☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16379
בלאט: 1 2

דוד שריפטליך » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 1:39 am

· #533113
ברוך שפינוזה
דוד שריפטליך
נאך די חתונה ביום שמעו קען מען מפיר זיין אבער נישט אלס חתן...
זיי גרייט עס צו זאגן גלייך נאכ'ן הרי את, אזוי אין ייחוד שטוב וועלן ענק שוין קענען גיין לייוו אויף יוטיוב 😃
איך קען נישט גיין לייוו ווייל איך האב נאכנישט גענוג פאלויערס....

ערנסטגערעדט » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 2:16 am

· #533121
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
דוד שריפטליך
כספי
משה זעקעל
זאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
ס'איז טאקע נישט נוגע צו דעם אשכול, אבער כ'האב שוין לאנג געטראכט פון אזא בייפאל, די שאלה איז, איז דא א מין מציאות א וועג וואס מ'זאל קענען ברענגען א גאר פרומע ווייבל צו קוקן מאוויס?

ס'דא מאוויס וואס כ'טראכט שוין לאנג הלואי זאל זי עס זען, סתם גוטע קלוגע מאוויס, וואס מ'קען זיך לערנען פון דעם, אבער זי קוקט קוים ווידיא'ס בכלל, אמער רבנים האבן עס געאסר'ט, וואס טוט מען אין אזא פאל, איז דא בכלל א עצה?
לכאורה ברויכסטו מער קאנסאלטינג בכלליות וועגן דיין רילעישאנשיפ אבער אזוי ווי עס איז א לענגס און א ברייטס און עס פעלט אסאך פרטים צו פארשטיין מער קלאר וואס די נושא איז וועל איך נישט ענטפערן יעצט די שאלה איך וועל בלויז ווי א איד ענטפערן מיט א אנדערע שאלה וואס זאל איך טוען מיין כלה זאגט מיר אז זי האט זיך אינטערגענומען א קבלה נישט צו קוקן מער יו טוב?
דו ווייסט סגייט אנהאלטן פון מארגן ביז איבערמארגן
אזוי ווי מסתם דיינע קבלות אין די הינזיכט
לאז עס גיין, זי וועט נאכקומען
ספעציעל מיט פרומקייט איז נישטא וואס צו טוהן די וואס האבן אויפגעקלערט די ווייבער האבן חרטה צום סוף

דוד שריפטליך » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 2:21 am

· #533122
ערנסטגערעדט

קודם א דאנק פאר דיין לייק איך בין נישט אזוי זיכער מיט דעם וואס דו זאגסט מיט די קבלה ווייל זי האט אויפגעהערט נוצן פייסבוק און זי נוצט עס שוין נישט ווי אויך פארמאגט זי נישט קיין אינסטעגרעם און וואטסאפ בלויז טעלעגראם און תורה עני טיים און יו טוב...

כספי » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 9:48 am

· #533124
חמול על מעשיך
מקען אלעס טון מיט אפי' די פרומסטע ווייב

אז דו זעסט נישט ווי אזוי דאן האט עס גארנישט מיט מאוויס

נאר זי האט זיך נאכנישט געטראפן מיט דיר אויף איין פלאץ

סדא גוטע קארסעס, שיעורים, און סעשענס, וואס קען דיר העלפן

פרעגט דיך גוט נאך...
אמת אז ביי מיר איז דאס נישט די שורש פונעם פראבלעם,
אבער מ'קען אלעס אפי' מיט די פרומסטע ווייב? דאס איז שוין ביי מיר א חידוש...
אפשר אויב דו קענסט מיר כאטש אנווייזן ווי דא אין שטיבל איך קען טרעפן אביסל וועגן די נושא

כספי » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 9:51 am

· #533125
ערנסטגערעדט
דוד שריפטליך
כספי
משה זעקעל
זאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
ס'איז טאקע נישט נוגע צו דעם אשכול, אבער כ'האב שוין לאנג געטראכט פון אזא בייפאל, די שאלה איז, איז דא א מין מציאות א וועג וואס מ'זאל קענען ברענגען א גאר פרומע ווייבל צו קוקן מאוויס?

ס'דא מאוויס וואס כ'טראכט שוין לאנג הלואי זאל זי עס זען, סתם גוטע קלוגע מאוויס, וואס מ'קען זיך לערנען פון דעם, אבער זי קוקט קוים ווידיא'ס בכלל, אמער רבנים האבן עס געאסר'ט, וואס טוט מען אין אזא פאל, איז דא בכלל א עצה?
לכאורה ברויכסטו מער קאנסאלטינג בכלליות וועגן דיין רילעישאנשיפ אבער אזוי ווי עס איז א לענגס און א ברייטס און עס פעלט אסאך פרטים צו פארשטיין מער קלאר וואס די נושא איז וועל איך נישט ענטפערן יעצט די שאלה איך וועל בלויז ווי א איד ענטפערן מיט א אנדערע שאלה וואס זאל איך טוען מיין כלה זאגט מיר אז זי האט זיך אינטערגענומען א קבלה נישט צו קוקן מער יו טוב?
דו ווייסט סגייט אנהאלטן פון מארגן ביז איבערמארגן
אזוי ווי מסתם דיינע קבלות אין די הינזיכט
לאז עס גיין, זי וועט נאכקומען
ספעציעל מיט פרומקייט איז נישטא וואס צו טוהן די וואס האבן אויפגעקלערט די ווייבער האבן חרטה צום סוף
פאנגסט אן אז ס'וועט מילא אוועקגיין, און דו ענדיגסט צו אז צום סוף וועט מען חרטה האבן, סוי מתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?

לגופן של דברים: האב איך שוין טאקע געהערט פון כמה וכמה אז צום סוף האט מען חרטה, די שאלה איז, לוינט זיך עס? (ס'איז נוגע פאר מיין שאלה אויך)

yesiknow » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 10:25 am

· #533127
אז זי ווערט אפען (אויפגעקלערט) איז דא א חשש אז זי וועט זיך זיכען עפעס בעסער (שענער וכו') פון דיר ויש לעיין בזה טובא .

ברוך שפינוזה » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 3:42 am

· #533155
דוד שריפטליך
זי האט אויפגעהערט נוצן פייסבוק און זי נוצט עס שוין נישט ווי אויך פארמאגט זי נישט קיין אינסטעגרעם און וואטסאפ בלויז טעלעגראם און תורה עני טיים און יו טוב...
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, איך בין גראדע אמאל געוועהן ביי א בעשאוי און איינס פון די גרעסטע turnoffs איז געוועהן ווען זי האט מיך געזאגט אז זי הערט אויס שיעורים אויף תורה עניטיים. כ'מיין דו האסט שוין יא אינטערנעט צוטריט און דאס איז וואס דו טוסט דערמיט? וויאזוי קענסטו בכלל אויסהערן די סארטן שמועסן וואס ווערן דארט געלופטערט וואו מ'מאלט סתם וואסער? איך הער אויס 5 מינוט א "תורה שיעור" און ס'קומט מיר צו ברעכן פון די אירעלעוואנטקייט דערפון. און זי איז שוין געוועהן אן "אויפגעקלערטע" ווי מ'זאגט, געדענק איך אז איך האב דעמאלטס געזאגט פאר מיינע עלטערן אז איך גיי מער נישט אויף קיין בעשאויס מיט אויפגעקלערטע מיידלעך 😂 עניוועיס, על טעם וריח אין להתווכח.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 9:31 am

· #533156
Wow שפינוזה דו ביסט א פעסטע אויפגעקלערטע בחור! ומי יצדק לפניך בדין...

סארי טו דיסעפוינט יו, תורה עניטיים האט טויזענטער שיעורים וואס זענען גאלד! קען זיין אז די שיעורים אויף דיין אלטמאדישע (ח"ו) תורה איז דיר נישט אינטרעסאנט, איז אבער אויך פאראן הונדערטער שיעורים אויף חינוך און שלום בית וואס די מיידל האט מסתמא אויסגעהערט. קען זיין וואלסט געהאט א הערליכע לעבן מיט יענע 'צוריקגעבליבענע' מיידל, ממש א שאד...

גיי זוך דיר גליקן ביי די אויפגעקלערטע גויים וואס קוקן בעסערע זאכן אויף די אינטערנעט. לאז אונז וויסן ווען עס ארבעט זיך אויס.

ברוך שפינוזה » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 6:35 pm

· #533168
שמעקעדיג
Wow שפינוזה דו ביסט א פעסטע אויפגעקלערטע בחור! ומי יצדק לפניך בדין...

סארי טו דיסעפוינט יו, תורה עניטיים האט טויזענטער שיעורים וואס זענען גאלד! קען זיין אז די שיעורים אויף דיין אלטמאדישע (ח"ו) תורה איז דיר נישט אינטרעסאנט, איז אבער אויך פאראן הונדערטער שיעורים אויף חינוך און שלום בית וואס די מיידל האט מסתמא אויסגעהערט. קען זיין וואלסט געהאט א הערליכע לעבן מיט יענע 'צוריקגעבליבענע' מיידל, ממש א שאד...

גיי זוך דיר גליקן ביי די אויפגעקלערטע גויים וואס קוקן בעסערע זאכן אויף די אינטערנעט. לאז אונז וויסן ווען עס ארבעט זיך אויס.
שוין, מיר ווייסן דאך אז ווען מ'כאפט בזיוניות איז אן עת רצון זיך אויסצובעהטן אלעס גוטס, וועל איך טאקע אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו בעהן ביים באשעפער אז ער זאל מיך צושיקן א פיינע ערליכע אידיש מיידל צו הייראטן. א מיידל וואס באוואשט נישט קיין מענטשן בלויז ווייל זי פילט אנדערש פון זיי, א מיידל וואס קויפט נישט אפ קיין misogynistic relationship advice פון באבערדלטע שמאטע באטאפערס, א מיידל וואס לאזט זיך נישט טרעטן פון סאדיסטן און מזוכיסטן וואס רעדן כלומרשט אין נאמען פון גאט און זיין תורה, א מיידל וואס איז נישט פון די תלמידים פון בלעם הרשע וואס האלטן זיך פאר א גאנצע יודע דעת עליון אין דער זעלבער צייט וואס מיט אן איינפאכן אייזל קענען זיי זיך נישט אומגיין. ודי בזה.

שעפטאל » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 7:38 pm

· #533172
טייערע חברים
פליז מעקט'ס אויס דעי תגובות
פליז!! 😳

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 9:26 pm

· #533180
כספי
אפשר אויב דו קענסט מיר כאטש אנווייזן ווי דא אין שטיבל איך קען טרעפן אביסל וועגן די נושא
עיין כאן
א לייטישע אשכול אויף עניני רוחניים/פרום/ אויפגעקלערט בין איש לאשתו

ס'דא נאך

פונדאַמענטאַל » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 9:33 pm

· #533182
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
דוד שריפטליך
וואס זאל איך טוען מיין כלה זאגט מיר אז זי האט זיך אינטערגענומען א קבלה נישט צו קוקן מער יו טוב?

וואס שטערט דיר אז זי נוצט נישט יוטיוב? ביזט דאך שוין יא open minded, דארפסטו צו קענען פארנעמען אנדערע מהלכים.

האי פרושא » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 11:41 am

· #540147
Re:
[ציטאט אראפגענומען]
קומענדיגע מאל דו ענטפערסט ציטיר מיר ביטע....

עס איז טאקע דא א געוואלד מיט אינגעלייט וואס קוקן נישט אויף זייערע ווייבער, אבער איך האב דיר נייעס אז די סטאטיסטיקס צייגן אין די אלגעמיינע וועלט אז ענקזייעטי און דעפרעסיע נעמט אוועק די תאווה, אדער האלטסטו אז אונזער קאמיוניטי ליידט נישט פון ענקזייעטי אדער האלטסטו קעגן די סטאטיסטיק!

לייביששרייבער » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 1:28 pm

· #540435
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
ראנג ראנג ראנג און נאכאמאל ראנג. וואס טוהט א מאנס-פערזאן ווען ער איז עטוואס אנגעשטרענגט און ווייסט נישט ווי אהין זיך צו טוהן פון ענקזייעטי, דעפרעשאן אדער סיי וואס ? ער זוכט דאפעמין. וואס קען זיין א בעסערע דאפעמין ווי א נארהאפטיגע שלום בית ?

צומישט און צוחישט » מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:17 pm

· #544424
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
ס'שטארק יתכן אז דער אינגערמאן קען פטר'ן זיין ווייב אהן א גט אלטס מקח טעות, ס'דא אין כתובות א סוגי' ווען א מאן-פרוי זאגט "מאוס עלי" און איך קען נישט זיין צוזאמען מיט יענעם.
אבער די אמת איז אז אהבה ביי א זיווג קען נישט זיין בעיזד נאר אויף לאאק'ס, די אהבה דארף זיין צום נפש פון זיין ווייב,און עפ"י רוב אויב די גאנצע שלום בית ארום איז גוט -און מ'רעדט מען נישט פון קיין עקסטרעים מיאוס'ע פרוי, און ער זוכט נישט קיין שיינע פרויען טאג און נאכט אויף די גאס און אינטערנעט- קען עס ארבעטען אפי' אויב זיין ווייב איז נישט די יופי פון שטאט.

צומישט און צוחישט » מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:30 pm

· #544448
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
פון ספר מה טובו אוהליך:
"עס איז וויכטיג צו ארויסברענגען, פאר איינער וואס איז נישט צופרידן פון די חיצוניות עטליכע נקודות:
א'- קודם כל אפטמאל איז עס נישט אמת, די מים גנובים ימתקו רעדט איין אויף פרעמדע גליקן.
ב'- געדענקען אז חיציונית בלייבט טאקע חיצוניות, דאס זאל ח"ו נישט אפעקטירן דאס עצם שלום בית, אויב די עצם שלום בית קלאפט און אלעס ארום און ארום קלאפט, איז דאס אוודאי אסאך מער חשוב און מ'זאל דאס האלטן טייער, עס איז נישט דא קיין שלימות ביי קיינעם, עס איז דא אן א שיעור אנדערע מעלות וואס איז פיל טייערער, ווי אויך אסאך מאל באקומט זי חן שפעטער.
ג'- מען דארף זיך מחזק זיין מיטן וויסן ביי זיך קלאר אז די זיווג איז אים באשערט פונעם באשעפער אליין און נאר דער כל יכול אליינס האט צוזאמגעשטעלט דעם פארפאלק, און טאקע נאר ער ווייסט וואס איז דאס בעסטע פאר דיר."

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:18 am

· #549894
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
גראמאטישער #
איך וואלט געוואלט אראפשרייבן א ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך און שפילט זיך נאך ווייטער אפ ממש פאר מיינע אויגן.

די שאלה וואס איז מיט די ווייב זייינע, זענען זיי בכלל אויף די זעלבע פעידזש? סאיז דא פינף לשונות פון לאוו איינס פון דעי איז אויסזעהן, ס'איז דא הונדערטער נישט שיינע פרויען וואס האבן די בעסטע מערידזש. ער דארף אויך אריין טראכטן וואס וועט זיין ווען ער וועט חתונה האבן מיט א שיינע פרוי אבער איהר מויל שטינקט, וואלט ער אויך אפגעלאזט? למעשה איז נישט דא קיינער וואס איז א מושלם אין אלעס, ער דארף פארקוקן קען זיין אויף שיינקייט, ער קען נאך אלץ האבן די בעסטע מערידזש.

איך מיין די פראבלעם איז ער זיי זענען בככל נישט אויף די זעלבע פעידזש טא בעגין וויט, ס'פעלט בככל לאוו, און אויב זי איז אויך נישט שיין טראכט ער פארוואס דארף ער איהר. תמצית ער דארף גייט צו א פראפעסיאנעל.

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:21 am

· #549896
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
א ווייב טאהר נישט זיין פרומער ווי די מאן, דאס איז א געפערליכע פארברעך און אקעגען די תורה,

אלפא » פרייטאג פעברואר 16, 2024 6:17 am

· #549906
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
מילך טראק #
א ווייב טאהר נישט זיין פרומער ווי די מאן, דאס איז א געפערליכע פארברעך און אקעגען די תורה,
וואס עפעס? ס'שטייט דאך קלאר נחות דרגא ונסיב איתתא...

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:27 am

· #549912
מילך טראק #
א ווייב טאהר נישט זיין פרומער ווי די מאן, דאס איז א געפערליכע פארברעך און אקעגען די תורה,

און א מאן וואס איז פרומער פון זיין ווייב איז נישט קעגן די תורה? פרומקייט איז זייער א ברייטע טערמין און מיינט פאר יעדעם עפעס אנדערש, געב אביסעלע קאנטעקסט.

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:46 am

· #549915
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
אלפא #
מילך טראק #
א ווייב טאהר נישט זיין פרומער ווי די מאן, דאס איז א געפערליכע פארברעך און אקעגען די תורה,

וואס עפעס? ס'שטייט דאך קלאר נחות דרגא ונסיב איתתא...

קליינע קינדער לערנען עס אין פר' מטות, א מאן קען צושטערן די נדרים פון זיין פרוי, אפילו זאכן וואס שטערט אים נישט דירעקט.

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:49 am

· #549916
Re:
ברוך שפינוזה #
און מאן וואס איז פרומער פון זיין ווייב איז נישט קעגן די תורה? פרומקייט איז זייער א ברייטע טערמין און מיינט פאר יעדעם עפעס אנדערש, געב אביסעלע קאנטעקסט.

לערן אביסל נדרים, נזיר. די מאן האט די פולע קאנטראל אויף די ווייב! זי וויל נישט טרינקען קיין וויין, קען ער איהר צווינגען. זי וויל זיך אפשערן די האר, קען ער איהר צווינגען. אזוי ווייט אז מ'דארף פארברענען די קרבן.

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:57 am

· #549918
כ'וועל מודה זיין אז נזיר האב איך קיינמאל נישט געלערנט, נדרים אביסל. אבער פון דארט איז נישט קיין ראיה ווייל דיבר הכתוב בהווה ווייל דעמאלטס פלעגן פרויען זיין מער פאנאטיש/רעליגיעז/אריינגעטוהן אין "רוחניות" ווי מענער. אין ביבלישע צייטן פלעגט אויך אזוי זיין ווי רש"י זאגט אויפ'ן פסוק מכשפה לא תחיה. ביז נישט לאנג צוריק פלעגט אין אמעריקע אויך זיין אזוי. https://www.christianitytoday.com/news/2022/july/young-women-not-more-religious-than-men-gender-gap-gen-z.html

צומישט און צוחישט » פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:26 am

· #549922
Re: Re:
מילך טראק #
לערן אביסל נדרים, נזיר. די מאן האט די פולע קאנטראל אויף די ווייב! זי וויל נישט טרינקען קיין וויין, קען ער איהר צווינגען. זי וויל זיך אפשערן די האר, קען ער איהר צווינגען. אזוי ווייט אז מ'דארף פארברענען די קרבן.

א מאן קען נישט מפיר זיין סתם נדרים וואס געפעלט אים נישט, ער קען נאר מפיר זיין דברים שיש בהן עינוי נפש (למשל אכילת בשר אדער רחיצה) אדער ס'איז א זאך בינו לבינה (למשל אפשערן האר, קישוט).

מילך טראק » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:02 pm

· #549960
Re: Re:
דאס מיינט אז די די פרוי טאר נישט טוהן קיין שום פרומקייטן אהן די רשות פון די מאן.

שמעקעדיג » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 8:38 pm

· #550004
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
מילך טראק #
ס'איז דא פינף לשונות פון לאוו, איינס פון דעי איז אויסזעהן

במאמר המוסגר, כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז אויסזעהן איז איינע פון די 5 לשונות.

די 5 לשונות זענען:
1. קאמפלימענטן און גוטע ווערטער
2. קוואליטי טיים צוזאמען
3. מתנות
4. אקטן פון סערוויס (זיך ארויסהעלפן)
5. טאטש

צוריק צום נושא.

מילך טראק » זונטאג פעברואר 18, 2024 12:08 pm

· #550058
Re:
ברוך שפינוזה #
כ'וועל מודה זיין אז נזיר האב איך קיינמאל נישט געלערנט, נדרים אביסל. אבער פון דארט איז נישט קיין ראיה ווייל דיבר הכתוב בהווה ווייל דעמאלטס פלעגן פרויען זיין מער פאנאטיש/רעליגיעז/אריינגעטוהן אין "רוחניות" ווי מענער. אין ביבלישע צייטן פלעגט אויך אזוי זיין ווי רש"י זאגט אויפ'ן פסוק מכשפה לא תחיה. ביז נישט לאנג צוריק פלעגט אין אמעריקע אויך זיין אזוי. https://www.christianitytoday.com/news/2022/july/young-women-not-more-religious-than-men-gender-gap-gen-z.html

ווי קומט אריין וואס די הוה איז?
לערנען די בעסיק
א מאן מאכט א נדר אדער ווערט א נזיר קען עס נישט די פרוי צושטערן,

א פרוי קומט אהיים פון די דרשות התעוררות, פון רעבעצין.. זי מאכט א נדר אז זי גייט זיך צודעקן די שייטל מיט א בענד, ווען די מאן הערט עס קען ער עס צושטערן, ס'איז אויס, די זעלבע אויב זי ווערט א נזירה, קען עס די מאן צושטערן.
ס'האט בככל נישט אז זי האט נישט קיין דעת, נאר די מאן קען זאגן וואס פארא חמרות די פרוי זאל טוהן.

א מיידעל אונטער 12 יאר קען די טאטע צושטערן העכער 13 נישט ס'מיינט אז א מאן האט מער רעכט אויף זיין ווייב מער ווי טאטע אויף זיין טאכטער העכער 13 יאר .

מילך טראק » זונטאג פעברואר 18, 2024 12:49 pm

· #550063
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
שמעקעדיג #
מילך טראק #
ס'איז דא פינף לשונות פון לאוו, איינס פון דעי איז אויסזעהן

במאמר המוסגר, כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז אויסזעהן איז איינע פון די 5 לשונות.

די 5 לשונות זענען:
1. קאמפלימענטן און גוטע ווערטער
2. קוואליטי טיים צוזאמען
3. מתנות
4. אקטן פון סערוויס (זיך ארויסהעלפן)
5. טאטש

צוריק צום נושא.
גערעכט קיין איינס פון דעי איז אויסזעהן
בלאט: 1 2