☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » איסור אויף AI

איסור אויף AI

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16124
בלאט: 1 2 3

שמן למאור » מיטוואך מאי 17, 2023 8:40 pm

· #525054
ס'הייבט זיך אן...
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
📎 IMG_20230517_203846_049.jpg

כלבאשבוע » פרייטאג מאי 19, 2023 3:40 pm

· #525314
גדר בלאקירט ChatGPT
📎 IMG_6316.jpeg

פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 19, 2023 5:20 pm

· #525328
Re: איסור אויף AI
כלבאשבוע
גדר בלאקירט ChatGPT
Wow!

גאלדמאן » פרייטאג מאי 19, 2023 5:32 pm

· #525335
לויט מיין בליק איז AI דא צו ראטוועווען די חרדים פון גענצליכע אינטערגאנג,
אין הימל זעענדיגע ווי די גאנצע אינטערנעט מהלך איז געבויעט אויף קינוים איסורים וחרמות אנשטאט צו ניצען די מוח אויסצולערנען די יוגענט א מהלך החיים פון מחשבה ואחריות, דערפאר האט מען אריינגעשיקט די נייע פראגראם, יעצט ביי דיפאלד ווען מען בעל כרחם מוזען אנהייבן מיט שכל און פשוט אנהייבן אויסלערנען זעלבסט רעספעקט באנדריס און אחריות ווייל דא גייט שוין נישט נישט העלפן קיין איסורים, כנלענ"ד.

סקעפטיקער » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:25 pm

· #525362
כלבאשבוע
גדר בלאקירט ChatGPT
Bing AI אין סקייפ קענען זיי דען בלאקען?

ערנסטגערעדט » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:43 pm

· #525366
שמן למאור
ס'הייבט זיך אן...
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
יוששש סדערמאנט מיר פון דער אריגינעלע פאוסטער ווי דער יונגל וואס קוקט דעם קאמפיוטער ווערט אן עליגעיטער 😛

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 10:50 pm

· #525367
הרב ש.ב. מרגליות אין בלאט איז מסביר מיט אן ערנסטקייט אז דער (אלטער) יצר הרע האט איינגעבראכן די לעצטע פעסטונג (פאר ביאת המשיח?) וואס ערליכע אידן האבן געהאט, ט AI. ווייל דער חוש השמיעה איז נאך געווען באשיצט דורך די ערליכע אידן. שוין ליידער נאכ'ן אינטערנעט און די אנדערע טעכנאלאגישע כלים.

אשר על כן וועט מען מוזן גיין מיט א ביקס צו קבלת התורה. ער מיינט זיכער נישט א גשמיות'דיגן ביקס. ער מיינט א רוחניות'דיגן ביקס. אדער מאשין גאן.

שערי יושר » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:08 pm

· #525372
Re: איסור אויף AI
דאס איז טעללער?

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:17 pm

· #525374
יא. זיכער: אז דו וועסט דאס וויסן 'עסטו שוין פארשטיין פארוואס איך זאג אייביג הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער. ווייל זיין עכטן נאמען ניצט ער זייער ווייניג. ער ניצט אייביג נאר זיין שם הכינוי. דעם פסעוודאנים.

די זעלבע איז מיט זיין קאלעגע (דעמאגאג) הדומה לו. ער הייסט עכט מנשה פיליפ (שוין לאז זיין הרה"ק). ער ניצט אייביג דעם נאמען הרב ישראל מ. סופר...!

פארוואס רוף איך הרב ישראל מעם א דעמאגאג?! ווייל ער טענה'ט אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער וועם די סיטרא אחרא העלפט (צו) דער וועט קענען לערנען תורה.

מה נפשך. טאמער גלייבט ער עכט אין די שטותים. איז ער מ---. און אויב נישט איז ער א דעמאגאג...!

צומישט און צוחישט » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:54 pm

· #525382
דאכציך מיר אז ס'נישט טעלער, נאר ר'זלמן לייב פילאפ'ס איידעם מרגליות א לאנגיעריגע שרייבער אין בלאט.

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 20, 2023 11:59 pm

· #525385
ניין: אנטשולדיגט. הרב ש.ב. מרגליות איז א פסעוודאנים. און דאס איז טעללער...לפי ידיעתי...(נאר ס'קען זיין אז איך בין צומישט און צוחישט...לאל)

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 12:14 am

· #525391
שמן למאור
ס'הייבט זיך אן...
[emoji38] [emoji38] [emoji38] [emoji38] [emoji38] [emoji38]
דאס איז 100% געמאכט מיט עי. איי.

לייביששרייבער » זונטאג מאי 21, 2023 12:15 am

· #525392
כלבאשבוע
גדר בלאקירט ChatGPT
אויכעט געשריבן מיט עי. איי.
וואס גייט דא פאר ?

לייבל שטילער » מאנטאג מאי 22, 2023 12:06 pm

· #525667
📎 image (81).png

שלג זהב » מיטוואך מאי 24, 2023 7:37 pm

· #526017
Re: איסור אויף AI
אדמו"ר מסאטמאר מהר"א ביי א דרשה אין ישיבה אסר'ט #AI אפילו וואס מ'רופט אריין אויף א טעלעפאן ליין.

https://t.me/YiddishlechPolitics/4773

http://cloud.tapatalk.com/s/646e9f9ea6fd5/%D7%90%D7%A0%D7%98%D7%99%20AI.mp3

פונדאַמענטאַל » מיטוואך מאי 24, 2023 8:49 pm

· #526030
די גאנצע איסור'אציע אויף AI איז אבסורד (אפילו נניח אז עס איז בכלל לעגיטים). AI איז א מושג נישט קיין ספעציפישע חפץ, AI איז נישט קיין חפץ וואס מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין. AI איז א מושג - און עס קען זיך געפינען אין יעדע זאך. פילע זאכן וואס ווערן גע'powered מיט קאמפיוטער פארמאגן שוין היינט AI במידת מה. Google גיבט אייך די גוטע רעזולטאטן אויף אייער סוירטש דורך א לימיטעד כח פון AI, דורכן פארשטיין וואס איהר מעגליך ווילט - פון אייער דאטא וואס עס זאמעלט צאם. Google האט געמאלדן ביי זייער לעצטע קאנפערענץ אז זיי גייען בקרב צולייגן AI tool's צו פילע פון זייערע סערוויסעס - אריינגערעכנט זייער search engine און Gmail. צו פלאנען די רבנים צו אסר'ן נוצען Gmail? די אמת איז אז זיי פלאנען נישט, זיי כאפן זיך פשוט צו צו דער געלעגנהייט צו פירן מערכות און פראקלעמירן איסורים - פשוט'ע virtue signaling צו ווייזן ווי פרום זיי זענען.

שמעון_ברוך » מיטוואך מאי 24, 2023 10:30 pm

· #526041
[ציטאט אראפגענומען]
בערל טויבער רעדט יעצט, קוקט אויס אזוי מין אומצוגעגרייט אז נאר..

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 24, 2023 10:35 pm

· #526043
זעלטענע געלעגנהייט!
אזוי ווי די איסור אויף AI איז נאך גאר גאר פריש, קענט איר ממש יעצט זיך דעקלערן אלס עסקן און ארום גיין עוסק זיין אין די דאזיגע שרעקליכע פירצה, דאס נעמט אריין:
* ארומלויפן צו רבנים און אויפקלערן און לייגען פרעשור אויב דער רב וויל מחמת איזה סיבה נישט צושטימען,
* שאפן גרויס געלט פון גוטהארציגע גבירים לצורך קדושת ישראל,
* ארוםשיקען און הענגען קול קורא’ס,
* מאכן כינוסים לשם שמים,

ס’איז א מציאה רבה פאר א בנש"ק וואס קען נישט זיין א מלמד אדער א נאכט לייגער און קען נישט ארויסגיין ברענגן פרנסה כאחד האדם...
די בענעפיטן זענען גאר גאר שטארק:
1) איר וועט מעגן האלטן א סמארטפאון [באהאלטענערהייט] ווייל עת לעשות למען הצלת כלל ישראל הפרו התקנות...
2) אויב אייער זוהן [אדער איר אליין] וועט מאלעסטן איינעם וועט מען עס גלייך ריין-וואשען...
3) איר וועט האבן א מעגליכקייט צו רייטען אויפ’ן ציבור בפרט אויף די תמימי לב...

נ.ב. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג לגבי AI - כאנישט קיין אנונג וואס דאס איז - ס’קען טאקע זיין שעדליך, אבער היות איך בין טרוד על המחיה ועל הכלכלה כ’האב נישט קיין צייט צו נאכגיין, אפשר וועלן מיר די עסקנים אויפקלערן מיט די קול קורא’ס און דרשות וועל איך באקומען פון זיי קלארע אנווייזונגען וויאזוי זיך צו באנוצען דערמיט

שמן למאור » מיטוואך מאי 24, 2023 10:56 pm

· #526045
מהר"א מסאטמאר שליט"א:
דער וואס ענטפערט די שאלות ווען מען ריפט אריין די AI איז נישט מער און נישט ווייניגער דער ס"ם אליינס... מען טאר ניטאמאל וויסן אז עס עגזעסטירט אזא זאך...

כ'וויל נישט מסביר זיין פארוואס, און מען זאל נישט פרעגן פארוואס. אז מען פארשטייט פארוואס טויג שוין אויך נישט...

https://t.me/YiddishlechPolitics/4773

ערענסטער פארשוין » מיטוואך מאי 24, 2023 11:05 pm

· #526047
שמעון_ברוך
בערל טויבער רעדט יעצט, קוקט אויס אזוי מין אומצוגעגרייט אז נאר..
געטראכט די זעלבע.

צקון לחש » מיטוואך מאי 24, 2023 11:37 pm

· #526051
שמן למאור
מהר"א מסאטמאר שליט"א:
דער וואס ענטפערט די שאלות ווען מען ריפט אריין די AI איז נישט מער און נישט ווייניגער דער ס"ם אליינס... מען טאר ניטאמאל וויסן אז עס עגזעסטירט אזא זאך...

כ'וויל נישט מסביר זיין פארוואס, און מען זאל נישט פרעגן פארוואס. אז מען פארשטייט פארוואס טויג שוין אויך נישט...

https://t.me/YiddishlechPolitics/4773
😂 אוי שעם איך זיך פון מיינע אייניקלעך

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:20 am

· #526056
הער איך א פרימען אינגערמאן טענה'ן: AI איז כפירה! די גאנצע געדאנק פון דעם איז דאך אז א קאמפיוטער איז בעסער ווי א מענטש! מיר ווייסן דאך אז א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, קומט דאך אויס אז דאס איז א שטיק כפירה!
די חברה זענען desperate צו אויפקומען מיט סיבות צו אסר'ן.

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:22 am

· #526099
פונדאַמענטאַל
הער איך א פרימען אינגערמאן טענה'ן: AI איז כפירה! די גאנצע געדאנק פון דעם איז דאך אז א קאמפיוטער איז בעסער ווי א מענטש! מיר ווייסן דאך אז א מענטש איז א חלק אלוקי ממעל, קומט דאך אויס אז דאס איז א שטיק כפירה!
די חברה זענען desperate צו אויפקומען מיט סיבות צו אסר'ן.
און פון ווי מיינסטו ער נעמט עס...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=523244#p523244

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:37 am

· #526103
פונדאַמענטאַל
די גאנצע איסור'אציע אויף AI איז אבסורד (אפילו נניח אז עס איז בכלל לעגיטים). AI איז א מושג נישט קיין ספעציפישע חפץ, AI איז נישט קיין חפץ וואס מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין. AI איז א מושג - און עס קען זיך געפינען אין יעדע זאך. פילע זאכן וואס ווערן גע'powered מיט קאמפיוטער פארמאגן שוין היינט AI במידת מה. Google גיבט אייך די גוטע רעזאלטאטן אויף אייער סוירטש דורך א לימיטעד כח פון AI, דורכן פארשטיין וואס איהר מעגליך ווילט - פון אייער דאטא וואס עס זאמעלט צאם. Google האט געמאלדן ביי זייער לעצטע קאנפרענץ אז זיי גייען בקרב צולייגן AI tool's צו פילע פון זייערע סערוויסעס - אריינגערעכנט זייער search engine און Gmail. צו פלאנען די רבנים צו אסר'ן ניצען Gmail? די אמת איז אז זיי פלאנען נישט, זיי כאפן זיך פשוט צו צו דער געלעגנהייט צו פירן מערכות און פראקלעמירן איסורים - פשוט'ע virtue signaling צו ווייזן ווי פרום זיי זענען.
דו האסט עס אנגעכאפט ביים קארג!

די טיפשות ווייזט זיך ארויס אויף אזא פארנעם אז מ'קען ברעכן.

אלעס פארט אין די דירעקציע פון פארגעשריטענע AI און ביז עטליכע יאר וועט דאס פשוט זיין די רוקנביין פון די גלאבאלע עקענאמיע און פארשריט. ס'איז נישט קיין חפצא וואס ס'זאל בככל זיין שייך צו אסר'ן.

ס'איז כאילו ס'זאל ארויסקומען א קול קורא קעגן 'צייט' ווייל מענטשן וואס האבן צו סאך צייט זינדיגן מער....

סקעפטיקער » דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:22 pm

· #526110
📎 Screenshot (9).png

Schmoozer » דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:30 pm

· #526113
looks like chat gpt wrote this letter

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:00 pm

· #526157
להוציא מלבם...
📎 IMG_20230525_165707_678.jpg

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:07 pm

· #526159
טעות

berlbalaguleh » זונטאג מאי 28, 2023 12:19 am

· #526174
הרב חיים שלמה בערגער אין מאמענט האקט א טשייניק אין אן אנדערע דירעקציע. נאכ'ן אריינווארפן ציונים אין פיקטשער (כ'זעה נישט וואו די ציונים שטערן איהם) זאגט ער אז ער האט געשמועסט מיט גדולי הרבנים און "זיי" זענען געקומען צו די מסקנא אז עי. איי. איז די גרעסטע און לעצטע (כדבריו) ניסיון פאר ביאת משיח צדקנו. און דער חשש איז אז מ'וועט האבן א גרינגן צוטריט צו "שמוץ". וואס מ'קען נישט פילטערן.

ווער ס'זוכט דווקא "שמוץ" האט נישט קיי פראבלעים אן עי. איי. ער קען עס גרינג טרעפן היינט אויך.

לולא דמסתפינא. איך זאג נישט מיט א זיכערקייט ווייל איך האב עס נאכנישט אויספראבירט. אבער דער אמת'ער חשש פון די גדולי הרבנים מיט וועים הרב בערגער האט זיך אדורכגערעדט איז, אז מ'וועט קענען פרעגן געהעריג שאלות אין הלכה פון דעם עי.איי. פראגראם. און ער/זי וועט האבן א שיקול הדעת צו קענען ענטפערן אויף די שאלות פונקט אזוי ווי א לעבעדיגער מורה הוראה. נאכ'ן אנאליזירן דעם ים פון אינפארמאציע אין זיין דאטא בעיס.

צי ס'איז יא אויסגעהאלטן אדער נישט איז שוין א צווייטע שאלה. נאר ס'איז (כמעט זיכער) א פאקט.

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 28, 2023 1:29 am

· #526180
שמן למאור
ס'הייבט זיך אן...
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
מ'זעט די פראבלעם פון קאמפיוטער'ס אז ס'כאפט זיך אריין אפילו ביי השומרים. פון ווי נעמט זיך די קארוקטארן? ער האט עס געזען אין א חסידי'ש ספר? אדער איינע פון מאוויס?

פנחסבןאלעזר » זונטאג מאי 28, 2023 11:01 am

· #526196
עס איז דא א פשוט'ע עצה פאר אלע אוסרים, מען זאל הייסען מארגארעטין זאל פארלאנגן פין די פאליטישאנס זאל מאכן עי איי אומגעזעצליך, און שלום על ישראל.

שפילער » דינסטאג מאי 30, 2023 5:32 pm

· #526533
עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען עי איי האט ווען נישט די עדאלט רעסטריקשאן קאנטענט וויזוי די רבנים וואלטן געשפרינגען?...

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג מאי 30, 2023 6:17 pm

· #526541
שפילער
עטס קענטס ענק פארשטעלן ווען עי איי האט ווען נישט די עדאלט רעסטריקשאן קאנטענט וויזוי די רבנים וואלטן געשפרינגען?...
און פאר ווי לאנג האלסטע גייען די רעסטריקשענ׳ס אנהאלטן?

און יעצט קעמען דען נישט געוואר ווערן גענוג און נאך?

איציקל » דינסטאג מאי 30, 2023 11:13 pm

· #526592
עס איז מיר אינטערסאנט אז קיין איינער פון די חברי השטיבל האבן נישט ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט פונעם איסור ווי פאלגענד. שוין אפאר חדשים אדער מער וואס דער עולם נוצט דעם AI אין גרויסען, ואין פוצה פה (חוץ די העיליגע סקווירא בי"ד), פלוצלינג פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן שפראצן ארויס קאנפרענץ'ן און דרשות, איסורים מיט חרמות, א.ד.ג., וואס איז דא געשעהן? פשוט, ס'איז געווארן עוועיליביל צום יוגנט, צו בחורים און מיידלעך שלא טעמו טעם חטא (...), מענטשן וואס האבן נאכנישט געהאט פונעם עץ הדעת טוב ורע. אין אמת'ן אריין איז דאס טאקע א גרויסע פראבלעם, קינדער דארפן טאקע נישט אלעס וויסן, (איך מיין אז צו דעם איז יעדער בר דעת מסכים), אבער וועגן דעם גיין אסר'ן AI לגמרי? אתמהה! איז שוין טאקע נישט דא קיין שום טראסט אין עדאלטס צו קענען מבחין זיין בין טוב ורע?

איי וועט עטץ פרעגן די רבנים האבן דאך א פראבלעם מיט'ן אינטערנעט, פארוואס קען מען דארט (עכ"פ לדעתם) נישט טראסטן קיין גדולים, אויף דעם איז דער תירוץ פשוט, שאני אינטערנעט מAI אויף שני אופנים:
1.AI איז דומה צו אינטערנעט מיט א גוטן פילטער (חוץ נעטפר"י),
2.AI האט ווייט נישט דער כח המושך וואס אינטערנעט האט.
נאר וואס דען, הדרן לקמייתא, דער גאנצע איסור איז נאר יונגעטליכע, נאר אלס הרחק מן הכיעור וכו', סחור סחור אמרי' וכו' האט מען עס גע'אסר'ט על הכלל כולו. אבער דא קומט מען צוריק צו וואס דער עולם האט שוין אויסגעשמועסט אז מ'קען דאס נישט אסר'ן וכו'.

עס געפעלט מיר נאר ווי עס שטייט אויף די קול קורא'ס "דאס איז אסור אפילו אויפ'ן טעלעפאן", ווי כאילו דאס איז נאר א טפל צום גזירה און נישט דער עיקר.

מתבודד » דאנערשטאג יוני 1, 2023 10:04 pm

· #526912
[ציטאט אראפגענומען]
אינטרעסאנט. נישט לאנג צוריק האב איך געזען א צעטל הענגן אין בעלזא אז מ'זאל זיך "מונע" זיין פון נוצן די AI, ווען פונקטליך איז עס אריין בגדר איסור? האט מען אין די פאר טעג אויסגעפינען אז די AI איז מער שעדליך ווי מ'האט געמיינט??

אדער האבן די א.ג. עסקנים פשוט אנגעפאנגן לייגן מער דרוק?...

חדשים » פרייטאג יוני 2, 2023 12:46 am

· #526923
פונקט געהערט פון אפאר חברים אז זיי האבן געטוישט פון משומר/גדר פילטער צו טעקלאק צוליב זייער שטרענגע צוגאנג צו AI.

kliger » פרייטאג יוני 2, 2023 2:45 am

· #526932
מאכט נישט די גאנצע איסור א רושם ווי מען באהאלט סודות׳פולע אינפארמאציע פון אונז?
וואס האט מען מורא? אז מען וועט וויסן אינפארמאציע? פארוואס לייגסטו נישט אריין א יסודות׳דיגע אמונה וואס איז שטארק פאר זיך?
קוקט עס נישט אויס ווי איינער באהאלט אן אנטלויף מאפע פון ארעסטאנטן אין תפיסה?
דאס איז א חילול השם צו זאגן אז אונז שטייען אויף פאפירענע יסודות.
ענדערש זאל מען לערנען מער יסודות הדת אזוי ווי מען לערנט מיט די בעלי תשובה וואס קומען שוין פון אלע עולם הזה און ווייסן שוין אסאך מער פון עניבאדי וואס גייט הערן AI אויפן פאון

אבטח ולא אפחד » פרייטאג יוני 2, 2023 10:51 am

· #526952
חדשים
פונקט געהערט פון אפאר חברים אז זיי האבן געטוישט פון משומר/גדר פילטער צו טעקלאק צוליב זייער שטרענגע צוגאנג צו AI.
ווער שטייט אונטער טעקלאק?

טראמפ...ייטער » פרייטאג יוני 2, 2023 11:12 am

· #526954
Schmoozer
looks like chat gpt wrote this letter
This was not written by AI , I can see this was written by someone who doesn't know English.... with a spelling checker

שלג זהב » פרייטאג יוני 2, 2023 1:16 pm

· #526973
Re: איסור אויף AI
אבטח ולא אפחד
חדשים
פונקט געהערט פון אפאר חברים אז זיי האבן געטוישט פון משומר/גדר פילטער צו טעקלאק צוליב זייער שטרענגע צוגאנג צו AI.
ווער שטייט אונטער טעקלאק?
דאכט זיך מיר אז די בערגערס פון לאנדאן.

פרנס החודש » פרייטאג יוני 2, 2023 5:52 pm

· #527009
Re: איסור אויף AI
די AI מערכה איז א גרויסע טיפשות, עס גייט זיכער חרוב מאכן זייער מערכה קעגן אינטערנעט.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 4, 2023 11:56 am

· #527058
פרנס החודש
די AI מערכה איז א גרויסע טיפשות, עס גייט זיכער חרוב מאכן זייער מערכה קעגן אינטערנעט.
כ’האב איין קשיא:
ווי איז די היתר צו וואוינען אין אזא פרוץ’דיגע געגענט ווי וויליאמסבורג?
די וואס וואוינען דארט זענען יא כשר לעדות?

חמלה גדולה » דינסטאג יוני 13, 2023 3:54 pm

· #528177

צקון לחש » מיטוואך יוני 14, 2023 9:12 am

· #528261
חמלה גדולה
דער איד איז מיינס א נאנטער,
שוין פון יונגווייז אהן געווען א מתמיד און פרום,
מקריב געווען אסאך פון זיך כדי צו זיין אפגעהיטן און קאממיטעד,
מוותר געווען אויף כל מיני הנאות און באקוועמליכקייט כדי מקיים צו זיין דעם שבתי בבית ה',
טאג איין טאג אויס שווימט ער אין דעם ים התלמוד מיט א פעסקייט, נישט אלעמאל איז עס גרינג, נישט אלעמאל איז עס געשמאק,
עס קומט זיך אים צו האבן א דעה,
צו אויפטרעטן פאר אן עולם,
צו אנטוהן דעם הוטל פון זיינע ראל מאדעלן, די פוסקים די צדיקים,
ס'איז געקומען זיין צייט,
און קיינער וועט דאס נישט אוועקנעמען פון אים,
ער האט נישט פארפאשטקעט זיינע יארן פאר גארנישט!

(לאו דוקא דער איד ממש, וואס איך קען גראדע נישט.)

זיינוועל » מיטוואך יוני 21, 2023 5:05 pm

· #529287
זאג מיר היינט איינער, אז די גאנצע איסור האט זיך אנגעהויבן, ווייל א זאלי האט געפרעגט פון עיאיי, ווער איז סאטמארער רב, און ס'האט געענטפערט; אהרן!

א גוט שבת » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:54 pm

· #536328
📎 1670984294263.jpegעי איי בילד

כרם זית » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:42 am

· #536353
האדמו''ר מסקווירל מיטן פעלץ.

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:15 pm

· #536415
חמלה גדולה
ער ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט מיינט ער אז קיינער ווייסט נישט
למעשה גיי איך מאכן א חברותא מיט מיין שווער אין עי. איי.

א גוט שבת » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:28 pm

· #536714
מרדכי מרדכי
חמלה גדולה
ער ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט מיינט ער אז קיינער ווייסט נישט
למעשה גיי איך מאכן א חברותא מיט מיין שווער אין עי. איי.
איינער מיט א וועב צומאכן עי איי בילדער?
שכח שוין פון פארהויס

מרדכי מרדכי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:17 am

· #536756
א גוט שבת
מרדכי מרדכי
חמלה גדולה
ער ווייסט נישט וויאזוי עס ארבעט מיינט ער אז קיינער ווייסט נישט
למעשה גיי איך מאכן א חברותא מיט מיין שווער אין עי. איי.
איינער מיט א וועב צומאכן עי איי בילדער?
שכח שוין פון פארהויס
פרוביר dalle 2
בלאט: 1 2 3