☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » איסור אויף AI

איסור אויף AI

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16124
בלאט: 1 2 3

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:57 pm

· #549819
Re: איסור אויף AI
היינט ארויסגעקומען אז מ'קען איז 60 סעקונדעס מאכן א ווידעא מיט AI

לולב הגזול » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 7:20 pm

· #550000
Re:
מרדכי מרדכי #
חמלה גדולה
the effing confidence
ער ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט מיינט ער אז קיינער ווייסט נישט
למעשה גיי איך מאכן א חברותא מיט מיין שווער אין עי. איי.

קיין איינער ווייסט נישט!
פאר מער דרוקט דא (דער ווידעאו איז 6 יאר אלט, עס איז שוין דעמאלס נישט געווען באגרייפבאר!):


לולב הגזול » זונטאג פעברואר 18, 2024 9:55 am

· #550042
Re: איסור אויף AI
דער פראבלעים פון עי-איי קענטס זיך אן טאמער כאפט איר א שמועס מיט אים אין א נושא וואס איר קענט גוט. איך האב געשמוסט מיט, Chat GPT, Bard ,WhatsApp AI און ביל געיטס'ס און איך האב זיי אלע געפרעגט צו זיי קענען מיר ציילען ווי פיל מאל עס שטייט "לעתיד לבוא" אין דער תלמוד בבלי.

קודם האט מיך ביל געיטס רעפערירט צו א rabbinical authority זאל מיר העלפען. פארצייל איך עם אז איך בין טאקע אט דעם יחיד מומחה אין איך דארף הילף ציילען, "ביטע זאג מיר וויפיל מאל עס ווערט געברענגט אין מסכת ברכות".

איך האב נאר גע'סעיווד ר' עי. איי. צוקערבערג'ס ענטפער: 📎 Screenshot_20240218-094422.png איך בין נישט גענוג א תלמיד חכם צו דערקענען קיין איינער פון זיינע "קוואטס" האב איך ארויס גענומען דער גמרא און אנגעהויבן זוכען. איך זיך נאך אלס. Zuck האט פשוט אויפגעמאכט חלומות ושקרים וואס קוקט אויס זייער גמרא'דיג- עס עקזיסטירט נישט אזעלכע מאמרים קיין ערגעטס נישט!

אלע פיר האבען אדער סתם געשאסען אז עס ווערט נישט דערמאנט בכלל אדער געענטפערט מיט אויפגעמאכטע מאמרים!

פראיבירט'ס עס אליין מיט עפעס וואס די קענסט וואס דער אלגעמיינע באנוצער קען נישט. איך וואלט זיי נישט געטרויערט מיט גארנישט. אדרבה, מכאן ראיה אז ר' זאלמעלייב איז דער עכטע סאטמאר - מ'דארף עס איבערגעבען פאר דער עסקנים ואולי ירחם.

ווען איך האב זיי פארגעהאלטען פאר דער אפענע גראבע שקרים האבען זיי אלע געהאט דער זעלבע בקשת מחילה און אנטשולדיגען:
📎 Gemini AI.PNG עס קען זיך דאכטען אז אלע 4 זיינען קרוץ מאותו חומר ווייל זיי אלע שרייבען אויפ'ן זעלבע וועג "חרטה ,אנטשולדיג, איך בין נאך קליין" וכו'. מיט א קבלה אויף להבא (כ'האב נישט געגראבן צופיל- מייקראסאפט איז קלאר טשאט ג.פ.ט. רבינו גאגעל'ס בארד הייסט היינט Gemeni און איז עמטליך נישט טשאט ג.פ.ט. זיי רעדען אבער דער זעלבע וועג, דער זעלבע שפראך).

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז פונקט ווי א ישיבה בחור'ס וועג צו רעדען און זיך טענה'ן איז אנדרעשט פון אן אינסטעגראם אינפלאענסער אזוי אויך די וואס קומען אן צו א פאזישען פון זיין א דעוועלאפער פאר א ריזיגע טעק קאמפאני קומען געווענטליך פון חשוב'ע אוניווערסיטעטן ווי מ'לערנט זיך א סארט שפראך, א סארט סטאנדארט אויף איבערבעטן און א צוויי חדשים קורס אויף conflict avoidance. אויב האט איר שוין גע'דילט מיט אן אמאזאן אויסשליסונג אדער פראבלעמען מיט גרויסע טעק ביזנעס קאמפאניס קענטסטו פארשטיין וואס איך מיין -זיי האבען א 'סקריפט' ווי אזוי מען דארף אויס'פועל'ן א פארשליסונג און מען דארף רעדן זייערע שפראך אדער דארף מען דינגען א מומחה וואס קען.

(איך רעד נישט פון "הייסע שריים טעמעס" (hot button topics) וואס מאנכע האבן טענות, קודם דארף מען פארשטיין ווער עס לערנט זיי אויס ווי אזוי צו ריספאנדען, און וואס דער מחנך-פראגראמער וואלט געטוהן ווען מ'האלט עם אליין אויף אויף א טעות. כאטש, ביי אונזער פאל איז עס א שקר במזיד און נישט א נעבעכדיגע טעות.)

בקיצור, ער איז פיינע נייעס אבער טאמער קענסטו נישט אליין טרעפן דער תשובה קענסטו נישט וויסן צי ער פארקויפט לגיונות. ער איז פערפעקט פאר דער ביזנעס וועלט ווי דער עולם השקר געוועלטיגט. איך האב מיר באנוצט מיט גאגעל'ס צו מאכען א resume, ער איז א געשמאקע ליגענער און ער מאכט איעדער פשוטע דזאב ווי א גאנצע CEO.

מי אני » זונטאג פעברואר 18, 2024 10:31 am

· #550045
‏דא פארציילט הרב דר. נתן סליפקין ווי ChatGPT האט אויפגעבאקן רעפערענצן צו אומעקזיסטירענדע סייענטיפישע פאפירן/שטודיעס, און האט דערנאך געזאגט ליגענט איבער׳ן דאס טוהן.

מרדכי מרדכי » זונטאג פעברואר 25, 2024 8:21 pm

· #551275
Re: Re:
לולב הגזול #
מרדכי מרדכי #
חמלה גדולה
the effing confidence
ער ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט מיינט ער אז קיינער ווייסט נישט
למעשה גיי איך מאכן א חברותא מיט מיין שווער אין עי. איי.

קיין איינער ווייסט נישט!
פאר מער דרוקט דא (דער ווידעאו איז 6 יאר אלט, עס איז שוין דעמאלס נישט געווען באגרייפבאר!):


ברענג נישט קיין ראיה פון 6 יאר צוריק.

לולב הגזול » מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:26 am

· #551893
Re: איסור אויף AI
א ראיה צו וואס?

קוקט די ווידיאו צו וויסן וואס מ'ווייסט אין וואס מ'ווייסט נישט.
בלאט: 1 2 3