☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט

ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16408

איך הער.. » מאנטאג יולי 10, 2023 11:33 pm

· #531193
ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט
אן אינטערעסאנטע פענאמאנאן איז פארהאן, א רב א זון פון סאטמאר'ע רב פון וויליאמסבורג, אן אייניקל פון מהר"א, וואס פארמאגט אן אייגענע יו טיוב טשענעל ווי ער לערנט פאר שיעורים בטוב טעם ודעת, און נישט סתם עפעס ישיבה'שע שיעור עיון, נאר ער לערנט פאר דברים העומדים על הפרק, אנגעפילט מיט אלעם פון פילאזאפיע ביז היסטאריע, אלגעמיינע חכמות און אלעס אינדערמיט, ער קען צומאל זאגן זאכן וואס מאנכע וואלטן גערופן קאנטראווערסיאל אדער נישט פאליטיקלי קארעקט על פי "סיסטעם", ח"ו אז ער זאל זאגן עפעס נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, אבער פארט קען עס טרעטן געוויסע אויף די הינער אויגן.

קיין סאך אינפארמאציע האב איך נישט געזען איבער אים א חוץ פון א אינטערוויא וואס ער האט געגעבן אין די מאמענט מאגאזין, ווי ווייט איך האב געהערט איז געווען א שטיקל פאליטיק ביים אים אין בית מדרש וואס צוליב דעם האט ער אויפגעגעבן די רבנות דארטן, ער האט דאכצעך מיר געעפענט נאך א בית מדרש וואס ער האט שפעטער ווידער פארמאכט, פארוואס ווייס איך נישט.

איך בין נייגעריג אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער אים, אדער וואס די פאליטיק איז געווען דארטן, און ווי מען קען הערן נאך פון זיינע שיעורים.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 10, 2023 11:50 pm

· #531194
עפעס א אשכול איז שוין געווען דערוועגן

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=14986

ששון ושמחה » דינסטאג יולי 11, 2023 12:25 am

· #531198
גייסט לייגן א לינק צו זיין טשענעל, אדער ביסט מיר מטריח?

איך הער.. » דינסטאג יולי 11, 2023 12:33 am

· #531200
Re: ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט

צקון לחש » דינסטאג יולי 11, 2023 9:53 am

· #531213
איז ער אן אייניקל פון מייזליש?
עפעס אזוי געדענק איך פון די מאמענט ארטיקל

אמאהלגעקעננט » דינסטאג יולי 11, 2023 11:51 am

· #531225
אביסל געקיקט װערי אימפרעסט!

איך הער.. » דינסטאג יולי 11, 2023 11:58 am

· #531226
Re: ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט
צקון לחש
איז ער אן אייניקל פון מייזליש?
עפעס אזוי געדענק איך פון די מאמענט ארטיקל
ער איז א איידם ביי מייזליש

די אנדערע זייט » דינסטאג יולי 11, 2023 2:28 pm

· #531251
איך הער..
צקון לחש
איז ער אן אייניקל פון מייזליש?
עפעס אזוי געדענק איך פון די מאמענט ארטיקל
ער איז א איידם ביי מייזליש
ער איז נישט א איידעם, נאר א אייניקעל.

זיין טאטע הרב מענדיל (בנו בכורו פון מהר"א) אב"ד סאטמאר ווס"ב איז א איידעם ביי (זיין פעטער) הרב בעריש מייזליש אב"ד סאטמאר ב"פ (חתן הברך משה)

ער אליינס איז א איידעם ביי האדמו"ר מ'מאשאלוי

איך הער.. » דינסטאג יולי 11, 2023 2:59 pm

· #531252
אן אינטערעסאנטע שיער וואס כ'האב געזען פון אים לעצטענס דא איז געווען וועגען פילגש בגבעה, דארט זאגט ער אביסל אנדערש אדער לייגט צי אביסל פרטים ווי @שמן למאור האט געשריבן און זיין אשכול, ער זאגט אז דער "איש לוי" איז געווען יהנתן וואס איז געווען אן איינקיל פון משה רבינו, און דער גאסט געבער איז געווען "מיכה" וואס משה רבינו האט ארויסגענימען פון וואנט און מצרים און דער אייבערשטער האט אים דאן געווארענט אז ער וועט נאך אנמאכן צרות פאר כלל ישראל און וואס האט שפעטער געבויט פסל מיכה.

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 11, 2023 3:07 pm

· #531253
זיין מעלה איז, וויפיל כ'האב געזען, אז ער פארענטפערט זייער אסאך מעשיות וואס אונז קוקן אן פאר חטאים, מיט זייער שכל'דיגע און פארשטענדליכע תירוצים, אזוי אז דער המון עם קען אים אויסהערן.

cictim » דינסטאג יולי 11, 2023 4:24 pm

· #531256
אמאהלגעקעננט
אביסל געקיקט װערי אימרעסט!
זיינע אויגן זענען נישט רוהיג, טיפיקל היימישע insecurity ס'מאכט שווער צוזעהן בשעת'ן הערן.

שלמה משנתו » דינסטאג יולי 11, 2023 4:40 pm

· #531259
דער זאגט פיין, א חידוש פון א רביש אייניקל.

שלמה משנתו » דינסטאג יולי 11, 2023 4:41 pm

· #531261
cictim
אמאהלגעקעננט
אביסל געקיקט װערי אימרעסט!
זיינע אויגן זענען נישט רוהיג, טיפיקל היימישע insecurity ס'מאכט שווער צוזעהן בשעת'ן הערן.
וואס האט דאס מיט היימישע? ס'איז זיין טיפ, קאכעדיגע בלוט, אדער אפשר אזא ADHD.