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.

יישר כח.

ג״א מצטרף, איך האב קיינמאל קיין אידיש נישט געשריבן ביז איך האב מיך אהער אריינגעסיינט, איך זע בחוש אז איך האב מיך אסאך צוגעלערנט אין די קארגע פאר חדשים וואס איך שרייב דא. אויב איינער באמערקט עפעס א טעות אין מיין געשרייבעכעץ זאל ער אזוי גוט זיין און מיך לאזן וויסען.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:09 pm

· #41017
משה געציל

וויסן

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:12 pm

· #41021
געפילטע, דיין ספעלינג איז געווענליך גוט, אבער נישט אלץ (כ'האט עס שוין כמ"פ מגיה און מתקן געווען, הגם ממש קלייניגקייטן, טאקע די עי"נ'ס וכדומה).
אבער דיין שפראך איז יא זייער גוט און רייך. צום פינטל, רעדסט נישט צו סך און נישט ווייניג, נוצט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען דיינע נקודות.
אויב איז דאס דיין ערשטע מאל וואס דו שרייבסט אידיש, דאן בין איך ערשטוינט!!!

וועגן די טעותים, איך וועל דיר בל"נ שרייבן אין אישית.

--

משה געציל, דו ביסט אויך גאר גוט אין שרייבן!

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:14 pm

· #41024
און איך?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:17 pm

· #41026
דו וואסלט געווען א גוטע מיטיעראלאדזשיסט.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:18 pm

· #41027
וואס האט עס מיט ספעלינג?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:20 pm

· #41028
ס'האט נישט.
איך וועל עס לאזן פאר שמעקעדיג .

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:18 pm

· #41051
שמעקעדיג
די לעצטע 2 תגובות האבן מיר גורם געווען אן אויספלאץ. איך האף אז דאס איז נאר בדרך הלצה.
פליז קארעקט מי איף איי עם ראנג.

מיין תגובה איז געוועהן מיט'ן פולסטן ערנסטקייט.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:07 pm

· #41068
הייסט אז דער בליץ האט גורם געווען דעם אמעראצישקייט למפרע, בלויז אין די לעצטע יאר וואס עס ערשיינט?..
אשפ"ג !!
און בכלל, די בליץ האט נישט די סארט טעותים וואס איך רעכן דא אויס. הלואי זאל מען דא שרייבן בלויז ווי דער בליץ.
מיר האבן דא אויך געציילטע שרייבערס וועלכע שרייבן מער א העכערע אידיש, וואס לאו כל מוחא סביל דא.

שמואל הלוי, פון דיר בין איך נתפעל, דו שטייסט בעסער פון מיר מיט א פערפעקטן אויסלייג און גרעמער.
מי אנכי, ווער בין איך צו געבן א אפשאצונג אויפן אונזער פלייסיגסטן שרייבער אויפן שטיבל?...

איך זוך נישט דא צו קאמפלימענטירן אדער קאמפלעינען, נאר אז געפילטע האט געפרעגט האב איך אים געענטפערט.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:32 pm

· #41081
דאנקע שיינע

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:55 pm

· #41090
דער בליץ האט אן ארטיקל דעם חודש איבער דעם סעפטעמבער עלעווען מעמאריעל. אין מאנהעטן.
ס'הייסט אפיציעל 911 מעמאריעל אדער 9/11 מעמאריעל? זיי שרייבן 911 מעמאריעל און ס'האט מיר זייער געבאדערט ווען איך האב עס געזעהן. איט דשזאסט לוקס פאני.

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:38 pm

· #41126
זר זהב
משה געציל
געפילטע פיש

איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.

יישר כח.

ג״א מצטרף, איך האב קיינמאל קיין אידיש נישט געשריבן ביז איך האב מיך אהער אריינגעסיינט, איך זע בחוש אז איך האב מיך אסאך צוגעלערנט אין די קארגע פאר חדשים וואס איך שרייב דא. אויב איינער באמערקט עפעס א טעות אין מיין געשרייבעכעץ זאל ער אזוי גוט זיין און מיך לאזן וויסען.

וויסן

וואס איז טאקע די כלל? ווען דארף מען שרייבן א עין פאר די ענדע נין און ווען נישט?

איינער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:22 pm

· #41136
שמעקעדיג

וועגן די טעותים, איך וועל דיר בל"נ שרייבן אין אישית.

wow. איך קען אויף געניסן פון די סערוויס? איך פארשטיי אז צו פאררעכטן אזא עם הארץ ווי מיר איז אסאך שווערער, אבער אמאל אמאל.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:57 pm

· #41191
שמעקעדיג
געפילטע, דיין ספעלינג איז געווענליך גוט, אבער נישט אלץ (כ'האט עס שוין כמ"פ מגיה און מתקן געווען, הגם ממש קלייניגקייטן, טאקע די עי"נ'ס וכדומה).
אבער דיין שפראך איז יא זייער גוט און רייך. צום פינטל, רעדסט נישט צו סך און נישט ווייניג, נוצט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען דיינע נקודות.
אויב איז דאס דיין ערשטע מאל וואס דו שרייבסט אידיש, דאן בין איך ערשטוינט!!!

וועגן די טעותים, איך וועל דיר בל"נ שרייבן אין אישית.

--

משה געציל, דו ביסט אויך גאר גוט אין שרייבן!

שכויעך פאר די קאמפלימענט, אפשר ביזטו טאקע מגלה וואס די סוד פון די עינ'ס איז? ווען לייגט מען עם יא און ווען נישט?

ס'נישט ממש די ערשטע מאל וואס איך שרייב אידיש, איך פלעג שרייבן בלעטער אויף בלעטער "איך וועל נישט רעדן אינמיטן דאווענען" און "איך וועל נישט זיין קיין מחוצף" טויזענטער מאל...

געליינט האב איך יא אסאך אידיש, בעיקר אלץ (אלס?) קינד, מנחם מענדיל, יפה בעיתו, רוב 'שפאנענדע ערציילונגען' פון יאיר וויינשטאק און זיינס גלייכן (ביז איך האב אנטדעקט ענגלישע נאוועלס אלס בחור, פון ראבערט לודלום און דאן בראון און זייער גלייכן) איד, בלאט, צייטשריפט, שטערן, אלעס נאר אלס אינגע בחור, אבער זייט דעמאלס האב איך כמעט נישט געליינט קיין אידיש, חוץ אמאל אמאל שבת ביים שוויגער ווען ס'נאר דא א שטערן אין טוילעט.

וואס איך טוה פאר ספעלינג איז, איך האב אן אלטער שכן, פון די ליטא, און ווען איך בין נישט זיכער ווי אזוי א ווארט שרייבט זיך טראכט איך ווי אזוי ער זאגט עס.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:02 pm

· #41194
אז דו וועסט ליינען (לייענען?) די אלטע אידישע ליכט בענדער וועסטע זעהן (זעען?) גאר אן אנדערע ספעלינג. דאס זאגט מיר אז ס'נישטא קיין כללים פאר אידיש.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:21 pm

· #41196
איך מיין אז אמאל פלעגט (פלעג?) מען לייגען מער vowels אין אידיש, א', ע', י' און ה'ס, היינט קארגט מען מער אויף די אותיות.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:25 pm

· #41199
געפילטע פיש
איך מיין אז אמאל פלעגט (פלעג?) מען לייגען מער vowels אין אידיש, א', ע', י' און ה'ס, היינט קארגט מען מער אויף די אותיות.

קארעקט!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:27 pm

· #41200
שמואל הלוי
וואס האט עס מיט ספעלינג?

פארקערט. דאס מיינט ער ז.ז. צו זאגן. מיטיעראלאדזשי יא. אידיש ספעלינג, נישט. אבער איך בין נישט מסכים מיט איהם. 😂

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:28 pm

· #41202
berlbalaguleh
שמואל הלוי
וואס האט עס מיט ספעלינג?

פארקערט. דאס מיינט ער ז.ז. צו זאגן. מיטיעראלאדזשי יא. אידיש ספעלינג, נישט. אבער איך בין נישט מסכים מיט איהם. 😂

נאו אנו!
נישט אמת!

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:36 am

· #41246
שכויעך יאנקל, איז דא א לאגיק ביהיינד דעם, א צד השוה בהן, וואס זאל דאס מאכן גרינגער צו געדענקען?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:43 am

· #41251
גוואלט געווען א גלייכע זאך איינער זאל אפשרייבען די בעסיק כללים. י און ו פין פון דו די אין און ?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:43 am

· #41253
דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:00 am

· #41267
גוט - Good
גיט - Give

ווען קומט א ס פאר לשון רבים צום סוף?
שרייבער שרייבערס?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:05 am

· #41268
געפילטע פיש
גוט - Good
גיט - Give

ווען קומט א ס פאר לשון רבים צום סוף?
שרייבער שרייבערס?

איבער דעם איז נישט דא קיין כלל. נאר אן א סמך פאר א לשון רבים איז מער פארמאל. מיט א סמך איז מער היימיש, אדער "סלענג".

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:16 am

· #41276
אויב רעדט מען פון "איינצלנע" אפילו ס'מער פון ממש א יחיד וועט מען דאך שרייבן א ל' יחיד. ווי למשל מ'וועט שרייבן: "געוויסע שרייבער" נישט "געוויסע שרייבערס". ווען מ'רעדט צו א רבים זאגט מען "מיינע ברודער" (עיין ערך מונקאטשער רב: מיינע ברודער אין אמעריקע) אויב רעדסטו צו איינעם וועגן דיינע ברודערס זאגט מען "מיינע ברודער'ס".
כ"ז לפע"ד קען זיין איך בין ראנג.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:34 am

· #41287
זר זהב
"מיינע ברודער"

ברידער, [ברודער איז א לשון יחיד].

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:59 am

· #41296
זר זהב
דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג

לאו דוקא. (דער ע' פון איבעריג, דאס איז פילייכט יא איבריג!)
קוק ביי דיר ווי אזוי דו זאגסט עס ארויס.
אויב איז עס ווי מיט א סגול, דאן קומט יא דער ע'.
אויב איז עס ווי א שוא, קומט נישט.

איך בין יעצט איבערגעגאנגען פאר 2-3 מינוט עטליכע תגובות פון עטליכע אשכולות.
איך שרייב ווי אזוי דער ווארט באלאנגט ריכטיג (אן א ע')
און ווי אזוי דער עולם האט דא געשריבן (געשריבען)

זוכן (זוכען / זיכען)
האלטן (האלטען)
פארלוירן (פארלוירען)
אביסל (אביסעל)
געבן (געבען)
לעבן (לעבען) (אקעי, דאס איז א עסן וואס מען עסט מיטן כף הקלע, אבער דאך..)
דארפן/ווארפן (דארפען/ווארפען)

אפשר וועל איך ברענגען נאך.
אבער תן לחכם ויחכם עוד.

אויב זאגט מען א ווארט ווי א סגול, למשל "געגאנגען", דאן קומט יא אן ע'.
זייער אסאך אזעלכע ווערטער שרייבט דא דער עולם נישט ריכטיג, מען פארפעלט דעם ע'.
ווי צב"ש
זענן (זענען)
ברענגן (ברענגען)
בלאט: 1 2