שמעקעדיג, דיין מעטאד איז ארביטערי. ראטה'ס "אידיש ווערטער אוצר" שרייבט ווי פאלגנד (איך לאז אויס אלע דוגמאות):
א. ראטה
אין דער אויסשפראך פון דעם אונגאריש-גאליציאנער (אדער "חסיד'ישער" אידיש, דערקענט מען כמעט נישט קיין חילוק צווישן דער נאכזילבע (suffix) -ן (ווי "מאכן") און דער נאכזילבע -ען (ווי קומען). אינ'אמת'ן איז לכתחלה געווען בלויז די נאכזילבע -ען, ווי מען זעט אין אלטע אידישע ביכער - א שטייגער צאינה וראינה - שטיין "מאכען", און ווי מען שרייבט נאך ביז היינט אויף דייטש (machen). אין דער אויסשפראך פון פויליש-ליטוויש אידיש רעדנדע האט זיך אבער מיט די יארן געשאפן צוויי באזונדערע נאכזילבעס מיט אן אנדערע קלאנג (זיי לייגען א דגש אויפן "ע" ביי "קומען", בעת ביי "מאכן" כאפט מען אריין דעם "ן".) אין שריפטליכען אידיש איז היינט אנגענומען דער כלל, אפילו ביי אונגאריש-גאליציאנע שרייבערס.
דער כלל איז באזירט אויף דעם אות/יות וואס קומט הארט פאר די נאכזילבע.
אויב דער אות פאר דעם ן איז איינער פון די פאלגענדע אותיות, לייגט מען צו די נאכזילבע -ען.
[list]
[*]מ[/*:m]
[*]נ[/*:m]
[*]נג[/*:m]
[*]נק[/*:m][/list:u]
ווען דער אות פאר דעם ן איז א ל, איז דער כלל געוואנדען לויט דעם אות וואס קומט פאר דעם ל.
אויב דער אות פאר דעם ל איז א וואקאל, לייגט מען נישט צו קיין ע.
אויב דער אות פאר דעם ל איז א קאנסאנאנט, לייגט מען צו אן ע.
ווען דער אות פאר דעם ן איז סיי וועלכע אנדער אות אויסער די אויבנדערמאנטע, לייגט מען נישט צו קיין ע.
אן אויסנאם איז ווען דאס אריגינעלע שורש ווארט קומט לכתחלה מיט אן ע צום סוף. דאן לאזט מען אלעמאל דעם ע פאר דעם ן. אפילו ווען עס שטימט נישט לויט די פריערדערמאנטע ספרים.