7 טעג א וואך
איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
טראמפ...ייטערס'איז טאקע יא איינע פון די גרעסטע ראיה'ס!איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
טראמפ...ייטערביסט פויל צו זוכן?איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
זיצערגוטע פוינט
בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער פותח וויל ברענגען א ראיה צו רעליגיע בכלל, אפי נניח אז עס איז באזירט אויף די ששת ימי בראשית און נישט פארקערט, איז דאס נישט קיין ראיה, סאיז סך הכול א סימבאל דערצי, אז דער וואס האט איינגעשטעלט די סדר האט געהאלטן אז סאיז געווען ימי בראשית.
צוזאמגעדרייט12 און 60 האבן לכאורה די זעלבע סיבה, ביידע צוטיילן זיך דאס מערסטע און גאנצע נומערן אונטער זיי.וואס איז די חשבון מיט 60?
שוין לאנג וואס עס גייט מיר אויף די נערווען.
אויך 12 אינטשעס. וואס דע העק!
טראמפ...ייטערדי קשיא איז אייגנטליך Huge! 😃איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
שארפןקאפער פרעגט וויבאלד מען זעהט נישט קיין נארמאלע סיבה פארוואס יונערווערסאל איז אנגענומען די 7 טעג. דארף עס באדייטן אויף עפעס.איך פאנג נישט אן צו פארשטיין די קשיא...
וואס האט די פאקט אז די וואך איז זיבן טעג צוטעון מיט צי עס איז אמת, ווייל די תורה זאגט עס איז דא א זון אין לבנה איז עס אמת?
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
מי אנידאס איז זייער מסתבר, נעמענדיג אין אכט אז די נעמען פון די טעג זענען טאקע באזירט דערויף, און אין געוויסע קולטורען האלטן עפעס אז די מזל האט שייכות צום טאג.אויף דעם זענען דא אנדערע הסברים ווי א סייקל פון ז׳ ימים נגד ז׳ כוכבי לכת
אלבערט איינשטייןאיה״נ. ובפרט אז ס׳דא עווידענס פאר די זיבן-טאג וואך אין יענע מדינות פאר די אויפשטייג און פארשפרייטונג פון נוצרות ואיסלם (וואס איסלם איז יא אָנגעקומען אין יענע ראיאן בהודו מיט בערך 900 יאר צוריק). די מהלך פון מאכן א זיבן טאג סייקל יום לכוכב מהז׳ כוכבי לכת וואס זיי האבן געקענט זעהן, און/אדער צוטיילן א חודש אין 4 לפי די 4 פעיזעס פון די לבנה בהילוכה בהחודש, שטימט יא. ואיה״נ אז זיבן טאג איז נישט פונקט א פערטל פונעם חודש, וממילא גייט עס מישט לויפן אין סינק, איז דאס אבער נאך גענוג מאסגעבענד אויף אוועק צושטעלן א סייקל מיט די נומער אלס א ״בערך״.די איינציגסטע נארמאלע הסבר איז וועגן דאס צוטיילן דעם חודש אין פיר. אבער דאס איז גאנץ שוואך וויבאלד עס קומט קיינמאל נישט אויס אז די וואכן זאלן לויפן אינאיינעם מיטן חודש.
איינער האט אנגעמערקט אז וועגן די אנפלוס פון קריסטן און איסלאם איז עס פארשפרייט געווארן יונערווערסאל. שטימט נישט מיט די ווייטע אזיע לענדער וואס האבן אויך די חשבון אבער מיט די צוויי פריער-דערמאנטע רעליגיעס גארנישט געהאט.
זיצערשוואך. ווייל עס איז גאנץ צושפרייט צווישן אסאך פארשינדענע קולטורן וואס האבן געלעבט אין אנדערע פלעצער און נישט געוואוסט איינער פונעם צווייטן. וואס האבן זיי אלע געמאכט פונקט האלטן אז מען ווען מאכן א סייקעל פון טעג לויט די מזלות און נישט לויט די פינגערס פון די הענט.מי אנידאס איז זייער מסתבר, נעמענדיג אין אכט אז די נעמען פון די טעג זענען טאקע באזירט דערויף, און אין געוויסע קולטורען האלטן עפעס אז די מזל האט שייכות צום טאג.אויף דעם זענען דא אנדערע הסברים ווי א סייקל פון ז׳ ימים נגד ז׳ כוכבי לכת
טראמפ...ייטעראין די גאנצע וועלט איז אנגענימען אז מען גייט אויפן פיס און נישט אויפן קאפ, איז דאס נישט א ראיה אויף אמיתת יאשקע פאנדריק?איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה