נארסיסטיק גאט חלילה?
84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16372
נארסיסטיק גאט חלילה?
ס'דריקט מיך אויפן הארץ.
כ'נעם די גאטס אריינצוברענגן מיין עלעפאנט אין די צימער.
ווייל ס'דערווייטערט מיך פון רעליגיע, כ'קען באשטיין צו וויסן אז ס'איז אמת, גוט, און מעשה השם.
----
די תורה לייגט אראפ אונזער באשעפער ווי א נארסי..
ער זאגט זיינע הערליכע י"ג מידות ווי גוט ער איז
אבער כי לא ינקה דער וואס פארשוועכט זיין כבוד
ער איז אזוי גרויס ער דארף נישט קיינעם
אבער דארף אונזער אטענשען יעדע מינוט אין טאג
משלים, דוגמאות, זענען אהן א שיעור
כ'זיך באמת א תירוץ
אבער די תירוץ זאל נאר נישט זיין: מ'קען נישט פארשטיין. ווייל דאס איז אויך איינע פון נארסיסטיק טרעיט'ס
ווי אויך ביטע קומט נישט מיט קיין היץ.
דעי קשיא רייסט מיך גענוג
ס'איז שוין צייט אונז זאלן וויסן ס'איז תורת אמת דורך אהים, און נישט סתם זאגן אז מ'גלייבט ווייל אפשר דאך איז עס אמת.
אבער אפשר איז צו שפעהט פאר א נייע מעמד הר סיני
צו דען וועט ער נאכאמאל זאגן מ'מעג רעיפן ביי כי תצא למלחמה?
וועט ער זאגן לא תחיה כל נשמה, הארגע א יעדעם און באקום א לאנד?
וועט ער זאגן פרשת עבדים?
קען מיך איינער העלפן? פליז!
ס'פאנגט זיך אן?...
שעפטי, שוין צייט פאר א צווייטע טריפ...
.
הבורא יתברך שמו לא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל
די קשיא און די דריקעניש איז נישט נאר דיינס, טאקע נישט א יעדער וועט זיך דערוואגן אריינצוברענגען זיין עלעפאנט אין די רום, אבער זייער אסאך מענטשן האָבן דעם עלעפאנט באהאלטן ערגעץ.
איך האב אמאל געשריבן אדער עס געזעהן (זכּרון איז א גנב) אויף דעם ענין א מאמר.
דער פשוט'ער ענטפער איז אז דער רבוש"ע כביכול דארף פון אונז קליינע מענטשעלעך גארנישט. נישט אונזערע מצות, נישט די כבוד וואס ער פארלאגט, און וואס אימער מיר געבן אים. און אונזערע עבירות שטערט פאר כביכול פיזיקעלי גאָרנישט. אבער פארט וויל ער די זאכן פון אונז.
זיין ווילן מיט אונזער ווילן זענען צוויי אנדערע טייטשן, איך מיין, אויב וועט מען אביסל בעסער פארשטיין וואס רצון מיינט ביים רבוש"ע, וועט דער עלעפאנט קענען ארויסגעריקט ווערן. אולי.
אונזער רצון איז תמיד געוואנדן אין א חסרון ד.מ. מיר ווילן עפעס ווייל דער זאך וואס מיר ווילן פעהלט אונז, אבער דאס ווארט "וועלן" ביים רבוש"ע, ה' רצה בנו, האט עטוואס אן אנדערע באדייט. נישט אז כביכול וויל עפּעס וואס ער האט נישט, אדער קען נישט צו דעם אנקומען, און דערפאר וויל ער עס. ווייל מיר גלייבן באמונה שלימה (דאס איז דאך נישט דער עלעפאנט) אז דער בורא כל העולמים איז א כל יכול, קען אלעס, האט אלעס, און זיין וועלן מיינט נישט אז ער איז מזוקק און גארט צו עפעס וואס איז אוט פון זיין ריטש Out of his reach.
אבער דאס אז דער רבוש"ע כביכול האט א ווילן קען מען אויך נישט אפפרעגן ווייל עס שטייט דאך רצה הקב"ה לזכות את ישראל, און אויכעט זאגט דער רבוש"ע מלך מלכי המלכים הקב"ה וויל אז מיר אידן זאלן אים מכבד זיין און מכבד זיין דעם שבת, און נאך אסאך ווילן'ס וואס דער רבש"ע האט. אבער די חסרון ווערט נישט ערפילט ווען זיין ווילן ווערט ערפילט ווייל חסרון איז נישטא.
ווי דער דרך חיים איז מסביר די משנה אין אבות פרק ג' משנה ז': "תן לו משלו - אל תאמר שבשביל שהשי"ת צריך אל האדם לכך הוא נמצא עם האדם. כי אין הקב"ה צריך שיתן לו האדם (דבר) שהרי הכל הוא אל השי"ת".
עס ווערט געשריבן אין ספר אדיר במרום, חלק א': אמת הוא שאינו נצרך לבריותיו אלא בריותיו חסרים (והוא שלם ומשולל כל חסרון) וזהו באמת סוד גדול... והוא סוד "אם צדקת מה תתן לו, ואם חטאת מה תפעל בו" (איוב ל"ה ז').
איז וואס וויל ער יא, און פארוואס וויל ער דאס?
די ווארט רצון ביים רבוש"ע וועט בע"כ מוזן מיינען אז ער האט א געוויסע אהבה צו אונז, און דערפאר וויל ער אונז געבן די הטבה וואס עס קומט בדרך הטבע ווען זיין רצון ווערט געטוהן. אפי' די מצות וואס ער האט אונז געגעבן איז נישט געמאסטן לויט די כוחות פונעם רבוש"ע נאר לויט אונזערע כוחות און פארשטענדעניש. אויב וועלט עס געווען פאר זיינעט וועגן וואלט עס געדארפט זיין מיט מדריגות וואס זענען העכער ווי די פשוטי עם קענען אפי' דערגרייכן.
עס איז דא א מדרש רבה במדבר קאפיטל י"ב פיסקא ג': כיון שאמר הקב"ה ונתנו איש כופר נפשו, אמר משה, מי יכול ליתן כופר נפשו. אמר לו הקב"ה איני מבקש לפי כוחי אלא לפי כוחן. וכן בשעה שאמר הקב"ה צו את בני ישראל את קרבני לחמי לאישי, אמר משה מי יכול להספיק להקריב קרבנות אם אנו מקריבין לפניו כל חיתו שדי, ועורכין כל עצי לבנון אינו מספיק לו לפי גדולתו. זאגט דער מדרש, דער רבוש"ע האט געענטפערט די זעלבע תירוץ, נישט לפי גדלי נאר לפי כוחו.
זאגט דער מדרש ווייטער, ועשו לי מקדש ושכנתי וגו', האט משה געפרעגט די זעלבע קשיא, מי יכול לעשות מקדש שהשכינה ישכון וישרה שכינתו בה? אפי' שלמה המלך ווען ער האט געבויעט דאס ביהמ"ק האט געזאגט הן השמים ושמי השמים לא יכלכלוך אף כי הבית הזה אשר בניתי לא יכול לך, ווי אזוי איז בכלל שייך צו בויען א בית ה'? ווייטער איז געקומען די זעלבע ענטפער, לפי כוחך, נישט מיין כח. דער באשעפער זאגט, איך בעהט נישט מער ווי צוואנציג ברעטער אויף צפון און דרום און אכט ברעטער אויף מערב וכו', און אין דעם וועל איך משרה זיין די שכינה פאר ענקערט וועגן (מיינעט וועגן).
עס איז דא א שפת אמת (במדבר בהעלותך תרמ"ז) וואס איז די אויבנדערמאנטע הסבר זייער שיין מסביר ע"ש.
איצטערט ווען מען פארשטייט די נפק"מ פון די צוויי וועלן'ס, איינס איז 'דארפן', 'א צורך', און איינס איז 'וועלן', 'אָן א צורך', ווייל דער מלך האט אלעס, אז מען איז זיך מעיין אין דעם קען מען אנהייבן טראכטן פון ארויסרוקן דעם עלעפאנט צוביסלעך.
דער רמב"ם הל' יסודי התורה סימן א' הלכה ט' פרעגט שוין דיין קשיא פארוואס די חז"ל לייגן עס אראפ ווי דער רבוש"ע דארף לצורך חסרון וואס ער האט כביכול. דער רמב"ם ענטפערט דארט אז די תורה שרייבט כלשון בני אדם לסבר את האוזן, יד ה', אצבע אלוקים, אזני ה', וכדו', אז ווען דער מענטש זאגט און רעדט פון דעם באשעפער זאל ער אביסל קענען רילעטן צו וואס ער זאגט.
נאך אלעס זאגט דער רמב"ם אין די 13 אני מאמין'ס: אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל. איז אויב אזוי וואס העלפן די לשונות בנ"א אז באותו מאמר זאגט ער אז מען קען נישט פארשטיין אפי' מיט די לשון בני אדם אז א מענטש זאל קענען רילעיטן ווען ער קען נאך אלץ נישט פארשטיין.
האב איך געקלערט (קען זיין געזעהן, איך דענק נישט) אז אפי' מיר קענען עס נישט פארשטיין אבער נאך וואס די מח מאלט זיך א בילד און ער רילעיט דערצו מיט א וויזיע, דאן קען ער מקרב זיין צו זיין לב די הרגשה און צוביסלעך וועט דאס הארץ איבערנעמען די וויזיע און די וויזיע וועט בכלל נישט אויספעלן מער, ער וועט קאנעקטן מיט'ן הארץ, און דארט וועט ער שוין נישט פרעגן די קשיות, ווייל די אהבה וועט ווערן א קאנעקשאן וואס ער וועט פיהלן, און די פארשטאנד וועט ווערן א פיזישע געפיל.
די מצוות ה' הייבט אונז צו א העכערע גייסט וואס די 'רוצה בנו' ווערט אן אהבה, א בענקעניש, ממש אן אייגענער פיזישער מציאות וואס מאכט אונז שפירן אז דער רצון ה' איז טאקע אויך נאר ווייל דער רבוש"ע האט אן אהבה צו אונז און די אהבה וועט צוריק שפיגלען כמים פנים אל פנים וכו', ווי שלמה המלך זאגט אין שיר השירים "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה".
איך האף אז די ווערטער ווארפט אריין עטוואס חומר צו טראכטן אין א דירעקציע וואס ווייזט אז עס איז טאקע יא א-ל רחום וחנון, לאו דוקא נארסעסיזם.
די מאמר ווערט געשריבן פארנדיג אין קאר, עס קען נאך זיין אסאך לענגער און קלארער, אבער איך קען נישט איצטערט מער. ביטע לאז וויסן אויב עס ברעכט א טראפ אריין אין די עלעפאנט.
תירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה,
קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
לייביששרייבער
איז וואס וויל ער יא, און פארוואס וויל ער דאס?
די ווארט רצון ביים רבוש׳׳ע וועט בע׳׳כ מוזן מיינען אז ער האט א געוויסער אהבה צו אונז, און דערפאר וויל ער אונז געבן די הטבה וואס עס קומט בדרך הטבע ווען זיין רצון ווערט געטוהן. אפי׳ די מצות וואס ער האט אונז געגעבן איז נישט געמאסטן לויט די כוחות פֿונעם רבוש׳׳ע נאר לויט אונזערע כוחות און פארשטענדעניש. אויב וועלט עס געווען פאר זיינעט וועגן וואלט עס געדאַרפֿט זיין מיט מדריגות וואס זענען העכער ווי די פשיטי עם קענען אפי׳ דערגרייכן.
לייביש, דו שרייבסט הערליך שיין, אבער כמדומה באציהסטו זיך צו אן אנדערע קשיא ווי דאס וואס דער פותח האשכול האט געפרעגט. דער פותח האשכול האט געשטערט אז עס זעט אויס פון אסאך פסוקים אז גאט פירט זיך אויף נארסעסיסטיש ח"ו, ער פארלאנגט כבוד, לא ינקה אויב מען פארשוועכט זיין כבוד, ער דארף אונזער אטענשאן יעדע מינוט, וכ' וכ'. איך האב נישט געזען אין דיין לאנגע תגובה וואו דו באנעמסט זיך צו די קשיא.
דו באהאנדלסט א צווייטע קשיא אינגאנצן, און דאס איז, אויב גאט איז מושלם, ער דארף גארנישט, דאן וואס איז פשט אז מען טרעפט אין געוויסע פלעצער אז ער האט א רצון? רצון איז דאך פשט אז עס פעלט פון דער וואס וויל עפעס.
אויף דעם ענטפערסטו אז עס איז א צווייטע מין רצון, נישט קיין רצון פון א חסרון. נאר ענדערש א רצון וואס קומט פון אן אהבה.
אויף דעם וויל איך פארשטיין אזוי, לכאורה די סארט רצון איז אויך פון א חסרון, נישט אזוי? אז גאט האט באשאפן א וועלט איז פשט אז ער האט עס געוואלט באשאפן. פארוואס האט ער געוואלט באשאפן? וועסטו זאגן, בעצם האט ער עס נישט געדארפט, ער איז געווען מושלם אן דעם אויך, נאר ער האט מחמת טובו געוואלט זיין א מטיב לבריאיו, ער איז אזא גוטער אז ער האט געוואלט טון גוטס, האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשן מיט וועמען צו טון גוטס... איז דאס נישט קיין חסרון? ער האט געוואלט ערפילן זיין געפיל און דראונג פון טון גוטס, ער וויל ערפילן זיין אהבה, דעריבער האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשן וועמען ער וועט טון גוטס מיט זיי, און אן א וועלט וואלט ער דאך דאס נישט געהאט?
אפשר שמועס בעסער אויס די נקודה, איך וויל אויך קלארער ווערן.
דו גייסט דא אריין אין א שווערע מחלוקה צווישן תורת חב''ד און די רמב''ם.
איך בין אונטערוועגנס, עס איז מיר שווער מרחיב צו זיין אין די הסברים פון ביידע שיטות לגבי די שאלה. וועלן מיר זיין צוריק וועלן מיר משתדל זיין צוריקצוקומען צו דעם.
איך ליין די דיסקאשען און איך מיין אז די קשיא איז שטארקער ווי תיריצים,
לאמער אביסעל ארויסברענגען זיין די קשיא פון שעפטיל, לויט ווי יאך פארשטיי עס,
א נארסיסט האט אפאר מאדנע התנהגות. און מען טרעפט עס ביי גאט ברוך הוא.
עס איז נישט נאר אז ער האט א רצון, עס איז מער ווי דעם
למשל --- יענער איז אייביג שילדיג אין אלעס, ער קיינמאל נישט!
רינגס ע בעל?
גאט טיט קיינמאל נישט קיין שלעכטס, נעעעע.... ער איז א טוב ומיטיב...!!! תייסרך רעתך, דו ביסט אלעס אליינס שולדיג...!
די נארסיסט פארנעמט נישט קריטיק. ער וויל נאר הערען לויב ווערטער!!! נישט קיין חילוק וואס ער טוט אפילו שלעכטע זאכן זאלסטו דאנקען!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט וויל נישט זאלסט זיין ביזי מיט א צווייטן..... נאר מיט עם א גאנצע לעבן....!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט קען דיר פארביטערן דיין לעבן אבער ווען דו פרעגסט עם היתכן וועט ער דיר געסלייטן מיט אלע סארט תיריצים עס דאכט זיך דיר נאר.... עכט איז ער א גוטע מענטש!
רינגס ע בעל?
ביי א נארסיסט איז מיי וועי אר די היייוועי!! נישטא קיין אנדערע וועג, אזוי ווילעך און אזוי וועט זיין!!! ער פירט זיך וואו א דיקטאטאר!
רינגס ע בעל?
אזוי איז דא נאך אסאך אנדערע עקסעמפלס, באט יו געט דע פאונט!..............
שעפטיל פארשטיי איך גוט די שאלה???? אויב נישט איז עס מיין אייגענע שאלה.......
מן הסתםהבורא יתברך שמו לא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל
ביי מיר איז דאס דער אבסאלוטער תירוץ - איך פארשטיי טאקע נישט אלעס, אבער איך ווייס אז דער רבש"ע איז א בעל הרחמים און ער האט גענצליך א אנדערע וועג ווי אזוי ער פירט זיך מיט אונז, וואס איז נישט פארשטענדליך פאר אונז פשוט'ע מוחות.
אין איין ווארט - ער מעג דאס טון! סיי ווייל ער איז בעה"ב אויף דער וועלט, און סיי ווייל אינערליך איז ער דער גרעסטער בעל חסד און איך גלייב אז ער מיינט אונזער גוטס, כאטש איך קליינע מענטשעלע פארשטיי נישט ווי אזוי. פאקט איז, ער "איז" העכער אונז אלע, און מעג פארלאנגען וואס ער וויל; ווס. איין מענטש פונעם צווייטן וואס איז ווייטאגליך ווען איינער קאנטראלירט אדער מאניפולירט.
מיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
שמעקעדיגמיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
פארוואס טאקע נישט? פון איינשטיין און האוקינג האלטסטו זיך קלוגער, מאי שנא הכא ומאי שנא התם? ליגט עפעס א בייעס דא?
בעסטע תירוץ
שמעקעדיג מן הסתםהבורא יתברך שמו לא ישיגוהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל
ביי מיר איז דאס דער אבסאלוטער תירוץ - איך פארשטיי טאקע נישט אלעס, אבער איך ווייס אז דער רבש"ע איז א בעל הרחמים און ער האט גענצליך א אנדערע וועג ווי אזוי ער פירט זיך מיט אונז, וואס איז נישט פארשטענדליך פאר אונז פשוט'ע מוחות.
אין איין ווארט - ער מעג דאס טון! סיי ווייל ער איז בעה"ב אויף דער וועלט, און סיי ווייל אינערליך איז ער דער גרעסטער בעל חסד און איך גלייב אז ער מיינט אונזער גוטס, כאטש איך קליינע מענטשעלע פארשטיי נישט ווי אזוי. פאקט איז, ער "איז" העכער אונז אלע, און מעג פארלאנגען וואס ער וויל; ווס. איין מענטש פונעם צווייטן וואס איז ווייטאגליך ווען איינער קאנטראלירט אדער מאניפולירט.
מיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
דער תירץ האט אבער דער רמב"ם ז"ל געשפירט פאר וויכטיג צו ערקלערן און אדורכאקערן. ווי אויך איז האט דער הייליגער בעל התניא געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן צענדליגער בלעטער דוקא אויף די גאר קורצע דיבורים פונעם רמב"ם.
אזוי ווי געזאגט, איך בין אונטערוועגנס, צו טיף צו עס באארבעטן איצטערט, אבער עס האט אן אויסגעטרויטענער וועג פאר אונז ווי אזוי צו דאס פארשטיין און דערלערנען.
דער רמב"ם שרייבט אין די הקדמה פון מ"נ אז נאך אלע מעשיות גלייכט ער בעסער צו האבן די אמונה פשוטה, און אזוי גלייבן און וויסן אז עס איז דא א ג-ט ב"ה. אבער פארט פאר ער האט דאס געזאגט האט ער געשריבן זיין מ"נ.
משה רבינו ווערט געברענגט האט געבעטן דעם אייבירשטען אוועקצונעמען פון אים די פאקטישע ידיעה פון די שכינה כדי ער זאל קענען קלאמערן אויף די גראדע ווענט אזוי ווי גאנץ כלל ישראל אין אמונה בה' (מובא בספר תניא - לא זוכר בדיוק המ"מ אבל אציין אי"ה לכש.....)
Wow
ר' @לייבעלע: טאמ'ס אפ + א סמיילי פעיס..
כ'האב נישט געהאט קיין סאך קלארע דוגמאות ס'געוועהן א רויע אנערקענונג אהן קענען אנדייטן ווי כ'זעה עס.
האסט מיך געהאלפן פארשטיין פון ווי ס'קומט.
---
צוגיין מיט דעי: אונז דארפן נישט פארשטיין, דערמאנט פון דעם מילגרעם עקספערמענט
לייבעלעאיך ליין די דיסקאשען און איך מיין אז די קשיא איז שטארקער ווי תיריצים,
לאמער אביסעל ארויסברענגען זיין די קשיא פון שעפטיל, לויט ווי יאך פארשטיי עס,
א נארסיסט האט אפאר מאדנע התנהגות. און מען טרעפט עס ביי גאט ברוך הוא.
עס איז נישט נאר אז ער האט א רצון, עס איז מער ווי דעם
למשל --- יענער איז אייביג שילדיג אין אלעס, ער קיינמאל נישט!
רינגס ע בעל?
גאט טיט קיינמאל נישט קיין שלעכטס, נעעעע.... ער איז א טוב ומיטיב...!!! תייסרך רעתך, דו ביסט אלעס אליינס שולדיג...!
די נארסיסט פארנעמט נישט קריטיק. ער וויל נאר הערען לויב ווערטער!!! נישט קיין חילוק וואס ער טוט אפילו שלעכטע זאכן זאלסטו דאנקען!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט וויל נישט זאלסט זיין ביזי מיט א צווייטן..... נאר מיט עם א גאנצע לעבן....!
רינגס ע בעל?
די נארסיסט קען דיר פארביטערן דיין לעבן אבער ווען דו פרעגסט עם היתכן וועט ער דיר געסלייטן מיט אלע סארט תיריצים עס דאכט זיך דיר נאר.... עכט איז ער א גוטע מענטש!
רינגס ע בעל?
ביי א נארסיסט איז מיי וועי אר די היייוועי!! נישטא קיין אנדערע וועג, אזוי ווילעך און אזוי וועט זיין!!! ער פירט זיך וואו א דיקטאטאר!
רינגס ע בעל?
אזוי איז דא נאך אסאך אנדערע עקסעמפלס, באט יו געט דע פאונט!..............
שעפטיל פארשטיי איך גוט די שאלה???? אויב נישט איז עס מיין אייגענע שאלה.......
זייער שיין ארויסגעברענגט די מענטשליכע פערספעקטיוו לגבי גאט. למעשה קען מען זיך שטעלן דא אויף א פאר קשיות. איז דיין געדאנקענגאנג טאקע ריכטיג יוניווערסאלי? איז דיין לאגיק ריכטיג בתכלית האמת לאמיתו?
דיין מיינדסעט איז לכאורה א פראדוקט פון דיין קולטור. ווער זאגט וויאזוי א "גאט" דארף זיך באמת אויפפירן? פון וואו קענען מיר למעשה וויסן וואס איז יושר לגבי די רילעשאנשיפ צווישן א גאט און זיין פאלק? דו האסט עפעס רעפערענצען, אדער דו שטעלסט זיך פאר אזווי ווייל דיין היסטאריע צווישן מענטשן האט דיר אזוי געוויזן?
מענטשן וואס פירן זיך אויף דעם דרך ווערן גערופן "נארסיסיסטס" ווייל ס׳איז א קראנקהייט. אזא מענטש קען בשום אופן נישט איינזעהן אז ער האט א פעלער, קען נישט איינזעהן אז ער איז באגאנגען א טעות, אדער אז זיין שיטה איז נישט 100 פראצענט ריכטיג. און ס׳איז אלעס ער! ער! ער! (זי! זי! זי?).
ביי א מענטש איז קיינמאל נישט שייך אז ער זאל אייביג זיין גערעכט, ס'איז אים בלויז אן אנרעדעניש,
אבער ביי א גאט? ס'איז עפלעך מיט מאראנצן. איך קום נישט פארענטפערן דא קיינעמ'ס טענות אדער הארץ דריקענישן, איך וויל בלויז פונאנדערשיידן די מענטשליכע טערמין "נארסיסיסט" ווערסוס א גאט. ס'איז אן אנדערע חיה אינגאנצן.
טאמער גאט זאגט אז מיר זענען אים שולדיג אלעס ווייל ער האט אונז געגעבן דאס לעבן, ווער זענען מיר צו זאגן אנדערש? ס'מוז נישט מאכן קיין סענס מיט אונזער היינטיגע קולטור, אבער ווער זענען מיר צו האלטן אנדערש? למעשה ווייס איך נישט צו מיר זענען אים אלעס שולדיג פאר'ן באשאפן אונז, אבער ס'איז נישט דא קיינער אחוץ גאט אליינס וואס קען דאס ענטפערן.
העכסטנס אז דו ווילסט נישט דיין לעבן קענסטו דאס אייביג צוריקגעבן. 😂
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
ברוך שפינוזהתירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה,
קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
סתם געמישט א קאשע
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה, בערך ווי @חתן בחור ברענגט ארויס...
נארסיסיזעם איז א פראבלעם פאר א 'מענטש' באשר הוא 'אדם' - א מענטש צווישן מענטשן, און אויב האלט זיך איינער העכער פון אנדערע וכדו' וועט אים סאסייעטי אויסשפייען ווייל 'מאי חזית דדמא דידך סומק טפי'... משא"כ להבדיל פארן בורא עולם, וואס הגם ס'שטייט 'כל מקום שאתה מוצא גבורתו של הקב"ה אתה מוצא ענוותנותו', פארוואס עקספעקסטו עס אבער? ער קען דאך טון 'וואס' ער וויל... נאכאמאל, 'וואס ער וויל'! ומי יאמר לו מה תעשה???
יעצט, למעשה איז תהלה לקל די רילעישנשיפ פון כביכול השי"ת מיט'ן עם ישראל און בכלל זיין ציל מיטן באשאפן א וועלט מצד זיין רצון להטיב.
איי דו ווילסט עס שוין יעצט פילן? כ'פארשטיי דיר זייער גוט, אבער כך גזרה חכמתו אז דוקא באופן זה וועט דער איד זוכה זיין צו תכלית טובה... ובהדי כבשי דרחמנא למה לך?!
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
טמיר ברוך שפינוזהתירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה,
קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
סתם געמישט א קאשע
צ״ל כ׳האב נישט פארשטאנען, ולשטיא בכורמיזא 🙂
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
ברוך שפינוזה שמעקעדיגמיר זענען נישט די ערשטע וואס איז איינעגעפאלן די קשיות. שוין געווען תנאים אמוראים, צדיקים קדושים, חוקרים און פילאזאפן, וואס האבן שוין דורכגעאקערט די קשיות און פארשטאנען בעסער ווי מיר. איך האלט מיך נישט קלוגער ווי זיי אלע, און שוין.
פארוואס טאקע נישט? פון איינשטיין און האוקינג האלטסטו זיך קלוגער, מאי שנא הכא ומאי שנא התם? ליגט עפעס א בייעס דא?
ניין, ער האלט זיך נישט קלוגער פון זיי. אבער ווען צוויי קלוגע מענטשן קריגן זיך מישט מען זיך נישט אריין מיט קיין קלאץ קשיות, ודוק.
גראדע האב איך זייער הנאה פון די אשכול בכלל, און פון @שעפטל בכלל, ייש"כ טאקע. אבער דיינע תגובות קריכן מיך אויף די נערווען פאר סאם ריזן. מיינען אז מ'האט די ענטפערס אויף אלעס קומט נישט פון קלוגשאפט. סארי
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
חתן בחור. דאס איז אלעס אויף די צד 1. ס'דא א גאט. 2. ער האט אונז געבן די תורה.
אין די תורה זעהן אונז אז ס'איז נישט עפלעך מיט מאראנצען.
מ'זעהט חסרון במדרש וחז"ל
ואתה הסיבות לבם אחורנית
הביאו עלי כפרה על שמיעט הירח.
נורא עלילה על בני אדם
ועוד. אפי' לדברך ווי אזוי איז שייך הדבק במדותיו
מה הוא קנא ונוקם אף אתה?
טמירמיינען אז מ'האט די ענטפערס אויף אלעס קומט נישט פון קלוגשאפט.
האסט נישט געדארפט אויספויקן ברבים אז דו ביזט פון די טפשים וואס רעדן זיך איין אז זיי האבן ענטפערס אויף אלעס, אז ס'דיר וויכטיג געוועהן עס צו זאגן האסטו מיר עס געקענט זאגן אין אישי.
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
ברוך שפינוזה טמיר ברוך שפינוזהתירוצים על פי אמונה במפלצת הספגטי המעופפת זענען דא אסאך, אבער ס'אויך דא א תירוץ על פי אמונה בהוי"ה,
קוק דא, ודי לחכימא ברמיזא.
סתם געמישט א קאשע
צ״ל כ׳האב נישט פארשטאנען, ולשטיא בכורמיזא 🙂
כ'אמיך פארגעשטעלט אז דו וועסט נישט פארשטיין, העל איך מסביר'ן. שעפטל'ס פראבלעם מיט, כביכול, א נארסיסטישע גאט איז נישט ווייל ער הייסט לערנען שעות רצופות, נאר ווייל ער הייסט:
ואהבת את ה' בכל לבבך
כי אם ליראה
וכו וכו, די גאנצע קאפ דארף זיך דרייען ארום זיין כבוד און מורא און אהבה. כביכול, ווי קים יאנג אהן. נאר דא קומט זיך עס עם. אבער פארוואס בעהט ער די אלע זאכן?
די אלע זאכן זענען פסוקים אין די תורה אין כמה מקומות.
@הוגה קומט נישט אהער דא
קלאר?
יא, ס'איז זייער קלאר אז דו האסט נישט געליינט הוגה'ס תגובה, ער שרייבט דארט אויך וועגן ע"ז און זיך בוקן צו א צלם. וואטעווער, גיימער גיין אויסוואשן דאס בעזעם, האטס מיר און זייטס מיר.
חתן בחורזייער שיין ארויסגעברענגט די מענטשליכע פערספעקטיוו לגבי גאט. למעשה קען מען זיך שטעלן דא אויף א פאר קשיות. איז דיין געדאנקענגאנג טאקע ריכטיג יוניווערסאלי? איז דיין לאגיק ריכטיג בתכלית האמת לאמיתו?
דיין מיינדסעט איז לכאורה א פראדוקט פון דיין קולטור. ווער זאגט וויאזוי א "גאט" דארף זיך באמת אויפפירן? פון וואו קענען מיר למעשה וויסן וואס איז יושר לגבי די רילעשאנשיפ צווישן א גאט און זיין פאלק? דו האסט עפעס רעפערענצען, אדער דו שטעלסט זיך פאר אזווי ווייל דיין היסטאריע צווישן מענטשן האט דיר אזוי געוויזן?
מענטשן וואס פירן זיך אויף דעם דרך ווערן גערופן "נארסיסיסטס" ווייל ס׳איז א קראנקהייט. אזא מענטש קען בשום אופן נישט איינזעהן אז ער האט א פעלער, קען נישט איינזעהן אז ער איז באגאנגען א טעות, אדער אז זיין שיטה איז נישט 100 פראצענט ריכטיג. און ס׳איז אלעס ער! ער! ער! (זי! זי! זי?).
ביי א מענטש איז קיינמאל נישט שייך אז ער זאל אייביג זיין גערעכט, ס'איז אים בלויז אן אנרעדעניש, אבער ביי א גאט? ס'איז עפלעך מיט מאראנצן. איך קום נישט פארענטפערן דא קיינעמ'ס טענות אדער הארץ דריקענישן, איך וויל בלויז פונאנדערשיידן די מענטשליכע טערמין "נארסיסיסט" ווערסוס א גאט. ס'איז אן אנדערע חיה אינגאנצן.
טאמער גאט זאגט אז מיר זענען אים שולדיג אלעס ווייל ער האט אונז געגעבן דאס לעבן, ווער זענען מיר צו זאגן אנדערש? ס'מוז נישט מאכן קיין סענס מיט אונזער היינטיגע קולטור, אבער ווער זענען מיר צו האלטן אנדערש? למעשה ווייס איך נישט צו מיר זענען אים אלעס שולדיג פאר'ן באשאפן אונז, אבער ס'איז נישט דא קיינער אחוץ גאט אליינס וואס קען דאס ענטפערן.
העכסטנס אז דו ווילסט נישט דיין לעבן קענסטו דאס אייביג צוריקגעבן. 😂
בעצם איז נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, (עירובין דף יג) דאס איז איינמאל זיכער. אבער אז מען איז שוין יא באשאפן געווארן לעב און לאז לעבן. די קשיות זענען זייער שטאַרק ווען דער מענטשליכער פערספעקטיוו איז דער אלגעמיינער אפשאצער קוקענדיג אריין אין זיך, ווי @חתן בחור האט ערווענט, און דאס ענטפערט נישט די קשיא, נאר קשיא מעיקרא ליתא.
טמיר
גראדע האב איך זייער הנאה פון די אשכול בכלל, און פון @שעפטל בכלל, ייש"כ טאקע.
שכח 😃
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
מענין לענין דערציילט זיך אז אמאל איז א מלחמה איבערלעבער אוועק, ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט אין געמאכט א וויץ איבער די וועלט מלחמה, האט אים גאט אויסגע'מוסר'ט אז דאס איז נישט קיין זאך פון וואס מ'מאכט וויצן. האט ער צוריקגעענטפערט 'ווען דו וואלסט דארט געווען וואלסטע פארשטאנען פארוואס איך קען מאכן דעם וויץ'.
ודוק כי עמוק היא מאוד.
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
צום עיקר העניין איז מיין מהלך, אז צו גאט עקזיסטירט טאקע צו נישט איז נישט באמת נוגע, וואס איז יא נוגע איז צו ער עקזיסטירט אין מיין לעבן און אז דאס בעניפירט די מענטשהייט. אזוי ווי איינער זאל מיך אנהייבן אויפוווייזן אז די דאלער האט בעצם קיין שום שוויות ס'איז א בלויזע אילוזיע וכו' און ער וועט האבן אלע ראיות שאינן מופרכות וועט עס מיר נאכאלס נישט אפהאלטן פון קאלעקטן דעם דאלאר וויבאלד איך ווייס בידיעה ברורה אז איך דארף דאס פאר מיין קוואליטעט אין לעבן.
יעצט וואס איז נוגע דעם עצם מציאות הבורא און וואס ער לכשעצמו טוט איז עכט נישט מעלה ומוריד ווייל דאס גייט נישט אויף קיין שום וועג אויסמאכן אין מיין לעבן.
קל וחומרמענין לענין דערציילט זיך אז אמאל איז א מלחמה איבערלעבער אוועק, ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט אין געמאכט א וויץ איבער די וועלט מלחמה, האט אים גאט אויסגע'מוסר'ט אז דאס איז נישט קיין זאך פון וואס מ'מאכט וויצן. האט ער צוריקגעענטפערט 'ווען דו וואלסט דארט געווען וואלסטע פארשטאנען פארוואס איך קען מאכן דעם וויץ'.
ודוק כי עמוק היא מאוד.
איך פארשטיי נישט, אפשר ביסטו מסביר.
פאר איך שרייב מיינע געדאנקען אויף די טעמע, איז וויכטיג צו צונעמען אייער שאלה (אויב איך בין זיך טועה אין אייער כוונה בעט איך אייך מחילה מראש).
איר פרעגט נישט איבער די אמת'דיגקייט פון גאט, איר פרעגט אויף א געוויסע פירונג וואס ברענגט זיך ארויס אין די description פון גאט דורך די תורה. איר זאגט אז דאס דערווייטערט אייך פון אים.
(כאטש שפעטער שרייבט איר יא
ס'איז שוין צייט אונז זאלן וויסן ס'איז תורת אמת דורך אהים, און נישט סתם זאגן אז מ'גלייבט ווייל אפשר דאך איז עס אמת.
איך גלייב אז דאס איז א באזונדערע שאלה).
'מען קען נישט פארשטיין' קומט דערפאר טאקע נישט אריין. ווייל די תורה קען/דארף מען יא פארשטיין.
די מאמר פון
@לייביששרייבער איבער רצון ביי גאט איז שטארק שייך צום טעמע, אבער אדרעסירט נישט די שאלה ספעציפיש - אזויווי
@שמן למאור האט שוין ארויסגעברענגט.
אייער דילעמע איז איינס וואס פילע מיטשען זיך אין די מאדערער וועלט. פילע זאכן אין די תורה זענען שווער צו פארשטיין לויט אונזערע השגות. איך בין אויך שייך צו די קהילה פון אידן וועלכע עס באדערט די שאלה. נאר פאר מיר איז דאס נישט עפעס וואס דערווייטערט מיר, ווייל די אנטי נארסאסיסטיק traits פון גאט זענען ביי מיר פיל שטערקער - די "הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט" און די מדת הרחמים פון גאט, ווי די נארסאסיסטיק traits, ממילא כאטש די שאלות זענען וויכטיג, איז עס נישט שייך צו ברענגען צו מסקנות.
איך וועל פרובירן פארצושלאגן מעגליכע ענטפערס צו די שאלה.
איר דערמאנט עטליכע ביישפילן, איך מיין אז זיי באלאנגען נישט אין איין קעסטל. טייל פון די ביישפילן וועלן מעגליך האבן פארשידנארטיגע ענטפערס.
איך וועל פרובירן זיך מתייחס זיין צו די ביישפילן וואס איר האט געברענגט, כאטש וואס עס זענען דא נאך אסאך אנדערע.
1.
ער איז אזוי גרויס ער דארף נישט קיינעם
אבער דארף אונזער אטענשען יעדע מינוט אין טאג
דא קומט אריין וואס
@לייביששרייבער שרייבט איבער די משמעות פון רצון ביי גאט. ער דארף נישט קיין אטענטשען - פאר זיך, ער דארף איר זאלט געבען אייער אטענטשען צו אים - לטובתכם.
2.
ער זאגט זיינע הערליכע י"ג מידות ווי גוט ער איז
אבער כי לא ינקה דער וואס פארשוועכט זיין כבוד
פון די עצם פאקט אז ביידע - די י''ג מידות און די כי לא ינקה קומען פון זעלבן מקור, דאס אליינס ווייזט אז מען רעדט נישט פון קיין נארסאסיסט... אבער דאס איז נישט די עיקר. אזויווי שוין געשריבן פריער, איז עס נישט איבער וויי טון זיינע פערזענליכע געפילן. נאר איבער די זינד פונעם מענטש צו ניצען גאט'ס נאמען אומריכטיג. לא ינקה איז ס''ה א חלק פון שכר ועונש. שכר ועונש איז א פארשטענדליכע מיטל וויכטיג צו אויפהאלטן סיי וועלכע סיסטעם פון געזעץ. יעצט, מען קען דעבאטירן די הארבקייט פון ספעציפישע עונשים אויף ספעציפישע עבירות, צומאל זענען דא פשוט'ע טעמים און צומאל זענען זיי טיפער, אבער די געדאנק בעצם איז לעגיטים.
3.
צו דען וועט ער נאכאמאל זאגן מ'מעג רעיפן ביי כי תצא למלחמה?
וועט ער זאגן לא תחיה כל נשמה, הארגע א יעדעם און באקום א לאנד?
וועט ער זאגן פרשת עבדים?
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז די תורה איז געשריבן געווארן לויט די מצב פון די דעמאלסדיגע תקופה. ווי מען זעהט אין רמב"ם אויף אסאך מצוות (למשל די איסור כתובת קעקע) אז עס איז געווען אין response צו געוויסע ע''ז וועלכע זענען געווען פארשפרייט דעמאלס. אין באמת זינט די תורה איז נצחי דארף מען פארשטיין די יחס פון די עניינים צו אונזערע צייטן. אבער עס איז קלאר אז דאס איז די מציאות, די תורה איז געשריבן געווארן לויט די מציאות און השגות פון דעמאלסדיגע מענטשען.
לויט ווי פילע היסטאריקער ערווענען איז די תורה געקומען געבן רעכטען פאר עבדים. רעכטען וואס אין אנדערע קולטורן איז געווען אומדערהערט. עס האט נישט אינדארסירט די לעגיטימאטעט פון האבן עבדים - עס איז געווען די אנגענימענע שטעלונג ביי אלע קולטורן. די שאלה פארוואס די תורה האט נישט אינגאנצען פארבאטן איז א קאמפלעצירטע און איז אוודאי נישט פשוט. דאך מיין איך אז דאס מאכט עס פיל גרינגער, פארבאטן עבדים וואלט געווען עפעס וואס מענטשען אין די תקופה וואלטן נישט געקענט באגרייפן און פארשטיין. די תורה איז געקומען גרינגער מאכן פאר די עבדים די מערסטע מעגליך.
די זעלבע איז מיט כי תצא למלחמה. די תורה איז זיך נישט מתייחס צו די עניין פון רעיפ, די תורה איז זיך נאר מתייחס צו די עריות שאלה. לכאורה איז בימיהם געווען די הנהגה כלפי געפאנגענע שטארק אנגענימען. און די תורה מישט זיך נישט אריין דאס צו פארבאטן. די תורה גייט נאר אריין און די שאלה פון עריות וואס איז געווען אסור און אלגעמיין - און איז געווען מותר אין געוויסע צושטאנדן.
לא תחיה כל נשמה איז שוין אביסל שווערער. ווייל דאס איז א דירעקטע ציווי פון גאט אויף די זאך. נאך שווערער איז די מצווה פון מחיית עמלק וועלכע נעמט אריין נשים וטף. עס איז אבער וויכטיג ארויסצוברענגען אז עס איז נישט צוליב באקומען א לאנד, די מצווה פון לא תחיה כל נשמה איז דומה צו די ציווי פון מחיית עמלק וועלכע איז כדי צו אויסראטן א געוויסע פאלק צוליב אירע שלעכטס. נארסאסיזם איז עס נישט, מעגליך אכזריות. דאס אויך דארף מען פארשטיין. די שטראפן פון די תורה מיט די מיתות בית דין וכדו' איז אויך שווער פאר אונז צו פארשטיין. די מערסטע וואס איך קען זאגן אויף דעם כרגע איז, אז עס איז פונקט ווי די באשעפער און אלגעמיין איז די ממית ומחייה - קען ער דאס צומאל טון באמצעות זיינע שליחים ודו''ק.
דאס וואס
@לייבעלע שרייבט איז לדעתי נישט ריכטיג און נישט איינס מיט די טעמע איבער וואס מיר רעדן. ווי
@חתן בחור האט שוין געשריבן.
געוואלדיגע תירוצים, איינס בעסער פונעם צווייטן.
רצון מיינט געווענליך אנצופילן א וואויד Void וואס דאס איז זיכער נישט שייך ביים רבוש"ע, אבער ער האט דאך פארט א רצון להטיב עם בריותיו, ווי עס ווערט געברענגט אין ספר עץ חיים פונעם אריז"ל שער הכללים פרק א', און דארט ווערט ערווענט א קשיא אזוי, איך בין מעתיק זיין לשון: "מטרת הבריאה עבור הבורא היא או הנבראים, לשם כבוד או מתוך טוב וחסד?"
דער הייליגער מהר"ל פון פראג שרייבט אין זיין ספר נצח ישראל פרק א' אז פון א יעדע פארקערטע זאך זעסטו די אנדערע זאך. דהיינו ווען עס איז דא שווארץ קענסטו דאן זעהן ווייס, און אזוי ווען עס איז דא ווייס קענסטו זעהן שוואַרץ. שווארצע גשרייבעכץ אויף א שווארצער פאפיר וועסטו נישט זעהן נאר אויב איז עס גשריבען אויף א ווייסע פאפיר וועסטו קענען זעהן אז די שוואַרץ איז דא. די שוואַרץ איז דא אפי' דו זעהסט עס נישט, נעם אונטער די שוואַרץ אויף וואס די שווארצע אותיות לגן און לייג ארונטער ווייס, וועסטו זענען דעם שווארצע אות וואס איז שוין דא סאך בעפאר די ווייס איז אונטערגעקומען.
מיט דעם ציעט ווייטער דער מהר"ל דעם געדאנק אזוי, דער בורא איז מכובד ועומד בתכלית הכבוד אן וואס דו זאלסט אים מכבד זיין, נאר כדי דו זאלסט האבן א השגה אין זיין כבוד כדי דו זאלסט מיטב ווערן פון זיין כבוד, האט ער באשאפן די נבראים זאלן אים מכבד זיין אלץ אין מלך בלא עם, עס איז אזוי ווי שוואַרץ אויף שוואַרץ. אבער נאך אלץ פארוואס דארף דער באשעפער דיר האבן עס ארויסצוברענגען? אויף דעם האט דער רמח"ל אין זיין ספר דעת תבונות, ס'לדעתי אריין געהאקט דעם נאגל אינעם ענין, ולש"ק: "ותכלית כל ההצלחה שהוא מבטיח לישראל הוא התברר יחודו לעיני הכל. ואין כל הדברים האמורים חלוקים זה מזה, כי כל מיני השלימויות אחודים בו באחדות פשוטה. וכך הוא בכל מעלות השלימות כולן השונות זו מזו רק למראית עינינו – הבורא שלם הוא בהן, וברא בעולמו בריות חסרות, למען תשלמנה את עצמן, תכרנה בו, ויוכר הוא בהן."
שכח פאר אלע וואס האבן גענטפערט. ס'הערליכע תירוצים
יעדער העלפט מיט א גרויסע מאס צו קראכן מיין באלאון
יעצט איז מיין סטראגל וועלכע תירוצים אנצונעמען אויף אלע קשיות..
מייןן באקוועמע ליצנות'דיגע תירוץ
אדער די תירוצים וואס גייען מיך מחייב זיין...
כ'האב באמערקט אז וויפיהל כ'ליין, בינעך נישט אינטרעסירט צו ליינען ונבנתה'ס הערליכע pdf אויף אמונה. ומהאי טעמא..
שעפטאלאדער די תירוצים וואס גייען מיך מחייב זיין...
כ'גלייב מ'קען פיל מאריך זיין אין דעם ענין, נאר אויפן שפיץ גאפל וואלטיך געזאגט אז אויס מורא פון א תירוץ וואס "גייט" מחייב זיין איז נישט ריכטיג אויסגעדריקט, ווייל אויב איז עס עפעס וואס "גייט" מחייב זיין באיזה אופן וזמן שהוא, דאן בעל כרחך איז עס שוין "יעצט" מחייב, אפגעזען צו מ'וויל עס אנעמען צו נישט.
"ס'ענדערש צו וויסן דעם אמת וואס מאכט דיר פאר א שקרן, ווי צו זיין א שקרן כדי צו אויסזען און פילן אמת'דיג".
קל וחומרצום עיקר העניין איז מיין מהלך, אז צו גאט עקזיסטירט טאקע צו נישט איז נישט באמת נוגע, וואס איז יא נוגע איז צו ער עקזיסטירט אין מיין לעבן און אז דאס בעניפירט די מענטשהייט. אזוי ווי איינער זאל מיך אנהייבן אויפוווייזן אז די דאלער האט בעצם קיין שום שוויות ס'איז א בלויזע אילוזיע וכו' און ער וועט האבן אלע ראיות שאינן מופרכות וועט עס מיר נאכאלס נישט אפהאלטן פון קאלעקטן דעם דאלאר וויבאלד איך ווייס בידיעה ברורה אז איך דארף דאס פאר מיין קוואליטעט אין לעבן.
יעצט וואס איז נוגע דעם עצם מציאות הבורא און וואס ער לכשעצמו טוט איז עכט נישט מעלה ומוריד ווייל דאס גייט נישט אויף קיין שום וועג אויסמאכן אין מיין לעבן.
ווען די דאלער וואלט ווען געווען א זאך אזא ספאקי זאך וואס קיינער האט נאכנישט געזעהן וואלסטו עס אויך נאכגעלאפן? א פייג! סא די משל איז נישט דומה לנמשל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
בתוך עמי: כ'שרייב "גייט" מיך מחייב זיין, ווייל די איינציגסטע סיבה כ'צינד נישט אהן פייער אין שבת איז ווייל אפשר דאך איז עס אמת.
אבער אוועק געבן מיין גאנצע לעבן פאר עפעס וואס מ'קען נישט אויפווייזן איז זייער א שווערע זאך.
אין ספק מוציא מידי ודאי. דעי וועלט איז וודאי. רעליגיע איז ספק.
שעפטאלבתוך עמי: כ'שרייב "גייט" מיך מחייב זיין, ווייל די איינציגסטע סיבה כ'צינד נישט אהן פייער אין שבת איז ווייל אפשר דאך איז עס אמת.
אבער אוועק געבן מיין גאנצע לעבן פאר עפעס וואס מ'קען נישט אויפווייזן איז זייער א שווערע זאך.
אין ספק מוציא מידי ודאי. דעי וועלט איז וודאי. רעליגיע איז ספק.
דאס שרייבסטו נאכן טריפ? אתמהה.... כ׳האב געמיינט אז נאכן טועם זיין ווערט די וועלט א ספק און עולם הנפשות א וודאי....
לגופו של ענין, ערגעץ ווי דא אינעם שטיבל האבן שוין איינע פון די חברים ערווענט אז גלייבן און דינען דעם בורא מכח דעם ׳אפשר׳ איזעס דאך אמת, איז כלל נישט קיין אמונה און אויב ס׳גייט צו נאר מכח דעם סטראטעגיע האסטו גארנישט פון די גאנצע אוועקגעבן פון זיך (נישט אז איך האלט אז ס׳ממש אזוי אבער כ׳מיין אז יש דברים בגו).
עכ״פ פאר תחילת העבודה איזעס זיכער גוט, ס׳גארנישט אנדערש פון דינען מכח שכר ועונש. אבער בעצם דארף מען ארבייטן אויף אמונה אז ס׳זאל ווערן עקספיריענטשעל...
שעפטאלאוועקגעבן מיין גאנצע לעבן פאר עפעס וואס מ'קען נישט אויפווייזן איז זייער א שווערע זאך.
קענסט דעם משל פונעם דובנער מגיד פון איינער וואס האט געשלעפט פאר'ן גביר זיינע פעקלעך און זעענדיג ווי פארשוויצט און פארסאפעט ער איז, האט ער אים געזאגט 'מיינע פעקלעך האסטו מיר נישט געברענגט'... שטייסט וואס איך מיין?
קאצקע ציקער קל וחומרצום עיקר העניין איז מיין מהלך, אז צו גאט עקזיסטירט טאקע צו נישט איז נישט באמת נוגע, וואס איז יא נוגע איז צו ער עקזיסטירט אין מיין לעבן און אז דאס בעניפירט די מענטשהייט. אזוי ווי איינער זאל מיך אנהייבן אויפוווייזן אז די דאלער האט בעצם קיין שום שוויות ס'איז א בלויזע אילוזיע וכו' און ער וועט האבן אלע ראיות שאינן מופרכות וועט עס מיר נאכאלס נישט אפהאלטן פון קאלעקטן דעם דאלאר וויבאלד איך ווייס בידיעה ברורה אז איך דארף דאס פאר מיין קוואליטעט אין לעבן.
יעצט וואס איז נוגע דעם עצם מציאות הבורא און וואס ער לכשעצמו טוט איז עכט נישט מעלה ומוריד ווייל דאס גייט נישט אויף קיין שום וועג אויסמאכן אין מיין לעבן.
ווען די דאלער וואלט ווען געווען א זאך אזא ספאקי זאך וואס קיינער האט נאכנישט געזעהן וואלסטו עס אויך נאכגעלאפן? א פייג! סא די משל איז נישט דומה לנמשל
יעדער האט זיך זיין מענטל אימעדזש פון זיין גאט און קוקט אים אן לויט זיין תכונת הנפש. די ארבעט איז צו רעפינירן דעם אימעדזש און מכיר זיין אז גאט איז נישט קיין נברא נאר א בורא מחוייב המציאות און וועט באגלייטן דעם מענטש לויט וויפיל גאט ער נעמט אריין אין זיך (בכמות ובאיכות).
יובל נח הררי אין זיין בוך (SAPIENS page 246), רעדענדיג איבער די היסטאריע און השתלשלות פון monotheism vs dualism, ברענגט ארויס צוויי שטארקע נקודות וואס זענען אין די צענטער פון דעם קאנפליקט צווישן די צוויי טעאלאגיעס.
איינס, איז די פראבלעם פון evil-שלעכטס, דהיינו, אויב איז נאר דא איין -אלמעכטיגער גוטע- גאט, פארוואס לאזט ער צו די ליידן און שלעכטס אין די וועלט אויף דעם אופן וואס עס עקסיסטירט?! monotheism האט א שווערע אויפגאבע דאס צו פארענטפערן - אן אריינברענגען נאך באזינדערע כוחות-powers אינעם בילד, צ.ב. די געדאנק פון א שטן וכדו' וואס אפערירט אינדעפענדענט.
דא קומען אבער אריין די dualists און ברענגען ארויס ממש דעם נקודה, עס זענען באמת דא צוויי (אדער מער) superpowers וועלכע פירן דעם יקום, איינס א גוטע, און די צווייטע א נארסעסיסט. צומאל געווינט דער, און צומאל האט די צווייטער די מאכט.
לאידך גיסא דארפן זיי אבער קענען מסביר זיין א צווייטע נקודה, וזהו, די פראבלעם פון סדר-order, דאס אז אויב נעמט מען אן אז עס זענען דא צוויי קעגנזייטיגע מאכטן וועלכע שלאגן זיך איבערן רידער, וויאזוי שטומען זאכן - און בעיקר די יסודות'דיגע געזעצן פונעם בריאה - אזוי מייסטערהאפטיג צוזאמען, אן דעם וואס מ'זאל קענען אנדייטן אדער אפי' באמערקן פינגער אפדרוקן פון די 'מחלוקת לשם שמים' וועלכע קומט פאר איבער דעם דאזיגן סטראקטור?! monotheism שטומט אסאך בעסער מיט דעם...
(די אידיש-קריסטליכע געדאנקען פון א שטן אונטערן כח פון באשעפער וכו'. איז בעצם א שטיקל matrix צווישן די צוויי פילאסאפיעס ואכמ"ל)
ער ענדיגט צו, אז ער האט די בעסטע תירוץ אויף די פראגעס ווי אלעס פאלט אין פלאץ (אבער משום מה האט קיין איין רעליגיע נישט דעם מאגן דערפאר...) נעמליך, עס איז דא איין אלמעכטיגן גאט וואס האט טאקע אלס באשאפן - אבער ער איז א שלעכטע!
בתוך עמי: עולם הנשמות, גלייבן אין א כח ראשון, איז נישט קיין סתירה מיט אוועק מאכן רעליגיע.
אלפאיובל נח הררי אין זיין בוך (SAPIENS page 246) ענדיגט צו, אז ער האט די בעסטע תירוץ אויף די פראגעס ווי אלעס פאלט אין פלאץ (אבער משום מה האט קיין איין רעליגיע נישט דעם מאגן דערפאר...) נעמליך, עס איז דא איין אלמעכטיגן גאט וואס האט טאקע אלס באשאפן - אבער ער איז א שלעכטע!
דא, אינעם
סוגיא ודיון איבער'ן
פראבלעם פון שלעכטס, האב איך צוגעברענגט:
מי אנידער פילאזאף דר. סטיִפען לאָהּ האט פארמולירט א ״
שלעכטע גאט טשעלענדזש״. דאס טענה׳ט אז עס איז פונקט אזוי ניתן להיאמר אז ג-ט איז כל יכול, יודע הכל, אבער אמני
מאלעוואלענט - דאס פארקערטע ווי אמני
בּענעוואלענט [תכלית הטוב הרחום והחנון]. איי, דאן ווערט נולד א ״פראבלעם פון
גוטס״ אז עס איז דא טוב בהעולם? נו, איז עס דאך אויפ׳ן זעלבן שטאפל ווי די ״פראבלעם פון
שלעכטס״ אויף פארקערט און עס וועט אויספעהלן א "
קאקאדאעמאני/אנטיטעאדיסי" [דאס פארקערטע ווי א "
טעאדיסי"]. (ער צייכענט צו פריערדיגע, ווי דר. עדוואָרד מעדען, דר. פּיִטער העיר,
דר. סטיווען קאַן,
קריסטאפער נוּ,
דר. עדוואָרד שטיין, און
דר. פּיִטער מיליקען, וואס האבן אויך גע׳טענה׳ט ענליך. מיליקען דרייט דאס אויך אויס בנוגע אנסעלם'ס באקאנטע אנטאלאגישע ארגומענט.)
ובסתם, בנוגע לאָהּ׳ס טשעלענדזש מאכט שוין יא אויס א חילוק וויפיל שלעכטס עס איז דא - לגבי וועלכע ״פראבלעם״ אָנצונעמען, ווי לאָהּ אליין זאגט. און דער רמב״ם טאקע טענה׳ט דארט אין פי״ב, קעגן אל-ראזי און אנדערע, אז די רעות (עכ״פ פון סוג א און אויך סוג ב) זענען מעטים ובפרט נגד הטובות. און די לשון פונעם שם טוב דארטן איז טאקע, ״ואם השי״ת הוא טוב גמור יחוייב שכל מה שיבוא מאתו שיהיה טוב גמור״ ע״ש.
עס איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז דר. טשארלס דעניעלס
טענה׳ט קעגן אזא פארמולאציע פון אן אמני
מאלעוואלענט גאט אלס דאס אז עס וועט זיין א סתירה מיט אַמנישׁיענס. והיינו, אפלטון זאגט אין זיין
גאָרגיאַס אז א מענטש/בריה טוהט נישט קיין שלעכטס ביודעים ממש. טאמער ער טוהט דאס איז עס מכח ווייל ער איז זיך ״מורה היתר״ צי כדומה אז די ״גוטס״ אינעם אקט פאר אים וכו׳ איז מער ווי דאס שלעכטס וכו׳. ער איז זיך טאקע טועה אבער אזוי קלערט ער. וממילא אויב איז א גאט אַמנישׁיענט מיט די מערסטע שלימות הידיעה מעגליך
(ולכאורה אפילו ווען עס איז נאר מגעת אל הכללים ואל הפרטיים באשר הסידור, וואס ביי דעם איז עס דאך בב״ת און די מערסטע שלימות׳דיג מעגליך/שייך) איז דאס דאך א סתירה מיניה וביה מיט׳ן זיין אמני
מאלעוואלענט אויף צו טוהן ב״יודעים״ שלעכטס. לגבי אַן ענליכן טענה קעגן אַמני
מאַלעוואָלענס אז דאס׳ן צוקומען צו א תכלית, אין די פאל דאס תכלית השלעכטס, איז
אליינס א גוטס, טענה׳ט אבער לאָהּ דערקעגן אז די סך הכל דערפון וועט אויסקומען אז עס זענען דא לאגישע לימיטס אויף ווי ווייט אַמני
מאַלעוואָלענס קען גיין - אויף צוצוקומען צו אויספירן זיין מטרה פונעם ריכטיגן שלעכטס וועט דאס אליינס זיין א גוטס; עס איז נישט שייך אנדערש. דאס איז ענליך צו די לימיטעישאן פון אַמניפּאָטענס איבער למשל באשאפן א שטיין וואס ער קען דערנאך נישט אויפהייבן; וואס מ׳האט דערמאנט אינעם ארטיקל והאשכול. ער איז אויך מודה אז אַמני
בּענעוואָלענס שטימט בעסער עפ״י אקאם׳ס רעיזאר צוזאמען מיט אַמניפּאָטענס און אַמנישׁיענס, וואס זענען ביידע פאזיטיווע תוארים וממילא זענען אלע דריי פאזיטיוו, ווי איידער צוזאמען מיט אַמני
מאַלעוואָלענס וועלכעס איז א נעגאטיווע תואר און אין קעגנזאץ צו די אנדערע צוויי פאזיטיווע תוארים.
עס איז אויך מן הראוי צוצוצייכענען אז מיליקען טענה׳ט אז דאס אז תפלה ועבודה לו ית׳ זאל זיין ריכטיג מוּסָרִי [virtuous; עבודה מאהבה], מוז מען אָננעמען אַמניבּענעוואָלענס (ווי אויך בכלל צו וויסן האיך לעבדו). אז נישט איז דאך דאס שוין מער אזוי ווי דינען א דיקטאטור. ער טענה׳ט אויך אז לגבי אָננעמען אז דאס איז די ״בעסטע וועלט״ שייך האלטן דאך גלויביגער טעאיסטס אין אן עוה״ב וואס דארט איז כולו טוב מער ווי דא? (הגם לויט ווי אונז האבן
מסביר געווען דער רמב״ם עפ״י ריינעס, מיט די
פּרינציפּ פון פּלעניטוּד בנוגע דאס
פראבלעם פון שלעכטס, איז דאס נישט אזוי שווער. והיינו, דאס איז די בעסטע שייך אויב וויל מען אויך באשאפן א וועלט מחומר.) מיליקען טענה׳ט ווייטער (דלא כהרמב״ם הנ״ל בפי״ב):
📎 C5C12DD7-A74E-4073-90DB-6FA538893947.jpegC5C12DD7-A74E-4073-90DB-6FA538893947.jpeg
ער נוצט די
צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס אויף צו טענה׳ן אז די בריאה איז מער אויסגעשטעלט צו אומ׳סדר און רעות ביסודה (הגם דער רמב״ם וואלט דאס לכאורה אריינגעשטעלט אלס גדר החומר). נוּ טענה׳ט אז דאס׳ן אָננענען אַמני
בּענעוואָלענס קעגן אַמני
מאַלעוואָלענס איז פשוט מכח עמאשענאל ווי איידער ראציאנאל.
נאך א נקודה'לע.
איך מיין עס איז פשוט אז די 'נארסעסיסטישע' אנדייטונגען און פסוקים איבערן באשעפער, זענען על פי רוב up to interpretations און אידישקייט במשך כל הדורות האט עס טאקע אפגעטייטשט כל דור לפי דורשיו.
וואס איז געשען און די לעצטיגע מאדערענע תקופה (בפשטות אלס רעספאנס צו די אפענקייט און שוואוילטאג פון די גאס.) איז, אז אידישקייט האט זיך גענומען פאר זיך דעם 'נארסעסיסטישן' survival mode, און אן באשולדיגן דעם אדער יענעם אלס יחיד - האט זיך די קולטור זייער שטארק פארמירט צו רעפלעקטירן און הויכ-הילכן די נארסעסיסטישע traits פון גאט. ובכן איז די טענה נישט קיין אביעקטיווע טענה אויפן באשעפער, ענדערש אויף די וועג וויאזוי מיר האבן באשלאסן אים אנצונעמען (וכמאמר בן גוריון [והבעש"ט להבדיל - ה' צלך...] "א נארוועזער מענטש האט א נארוועזער גאט, און א וואוילער מענטש האט א וואוילער גאט")
רוב נקודות וועלכע @לייבעלע האט פריער ארויסגעברענגט, זענען זאכן וועלכע שטייען כמעט נישט קלאר אין די תורה אדער נ"ך. בעיקר איז עס די השקפות וועלכע די ראשונים ואחרונים האבן שפעטער ארויפגעקלעבט (באופן כללי מיטן גוטן ווילן עס צו מקרב זיין אל השכל ולא להיפך..) אבער איז מיט די צייט - אין בפרט אין אונזער צייט - געווארן זייער פארמאליזירט און פונדאמענטאל...
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז די תורה איז געשריבן געווארן לויט די מצב פון די דעמאלסדיגע תקופה. ווי מען זעהט אין רמב"ם אויף אסאך מצוות (למשל די איסור כתובת קעקע) אז עס איז געווען אין response צו געוויסע ע''ז וועלכע זענען געווען פארשפרייט דעמאלס. אין באמת זינט די תורה איז נצחי דארף מען פארשטיין די יחס פון די עניינים צו אונזערע צייטן. אבער עס איז קלאר אז דאס איז די מציאות, די תורה איז געשריבן געווארן לויט די מציאות און השגות פון דעמאלסדיגע מענטשען.
דאס איז א נושא וואס באדערט מיר שוין לאנג.
ממה נפשך, איז עס טאקע נצחי, וואס איז די פשט פון גיבן געזעצן וועלכע קענען/גייען אפלויפן?!
און איז עס נישט נצחי, ווער האט די סמכות און וויאזוי דארפן מיר דאס עסן כהיום?!
מסתבר איז אז די 'נצחיות' דערפון איז א שפעטערע המצאה (הגם די 'ספיריט' איז לכאו' יא מלכתחילה נצחי..) עס מאכט אבער נישט די נושא גרינגער...
אזוי אויך כאפט עס שטארק אן די נושא פון 'תורה מן השמים' - טאקע אלס אן הויפט טענה וד"ל.
איז שוין דא אן אשכול אדער שמועס דא איבער דעם? איינער מיט מער פרטים אדער הסברים?
אפשר קען מען זאגן אז נארסעסיסטען כידוע פילן און עקטען ווי גאט אז זיי מעגן טון וואס זיי ווילן און זיי פרעגן קיינער און מיט דעם זענען זיי גאט
סא גאט מעג זיין א נארסעסיסט און א נארסעסיסט מעג נישט זיין ווייל ער איז א פלעינע נארישע בשר ודם משא"כ גאט איז גאט און ער ווייסט וואס ער טוט
אזוי ווי די פסוק זאגט כי גאה גאה!
שעפטאלבתוך עמי: עולם הנשמות, גלייבן אין א כח ראשון, איז נישט קיין סתירה מיט אוועק מאכן רעליגיע.
פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט האט דער כח ראשון באשאפן דעם מין האדם אלץ א ״קאנטשוס - בעל בחירה״ באשעפעניש אם לא אז ער כביכול וויל אונז מטיב זיין מזיו שכינתו און אונז זאלן משיג זיין די הטבה און אונז זאלן האבן דעם עקספיריענס און הרגשה אז אונז דעזערווען עס מכח בחירתינו הטובה.
לאמיר עס מאכן סימפל, כזה:
די גאנצע בריאה, אלע פלאנעטן, גאלעקסיס וכו׳ וואלט זיך ׳בדרך הטבע׳ פיין אן עצה געגעבן אָן דעם מין האנושי. אדרבה בדרך הטבע איז דער גרעסטער טרעד פאר אונזער ערד קוגל טאקע דער קליגסטער און פארגעשריטנסטער באשעפעניש וואס רופט זיך ״מענטש״ וואסיז דער איינציגסטער ׳קאנטשוס׳ ענטיטי אינעם כדור העולם. פארוואס זאל דער מנהיג הבירה געבן אזויפיל פאוער פאר א סערטעין באשעפעניש? נאר פאר א מלאך וואס שטייט מיט ביטול עצמי פאר׳ן אין סוף ב״ה איז נישט שייך צו געבן א תורה ״כלום יש יצר הרע ביניכם?״, פאר א בעל חי׳ אן קיין שום בחירה און קאנטשוסענס וואס טוט נאר דאס וואס דער בורא האט אריינגעלייגט אין די טבע דיקטירט אים איז אויך נישט שייך ׳תורה׳.
אלזא דאס איז דער ציל מיטן באשאפען אונז מענטשן מיט אן אנלימיטעד דירעקשאן פאטענציאל, אז ווען אונז וועלן זיך פירן על פי הדרך אשר צוונו וועלן אונז כביכול דעזערווען דעם תכלית טובה.
בתוך עמי: אינטרעסאנט. דרכי השם דארפן נישט שטומען. די תורה דארף נישט שטומען לויט די היינטיגע טעג.
ווייל ווי אזוי קען א נברא פארשטיין גאט.
אבער די סיבה פארוואס ער האט אונז באשאפען מיז שטומען...
דא פארשטיי'ען אונז זיינע חשבונות...
---
@שעפטאל אפשר איז גאט טאקע א נארסעסיסטס? אויב דו ביסט איבערצייגט אז גאט האט טאקע געגעבן די תורה האט נישט קיין פשט צו פרעגן די אלע קשיות. אלא מאי דו ביסט נישט איבערצייגט נאר מסופק, און דו האסט אן החלטה ביי דיר אז גאט קען נישט זיין קיין נארסיסיסט, און דאס ווילסטו נוצן אלס א ראי' אז די תורה קומט נישט פון גאט. אבער פון וואו נעמסטו אז גאט איז נישט קיין נארסיסיסט? חוץ אויב דו מיינסט צו פרעגן אז אידישקייט איז זיך סותר מיניה וביה ווען פון איין זייט זאגן זיי אז גאט איז א גוטער, אבער אויב איז די תורה פון אים איז ער באמת א נארסיסיסט. איך פארשטיי דיך?
-----------------------------------
די טענה אז א נברא קען נישט פארשטיין גאט איז בעיני מאדנע, ווייל אויב אזוי אפשר איז מעמד הר סיני אמת אבער דאס איז א טריק פון גאט אונז צו פארנארן און אונז לאזן ברענען אין גיהנם לעד ולנצח נצחים, איי וואו איז יושר? קען דען גאט אזוי טוען? וואס פארשטייען מיר צו א גאט!
חתן בחור
העכסטענס אז די ווילסט נישט דיין לעבן קענסטו דאס אייביג צוריקגעבן. 😂
קען מען דען? הערשט דעמאלטס הייבט זיך עס אן (לויט אידישקייט)
סקעפטיקער@שעפטאל אפשר איז גאט טאקע א נארסעסיסטס? אויב דו ביסט איבערצייגט אז גאט האט טאקע געגעבן די תורה האט נישט קיין פשט צו פרעגן די אלע קשיות. אלא מאי דו ביסט נישט איבערצייגט נאר מסופק, און דו האסט אן החלטה ביי דיר אז גאט קען נישט זיין קיין נארסיסיסט, און דאס ווילסטו נוצן אלס א ראי' אז די תורה קומט נישט פון גאט. אבער פון וואו נעמסטו אז גאט איז נישט קיין נארסיסיסט? חוץ אויב דו מיינסט צו פרעגן אז אידישקייט איז זיך סותר מיניה וביה ווען פון איין זייט זאגן זיי אז גאט איז א גוטער, אבער אויב איז די תורה פון אים איז ער באמת א נארסיסיסט. איך פארשטיי דיך?
-----------------------------------
די טענה אז א נברא קען נישט פארשטיין גאט איז בעיני מאדנע, ווייל אויב אזוי אפשר איז מעמד הר סיני אמת אבער דאס איז א טריק פון גאט אונז צו פארנארן און אונז לאזן ברענען און גיהנם לעד ולנצח נצחים, איי וואו איז יושר? קען דען גאט אזוי טוען? וואס פארשטייען מיר צו א גאט!
א שעפטי לייק איז צו ביליג פאר אזא גוטע תגובה!
ווען מ'קען ווען לייגען א קאליר אויף א לייק, מאך איך עס אין גאלד!!!
כ'האב געפרעגט דעי קשיא פון מיין טאטע ווען כ'בין געוועהן 13.
אפשר שפילט דער אייבישטער סתם ארום מיט אונז.
ווען מ'קומט ארויף ברעכט אויס קאלערוואר.
צדיקים גייען אין גהינום, רשעים אין גן עדן?
ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
שעפטאל
ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
דאס איז דאך א חלק פון די שפיל!
די גרעסטע קשיא איז נאך אז די גאנצע זאך פון דעי וועלט איז נאר א פרוזדור כדאי צו באקימען שכר דעי וועלט איז גאר נישט איטס אלל אבעיט יענער וועלט,
די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדאי נישט צו געבן נהמה דכסופה ,
און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט ! און שכר און גהנום גארנישט ווערט דערמאנט
וואס איז פשט?