☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תורה'דיגע ארכיאולוגיע. באגלייבט אדער איבערגעטריבן?

תורה'דיגע ארכיאולוגיע. באגלייבט אדער איבערגעטריבן?

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16247
בלאט: 1 2

קאסא גראנדע » פרייטאג יוני 2, 2023 5:48 am

· #526934
תורה'דיגע ארכיאולוגיע. באגלייבט אדער איבערגעטריבן?
איך פראביר צוזאמנעמען אלע ארכיאולוגישע געפינסן, און נאך אלע הנחות וואס די ארכילאגן האבן מחליט געווען אז דער און דער אדער דאס און דאס פון די תורה. דארף מען אבער זעהן צו עס איז טאקע דאס, ווייל לויט די זעלבע ארכילאגן זענען די דאטום'ס פון די תורה נישט ריכטיג סאו הלמאי צו זאגן אז דאס איז דאס וואס זיי זאגן, און אויב איז עס זיכער יא סאו, דאן איז די תורה יא ריכטיגע היסטאריע אויף וואס מען קען זיך פארלאזן, דאן וויאזוי מאכט מען עס שטימען מיט די יארן קעגן די הנחה פון די תורה? און די זעלבע פארוואס איז די אנדערענס היסטארישע בוך א שטערקערע ראיה פון די תורה'ס? אויך דארף מען זעהן וועלעכע פון די אלע געפינסן זענען א ראיה צו וועלעכע תקופה עס איז זיכער אז כלל ישראל האט שוין עקזיסטירט, געוואוינט אין ארץ ישראל און / אדער געהאט די תורה און וועלעכע התנהגות זיי האבן זיך געפירט?

ווי עס שיינט מיר ביז היינט אז אלע חוקרים כאחד זענען פוסח על שתי סעיפים. ווען עס פירט זיי צו זייער אזשענדע צו זאגן אז עפעס האט נישט מיט די תורה וועלן זיי ניצן יעדע תירוץ צו פארדרייען אלעס, אבי צו ווייזן אז דאס האט נישט מיט די תורה, און ווען מען טרעפט שוין עפעס וואס האט קלאר יא מיט די תורה פארוואסער'ט מען עס אזוי כאילו עס זאגט גארנישט צו אריינקוקן דערין. אדרבה, זאל דער עולם זעהן אלע זאכן און מחליט זיין צו עס איז קראנט, צו עס אנבאלאנגט די תורה היסטארי און צו עס בעווייזט עפעס.

איך וועל פראבירן צו גיין מיט א שטיקל סדר פון מצרים. כניסה לארץ. מלכים. בבל ופרס. און סתם אידן אין ארץ ישראל דורכאויס די תקופות.

פפירוס אפיוור ווערט אויסגערעכנט דיזעסטערס אין מצריים מיט געוויסע גאר שטארקע אנדייטונגען ענליך צו די מכות עפיליעיטעד מיט קנעכט. רוב ארכילאגן זענען נישט צופרידן דערמיט ווייל לויט די גרעסטע היסטארישע (אנגענומענע) שרייבער וואס האט געלעבט מיט איבער טויזענט יאר שפעטער שרייבט היסטאריע און לויט יענעםס סדר פון די יארן שטימט עס נישט מיט נאנט צו צוויי הונדערט יאר, אויך ווייל די חוקרים ווילן פארטיידיגן דעם היסטאריון שרייבער ברענגענדיג א ראיה אז די שטאט רעמסס איז געבויעט געווארן שפעטער (הייב אן ביי זיבן א האלב מינוט)
https://m.youtube.com/watch?v=vL-OWz8Awm0. Wikipedia
https://en.m.wikipedia.org › wiki
Ipuwer Papyrus

ברוקלין פאפירוס (געפינט זיך אין די ברוקלין מוזעאום אויף איסטערן פארקוועי) די פאפירוס ווערט אויסגערעכנט אסאך קנעכט און צווישן די ליינט זיך יששכר, מנחם, אשר, שפרה און נאך אידישע נעמען
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Brooklyn_Papyrus

דא איז דא ווידאו ווי א פראפעסאר ברענגט עטליכע ראיות. יעדער קען נעמען יעדע מעשה וואס ער ברענגט און עס נאכקוקן און ביטע מאכטס אפ וועלעכע מעשה שמעקט אמת וכו' https://m.youtube.com/watch?v=1T8yTJlYLj0&feature=youtu.be.
https://news.walla.co.il/item/3497902
https://www.hidabroot.org/article/1169676

ביי כניסת הארץ זאגט די פסוק אז מען זאל צוזאמנעמען 6 שבטים אויף הר גריזים און 6 שבטים אויף הר עיבל און מען זאל זאגן די ברכות צו הר גריזים זייט און די קללות צו הר עיבל זייט, און די פסוק זאגט והיה בעברכם את הירדן תקימו את האבנים האלה אשר אנכי מצוה אתכם היום בהר עיבל ושדת אותם בשיד (דברים כ"ז ד') און ווייטער; וכתבת על האבנים את כל דברי התורה הזאת באר היטב (דברים כ"ז ח') און יהושע (פרק ח' פסוק ל'. ל"א. ל"א) אז יבנה יהושע מזבח לה' אלקי ישראל בהר עיבל כאשר צוה וכו' ויכתב שם על האבנים את משנה תורת משה אשר כתב לפני בני ישראל.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%96%D7%91%D7%97_%D7%94%D7%A8_%D7%A2%D7%99%D7%91%D7%9C
https://youtu.be/EdD4g9VGL7U
https://youtu.be/w8pEPvp_Wm8
https://youtu.be/CqeJQbCarbA
למעשה עטליכע יאר צוריק האט מען געטראפן די מזבח און עס האט זיך געטוהן אויף דעם אויף טישן און אויף בענק. לעצטע יאר האט מען געטראפן אויף די זעלבע פלאץ נאך א געפינס וואס לויט טייל איז דאס א הוכחה אז דאס איז טאקע די מזבח פון יהושע בן נון ווייל מען האט געטראפן א שטיקל שטיין וואס איז דא אויף דעם געשריבן אין כתב עברי געוויסע ווערטער פון משנה תורת משה אריינגערעכענט עטליכע מאל די ווארט ארור און אויך דעם שם הויה (י-ה-ו-ה) וואס דאס איז די עלטצטע שריפט געפינס ביז יעצט מיט כתב עברית און ווי אויך די נאמען פון הויה ב"ה. ווי אויך צו די געפינס איז דארט געווען צוויי מצרישע זיגלן איינע פון די קעניג פרעה פון מצרים. וואס דאס שטימט ממש אז א איד האט עס מיטגעברענגט גראד פון מצרים (אינטרעסאנט אז מען האט ממש באקומען די חותם המלך. אפשר האט ער עס געטראפן ביי קריעת ים סוף ווען די ים האט אויסגעשפיגן אלעס) און עס שטימט ממש מיט אלע פרטים אז דאס איז טאקע די מזבח פון יהושע בן נון. אויב איז דאס ריכטיג דאן די געפינס טראגט מיט זיך נאך אסאך באווייזן. צו אפפרעגן אז יהושע בן נון לא היה ולא נברא. אז כלל ישראל איז נישט אזא אלטע אומה און איז נישט געווען אין מצריים און אז כלל ישראל האט נאכנישט געקענט שרייבן יענע צייט און נאך
https://www.ynet.co.il/judaism/article/skryigcf5
https://www.gov.il/he/departments/news/talisman260122

משכן שילה. אינטרעסאנט אז אויך דא האט מען געטראפן 6 זיגלעך פון פארשידענע פרעה'ס און פעמונים פון די כהן גדול און נאך https://youtu.be/4autF0n4EcA

די חומה פון יריחו וואס איז איינגעזינקען אין די ערד ווי פארציילט אין ספר יהושע https://www.jewishjericho.org.il/hebrew/places/Tel_Jericho.html

אמארנא טעבלעטס. זענען אזאנע בריוון וואס כנענישע מלכים האבן געשיקט צו פרעה קיין מצרים צו העלפן קעגן די העברעיאים (עברים) וואס קומען אייננעמען זייער לאנד https://en.m.wikipedia.org/wiki/Amarna_letters
אין די קומענדיגע ווידאו שמועסט ער אויס נאך עטליכע פלעצער אין די צייטן פון די שופטים
https://youtu.be/2jtp6Qeiavg

אבן יהושע Joshua covenant אין ספק יהושע פרק כ"ד פסוק כ"ו. כ"ז שטייט ויכתוב יהושע את הדברים האלה בספר תורת אלקים ויקח אבן גדולה ויקימיה שם תחת האלה אשר במקדש ה' ויאמר יהושע אל כל העם הנה האבן הזאת תהיה בנו לעדה וכו'
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%AA_%D7%91%D7%A9%D7%9B%D7%9D

מציבת ישראל פון פרעה מלך מצרים

מציבת מישע מלך מואב ווי ער שרייבט די מעשה פון תנ"ך אז ער איז געווען אינטערטעניגט אינטער משפחת עמרי (אחאב בן עמרי) מלך ישראל, און נאך אסאך יארן האט ער זיך אויסגעדרייט אז ער האט איינגענומען טיילן פון די אידישע מלוכה אזוי ווי עס שטייט אין תנ"ך אפילו די נאמען פון זיין עבודה זרה איז די זעלבע
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%99%D7%A9%D7%A2

חותמת פון חזקיה המלך און נעבן דעם פון מעגליך ישעיה הנביא. געטראפן איינע 1 מעטער אפגעריקט פון די אנדערע. https://youtu.be/t0JONBqQAWs

זיגלעך פון צוויי שרים ביי צדקיהו מלך יהודה (קעניג ביים חורבן ביהמ"ק) די צוויי שרים ווערן דערמאנט אין ירמיהו אין די זעלבע פסוק אז זיי האבן אריינגעווארפן ירמיהו אין א גרוב וועלענדיג אים אומברענגען הארט איידערן חורבן. ביידע זיגלן האט מען געטראפן אין עיר דוד אפאר פיס אפגעריקט איינע פון די אנדערע https://m.youtube.com/watch?v=YTdKznTA9iY

די טאבלעט פון נבוכדנצר ווי עס ווערט אויסגערעכנט פינקטליך וויפיל עסן יהויכין מלך יהודה האט באקומען פון קעניג נ"נ זייענדיג אין בבל. http://cojs.org/babylonian_ration_list- ... 592-1_bce/ עס ווערט אויסגערעכנט א שיינע מאס עסן פאר זיך און פאר זיינע קינדער פינקטליך אזוי ווי עס שטייט די לעצטע פסוק פון ספר מלכים "וארוחתו ארוחת תמיד נתנה לו מאת המלך דבר יום ביומו כל ימי חייו", ועיין רש"י "והיה למאכל לאנשי ביתו, כי הוא בעצמו אכל לחם לפני המלך תמיד". https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jehoiachin%27s_Rations_Tablets

עס ווערט שוין שפעט איך וועל בס"ד ברענגען נאך

אלע צוזאמען » פרייטאג יוני 2, 2023 8:32 am

· #526941
די תורה איז אמת און אזוי ווי עס שטייט דארט אזוי האט עס פאסירט.

למשל דיין ערשטע עקזעמפאל, איז פון חוקרים וואס האבן געלעבט מיט א טויזנט יאר שפעטער, שכל דארף ענדערש אננעמען א בריוו וואס איז געשריבן געווארן בשעת מעשה, ווי אן אקאונט וואס האט געפארשט די פאסירונג מיט א טויזנט יאר שפעטער.

און יא רוב ארכעאלאגן במשך די יארן האבן געוואלט אויסרייסן די מציאות אז אונז זענען די עלטסטע און לענגסט ציענדע אומה בקצוות תבל, די היינטיגע מוסלמענע ארכעאלאגן פרובירן עס נאך היינט צו טון, די קריסטליכע האבן שוין אויפגעגעבן ווייל די ראיה'ס זענען צו שטארק אויף אונזער זייט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 2, 2023 8:36 am

· #526942
אזא אשכול באלאנגט אין העמק דבר, אז נישט קען נאך רבינו הקדוש חס ושלום מגיב זיין און ס'וועט נישט טויגן 😛 הגם ארכיאלאגיע איז אינגאנצן נישט מיין עקספערטיז (מיין "עקספערטיז" איז מער אין "ביקורת ההלכה" ווי איך רוף דאס) אבער דאך האב איך אפאר הערות וואס איך האב אויפגעפיקט אין די קורצע תקופה וואס איך האב געמיינט אז ארכיאלאגיע איז רעלעוואנט... שנעל אריבערפירן...

שמן למאור » פרייטאג יוני 2, 2023 10:15 am

· #526950
דא אין די אשכול האט מען שוין אויסגעשמועסט די נושא אביסל, עס איז כדי צו ליינען די גאנצע 'אהין און צוריק' צו באקומען אביסל קלארקייט אינעם ענין.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=526500#p526500

איבער די פפירוס אפיוור וויל איך אהערברענגען די תגובות וואס איך האלט איז נוגע צום ענין.
שמן למאור
סקעפטיקער
קאסא גראנדע
שמן למאור
קאסא, בתוך הדברים דערמאנסטו אז עס איז דא ראיות וועגן א מכות דם און א חושך, איך האב דאס נישט באמערקט, אפשר צייכנסטו דאס צו?

דאס איז לדעתי די עיקר וואס מען דארף טרעפן, דהיינו ראיות פון די חלק הניסים (אלטע שריפטן וואס רעדן וועגן דעם, וכדומה) ווייל סתם צו ווייזן אז געוויסע זאכן פון די תורה שטימען מיט די ארכילאגיע און געשעענישן פון יענע תקופה מיינט נאך גארנישט, מען קען נאכאלץ זאגן אז דער שרייבער האט טאקע נישט אויסגעטראכט א מעשה פון סקרעטש, נאר ער האט עס געבעיסט אויף געוויסע היסטארישע פאסורונגען וואס האבן טאקע פאסירט. קען זיין אז געוויסע אידישע קנעכטן האבן טאקע געארבעט אין מצרים, עפעס א יוסף האט דארטן פארדינט כבוד, שפעטער האט מען גאמאכט א מרודה וכ' און אויף דעם ארויף האט דער שרייבער געבויעט א געשיכטעלע. דהיינו ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך פרטים זענען טאקע פארגעקומען, און דער שרייבער וואס האט געגרינדעט די רעליגיע האט טאקע אריינגעלייגט באוויסטע היסטארישע מעשיות, נאר די חלק פון די ניסים און געטליכקייט האט ער צוגעלייגט. (אזוי ווי טייל זאגן אויפן מבול, אז ס'איז פשוט געווען א שטיקל קלענערע פלאד, און עפעס א העארויאישן פאסטוך האט אפגעראטעוועט אפאר הינער און רינדער... און מיט די יארן האט די מעשה באקומען א בארד מיט אסאך פרישע פרטים...)

אויב זאלן מיר אבער האבן פרוף אויף די חלק הניסים וואלט דאס געווען א געוואונטשענע זאך.
https://m.youtube.com/watch?v=vL-OWz8Awm0 הייב אן ביי בערך זיבן און א האלב מינוט. וואטשן ביז סעקשן 9 און צעהן מכת חושך און פרויען סלעיווס גייען ארום מיט אלע טייערע זשולערי
איך האב שוין דערמאנט די איפוור פאפיראס, קודם ער מיסרעפרעזענט עס כאילו עס שטייט דארט "נאר" די זאכן וואס ער דערמאנט, אבער באמת איז עס א ליסט פון זייער אסאך זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט יציאת מצרים, דא קענסטו זעהן די גאנצע זאך. רוב זאכן זענען זייער טיפיקל זאכן אין די צייט פון א קאטאסטראפע ווען עס איז נישטא קיין שום הערשאפט, די איינציגסטע זאך וואס שטארט ארויס איז אז די טייך איז געווארן בלוט, דאס קען זיין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט פאסירט, אדער א מעטאפאר פאר א קאטאסטראפע אזויווי מ'טרעפט די אויסדרוק אין אנדערע פלעצער (זעה דא פעידזש 6-7), אדער האט דאס צו טוהן מיט די טויטע קערפער וואס געפינען זיך אין וואסער וואס ווערט דארט דערמאנט

איינע פון די פראבלעמען צו זאגן אז די איפוור פאפירוס האט מיט די מכות איז, אנטשאט צו דערמאנען אז אידן/קנעכט גייען ארויס פון מצרים, רעדט עס פון אריינדרינגער וואס קומען "אריין" אין מצרים, זעה אויך דא
ס'איז טאקע אינטערסאנט, די קריסטליכע טעאלאגן פון די ווידיאוס פיקן ארויס די פאר זאכן וואס עס שטימט אביסל מיט יציאת מצרים, און פארציילן אפילו נישט אז ס'איז פארהאן א גאנצע לאנגע מגילה וואס דער שרייבער רעדט צאם פון כל'ערליי זאכן.

מיר שטערט אזוי, אויב קומט דער שרייבער טאקע דא פארציילן די מעשה פון יציאת מצרים, דאן וואט די העל איז ער ביזי מיט נערישע לאנגע מגילות פון פיסטע פראזן מיט נאטורליכע קאטוסטראפעס, האלא! די יסודות פון מעשה בראשית האבן זיך דאך דא איבערגעקערט פאר וואכן לאנג לעין כול! גאנץ מצרים איז פאר א וואך צייט פול געווארן מיט פרעש! דאן איז פלוצלונג יעדער באדעקט געווארן מיט כנים! גאנצע דריי טפחים אויף די ערד... מיסטער... פארצייל עפעס... פליז... פארוואס דערמאנסטו נישט אז א גאנצע זו פון  אלע סארטן חיות פון אלע עקן וועלט זענען פלוצלונג אנגעקומען קיין מצרים? עס פאלט דיר נישט ביי אז האגל וואס האט פייער און וואסער אינאיינעם איז ווערד צו דערמאנען? אפשר דערמאן אז מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג אין א צוה ביי מכות חושך...? פליז... גארנישט פון די אלע זאכן איז דיר נישט געווען אינטערסאנט אפצושרייבן?

אקעי... מען וועט מוזן זאגן אז עכט האט ער עס יא פארשריבן, נאר די חלק איז פשוט פארלוירן געגאנגען... א שאד... איך קען אבער ניטאמאל פארשטיין פארוואס ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן ווען אן איינמאליגע איבערנאטורליכע צייט אפשניט פון לאנגע חדשים נעמט ארום גאנץ מצרים!!! און... ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן... ליפטיגע פראזן...
שמן למאור
קאסא גראנדע
שמן למאור
קאסא גראנדע
הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
דיין תירוץ אז דער שרייבער האט זיך דא געדארפט רעכענען מיט עפעס א צענזור איז נישט מסתבר. ער לייגט אראפ די מצב אז ס'איז עק וועלט פון אנפאנג ביזן סוף פונעם בריוו. עס זעט אויס ווי ער וויל דווקא יא ארויסברענגען די ריכטיגע מצב מיט אלע קאלירן. על צד מען נעמט אן אז דאס וואס ער שרייבט אז די וואסער איז געווארן בלוט מיינט כפשוטו און ס'איז נישט בלויז א מליצה (וואס דאס וויל מען דאך אננעמען אויב וויל מען עס ניצן פאר א פרוף) דאן וואס איז די סברה אז אזא מכה זאל מען אים יא לאזן שרייבן אבער ווען עס קומט צו צפרדע... דא שוין נישט...!!! איז דען מכת דם בעסער ווי ערוב... אז דאס זאל ער יא מעגן שרייבן און דאס נישט? כ'מיין אז ס'איז שווער אזוי צו זאגן.
אינטרעסאנט אז ער רעכנט אויס דוקא 5 מכות וועלעכע האבן געהאט די שווערסטע פינאעציעלע אפעקט און געברענגט די מערסטע הונגער און דארשט. דאס זענען דם.דבר. ברד. ארבה. און חושך. און צו דעם לייגט ער צו אז די קנעכט גייען מיט טייערע צירונג. וואס דאס ברענגט ארויס די מהפיכה, ווייל אויב דו קוקסט אריין אין היסטאריע פון קנעכט. א קנעכט האט נישט געטארט גיין מיט קיין זשולערי. און דא פלוצים איז געווארן א מהפיכה וואס ווייזט אז די מצרי מיטשעט זיך און די קנעכט איז גאר געווארן דער עושר וואס זייערע פרויען דרייען זיך ארום מיט צירונג. (וואס איז לכאורה טאקע געקומען פון נאטירליכע דיזעסטער? איינער קען אפשר מסביר זיין וועלעכע נעטוראל דיזעסטער מאכט די סיטיזענס ארים און די סלעיווס רייך?) וואס איז געקומען ווי חז"ל זאגן אז ביי מכת דם האבן אידן פארקויפט וואסער פאר אזעלעכע פרייזן אז מצרים איז געווארן ארים.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז שרייבן איז נישט געווען א זאך וואס יעדער איינער האט געקענט אזוי ווי היינט. עס איז געווען ספעציעלע שרייבער וואס זענען געניצט געווארן נאר פאר מלוכה עניינים אדער די חרטומים וואס פלעגן זיך געווענטליך דרייען ארום די מלוכה.
יעצט. דער שרייבער פון דעם בריוו האט געמוזט זיין ערגעץ ארום די פאלאץ און דאס איז געווען א בריוו מיט א געוויסע ציהל ער האט עס נישט געשריבן (צו דיר אדער צו מיר) צו זיין קאזין אין כוש אדער צו זיין מאמע אין אנדערע עק לאנד... סאו זאג די מיר ביטע וואס איז געווען די ציהל פון די פאפירוס? און פארוואס זאל ער אויסרעכענען אלעס. איינער אין פרעה'ס פאלאץ ווייסט דען נישט אז עס זענען אויך געווען נאך מכות? נאר זיין צ'יל איז זיכער געווען עקאנאמיע. עסן. טרינקן. די פיוטשער פון דאס לאנד. (פרעה האט דאך געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט שוין קעיר נעמען פון די עברים און פון דעם משה ואהרן) און די מצריים האבן געשריגן (געשריבן) הטרם תדע כי אבדה הארץ. עס שטייט נישט אין פסוק אז זיי האבן אויסגערעכנט פאר פרעה אז עס איז געווען כינים מיט ערוב אדער א צפרדע. נאר אז אונז האבן אלעס פארלוירן.
אדרבה, איך זעה אין די בריוו א שטארקע צושטעל צו די פסוקים.
דו האסט א אנדערע סיבה פארוואס ער האט געשריבן דעם פאפירוס און פארוואס ער וואלט געדארפט שרייבן אלעס?
נעם אין אכט עס איז נאך זיכער געווען פאר מכת בכורות. אפשר גאר האט ער עס געשריבן פסח ביינאכט פאר חצות און היות ער איז געווען א בכור איז ער געשטארבן אינמיטן שרייבן הארט איידערן קענען אפשרייבן די איבעריגע 4 מכות 😂
קודם כל, צו זאגן אז ער רעכנט אויס 5 מכות איז א פשוטע ספין, חוץ פון דם און חושך רעכנט ער גארנישט אויס. מען קען דרייען און פארטייטשן אז די מאנגל אין עסן און געוואוקסן קומט פון דעם, אבער קלאר שטייט עס נישט. חוץ פון צוויי מכות רעכנט ער נישט אויס קיין אנדערע מכות אין זיין גאנצע לאנגע מגילה.

וראה זה פלה, פינקט די צוויי מכות וואס קען מיינען א מליצה פאר דיזעסטער, נאר דאס דערמאנט ער. די וואסער איז בלוט קען געהעריג מיינען אז אזוי פיל גופים זענען דארטן באגראבן געווארן (ווי ער זאגט אליין אינעם בריוו) אז ס'איז ממש געווארן בלוט, און טינקל קען פשוט מיינען א שווארצקייט, א דעפרעסטקייט. ער דערמאנט אז עס פעלט תבואה אבער די וואונדערליכע האר אויפשטעלנדע סארס פון די מכה פארציילט ער נישט... ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן מאדנע מחנות פון היישעריקן אדער אז אין מצרים ווי עס רעגנט ניטאמאל איז פלוצלונג געקומען א מאדנע -שלא כדרך הטבע'דיגע- האגל, וואס דאס איז די סיבה פארוואס עס פעלט עסן... העיקר חסר מן הספר.

ווי געשריבן איז צירונגען אויף קנעכט נישט קיין ראיה, ווייל עס איז מעגליך אז די בייבל איז טאקע געבעיסט אויף פארשידענע געשעענישן וואס האבן באמת פארגעקומען, כאטש אין טייל. ווילסט וויסן וועלכע נאטורליכע דיזעסטערס מאכן די ארומע רייך און די רייכע ארעם? עס הייסט מלחמה... אויפשטאנד... טאקע נישט ממש נאטורליך, אבער אין היסטאריע איז דאס פארגעקומען זייער אפט. עס זענען געקומען -ווי די בריוו צייגן אן 'אריינדרינגער' פיינט פון אנדערע שטעט און חרוב געמאכט מצרים, פארברענגט די עסן זאפאסן, גע'רצח'ט מענטשן און זיי אריינגעשליידערט אין די טייך, און גע'הרג'עט די בהמות און באפרייט זייער קנעכט... און גאר געגעבן פאר די קנעכט די צירונג פון די רייכע... גארנישט עפעס אזוי אויסערארנטלעך פאר אמאליגע צייטן.

כ'מיין אז דו האסט נאר געקוקט די ווידיאו און נישט געליינט די גאנצע בריוו, ווייל אז דו וועסט קוקן וועסטו זען אז ער איז בכלל נישט דא דווקא צו רעדן צו פינאנציעלע פראבלעמען... ער רעדט פון אלעס. דו אליין ווילסט ניצן חושך כפשוטו, דו ווילסט זאגן אז דאס וואס ער שרייבט אז ס'איז געווארן טינקל אין מצרים מיינט ממש די חושך פון די פסוק, הגם דאס איז נישט ממש עפעס וואס האט מיט פינאנציעלע זאכן. אבער אפילו דו ווילסט דווקא אריינטייטשן אז טינקל פאר א וואך שטערט כאטש די פינאנציעלע טאש פאר דעם צייט אפשניט, האט ער אבער אויסגעלאזט די עיקר חלק וואס וואלט אפגעהאלטן פראדוקציע, און דאס איז די חלק ווי מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג... דאס דערמאנט ער נישט...

אגב די זאך וואס וואלט די 'מערסטע' געשטערט די אקאנאמיע און דאס איז אז 'אלע' בהימות זענען געשטארבן ביי דבר... דאס דערמאנט ער נישט...
כ'וויל אויך דא אהערשטעלן די ווידיאו וואס איז אויך וויכטיג כדי צו קענען פארשטיין וואס גייט דא פאר.

סקעפטיקער » פרייטאג יוני 2, 2023 2:23 pm

· #526978
@קאסא גראנדע דו האסט א מיסקאנסעפשאן איבער די גאנצע נושא, קיין איין חוקר האלט נישט אז די היסטאריע פון די תורה איז אויסגעזויגן פון פינגער פון אנהייב ביזן סוף, זיי קריגן זיך נאר וויפיל דערפון איז אמת און וויפיל איז נישט. נעם למשל הורודוטוס - וואס ווערט פאררעכנט אלס די פאטער פון היסטאריע - זיין היסטאריע איז געמישט פעקט און פיקשאן צוזאמען, די געטער פון אלע פעלקער זענען א חלק פון די מעשה און זיי טוען פארשידענע זאכן, יעדער פארשטייט אז דאס איז איז דמיון וואס איז צוגעוואקסן במשך די יארן. און חוץ מזה איז דא גאר אסאך קריטיק אויף הורודוטוס, און גאר אסאך זאכן וואס ער שרייבט זענען קאמפליטלי ווראנג, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט אלעס אויסגעזויגן פון פינגער, זייער זייער אסאך זאכן וואס הורודוטוס שרייבט זענען באשטעטיגט געווארן דורך ארכאלאגיע. קען מען דאס נוצן פאר א ראי' אז אלעס וואס הורודוטוס זאגט איז אמת? בכלל נישט, געוויסע זאכן האט ער גוט געוואוסט און געוויסע נישט.

די תורה לויט די חוקרים איז די זעלבע זאך, עס איז אמת אז עס איז דא אזעלכע (ווי פינקלשטיין) וואס האלטן אז פון העכער דוד ושלמה איז אלעס כמעט אויסגעזויגן פון פינגער, האלטן אבער אסאך חוקרים אז די אלע זאכן זענען האלבוועגס געבויעט אויף היסטארישע פאקטן, ממילא איז בכלל נישט קיין ראי' פון דאס וואס מ'טרעפט געוויסע זאכן וואס שטימען אז די תורה איז "אקוראטע" היסטאריע, עס קען נאכאלס זיין גענוג זאכן וואס שטימען נישט. אפגערעדט פו די שפעטערע צייטן נאך דויד ושלמה וואס דארט זענען באמת דא אסאך ארכאלאגישע געפינסן און קיינער זאגט נישט אז נ"ך גיבט נישט א בערכ'דיגע בילד פון היסטאריע

לדוגמא, דער דעויד ראול וואס דו ברענגסט אגאנצן צייט וואס האלט אז יציאת מצרים האט פאסירט, האלט אבער אז די נומער פון 600K אידן ארויס פון מצרים איז א טעות, עס איז אומממעגליך אז אזא מספר האט עקזיסטירט און ארויס פון מצרים, ער האלט אז די ווארט "אלף" האט לכתחילה געמיינט א "גרופע" אזויווי "אלופי עשיו" און איז ערגעץ ווי נישט געווארן גוט פארטייטשט. פארשטייט זיך אז דאס הייבט נישט אן צו שטימען מיט די סך הכל מספר וואס די תורה גיבט אן (זעה דא) אבער ער האלט נישט אז די תורה איז "אקוראטע" היסטאריע פונקט ווי אנדערע היסטאריע ביכער זענען נישט אייביג אקוראט. איך האב אמאל געהערט אן אויסדרוק (נישט באשטעטיגט) אז קיין איין ערנסטע עגיפטאלעגיסט האלט נישט אז די תורה איז אן אקוראטע דעסקריפציע פון היסטאריע.

נאכמער ווי דעם, למשל די מזבח אין הר עיבל וואס דו ברענגסט, וואס מיר קוקט טאקע אויס אז דאס איז די מזבח וואס ווערט דערמאנט אז יהושע האט געבויעט אין הר עיבל, איז אבער נאכאלס נישט מוכרח אז אין דעם פרט איז דאס יא אקוראטע היסטאריע. עס קען זייער מעגליך זיין אז עס איז געווען אן אלטער מזבח אין הר עיבל און מען האט געוואוסט אז עס איז אמאל געווען א פארהייליגטע פלאץ, און ערגעצוואו במשך השנים איז געווארן אגענומען - מעגליך דורך איינעם'ס השערה וואס איז שפעטער געווארן א פאקט - אז דאס איז א מזבח וואס יהושע האט געבויעט, און ווען ספר יהושע איז געשריבן געווארן איז דאס שוין געווען די פאקט (פארשטייט זיך עס ווענד זיך אסאך ווען ספר יהושע איז געשריבן געווארן ואכ"מ), כעין וואס דער מזייף פון ירושלמי קדשים האט אריינגערוקט פריערדיגע זאכן וואס איז געווארן צוגעברענגט אלס א ירושלמי אין זיין חיבור

איינמאל דו פארשטייסט די געדאנק וועסטו זעהן אז ממש קיין איינע פון די זאכן וואס דו ברענגסט זענען נישט קיין ראי', און לאמיר עס צונעמען איינס ביי איינס

1) די איפוור פאפירוס האט מען שוין גערעדט אז מ'דארף זיין זייער סעלעקטיוו צו זעהן דארט די צען מכות.
2) די ברוקלין פאפירוס ווייזט סך הכל אז "סעמיטישע" קנעכט מיט נעמען וואס איז שפעטער געווען ביי אידן (וואס זענען אויך סעמיטיש) זענען געווען אין מצרים. נניח אז דאס ווייזט אויף עפעס, קען מען פון דעם בויען אז די תורה איז אקוראטע היסטאריע? קומט דאס צו נאנט צו די מספרים וואס מ'רעדט? קענען די יארן שטימען? חוקרים האלטן נישט אזוי, און אפילו אויב דו ווילסט דאס יא מקשר זיין קען מען זאגן אז אפאר סעמיטישע קנעכט וואס זענען אנטלפאן פון מצרים און זיך אויסגעמישט/געווארן די אידן זענען געווען די השראה פאר אזא מעשה
3) די מזבח פון יהושע האב איך פריער דערמאנט
4) די מכלומר'שטע קמיע איז רב הדמיון על האמת ווי צוגעצייכנט דא
5) אויף די עגיפטישע scarab אין שילה האב איך נישט געקענט טרעפן גענוג דיטעילס צו קענען זעהן אויב דאס ווייזט עפעס, אין וויקיפידע שטייט אז דאס טרעפט מען אסאך אין ארומיגע געגנטער, מ'דארף פארשטייט זיך וויסן די דאטום דערפון וכדו'
6) די מציבת ישראל זאגט גארנישט מער ווי דאס אז א פאלק ישראל איז געווען אין כנען אין די צייטן פונעם פרעה מרנפתח
7) די מציבת מישע מלך מואב באשטעטיגט טאקע היסטארישע פרטים פון תקופת המלכים
8) די חותם יחזקיהו טוט באשטעטיגן די עקזיסטענץ פון יחזקיהו און זיין מלוכה, אזאך וואס האט אסאך ארכאלאגישע באווייזן און אומלייקנבאר, און די זעלבע איז מיט די חותם פון ישעיה
9) די יהויכין טאבלעט באשטעטיגט וואס שטייט אין נ"ך אז נבובדנצר האט אים געגעבן עסן פאר זיך און זיינע קינדער

אויב איך האב עפעס אויסגעלאזט וועט עס נאכפאלגן

קאסא גראנדע » פרייטאג יוני 2, 2023 2:54 pm

· #526982
קאסא גראנדע
איך פראביר צוזאמנעמען אלע ארכיאולוגישע געפינסן, און נאך אלע הנחות וואס די ארכילאגן האבן מחליט געווען אז דער און דער אדער דאס און דאס פון די תורה. דארף מען אבער זעהן צו עס איז טאקע דאס ווייל לויט די זעלבע ארכילאגן זענען די דאטום'ס פון די תורה נישט ריכטיג סאו המלאי צו זאגן אז דאס איז דאס וואס זיי זאגן און אויב איז עס זיכער יא סאו דאן איז די תורה יא ריכטיגע היסטאריע אויף וואס מען קען זיך פארלאזן דאן וויאזוי מאכט מען עס שטימען מיט די יארן קעגן די הנחה פון די תורה? און די זעלבע פארוואס איז די אנדערענס היסטארישע בוך א שטערקערע ראיה פון די תורה'ס? אויך דארף מען זעהן וועלעכע פון די אלע געפינסן זענען א ראיה צו וועלעכע תקופה עס איז זיכער אז כלל ישראל האט שוין עקזיסטירט, געוואוינט אין ארץ ישראל און / אדער געהאט די תורה און וועלעכע התנהגות זיי האבן זיך געפירט? ווי עס שיינט מיר ביז היינט אז אלע חוקרים כאחד זענען פותח על שתי סעיפים. ווען עס פירט זיי צו זייערע אזשענדע צו זאגן אז עפעס האט נישט מיט די תורה וועלן זיי ניצן יעדע תירוץ צו פררדרייען אלעס אבי צו ווייזן אז דאס האט נישט מיט די תורה און ווען מען טרעפט שוין עפעס וואס האט קלאר יא מיט די תורה פארוואסער'ט מען עס אזוי כאילו עס זאגט גארנישט צו אריינקוקן דערין. אדרבה זאל די עולם זעהן אלע זאכן און מחליט זיין צו עס איז קראנט, צו עס אנבאלאנגט די תורה היסטארי און צו עס בעווייזט עפעס.

איך וועל פראבירן צו גיין מיט א שטיקל סדר פון מצרים. כניסה לארץ. מלכים. בבל ופרס. און סתם אידן אין ארץ ישראל דורכאויס די תקופות.

מציבת מישע מלך מואב ווי ער שרייבט די מעשה פון תנ"ך אז ער איז געווען אינטערטעניגט אינטער משפחת עמרי (אחאב בן עמרי) מלך ישראל און נאך אסאך יארן האט ער זיך אויסגעדרייט אז ער האט איינגענומען טיילו פון די אידישע מלוכה אזוי ווי עס שטייט אין תנ"ך אפילו די נאמען פון זיין עבודה זרה איז די זעלבע
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%99%D7%A9%D7%A2

עס ווערט שוין שפעט איך וועל בס"ד ברענגן נאך
לגבי מציבת מישע מלך מואב איז דא א אינטרעסאנטע דעבאטע צו ביים סוף איז דארט דערמאנט מלכות בית דוד אדער גאר בלק בן ציפור. די תוצאות זענען זיכער אנדערש איינע פון די אנדערע. אבער הצד השווה שבהם אז ביידע ווערסיעס זענען מאשר תורה'דיגע היסטאריע. וואס האלט די עולם וואס שטימט בעסער אריין דא? און פארוואס וויל איינער זאגן אנדערש? https://travel.walla.co.il/item/3240796

סטאטוא פון סנחריב מלך אשור ווי ער באשרייבט זיינע מלחמות און נצחונות שטימען מיט די פסוקים זעהט דא https://youtu.be/TX7dGh1CI0Q
https://youtu.be/aZPqhYCS4Go
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sennacherib%27s_Annals
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Lachish_reliefs

איבערבלייבענישן פון די צוגעלייגטע חומה פון חזקיה המלך איידער סנחריב איז געקומען צו ירושלים https://youtu.be/7csJFaOvjUQ

שיינע קליפ פון די אויפטוהן פון עזרא הסופר פארוואס אידן האבן געקענט ליינען און שרייבן ווען אין די גוי'שע וועלט ביז 150 יאר צוריק בערך האט נאר איינער פון 10 געקענט ליינען https://youtu.be/lenBmFpo-Sk

געטראפן א ברכת כהנים אין א קבורת בית כהנים פון זמן בית ראשון. איז דאס א אריה צו אפפרעגן די טעאריע אז עזרא האט געשריבן די תורה פון זיך? https://youtu.be/XmOIuvjdV-4

נאך שבת וועל איך צולייגן נאך בס"ד

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יוני 2, 2023 3:40 pm

· #526988
רביה''ק זי''ע
אזא אשכול באלאנגט אין העמק דבר, אז נישט קען נאך רבינו הקדוש חס ושלום מגיב זיין און ס'וועט נישט טויגן 😛 הגם ארכיאלאגיע איז אינגאנצן נישט מיין עקספערטיז (מיין "עקספערטיז" איז מער אין "ביקורת ההלכה" ווי איך רוף דאס) אבער דאך האב איך אפאר הערות וואס איך האב אויפגעפיקט אין די קורצע תקופה וואס איך האב געמיינט אז ארכיאלאגיע איז רעלעוואנט... שנעל אריבערפירן...
נע, כ׳גלייב נישט אז דער רבי האט טאקע מורא צו שרייבן דא ווי ס׳איז...
כ׳וואלט ענדערש אריינגעלערנט פשט, אז דער רבי וויל מאכן זיכער אז אידן גלייבן ווייטער מיט אמונה פשוטה, לויטער, ריינע אמונה אָן קיין הוכחות... 😉

וכידוע ווי דער הייליגער בעש״ט האט זיך געבענקט צו די צייטן פאר ער האט משיג געווען די השגות, ווייל דאן איז זיין עבודה געווען בבחינת אמונה פשוטה...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 2, 2023 3:48 pm

· #526990
ועיין בחתימתי 😉

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג יוני 2, 2023 4:16 pm

· #527000
רביה''ק זי''ע
ועיין בחתימתי 😉
׳וואס׳ האט ׳ווער׳ געמיינט? שטייט דאך שוין ׳תן לחכם ויחכם עוד...׳.
אגב; סתם פאר אינטערסאנקייט, כ׳זע ווי דו באהאלסט רזי דרזין אין דיינע חתימות לעצטענס... 😛 איז די חלק החתימה עקסקלודעד פון ק״ש׳ס תקנות? 😉

קאסא גראנדע » זונטאג יוני 4, 2023 7:44 pm

· #527131
קאסא גראנדע
קאסא גראנדע
איך פראביר צוזאמנעמען אלע ארכיאולוגישע געפינסן, און נאך אלע הנחות וואס די ארכילאגן האבן מחליט געווען אז דער און דער אדער דאס און דאס פון די תורה. דארף מען אבער זעהן צו עס איז טאקע דאס ווייל לויט די זעלבע ארכילאגן זענען די דאטום'ס פון די תורה נישט ריכטיג סאו המלאי צו זאגן אז דאס איז דאס וואס זיי זאגן און אויב איז עס זיכער יא סאו דאן איז די תורה יא ריכטיגע היסטאריע אויף וואס מען קען זיך פארלאזן דאן וויאזוי מאכט מען עס שטימען מיט די יארן קעגן די הנחה פון די תורה? און די זעלבע פארוואס איז די אנדערענס היסטארישע בוך א שטערקערע ראיה פון די תורה'ס? אויך דארף מען זעהן וועלעכע פון די אלע געפינסן זענען א ראיה צו וועלעכע תקופה עס איז זיכער אז כלל ישראל האט שוין עקזיסטירט, געוואוינט אין ארץ ישראל און / אדער געהאט די תורה און וועלעכע התנהגות זיי האבן זיך געפירט? ווי עס שיינט מיר ביז היינט אז אלע חוקרים כאחד זענען פותח על שתי סעיפים. ווען עס פירט זיי צו זייערע אזשענדע צו זאגן אז עפעס האט נישט מיט די תורה וועלן זיי ניצן יעדע תירוץ צו פררדרייען אלעס אבי צו ווייזן אז דאס האט נישט מיט די תורה און ווען מען טרעפט שוין עפעס וואס האט קלאר יא מיט די תורה פארוואסער'ט מען עס אזוי כאילו עס זאגט גארנישט צו אריינקוקן דערין. אדרבה זאל די עולם זעהן אלע זאכן און מחליט זיין צו עס איז קראנט, צו עס אנבאלאנגט די תורה היסטארי און צו עס בעווייזט עפעס.

איך וועל פראבירן צו גיין מיט א שטיקל סדר פון מצרים. כניסה לארץ. מלכים. בבל ופרס. און סתם אידן אין ארץ ישראל דורכאויס די תקופות.

מציבת מישע מלך מואב ווי ער שרייבט די מעשה פון תנ"ך אז ער איז געווען אינטערטעניגט אינטער משפחת עמרי (אחאב בן עמרי) מלך ישראל און נאך אסאך יארן האט ער זיך אויסגעדרייט אז ער האט איינגענומען טיילו פון די אידישע מלוכה אזוי ווי עס שטייט אין תנ"ך אפילו די נאמען פון זיין עבודה זרה איז די זעלבע
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%99%D7%A9%D7%A2

עס ווערט שוין שפעט איך וועל בס"ד ברענגן נאך
לגבי מציבת מישע מלך מואב איז דא א אינטרעסאנטע דעבאטע צו ביים סוף איז דארט דערמאנט מלכות בית דוד אדער גאר בלק בן ציפור. די תוצאות זענען זיכער אנדערש איינע פון די אנדערע. אבער הצד השווה שבהם אז ביידע ווערסיעס זענען מאשר תורה'דיגע היסטאריע. וואס האלט די עולם וואס שטימט בעסער אריין דא? און פארוואס וויל איינער זאגן אנדערש? https://travel.walla.co.il/item/3240796

סטאטוא פון סנחריב מלך אשור ווי ער באשרייבט זיינע מלחמות און נצחונות שטימען מיט די פסוקים זעהט דא https://youtu.be/TX7dGh1CI0Q
https://youtu.be/aZPqhYCS4Go
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sennacherib%27s_Annals
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Lachish_reliefs

איבערבלייבענישן פון די צוגעלייגטע חומה פון חזקיה המלך איידער סנחריב איז געקומען צו ירושלים https://youtu.be/7csJFaOvjUQ

שיינע קליפ פון די אויפטוהן פון עזרא הסופר פארוואס אידן האבן געקענט ליינען און שרייבן ווען אין די גוי'שע וועלט ביז 150 יאר צוריק בערך האט נאר איינער פון 10 געקענט ליינען https://youtu.be/lenBmFpo-Sk

געטראפן א ברכת כהנים אין א קבורת בית כהנים פון זמן בית ראשון. איז דאס א אריה צו אפפרעגן די טעאריע אז עזרא האט געשריבן די תורה פון זיך? https://youtu.be/XmOIuvjdV-4

נאך שבת וועל איך צולייגן נאך בס"ד
א פריסם פון אסר חדון מלך אשור (זוהן פון סנחריב שבלבל העולם) ליגט היינט אין מוזעאום אין לאנדאן. ווי ער דערציילט די מעשה וואס שטיין אין מלכים ב' פרק כ' פסוק ל"ו און ל"ז די מעשה טייטס מיט אלע דעטאלן איבער די אסענעישען פון סנחריב דורך זיינע צוויי קינדער אין די שטאט נינוה אין זיין טעמפעל פון די עבודה זרה נסרוך. און אז די קינדער זענען אנטלאפן קיין אררט און אז די זוהן אסר חדון האט איבערגענומען די מלוכה. די גאנצע מעשה מיט אלע דעטאלן שרייבט די זוהן וואס האט איבערגענומען אסר חדון.
אויך איז דא אין די מוזעאום 2 אנדערע שטיינער ווי די זעלבע קעניג באשרייבט זיינע פעולות און צווישן דערמאנט ער אז ער האט ארויפגעלייגט אויף 22 קעניגן פון די געגענט פון די חיתיים צו צושטעלן אסאך מאטריאל צו בויען זיין פאלאץ אין נינוה, צווישן די מלכים טרעפט מען צוויי מאל די נאמען מנשה די קעניג פון יהודה. וואס דאס איז נאך א היסטארישע דיטעיל וואס שטימט מיט תנ"ך (דברי הימים ב' פרק ל"ג פסוק י"א) וואס שרייבט אז די באשעפער האט איבערגעגעבן מנשה המלך ביד מלך אשור.
אויך איז דא א זיגעל וואס זעהט אויס ווי די זיגעל פון מנשה המלך אלץ קרוין פרינץ (עמיר לאזן דעם עולם דעבאטירן די זיגעל אזוי ווי אלע אנדע געפינסן)
https://biblearchaeologyreport.com/2021/02/12/king-manasseh-an-archaeological-biography/

איבערבלייבענישן פון א גרויסע געביידע אין ירושלים ווי מען האט געפינען פילע קאנזערוון פארזיגלט מיט די אויתית "למלך". לויט אלע באווייזן זעהט עס אויב צו שטאמען מתקופת חזקיה און מנשה מלכי יהודה ווי אויך זעהט מען דארט נאך אנדערע זאגן וואס זעהן אויס היסטאריש ווי אידישע נעמען און נאך
https://lukechandler.wordpress.com/2020/07/22/govt-complex-from-time-of-hezekiah-manasseh-discovered-near-us-embassy-in-jerusalem/

א גאר וויכטיגע שטיקל היסטאריע ווערט גערופן "כתובת תל דן" איז געטראפן אויף א טאבלעט פון חזאל מלך ארם (בן הדד) ווי ער באשרייבט די מעשה פון מלכים ב' פרק ט' ווי חזאל שרייבט איבער יורם בן אחאב און אחזיהו (בן יהורם) און ער רופט אים אן ארויסשרייבענדיג "פון מלכות בית דוד" ווי אויך דערמאנט ער ווייטער איבער יהוא מלך ישראל
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9B%D7%AA%D7%95%D7%91%D7%AA_%D7%AA%D7%9C_%D7%93%D7%9F

סקעפטיקער » זונטאג יוני 4, 2023 9:21 pm

· #527148
די אלע ארכאלאגישע געפינסן פון תקופת המלכים זענען Straw man arguments

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 7, 2023 12:09 am

· #527489
סקעפטיקער
די אלע ארכאלאגישע געפינסן פון תקופת המלכים זענען Straw man arguments
זיי מסביר פארוואס?

סקעפטיקער » מיטוואך יוני 7, 2023 10:35 am

· #527531
רביה''ק זי''ע
סקעפטיקער
די אלע ארכאלאגישע געפינסן פון תקופת המלכים זענען Straw man arguments
זיי מסביר פארוואס?
ווייל קיינער לייקנט עס נישט, און עס ווייזט גארנישט אויף די קראנטקייט פון היסטאריע ווען עס קומט צו פריערדיגע צייטן

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 11:51 am

· #527539
סקעפטיקער
רביה''ק זי''ע
סקעפטיקער
די אלע ארכאלאגישע געפינסן פון תקופת המלכים זענען Straw man arguments
זיי מסביר פארוואס?
ווייל קיינער לייקנט עס נישט, און עס ווייזט גארנישט אויף די קראנטקייט פון היסטאריע ווען עס קומט צו פריערדיגע צייטן
איז שלמה און דוד המלך אין זיין צייט א וועריפייד פאקט?

סקעפטיקער » מיטוואך יוני 7, 2023 11:55 am

· #527540
הקטן
איז שלמה און דוד המלך אין זיין צייט א וועריפייד פאקט?
נישט אינגאנצן אבער קרוב לודאי, בפרט דוד המלך, אויב רעדסטו פון די "פונקטליכע צייט" דאן איז דאס נישט קלאר, אזוי אויך די פרטים ארום און ארום

שמן למאור » מיטוואך יוני 7, 2023 2:35 pm

· #527560
סקעפטיקער
הקטן
איז שלמה און דוד המלך אין זיין צייט א וועריפייד פאקט?
נישט אינגאנצן אבער קרוב לודאי, בפרט דוד המלך, אויב רעדסטו פון די "פונקטליכע צייט" דאן איז דאס נישט קלאר, אזוי אויך די פרטים ארום און ארום
אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא, ווייל דאכצעך מיר אז אסאך חוקרים לייקענען יא די גאנצע עגזיסטענץ פון דוד און שלמה המלך.

לויט די חוקרים וועמען דו זאגסט נאך פון, וואס טוט זיך מיט די תורה? איז די חמשה חומשי תורה שוין געווען אראפגעשריבן אין זייער צייט? תהלים קומט יא פון דוד?

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 3:16 pm

· #527562
סקעפטיקער
הקטן
איז שלמה און דוד המלך אין זיין צייט א וועריפייד פאקט?
נישט אינגאנצן אבער קרוב לודאי, בפרט דוד המלך, אויב רעדסטו פון די "פונקטליכע צייט" דאן איז דאס נישט קלאר, אזוי אויך די פרטים ארום און ארום
ווען האט זיך דאס געטוישט?

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 3:23 pm

· #527563
שמן למאור
סקעפטיקער
הקטן
איז שלמה און דוד המלך אין זיין צייט א וועריפייד פאקט?
נישט אינגאנצן אבער קרוב לודאי, בפרט דוד המלך, אויב רעדסטו פון די "פונקטליכע צייט" דאן איז דאס נישט קלאר, אזוי אויך די פרטים ארום און ארום
אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא, ווייל דאכצעך מיר אז אסאך חוקרים לייקענען יא די גאנצע עגזיסטענץ פון דוד און שלמה המלך.

לויט די חוקרים וועמען דו זאגסט נאך פון...
תהלים קומט יא פון דוד?
וואו אזוי קענען די חוקרים האלטן דאס תהלים קימט פין דוד המלך בשעת זיי קענען נישט האלטן פין רוה"ק???

שמן למאור » מיטוואך יוני 7, 2023 5:29 pm

· #527566

איך פארשטיי נישט דיין שאלה. וואס האט הודו מיט קוש?

מען קען שרייבן א שיינע ספר מיט פאעטישע לויב רייד און געבעטן אויך אן קיין רוה"ק.

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 7, 2023 6:00 pm

· #527568
סקעפטיקער
רביה''ק זי''ע
סקעפטיקער
די אלע ארכאלאגישע געפינסן פון תקופת המלכים זענען Straw man arguments
זיי מסביר פארוואס?
ווייל קיינער לייקנט עס נישט, און עס ווייזט גארנישט אויף די קראנטקייט פון היסטאריע ווען עס קומט צו פריערדיגע צייטן
וואס מאכט דיך טראכטן אז איינער קומט דא עפעס אויפצואווייזן? לשטותם קען דאך ארכיאלאגיע גארנישט אויפווייזן סייווי ווייל זיי טרעפן זאכן וואס זענען צענדליגער טויזענטער און מילליאנען יארן אלט א.ד.ג., ס'איז סתם פאר די אינטערעסאנקייט, אזוי פארשטיי איך.

מי אני » מיטוואך יוני 7, 2023 6:12 pm

· #527569
פון וויקיפּידיע אויף דוד: 📎 דוד.jpg דר. דזשעימס קוגל שרייבט אויך:
Whatever he may eventually have become, many scholars believe that David was, at the start of his political career, little more than a ruthless gang leader. He went around extorting money and goods at swordpoint from his fellow citizens (such as Nabal, 1 Samuel 25) in order to pay for his increasingly large entourage of fighters. Sometimes he and his men battled against the Philistines, but sometimes he also fought as a Philistine mercenary against his fellow Judahites (1 Samuel 27); apparently, whoever paid the piper called the tune. Eventually David’s guerrilla band became so powerful that it threatened Saul’s very hold over his own kingdom. That, scholars say, may be what lies behind the “evil spirit from the LORD” that afflicted Saul — not paranoid delusions but a well-founded fear of being pushed aside

However unflattering this picture of David may seem to traditional readers of the Bible, a new portrait has emerged among “minimalist” historians over the last two decades, and it is, if possible, even less flattering. The biblical portrait of David, they say, is an invention almost from start to finish. He never created the mighty kingdom the Bible attributes to him, nor, for that matter, did his son Solomon inherit and expand such an empire. In fact, there may never have been a David, and if there was, he was altogether small potatoes, the head of a tiny outpost in the Judean hills whose alleged reign hardly left a trace in the territories he is said to have ruled or conquered
ער ענדיגט אבער צו:
Perhaps the strongest argument for the account’s closeness to the historical David (though the argument is hardly unequivocal) is a literary one. The biblical portrait of David seems uncannily consistent: nearly everything that he is said to have done seems to fit pretty well with everything else. The David who emerges from this narrative is striking in another way as well: it would be no exaggeration, I think, to describe him as the most vigorous, realistic, and in some ways the most human of all the Bible’s heroes. If Moses and Isaiah and Jeremiah scale the vertical axis of human existence, the one that leads from earth to heaven, David, by contrast, spans a good part of the horizontal one. The Bible certainly does not idealize him, but he is all the more appealing for that. No bit of human hope and despair, bravura and foolishness and bitter melancholy, smoldering hatred and deepest love, is foreign to him. True, a great novelist or playwright could create such a person out of whole cloth, but one might find it appealing to turn that argument on its head. David may be the Bible’s best character because he is no character at all
לגבי ספר תהלים ברענגט ער צו די שיטה פון הערמאן גונקעל, וועלכע האט גע'טענה'ט אז דאס סעטינג אין "זיץ אין לעבן" פון א גרויס חלק מזמורים צייגן אז זיי זענען נתחבר געווארן בזמן הבית ע"י כהנים ולויים. דר. מארק צבי בּרעטלער און דר. אדעל בּערלין שרייבן דערוועגן: 📎 Psalms.jpg ועיין בב"ב יד: ועיין במה שהבאתי מהרנ״ק בזה.

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 6:47 pm

· #527570
.

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 6:49 pm

· #527571
שמן למאור
לויט די חוקרים וועמען דו זאגסט נאך פון...
תהלים קומט יא פון דוד?
הקטן
וואו אזוי קענען די חוקרים האלטן דאס תהלים קימט פין דוד המלך בשעת זיי קענען נישט האלטן פין רוה"ק???
שמן למאור
איך פארשטיי נישט דיין שאלה. וואס האט הודו מיט קוש?
מען קען שרייבן א שיינע ספר מיט פאעטישע לויב רייד און געבעטן אויך אן קיין רוה"ק.
עיין אבן עזרא בהקדמה לספר תהילים

סקעפטיקער » מיטוואך יוני 7, 2023 7:58 pm

· #527588
שמן למאור
סקעפטיקער
הקטן
איז שלמה און דוד המלך אין זיין צייט א וועריפייד פאקט?
נישט אינגאנצן אבער קרוב לודאי, בפרט דוד המלך, אויב רעדסטו פון די "פונקטליכע צייט" דאן איז דאס נישט קלאר, אזוי אויך די פרטים ארום און ארום
אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא, ווייל דאכצעך מיר אז אסאך חוקרים לייקענען יא די גאנצע עגזיסטענץ פון דוד און שלמה המלך.

לויט די חוקרים וועמען דו זאגסט נאך פון, וואס טוט זיך מיט די תורה? איז די חמשה חומשי תורה שוין געווען אראפגעשריבן אין זייער צייט? תהלים קומט יא פון דוד?
כמעט קיינער לייקנט נישט היינט די עקזיסטענץ פון דוד, עטליכע אינסקריפשאן'ס פון די תקופת המלכים שרייבן "בית דוד" אויף די מלכים (הגם עס זענען דא מפקפקים) אבער וואס ווען און וויאזוי איז וואס מ'דיגנט זיך ארום. חמשה חומשי תורה איז לויט כמעט אלע חוקרים נאכנישט געווען דעמאלטס אפגעשריבן. און עס איז בכלל נישט קלאר אפילו פון אן ארטאדאקסישן שטאנדפונקט אז דוד האט מחבר געווען גאנץ תהלים (זעה דא, לויטן מדרש איז עזרא פון די עשרה זקנים, ועיין אבע"ז בהקדמה), אפגערעדט פון א חוקר'ישע שטאנדפונקט

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 7, 2023 8:05 pm

· #527590
סקעפטיקער
כמעט קיינער לייקנט נישט היינט די עקזיסטענץ פון דוד, עטליכע אינסקריפשאן'ס פון די תקופת המלכים שרייבן "בית דוד" אויף די מלכים
דאס אז זיי האבן זיך מתייחס געוועהן נאך דוד מיינט נאכנישט אז אזא מענטש האט טאקע עקזיסטירט, אלע פארצייטישע קעניגן האבן זיך מתייחס געוועהן נאך מיטישע פיגורן. גיי נאך סיי וועלכע קעניגליכע lineage, נעם אפילו דער בריטישער קעניג און גיי נאך זיין lineage, וועסטו אלס אנקומען צו מאדנע מפוקפק'דיגע קעניגן וואס רוב היסטאריקער האלטן אז זיי האבן קיינמאל עקזיסטירט. דער יאפאנישער קעניג איז זיך זאגאר מתייחס נאכ'ן זון... ווער ס'גלייבט דאס קען דאס אויך גלייבן.

סקעפטיקער » מיטוואך יוני 7, 2023 8:09 pm

· #527591
ברוך שפינוזה
סקעפטיקער
כמעט קיינער לייקנט נישט היינט די עקזיסטענץ פון דוד, עטליכע אינסקריפשאן'ס פון די תקופת המלכים שרייבן "בית דוד" אויף די מלכים
דאס אז זיי האבן זיך מתייחס געוועהן נאך דוד מיינט נאכנישט אז אזא מענטש האט טאקע עקזיסטירט, אלע פארצייטישע קעניגן האבן זיך מתייחס געוועהן נאך מיטישע פיגורן, דער יאפאנישער קעניג איז זיך זאגאר מתייחס נאכ'ן זון... ווער ס'גלייבט דאס קען דאס אויך גלייבן.
האב איך אמאל געהערט פון איינעם רעדן איבערן אותו האיש אויב ער האט יא אדער נישט עקזיסטירט, זאגט ער: וואס איז שוין די שוועריגקייט צו זאגן אז א מענטש האט עקזיסטירט? די מעשיות וואס מ'פארציילט אויף אים איז שוין עפעס אנדערש. לענינינו, מוז זיין אז דוד האט עקזיסטירט? ניין, אבער פארוואס נישט? וואס איז שווער?

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 7, 2023 8:11 pm

· #527592
ס'גארנישט שווער, פון מיין זייט קען דער יאפאנישער קעניג זיין אן אייניקל פונעם זון... א געשעפט האב איך... איך בין אן אייניקל פון די לבנה, האסט א ראיה אז נישט?

יעקב מעקסוועל » מיטוואך יוני 7, 2023 9:46 pm

· #527603
איך וויל סתם שרייבן וועגן ווי ווייט אנדערש די זאכן זענען, געוואנדן לויט די פערספעקטיוו פון וואו מען קומט. ווען סייענטיסט'ן פראבירן צו פארשטיין א מעשה, קענען זיי עס נאר באטראכטן לויט די כללים פון וויסנשאפט. אלזא, מען קען קיינמאל נישט אפפרעגן, אדער ברענגען א ראיה, פון די תורה צו סייענס אדער להיפך.

לאמיר למשל פארציילן א מעשה. אויב ווייסן אונז אין טשיינע איז פארגעקומען א גרויסע ערדציטערניש 2,000 יאר צוריק, דערנאך קומט א רעליגיעזער מאן פון ערגעץ וואו, און ער ברענגט אונז א כינעזער ספר אלט 2,100 יאר. אין יענע ספר ווערט געשריבן א נבואה וועגן אן ערדציטערניש, דער פאלק ווערט גע'מוסר'ט, אויב וועט איר נישט תשובה טון, וועט קומען אן ערדציטערניש! עס ווערט פונקטלעך פאראויס געזאגט יעדע דעטאל, אזוי ווי עס איז טאקע פארגעקומען 2,000 יאר צוריק.

וואס וועט אן אויפריכטיגער וויסנשאפטלער זאגן? אונז האבן א מעשה פון אן ערדציטערניש, אונז האבן א בוך וואס דער שרייבער האט געוואוסט איבער די ערדציטערניש, מוז זיין דער שרייבער האט געלעבט נאך די ערדציטערניש. ווייל עס איז נישטא קיין שום וועג ע"פ וויסנשאפט וויאזוי ער זאל עס וויסן אויב עס האט נאכנישט פאסירט.

יעצט ווער עס וויל מעג נאכאלס גלייבן אז דער שרייבער איז געווען פארדעם, און ער איז געווען א נביא. דאס האט שוין גאנישט מיט וויסנשאפט. איך ברענג נאר ארויס אז די צוויי גרופעס רעדן בכלל נישט פונעם זעלבן ענין, און עס איז א שאד אז מען זאל אפילו פראבירן צו ברענגן א ראיה איינעם פון צווייטן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 7, 2023 10:13 pm

· #527605
דאס איז אבי א קאפפארדרייעניש פון די מחזירי בתשובה למיניהם, קיין איין היסטאריקער גייט נישט זאגן למשל ווען די סימפסאנס האבן פאראויסגעזאגט א שפעטערדיגע געשעהניש איז פון דעם געדרינגען אז די מעשה איז געשעהן בעפאר די סימפסאנס, קיינער טוט דאס נישט, אויסער אויב מ'האט אן אנדערע ראיה דערצו, געווענליך וועט מען זאגן אז ס'איז א צופאל א.ד.ג. אבער סתם בויען בנינים אויף אזעלכע סארטן סברות איז חזל'ס דעפארטמענט.

הקטן » מיטוואך יוני 7, 2023 10:55 pm

· #527608
איז דא געניג א קראנטע דרויסענדיגע סיבה צו האלטן דאס בית ראשון ושני איז געווען אויף דעם הר הבית?
לויט וואו איך פארשטיי לאזן נישט דארט די אראבערס גראבען

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יוני 8, 2023 12:31 am

· #527613
רביה''ק זי''ע
דאס איז אבי א קאפפארדרייעניש פון די מחזירי בתשובה למיניהם, קיין איין היסטאריקער גייט נישט זאגן למשל ווען די סימפסאנס האבן פאראויסגעזאגט א שפעטערדיגע געשעהניש איז פון דעם געדרינגען אז די מעשה איז געשעהן בעפאר די סימפסאנס, קיינער טוט דאס נישט, אויסער אויב מ'האט אן אנדערע ראיה דערצו, געווענליך וועט מען זאגן אז ס'איז א צופאל א.ד.ג. אבער סתם בויען בנינים אויף אזעלכע סארטן סברות איז חזל'ס דעפארטמענט.
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. יעדע נביא וואס שרייבט פאקטן, איז אנגענומען אין די אקעדעמישע וועלט אז דער נביא איז געווען נאך די מעשה, אפילו אויב עס איז געשריבן אויף א וועג פון נבואה בעפאר די מעשה.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 8, 2023 12:42 am

· #527614
נאטורליך ווען מ'אנאלאזירט נביאות'ער שטעלט זיך רוב מאל ארויס אז ס'איז געשריבן געווארן in hindsight, פשוט פאר די פאקט ווייל ס'וועלן אלץ זיין מער hindsight פאעטן ווי מגידי עתידות. ישעיה השני (אדער השלישי, כ'געדענק שוין נישט) איז אנגענומען צו האבן געשריבן in hindsight פשוט ווייל זיין סגנון איז פון א שפעטערדיגע תקופה, אבער ירמיה למשל איז יא אנגענומען אז ער האט געלעבט פאר די געשעהענישן וואס ער האט פאראויסגעזאגט (וואס א גרויסע טייל פון זיי זענען טאקע נישט מקויים געווארן 😂 😂 😂 )

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יוני 8, 2023 1:01 am

· #527617
הקטן
איז דא געניג א קראנטע דרויסענדיגע סיבה צו האלטן דאס בית ראשון ושני איז געווען אויף דעם הר הבית?
לויט וואו איך פארשטיי לאזן נישט דארט די אראבערס גראבען
איך מיין עפעס גראבונגען זענען פארגעקומען אונטער די בריטישע מאנדאט.

די שאלה איז וואס פונקטלעך מיינסטו מיט בית ראשון ושני? פארשטייט זיך אז דאס אז ירושלים איז געווען אן ערנסטע שטאט אין יענע צייט, איז דא איבער גענוג ראיות.

איך מיין די שטערקסטע ראיות פאר בית שני זענען נאמבער איינס די כותל, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל האלטן אז די כותל קומט פון עפעס אנדערש.

און נאמבער צוויי, די אויסגעקריצטע שטיין וואס מען האט געטראפן, וואס איז געווען א ווארענונג פאר פרעמדע נישט אריינצוגיין אינעם הר הבית.
📎 Jerusalem_Temple_Warning_Inscription.jpg די שפראך איז גריכיש, פאר יעדעם צו פארשטיין. און עס איז בערך די זעלבע לשון וואס יוסיפוס באריכטעט צו שטיין ביי די הר הבית.

בערך איבער געטייטשט: "קיין פרעמדער זאל נישט אריינגיין פון פאר די מחיצה (סורג) פונעם מקדש, און די חצר וואס נעמט איר ארום. ווער עס וועט געכאפט ווערן, איז אליין שולדיג אין זיין נאכפאלגענדיגע טויט."

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יוני 8, 2023 1:03 am

· #527618
ברוך שפינוזה
נאטורליך ווען מ'אנאלאזירט נביאות'ער שטעלט זיך רוב מאל ארויס אז ס'איז געשריבן געווארן in hindsight, פשוט פאר די פאקט ווייל ס'וועלן אלץ זיין מער hindsight פאעטן ווי מגידי עתידות. ישעיה השני (אדער השלישי, כ'געדענק שוין נישט) איז אנגענומען צו האבן געשריבן in hindsight פשוט ווייל זיין סגנון איז פון א שפעטערדיגע תקופה, אבער ירמיה למשל איז יא אנגענומען אז ער האט געלעבט פאר די געשעהענישן וואס ער האט פאראויסגעזאגט (וואס א גרויסע טייל פון זיי זענען טאקע נישט מקויים געווארן 😂 😂 😂 )
אין אנדערע ווערטער, ער האט געלעבט נאך די נביאות וואס זענען געשען, און פאר די נביאות וואס זענען נישט געשען...

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 8, 2023 1:10 pm

· #527690
הקטן
שמן למאור
לויט די חוקרים וועמען דו זאגסט נאך פון...
תהלים קומט יא פון דוד?
הקטן
וואו אזוי קענען די חוקרים האלטן דאס תהלים קימט פין דוד המלך בשעת זיי קענען נישט האלטן פין רוה"ק???
שמן למאור
איך פארשטיי נישט דיין שאלה. וואס האט הודו מיט קוש?
מען קען שרייבן א שיינע ספר מיט פאעטישע לויב רייד און געבעטן אויך אן קיין רוה"ק.
עיין אבן עזרא בהקדמה לספר תהילים
קענסט נישט קאפיען די ווערטער וואס דו ווילסט איך זאל זען? אזוי שווער איז עס? איך דארף יעצט דורקוקן די גאנצע הקדמה און טרייען צו כאפן וואס דו מיינסט?

כ'האלט שוין נאכן קוקן און איך זע נאכאלץ נישט וואס די מצוה די רעדסט וועגן.

הקטן » דאנערשטאג יוני 8, 2023 6:12 pm

· #527726
עיין אבן עזרא בהקדמה לספר תהילים
שמן למאור
קענסט נישט קאפיען די ווערטער וואס דו ווילסט איך זאל זען? אזוי שווער איז עס? איך דארף יעצט דורקוקן די גאנצע הקדמה און טרייען צו כאפן וואס דו מיינסט?
כ'האלט שוין נאכן קוקן און איך זע נאכאלץ נישט וואס די מצוה די רעדסט וועגן.
איך האב נישט יעצט געזען די אבן עזרא איך האב געשריבן מכח זיכרון
איך מיין גראדע אז סקעפטיקער האט דאס יא געלינקט אין א תגיבה גלייך נאך מיינס

קוק וואס @יעקב מעקסוועל'ס האט געשריבן אפשר וועסטו פארשטיין אוואו איך האב געצילט

הקטן » דאנערשטאג יוני 8, 2023 6:21 pm

· #527727
שמן למאור
כ'וויל אויך דא אהערשטעלן די ווידיאו וואס איז אויך וויכטיג כדי צו קענען פארשטיין וואס גייט דא פאר.
איך דארף דארך קיקען די גאנצע 34 מינטיגע קליפ און גארנישט טרעפען?

א. ער איז נישט קיין מומחה
ב. ס'שטייט טאקע 480 אבער אפשר מיינט דאס עפעס אדערש
ג. דוד ושלמה האבן נישט עקזעסטירט
ד. בית המקדש איז קיינמאל נישט געווארן אויפגעויזען דאס ס'איז אויפן הר הבית ווייל מען קען דארט נישט גראבן

פליז שרייב אויב האב איך עפעס ערענסט פארזען וואס מאכט די קעס

איך שרייב דאס יעצט פין זכרון איך האב שוין איינמאל פאברענגט 34 מעניט

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 8, 2023 7:53 pm

· #527744
הקטן
איז דא געניג א קראנטע דרויסענדיגע סיבה צו האלטן דאס בית ראשון ושני איז געווען אויף דעם הר הבית?
לויט וואו איך פארשטיי לאזן נישט דארט די אראבערס גראבען
False Equivalence

https://en.wikipedia.org/wiki/Archaeological_remnants_of_the_Jerusalem_Temple
https://www.haaretz.com/israel-news/2017-07-24/ty-article/were-there-jewish-temples-on-temple-mount-yes/0000017f-dc3a-db22-a17f-fcbb2e5d0000

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 8, 2023 10:54 pm

· #527757
הקטן
עיין אבן עזרא בהקדמה לספר תהילים
שמן למאור
קענסט נישט קאפיען די ווערטער וואס דו ווילסט איך זאל זען? אזוי שווער איז עס? איך דארף יעצט דורקוקן די גאנצע הקדמה און טרייען צו כאפן וואס דו מיינסט?
כ'האלט שוין נאכן קוקן און איך זע נאכאלץ נישט וואס די מצוה די רעדסט וועגן.
איך האב נישט יעצט געזען די אבן עזרא איך האב געשריבן מכח זיכרון
איך מיין גראדע אז סקעפטיקער האט דאס יא געלינקט אין א תגיבה גלייך נאך מיינס

קוק וואס @יעקב מעקסוועל'ס האט געשריבן אפשר וועסטו פארשטיין אוואו איך האב געצילט
איך האב נישט קיין השגה וואס די העק דו ווילסט. אפילו ווען דו שרייבסט יא קלאר וואס דו ווילסט ארויסברענגען קומסטו אפט אריין קרום, כל שכן ווען דו ביסט בלויז 'מרמז'...

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 8, 2023 11:03 pm

· #527759
הקטן
שמן למאור
כ'וויל אויך דא אהערשטעלן די ווידיאו וואס איז אויך וויכטיג כדי צו קענען פארשטיין וואס גייט דא פאר.
איך דארף דארך קיקען די גאנצע 34 מינטיגע קליפ און גארנישט טרעפען?

א. ער איז נישט קיין מומחה
ב. ס'שטייט טאקע 480 אבער אפשר מיינט דאס עפעס אדערש
ג. דוד ושלמה האבן נישט עקזעסטירט
ד. בית המקדש איז קיינמאל נישט געווארן אויפגעויזען דאס ס'איז אויפן הר הבית ווייל מען קען דארט נישט גראבן

פליז שרייב אויב האב איך עפעס ערענסט פארזען וואס מאכט די קעס

איך שרייב דאס יעצט פין זכרון איך האב שוין איינמאל פאברענגט 34 מעניט
וואס איז דיין פראבלעם פינקטליך? די ווידיאו איז א שמועס אויף ארכיאולוגיע בכלליות און בפרט אויף די פרישע מהלך פון דעיוויד ראל. נאך עפעס?

הער פליז אויף צו פראבירן אריינצוריקן קליינע אותיות אין דיינע תגובות וואו דו קענסט נאר, עס מאכט דיר נישט אויסקוקן קלוג. ביסט נאכנישט גענוג קליי"ן זיך צו קענען האלטן אזוי מי אני. בפרט אז דו נעמסט נישט קיין צוויי סקונדעס זיכער צו מאכן אז דיינע תגובות האבן נישט קיין גראבע ספעלינג טעותים.

הקטן » פרייטאג יוני 9, 2023 7:59 am

· #527785
בעסד אויף וואס דו האסט געשריבן
שמן למאור
איך האב נאכנישט אנגעקומען צו קוקן דיינע קליפס און לינקס, אבער כ'זע שוין אז דו ברענגסט פון צווייפלהאפטיגע מקורות און דער יעניגער פונעם ווידיאו איז נישט קיין אנגענומענער עגיפטאלעדזשיסט.
בין איך דיך דן לכף זכות דאס דו האסט נישט אליין געזען די קליפ. ווען יא וואלסטו דיך געשעמט, אפשר נישט, דאס צו ניצען.

ב.ד.וו. איך ניץ די קליינע פאנט נאך אסך איידער דו אדער מי אני זענען דא געווען.
איך ניץ דאס פאר פארשידענע סיבות - איינס פין זיי אויב וויל איך דאס שרייבן פאר מיר אדער נאר פאר דער וואס וועט מגיב זיין זאל דאס זעהן

חדשים » פרייטאג יוני 9, 2023 9:42 am

· #527789
לפני יציאתו של הרב לייבל פוזנר לשליחות, נכנס ליחידות אצל אדמו"ר הריי"צ שאמר לו: "אצל השני צריכים לראות את המעלות ולא להתעלם מהחסרונות. אצל חסידים אומרים שבתורה ישנם אתוון רברבין ואתוון זעירין, את המעלות של השני צריכים לראות באתוון רברבין, ואילו את חסרונותיו צריכים לראות באתוון זעירין"...

שמן למאור » פרייטאג יוני 9, 2023 10:42 am

· #527802
הקטן
בעסד אויף וואס דו האסט געשריבן
שמן למאור
איך האב נאכנישט אנגעקומען צו קוקן דיינע קליפס און לינקס, אבער כ'זע שוין אז דו ברענגסט פון צווייפלהאפטיגע מקורות און דער יעניגער פונעם ווידיאו איז נישט קיין אנגענומענער עגיפטאלעדזשיסט.
בין איך דיך דן לכף זכות דאס דו האסט נישט אליין געזען די קליפ. ווען יא וואלסטו דיך געשעמט, אפשר נישט, דאס צו ניצען.

ב.ד.וו. איך ניץ די קליינע פאנט נאך אסך איידער דו אדער מי אני זענען דא געווען.
איך ניץ דאס פאר פארשידענע סיבות - איינס פין זיי אויב וויל איך דאס שרייבן פאר מיר אדער נאר פאר דער וואס וועט מגיב זיין זאל דאס זעהן
ווי פלעגט נאר דער וואס האט פארמאגט אביסל שכל אלעמאל זאגן? "עס ווענט זיך וואס מען רעדט וועגן"...!

מען מעג הערן פון איינער וואס איז נישט קיין עקספערט, ובפרט אז ער איז גארנישט מחדש נאר ער נעמט צאם און שמועסט פשוט אויס דאס וואס אנדערע עקספערטן זאגן.

דער דעיוויד ראל איז א מחדש, ער קומט מיט א פרישע מהלך אין עגיפטולאגיע וואס איז אנדערש פון אלע אנדערע עקספערן און זיין פעלד. ווען איינער קומט מיט א פרישע באמבע, איז וויכטיג צו קוקן ווער ער איז טאקע, צו איז ער טאקע א ריכטיגע עקספערט, וואס זאגן די אנדערע חוקרים צו זיין מהלך, פארוואס נעמט מען טאקע נישט אן זיין מהלך, וועלכע פראבלעמען האט זיין מהלך וואס ער פארקוקט, וכדומה. און אז מען געבט א קליינע בליק אויף זיין מהלך, זעט מען גלייך אז רוב חוקרים מאכן אים אוועק, און דאס איז וואס איך האב אויבן געשריבן. און טאקע נאך וואס @סקעפטיקער האט צענומען די שיטה זיינע, זעט מען די פראבלעמען וואס זיין מהלך האט.

ווידערום די ווידיאו וואס איך האב געברענגט פון דילעהאנטי (וואס איז אגב פון די בעסטע עקספערטן אין די פעלד וואס ער איז עוסק דערין) איז נישט קיין פרישע באמבע וואס ער ברענגט. איך האב קלאר געשריבן אז איך ברענג א ווידיאו וואס שמועסט אויס די נושא, זהו. ער לייגט אראפ וואס גייט פאר, וואס זענען די חילוקים פון די צוויי מהלכים, פארוואס מען קען נישט גלייך ווערן עקסיידעט פון די נייע מהלך, וואס דארף מען זיכן, און וועלכע פראבלעמען קומען ארויף. ער קלעימט נישט צו זיין קיין עקספערט אין אנעלעזירן ארכילאגיע וכדומה, ער איז בעצם גארנישט מחדש אין די ווידיאו, ער מאכט נאר קלאר די נושא פאר איינער וואס איז נישט בתוך הענינים.

און אז דו שרייבסט שוין יא פאר יארן לאנג, וואלסטו זיך הערשט געדארפט אויסלערנען צו ספעלן. ס'איז ממש חוזק געמאכט פון די מענטשהייט ווען מען טענה'ט זיך איבער טיפע ענינים אין העמק דבר, און דו שרייבסט כאילו ביסט א בחור'ל וואס ווייסט קוים וויאזוי צו שרייבן

מתבודד » פרייטאג יוני 9, 2023 1:20 pm

· #527826
די גראמאטישע טעותים פון הרב קליין מאכן מיר אויך נערוועז, דאך וואלסט עס געמעגט אים זאגן אין אישי.

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 9, 2023 1:37 pm

· #527829
מתבודד
די גראמאטישע טעותים פון הרב קליין מאכן מיר אויך נערוועז, דאך וואלסט עס געמעגט אים זאגן אין אישי.
די גראמאטישע "טעותים" זענען שוין גארנישט קיין טעותים, ס'ליגט א פסיכאלאגישע מאניפולאציע דערונטער, and same goes to די פיצינקע ווערטער, והדברים עתיקין. איך זאג נישט אז קאנפראנטירן א טראלל אזוי heads on איז א גוטע איידיע, אבער אז איינער איז שוין יא באגאנגען דעם נארישקייט פון איהם אויפפראקן ברבים דארף מען איהם נישט אראפרייסן דערפאר.

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 9, 2023 1:41 pm

· #527830
יעקב מעקסוועל
ברוך שפינוזה
נאטורליך ווען מ'אנאלאזירט נביאות'ער שטעלט זיך רוב מאל ארויס אז ס'איז געשריבן געווארן in hindsight, פשוט פאר די פאקט ווייל ס'וועלן אלץ זיין מער hindsight פאעטן ווי מגידי עתידות. ישעיה השני (אדער השלישי, כ'געדענק שוין נישט) איז אנגענומען צו האבן געשריבן in hindsight פשוט ווייל זיין סגנון איז פון א שפעטערדיגע תקופה, אבער ירמיה למשל איז יא אנגענומען אז ער האט געלעבט פאר די געשעהענישן וואס ער האט פאראויסגעזאגט (וואס א גרויסע טייל פון זיי זענען טאקע נישט מקויים געווארן 😂 😂 😂 )
אין אנדערע ווערטער, ער האט געלעבט נאך די נביאות וואס זענען געשען, און פאר די נביאות וואס זענען נישט געשען...
https://www.1vsdat.org/index.php/2015-02-01-12-54-59/2015-01-27-18-19-19/item/1901-%D7%A0%D7%91%D7%95%D7%90%D7%95%D7%AA-%D7%94%D7%A1%D7%A8%D7%A7-%D7%A9%D7%9C-%D7%A0%D7%91%D7%99%D7%90-%D7%94%D7%A9%D7%A7%D7%A8-%D7%99%D7%A8%D7%9E%D7%99%D7%94%D7%95

מתבודד » פרייטאג יוני 9, 2023 2:03 pm

· #527833
ברוך שפינוזה
מתבודד
די גראמאטישע טעותים פון הרב קליין מאכן מיר אויך נערוועז, דאך וואלסט עס געמעגט אים זאגן אין אישי.
די גראמאטישע "טעותים" זענען שוין גארנישט קיין טעותים, ס'ליגט א פסיכאלאגישע מאניפולאציע דערונטער,
אינטרעסאנט. אפשר ביסטו מסביר די מאניפולאציע? חוץ פון נערוועז מאכן האט עס נישט אויף מיר קיין אנדערע השפעה

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 9, 2023 2:07 pm

· #527834
זאג עס נישט הויעך, זאל דער הקטן זיך איינרעדן אז ס'האט אן השפעה אויף איינעם...

סקעפטיקער » פרייטאג יוני 9, 2023 2:16 pm

· #527835
כאטש איך בין נישט מיט @הקטן אויף איין פעידש, בין איך שטארק מחולק מיט @ברוך שפינוזה, איך האלט נישט אז הקטן איז א טראלל אדער מאניפולעטאר. ער האט אפשר אן אינטערעסאנטע סטייל פון שרייבן, אבער איז אן ערענסטע מענטש וואס האלט באמת וואס ער זאגט (אפגעזעהן אויב איך בין מסכים צו זיינע שיטות)

שמן למאור » פרייטאג יוני 9, 2023 2:59 pm

· #527845
לדעתי ליגט נישט עפעס טיף אינטער די פוילע טעותים פון הקטן, ס'איז פשוט אזא זלזול וואס ער האט כלפי זיין אייגענע אינטעליגענץ צוזאמען מיט די אינטעליגענץ פון דער וואס פירט א דיאלאג מיט אים. ער פילט נישט פאר וויכטיג צו איבערקוקן צו עס איז דא טעותים, דער עיקר אז ער קען זאגן וואס ער האט צו זאגן, ער פילט זיך בסדר אז ער האט ארויסגעגרעפצט דאס וואס ער האלט, און זאל זיך די גאנצע וועלט איבערדרייען. זאל זיך יעצט יעדער קראצן דאס שטערן צו פארשטיין וואס דער הקטן האט נארוואס ארויסגע'קטנ'ט.

מתבודד איז גערעכט אז פריוואטע קריטיק קומט אין אישי, אבער דער הקטן טראללט ברבים, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן. ס'איז איין זאך אז ער רעדט נישט צום דבר, דאס קען מען נאך פארטראגן. מען קען צוריקשרייבן, אפווענדן, מסביר זיין, פרעגן, און אויפקלערן. אבער אז זיין נישט רעדן צום זאך קומט נאך מיט פוילע טעותים און אומגעלונגענע רמזים, דאס רעגט אויף.
בלאט: 1 2