איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16379
איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
איך וואלט געוואלט אראפשרייבן א ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך און שפילט זיך נאך ווייטער אפ ממש פאר מיינע אויגן.
איך דריי זיך געווענליך נישט דא אויף קאווע שטיבל אבער אזוי ווי די געשיכטע איז אידיש סענסעטיוו האב איך פארשטאנען אז ס'בעסטע פלאץ צו עס פובליצירן וועט זיין דא אין קאווע שטיבל.
דער מסובב כל הסיבות האט צוגעפירט אז איך זאל געבוירן ווערן און וואוינען אין איינס פון די מערסט ערליכסטע און אויסגעהאלטענסטע שטעט אינעם היזיגן גלות אמעריקא, זייענדיג א שטייער צאלער פאר איינע פון די חשוב'ע קהילות וואס האט אין זייערע ראמען א סוקסעספולע חבורה פון גמרא רש"י האב איך זיך שוין יארן צוריק איינגעשריבן דערינען, צוליב געוויסע סיבות האט מיר מיין חברותא פארלאזט, האט מיר דער שדכן צוגעשטעלט א חשוב'ע צוואנציג יעריגער ארבעטס אינגערמאן וואס זאל פארזעצן דעם שיעור מיט מיר.
נאכן לערנען און פארברענגען מיט דעם אינגערמאן האט ער זיך צו מיר איינמאל אויסגערעדט און ארויסגעשיילט זיין פערזענדליכע לעבנס געשיכטע און פיינפולע לעבנס שטייגער.
דער חשוב'ע אינגערמאן האט אנגעהויבן אראפ לייגן זיין לעבנס געשיכטע וואס האט מיר באנומען ביז טרערן דאס הארץ ווערט מיר פארקלעמט ווען איך טראכט אריין וואס דער אינגערמאן גייט דורך אויפן טאג טעגליכע לעבנס שטייגער.
אנגעהויבן האט זיך עס ביי די פופצן ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אינגערמאן האט א ספעציעלע נשמה וואס פאסט זיך נישט אזוי אריין אין די איינגעצוימטע חסידישע געזעלשאפט ער איז אלץ געווען נייגעריג וואס עס קומט פאר אין די דרויסנדע וועלט אנגעהויבן האט זיך עס מיטן איינהאנדלען "טריפה'נע מיוזיק" וואס זיינע עלטערן האבן אים נישט געלאזט הערן, נאכן זיך דרייען מיט די חבירים וואס האנדלען מיט די זאכן איז עס געגאנגען צו מיוזיק ווידיאוס פון דארט צו אידישע מאָוויס און פון דארט ביז טריפה'נע מאָוויס איז שוין א קאצן שפרינג.
ביי די זעכצן האט שוין דער בחור געהאט א גאלעקסי פון וואס זיין טאטע האט זיך שפעטער דערוויסט דערפון און אנגעהויבן די שדים טאנץ פון ציכאפן קויפן ציכאפן קויפן וחוזר חלילה.
יארן זענען דורכגעלאפן, הונדערטע מאוויס, טויזענטע שעות פון האליוואד פילמ'ס האט געטאן דא זייניגע און נישט מער און נישט ווייניגער דער בחור האט זיך דעוועלאפט א "טעיסט" וואס עס באדייט א שיינע פרוי.
אדערווייל איז דער בחור געווארן דערשטיקט אין ישיבה און אינדערהיים, נישט די עלטערן און נישט די מנהלים זענען געווען צופרידן פון אים פסקים איז געווען אין די טעגליכע מעניו, ער איז פשוט געווען דערוואָרגן!
ווען זיין טאטע האט אים געזאגט אין די פריע אכצנטע יאר אז ער האט א מיידל פון א שיינע משפחה פאר אים האט עס פאר דעם בחור געמיינט איין זאך, ארויס פון מיין טאטעס הויז! ארויס פון ישיבה!
ער האט נישט געלייגט צופיל געוויכט אויפן אויסזעהן פון די מיידל וואס מען האט אים פארגעשלאגן, ד'עיקר, געב מיר דעם וועג ארויס פון ישיבה! נאך איין קורצע בעשאו האט מען זיך געשטעלט טרונקן א לחיים.
די פרייליכע פארפאלק האט צו מזל און ברכה חתונה געהאט, די נאכט פון די חתונה אין שלאף צימער איז דורך גאנץ געשמאק.
גייט אריבער אפאר חדשים אין דער בחור האט אנגעהויבן כאפן וואס ער האט דא אפגעטאן, ער גלייכט נישט דעם מיידל! ער האט איר נישט ליב!
די צוויי מאל א וואך האט ער נאך דורכגעשטיפט ד'עיקר אז מען האט אים גע'געבן וואקאציע איינמאל א חודש, די בראך איז געקומען ווען זיין ווייב איז געווארן טראגעדיג, וואך איין וואך אויס און דער אינגערמאן לייגט זיך אריין אין בעט מיט זיין ווייב ווען עס קומט אים צו ברעכן! ער עקל'ט זיך!
זייענדיג שוין אריין אפאר חדשים וואס זיין ווייב טראגט און זי האט אנגעהויבן טוישן איר אויסזען האט עס ממש געקראכט, ווען ער קוקט נאר אויף איר ברענגט עס אים ארויף אן איבלעניש.
דער אינגערמאן זאגט מיר, "ער וואלט איר שוין לאנג פארשיקט ווען נישט ער האט מורא פון וואס די גאס וועט שמועסן", עס איז איום ונורא!
ער זאגט מיר, זי פארלאנגט עס קאטאגאריש אבער טוט נישט די מינימום איר אויסזען זאל זיין קרוב צו ציענד, ער שפירט ווי ער ווערט אויסגעניצט.
חוץ מזה איז איר רוחניות'דיגע ערווארטונגען פון אים העכער ווי וואס ער קען באווייזן.
דער איז אן ערליכע אינגערמאן און ער זיכט זיך נישט קיין גליקן פון דרויסן, ער פרובירט דאס בעסטע צו היטן זיינע אויגן ער איז איינגעהאלטן ביז וויפיל ער קען.
דער אינגערמאן האט נישט קיין שמחת החיים! דער האט נישט קיין גשמיות און דאס קלאפט גאר שטארק אויס אויף רוחניות, דער אינגערמאן איז א לעבעדיגע שאָטן אָן וויסן פארוואס ער לעבט, די וועלט האט ער נישט, און יענע וועלט לייגט זיך אים צוזאם פאר זיינע אויגן!
דער אינגערמאן איז טויט אין באשיינפערליכן זין פון ווארט.
עד כאן המעשה.
ווער עס האט סיי וואספארא עצה פאר דעם אינגערמאן זאל ביטע לאזן וויסן.
איך קען דעם אינגערמאן ליידער נישט צופיל העלפן, אבער טייערע עלטערן ביטע ווען איר זיכט א שידוך פאר אייער קינד שטעלט אייך אראפ טראכטן פאר איין מינוט צו די שידוך איז פאסיג פאר דיין זון!
זייער ווייטאגליך.
אבער וויפיל איך הער פון אינגעלייט איז א פארקערטע פראבלעם, אז די היינטיגע פרויען זענען א קנאפ אינטערסירט אין די מציאות וואס די אינגעלייט גליסטן.
אין א וועלט וואס רייצט איז עס א חורבן.
@גראמאטישער
זייער ווייטאגליך צו ליינען. ס'איז ליידער א צרת הכלל, די שטיבל דא איז פיל מיט אזוינע מעשיות און דאס איז נאר פון אזוינע וואס קענען שרייבן און ארויסברענגן זייערע געפילן אויף פאפיר, קענסט דיך פארשטעלן וויפיל מער ס'קענען נישט זיך אזוי אויסגעבן און ליידן זיך אהן, נאר ווייל זייערע עלטערן האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פונעם חנוך לנער ע"פ "דרכו"?
ס'ווייטאגליך צו ליינען און פינקט אזוי ווייטאגליך צו שרייבן. און באמת פעהלט בכלל נישט אויס די גאנצע הקדמה וואס דו שרייבסט וויאזוי דער בחור איז צוגעקומען צו פארשטיין צו שיינקייט און צו דיוועלאפן זיין טעיסט איבער וואס ער גלייכט יא אדער נישט. די גאנצע הקדמה מיט וואס ער האט געהאט צו טוהן מיט זיינע עלטערן, מלמדים, מגי"ש אדער מנהל, ס'אשאד פאר יעדע אות. דאס מאכט זיך אויך ביי אזוינע וואס האבן יא געהאט פיינע יונגעלישע/בחורישע יארן, האבן זיך פארטראגן מיט די עלטערן/מלמדים/מגי"ש וכו' דאס אז ער איז געווען וואס ער איז געווען מאכט עם גארנישט שוואכער. ס'אלעס בלויז נאטורן, צו דיוועלאפען א טעיסט פאר פרויען איז נישט קיין חילוק צו מ'האט יא אדער נישט געזעהן מאוויס אלץ בחור.
איך קען יונגעלייט וואס זענען געווען פיינע בחורים פון פיינע שטיבער און האבן אויך דעם טענה, אויב קומט עס נישט פריער קומט עס שפעטער.
עניוועי אינטערשטע שורה ס'זייער ווייטאגליך!!
האי פרושאזייער ווייטאגליך.
אבער וויפיל איך הער פון אינגעלייט איז א פארקערטע פראבלעם, אז די היינטיגע פרויען זענען א קנאפ אינטערסירט אין די מציאות וואס די אינגעלייט גליסטן.
אין א וועלט וואס רייצט איז עס א חורבן.
א אינגערמאן מיט א שיין געשטעל... זיין ווייב ניצט עס אויס ביזן לעצטן טראפ אן וואס עס זאל איר עפעס מחייב זיין.
[ציטאט אראפגענומען]
שקר וכזב.
ווען א נארמאלער מענטש האט הנאה פון א צווייטן דאן איז ער גרייט צו געבן פון זיך און זיכער ווען די רעדע איז פונעם ווייב.
די פראבלעם איז אז מען געבט אזא שדכן אן א מיידל פון א "שיינע משפחה" און איר אינטערעסירט גאנץ קנאפ צו אויסקוקן נארמאל פארן מאן.
ווי די פרעדיגער זאגן. אדער קוקט מען אויס שיין אדער איז מען אן אידישע מאמע.
דו פערד! דאס, טאקע דאס לייגט חרוב אידישע שטובער אין די מאסן! דאס פארקנאקט די טויערן פון געפילן.
איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם די מעשה מיט דעם אינגערמאן האט מיר ממש בארירט.
דער לעבט פשוט נישט.
זיינע געפילן זענען דערשטיקט, דאס קלאפט אויס אויף אלעם.
ביטע פרובירט צו פארשפרייטן דעם ארטיקל.
מען דארף כאפן די סעלפיש עלטערן ביי די הערנער.
גראמאטישערמען דארף כאפן די סעלפיש עלטערן ביי די הערנער.
וואס כאפן און וואס הערנער, זענען זיי דען נישט אליין וויקטימס?
מען דארף זיין שטארק ברעיוו און קלוג צו פארשטיין אז וואס מען האט געטוהן צו מיר דארף איך נישט טוהן צו מיין קינד. וקיצרתי וק"ל.
בקיצור, מ'דארף טאקע אראפשטעלן א פיס, אבער קיינער איז נישט "שולדיג".
צקון לחש גראמאטישערמען דארף כאפן די סעלפיש עלטערן ביי די הערנער.
וואס כאפן און וואס הערנער, זענען זיי דען נישט אליין וויקטימס?
מען דארף זיין שטארק ברעיוו און קלוג צו פארשטיין אז וואס מען האט געטוהן צו מיר דארף איך נישט טוהן צו מיין קינד. וקיצרתי וק"ל.
בקיצור, מ'דארף טאקע אראפשטעלן א פיס, אבער קיינער איז נישט "שולדיג".
סימפל.
1) אז דיין קינד האט געהאט א געשמאק צו טעכנעלאגישע כלים דאן מאך אים "נישט" חתונה צו א פארפרומטע מיידל אפילו דו מיינסט אז זי גייט אים שטעלן אויף די פיס.
2) מאך נישט חתונה דיין געלונגענע בחור צו א פארשוועכטע מיידל כאטש ס'איז א שיינע משפחה. געב בילדער פון די מיידל פאר דיין בחור, לאז אים עס דורכטראכטן א וואך צוויי, געב אים מער ווי איין צוויי קורצע בעשאו'ס.
ועוד ועוד עס פעלט בכלל נישט אויס צו פארברייטערן, מאך זיכער אז דער בחור גלייכט איר געשטעל און טיפ, סוף כל סוף איז ער א אינגע בחור וואס רוב מאל ווייסט ער נישט וואס מען ברויך קוקן, העלף אים מאכן די ריכטיגע באשלוס דו ווייסט דאך יא מיט וואס אינגעלייט פלאגן זיך, דיין בחור נישט!
זייער ווייטאגליך, און כל ערום יעשה בדעת ווען ס׳קומט צו שידוכים.
אן עצה פאר דעם אינגערמאן איז איינס: געט דע העל אוטע דהער. שוין איינגעמיירעט ב״ה, און ס׳איז א מעוות לא יוכל לתקון. וויסן זאלסטו אבער אז ס׳גייט נישט ווערן בעסער קיינמאל. מעריזש קאונסעלינג העלפט נאר ווען ס׳דא א ספארק. מ׳האט זיך אמאל ליב געהאט, נאר מ׳דארף ארבייטן אויף דיפערענצן. בנידן דידן, ווען וישנאה האט אן אזלא גרש, איז טאקע זיל וגרש.
אויף וואס ווארטסו? ס׳זאל זיין א מזל טוב איבערסיאר? די סטיגמא די חברים און די עלטערן פרעשור גיין נישט ווערן בעסער. צום סוף וועט זיין פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן, ויפה שעה אחת קודם.
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
זיין טאטע מאמע זענען נישט שולדיג!
ער האט זיך אנגעקוקט מיט חזיר'יי און נישט געהאט די קוראזש זיך צו טוישן פון דרויסן, נאר געלעבט א דאפלטע לעבן.
למעשה איז ער געווען דער וואס האט נישט צופיל געטראכט און האט ארויפגעלייגט א רינגל אויף איימיצען וואס ער גלייכט נישט. איך קען פארשטיין פון וואו ער קומט און זיין שווערע לאגע, אבער איך זעה נישט פארוואס ער איז בעסער ווי זיינע עלטערן.
נאך אלעם האט יעדעס עדאָלט אן אחריות אויף זיך אליינס און ברויך מאכן לעבנ'ס באשלוס זעלבסטשטענדיג.
צוזאמגעדרייטזיין טאטע מאמע זענען נישט שולדיג!
נאך אלעם האט יעדעס עדאָלט אן אחריות אויף זיך אליינס און ברויך מאכן לעבנ'ס באשלוס זעלבסטשטענדיג.
אן אכצן יעריג בחור'ל איז אן עדאלט ביי דיר? אפילו אויב יא, שוין אזוי ערוואקסן צו מאכן אזוינע באשלוסן?
לגבי דאס וואס דו זאגסט אז די טאטע האט נישט געוויסט, האב איך ערווענט אין די געשיכטע וואס איך האב געברענגט אז זיין טאטע האט שוין געשפילט מיט אים די שדים טאנץ פון ציכאפן סטראשען איינמאל און נאכאמאל.
וואס האט זיין טאטע געמיינט ער קוקט דארט?
פארשטייט זיך אז דער בחור איז אויך שולדיג, אבער דער ריכטיגער שולדיגער איז דער ערוואקסענער וואס וואלט געדארפט ארויסהעלפן דעם דערשטיקטן אינגע בחור'ל מאכן באשלוסן.
כדי צו באשולדיגן פארלאנגט זיך מער פארשטאנד און די אינדיווידואלע מאטיוון און אינטענשאנס.
בפרט ווען למעשה גערעדט רעדט מען פון אן אדאלט.
סתם זאגן אז דאס איז נאכנישט גענוג ערוואקסן בו בעת האלטענדיג אז אויף אלע זיינע באשלוסן בנוגע זיינע כלים איז ער יא אויסשליסליך בעה"ב - איז לענ"ד דאבל-סטאנדארט.
אויב עפער איז די ברייטע 'סיסטעם' (מי זה?) שילדיג און דעם פענאנים אלס א (ווייטאגליכע) פאקט...
די ווייבל איז זיכער אומשולדיג. וואס האט זי געטוען צו פארדינען אזא מאן? ער האט איר אייגעמייערט פאר זיינע געברויכן.
אז ער האט געהאט פראבלעמען איז עס נישט איר שולד.
דאס אז זי שטעלט זיך נישט צו קען מען ארבייטן דערויף, אבער ס'קוקט אויס ווי ער וויל עפעס וואס ער האט געזען אויפן גאס אדער ביי א חבר, און זי קען עס נישט צושטעלן.
ער זאל איר טאקע גט'ן, ווייל זי דיזערווד נישט צו לעבן מיט א מאן וואס האט איר נישט ליב, אבער לייג עס נישט אן אויף איר.
אונזער וועג פון מאכן שידוכים איז צובראכן אויף טויזנט
גראמאטישער[ציטאט אראפגענומען]
שקר וכזב.
ווען א נארמאלער מענטש האט הנאה פון א צווייטן דאן איז ער גרייט צו געבן פון זיך און זיכער ווען די רעדע איז פונעם ווייב.
די פראבלעם איז אז מען געבט אזא שדכן אן א מיידל פון א "שיינע משפחה" און איר אינטערעסירט גאנץ קנאפ צו אויסקוקן נארמאל פארן מאן.
ווי די פרעדיגער זאגן. אדער קוקט מען אויס שיין אדער איז מען אן אידישע מאמע.
דו פערד! דאס, טאקע דאס לייגט חרוב אידישע שטובער אין די מאסן! דאס פארקנאקט די טויערן פון געפילן.
איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם די מעשה מיט דעם אינגערמאן האט מיר ממש בארירט.
דער לעבט פשוט נישט.
זיינע געפילן זענען דערשטיקט, דאס קלאפט אויס אויף אלעם.
קען איך וויסן וואס מ'שלאגט זיך דא?
ס'דא פרויען וואס גלייכן עס און ס'דא וואס נישט, פארהאן מענער וואס ווילן עס עכט געבן , און פארהאן וואס ווילן ''זיך'' אנזעטיגן.
און די ספעציפישע מעשה איז אזוי און אזוי געשען.
גראמאטישער: דיין נאמען וואלט ענדערש געדארפט צו זיין מיט א דלי"ת. "דראמאטישער".
דו האסט אראפגעלייגט א מעשה אין א זייער דראמאטישן וועג. אויב אלעס איז אזוי ווי דו פארציילסט איז עס שרעקליך. דער פענאמען איז (ליידער) זייער שטארק פארשפרייט צווישן דעם חסידישן עולם. מ'מאכט חתונה די קינדער צו אזאלכע שידוכים וואס די מחותנים פאסן זיך. און וואס די גאס וועט זאגן צו דעם (באמבעדיגן) שידוך. נישט וואס די אינטרעסן פון דעם קינד איז.
כדי צו זיין רעאליסטיש האט דער יונגערמאן נאר איין עצה. "אויפצוועקן" זיין ווייב פון איהר לעטארגישן שלאף. ער זאלל "שיקן" א מעסעדזש צו זיין ווייב אז ער אינטרעסירט זיך אין "אנדערע" (פרויען). ביז זי וועט אנהייבן שפיהרן אז זי האט קאמפעטישן. זי וועט טון אלעס וואס זי קען צו האלטן איהר פיגור צו א מענטשליכן לעוול. אז איהר מאן זאל זיך נישט דארפן שעהמען מיט איהר. אזוי ווי גיין אויף א דייעט און מאכן עקסערסייז אויב זי דארף. כדי נישט אויסצוזעהן ווי אן איבערגעיורענע טייג.
איין זאך זאל ער נישט טון. נעמען ערנסטע שריט כדי צו ענדיגן זיין מערידזש. ספעציעל אויב ער האט קינדער. ווייל א "סעקאנד מערידזש" איז די מערסטע מאל נישט בעסער. נאר ערגער. און ער וועט חרטה האבן פארוואס האט גענימען דעם שריט. די סעקנאד מערידזש וועט איהם נאר ברענגען מער, און גרעסערע פראבלעמען. ספעציעל ווען ס'וועט קומען צו חתונה מאכן "זיינע" קינדער...!
berlbalaguleh א "סעקאנד מערידזש" איז די מערסטע מאל נישט בעסער. נאר ערגער. און ער וועט חרטה האבן פארוואס האט גענומען דעם שריט. די סעקנאד מערידזש וועט איהם נאר ברענגען מער, און גרעסערע פראבלעמען. ספעציעל ווען ס'וועט קומען צו חתונה מאכן "זיינע" קינדער...!
ווי זאגט יענער, מיין צווייטער מערידזש האט מיר געמאכט בענקען צום ערשטן.
כפתורדי ווייבל איז זיכער אומשולדיג. וואס האט זי געטוען צו פארדינען אזא מאן? ער האט איר אייגעמייערט פאר זיינע געברויכן.
אז ער האט געהאט פראבלעמען איז עס נישט איר שולד.
דאס אז זי שטעלט זיך נישט צו קען מען ארבייטן דערויף, אבער ס'קוקט אויס ווי ער וויל עפעס וואס ער האט געזען אויפן גאס אדער ביי א חבר, און זי קען עס נישט צושטעלן.
ער זאל איר טאקע גט'ן, ווייל זי דיזערווד נישט צו לעבן מיט א מאן וואס האט איר נישט ליב, אבער לייג עס נישט אן אויף איר.
אונזער וועג פון מאכן שידוכים איז צובראכן אויף טויזנט
יא און ניין.
יא, זי איז גערעכט, דער בחור'ס טאטע האט איר אריינגענארט מיטן שידוך וואס איז באמת נישט געמאכט פאר איר.
ניין, זי איז נישט גערעכט מיטן זיך נישט אהערשטעלן פארן מאן ווי א נארמאלע מענטש, יעדע פערזאן פארשטייט אז צו אויפוועקן יענעם דארף מען אויסקוקן ציענד.
אלפאסתם זאגן אז דאס איז נאכנישט גענוג ערוואקסן בו בעת האלטענדיג אז אויף אלע זיינע באשלוסן בנוגע זיינע כלים איז ער יא אויסשליסליך בעה"ב - איז לענ"ד דאבל-סטאנדארט.
אין אנדערע ווערטער, ער איז גענוג אלט אויף צו קענען באקומען לעבנסלענגליכע טורמע פאר זיינע כלים עבירות, איך הער..
.
..
איך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???
מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.
אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....
תקע בשופראיך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???
מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.
אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....
ס'איז אמת אז ביי אונז איז שטארק אייגעפעדימט אז יעדער דארף פון אלעס די שענסטע און די בעסטע. בסוד כל ישראל בני מלכים הם. און דאס קען שאפן אן ענקזייעטי כנ"ל, אזוי ווי דאס שאפט ענקזייעטי ביי אזוי פיל פון אונז אויף אזוי פיל ענינים.
אבער אין אמת'ן מוז נישט זיין אז דער יונגערמאן הנ"ל דארף אזא שיינע פרוי ווי ער האט געזעהן.
ער דארף א פרוי וואס ווייסט וואס מיינט שיינקייט, און וויל דאס, און שעצט דאס, און וויל זיין באליבט פאר דעם [אויך].
תקע בשופראיך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???
מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.
אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....
זי האט נאר געהאט בעסערע מעיק-אפ. ווען ער זאל זי (די שיינע פרוי פון די מאוויס) זעהן 7 אזייגער אינדערפריה ווען זי שטייט אויף פון בעט מיט דעם אויסזעהן ווי א מאפ און די פנים פן א זויערן פיקל וואלט ער שוין לאנג אנטלאפן...!
איך בין נישט איינשטימיג צו באשולדיגן די עלטערן אין דעם צפעציפישן פאל.
מיין טאטע האט יא געזוכט דאס בעסטע פאר מיר, און נאך מיין בעשוי בין איך געווען צופרידן, און ערשט אפאר יאר נאכן חתונה האב איך זיך אויפגעוועקט אז ס'שמעקט מיר עפעס בעסער.
איך נעם דעם פולסטן אחריות אויף מיר אליינס און מען קען קיינעם נישט באשולדיגן. מיין טאטע איז נישט שולדיג אז ער האט צוטון מיט א מאווי-קוקער וואס וועט סיי וויאזוי נישט זיין צפרידן מיט וואס ער האט, כידוע.
א בעל תאווה האט א פראבלעם אז ער גליסט, און סיי וועלכע פרוי וועט אים נישט קענען באפרידיגן אויפן לאנגן-טערמין.
וואס יא? אין מערסטנס פעלער קען מען רעדן צו א פרוי. דאס מיינט נישט מען זאל איר זאגן איך גיי נעמען א צווייטן ווייל דאס וועט בלויז בעקפייערן... מען רעדט פון דער קאנצעפט פון אויפקלערן די פרוי און איר ארויסנעמען אויף פלעצער און צוביסלעך איר אריינגעבן א רייץ צו זיין מער אפן צו די וועלט.
ווען א געזונטע פרוי שמעקט אז איר מאן גייכט א געוויסע סארט אויסזען און קולטור, און גלייכצייטיג קוקט ער איר ארויף און רעספעקטירט איר פאר וויאזוי זי איז און וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן - דאן וועט זי זיך נאטירליך צושטעלן צו אים און אים ממלא זיין זיין חסרון.
א פרוי איז געווענליך בויגזאם און פארמאגט א נאטירליכע רייץ צו צושטעלן פאר איר מאן וואס ער וויל. אנשטאט רעדן פון זיך צוטיילן וכו' קען מען אינוועסטירן אין די פרוי מען זאל זיין צופרידן פון איר אויסזען.
מיין חתן רבי איז געווען א גרויסע בהמה, אבער איין ווארט האט ער געזאגט און איך מיין אז עס איז אמת: "אפילו ווען דו וואלסט באקומען די שענסטע פרוי אין דער וועלט, וואלט זי דיר אויך נמאס געווארן נאך א שטיק צייט". דאס קען מען זען ביי די גויים וויאזוי סיי וועלכע פרוי זיי האבן נאר ווילן זיי גיין טשידן מיט א צווייטן, פארוואס? ווייל זיי זענען בעלי תאווה. ס'איז נישט די פרוי וואס זעט יא אדער נישט אויס גוט, ס'איז די תאווה וואס פלאקערט פאר א צווייטע פרוי אפגעזען ווי שיין און הערליך די אייגענע איז.
אדרבה, זאל דער עולם אריינקומען מיט זייער ערפארונג וויאזוי זיי האבן באוויזן צו שאפן א טויש ביי זיך אינדערהיים, און נישט צובראכן זייער שטוב וועגן אביסל תאווה און פוילקייט.
berlbalagulehזי האט נאר געהאט בעסערע מעיק-אפ. ווען ער זאל זי (די שיינע פרוי פון די מאוויס) זעהן 7 אזייגער אינדערפריה ווען זי שטייט אויף פון בעט מיט דעם אויסזעהן ווי א מאפ און די פנים פן א זויערן פיקל וואלט ער שוין לאנג אנטלאפן...!
נו הא גופא קשיא, דאס מיינט קישוט! ברויך זי דען נישט זיך מקשט זיין פאר איר מאן פונקט ווי ער ברויך זיך צושטעלן מיט עונה פאר איר?! ס'איז א טו וועי סטריט!
זאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
משה זעקעלזאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
זיין ווייב וויסט נישט וואס די ווארט "מאווי" מיינט!... ניטעמאל קוקט זי טמא'נע "ווידיאויס"...
ואס, ער זאל איינטאג אהיינקומען און זאגן זיין וויב, מ'גייט קוקען א מאווי?
ער קען זאגן זיין ווייב מ'גייט קוקן יוסף שפיל.
דער גאלדענער אדלערער קען זאגן זיין ווייב מ'גייט קוקן יוסף שפיל
מיט אשת פוטיפר
אדער די מעשה פון אמנון מיט תמר, דוד מיט בת שבע, דוד מיטן סוכנת. די אידן מיט די מואבים, ובימי עזרה די אידן מיט די גוישע ווייבער.
רות מיט בועז אינעם שייער... אחשוורוש בהקבץ בתולות רבות...
אז מ'לערנט באקומט מען גלייך שכר אויף דעי וועלט...
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
אויב מען וויל גיין ממש אויף די רבי'שע שטייגער ברויך מען קוקן א פאָרשפיל...
ליצנות אין א זייט, איז אבער דער ריכטיגער וועג צוביסלעך צו אויפקלערן ביז מען באקומט איר אויף אונזער זייט.
ליבערשט ווי זיך ארומדרייען א צוקראכענער און קלאגן, קען מען דערגרייכן געוואונטשענע רעזולטאטן מיטן איר מוטיגן צו ווערן מער אויפגעקלערט און זיך אהערשטעלן ווי עס פאסט פאר א בת מלך...
דער גאלדענער אדלערנו הא גופא קשיא, דאס מיינט קישוט! ברויך זי דען נישט זיך מקשט זיין פאר איר מאן פונקט ווי ער ברויך זיך צושטעלן מיט עונה פאר איר?! ס'איז א טו וועי סטריט!
אזוי לערנענדיג די וואכעדיגע פרשה היצטערט, פרשת מטות קאפיטל ל' פסוק י"ד כל נדר וכל שבעת אסר "לענת נפש" אישה יקימנו ואישה יפרנו. ברענגט רש"י צו די גמרא אין נדרים וואס הייסט עינוי נפש וואס דער מאן קען מפיר זיין.
כ'זעה אויך דא אין פשוטו של מקרא ווי ער ברענגט צו א רבנו בחיי, וז"ל
"למדך הכתוב כי מה שנתנה תורה רשות לבעל להפר נדרי אשתו, אין זה בכל הנדרים שבעולם אלא דברים שיש בהם "עינוי נפש", כגון שלא תרחץ ושלא תתקשט בבגדי צבעונין, ושלא תאכל בשר ושלא תשתה יין, ושלא תכחול ושלא תפרכס וכיוצא בהן.
ואפילו אסרה על עצמה פירות חינוני פלוני - יפר; וכל שכן שמפר דברים בינו לבינה בעניני צניעות, ממה שכתוב להלן בין איש לאשתו. ובשני ענינים אלו הוא שיש לבעל כח להפר, "לפי שהוא משעבדת לו בשני דברים" של עינוי נפש, שיראה אותה יפה, ושלא תתענה ולא תתצער, וכמו שאמרו ז"ל (כתובות ס"א ע"א) כי היא היתה אם כל חי - 'לחיים נתנה ולא לצער'. ודברים שבינו לבינה, אין צריך לומר שהיא משעבדת לו בהן, ובודאי כל הנודרת באותן שני ענינים - על דעת בעלה היא נודרת, כיון שהיא משעבדת לו בהן, אבל דברים אחרים חוץ מהן שנדרה בהן האשה, אין לבעל כח להפר, אלא צריכה התר חכם על ידי חרטה כשאר בני אדם" ע"כ.
פון דעם זעהט מען אז די פרוי'ס שעבוד פון קישוט און אנרייצן דעם מאן, איז מיט גארנישט ווייניגער ווי דעם מאן'ס חיוב עונה לגבי דעם פרוי, און חתן דנן וועם דער פותח האשכול האט באשריבן איז טאקע צום באוויינען, פונקט אזויווי מ'וואלט ווען באוויינט דעם פרוי פאר נישט באקומען איר ערליך-פארדינטע עונה.
דער גאלדענער אדלערפשוטו של מקרא
אם כל חטאת 😈
עדיאלזייער ווייטאגליך, און כל ערום יעשה בדעת ווען ס׳קומט צו שידוכים.
אן עצה פאר דעם אינגערמאן איז איינס: געט דע העל אוטע דהער. שוין איינגעמיירעט ב״ה, און ס׳איז א מעוות לא יוכל לתקון. וויסן זאלסטו אבער אז ס׳גייט נישט ווערן בעסער קיינמאל. מעריזש קאונסעלינג העלפט נאר ווען ס׳דא א ספארק. מ׳האט זיך אמאל ליב געהאט, נאר מ׳דארף ארבייטן אויף דיפערענצן. בנידן דידן, ווען וישנאה האט אן אזלא גרש, איז טאקע זיל וגרש.
אויף וואס ווארטסו? ס׳זאל זיין א מזל טוב איבערסיאר? די סטיגמא די חברים און די עלטערן פרעשור גיין נישט ווערן בעסער. צום סוף וועט זיין פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן, ויפה שעה אחת קודם.
ח'ו. ס'גייט עם גארנישט בעסער ווערן
ער גייט נישט טרעפן עפעס שענערס
ער קען נאר ווי אויבן דערמאנט טרייען צו מסביר זיין זיך אנטוהן שענער
און נישט קוקן אזויפיל לאוו מאוויס וכו'
Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?
קען איך פערזענליך א יונגערמאן וואס האט קלאר געמאכט פאר זיין טאטע ער איז נאכנישט גרייט צו חתונה האבן. ער איז געווען 17 די טאטע האט איהם געזאגט ארויס פון שטוב גייסטו. איך געב דיר אן אפציע צווישן צוויי מיידלעך.
קיין ברירה נישט געהאט. ער איז געווען געונג גרויס צו פארשטיין אז ער דארף האבן נאך אפאר יאר ביז זיין היציגע טעינידש נאטור ענדיגט זיך אבער אן ערפאלג.
זיין טאטע האט געוואוסט פון איין זאך אויב ער מאכט איהם חתונה ביי די אכצטן איז ער פערזערוועט מיט די ווייסע זאקן.
פארשטייט זיך געווען צו קליין צו קענען קלאר מאכן אז ער דארפט נישט קיין געשוירענע קאפ . וואס ער מיסט און האסט ביז היינט ועוד… איך רעד צו איהם. פיל איך ממש ווי ער דארף פשוט ווארטן אפאר יאר ביז די צוואנציג על כל פנים און זאכן וואלטן אנדערש אויסגעקוקט.
פערזענליך שמועסנדיג מיט איהם. האב איך ארויס געברענגט אנשטאט האקן און זיך רעגן אויף די סיסטעם זאל ער טראכטן וואס מען קען טוהן ווייטער.
ווייל די סיסטעם גייט זיך נישט טוישן ווען ער גייט זיך רעגן
עס איז א ווייטאג. און ניין איך קען גארנישט טוהן צו טוישן די סיסטעם. אבער אנשטאט זיך רעגן זאל מיט טוהן למעשה..
אלבערט איינשטייןאיך קען גארנישט טוהן צו טוישן די סיסטעם
אוודאי קענסטו, טאקע נישט אויף די זעלבע סקעיל ווי דו האסט געטוישט פיזיקס 😉 , אבער דאך, יעדער פון אונז איז א חלק פון די טויש, צוביסלעך
משה זעקעלזאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
ס'איז טאקע נישט נוגע צו דעם אשכול, אבער כ'האב שוין לאנג געטראכט פון אזא בייפאל, די שאלה איז, איז דא א מין מציאות א וועג וואס מ'זאל קענען ברענגען א גאר פרומע ווייבל צו קוקן מאוויס?
ס'דא מאוויס וואס כ'טראכט שוין לאנג הלואי זאל זי עס זען, סתם גוטע קלוגע מאוויס, וואס מ'קען זיך לערנען פון דעם, אבער זי קוקט קוים ווידיא'ס בכלל, אמער רבנים האבן עס געאסר'ט, וואס טוט מען אין אזא פאל, איז דא בכלל א עצה?
מקען אלעס טון מיט אפי' די פרומסטע ווייב
אז דו זעסט נישט ווי אזוי דאן האט עס גארנישט מיט מאוויס
נאר זי האט זיך נאכנישט געטראפן מיט דיר אויף איין פלאץ
סדא גוטע קארסעס, שיעורים, און סעשענס, וואס קען דיר העלפן
פרעגט דיך גוט נאך...
ווי קען מען זיך נאכפרעגן?
כגעדענק נישט וואו כהאב געזען געברענגט ערגעץ אז א שיינע ווייב כפשוטו איז א הידור מצוה
כספי משה זעקעלזאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
ס'איז טאקע נישט נוגע צו דעם אשכול, אבער כ'האב שוין לאנג געטראכט פון אזא בייפאל, די שאלה איז, איז דא א מין מציאות א וועג וואס מ'זאל קענען ברענגען א גאר פרומע ווייבל צו קוקן מאוויס?
ס'דא מאוויס וואס כ'טראכט שוין לאנג הלואי זאל זי עס זען, סתם גוטע קלוגע מאוויס, וואס מ'קען זיך לערנען פון דעם, אבער זי קוקט קוים ווידיא'ס בכלל, אמער רבנים האבן עס געאסר'ט, וואס טוט מען אין אזא פאל, איז דא בכלל א עצה?
לכאורה ברויכסטו מער קאנסאלטינג בכלליות וועגן דיין רילעישאנשיפ אבער אזוי ווי עס איז א לענגס און א ברייטס און עס פעלט אסאך פרטים צו פארשטיין מער קלאר וואס די נושא איז וועל איך נישט ענטפערן יעצט די שאלה איך וועל בלויז ווי א איד ענטפערן מיט א אנדערע שאלה וואס זאל איך טוען מיין כלה זאגט מיר אז זי האט זיך אינטערגענומען א קבלה נישט צו קוקן מער יו טוב?
דוד שריפטליך וואס זאל איך טוען מיין כלה זאגט מיר אז זי האט זיך אינטערגענומען א קבלה נישט צו קוקן מער יו טוב?
זאג איר דריי מאל מופר לך מופר לך מופר לך
berlbalaguleh תקע בשופראיך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???
מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.
אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....
זי האט נאר געהאט בעסערע מעיק-אפ. ווען ער זאל זי (די שיינע פרוי פון די מאוויס) זעהן 7 אזייגער אינדערפריה ווען זי שטייט אויף פון בעט מיט דעם אויסזעהן ווי א מאפ און די פנים פן א זויערן פיקל וואלט ער שוין לאנג אנטלאפן...!
שקויעך אייבירשטער איך האב געטראפן א שיינע מיידל זי לייגט גראדע נישט קיין מעיק אפ גראדע אויך א קלוגע אבער זי לייגט נישט קיין מעיק אפ?
ברוך שפינוזה דוד שריפטליך וואס זאל איך טוען מיין כלה זאגט מיר אז זי האט זיך אינטערגענומען א קבלה נישט צו קוקן מער יו טוב?
זאג איר דריי מאל מופר לך מופר לך מופר לך
נאך די חתונה ביום שמעו קען מען מפיר זיין אבער נישט אלס חתן...
דוד שריפטליך
נאך די חתונה ביום שמעו קען מען מפיר זיין אבער נישט אלס חתן...
זיי גרייט עס צו זאגן גלייך נאכ'ן הרי את, אזוי אין ייחוד שטוב וועלן ענק שוין קענען גיין לייוו אויף יוטיוב 😃
כ'דארף טראכטןליצנות אין א זייט, איז אבער דער ריכטיגער וועג צוביסלעך צו אויפקלערן ביז מען באקומט איר אויף אונזער זייט.
ליבערשט ווי זיך ארומדרייען א צוקראכענער און קלאגן, קען מען דערגרייכן געוואונטשענע רעזולטאטן מיטן איר מוטיגן צו ווערן מער אויפגעקלערט און זיך אהערשטעלן ווי עס פאסט פאר א בת מלך...
ליבשאפט קען נישט גיין מיט געוואלד מיט געדולט קען מען אלעס פועל'ן....
ברוך שפינוזה דוד שריפטליך
נאך די חתונה ביום שמעו קען מען מפיר זיין אבער נישט אלס חתן...
זיי גרייט עס צו זאגן גלייך נאכ'ן הרי את, אזוי אין ייחוד שטוב וועלן ענק שוין קענען גיין לייוו אויף
כ'דארף טראכטןאיך בין נישט איינשטימיג צו באשולדיגן די עלטערן אין דעם צפעציפישן פאל.
מיין טאטע האט יא געזוכט דאס בעסטע פאר מיר, און נאך מיין בעשוי בין איך געווען צופרידן, און ערשט אפאר יאר נאכן חתונה האב איך זיך אויפגעוועקט אז ס'שמעקט מיר עפעס בעסער.
איך נעם דעם פולסטן אחריות אויף מיר אליינס און מען קען קיינעם נישט באשולדיגן. מיין טאטע איז נישט שולדיג אז ער האט צוטון מיט א מאווי-קוקער וואס וועט סיי וויאזוי נישט זיין צפרידן מיט וואס ער האט, כידוע.
א בעל תאווה האט א פראבלעם אז ער גליסט, און סיי וועלכע פרוי וועט אים נישט קענען באפרידיגן אויפן לאנגן-טערמין.
וואס יא? אין מערסטנס פעלער קען מען רעדן צו א פרוי. דאס מיינט נישט מען זאל איר זאגן איך גיי נעמען א צווייטן ווייל דאס וועט בלויז בעקפייערן... מען רעדט פון דער קאנצעפט פון אויפקלערן די פרוי און איר ארויסנעמען אויף פלעצער און צוביסלעך איר אריינגעבן א רייץ צו זיין מער אפן צו די וועלט.
ווען א געזונטע פרוי שמעקט אז איר מאן גייכט א געוויסע סארט אויסזען און קולטור, און גלייכצייטיג קוקט ער איר ארויף און רעספעקטירט איר פאר וויאזוי זי איז און וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן - דאן וועט זי זיך נאטירליך צושטעלן צו אים און אים ממלא זיין זיין חסרון.
א פרוי איז געווענליך בויגזאם און פארמאגט א נאטירליכע רייץ צו צושטעלן פאר איר מאן וואס ער וויל. אנשטאט רעדן פון זיך צוטיילן וכו' קען מען אינוועסטירן אין די פרוי מען זאל זיין צופרידן פון איר אויסזען.
מיין חתן רבי איז געווען א גרויסע בהמה, אבער איין ווארט האט ער געזאגט און איך מיין אז עס איז אמת: "אפילו ווען דו וואלסט באקומען די שענסטע פרוי אין דער וועלט, וואלט זי דיר אויך נמאס געווארן נאך א שטיק צייט". דאס קען מען זען ביי די גויים וויאזוי סיי וועלכע פרוי זיי האבן נאר ווילן זיי גיין טשידן מיט א צווייטן, פארוואס? ווייל זיי זענען בעלי תאווה. ס'איז נישט די פרוי וואס זעט יא אדער נישט אויס גוט, ס'איז די תאווה וואס פלאקערט פאר א צווייטע פרוי אפגעזען ווי שיין און הערליך די אייגענע איז.
אדרבה, זאל דער עולם אריינקומען מיט זייער ערפארונג וויאזוי זיי האבן באוויזן צו שאפן א טויש ביי זיך אינדערהיים, און נישט צובראכן זייער שטוב וועגן אביסל תאווה און פוילקייט.
איך האב הנאה אינגערמאן דו רעדסט דברים של טעם אפילו איינער וואס האט יא א שיינע פרוי און ווייסט פון די אפענע וועלט מיינט אויך נישט אז ער האט די גליק געפונען...... עס גאר זיין אז זי פירט אים ביי די נאז.... און אינדרויסן איז יעדער איינער זיי מקנא
אבער מען קען האבן א גוט לעבן מיט א שיינע פרוי אויך ווי די הייליגע גמרא ערווענט אז איז פון די דריי זאכן וואס זענען מרחיב דעתו של אדם...