☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פארוואס דער באשעפער דארף אונזער הודאה און תפילה

פארוואס דער באשעפער דארף אונזער הודאה און תפילה

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16385

מי אני » מיטוואך יולי 5, 2023 10:36 pm

· #530699
ייש״כ!

דאס האב איך אָנגערירט אויף דא און דא.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יולי 6, 2023 12:00 am

· #530716
אפאר נקודות איבער תפילה און הודאה וואס איך האב אויפגעכאפט.

אין די ניו אייג' צירקלען זענען דא וואס thank you פאר די עסן בעפאר'ן אנפאנגען עסן, ס'הייסט אז דורך די הכרת הטוב וואס מ'האט פאר די עסן קאננעקט מען שטערקער מיט די עסן און ס'ווערט בעסער absorbed אינעם קערפער.

די בעסטע פארם פון תפילה וואס איך האב געטראפן איז צו דאווענען צו דיין future self וואס האט עס שוין, למשל אז דו זוכסט א דשאב דאוון צו דיין future self וואס האט שוין דעם דשאב.

תפילה מתוך השתדלות העלפט וואונדער, ד.ה. אז מ'דאווענט (בהרגשה, ניטאמאל במחשבה, כלומר מ'איז זיך מתחבר צום source) בשעת מ'מאכט די השתדלות. וואס טוט א קליין קינד וואס וויל זיך ארויפזעצן אויף א הויעכן בענקל? ער שטעלט זיך אויף זיינע tiptoes און ער וויינט און קרעכצט תוך כדי וואס ער פרובירט מיט אלע כוחות ארויפצוקריכן, וואס טוט זיין מאמע? זי הייבט איהם אויף און זעצט איהם אראפ אויפ'ן בענקל.