☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז נאך דא האפענונג, אדער זיך נעמען דאס לעבן?

איז נאך דא האפענונג, אדער זיך נעמען דאס לעבן?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1666
בלאט: 1 2

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:59 am

· #40304
איז נאך דא האפענונג, אדער זיך נעמען דאס לעבן?
דער באקאנטער אידישער קאמידיען שמעון דזשיגאן, שטעלט פאר אין איינע פון זיינע קאמעדיס א גע'פעכט צווישן אים און איינער וואס וויל אייננעמען א פיל פון סם.
יענער שרייט חי וקיים, ער וויל דאס איינעמען און מאכן איינמאל פאר אלעמאל א סוף צו זיין לעבן, זיין שטענדיגער חלום פון ווערן א זינגער איז נישט פארווירקליכט געווארן, און פאר אים איז קיין לעבן אן געזאנג נישט קיין לעבן.
דזשיגאן בעט זיך ביי אים, ווארט אויס, אפשר איז נאך דא האפענונג, אויב איך וועל הערן אייער געזאנג און ס'וועט מיר געפעלן דאן איז אויס טראגעידיע, איך וועל אייך אריין נעמען אין מיין טיאטער, איז ביטע זינגט מיר א שטיקל!
יענער ווערט עטוואס ערמוטיגט, לייגט דעם פיל אין א זייט, עפנט זיין שטימע און הייבט אן זינגען א שטיקל.
"זייט'דזשעט מוחל -רופט זיך אן דזשיגאן, הערנדיג זיין גריצלדער שטימע- נעמט דאס איין" ...

כלפי מה דברים אמורים?

מיר זענען צוגעוואוינט צו הערן און אויך אליין צו זאגן פאר אנדערע אין א פארצווייפלטער מצב צוליב סיי וועלעכער סיבה, אז:

מ'טאר זיך נישט מייאש זיין! עס איז קיינמאל צו שפעט! עס איז אייביג דא האפענונג! ס'וועט נאך זיין גוט! ס'קומט גיטע צייטן! די זון וועט נאך אויך שיינען פאר דיר! טעות לעולם חוזר! מ'קען אלס פאררעכטן! מ'קען זיך טוישן! מ'טאר זיך נישט פילן געפאלן נאך סיי וואס מ'האט געטון! מ'טאר זיך נישט עסן די געזינט! און נאך אזעלעכע תנחומין של הבל

מיין פראגע איז, גלייבט איר טאקע אז יעדער מענטש בכל מצב שהוא, האט נאך האפענונג צו א גליקליך לעבן? איז נישטא אמאל וואס ס'איז ווירקליך צרות ווי א בארג, בחינת מעוות לא יכל לתקון - א שאדן וואס מ'קען נישט פאררעכטן, אדער א אומדערטרעגליכער צושטאנד וואס מ'קען נישט טוישן?

איך באצי זיך נישט כלפי אזעלעכע פראבלעמען ווי שטערבליכע קרענק אדער אומהיילבארער פארוואונדעטע אדער לאנג טערמיניגע טורמע פאראורטיילטע ל"ע, אזעלעכע מסכנים וועט יעדער פארשטיין אז ער איז אויף צרות, און אין עצה ותבונה. איך באצי זיך צו אזעלעכע פראבלעמען וואס כאטש עס ווערט פארשטאנען אלס פראבלעם וועט אבער יעדער האלטן אז ער דארף נאך ערווארטן גיטע צייטן כאטש ס'איז ברור כשמש אז עס זענען פארהאן שוואכע שאנסן

צ.ב.ש. איינער מיט שווערע נאטורן וואס האלט שוין ביים פערטן גט ל"ע, אדער א מיטליעריגער וואס טרעפט נישט קיין הצלחה און סיפוק אין לעבן שפירנדיג אז זיין ישות טרעפט זיך נישט קיין ארט אין גאט'ס וועלט און קומט נישט צום אויסדרוק, און דאס איז נאכן טון אלעס צו טוישן די מצב, אריין גערעכנט טעראפי, וויטאמינען, לערנען, סגולות וכו' אבער אן ערפאלג, און טרעפט זיך אצינד פאר אן אויסגעלאשענעם צוקומפט. אדער איינער ווערט נישט פטור פון א פחד אדער געוויסנביסן אדער אנדערע פאקטן וואס שטייען אים לצנינים בעיניו.

איז נישט פאראן אמאל וואס ס'נישטא קיין אנדער אויסוועג נאר דאס אייננעמען... ווי פלוני בן פלוני האט איבערגעלאזט א צעטל נאכן זיך הענגען, אז "דער רבי ר' נחמן איז געווען גערעכט, פון אלעם איז דא א וועג ארויס"...

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:27 am

· #40312
דו פרעגסט ווייל ס'נוגע למעשה? אדער א רעטארישע שאלה?

רעדן וועגן סואיסייד איז נישט קיין דזשאוק, אויב ברויכט איר הילף רופט 18002738255
פאר די National Suicide Prevention Lifeline
אדער 1800SUICIDE פאר די National Hopeline Network.

ידען » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:32 am

· #40313
איך האלט אז ער מיינט נישט למעשה ווייל אפי׳ ער איז אפשר צובראכען פון פארשידענע זאכן ווי למשל אז סאטמאר רבי זי״ע האט איינגעשטעלט א כאניאקישע אידישקייט, האט נאך חאצקל זאכען אין לעבן וואס געט איהם א גוטע הנאה ווי למשל שרייבען אויף קאווע שטיבל...

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:36 am

· #40314
איך האלט אויך אזוי, נאר בעסער הונדערט מאל אווער-ריעקטן ווי איידער איין מאל אנדער-ריעקטן.

אברעמעל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:38 am

· #40315
די תירוץ איז נישט בלינדערהייט אז ס'גייט נאך גוט זיין, גוט זיין מיינט אז ס'דא פאר אים א געוויסע סאלושען ער דארף עס נאר טרעפן, אמאל איז צייט די סאלושען און אמאל דארף ער זיך פשוט אויסלערנען א וועג וויזוי צו פארנעמען זיינע פראבלעמען, אדער טרעפן די נויטיגע הילף, אבער ס'איז זיכער דא א וועג צו זעהן זיין תכלית אויף די וועלט און איינמאל ער זעהט ווערט אים גרינגער. (די שאלה צו אזא איינער האלט ביים זוכן הילף אין די דירעקציע)

קלאר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:26 am

· #40373
סוסייד אין קיין סעלאשען אויף גארנישט, אוודאי נישט אויפן עולם האמת (יא איך גלייב אין דעם)
ענדערש קום אפ אויף די וועלט וואס איז דיר באשערט אין זיי עס מקבל באהבה די האסט נישט קיין אנונג וויפיל עס לוינט זיך דיר יעדע צרה

No_name » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:45 pm

· #40456
די זאך איז אזוי.
דו קענסט נישט וויסן נאר אויב דו גייסט אדורך דעם וועג, יעצט אויב וועסטו יעצט אייננעמען דעם פיל, וועסטו קיינמאל נישט אויסגעפינען, און אין מיינע אויגן איז דאס א נארישער שריט, ווייל אפשר וועט אין צוויי יאר ארום דיין מזל זיך איבערדרייען און יעצט ווייל דו האסט יעצט איינגענומען דעם פיל וועסטו נישט דערלעבן דעם טאג, און סאיז נישט אזוי ווי דו טרייסט נאך א סאלושן פאר דיין פראבלעם, ווייל דאס איז די לעצטע סאלושן וואס דו קענסט פרובירן, נאכער איז געים אווער...

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:28 pm

· #40682
מיין פראגע איז נישט געצילט צו יא נעמען די לעבן אדער נישט, די פראגע איז צו "האט טאקע יעדער פלאנטער א וועג ארויס" אזוי ווי ס'מורגל בפי אנשים?
איך פרעג עס אויף דעם נוסח כדי מ'זאל נעמען ערנסטער די פראגע, אן נישט קומען מיט טעארעיס און תנחמין של הבל

שרגא » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:40 pm

· #40690
חאצקל
מיין פראגע איז נישט געצילט צו יא נעמען די לעבן אדער נישט, די פראגע איז צו "האט טאקע יעדער פלאנטער א וועג ארויס" אזוי ווי ס'מורגל בפי אנשים?
איך פרעג עס אויף דעם נוסח כדי מ'זאל נעמען ערנסטער די פראגע, אן נישט קומען מיט טעארעיס און תנחמין של הבל


צו ענטפערן דיין פראגע: ניין, נישט יעדע פלאנטער האט א וועג ארויס. מען דארף דעם מציאות נישט לייקענען און עס זענען דא וואס שטארבן דערביטערט.
אבער יעדע פלאנטער האט א שאנס צו האבן א וועג ארויס, אפילו אמאל קוקט עס אויס זייער שווער צו גלייבן. יעצט וויבאלד יעדער אינדיווידועלער מענטש ביי זיינע שוועריגקייטן האט למעשה א שאנס אז עס זאל אים בעסער ווערן, דארף ער האפן אז דאס וועט טאקע געשען און קיינמאל נישט אויפגעבן. (בטחון מיינט לאו דוקא אז מען גלייבט אז עס וועט זיכער זיין גוט [עכ"פ לויט'ן חזון איש], ווייל ווער זאגט, אפשר איז דיר יא אנגעשריבן אז עס זאל דיר זיין שלעכט, צוליב דיינע חטאים אדער אנדערע חשבונות? נאר דו דארפסט האפן און בעטן אז עס זאל דיר זיין גוט, און בעיקר גלייב אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון דעם מנהיג העולם.)

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:40 pm

· #40731
אברעמעל
ס'איז זיכער דא א וועג צו זעהן זיין תכלית אויף די וועלט און איינמאל ער זעהט ווערט אים גרינגער. (די שאלה צו אזא איינער האלט ביים זוכן הילף אין די דירעקציע)

פון וואנעט ביסטו אזוי זיכער דערין?

עסן עסט'זיך » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:43 pm

· #40735
וואס איז מיט אביסל פרידאם אף סואיסייד?

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:53 pm

· #40745
דער תכלית פון דעם אשכול איז נישט אז מ'זאל זיך סוסיידן, נאר אז מען זאל זיין אויפריכטיג און זיך באציען ערנסט צו א לאנג טערמיניגער פראבלעם און פארשטיין דעם חומר המצב, אן די אלע תנחומין של הבל וואס מענטשן ניצן "ס'וועט נאך זיין גוט" וכדו' , כדי מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו א מצב פון שפירן אז מ'וויל סוסיידן.

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:23 am

· #40782
ווייל א שוועריגקייט וואס דער אייבירשטער שיקט פאר א מענטש איז נאר צוליב א תכלית, שרגא איז אביסל מסביר מיינע ווערטער אין די איינגערינגעלטע.

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:25 am

· #40783
יא. ה' ירחם אויב מען איז ל"ע אין א קלעם, שפירט זיך עס ווי אזוי דער מענטש נעמט עס אויף, סאפט אר הארד. אוודאי וויל יעדער וויאזוי עס איז ביי אים זאל עם זיין מזל נאך מער אויפשיינען, און עס זאל עם זיין פיעל בעסער שענער און ליכטיגער און באקוועמער. איך וואונטש עס זאל פאר יעדן גיין נאר צו בעסערונג בעזר הבורא ברוך היא, און מיט א שנעלע אימפעט בס"ד, ולהגדיל תורה ולהאדירה.

עס איז דא די באקאנטע בחינה פון 'גם זו לטובה' [עס איז גרינג צו זאגן פאר יענעם],

עס איז דא די בחינה פון 'הכרת הטוב', וואס מיט אויגן אויפריכטיגערהייט דארף מען, און מן הסתם קען מען אלץ טרעפן בעסערע חלקים אויך, יעדער און זיין מצב,
ועל כל נשימה ונשימה תהלל קה,

אומנות אבותינו, 'תפילה' קען מהפך זיין מדת הדין לרחמים גמורים, והלוואי שיתפלל אדם כל היום זאגט די גמרא דאכציך,

מען דארף דינען דעם אייבערשטען בכל לבבך נפשך מאודך, איז מען נאנט מיטן אייבערשטען, ווערט אלעס צוגאנגען לגבי דעם איין איינציגען באשעפער וואס זיין ליעבשאפט היילט אסאך, און מען איז פארנומען מיטן גדלות הבורא, אז מען זעט אויך שפלות עצמו, ברענגט עס צופרידנהייט,

האמנתי כי אדבר, רעד פון אמונה, חזר אמונה, וועט עס מער אריינגיין און זיך אנקלעיבן זיך צו שטארקן אין יעדע מצב וויפיעל שייך, געהערט אמאל א אויסדריק 'עס איז גוט און עס וועט זיין בעסער בע"ה' (מ'מיינט נישט מיט דעם אז ווען מען עסט זיך אריין אין חריין מיינט מען אז עס איז זיס, נאר באמת אז עס זאל קומען א ישועה שלימה מן השמים, בתוך שאר ישרא'.)

ועוד ועוד, וואס ספה"ק זענען פיל מיט דברים נכוחים.


איין מינוט פון ברסלב, רבי נחמן בן פיגא פארגעס נישט. געב אויך פאר דעם א טשענס,

והעולה על כולנה, אז מען לעבט דערלעבט מען. ויברכך ה', ואנו וכל בית ישרא'.


(ואגב, חצקל, וואס האט דיר געברענט צו עפענען די אשכול??)

elter-zeide » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:56 am

· #40808
דער אמת איז אז א מענטש לעבט מוט ציפרינקייט, דאס מיינט אז זיין נאטור איז אז ער איז ביי זיך ציפרודען, איז נישט קיין נ"מ אין וואס פאר א מצב ער זאל נאר נישט זיין, וועט לעבין רואיג אין פרייליך, אין אויב עס מאכט זיך ביי אים שווערע צייטן וואס טרעפט זיך כסדר, איז נישט געפערליך ווייל זיין נאטור איז אזוי, אז ביז א שטיקל צייט וועט עם גרינגער ווערן, געווענדליך מיט א מוסר ספר, תהילים, אדער זיין רבי, רב, משפיע, ווייב, חבר, (בעסטע איז א געטרייער חבר) דאגה בלב איש ישוחנה, אין אויב זיין נאטאר איז פארקערט, אז ער איז קיינמאל נישט ציפרידען, אין עס פאסירט עם גאר א גיטע זאך וואס לעבט עם אויף, איז דאס נאר אויף א שטיקל צייט, ווייל זיין נאטור איז אז ער וועט ווערין דערביטערט, עם וועט גארנישט נישט העלפן, ער
דארף אויף זיך אליין ארבעטן, אין אויב ער וועט שווער ארבעטן אויף זיך, אויף זיין נאטאר, (וואס דאס איז ביי א יעדעם אנדערש) קען ער זיך טוישען, אין וועט זיך טוישען, דאס נעמט צייט,י

דאס איז נאר א העד-ליין וואס איך האב ביז יעצט געשריבען, אינטער דעם קימט נאך א סאך צי לערנען אין חזרן, יעדעם אויף א אנדערין אופן, אין מ'מיז אויף דעם ארבעטן

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:48 pm

· #40928
טאקע אט דאס וואס הרבנים החשובים ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש האבן געזאגט, געבנדיג באבסקע און טעארעטישע עצות של מה בכך פאר ערנסטע פראבלעמען מיט וואס מענטשן מיטשען זיך שוין צענדליגע יארן, אט דאס רוף איך תנחומין של הבל, וואס נישט נאר וואס איר העלפט נישט דעם באטרעפנדן, נאר מיט אייער נישט פארשטיין דעם חומר המצב שטערט איר אים, און קעגן אייך און אזעלעכע ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול
איך בעט אייך נאר איין זאך כבוד הרבנים, זייט נישט מחזק קיין פארקלעמטע אידן מיט ווערטער ווייל ס'איז דרכן להזיק.

חאצקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:53 pm

· #40933
דעינעש

(ואגב, חצקל, וואס האט דיר געברענט צו עפענען די אשכול??)

דער גרינגשעצונג מיט וואס איר באציט זיך צו די סיבה פונעם פתיחת האשכול ווייזט מיר וואס פאר א גרויסער פארשטייער איר זענט אין עניני הנפש...

דעינעש » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:23 pm

· #40947
זיי מיר ביטע מוחל, חצקל טייערע.

אטא דאס וואס איר שרייבט אז מיר האבן נישט געגרייכט אין ציל, וואס מיר פארשטייען אז עס קען זיין מעגליך, ווי איר ברענגט טאקע ווידער ארויס, תנחומין .., משום הא, האבן מיר געקלערט אפשר אויב איז אין אונזער כח אייך בעסער צו פארשטיין, אויב איר וועט זיך ערלויבן, זיך בעסער מסביר צו זיין, וואס אפשר די סיבה פונעם פתיחה קען צוגעבן.
אלזא, זיי אינז מוחל. ידינו מסולקת פינעם פריערדיגע פראבע.


חאצקל
טאקע אט דאס וואס הרבנים החשובים ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש האבן געזאגט, געבנדיג באבסקע און טעארעטישע עצות של מה בכך פאר ערנסטע פראבלעמען מיט וואס מענטשן מיטשען זיך שוין צענדליגע יארן, אט דאס רוף איך תנחומין של הבל, וואס נישט נאר וואס איר העלפט נישט דעם באטרעפנדן, נאר מיט אייער נישט פארשטיין דעם חומר המצב שטערט איר אים, און קעגן אייך און אזעלעכע ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול
איך בעט אייך נאר איין זאך כבוד הרבנים, זייט נישט מחזק קיין פארקלעמטע אידן מיט ווערטער ווייל ס'איז דרכן להזיק.

ועל דהא רעדה אחזתנו, ולה' הישועה,

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:58 pm

· #40955
איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

טעפל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:09 pm

· #40965
זר זהב
איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

שיין, די ביסט גלייך צוריקגעקומען צום קאווע שטיבל...

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:22 pm

· #41053
זר זהב
איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

איז קאווע שטיבל דיין גן עדן אדער גיהנום?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:57 pm

· #41172
מיין כף הקלע

Shmilly » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:00 pm

· #41193
חאצקל
טאקע אט דאס וואס הרבנים החשובים ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש האבן געזאגט, געבנדיג באבסקע און טעארעטישע עצות של מה בכך פאר ערנסטע פראבלעמען מיט וואס מענטשן מיטשען זיך שוין צענדליגע יארן, אט דאס רוף איך תנחומין של הבל, וואס נישט נאר וואס איר העלפט נישט דעם באטרעפנדן, נאר מיט אייער נישט פארשטיין דעם חומר המצב שטערט איר אים, און קעגן אייך און אזעלעכע ווי אייך האב איך געעפנט דעם אשכול
איך בעט אייך נאר איין זאך כבוד הרבנים, זייט נישט מחזק קיין פארקלעמטע אידן מיט ווערטער ווייל ס'איז דרכן להזיק.




איך האלט יא מיט ר' עלטער זיידע און ר' דעיניש אז זיי זענען גערעכט

איך רעד פון עקספריאנס... (נישט אזוי ווייט ביז סאוסייד אבער גענוג ביטער אז חזל זאגען חשוב כמת)

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:23 pm

· #41197
זר זהב
איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.

איך וויל מיר קלאר מאכן. (די ריכטיגע ספעלינג וואלט געווען "לעבן", אבער וואס קען איך טוהן אז מ'כאפט נישט מיינע קארני וויצן)
leben.jpg

שטערן » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:34 pm

· #41205
י

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:43 am

· #42023
האט זיך דער גאנצער שמועס געענדיגט מיט א דזשאוק?

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 12:58 am

· #42025
שרגא
חאצקל
מיין פראגע איז נישט געצילט צו יא נעמען די לעבן אדער נישט, די פראגע איז צו "האט טאקע יעדער פלאנטער א וועג ארויס" אזוי ווי ס'מורגל בפי אנשים?
איך פרעג עס אויף דעם נוסח כדי מ'זאל נעמען ערנסטער די פראגע, אן נישט קומען מיט טעארעיס און תנחמין של הבל


צו ענטפערן דיין פראגע: ניין, נישט יעדע פלאנטער האט א וועג ארויס. מען דארף דעם מציאות נישט לייקענען און עס זענען דא וואס שטארבן דערביטערט.
אבער יעדע פלאנטער האט א שאנס צו האבן א וועג ארויס, אפילו אמאל קוקט עס אויס זייער שווער צו גלייבן. יעצט וויבאלד יעדער אינדיווידועלער מענטש ביי זיינע שוועריגקייטן האט למעשה א שאנס אז עס זאל אים בעסער ווערן, דארף ער האפן אז דאס וועט טאקע געשען און קיינמאל נישט אויפגעבן. (בטחון מיינט לאו דוקא אז מען גלייבט אז עס וועט זיכער זיין גוט [עכ"פ לויט'ן חזון איש], ווייל ווער זאגט, אפשר איז דיר יא אנגעשריבן אז עס זאל דיר זיין שלעכט, צוליב דיינע חטאים אדער אנדערע חשבונות? נאר דו דארפסט האפן און בעטן אז עס זאל דיר זיין גוט, און בעיקר גלייב אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון דעם מנהיג העולם.)


קען דען יעדער מציאות'דיגע פלאנטער האבן א וועג ארויס? זיכער נישט. גאר אסאך פראבלעמען, לדוגמא ארימקייט, 'עלען זיך לאו דוקא אמאל טוישן. אבער איז דען דאס די גאנצע שאלה? לויט ווי 'ך פארשטיי פרעגט דא חאצקל אויך לגבי דעם עצם לעבן פונ'ם מענטש, צו ער האט נאך האפנונג צו האבן אמאל א שמייכל, א גוטן טאג, א טאג אן פיין. און אויף דעם איז דער תירוץ זיכער יא! יעדן פראבלעם (כמעט) איז שייך בהמשך הימים צו גרינגער מאכן פונ'ם פערספעקטיוו פונ'ם נפש. דער מענטש וואקסט, נייע מעגליכקייטן פון הרגשים עפענען זיך, און אטאמאטיש איז דער דינאמיק פון זיין נפש בכלל נישט די זעלבע ווי ס'געווען א טאג פריער ווען דער פלאנטער האט אויסגעזען צו האבן א וועג אראפ נאר דורך די מיטן פונ'ם בריק.

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:07 am

· #42028
איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגון שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטשליכן נפש נישט געברענגט דערצו אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 1:22 am

· #42033
חאצקל
איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגן שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטליכן נפש נישט געברענגט דערצי אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?


דאס א א מענטש האט א מעגליכקייט ארויס פון זיין (נפשיות'דיגן) פראבלעם מיינט נאכנישט אז ער מוז ארויסגיין דערפין. 'ך רעד פון איינער וואס וויל ארויס פון זיין פראבלעם און ערלויבט מענטשן עם צו העלפן. 'שטייטזיך אז הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל, און אויב די איינציגער מענטשן ביי וועם ער זוכט הילף זענען רויבער אדער סתם נישט טויגליך 'עט ער לאו דוקא אנקומען.

קווארטין » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:39 pm

· #42300
ר' חצקאל, קאניך נאך אריינשפרעכן?

קודם לאמיך דא אראפ ברענגן א שטיקל גמ' אין מסכת פסחים דף נד: וואס האט מיך זייער שטארק מחזק געווען וועניך האבעס געלערנט, און איך מיין אז יו קען יוז איט עס וועל, די גמ' זאגט דארטן, תנו רבנן, 7 זאכן זענען פארהוילן פון א מענטשן, וכו. "ויום הנחמה" זאגט דארט רש"י אויפן פלאץ, יום שכל אדם יתנחם מדאגתו אין אידיש, די טאג וואס דער מענטש וועט זיך טרייסטן פון "זיין" דאגה, און סעט קומען זיין ישועה אויף זיין צרה, און ווי דער "בן יהוידע" איז מסביר אז ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט מתי יום ישעתו, וואלט ער זיך נישט מצער געווען אויב ס'יז נאר א קורצע תקופה, והרי מטרת היסורין כדי א מענטש זאלזיך מצער זיין און אדורך דעם צער ויכפר על עונותיו. אדער פארקערט, אויב א מענטש וועט וויסן אז דער יום הישועה איז נאך ווייט, וועטער האבן סך א שטערקערע צער פון וויפיל סיזעם אנגעשריבן, אזוי (אז דער מענטש ווייסט נישט) לעבט ער כאטש יעדן טאג מיט האפענונג להשם אז בקרוב וועטער אים ארויסנעמען פון קלעם ע"כ. (געלערנט אין "עין יעקב המבואר")

איך פערזענליך האב ארויסגענומען זייער א שטארקע חיזוק פון די גמ', און איך גלייב אז סכ"ס זעעטזיך א יעדער מיט זיין ישועה, און בעצם קום איך נישט צופיל צוצילייגן וואס אנדערע מגיבים האבן אזוי שיין געשריבן, איך קען נאר באשטיין צו "שערן" מיט דיר וויזוי איך מיין אייגענע פראקטיק.

ראשית ווען כ'ציל אנצוקומען צו עפעס, און פארשטייטזיך נישט אלעמאל גייטעס וויזוי מ'וויל, סוף כל סוף ווייסטאך דער רבוש"ע וואסיז בעסער, בעטיך אויף מאמע לשון בערך אזוי: רבוש"ע איך ווייס דאך נישט, אבער דו ווייסטאך יא, העלף מיר אנקומען צו וואסיך שטרעב, און אויב ס'איז נישט באשערט, אדער סיז נאכנישט אנגעקומען די ריכטיגע צייט, דאן העלף מיר "אז כ'זאל עס נעמען איזי, און אוודאי ח"ו נישט צום הארצן" נאר איזי איזי נא, דעס בעטיך א סך מאל, און ב"ה ס'האט מיר שטארק געהאלפן.

זייער א סך מאל וואלט שוין א מענטש שלום געמאכט מיטן מצב, אבער די סאושעל פרעשער, די מה יאמרו הבריות באדערטעם זייער שטארק, אבער כאבזיך שוין פון דעם אויך אויסגעלערנט אפצולאכן (זוי מיינעך), קודם יעדער מענטש האטזיך זיינע דאגות, און מ'רעדט נאר פון יענעם אויב יענער איז מוציא דאגתו בפניו, אבער אויב מ'פריזענט אויפגעלייגט דען איז עווערי טינג פיין.


א סך מאל קען א מענטש זעען השגחה ביי געוויסע זאכן יא, און ביי געוויסע זאכן זעעט ער נישט ווי ער וואלט געוואלט זעען, דעיסיז די גרעסטע ראיה אז דער בורא איז עומד ומנהיג, ברצותו וכו.
ס'יז זייער וויכטיג, ווי אנדערע דא האבענעס שוין אויך באמערקט, קודם צו קוקען אויף די גוטע חלקים, די זיסע קינדער,זיינע חסדים "טאטי ווארט צו הערן א שכויעך פון אונז, אין דער עיקר צו בעטן און צו בעטן און נישט אויפגעבן

חאצקל » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:46 pm

· #42305
דבילה
חאצקל
איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגן שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטליכן נפש נישט געברענגט דערצי אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?


דאס א א מענטש האט א מעגליכקייט ארויס פון זיין (נפשיות'דיגן) פראבלעם מיינט נאכנישט אז ער מוז ארויסגיין דערפין. 'ך רעד פון איינער וואס וויל ארויס פון זיין פראבלעם און ערלויבט מענטשן עם צו העלפן. 'שטייטזיך אז הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל, און אויב די איינציגער מענטשן ביי וועם ער זוכט הילף זענען רויבער אדער סתם נישט טויגליך 'עט ער לאו דוקא אנקומען.

נו,אויב אזוי, קומען מיר צוריק צו די פראגע מיט וואס איך האב אנגעהויבן דעם אשכול!!!

קווארטין » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:06 pm

· #42313
חצקאל, זוי ווי כאב געשריבן מיין לאנגע תגובה פון מיין "קלוגע פאון" האבעך נאר געוואלט צולייגן דיפאלגענדע ווערטער:
. מיט דאנק, קווארטין

נ.ב. אין בלאט, אינעם רובריק "פון פענע צום בלאט" איז דא א שיינע בריעף אין די נושא, בשם הרב קאהן, בן אדמו"ר מתו"א ז"ל.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:18 pm

· #42322
חאצקל
דבילה
חאצקל
איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגן שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטליכן נפש נישט געברענגט דערצי אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?


דאס א א מענטש האט א מעגליכקייט ארויס פון זיין (נפשיות'דיגן) פראבלעם מיינט נאכנישט אז ער מוז ארויסגיין דערפין. 'ך רעד פון איינער וואס וויל ארויס פון זיין פראבלעם און ערלויבט מענטשן עם צו העלפן. 'שטייטזיך אז הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל, און אויב די איינציגער מענטשן ביי וועם ער זוכט הילף זענען רויבער אדער סתם נישט טויגליך 'עט ער לאו דוקא אנקומען.

נו,אויב אזוי, קומען מיר צוריק צו די פראגע מיט וואס איך האב אנגעהויבן דעם אשכול!!!


לאמיר אלזא זיך אומקערן צום פתיחת האשכול, און מ'עמער נעמען דעם ביישפיל וואס דו ברענגסט דארט:

חאצקל
איינער מיט שווערע נאטורן וואס האלט שוין ביים פערטן גט ל"ע, אדער א מיטליעריגער וואס טרעפט נישט קיין הצלחה און סיפוק אין לעבן שפירנדיג אז זיין ישות טרעפט זיך נישט קיין ארט אין גאט'ס וועלט און קומט נישט צום אויסדרוק, און דאס איז נאכן טון אלעס צו טוישן די מצב, אריין גערעכנט טעראפי, וויטאמינען, לערנען, סגולות וכו' אבער אן ערפאלג, און טרעפט זיך אצינד פאר אן אויסגעלאשענעם צוקומפט. אדער איינער ווערט נישט פטור פון א פחד אדער געוויסנביסן אדער אנדערע פאקטן וואס שטייען אים לצנינים בעיניו.

איז נישט פאראן אמאל וואס ס'נישטא קיין אנדער אויסוועג נאר דאס אייננעמען... ווי פלוני בן פלוני האט איבערגעלאזט א צעטל נאכן זיך הענגען, אז "דער רבי ר' נחמן איז געווען גערעכט, פון אלעם איז דא א וועג ארויס"...


דאס אז דער מענטש האלט שוין ביים פערטן גט איז זיכער א גרויסער פראבלעם. זיינע שאנסן אויף צו טרעפן א נייעם בחירת לבו זענען קלענער געווארן ביי א פאקטאר פון פיר. אבער דאס איז לכאורה נישט די עיקר פראבלעם (אין קאנטעקסט פון דיין שמועס) וואס דער מענטש האט יעצט. זיין עיקר פראבלעם איז וויאזוי מאכט ער שלום מיט זיך אליין, מיט דעם ביטערן מציאות פון זיין אזוין דורכפאל. וויאזוי קום 'ך אריין אין בעסמעדרעש דעם שבת צו מיינע חברים. וואס 'עלעך טון טאמער יאחצעל 'עט מיר שלעפן דעם עטרה און שרייען "שוין צייט - גענוג געווען!" און נאכמער ווי דעם, וויאזוי 'עלעך מיר קוקען אין שפיגעל דעם אויף דער נאכט! וואס 'עלעך זען דארט? דעם משוגענע דורכפאל וואס מיין כיתה ג' רבי האט מיר שוין פאראויס געזאגט כ'על זיין? און אויב שוין 'עלעך דורכשטופן די נאכט אן קוקן אין שפיגל, וואס 'עלעך טון אז בשעת א שפאציר אין גאס קומט מיר אקעגן די קאלוזשע!

אט די שרעקליכע שאלות, דער ביטערע טעם, אט דאס איז די סם המות. דאס שטופט עם אריבער דעם בריק. דאס איז די איינציגע זאך וואס 'עט עם פארמיידן פון דארפן זיך אליין משפט'ן. און נאכמער, דער מציאות פון זיך אליין משפט'ן, און פון זוכן זיך דערפין ארויסצודרייען, דאס קען גאר זיין די סיבה פארוואס ער האט זיך לכתחלה גע'גט פיר מאל! 'שטייטזיך אז כ'בין נישט דן דער מענטש און כ'זיך נישט צוצולייגן צו זיינע משפטים ודינים, אבער דאך, אז ס'האלט שוין ביים בריקל, אידעך וויכטיג צו הערן דעם אמת איינמאל פאר אלעמאל.

יעצט לעיקר השאלה, צו איז שייך דערפין ארויס. זיכער איז שייך דערפין ארויס! וועט ער אמאל קענען לייקענען אז ער האט זיך פיר מאל גע'גט? זיכער נישט! ער וועט זיך שטעלן ביים טעראפיסט און דער טעראפיסט וועט ברחמים ותחנונים, און צומאל בקולות וברקים, עם אוועק שטעלן אויף די פיס און עם מאכן ערקלערן: יא! כ'בין א דורכפאל וואס האט זיך פיר מאל גע'גט און כ'קען נאך אלץ האבן א לעבן און זיין א מענטש מיט געזונטע שטרעבונגען, און בהמשך, נאכ'ן ערהוילונג, קען ער גאר טרעפן א בת זוג לפי מזג נפשו!

מילא בעט 'ך דיר טייערע חאצקל, טו דאס נישט! יא, דו ביסט מסתמא א דורכפאל, און אפשר גאר וועסטו מיט דיין יעצטיגן מעסטער אייביג זיין א דורכפאל. אבער טרעף דיר א גוט'ן טעראפיסט 'עסטו אפשר זען אז דיין מעסטער דארף נאר א טון אפ און מיט דיין פרישערע מעסטער איז שייך צו זיין פרייליך און צוביסלעך ווערן געזונט, ביז ד'עסט זוכה זיין צו האבן שלום בעצמותיך!

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:21 pm

· #42325
קווארטין, איך ווייס נישט אויב דאס איז וואס חאצקל האט געזוכט, פון רעליגיעזען שטאנדפונקט איז דאך קלאר אז מ'דערלייגט פון מאבד עצמו לדעת, איך גלייב אז ער פרעגט פון בלויז לאגישען שטאנדפונקט, אבער צוצולייגן צו וואס דו האסט געזאגט, האב איך געהערט טייטשן די פסוק "הראינו השם חסדך" דוד המלך בעט פונעם רבש"ע, מיט ווייסן דאס אז אלעס וואס דו טוסט איז צום גיטען, נאר מיט זעען עס נישט אלעמאל, בעט איך דיר באשעפער, הראנו השם, ווייז מיר ביטע אז איך זאל קענען זיך מיט מיין פליישיגע אויגן, אז דאס איז חסדך, און נישט אז איך זאל דארפן גלייבן, נאר איך זאל טאקע זען אז ס'גוטס.

און צו דיר חאצקל, פון ריין לאגישען פוינט אוו וויאו, אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, אויב ענדיגט מען דאס לעבן איז הונדערט פראצענט אז בעסער וועט עס שוין נישט ווערן, סא ווארט אויס, אזוי האסטו נאך א טשאנס אז ס'וועט בעסער ווערן, איך קען דיר נישט צוזאגן אז ס'גייט בעסער ווערן, אבער א גוטע טשאנס איז נאך דא, לוינט נישט צו דערלייגן די טשאנס מיט ביידע הענט.

----

דבילה האקט גוט.

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:15 am

· #42365
[quote="געפילטע פיש"]קווארטין, איך ווייס נישט אויב דאס איז וואס חאצקל האט געזוכט, פון רעליגיעזען שטאנדפונקט איז דאך קלאר אז מ'דערלייגט פון מאבד עצמו לדעת, איך גלייב אז ער פרעגט פון בלויז לאגישען שטאנדפונקט, אבער צוצולייגן צו וואס דו האסט געזאגט, האב איך געהערט טייטשן די פסוק "הראינו השם חסדך" דוד המלך בעט פונעם רבש"ע, מיט ווייסן דאס אז אלעס וואס דו טוסט איז צום גיטען, נאר מיט זעען עס נישט אלעמאל, בעט איך דיר באשעפער, הראנו השם, ווייז מיר ביטע אז איך זאל קענען זיך מיט מיין פליישיגע אויגן, אז דאס איז חסדך, און נישט אז איך זאל דארפן גלייבן, נאר איך זאל טאקע זען אז ס'גוטס.

שיינע טייטש, איך האב זיך בעיקר באצויגן צו וואס חאצקל האט געשריבן אין ערשטן העלפט פונעם קעפל "צו איז נאך דא האפענונג", ווי אויך האט ער עס עטליכע ערווענט אין זיינע תגובות, נעמליך "צו ס'יז נאך דא האפענונג פאר א מענטש וואס גייט אים אנדערש ווי ער האע געוואלט" (כ'וויל נישט נוצן די ווארט "ס'גייט אים נישט גוט"), פארדעם איז די גמרא הנ"ל זייער א שטארקע חיזוק. כאב זיך אבער נישט באצויגן אויפן צווייטן העלפט, פון "נעמען זיך ס'לעבן", לויט ווי כאב פון אים אליין פארשטאנען איז נישט דאס זיין עיקר שאלה.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:15 am

· #42367
איך בין יעצט אויפן וועג צוריק פונעם בריק ממש ווי א נייער מענטש, איר האט מיר געראטעוועט דער לעצטער מינוט פון אריבער גיין דעם צוים, אלס ווייל איר האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר אז איך זאל עס נישט טון

א דאנק אייך מיינע לעבנס רעטער ר' דבילה, און ר' געפילטע

קווארטין » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:18 am

· #42371
עד כדי כך???

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:21 am

· #42373
חאצקל
איך בין יעצט אויפן וועג צוריק פונעם בריק ממש ווי א נייער מענטש, איר האט מיר געראטעוועט דער לעצטער מינוט פון אריבער גיין דעם צוים, אלס ווייל איר האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר אז איך זאל עס נישט טון

א דאנק אייך מיינע לעבנס רעטער ר' דבילה, און ר' געפילטע

מאכסט חוזק? מעגסט.

פיקציע » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:51 pm

· #42835
זע די אשכול וואס איך האב געעפענט אין קאווע שטיבעל איבערגעטייטשט פון א גוי וועלכע האט זיך געשטארקט איבער זיינע געפילן זיך צו נעמען דאס לעבן, נאכן עס פרובירן און דורכפאלן.

חאצקל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:49 pm

· #42883
ישר כח, איך האב געליינט דעם ארטיקל, און טאקע לזה התכונתי מיטן עפענען דעם אשכול, זיך שטארקן די געפילן קען מען אפט מאל נאר נאכן זיך פרעגן דער פראגע מיט וואס איך האב אנגעהויבן דעם אשכול

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 5:55 pm

· #43260
חאצקל
איך בין יעצט אויפן וועג צוריק פונעם בריק ממש ווי א נייער מענטש, איר האט מיר געראטעוועט דער לעצטער מינוט פון אריבער גיין דעם צוים, אלס ווייל איר האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר אז איך זאל עס נישט טון

א דאנק אייך מיינע לעבנס רעטער ר' דבילה, און ר' געפילטע

אויך דארפט איר געדענקען אז דאס וואסער איז זייער קאלט. און דאן איז שוין נישט דא קיין וועג אויף צוריק. אפילו מען וויל.

חאצקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 12:31 am

· #43432
חוץ טאמער דער לויתן וועט מחליט זיין צוריק צו שיקן דעם גאלדענעם רינגל פאר דעם סולטאן...

ברוין » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:46 am

· #43481
יעדעס מאל איך זע דעם אשכול צוריק ארויפקומען קלער איך צו מיר. ב"ה ער לעבט נאך

חאצקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:35 pm

· #43792
דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין, אפשר בין איך דיין ערגסטער שונא מיט וועם דו האסט שוין יארן לאנג א חשבון?!...

חאצקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 8:37 pm

· #43793
צוריק צו אונזער נושא:

פארוואס האט רבקה זיך אויסגעדרוקט מיט די ווערטער "קצתי בחיי"?

פארוואס האט רחל זיך אויסגעדרוקט מיט די ווערטער "ואם אין מתה אנוכי"?

פארוואס האט יונה הנביא זיך אויסגעדרוקט מיט אזעלעכע ווערטער ווי "טוב מותי מחיי"?

פארוואס האט שלמה געשריבן אזעלעכע ווערטער "משבח אני את המתים שכבר מתו, מן החיים אשר המה חיים עדנה "?

ווי פאסן אזעלעכע ווערטער פאר א איד?...

חאצקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:41 pm

· #43813
פאקטן איבער סועסיידערס אין די וועלט

איך ציטיר פון דער סייד "טיפולנט":

דער פראצענט פון סועסייד (גערעכנט פון 1990) איז אנדערש אין יעדע מדינה, אבער אין U.S.A. (וואס האט א מיטלגאטיגער פראצענט מער ווייניגער) קומט פאר בערך 30,000 סועסייד א יאר, און צוגאב צו נאך 600,000 סועסייד פראוועס וועלעכע ענדיגן זיך נישט מיט טויט. דער פראצענט איז געבליבן סטאבול במשך צענדליגער יארן, אבער די פראצענט פון יוגנטליכע און קינדער ווערט מער און מער.

חאצקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 9:54 pm

· #43815
המשך פון פריער:

די צאל מענער סועסיידערס זענען 4 מאל העכער ווי די צאל פרויען סועסיידערס, ווען רוב מענער סועסיידערס זענען העכער 45, און די פרויען- העכער 55. מצד שני, די צאל סועסייד פראוועס ביי פרויען זענען 4 מאל העכער ווי די צאל ביי מענער; ייתכן אז דער קאנטראסט נעמט זיך פון דאס באניצן זיך מיט פארשידנארטיגע סועסייד מיטלען- מענער נייגן צו סועסיידן מיט אגרעסיווע וועגן, ווי שפרינגען, הענגען און שיסן, בעת פרויען זענען גענויגט זיך צו באניצן מיט פילן און סם.

עס איז א לאנגער ארטיקל און אנאליז איבער דעם ענין, איך האף איבערצוטייטשן דעם ארטיקל בשלימות און צוטירן דא

וואס איז אייער מיינונג, זאל איך ווייטער צוטירן, אדער נישט און אויך אויסמעקן דאס וואס איך האב ביז יעצט צוטירט?

אויס מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:25 pm

· #43820
לאמיר דיר געבן א פאר עצות אפשר וועט דיר דאס אוועק נעמען דיין אפעטיט צו נעמען דאס לעבן:
טויש דיין הוט צוו וועלכע עס שמעקט דיר {דיינע בעלי חובות וועלן דיר נישט מער דערקענען}
לאז דיין ווייב דרייוון {אן עול אראפ פון קאפ}
טוה איר אן הויזן { עס קען זיין דאס וועט דיר מער ציען צי איר}
רייס איר אן די ביינער {דיין כעס וועט נאכלאזן, אין זי וועט זיין די כפרה פאר אלע דיינע שונאים}
זאג הלל ה' אייר גיי צום כותל וכו' וכו' {דער רבי זי"ע וועט עקספייערן ביי דיר}
און דערנאך דערצייל אונז די רעזאלטס
אפשר אפשר איז עס די וועג ארויס פון יעדן פלאנטער

villager » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:25 pm

· #43821
געווען אמאל א גוי אין ענגלאנד וואס האט שוין אסאך מאל געטרייט צו באגיין זעלבסמארד ולא עלתה בידו דער שלימזלנות האט אים אלעס צוגענומען אפילו דעם זיסן טויט, ויהי היום האט ער אפגעמאכט אז היינט גייט עס זיין , יעבור עלי מה עס מוז געלונגען ער וועט טהון אלע ארבע מיתות בית דין און איינס וועט מוזן ארבעטן, וכך הי' עושה: ער האט ארויפשפאצירט צו א הויעכן פעלזן שטיין וואס שטעקט זיך ארויס איבער א טיפן טאל, ער האט זיך מיטגענומען א באטל טיילענאל, א שטריק, א גאן, און אויל מיט פייער, ער האט געפלאנט ערשט אראפצושלינגן דעם טיילענאל דערנאך וועט ער זיך אונטערצינדן און ברענעדיגערהייט וועט ער זיך ערשט שיסן און דערנאך שפרינגן, אויב סיי וואס עס זאל נאר דורכפאלן וועט ער האבן 4 אנדערע בעקאפ וועגן וואס וועט ארבעטן, אווערדאוז, פארברענען, הענגען, שיסן און שפרונגען,

אומר ועושה אנקומענדיג האט ער זיך קודם אווערדאוזט דערנאך רואיגערהייט צוגעבונדן דעם שטריק און אונטערגעצינדן ער גיט א שפרונג און א צו דעם טריגערל, אבל מה עשה הקב"ה? דער קויל האט אויסגעשאסן און איז אריין אינעם שטריק, דער שטריק האט זיך איבערגעריסן און ער איז אראפגעפאלן אינעם טאל, אונטן איז געווען א פאדל וואסער פון א נעכטיגן רעגן וואס האט פארלאשן דעם פייער, פונעם שטארקן קלאפ האט ער געהאט יסורים און געשריגן הויך פאר הילף, פונקט איז דארט אריבער א פאראמעדיק און האט אים אריינגעפירט אין האספיטעל ווי מ'האט אים ארויסגעפלאשט דעם טיילענאל ועל זה אמר התנא על כרחך אתה חי...

חאצקל » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:30 pm

· #43824
מורי ורבותי, מיין ציל דא איז נישט עפעס אנדערש ווי דעקן דעם נושא פון אלע זייטן און ארויס קומען מיט א קלארקייט איבער דעם ענין און וויסן וויאזוי מ'נעמט א ייאוש'דיגער מצב אי די הענט אריין,

עס איז א סארט קאגנעטיוו טעראפי
בלאט: 1 2