יעקב מענטשוואו אין די וועלט קומט דא אריין די נושא פון ל.ג.ב.ט. ? מען רעדט דא גראדע פון א מאן וואס האט מאלעסטערט א מיידל. אבער אפילו נישט, וואס האט מאנס זיין א קטן א שייכות מיט צוויי ערוואקסענע מענטשן וואס האבן קאנסעציאלע ס...?אדאנק פארן אויסקלארן יעצט זעה איך דיין טעות...
איך האב מיך בכלל נישט באצויגן צו ס'דארף יא אדער נישט זיין געזעצן אויף די פונקטליכע עידזש אף מעדזשאריטי, ביי אונז אידן איז אויך דא א זמן פון קטנות, נערות, און בגרות, מיט פארשידענע הלכות וואס טוישט זיך ליטערלי אין די רגע וואס יענער ווערט מבוגר.
איך האב מיך באצויגן צו די אלע קאווע שטיבלערס וואס צו בפה אדער בלב סעלעברירן די ל.ג.ב.ט. קאמיוניטי, מיט א אויסטערלישע הערצה און סימפאטיע (אן קיין שום לאגיק פארוואס זיי האבן מחליט געווען צו שעצן דווקא די מיט די ספעציפישע תאוה, און נישט לדוגמא די מיט די אנדערע סארט תאוות ווי עטליכע נשים, אדער די בלעם/ביסטיאלן סארט וכו' ואכמ"ל) וויל איך זיי מגלה זיין אז דער 25 יעריגער וואס וואוינט מיט אן 18 יעריגער וואלט ער אין ניו יארק געוואלט איינזעצן פאר הונדערט יאר, און אין פארטא ריקא געשיקט א וואונטש קארטל ביים pride האלידעי. פשוט צו אילוסטרירן וואספארא פנים זיי טראגן.
קל וחומריא יא, אבער די זעלבע תורה זאגט אז א בוגרת איז פון די 12-12.5 יאר און העכער, שטימט?פיתוי קטנה אונס נינהו (יבמות לג:)
די טאנצט פוו איין טענה צום צווייטן, דו שטעלסט זיי ביידע צוזאם אלס איינס, ווען קיין איינס טראגט נישט קיין האפט.
דיין טענה אז אין איין פלאץ איז די געזעץ איין עלטער, און אויף א צווייטע מקום אן אנדערע עלטער, האבן מיר שוין קלאר געמאכט אז אזוי גייען געזעצן. יא, פאר די עלטער וואס די געזעץ ערלויבט איז עס א קריים, און א טאג שפעטער איז עס דיין פולע רעכט צו טון וויאזוי דיין הארץ באגערט. דאס איז אבער בכלל נישט נוגע ווען מען רעדט פון א 12 יעריגע מיידל וואס איז לויט אלע רעגירונגען נאך אנדערעידזש. דיין צווייטע טענה פון ל.ג.ב.ט. קומט בכלל נישט דא אריין.