☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » נארסיסטיק גאט חלילה?

נארסיסטיק גאט חלילה?

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16372
בלאט: 1 2

שעפטאל » מיטוואך יולי 5, 2023 5:12 pm

· #530594
@סקעפטיקער יא יא. דאס האבעך געמיינט.
ס'איז א קעטש 22

ווי אזוי ווייסען אונז אז דער אייבישטער איז גוט.
פון די תורה.

ווער האט געגעבען די תורה.
די אייבישטער.

ווי אזוי ווייסט מען אז ער האט עס געגעבען
(ס'דאך נישטא קיין מסורה וואס קען עס אויפווייזן, מ'האט דאך געהארגעט דער וואס זאגט אז ער גלייבט נישט. מ'האט דאך אפאר מאל פארגעסן די תורה?).
שוין ווייטער פון די תורה. תורה זאגט אז ס'איז געגעבען געווארען דורך די אייבישטער.

בקיצור אלעס שטייט שוין אין די תורה. א שאד צו פרעגן קשיות... א נער און גלייב... אויף יענע וועלט וועסטו שוין זעהן די אמת. ס'נישט קלאר כדי מ'זאל האבן בחירה...
---

וועלקאם צו בטחון האטליין.
ארויס צו נעמען דיין שכל און עס קיינמאל מער נישט ניצן, דריקט איינ'ס.
אנצופיהלען אלע געפ'ס מיט פארשידענע תירוצים אויף יעדע קשיא אנשטאט פון איין תירוץ אויף אלעס, דריקט 2.
וכו'.

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 5:13 pm

· #530595
שעפטאל

כ'האב געפרעגט דעי קשיא פון מיין טאטע ווען כ'בין געוועהן 13.

אפשר שפילט דער אייבישטער סתם ארום מיט אונז.
ווען מ'קומט ארויף ברעכט אויס קאלערוואר.
צדיקים גייען אין גהינום, רשעים אין גן עדן?

ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
די גמרא זאגט דאך שוין "עליונים למטה ותחתונים למעלה"!!

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יולי 5, 2023 6:03 pm

· #530613
שעפטאל: מ׳דארף מאכן סדר אין דעם אשכול אז נישט העטעס אויסקוקן ווי א באנדע נארסיסיטיקס האבן זיך צופראסקעט 😛

אויב וויל מען רעדן שכל׳דיג, פילאזאפיש זאל מען זיך האלטן צו כללי ההגיון אבער דאכטסעך שוין דא דא גענוג אשכולות איבער די נושאים. אויב וויל מען זיך אויסגיסן דאס הארץ וואסיז איבערגעפילט מיט פעין דאן קעמען דאס אויך טון און מ׳וועט אוודאי באקומען הויפענס פון מיטגעפיל און חיזוק פון תורה געטרייע אידן וואס די תורה האט זיי געלערנט מדות טובות...

שמן למאור » מיטוואך יולי 5, 2023 6:43 pm

· #530619
שעפטאל
סקעפטיקער
@שעפטאל אפשר איז גאט טאקע א נארסעסיסטס? אויב דו ביסט איבערצייגט אז גאט האט טאקע געגעבן די תורה האט נישט קיין פשט צו פרעגן די אלע קשיות. אלא מאי דו ביסט נישט איבערצייגט נאר מסופק, און דו האסט אן החלטה ביי דיר אז גאט קען נישט זיין קיין נארסיסיסט, און דאס ווילסטו נוצן אלס א ראי' אז די תורה קומט נישט פון גאט. אבער פון וואו נעמסטו אז גאט איז נישט קיין נארסיסיסט? חוץ אויב דו מיינסט צו פרעגן אז אידישקייט איז זיך סותר מיניה וביה ווען פון איין זייט זאגן זיי אז גאט איז א גוטער, אבער אויב איז די תורה פון אים איז ער באמת א נארסיסיסט. איך פארשטיי דיך?

-----------------------------------
די טענה אז א נברא קען נישט פארשטיין גאט איז בעיני מאדנע, ווייל אויב אזוי אפשר איז מעמד הר סיני אמת אבער דאס איז א טריק פון גאט אונז צו פארנארן און אונז לאזן ברענען און גיהנם לעד ולנצח נצחים, איי וואו איז יושר? קען דען גאט אזוי טוען? וואס פארשטייען מיר צו א גאט!
א שעפטי לייק איז צו ביליג פאר אזא גוטע תגובה!

ווען מ'קען ווען לייגען א קאליר אויף א לייק, מאך איך עס אין גאלד!!!

כ'האב געפרעגט דעי קשיא פון מיין טאטע ווען כ'בין געוועהן 13.

אפשר שפילט דער אייבישטער סתם ארום מיט אונז.
ווען מ'קומט ארויף ברעכט אויס קאלערוואר.
צדיקים גייען אין גהינום, רשעים אין גן עדן?

ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
דעמאנסט מיר פון מיין אשכול דא.

שמן למאור » מיטוואך יולי 5, 2023 7:38 pm

· #530649
קאצקע ציקער
די גרעסטע קשיא איז נאך אז די גאנצע זאך פון דעי וועלט איז נאר א פרוזדור כדאי צו באקימען שכר דעי וועלט איז גאר נישט איטס אלל אבעיט יענער וועלט,

די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדאי נישט צו געבן נהמה דכסופה ,

און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט ! און שכר און גהנום גארנישט ווערט דערמאנט

וואס איז פשט?
ס'איז טאקע א שטארקע קשיא, כ'מיין אז די בעסטע תירוץ וואס כ'האב געהערט דערויף איז, אז די תורה איז דא אונז צו גיידן אויף די וועלט, עס איז בעיקר א דאקטראט וויאזוי מען זאל זיך פירן אינעם חיי יום יום, עס רעדט נישט וועגן שכר ועונש ווייל דאס איז נישט נוגע צום טאג טעגליכן לעבן.

דער רס"ג ברענגט אז שכר איז יא מרומז אין די תורה און דאס איז ביי עקידת יצחק. יצחק האט זיך געלאזט שחט'ן, אויב איז נישטא קיין שכר אויף יענע וועלט דאן פארוואס זאל ער זיך לאזן? מילא אברהם קען מען זאגן אז גאט וועט אים צוריקבאצאלן בכפלי כפלים אויף די וועלט, אבער יצחק?

צוזאמגעדרייט » מיטוואך יולי 5, 2023 7:44 pm

· #530651
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
שמן למאור
יצחק האט זיך געלאזט שחט'ן, אויב איז נישטא קיין שכר אויף יענע וועלט דאן פארוואס זאל ער זיך לאזן? מילא אברהם קען מען זאגן אז גאט וועט אים צוריקבאצאלן בכפלי כפלים אויף די וועלט, אבער יצחק?
וואס טוט זיך מיט ריינע אהבת ה' אזויווי די פריערדיגע חסידישע רבי'ס?

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 5, 2023 11:32 pm

· #530709
אלפא
יובל נח הררי אין זיין בוך (SAPIENS page 246), ---

ער ענדיגט צו, אז ער האט די בעסטע תירוץ אויף די פראגעס ווי אלעס פאלט אין פלאץ (אבער משום מה האט קיין איין רעליגיע נישט דעם מאגן דערפאר...) נעמליך, עס איז דא איין אלמעכטיגן גאט וואס האט טאקע אלס באשאפן - אבער ער איז א שלעכטע!
איך ווייס נישט ווער דער חכם איז, אבער ווי אזוי וועט ער לערנען פשט אז "מאתו לא תצא הרעות"? (הגם עס שטייט אויך 'והטוב' נאכדעם, אבער מיר זאגן דאך נאר וואס שטימט פאר אונז...), וכן צענדליגער אנדערע פסוקים און מאמרי חז"ל, ווי טוב ה' לכל, ורחמיו על כל מעשיו (וואס?), מטבע הטוב להטיב, וכו'.

פון אלע תגובות דא איז מיר בעיקר שווער איין זאך וואס שעפטאל דערמאנט, דאס וואס חז"ל זאגן אונז הדבק במדותיו של הקב"ה, מה הוא רחום וכו', וואס עפעס רעדט מען דא נאר פון די רחום חלק? עס איז דא נאך חלקים... ער איז אן א-ל קנא ונוקם, ער איז טאקע א מאריך אף אבער צום סוף איז גבה דילי', און ער האט געמאכט אזא גיהנם וואס לויט'ן ראשית חכמה איז עס רח"ל... מעג איך זיך אויך אזוי פירן און אנפראסקען מיינע שונאים אזוי ווי דער אייבערשטער? אה, דא קומט דער תירוץ "ביים באשעפער איז עס נאר פאר די טובה פונעם מענטש"..., אקעי, איך וועל עס אויך נאר טון פאר די טובה פון מיין שונא... העי ניין! לא תקום!! דו טארסט נישט! גלייב אז וואס יענער האט דיר מצער געווען איז געווען באשערט... איי דער באשעפער? חז"ל זאגן דאך ער איז שומר משמרתו של תורה? איז ער מקיים לא תקום? לא תטור? אה, עס איז אנדערש, ווילסט פארגלייכן א מענטש צו גאט? מיר קענען נישט פארשטיין זיין מהלך, כי לא מחשבותי מחשבותיכם... אבער איין מינוט, האסטו מיר נישט דזשאסט געזאגט הדבק במדותיו? יא פארגלייכן אדער נישט, מעיק אפ יור מיינד! איך בין שוין אינגאנצן צומישט.... 🙄

בקיצור ווי אזוי ארבעט דאס? וואס מעג איך יא און וואס נישט?

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 11:35 pm

· #530710
שמעקעדיג

דער איז בכלל נישט משלנו. ער טרייבט בעצם לצנות ווען ער ברענגט ארויס די נקודה!

שפילער » מוצ"ש יולי 8, 2023 11:41 pm

· #531001
.

חתן בחור » זונטאג יולי 9, 2023 1:58 am

· #531010
שמן למאור
קאצקע ציקער
די גרעסטע קשיא איז נאך אז די גאנצע זאך פון דעי וועלט איז נאר א פרוזדור כדאי צו באקימען שכר דעי וועלט איז גאר נישט איטס אלל אבעיט יענער וועלט,

די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדי נישט צו געבן נהמה דכסופא,

און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט! און שכר און גהנום, גארנישט ווערט דערמאנט,

וואס איז פשט?
ס'איז טאקע א שטארקע קשיא, כ'מיין אז די בעסטע תירוץ וואס כ'האב געהערט דערויף איז, אז די תורה איז דא אונז צו גיידן אויף די וועלט, עס איז בעיקר א דאקטראט וויאזוי מען זאל זיך פירן אינעם חיי יום יום, עס רעדט נישט וועגן שכר ועונש ווייל דאס איז נישט נוגע צום טאג טעגליכן לעבן.

דער רס"ג ברענגט אז שכר איז יא מרומז אין די תורה און דאס איז ביי עקידת יצחק. יצחק האט זיך געלאזט שחט'ן, אויב איז נישטא קיין שכר אויף יענע וועלט דאן פארוואס זאל ער זיך לאזן? מילא אברהם קען מען זאגן אז גאט וועט אים צוריקבאצאלן בכפלי כפלים אויף די וועלט, אבער יצחק?
עהם.. ס׳איז דא צוויי גאנצע פרשיות אין די תורה וואס רעדן פון שכר ועונש אינגרויסן! די ברכות טאמער היט מען די תורה, און די שרעקליכע תוכחה טאמער נישט. וויאזוי אויך די ברכות און קללות אויף הר גריזים/הר עיבל, און אנדערע.

די תורה רעדט פון שכר ועונש שוין איינמאל! ס'דערמאנט נאר נישט קיין מאק פון א "יענע וועלט". ניטאמאל אין גאנץ תנ״ך איז עס אראפגעברענגט, בלויז א רמז קען מען טרעפן.

שעפטאל » זונטאג יולי 9, 2023 12:10 pm

· #531029
להסביר דברי הציקער..
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.

הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.

אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.

שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)

שמן למאור » זונטאג יולי 9, 2023 2:00 pm

· #531041
חתן בחור
עהם.. ס׳איז דא צוויי גאנצע פרשיות אין די תורה וואס רעדן פון שכר ועונש אינגרויסן! די ברכות טאמער היט מען די תורה, און די שרעקליכע תוכחה טאמער נישט. וויאזוי אויך די ברכות און קללות אויף הר גריזים/הר עיבל, און אנדערע.

די תורה רעדט פון שכר ועונש שוין איינמאל! ס'דערמאנט נאר נישט קיין מאק פון א "יענע וועלט". ניטאמאל אין גאנץ תנ״ך איז עס אראפגעברענגט, בלויז א רמז קען מען טרעפן.
די שכר ועונש וואס עס שטייט אין די תורה איז נישט בבחינת א באלוינונג און א שטראף, ס'איז מער א פראקטישע צוזאג וואס די תורה איז מבטיח פאר איינער וואס איז מקיים די תורה, משא"כ פארקערט.

די תורה רעדט ווייטער פארן פראקטישן טאג טעגליכן סדר היום וויאזוי דער מענטש זאל זיך פירן, און די תורה איז מבטיח אז אויב וועסטו דינען דעם באשעפער וועט ער דיר 'ערמעגליכן' עס צו טון גרינגערהייט. ונתתי גשמיכם בעיתם וכו' איז נישט קיין שכר, ס'איז פשוט אן הבטחה אז גאט וועט צושטעלן די באדן אז מען זאל ווייטער קענען מקיים זיין רצון השם. און די זעלבע פארקערט, אויב ווען מען עובר זיין אויף זיין רצון, וועט ער מער נישט צושטעלן וואס מען דארף. נישט אלס עונש, נאר פשוט אז דו פירסט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, אז דו פירסט זיך צום באשעפער בקרי וועט ער זיך אויך מסתיר זיין און כאילו אראפנעמען זיין השגחה און ממילא וועט שוין קומען די אלע קללות.

אבער ריכטיגע שכר ועונש, דאס איז אויף יענע וועלט. פון דעם רעדט נישט די תורה ווייל די תורה איז מלשון הוראה, ער קומט דיר בלויז צו ווייזן דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט. אבער כמובן אז דער גוטער באשעפער וועט נישט שולדיג בלייבן און צאלן שכר פאר צדיקים און עונשים פאר רשעים.

חדשים » זונטאג יולי 9, 2023 2:36 pm

· #531043
שמן למאור
כמובן אז דער גוטער באשעפער וועט נישט שולדיג בלייבן און צאלן שכר פאר צדיקים און עונשים פאר רשעים.
מיט דעם ”כמובן” ווערן אסאך קשיות פארענטפערט...

סקעפטיקער » זונטאג יולי 9, 2023 3:57 pm

· #531055
שעפטאל
להסביר דברי הציקער..
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.

הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.

אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.

שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)
דערמאנט מיר פון די גמרא אין קידושין: רבא אמר: הא מני – רבי יעקב היא, דאמר: שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. דתניא, רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה שאין תחיית המתים תלויה בה. בכיבוד אב ואם כתיב: ״למען יאריכן ימיך ולמען ייטב לך״, בשילוח הקן כתיב: ״למען ייטב לך והארכת ימים״. הרי שאמר לו אביו: עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת – היכן טובת ימיו של זה, והיכן אריכות ימיו של זה? אלא: ״למען ייטב לך״ – לעולם שכולו טוב, ״ולמען יאריכן ימיך״ – לעולם שכולו ארוך. ודלמא לאו הכי הוה? רבי יעקב מעשה חזא.

ד.מ. שכר מצוה בהאי עלמא ליכא איז א פאקט געבויעט אויף אן אבזערוואציע, און די פאקט אז די שכר וואס די תורה זאגט ווערט נישט מקויים איז גאר א ראי' אויף תחיית המתים! און דעמאלטס וועט עס מקוים ווערן.

די גמרא זאגט דארט נאכדעם אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס אלישע בן אבויה האט כופר געווען בתורה: אמר רב יוסף: אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה – לא חטא. ואחר מאי הוא? איכא דאמרי: כי האי גוונא חזא.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יולי 9, 2023 4:04 pm

· #531056
דער תכלית פון רצונו הפשוט ב״ה להטיב לבריותיו איז די שכר פונעם אלף השביעי וואס איז נאך ימות המשיח ולאחר תחיית המתים דא אויף די וועלט ווען ס׳וועט נתעלה ווערן בדרגה עילאה רוחניות כמו קודם החטא און זוכה צו זיין צו דעם איז דוקא דורך די תורה ומצוות.

לכתחילה און ווי ס׳ווערט געברענג אין תנ״ך איז די אינסענטיוו אז אונז זאלן מקיים זיין די תורה ומצוות געווען זאכן וואסיז עקספיריענטשול און אונז קעמער רילעטן צו עס אזוי ווי רעגן וכדו׳.

ומפני חטאינו גלינו מארצנו און בדרך עונש (וואסיז נישט נקמה ח״ו נאר אן עצה ותחבילה עליאה אז אונז זאלמער אנקומען צום תכלית, ואכמ״ל) האט מען צוגענומען די אינסענטיוו און די ערענסטע ראנגלענישן פאר אידישקייט האט זיך אנגעהויבן מדרגה לדרגה. די לעקטערס האבן זיך ביסלעכווייז פארלאשן, דור אחר דור האט מען צוגענומען נאך אור נאך גלוי און די נסיונות זענען געווארן שטערקער און שטערקער ביז ס׳איז געווארן שטאק פינסטער, חושך אפילה אז מ׳זעט ׳גארנישט׳, נשטא קיין שום פיזיקעל פרוף אויף כמעט קיין שום עספעקט פון אידישקייט עד כדי כך אז דאס פינטעלע אמונה וואס דאס איז געבליבן די איינציגסטע יסוד פאר אידישקייט בזמן הזה, אזוי ווי ס׳ווערט געברענגט: בא חבקוק והעמידן על אחת, שנאמר ״וצדיק באמונתו יחיה" איז און א סכנה ווי קיינמאל פריער.

און ווי די צדיקים האבן שוין פארגעזאגט פאר לערך 200 יאר צוריק, ווי למשל דער הייליגער ריזשינער זצ״ל האט געזאגט: בעיקבתא דמשיחא אז ס׳וועט זיין א איד א מאמין, וועט עס זיין אזא נס פונקט ווי יציאת מצרים. ועוד מאמרים, וכידוע פונעם הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זצ״ל.

לעניננו, האמיר שכר ועונש האמורה בתורה וואס איז נאר אן אינסענטיוו בבחינת ׳פירותיהם בעולם הזה׳. נאכדעם האמיר גן עדן, גהינום וכדו׳ אלע עניני עולם הנשמות ווי ס׳ווערט געברענגט אין תורה שבעל פה, וואס איז לאו דוקא געזאגט געווארן אלץ אן אינסענטיוו אדער סטראשע, אדרבה, בפירוש אמרו ׳אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס׳ און ס׳איז פינקט גוט פאר תחילת העבודה אדער פאר נשים וקטנים (הגע בעצמך, אויב די עקספיריענטשול אינסענטיווס בזמן הבית האבן נישט געארבייט, וואסיז די הוה אמינא אז העכערע המילישע זאכן זאלן ארבייטן...?) דערנאך והוא העיקר ווארטן אונז און האפן זוכה צו זיין צום זמן פון תיקון העולם, תיקון השלם לעולם הבא.

שעפטאל » זונטאג יולי 9, 2023 4:58 pm

· #531060
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
שכח @סקעפטיקער און @בְּתוֹךְ עַמִּי
יעדער נעמט ארויס א ראי' לצדו
(למשל. פון די גמ' פון שילוח הקן האט רביה"ק געמאכט א אשכול..)

אגב. די מימרא פון צדיקים אז ס'גייט זיין שווער צו גלייבן איז נישט קיין רוה"ק, זיי האבן געזעהן ווי סייענס ווערט אויפגעכאפט, ווען מ'פארשטייט ווי אזוי ס'רעגנט, וואקסט. ווי אזוי מ'ווערט קראנק, געזונט. ווען מ'הייבט אהן כאפן אז ס'איז יתכן די וועלט איז שוין זייער אלט. וכדו'. ווערט שווער צו גלייבן ווי זיך צו דראפן אויף גראדע ווענט. כלשונם.

@פונדאַמענטאַל: שכח פארן געבן הסבר.
נ.ב. דיין לעצטע הסבר אז די תורה זאגט נאר וויפיהל מ'קען, (ווי כאטש גרינגער מאכן פאר קנעכט, מ'קען נישט אסר'ן אין יענע דור רעיפן מיט מלחמות ווייל ס'געוועהן די נארמע) איז אביסל שווער. זייט ווען וועט די תורת אמת משקר זיין? נאכדערצו ביי א מילתא דעבידא לגלויא מיט א קנאפ צוויי טויזנט יאהר שפעהטער?

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יולי 9, 2023 6:07 pm

· #531072
שעפטאל
אגב. די מימרא פון צדיקים אז ס'גייט זיין שווער צו גלייבן איז נישט קיין רוה"ק, זיי האבן געזעהן ווי סייענס ווערט אויפגעכאפט, ווען מ'פארשטייט ווי אזוי ס'רעגנט, וואקסט. ווי אזוי מ'ווערט קראנק, געזונט. ווען מ'הייבט אהן כאפן אז ס'איז יתכן די וועלט איז שוין זייער אלט. וכדו'. ווערט שווער צו גלייבן ווי זיך צו דראפן אויף גראדע ווענט. כלשונם.
ווי ס׳דערקענט זיך פון מיין פריערדיגע תגובה גיי איך מיט די הנחה אז ס׳בדוקא א זמן פון חשכות און אונזער נסיון היינט איז אויף די פינטעלע ׳אמונה׳. איז ווילאנג ס׳נאך דא עפעס עווידענס מאכסטו א קאגנעטיוו טשויס צו טון וואס עס לוינט זיך דיר, דאס איז נישט אמונה. דאס איז קאמערס. ולפי זה קעמען היינט צוקומען צו אמונה מער ווי אמאל.

עכ״פ, האביך נישט געברענגט די ממרות הצדיקים בדוקא אלץ ראי׳ זיך סומך צו זיין אויף דעם. אבער ס׳ווינדערט מיר פארוואס דו קריכסט אויף גראדע ווענט צו זאגן אז ס׳נישט קיין רוה״ק... וויפיל און וועלכע סייענס איז שוין דאן געווען? אז ס׳זאל שטימען צו זאגן אז ס׳איז געזאגט געווארן געבעיסד אויף דעם?

סקעפטיקער » זונטאג יולי 9, 2023 6:16 pm

· #531074
בְּתוֹךְ עַמִּי

די רוח ההשכלה האט דעמאלטס געבוזשעוועט בתפארתה

שעפטאל » זונטאג יולי 9, 2023 6:39 pm

· #531076
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
בתוך עמי.
סייענס איז א סתירה צו אמונה. ס'מאכט אסאך קאפוויי צו פארענטפערען אלעס וואס ווערט אויפגעוויזען נישט ווי די תורה. (ביי ר"נ מברסלב איז אפי' שכל א שלעכטע זאך וואס ברענגט כפירה).
זיי האבן געזעהן אז די טרענד פון די וועלט ציהט צו וויסענשאפט.

נ.ב. דשאסט צו זיין זיכער כ'פארשטיי דיך.
אמונה איז טראסט, אננעמען עפעס וואס איז נישט אויפגעוויזען. יא?

שמן למאור » זונטאג יולי 9, 2023 6:48 pm

· #531079
סקעפטיקער
שעפטאל
להסביר דברי הציקער..
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.

הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.

אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.

שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)
דערמאנט מיר פון די גמרא אין קידושין: רבא אמר: הא מני – רבי יעקב היא, דאמר: שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. דתניא, רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה שאין תחיית המתים תלויה בה. בכיבוד אב ואם כתיב: ״למען יאריכן ימיך ולמען ייטב לך״, בשילוח הקן כתיב: ״למען ייטב לך והארכת ימים״. הרי שאמר לו אביו: עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת – היכן טובת ימיו של זה, והיכן אריכות ימיו של זה? אלא: ״למען ייטב לך״ – לעולם שכולו טוב, ״ולמען יאריכן ימיך״ – לעולם שכולו ארוך. ודלמא לאו הכי הוה? רבי יעקב מעשה חזא.

ד.מ. שכר מצוה בהאי עלמא ליכא איז א פאקט געבויעט אויף אן אבזערוואציע, און די פאקט אז די שכר וואס די תורה זאגט ווערט נישט מקויים איז גאר א ראי' אויף תחיית המתים! און דעמאלטס וועט עס מקוים ווערן.

די גמרא זאגט דארט נאכדעם אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס אלישע בן אבויה האט כופר געווען בתורה: אמר רב יוסף: אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה – לא חטא. ואחר מאי הוא? איכא דאמרי: כי האי גוונא חזא.
רביה"ק האט שוין געזאגט תורה אויף דעם שטיקל.

שעפטאל » זונטאג יולי 9, 2023 7:07 pm

· #531081
חלק פון דעם תמצית השמועס ביז אהער

ס'שווער צו פארשטיין די תורה לויט די היינטיגע וועלט.
יש מתרצים אז ס'שטומט יא, די אייבישטער קען מחליט זיין וואס ער וויל.
ויש מתרצים מ'דארף נישט און מ'קען נישט פארשטיין

דא קומט די קשיא ווי איז די ליין. מ'טענה'ט אז רעליגיע מאכט סענס און ווי נישט איז די ענטפער ס'דארף נישט מאכן סענס.

אויב דיין אמונה איז עפעס וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, פארוואס גלייבסטו?
שעפטאל
ס'איז א קעטש 22

ווי אזוי ווייסען אונז אז דער אייבישטער איז גוט.
פון די תורה.

ווער האט געגעבען די תורה.
די אייבישטער.

ווי אזוי ווייסט מען אז ער האט עס געגעבען
(ס'דאך נישטא קיין מסורה וואס קען עס אויפווייזן, מ'האט דאך געהארגעט דער וואס זאגט אז ער גלייבט נישט. מ'האט דאך אפאר מאל פארגעסן די תורה?).
שוין ווייטער פון די תורה. תורה זאגט אז ס'איז געגעבען געווארען דורך די אייבישטער.

בקיצור אלעס שטייט שוין אין די תורה. א שאד צו פרעגן קשיות... א נער און גלייב... אויף יענע וועלט וועסטו שוין זעהן די אמת. ס'נישט קלאר כדי מ'זאל האבן בחירה...
---

וועלקאם צו בטחון האטליין.
ארויס צו נעמען דיין שכל און עס קיינמאל מער נישט ניצן, דריקט איינ'ס.
אנצופיהלען אלע געפ'ס מיט פארשידענע תירוצים אויף יעדע קשיא אנשטאט פון איין תירוץ אויף אלעס, דריקט 2.
וכו'.
שמעקעדיג
פון אלע תגובות דא איז מיר בעיקר שווער איין זאך וואס שעפטאל דערמאנט, דאס וואס חז"ל זאגן אונז הדבק במדותיו של הקב"ה, מה הוא רחום וכו', וואס עפעס רעדט מען דא נאר פון די רחום חלק? עס איז דא נאך חלקים... ער איז אן א-ל קנא ונוקם, ער איז טאקע א מאריך אף אבער צום סוף איז גבה דילי', און ער האט געמאכט אזא גיהנם וואס לויט'ן ראשית חכמה איז עס רח"ל... מעג איך זיך אויך אזוי פירן און אנפראסקען מיינע שונאים אזוי ווי דער אייבערשטער? אה, דא קומט דער תירוץ "ביים באשעפער איז עס נאר פאר די טובה פונעם מענטש"..., אקעי, איך וועל עס אויך נאר טון פאר די טובה פון מיין שונא... העי ניין! לא תקום!! דו טארסט נישט! גלייב אז וואס יענער האט דיר מצער געווען איז געווען באשערט... איי דער באשעפער? חז"ל זאגן דאך ער איז שומר משמרתו של תורה? איז ער מקיים לא תקום? לא תטור? אה, עס איז אנדערש, ווילסט פארגלייכן א מענטש צו גאט? מיר קענען נישט פארשטיין זיין מהלך, כי לא מחשבותי מחשבותיכם... אבער איין מינוט, האסטו מיר נישט דזשאסט געזאגט הדבק במדותיו? יא פארגלייכן אדער נישט, מעיק אפ יור מיינד! איך בין שוין אינגאנצן צומישט.... 🙄

בקיצור ווי אזוי ארבעט דאס? וואס מעג איך יא און וואס נישט?
אנו פונים לחכימי השטיבל לעזרה

סקעפטיקער » זונטאג יולי 9, 2023 7:59 pm

· #531085
שמן למאור
רביה"ק האט שוין געזאגט תורה אויף דעם שטיקל.
ער האט געזאגט תורה, איך האב סך הכל געזאגט פשוט פשט

שפילער » זונטאג יולי 9, 2023 8:29 pm

· #531087

סאיז דא בעלי תשובה וואס פארציילן אז ווי זיי זענען נאר געגאנגען צו אלע רעליגיעס האט גארניש געמאכט סענס און ווען זיי זענען אנגעקימען צו יודישקייט האט אלעס אנגעהויבן צו מאכן סענס!

איך וויל שטארק רעדן מיט דעי חברה...

שעפטאל » זונטאג יולי 9, 2023 8:33 pm

· #531088
זיי זאגן ס'מאכט מער סענס ווי אנדערע רעליגיעס, אבער נישט גענוג זיי צוריק האלטן פון זיין חוזר בשאלה. לח"ל

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יולי 9, 2023 9:58 pm

· #531093
שעפטאל
זיי האבן געזעהן אז די טרענד פון די וועלט ציהט צו וויסענשאפט.
פון ׳ציען צו וויסענשאפט׳ (וואס גייט שוין אן פון עטליעסט אריסטוי׳ס צייטן) ביז זאגן אז ס׳וועט זיין אוממעגליך (בדרך הטבע) זיך צו האלטן ביי די אמונה איז פאלג-מיר-א-גאנג. @סקעפטיקער טענה׳ט אז מיט׳ן אנקום פון די השכלה מאוומענט האט מען געקענט שאצן וואס וועט זיין, אבער איך זעי נישט וויאזוי די דעמאלסדיגע השכלה האט אן השפעה אויף וואס ס׳קומט פאר יעצט. איך מיין אז די היינטיגע סארט נסיונות אין אמונה איז גאר פריש, אבער איך קען עכט נישט זאגן ווייל כ׳בין נישט באקאנט אין היסטאריע.
שעפטאל
נ.ב. דשאסט צו זיין זיכער כ'פארשטיי דיך.
אמונה איז טראסט, אננעמען עפעס וואס איז נישט אויפגעוויזען. יא?
אננעמען עפעס וואס איז נישט אויפגעוויזען = ריסק (נישט טראסט)
אננעמען עפעס וואס דארף נישט ווערן אויפגעוויזען מיט שכל = אמונה

לדוגמא, די רצון צו לעבן; וויפיל וועסט מיך קאנווינצן שכל׳דיג אז ס׳לוינט נישט וועליך נאך אלץ וועלן לעבן (ועל זה נאמר ׳אין טעם לרצון׳). די ליבשאפט פון א קינד צו א טאטע; אפילו וועסט פעסטשטעלן אז ער מיינט נישט און האט קיינמאל נישט געמיינט דיין טובה (ובפרט אויב ס׳לוינט נישט צו לעבן) וועט דאס קינד נאכאלץ ליב האבן דעם טאטן. ווען מ׳איז הינגעריג עסט מען; זאג מיר נישט אז דו טוסט עס מרוב פיקחות ווייל האטעס שוין געטון נאך איידער האסט געהאט א ברעקל שכל (סארי, אפשר א ברעקל יא). דער פיר פיסיגער וואס ׳גלייבט׳ אין זיין בעה״ב און ארבייט ווי א ׳פערד׳ אום ארומצושלעפן אויף וועגן און שטעגן און שטעלט זיך צו אויף טריט און שריט צו שטיין צו גיין, דרייען רעכטס דרייען לינקס; שטעל דיר פאר אויב דער פערד׳ס אויגן עפענט זיך אויף איין טאג און א ברעקל שכל ווערט אים דעליווערט אויפן שפיץ גאפל און הייבט אן צו זאגן א דעה (ער פרעגט נאר שטייטסעך איידעלערהייט) ווי צו פארן.... זיין גאנצער לעבן איז דאן איינגעשטעלט.

לייביששרייבער » מאנטאג יולי 24, 2023 11:49 pm

· #532142
אינטערסאנט אז אן אמעריקאנער רב פרובירט עס מסביר זיין
אן אינטערסאנטער ארכיוו האבן אונז איצטערט געטראפן פון נחום כהנא שפירא גשעריבען ביי איינע פון זיינע תלמידים אין יאר תש"א.

עס איז נישט זייער באקאנט ווער הרב נחום כהנא שפירא איז געוועזען אבער זעהן זעהט עס אויס ווי א בלעטעל פון די גזע פונעם רב הראשי אין ארץ ישראל פון יאר תשמ"ג - תשנ"ג הרב אברהם אלקנה כהנא-שפיראאון האט איבער גענומען די פירעשאפט פון די ישיבה מרכז הרב און באזעצט דעם ר"י פאסטן אין יאר תשמ"ב נאך וואס הרב צבי יודא קוק איז אוועק.

הרב נחום כהנא-שפירא איז געווען ווי עס זעהט אויס אן איינערקענטער פיגור אין ניו יאר ווי זיינע טאמפלעטן זענען געוועהן אן אוינטערעסע פאר די דעמאלסדיגע אמעריקאנע אידיש לעזער, מיר האבן געטראפן א געוואלד פון זיינע ארכיוון וואס זענען אויסגעווארפן געווארן אין ניו יארק אזוי ווי היינט די היכל הקודש קונטריס'ם. עס זעהט אויז אז עס איז געווען מאנכע אדער אפשר אסאך וואס האב געוואלט הערן דעם דבר ה' פון דעם הרב נחום כהנא-שפירא.

דער שער בלאט פון זיינע כתבים איז געשריבען אין ענגליש איבער געטייטשט אויף אידיש און עס ליינט זיך אזוי
Judiasim
Guide health and happiness
A pamphlet
Presenting the highlights of
Rabbi Nahum Kahane Shapiro’s
Introduction to his
Scientific-Religious-Ethical- and Treatise on
The perfection of the individual
Thru Torah and science
Soon to appear
This pamphlet was prepared by the
A disciple of Rabbi Shapiro

וואס פרובירט מיט זיינע בעסטע ווערטער ארויס צו ברענגען אז די כעס וואס דער רובש"ע כביכול האט איז א קריעשאן פון זיך זעלבסט. עס זעהט אויס אז ער וויל פארעטנפערן אט די שאלה וואס איז דא געפרעגט געווארן. מיט זיין ארעמער כח ההסבר אין מיטן חוסר ידעה פון חסידישע ספרים שרייבט ער די פאלגענדע ווערטער אין יאר תש"א צו די ניו יארקער אידענטום

עונש איז א מציאות וואס געשהט פון זיך אליינס דער רובש"ע דארף צו דעם גארנישט טוהן און ער טוהט דערצו גארנישט.

וואס מיינט דער באגריף עונש ביים פארלעצען די חוקים פון דער תורה הק' מען דארף פריער פון אלץ אויפקלערען אז די אלגעמיינע פארשפרייטע מיינונג אז גאט שטראפט פארן עובר זיין אויף די מצוות התורה
אלס א מין נקמה געפיהל איז דורכאויס נאאיוו און פאלש.

די אלע קללות וואס מיר געפינען אין דער תוכחה און ביי די נביאים זיינען נישט קיין נקמה שטראפען וואס קומען פון כעס אדער שנאה חלילה. אט די צוויי באגריפען האבען אינגאנצען נישט צו טהון מיט דעם כביכול מיט זיינע מדות. נישט מיטן דרך היצירה און נישט מיט די כוחות היצירה די שטראף דער עונש פונקט ווי שכר דרינגען ארויס פון דער עצם מענשליכער האנדלונג. די זינד גופא בריינגען די שלעכטס, "חטאים תרדף רעה" (משלי י"ג כא) "ואוי לרשע רע כי גמול ידיו יעשה לו" (ישעי' ג') יא די זינד גופא באצאהלט דעם עבריון אין זיין אומגליק איז דער עבריון אליינס שולדיג.

ר' חיים וואלאזשינער ז"ל שרייבט די חכמים האבען געזאגט ווער עס זאגט אז גאט ברוך הוא איז א וותרן זאלען איהם פארקירצט ווערען זיינע יאהרען (בבא קמא דף נ' עמוד א) איז דאך אין פלוג קשה אפילו מענטש וואס איז פרום און פיהרט זיך אויף מיט גוטע מדות און רחמים פארוואס'זשע טאר ער נישט זאגען אויף גאט אט די מעלות? דאם איז דערפאר ווי מיר האבען פריהער געזאגט אז שטראף איז נישט אויפן וועג פון שטראף און נקמה חס ושלום נאר די שטראף אליין בריינגט די שלעכטס די זינד אליין איז די שטראף

ווייל זינט בריאת העולם האט ער ברוך הוא איינגע-שטעלט די סדרים פון די וועלט אויפ-פיהרונג זיי זאלען זיין אפהענגיק פון דער מענשליכער גוטער אדער שלעכטע התנהגותער. אין ספר נפש החיים שער א' פ' י"ב

אין שער ב' פ"ח שרייבט דער זעלבער מחבר אז דער עונש איז נישט קיין נקמה ח"ו נאר ווי מיר האבען געזאגט דער חטא אליין איז די שטראף. פונקט ווי מענש זאל עסען פארדארבענע מאכלים קען עם איהם פארשאדען אדער ער זאל אפילו קראנק ווערען, און אויב עס איז סם קען ער זיך פארסאמען און שטארבען דערפון ער וועט דעמאלס אליין זיין שולדיג פאר זיין טויט, ער וועט זיין מתחייב בנפשו, אויף דעם זעלביגען אופן איז די זינד ביי דער נשמה פונעם זינדיגער חס ושלום.

מען קען אט-דעם פארגלייך פון ר' חיים וולאזשינער ציהען ווייטער און זיך נאך מעהר קלארער מאכען דעם באגריף פון עונש.

לאמיר זיך פארשטעלען א קראנקער וואס פאלגט נישט און פיהרט נישט אויס די פארשריפטען פון זיין דאקטער, די קרענק פארערגערט זיך, און דער קראנקער ליידט לא עלינו גרויסע יסורים עס קען אפילו טרעפען אז די קרענק זאל איהם פארשלעפען אין קבר אריין, די שולד, דאם נישט אויספאלגען די פארשריפטען פונעם דאקטאר. די שטראף די פארערגערונג פון דער קרענק האט דער דאקטער נישט אין דעם פאל קיין שום שולד און מען קען אוודאי נישט רעדען וועגען דעם אז דער דאקטער איז זיך נוקם אין דעם קראנקען. די קרענק האט נישט געקריגען קיין געגען ווירקונג, צוליעב דער שולד פון דעם חולה גופא און ממילא איז די קרענק אוועק מיס איהר אייגענעם נאטירליכען וועג און האט געבראכט צו די אלע פארוויקלונגען און אומגליקען פונקט אזוי איז מיט רשעות דאס נישט געגענווירקען זי בריינגט צו געגענווירקען פאנאנדערלייגונג צו א גייסטיגער אויפטרייסלונג צו די אינעווייניגסטער פסיכאלאגישער צערודערונג און מען פארלירט אפט דעם גלייכגעוויכט, דערפון קומען גייסטיגע ליידען און אפט אויך פיזישע צרות און אומגליקען.

די געבאטען פון דער תורה זיינען די זעלבע געזעצען מיט וועלכע גט פיהרט זיינע וועלטען די געזעצען זיינען צדק משפט חסד און רחמים דער וואסשם פארברעכט געגען אט די געבאטען פארברעכט ממילא געגען די נאטור געזעצען די שטראף איו דער נאטירליכער פועל יוצא דער נויטווענדיגער רעזולטאט פון דער באגאנגענער זינד דער פארברעכען. און ווען מיר זאגען אז די שטראף פאר דער באגאנגענער זינד איז א נאטירליכע מיינען מיר עס נישט בלויז אין גייסטיגען זינען נאר אויך פיזיאלאגיש קערפערליכע צערודערונג און צעזאמענברעכונג גייסטיגע אויפטרייסלונגען בריינגען צו פארשידענע אומ-ארדנונגען אין אונזער קערפער.

אסאך דאקטוירים האבען זיך שוין לאנג געשטעלט אויף דעם שטאנדפונקט אז די בעסטע תרופה צו היילען קראנקהייטען איז צוגרייטען און בארוהיגען דעם מענשליכען גייסט דעם פסיכלטגישען צושטאנד פון דעם מענטשע אזוי האט געזטגט סיר אנדריו קלוירק. "עס איז אוממעגליך פאר דאקטוירים צו באהאנדלען מיס געניטקייט און חכמה פארשידענע מינים קערפערליכע אויפטרייסלונגען אויב מיר זאלען נישט בולט און קלאר זיך אפגעבען רעכענונג וועגען דער ווירקונג פון די פסיכאלאגישע צושטאנדען וואס ריפעט אפט ארויס אט די קערפערליכע צושטערונגען אדער לכל הפחות ענדערען אט די קרענקליכע צושטאנדען פון קערפער.

אזעלכע ציטאטען פון באריהמטע מעדיקער וואלטען מיר געקענט בריינגען אהן א שיעור. מיר וועלען זיך אבער דא באגנוגען מיא א פאקט וואס עס ברענגט א באריהמטער דאקטער פון אונזער צייט "רעסמיוס אלסעקער". ער דערציילט אז צו איהם איז געקומען קליענטן פון פאך אן אינזשינער דער קליענט האט געליטען אזיף א מאגען קראנקהייט אין פארלויף פון יאהר דער קראנקער האט נישט געקענט פארדייען קיין שום עסען, צוויי ספעציטליסטען האבען איהם געהיילט זיי האבען אבער גאר נישט געקענט אויפטאהן ווייל זיי האבען נישט געפונען ביי איהם קיין שום סימנים האבען געפונען פון וועלכער וויירל איז קרענק אין מאגען נאך 13 יאהר קראנק זיין איז דער חולה געקומען צו דאקטער אלסעקער נאכין אונטערזוכען דעם חולה האט דער דאקטער אייסגעפונען אז די קרענק איז אן-איינגערעדטע דער מאגען איז פולשטענדיג געזונט דעם אינזשינער דוכט זיך נארי אז ער איז קראנק דער דאקטער אלסעקער האט דעריבער נישט געהיילט דעם מאגען נאר דעם גייסטיגען צושטשנד פון זיין פאציענט און עס איז געשעהן א וואונדער נאך צעהן וואכען היילונג איז דער פאציענט פולשטענדיג געזונט געווארען

ער האט אנגעהויבען אלץ עסען און האט פארגעסען אז ער איז ווען עס איז קראנק געווען און דאקטער אלסעקער שרייבט, די מענשען וואס ריידען זיך איין אז זיי זיינען קראנק זיינען באמת קראנק און זערע ארגאנען פארהלטען זיך אזוי פונקט ווי זיי וואלטען טאקע באמת געליטען פון דער קרענק וואס זיי האבען זיך איינגערדט אז זיי ליידען פון איהר, זיי ליידען פון א גייסטיגער צערודערונג און דער גייסט איז אזוי שטארקן אז ער פיהרט אן מיט דעם קערפער צי די ווירקונג פון גייסט אויף דעם קערפער זאל זיין א ברכה אדער א קללה פאר דעם גוף דאס ווענדעט זיך פון דער ריכטונג אין וועלכער דער גייסט גייט (דר. סארנאס מעטאד)

די מאדערנע מעדיצין שטייט פעסט אויפין שטאנדפונקט אז כדי דער קערפער זאל זיין געזונד מוז דער גייסט זיין א געזונטער דאס אמאליגע ווערטעל, אין א געזונטען גוף געפינט זיך געזונטער גייסט דארף איבערגעדרייט ווערען מיט דעם קאפ אראפ, מיט א געזונטען גייסט קען זיין א געזונטער קערפער די תורה די אידישע אמונה זוכט צו שטארקען אונזער גייסט אונזער אינערליכע פעסטקייט און אנשפאר אין לעבען ממילא איז עס א תורה פון וחי בהם, תורה פון לעבען און געזונט זיין ולמען תאריכו ימים' לאנג לעבען און גוט לעבען מיט א ריינעם הארצען און ריינעם געוויסען ווער עס פארברעכט אבער געגען די געזעצען פון דער תורה פארברעכט געגען די נאטור געזעצען די פארלעצער פון די תורה געבאטען ווערען באשטראפט דורך זייערע אייגענע הענד דורך זייער נישט אויספאלגען די פארשריפטען פונעם דאקטער אויף צו היילען זייער קרענק.

אט די באשרייבונג זעהט אויס ווי ער באטאנט ממש אט די פראגע.

וועלן מיר אביסעל ליינען זיינע זאכן און זעהן צו מען קען מאכען עפעס צימעס דערפון פאר די חברי השטיבעל.

שפילער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 5:58 pm

· #533896
אויב אונדז ווער מיר בעל כרחך אראפגעברענגט מאכט דען סענס צו ווערן באשטראפט?

און דארפן בעטן יעדע יאר נאכאמאל צום אייבערשטען פליעעז באשטראף אונדז נישט פארוואס זאל ער אונז שטראפן ער איז דאך א רחום וחנון אקעי דאס איז איין זאך אבער וייזוי קען מען שטראפן אויב אונדז ווער מיר בעל כרחך אראפגעשיקט ? וועסטו מיר ענטפערן אז אונדז זעמיר גולגילים , נאך אזוי פיל יאר איז נאך אלטס דא גלגולים?

בקיצור עפעס די גאנצע יודישקייט מאכט מיר נישט קיין סענס אבער איך וויל שטארק גלייבן

קען מיר איינער העלפן דא? אדער איינמאל מען האט עס פארלוירן דער איז נוי וועי בעק ?

סקעפטיקער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:07 pm

· #533899
שפילער

פארוואס ווילסטו אזוי שטארק גלייבן?

שפילער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:10 pm

· #533901

ווילסט מיר משוגע מאכן אדער העלפן? וועט דאס פארענטפערן דעי שאלה מיך מאכן מער גלייבן?

אבער איך וועל דיר ענטפערן

איך וויל גלייבן ווייל ספילט גיט אז סאיז דא א ריבונו של עולם וואס פירט די וועלט און זאכן מאכן סענס אויב נישט האט דער לעבן זערא באדייט

סקעפטיקער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:13 pm

· #533902

דעמאלטס קענסטו גלייבן אין דעם און נישט אין די עונשים. אין אנדערע ווערטער דו מוזט נישט גלייבן אז די תורה איז אמת און נאכאלס קענסטו גלייבן אז עס איז דא א גאט וואס גיבט א תכלית פארן לעבן (עס זענען דא פלענטי אזעלכע)

שפילער » זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:18 pm

· #533903
דעי סתירה פון די אייבערשטער האט געהאלפן אז סאיז געשעהן א נס - ווען סגייט גוט און אלעס איז לטובה ווען סגייט שלעכט איז מרפסן איגרא

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:40 pm

· #533933
@שפילער

עונשים איז א חלק פונעם סיסטעם וואס דער בורא האט קריעטעד פארן ציל פון "אלטימעט טוב/תענוג", (פ"וו עונש איז א וויכטיגע חלק פונעם סיסטעם איז א נושא פאר זיך) וואס איז עפעס וואס אונז האבן נישט קיין מינדעסטע השגה אינעם עוצם ותכלית התענוג לעולם הבא [תענוגים און יסורים אויף די וועלט איז כעין משל און א דזשאוק בעצם לגבי די תכלית'דיגע תענוג לעולם הבא...].

באמת לאמיתו ווערט טאקע אלעס געפירט מאתו ית' אויף דרכים נשגבים ונעלמים לתכלית פון אט דעם טוב/תענוג און אין דעם סענס איז אלעס לטובה. אבער, דער אויבערשטער וויל פון אונז אלץ חלק פון די תומ"צ אז אונז זאלמער מתפלל זיין צו אים ווען אונז ווילן עפעס (כאטש בעצם מאכט ער אלעס און ס'נישט שייך קיין שינוי רצון בו ית') און אין דעם סענס האמיר די רילעשנשיפ פון פראבלעם > תפילה / נס > הודאה...

יעצט אין דיין מצב, מאכט דיר נישט קיין סענס צו ווערן געבוירן בע"כ וכו', אבער ווען דו וועסט זוכה זיין לאחרי ככלות הכל צום תכלית טובה לעולם הבא וועסטו מרוב תענוג ניטאמאל געדענקען אז דו האסט זיך אמאל געוואונדערט צו ס'מאכט סענס און אויב וועט זיך איינער וואגן דיר צו דערמאנען דעם קשיא וואס דו האסט אמאל געהאט וועסטו ווערן 'הייס' פאר כעס וואס וועט זיך קענען פארמעסטן מיט די היץ פונעם גיהנום 🙂 (דאסיז מעגליך א שטיקל משל צו פארשטיין דעם מהות פון עונשים לעולם הבא).

סקעפטיקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:04 pm

· #536517
סקעפטיקער
שעפטאל
להסביר דברי הציקער..
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.

הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.

אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.

שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)
דערמאנט מיר פון די גמרא אין קידושין: רבא אמר: הא מני – רבי יעקב היא, דאמר: שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. דתניא, רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה שאין תחיית המתים תלויה בה. בכיבוד אב ואם כתיב: ״למען יאריכן ימיך ולמען ייטב לך״, בשילוח הקן כתיב: ״למען ייטב לך והארכת ימים״. הרי שאמר לו אביו: עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת – היכן טובת ימיו של זה, והיכן אריכות ימיו של זה? אלא: ״למען ייטב לך״ – לעולם שכולו טוב, ״ולמען יאריכן ימיך״ – לעולם שכולו ארוך. ודלמא לאו הכי הוה? רבי יעקב מעשה חזא.

ד.מ. שכר מצוה בהאי עלמא ליכא איז א פאקט געבויעט אויף אן אבזערוואציע, און די פאקט אז די שכר וואס די תורה זאגט ווערט נישט מקויים איז גאר א ראי' אויף תחיית המתים! און דעמאלטס וועט עס מקוים ווערן.

די גמרא זאגט דארט נאכדעם אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס אלישע בן אבויה האט כופר געווען בתורה: אמר רב יוסף: אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה – לא חטא. ואחר מאי הוא? איכא דאמרי: כי האי גוונא חזא.
די שטיקל גמרא - יעצט אין דף היומי - פארגעלערנט בטוב טעם דורך מרים אנזובין https://www.youtube.com/watch?v=neT8J54GaSI

סקעפטיקער » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 1:50 am

· #536961
בלאט: 1 2