די קלא דלא פסיק ארום די פילע קרבנות פון נחמיה וועבערמאן
איך מאך דא א שטיקל ליקוט
@yisroelotd האט געשריבן:
@בת קול האט געשריבן:
@yisroelotd האט געשריבן:
yisroelotd@אנאנים האט געשריבן:אהן קיין פרטים, און כדרכי די הערות גייען מיר בכלל נישט אינטרעסירען, איך גיי זאגן מיינס.
ביודעי ומכירי קאמינא, די מעשה איז טויזענט פארצענט אמת, און זי איז נישט די איינציגסטע מיט דהן טענה, איך האב געזעהן א קלארע באריכט פון איינע פון די אסיפות פון די רע-בנים וואס באשוצען דעם וועבערמאן וואו אזוי פונקטליך צו פארדרייען די פאקטן, און וואס אלס מען האט שוין, און מען וועט נאם טוהן, צו זיכער מאכן אז די אנדערע מיידליך בלייבן שטיל, די בלוט קומט מיר אין קאפ רעדנדיג פון דעם.
יבוא היום, איך האב ביי מיר דאקומענטען וואס קענען דאס קלאר אויפווייזען, איך קען דאס נאר נישט ארויסגעבען, ווייל עס וועט ארויסגעבען ווער איך בין, אבער יבוא היום לזה.
עס איז א חרפה און א בושה אז מענטשען וואס זאגן זיי גלייבן אין א באשאפער, זאלען שוצן אזא איינעם, אבער פארוואס זיי טוען עס מיין איך אז יעדער ווייסט.
היינו וועבערמאן והיינו וויינגארטען, און גייטס פארענטפערסט זיי אלע, צו באשוצען א קולט.
נא די הערות קען איך אליין שרייבן... פון סתם ליגנער, ווייז אויף, ביז, בלינדער שונא, פונקט אלע אפיקורסים האלטן אזוי, וכו' וכו', אבער אטיב גלייבטסטו יא, טראכט קודם פונעם אמת.
הכותב בדמע
[ציטאט אראפגענומען]
@יואליש האט געשריבן:יואליש@נולד מאוחר האט געשריבן:איך האב גערעדט צו צוויי מענטשן וועלכע קענען זיך נישט, ביידע האבן געזאגט אז אפי' אויב וועבערמאן איז אומשולדיג דא, אויב גייט ער אין תפיסה וועט ער נישט זיצן אומזינסט. ביידע האבן געשילדערט ענליכע מעשיות מיט ערוואקסענע צובראכענע פרויען (ענליך צו די האלפערין מעשה אין לאנדאן). לויט איינעם, איז עס אפי' נישט קיין סוד אין די וו"ב משפחה.
איך האב נישט קיין ערשטהאנטיגע אינפארמאציע, אבער א קלא דלא פסיק איז זיכער געווען. ויש לי להאריך מאוד, אבער וויבאלד כ'בין א כלי שלישי איז דא א מקום לחשוש פאר כבוד משפחה.
נולד מאוחראון אויך דא:איך האב היינט גערעדט צי א חבר וואס קלעמט אז ער ווייסט פירסט הענד נאך א מיידל וועם וו''ב האט געשפילט מיט....
איי ווי זענען זיי סאיז א דבר פשט אז קיינער איז נישט באקוועם זיך אויסציטאן די הויזן און פאבליק.
נולד מאוחר@יואליש האט געשריבן:אויב איך האב געהערט האט א ווערט, איך האכ געהערט פון איינעם וואס האט אליינס גערעדט צי א פרוי וואס וו''ב האט געטון נישט איידלע זאכן.
יואלישעי"ש די משא ומתן, און צום סוף:כ'האב נאכגעהערט אז אין ק"י דרייט זיך א אינגערמאן אין ביהמ"ד און זאגט אז וועבערמאן האט געטוהן גאר געמיינע זאכן מיט זיין טאכטער ווען זי איז געגיינגען פאר קאונסלינג צו אים (זייער ענליכע מעשה צו די יעצטיגע אנקלעגער, זי איז געווען רעבעליעס און א יפת תואר). מ'האט דעם צובראכענע טאטע שנעל שטיל געמאכט (און פארשטייט זיך נאכדעם אראפגעצויגן די היט און ווייטער געשריגן אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט געזאגט א שלעכט ווארט אויף וועבערמאן...)
איז דאס אמת?
יואליש@ברוין האט געשריבן:מיט צוויי טעג צוריק האב איך "אנגעפרעגט" איבער נייעס פון די גאס וואס האט אינוואלווד א יחיד מיט א געשפעט. מ'האט מיך געטשאלענדזשט פארן נאמען און כ'האב געגעבן פאר יעדן אין אישי. כ'האב אפי' צייטווייליג צוריקגעצויגן ווילאנג כ'האב געמאכט א בעסערע בירור. (הגם מיין ריסורטש איז צוריקגעקומען אז די מעשה איז אמת בין איך נישט צוריקגעקומען עס באריכטן ווייל די מענטשן וואס ווילן נישט גלייבן ווילן נישט גלייבן ווייל ס'איז אובאקוועם און כ'האב נישט קיין באזינדערע פלעזשור אין מאכן מענטשן אומבאקוועם.) אבער לענינו, פארוואס טאר מען נישט פרעגן ווען איינער מאכט א קלעים בעיסט אויף "וויפיל איך ווייס" איבער א רב אין וומ"ס, און מ'טאר חלילה נישט בעטן אביסעל מער דיטעילס?
ברוין@שרגא האט געשריבן:יואליש דיין נאמען וואס דו האסט אנגעגעבן איז אמת און וואר.
עס ציפט
שרגא@אנאנים האט געשריבן:זר זהבווייל אפילו אויב איר עדותשאפט יעצט אין געריכט איז צווייפלהאפטיג (און לאמיך קלאר זאגן אז איך האב גארנישט מער אינפארמאציע לגבי די יעצטיגע עדות'טע ביים פראצעס ווי דיר), זענען דא אנדערע עדותשאפטן וואס איך גלייב יא.די שאלה איז פארוואס דו ווילסט גלייבן די עדות פון איר? ווען ס'דא אזויפיל צדדים צו טראכטן אז איר עדותשאפט איז צווייפעלהאפטיג.
[ציטאט אראפגענומען]
@הציץ ונפגע האט געשריבן: הציץ ונפגעאון אויך דא:הרב_שלוםביטע, אויב איר קענט מיר געבן די נאמען פון די חסידישע פירער (ברבים אדער אין אישית), איך האב א פרוי וואס איז וויליג צו פארציילן איבער אירע אנגעלעגנהייטן מיט חתן דנן.many chassidishe leaders said that if another girl comes to them saying that Mr. Weberman did the same thing he did to Vicki than they won’t support Weberman only the victim they promised to keep it a secret) but of course it never happened
הציץ ונפגע@איך אויך האט געשריבן:פאר א צייט צוריק האב איך דא געשריבן אז איך ווייס פון צוויי פרויען וואס דערציילן אז זיי האבן געהאט אנגעלעגנהייטן מיט חתן דנן און אויב זענען דא רבנים אדער אנערקענטע עסקנים וועלכע וועלן זיך עפנטליך שטעלן אויף די צד פון די תובעת, זענען זיי גרייט צו פארציילן פאר די רבנים אדער עסקנים. דערווייל האב איך נאך נישט באקומען קיין נאמען פון קיין רב אדער אנערקענטער עסקן וואס איז מוכן צו אזא הסכם.
איך אויך@הפך_בה האט געשריבן:פארוואס מערקט איר נישט אן די באמבע וואס ער {עזרא פריעדלענדער} ווארפט אריין בתוך הדברים?
There are those among us who choose to defend the accused simply because their natural inclination cannot accept the fact that these things have happened. There are those who are simply too mortified to accept that this epidemic exists. I understand their feelings. I, too, am horrified beyond words.
Last week, as the trial captured the attention of the masses, I met someone who confided to me that his daughter’s best friend was also abused by this very same perpetrator. Stunned, I asked him if anyone else knows about this. “No,” he answered. “And that’s how it should remain.”
הפך_בה@אנאנים האט געשריבן:אבער ווען איך זעה ווי מען באשמוצט איר מיט איר גאנצע משפחה בו בשעה וואס עס קוקט אויס ערנסטע רגלים לדבר אז עס איז נעבעך געשען וואס עס איז געשען. דארט שריי איך געוואלד.
דארט פרעג איך, איז דיר ר' יעקב האראוויץ וואס שרייבט דא אז ער ווייסט פין פיר קעיסעס פין ערשט-האנטיגע אינפא פין די קרבנות אדער נאנטע משפחה מיטגלידער, נישט גענוג פאר א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?
איז מרת ענגעלמאן וואס דערציילט בפרטיות א פאון קאלל פון א מאמע פון א קרבן נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער ווען זי פארציילט בפרטיות ווי א פרוי איז צוגעקומען צו איר אויפן גאס און געזאגט אז ליידער בדידי הוה עובדא אין אז זי וויינט נעבעך א גאנצן טאג אויף דעם אז מען שאפט נאך געלט פאר אים, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות? אדער אז זי שרייבט אז זי האט א טאטעל פון אכט וויקטימס וואס זענען צו איר געקומען, איז דאס נישט גענוג א קול און שמועה אויף צו זיין א חשוד על העריות?
מען האט דאך דא אליינס גערעדט פון איינעם מיט'ן נאמען פ. וואס שרייט אז מען האט מאלעסטעט זיין טאכטער. (איינער פין די גרויסע עסקנים ביים עלילות 75 קאמפיין האט מיר פערזענליך געזאגט אז עס איז אמת אז די טאטע טענה'ט דאס, נאר מען רעכענט זיך נישט דערמיט ווייל ר' ע. זאגט אז עס איז נישט אמת).
ר' פרידלענדער טענה'ט אז איינער איז אים געקומען זאגען אז צו זיין טאכטערס פרענד איז דאס געשעהן.
די פראסעקיוטער זאגט אז אפאר קעיסעס זענען געקומען צו אים.
עס איז דא א פארפאלק אינעם בנין וואו ער וואוינט וואס די פרוי טענה'ט אז זי איז געגאנגען צו קאונסלינג און ער האט געטוהן מיט איר מעשים אשר לא יעשו. ועוד רבות.
[ציטאט אראפגענומען]
@מוח שליט האט געשריבן: מוח שליט@דעתי הענייה האט געשריבן:סיידנאוט.
איך האב דעי שבת גערעדט מיט א אינגערמאן א חבר מיינער וואס קען זיך נאנט מיט אן עסקן פין בארא פארק וואס איז שטארק אינוואלווד מיט איין וויקטים. (איך ווייס נישט צו איך קען איר רופען וויקטעם, ווייל זי איז שוין געווען אן אדולט וואס איז געגאנגען צו אים פאר מערידזש קאונסלינג. אבער ווי באקאנט איז מען זייער וואלנערעבעל אין א טעראפיסט קען דאס גיט אויסניצען.) דער עסקן איז געגאנגען צו א וויליאמבורגער רב אין ער האט געזאגט יא יא איך ווייס, אבער וואס איז דען יעצט שייך צו טון.
איך פארשטיי אז מען מיז מיר נישט גלייבען דא. אבער איך קען נאר זאגען אז איך בין זייער ווייט פין אויפמאכען מעשיות אויף מענטשען, איך פארשטיי די חומר הענין פין מוציא זיין אזא שם רע.
דעתי הענייה@שושן פורים האט געשריבן:די ניו יארק דעילי ניוס באריכטעט, אז נאך אפאר מיידלעך טענה'ן אויך אז זיי זענען מאלעסטעט געווארן פון וועבערמאן.
איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז אמת, אבער אני הקטן קען פערזענליך צוויי מיידלעך וואס טענה'ן אויך אזוי.
און נאכאמאל, איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז אמת.
איך וויל נאר וויסן צו די אלע וואס האבן געשריבן דא אויף קאווע שטיבל, אז אויב עס קומט אפיר נאך מיידלעך מיט די זעלבע טענה, זענען זיי מסכים אז ער איז שולדיג, וויל איך פשוט וויסן וואס זיי האלטן יעצט....
שושן פורים@שבת אחים האט געשריבן:berlbalagulehאיך קען פערזענליך נאך א וויקטים פון וועבערמאן, א חתונה געהאטע חסיד'ישע ווייבל וואס האט מורא ארויפצוקומען אויפן סטענד משום סיבות מובנים....."הרב" יעקב האראוויץ, וועלכער האט ביי א יעדן פאלל פון ******* אביוז באשולדיגונגען געלאזט גיין זיין גרויס מויל. און ביי דעם ספעציפישן פאלל פון מר. וועבערמאן האט ער געזאגט אז ס'איז דא צום ווייניגסטנס פיהר פרויען וועלכע זענען געווארן אביוז'ד דורך מר. וועבערמאן. זאלל ער זיי ארויפלייגן אויפ'ן סטענד אין קאורט און זיי זאללן פארציילן זייער געשיכטע. און עס אונטערשטיצן מיט גלייבבארע עווידענס. דאמאלס וועט מען קענען משפט'ן אויב מר. וועבערמאן איז שולדיג אדער נישט.
..!
שבת אחיםlast but not leastאיך האב נישט קיין שום מיינונג אין די מעשה, אבער נעכטן האט מיר א היימישע חתונה געהאטע פרוי (וואס מאכט חתונה קינדער און האט שוין היינט אפאר אייניקלעך)אז וועבערמאן האט אפאר מאהל פראבירט איר צו טשעפענן בשעת ער האט געוואוסט אז זי איז חתונה געהאט, און ער האט אפילו פראבירט מיט געוואלד.
@בת קול האט געשריבן:
בת קולאיך קען פערזענליכע 2 מיידלעך וואס זענען געשיקט געווארן צו אים, און האבן געהאט צו דערציילן איבער זיינע שמוציגע אקטן.