☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15943
בלאט: 1 2

ששון ושמחה » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:36 am

· #518248
הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
אין א דראמאטישע אינטערוויו איז דער בן זקונים פון אדמו''ר מוהרא''ש מברסלב ארויסגעקומען קעגן זיין אייגענעם טאטן, אויפדעקענדיג ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט אונטער פארמאכטע טירן און צו אים אליין.


https://www.israelhayom.co.il/magazine/shishabat/article/13783229
📎 IMG_20230309_084247_004.jpg

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:40 am

· #518251
כבודו של הרא״ש במקומו מונח אבער מוישי האט א קנאפע נאמנות, ביודעי ובמכירי

ששון ושמחה » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:42 am

· #518252
כלבאשבוע
כבודו של הרא״ש במקומו מונח אבער מוישי האט א קנאפע נאמנות, ביודעי ובמכירי
דערצייל

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:48 am

· #518254
פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער

ששון ושמחה » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 9:19 am

· #518255
כלבאשבוע
פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער
הייסט די שיסט דיין סטעיטמענט, און יעצט דארף איך טוהן האומווארק צו פארשטיין דיינע ווערטער?

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 9:48 am

· #518261
ששון ושמחה
כלבאשבוע
פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער
הייסט די שיסט דיין סטעיטמענט, און יעצט דארף איך טוהן האומווארק צו פארשטיין דיינע ווערטער?
כבין דא צו זאגן מיין מיינונג, כבין נישט דא אויסצופאקן ברבים וואס כווייס אבער אז די פרעגסט פרטים גיב כדיר איין מראה מקום

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 11:02 am

· #518271
נישטא קיין עקסטערע חידושים אינעם ארטיקל פאר ווער סקען די קאלט נאר אסאך ווייטאג פון מוישי, וועלמיר ווארטן אויף די סדרה צו זען צו מדעקט דארט יא אויף עפעס ניי

תרמב » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 5:00 pm

· #518296
עפעס גייט פאר אין ברסלב, יעדן צווייטן טאג א צווייטער, ממש א אונטערגאנג... יעדע משפיע טוט הטרדה מינית... די אייגענע קינדער באשולדיגן, איך זע דא פעטערן, דאס איז די דריטע ברסלבע משפיע וואס די קינדער באשולדיגן מיטן ערגסטן, קען זיין ס'איז דא נאך, אבער דריי ליגט מיר אין קאפ, אדער קען זיין עפעס טויג נישט ביי זיי אדער קען זיין אז דאס מסר'ן עלטערן איז א משוגעת וואס די ברסלב'ע האבן זיך לעצטנס אויסגעלערנט און מ'טוט זיך נאך איינע דעם צווייטן, און דאס מיינט אז מיט די צייט וועט זיך עס אריינכאפן ביי אנדערע חסידות'ן אויך, די דריטע מעגליכקייט וואס קען זיין איז וואס איך האלט אז דאס מאכט די מערסטע סענס איז אז ברסלב איז פשוט א גוטע פלאץ פאר קראנקע מוחות גרויס צו ווערן און אויסנוצן זייער שלעכטע נייגונגען, און דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די חסידות כשלעצמה און פאר אלע זייערע וואוילע אידן וואס שיצן זיך אונטער אירע פליגלען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:14 pm

· #518316
ווי ס'זעהט אויס האט הרב מוישי שיק בלי שום ספק אן אגענדא. אבער בתוך הדברים זאגט ער עפעס אמת.

ער באשולדיגט דאך נישט זיין טאטע דעם צדיק אין הטרדה מינית. זיין טענה איז נאר אז זיין טאטע האט גארנישט געטון מעניש צו זיין דעם וואס האט איהם מאלעסטעד. ער האט עס נאר געטרייט צו פארדעקן.

די איבעריגע זאכן זענען אלעס לופטיגע טענות. אבי גערעדט.

מתבודד » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:26 pm

· #518318
תרמב
אז ברסלב איז פשוט א גוטע פלאץ פאר קראנקע מוחות גרויס צו ווערן און אויסנוצן זייער שלעכטע נייגונגען, און דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די חסידות כשלעצמה און פאר אלע זייערע וואוילע אידן וואס שיצן זיך אונטער אירע פליגלען.
אדער איז פשוט ברסלב די איינציגסטע פלאץ ווי ס'דא פלאץ פאר א פשוט'ע מענטש גרויס צו ווערן. אין אנדערע פלעצער הרג'עט מען אפ א מענטש די רגע ער פאנגט אן ווערן גרויס.
חוץ מזה איז פשוט דא אין ברסלב 50 משפיעים מילא העט אייביג זיין דארט מער משוגע'נע מעשיות אויף די משפיעים...

אבער ס'ליגט טאקע א שטיקל אמת אין דעם אז וויבאלד יעדער קען ווערן גרויס אין ברסלב ווערן טאקע מענטשן משפיעים כאטש זיי זענען נישט ראוי (גראדע האלט איך נישט אז דאס איז די קעיס מיט מוהרא"ש זצ"ל), אבער כנ"ל איז דאס נאר וויבאלד מ'האט דארט בכלל די מעגליכקייט גרויס צו ווערן, און די ליכטיגע זייט דערפון איז פי כמה גרעסער ווי די טונקעלע. שטעל דיר נאר פאר הרה"צ רי"מ שכטר זאל ווען זיין א בעלזער, וואלט ער געווען עפעס אן אלטער מגי"ש אין ישיבה וואס וואלט איבערגעזאגט די תורות פונעם רבי'ן פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פאר א קופקע שוואנצאנים... אדער הרה"צ רי"מ מורגנשטערן אלס א סאטמארער חסיד וואלט געווען עפעס אן אפגעריסענע משפיע אין קווינס וועם קיינער וואלט נישט אנגעקוקט...

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 11, 2023 11:15 pm

· #518419
מתבודד
שטעל דיר נאר פאר הרה"צ רי"מ שכטר זאל ווען זיין א בעלזער, וואלט ער געווען עפעס אן אלטער מגי"ש אין ישיבה וואס וואלט איבערגעזאגט די תורות פונעם רבי'ן פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פאר א קופקע שוואנצאנים... אדער הרה"צ רי"מ מורגנשטערן אלס א סאטמארער חסיד וואלט געווען עפעס אן אפגעריסענע משפיע אין קווינס וועם קיינער וואלט נישט אנגעקוקט...
און די וועלט וואלט אסאך שענער אויסגעקוקט אזוי.

מתבודד » מוצ"ש מערץ 11, 2023 11:25 pm

· #518420
וואס איז ביי איינעם שיין איז ביי א צווייטן מיאוס וכן להיפוך. ודוק.

ליימדארפער » מוצ"ש מערץ 11, 2023 11:35 pm

· #518421
די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 12, 2023 1:25 am

· #518434
ליימדארפער
די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
דאס איז נישט מער ווי נארמאל.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע וואונדערליכע השגחה פרטית.

מתבודד » זונטאג מערץ 12, 2023 1:42 am

· #518435
דער בעש"ט האט נעבעך נישט זוכה געווען צו דעם מורא'דיגן השגחה פרטית. און אזוי אויך משה רבינו.
קען זיין ס'נאר געמאכט פאר ספעציעלע מיוחדים...

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 12, 2023 5:29 pm

· #518463
אַקין העלל! שטארקע אנטדעקונג און קודאס צו מושי פאר'ן שערן. כמעט יעדע פאראגראף זאגט עפעס פראָפאונד און לאזט איבער א שטארקען רושם. כ'קען נישט ווארטן פאר די סדרה.
מוישי: "יומיים לאחר פטירת אבי קיבלתי טלפון מאחד ממקורביו, שאמר לי 'יש לי הקלטה שבה שומעים את אביך מדבר נגדך. או שההקלטה תתפרסם - או שתיקח מיליון דולר ותעזוב'. אמרתי לו 'שכחת עם מי אתה מדבר. שם המשפחה שלי הוא שיק, ועל שיק לא מאיימים. תצטרך להרוג אותי'.
המטרה העיקרית בחיים שלי, כרגע, היא להוציא לאור את האמת. לספר מה בדיוק קרה ולטהר את שמי. אני לא אעצור גם אם אצטרך לעשות זאת בזחילה על הרצפה. האמת תנצח".
👍

שכוח ששון פאר'ן שערן.

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 12, 2023 5:42 pm

· #518465
שמעון וואלף
ליימדארפער
די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
דאס איז נישט מער ווי נארמאל.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע וואונדערליכע השגחה פרטית.
"איינס אין טויזנט", ס'קען אפילו זיין נאכווייניגער, אויב צווישן די אנהענגער זענען אין אמת'ן אריין דא אפאר אירע וואס זענען אלעמאל געווען אפי' מער ראוי פונעם טאטן.. דאן איז הרב שיק אליינס אן איינס פון טויזנט אויך נישט געווען.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 12, 2023 7:03 pm

· #518471
איך קען דיר העלפן עס אריינשטופן אין קאפ, די נקודת המחלוקת איז אלץ וואס איז די ציהל פונם אזויגערופענעם מנהיג. אויב די ציהל פון א מנהיג איז צו ציען דעם יוגנט צו עקסטרעמיזם, self-denial, און מזוכיזם דאן ביזטו גערעכט, זאל מען אויסוועלן אזא איינעם וואס טונקט זיך אין סיגופים און נזירות ביז איבער'ן נאז און האט נאך קיין גוטן גשמיות'דיגן טאג אין זיין לעבן געזעהן, אזא איינער וואס האט אזוי פיינט דאס מענטשליכן מין אז ער ווערט טריגערט פון א פשוט'ן שטיקל סטעיק, און ער זאל פירן די גאנצע סטאדע אין תהום אריין. אויב אבער איז די ציהל פון א "מנהיג" פשוט צאמצוהאלטן די קהילה און עס פארטרעטן ביי ציבורישע מעמדים א.א.וו. דאן איז נישט מער ווי רעכט אויסצואוועלן אזא איינעם וואס האט די מערסטע אינסענטיוו זיכער צו מאכן אז ער גיבט עס ווייטער איבער פאר'ן נעקסטן דור אין כאטש נישט אין אן ערגערן צושטאנד ווי ווען ער האט עס באקומען, דערפאר וועלט מען אויס איינער וואס אין די קהילה שטעקט דעם גוטן נאמען פון זיין טאטע און זיידע, ער מאכט א גרויס טייל פון זיין פרנסה פון די ריעל עסטעיט פון די קהילה, זיינע קינדער און איידעמער זענען אלע איינגעשטעלט אין די קהילה, און אין די קהילה זעהט ער די פינאנציעלע עתיד פון זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות.

ליימדארפער » זונטאג מערץ 12, 2023 8:20 pm

· #518477
איך האב דעם געשיכטע שוין געזען אויף יוטוב אפאר יאר צוריק. וואס איז יעצט ווידער געשען?
איך זע נישט קיין חידושים צו פרישע אויפדעקונג.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 12, 2023 8:27 pm

· #518479
[ציטאט אראפגענומען]
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך 😃 ), קוק אבער אויף די פראדוקטן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 12, 2023 8:30 pm

· #518481
[ציטאט אראפגענומען]
מארגנשטערן האלט נאכנישט ביים צווייטן דור, צבי מאיר האלט שוין טיעף אינמיטן און מ'זעהט שוין די זויערע פירות, און וואס איז מיט ר' מאטל זילבער? אין מיינע צייטן האט ער שוין געהאלטן ביים דריטן דור...

מתבודד » זונטאג מערץ 12, 2023 8:33 pm

· #518482
רביה''ק זי''ע
[ציטאט אראפגענומען]
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך 😃 ), קוק אבער אויף די פראדוקן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.
ביסט דאך אזא לץ. ווערט קומט אן צו די אלע משפיעים (סגפנים כלשונך)? די זענען דאך נאר אזעלכע וואס פאלן ארויס פון די סיסטעמאטישע גאלדענע בעקישע פירערשאפט!

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 12, 2023 8:40 pm

· #518483
וואס הייסט ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם? ווען דו האסט זיך געדרייט ביי די כהניסטן ביזטו אויך געווען "ארויסגעפאלן"? האק נישט אין טשייניק, די וואס פאלן ארויס פון די סיסטעם גייען צו אנדערע סארטן משפיעים, א שטייגער ווי דשאו ראוגען און סעם הערריס, פארקערט, די וואס בלייבן יא אינעם סיסטעם נאר זייער טיפש-עשרה בלוט קאכט אביסל טרעפן זיך אן ביי די אלע מאדנע ברואים, שפעטער ווען זיי ווערן מעטשור גייען טאקע רוב צוריק צום גאלדענעם בעקיטשע און לאזן זיך אפ פון די פאנטאזיעס. באמת איז דאס שוין אן אויסגעדראשענע נושא, קוק דא, אבער שוין, חזרה איז אלץ א גוטע זאך האט דער רבי אין חדר געזאגט.

בעל אחריות » זונטאג מערץ 12, 2023 9:15 pm

· #518486
רביה''ק זי''ע
[ציטאט אראפגענומען]
קוואליפיצירט מדריך צו זיין זענען ביידע נישט, נישט די קינדער און נישט די סגפנים (נאך איך 😃 ), קוק אבער אויף די פראדוקן וועסטו זעהן אז די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א קהילה וואו א סטאבילער מענטש מיט א גאלדענעם בעקיטשע און שיינע שטריימל זיצט אויבנאן זענען געווענליך מער down to earth, זענען מער מצליח אין ביזנעס, און ענדשויען מער זייער לעבן בכלליות. משא"כ די וואס וואקסן אויף ביי די אומסטאבילע סגפנים זאל נישט אויסגערעדט זיין, האבן נישט דעם וועלט און אוודאי נישט יענע וועלט.
אזוי ווי קרן זוית זאגט שוין, די שאלה איז אויב עס זענען נישט דא מענטשן וואס זענען סיי ערליכער און מער אויסגעארבעט ווי די "קינדער" און סיי מער נארמאל און down to earth ווי די "סגפנים", לכאורה יא.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 12, 2023 9:59 pm

· #518488
אוודאי זענען דא ערנסטע מענטשן צום זאך ביי חסידים אויך, פונקט לעצטע וואך האט מיך איינער געזאגט אז ס'איז איהם אויסגעקומען צו רעדן צו איינער איתמר גינזבורג און ער איז נתפעל געווארן צו הערן א חסיד רעדן אזוי צום זאך, אבער וויפיל פון דיזע מענטשן זענען דא צו וועם יעדעס טיענעידשער האט עקסעס און קען זיך אנזאפן מיט עפעס זאכליך? אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס טוט זיך אן אנלויפעניש פון dark web intellectuals ווי מ'רופט זיי, משפיעים און משפיעות, פאדקעסטערס און בלאגערס, פראפעסארן און גורוס, וואס קומען רעגלמעסיג ארויס צום ציבור אין זייערע יוטיוב טשאנעלס און פאדקעסטס א.ד.ג. און זענען מדריך דעם עולם את המעשה אשר יעשון אין מענטשליכקייט, פינאנץ, רילעישנשיפס, ספיריטשואליטי, וכו' און טיילן אינפארמאציע אין פסיכאלאגיע, היסטאריע, פילאזאפיע, וויסנשאפט, און וואס נישט, וועם קען מען גיין אויסהערן אין די חסידישע גאס? אין מיינע צייטן זענען נאר געוועהן מער ווייניגער די צוויי אפציעס, מעגליך אז היינט איז טאקע אנדערש. ❓

ליימדארפער » זונטאג מערץ 12, 2023 10:24 pm

· #518489
אין עוד מלבדו...
דזשאסט היינט האב איך געזאגט מיינע קינדער, א כלל אין מקבל מרות זיין.
מענדעלע פון בני ברק - האב איך זיי פארציילט - האט א אנהענגער וואס האט מיר אזוי געזאגט;
וואס לויפסטו עהם נאך - פרעג איך יענעם?
ווייל ער לעקט מיך... לעק איך עהם...
- האט ער מיר פארענטפערט.....

אט אזוי קינדערלעך - זאג איך - ווער ס'לעקט, לעקט מען עהם... ווער יענער הערט אויף לעקן, סטאפ זאפארט...

ליימדארפער » זונטאג מערץ 12, 2023 10:40 pm

· #518490
אגב, ער האט געזאגט מהרא''ש אז ווער ס'וועט אויסזאגן תהילים ביי זיין קבר וועט יענער זאפארט טרעפן זיין זיווג.
איך וויל טרעפן ווער ס'איז '''נישט''' געהאלפן געווארן...

ווייל, כ'וויל יענעם זאגן, אז ווער ס'האט יא געטראפן, האט עס אויך נישט מיט דעם קבר, נאר מיט מזל.

פרנס החודש » מאנטאג מערץ 13, 2023 12:45 pm

· #518517
Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
ליימדארפער
אין עוד מלבדו...
דזשאסט היינט האב איך געזאגט מיינע קינדער, א כלל אין מקבל מרות זיין.
מענדעלע פון בני ברק - האב איך זיי פארציילט - האט א אנהענגער וואס האט מיר אזוי געזאגט;
וואס לויפסטו עהם נאך - פרעג איך יענעם?
ווייל ער לעקט מיך... לעק איך עהם...
- האט ער מיר פארענטפערט.....

אט אזוי קינדערלעך - זאג איך - ווער ס'לעקט, לעקט מען עהם... ווער יענער הערט אויף לעקן, סטאפ זאפארט...
אויך מעג מען האבן שכל און פארשטיין אז ווען איינער לעקט צופיל, ענדיגט זיך עס אלץ מיט בייסן.

טאמבל סאס » מאנטאג מערץ 13, 2023 3:26 pm

· #518524
Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
ענד דזשאסט טו טשעק: איז יואלי ראטה זיינס א תלמיד אדער דולג בשיטתו?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

ליימדארפער » מאנטאג מערץ 13, 2023 3:26 pm

· #518525
פרנס החודש
ליימדארפער
אין עוד מלבדו...
דזשאסט היינט האב איך געזאגט מיינע קינדער, א כלל אין מקבל מרות זיין.
מענדעלע פון בני ברק - האב איך זיי פארציילט - האט א אנהענגער וואס האט מיר אזוי געזאגט;
וואס לויפסטו עהם נאך - פרעג איך יענעם?
ווייל ער לעקט מיך... לעק איך עהם...
- האט ער מיר פארענטפערט.....

אט אזוי קינדערלעך - זאג איך - ווער ס'לעקט, לעקט מען עהם... ווער יענער הערט אויף לעקן, סטאפ זאפארט...
אויך מעג מען האבן שכל און פארשטיין אז ווען איינער לעקט צופיל, ענדיגט זיך עס אלץ מיט בייסן.
אויך אמת. ממילא הערום יעשה בדעת. דערפאר האט מען דעם געהירן קעסטל אויפ'ן האלדז, אז ווען מ'פאלט אריין ערגעץ וואס איז ענליך צו די נפשות כאפער, וואס אין הכי נמי יענע קענען גוט די מלאכה פון מוח וואשן, אבער ס'איז נאכאלץ דא די נאטור אין מוח פון א מענטש, צו שמעקן וואס איז גוט פאר עהם - אין יעדע מצב, און נעמן דאס בעסטע וואס איז שייך אין יענע מצב. [אויב ס'איז טאקע אזוי געפערליך אז מ'האלט ביי דעם אז דער לעקער ווערט א בייסער...]

מרדכי מרדכי » מאנטאג מערץ 13, 2023 4:00 pm

· #518526
טאמבל סאס
ענד דזשאסט טו טשעק: איז יואלי ראטה זיינס א תלמיד אדער דולג בשיטתו?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ר' יואלי ראטה איז א תלמיד פון מוהרא"ש

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 14, 2023 5:07 am

· #518589
Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
אגב, ביטע קיפן אין מיינד אז דאס איז אויך א שמוץ אויף סאטמער ווייל ער איז ס"ה זייערס א פרי. דאס אז ער איז אוועק פון דארטן מיינט נישט אז די פארבליבענע מנהיגים זענען נישט אזעלכע אדער נאך ערגערע פראים ווי אים. עס מיינט נאר אז ער האט געזוכט ווייניגער קאמפעטישן איז ער ארויס; אדער איז ער נישט געווען גענוג פרא פון א אדם צו מצליח זיין צו ווערן א מנהיג אין סאטמאר.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

פנחסבןאלעזר » דינסטאג מערץ 14, 2023 11:36 am

· #518601
ליינענדיג זיינע באשולדיגען טראכט איך מיר, דער ר' משה שלאגט זיך פאר בעלות איבער יבניאל, ווען ער זאל ווערען דער ממשיך, וואלט ער זיך געפירט פונקט ווי זיין טאטע. אויב אזוי, וואס איז דער גרויסע אלארם זיינע? זיין טאטע האט געשלאגען מורדים, און לוחם געוועהן קעגען די וואס האבען אים געשטערט, משתיק געוועהן מאלעסטירטע, דאס איז אלעס סטאנדארטע הנהגות פין אלע חריידישע מנהיגים. מיט איין זאך איז ער געוועהן אייגענארטיג, ער האט זיך איינגערעדט ער האט א פתרון פאר אלע פראבלעמען, און עס געדריקט. אלע מנהיגים רעדען זיך איין זיי פארשטייען און קענען לעזען אלע פראבלעמען, אבער זיי דריקען נישט די נארישע בויכוויי. ער האט יא געדריגט אלעס, און מפיץ געוועהן. נישט צו זאגען, אין זיינע קונטרסים זענען דא אסאך פערל ווערטער און גוטע עצות. און דא קומט אריין ר' יואלי ראטה. ער גייט אין דער מהלך, רעדט זיך איין אז אלע פראבלעמען קען ער לעזען.

און אסאך מאהל האב איך דער הרגשה. ביי אונז רעדט מען נישט די אלע זאכען וואס יואלי ראטה רעדט וועגען, ווי צ.ב.ש. אריין געבען מוט און קוראדזש אין די בחורים און מיידלעך אז זיי קענען פירען א שטוב, קענען ברענגען פרנסה. צו ער זאגט אמת'ע זאכען צו נישט? מן הסתם נישט, אבער מוט אין קוראדזש גיבט ער זיכער אריין, ממילא העלפט עס.

וואס דער מהראש האט געטוהן מיט אפאר פרענקען, טוט יואלי ראטה מיט אונזערע שוואכערע מוחות, וואס אונז ווארפען אוועק פיקט ער אויף, און הייבט זיי, און ברענגט אריין א רוח החיים. קען מען דאס קריטיקירען אלץ א קולט? מען קען. אבער וואס איז בעסער פאר זיי, זיי זאלען בלייבען ביי אונז אויף די פרינדזעס, אדער ביי אים אויף דער פעדעסטעל?

זאל מיר מוחל זיין דער בנש"ק'ל, אבער זיין טאטע האט מער אויפגעטוהן פין אים. מיט זיין גזענות כעס און אלע מדות מגונות וואס ער שרייבט, האט ער אויפגעשטעלט עפעס, איבערגלאזט עפעס. דער בנש"ק'ל לאזט גארנישט איבער חוץ א וועלט מיט טענות און השמצות.

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 15, 2023 7:12 am

· #518656
עמיצער ווייסט אויב דער ארטיקל איז/וועט ערשינען/ערשיינען איבערגעטייטשט צו ענגליש?

טאמבל סאס » מיטוואך מערץ 15, 2023 7:28 am

· #518657
פנחסבןאלעזר
ווען ער זאל ווערען דער ממשיך, וואלט ער זיך געפירט פונקט ווי זיין טאטע.
ס'קוקט נישט אויס אזוי. זעה ווי ער שרייבט:
מושי שיק
"בתלמוד התורה הילדים היו צועקים לי ברסלב משיגינע, התביישתי בפעילות של אבי שלא היתה מקובלת.

"לא אשכח את תפילת ראש השנה באומן. ילד שזוכה לראות את האלפים עוברים בשורה אצל אבי, מנשקים את ידו ביראת כבוד. זה היה מחזה מרשים מאוד. אבל כשחזרנו הביתה לדירה והיינו רק שנינו, הוא לקח סבון, שטף היטב את ידיו ואמר: 'אני מקווה שהפרענקים לא הדביקו אותי באיידס'. את יודעת מה זה עושה למוח שלי? מה קורה כאן?".
קענטליך אז ער האט שוין געפיהלט אפשיי צו געוויסע פון זיין טאטנ'ס התנהגותער, אלס קינד.

אבער איך וויל ווייזן אז דיין תגובה פארמאגט אין זיך עלעמענטן פון מאנופולאציע.. דו הויבסט אן:
פנחסבןאלעזר
אויב אזוי, וואס איז דער גרויסע אלארם זיינע? זיין טאטע האט געשלאגען מורדים, און לוחם געוועהן קעגען די וואס האבען אים געשטערט, משתיק געוועהן מאלעסטירטע, דאס איז אלעס סטאנדארטע הנהגות פין אלע חריידישע מנהיגים. מיט איין זאך איז ער געוועהן אייגענארטיג, ער האט זיך איינגערעדט ער האט א פתרון פאר אלע פראבלעמען, און עס געדריקט. אלע מנהיגים רעדען זיך איין זיי פארשטייען און קענען לעזען אלע פראבלעמען, אבער זיי דריקען נישט די נארישע בויכוויי. ער האט יא געדריגט אלעס, און מפיץ געוועהן.
זיך מאכענדיג ווי דו אפפראווסט נישט. אבער נאכדעם ריקסטו אריין אזעלכע סטעיטמענטס ווי:
פנחסבןאלעזר
נישט צו זאגען, אין זיינע קונטרסים זענען דא אסאך פערל ווערטער און גוטע עצות.
און די זעלבע מיט יואלי ראטה. דו הויבסט אן:
פנחסבןאלעזר
און דא קומט אריין ר' יואלי ראטה. ער גייט אין דער מהלך, רעדט זיך איין אז אלע פראבלעמען קען ער לעזען.
אבער דו ענדיגסט:
פנחסבןאלעזר
און אסאך מאהל האב איך דער הרגשה. ביי אונז רעדט מען נישט די אלע זאכען וואס יואלי ראטה רעדט וועגען, ווי צ.ב.ש. אריין געבען מוט און קוראדזש אין די בחורים און מיידלעך אז זיי קענען פירען א שטוב, קענען ברענגען פרנסה. צו ער זאגט אמת'ע זאכען צו נישט? מן הסתם נישט, אבער מוט אין קוראדזש גיבט ער זיכער אריין, ממילא העלפט עס.
נאכדעם ווייטער, חוזר לראש, דרייט ווידער אויס דעם דאשיק:
פנחסבןאלעזר
וואס דער מהראש האט געטוהן מיט אפאר פרענקען, טוט יואלי ראטה מיט אונזערע שוואכערע מוחות, וואס אונז ווארפען אוועק פיקט ער אויף, און הייבט זיי, און ברענגט אריין א רוח החיים. קען מען דאס קריטיקירען אלץ א קולט? מען קען.
און דאן, עוד הפעם מיט די שבחים:
פנחסבןאלעזר
אבער וואס איז בעסער פאר זיי, זיי זאלען בלייבען ביי אונז אויף די פרינדזעס, אדער ביי אים אויף דער פעדעסטעל?

זאל מיר מוחל זיין דער בנש"ק'ל, אבער זיין טאטע האט מער אויפגעטוהן פין אים. מיט זיין גזענות כעס און אלע מדות מגונות וואס ער שרייבט, האט ער אויפגעשטעלט עפעס, איבערגלאזט עפעס. דער בנש"ק'ל לאזט גארנישט איבער חוץ א וועלט מיט טענות און השמצות.
אלזא, א גראדער מענטש זאל אובבאכט געבן ווי אזוי ער ווערט נשפע פון דיינע ווערטער.. אפגעזען וואס דו האלטסט באמת, טוט א פתלתול'דיגע גערעדאכץ נישט ארבעטן EITHER WAY. שוין, גענוג גערעדט.

פנחסבןאלעזר » מיטוואך מערץ 15, 2023 1:59 pm

· #518667
ווען איך זאל וויסן וואס איך האלט וואלט גוט געוועהן.
עס איז גארנישט ראנג ארויס צוברענגען צוויי זאכן פין א מטבע. נישט אלעס איז בלעק און ווייט.

און דער זוהן פייט זיך אויך דער בעלות פין פארשידענע זאכען אין יבניאל, ווי עס שטייט דארט אין דער ארטיקל, שמע מינה ער וויל אויך זיין דער רבי פין די פרענקען. און זאל ער פרובירן איינרעדען א צווייטער אז ער וועט מאכן סדר מיט דער מאלעסטערס.

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 7:46 am

· #518732

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 10:16 am

· #518746
נאכן זענען די ערשטע עפיזאוד, קוקט מיר אויס אז דער מוישי איז א געלטגייציגער וואס שרייט מיר קומט אלעס. ענק זענען מיינס ווייל איך בין בעסער פון ענק.

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 7:25 pm

· #518782
גם אני מצטרף להנ"ל.

ביים זעהן די אנפאנג וואו ער פארציילט וועגן די שלעגערייען ביי זיין טאטע'ס לווייה האב איך נישט געקענט כאפן וואו ער צילט צו (איך האב נישט געוואוסט וואס יהורם ווייסט וועגן די לווייה). יעצט שטימט שוין.

איך פרוביר צו טראכטן וואס אן אבדזשעקטיווער קוקער פון די סעריעס דארף טראכטן. וואס וויל מוישי אחוץ געלט און פאוער?

---

דאס נעמט נישט אוועק פון די חסרונות און פראבלעמען פון מוהרא"ש.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 8:03 pm

· #518784
אינגערמאנטשיקל
וואס וויל מוישי אחוץ געלט און פאוער?
געלט פאוער און עהרע

אין ארץ ישראל איז באקאנט די שלושת הכ"פים של מיקי זוהר
כח
כסף
כבוד

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 10:42 pm

· #518796
איך ווייס נישט קלאר איין זאך. וויאזוי האט מוישי געהארגעט די טאטע?
וואס עפעס איז ער א רוצח?
עפעס פעלט דא...

אבער איך האב שוין דעם געשיכטע געדעקט - מיט אסאך מער דעטאלן, זעקס יאר צוריק, ביי די אמנון לוי סעריע 'פנים אמיתיות'.
אינטערעסאנט דער עולם מיינט אז ס'איז פרישע נייעס.

https://www.youtube.com/watch?v=wV-ZEkTe6-U

כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 6:58 am

· #519469

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 9:46 pm

· #519533
האט איינער געטוישט זיין מיינונג, נאכ'ן וואטשען פרק ב' ?

סמבטיון » דאנערשטאג מערץ 23, 2023 10:41 pm

· #519538
יא, שרעקליך, עס קומט מיר צו וויינען.

נחום הסופר » דינסטאג מערץ 28, 2023 12:15 pm

· #519861
רוב זאכן איז שוין געווארן געלופטערט ביי פריערדיגע טיווי דאקומענטריס איבער מהרא"שיק און יבניאל (חתן מאכן יונג, גרויסמאכן דעם צדיק, וגו'), פאר מיר איז נישט געווען קיין עכטע נייע חידושים, אויסער אז מוישעלע באשמוצט זיין טאטן און זאגט אז ער איז געווען קראנק בנפש, אבער דאס קען אויך שטאמען פון ריין נקמה אדער שגעון, יו נעים איט

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 28, 2023 12:31 pm

· #519862
אדער ריין חרטה?

ליימדארפער » מיטוואך מערץ 29, 2023 7:08 am

· #519968
[ציטאט אראפגענומען]
די ענטפער איז...
אשרי יולדתו....

כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 29, 2023 2:24 pm

· #520007

כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 29, 2023 3:29 pm

· #520016
אינעם לעצטן פרק באשולדיגט מוישי אז ערלויער רבס זון וואס איז ממש יעצט אוועק האט אים מאלעסטעט
📎 IMG_4949.JPG

סמבטיון » מיטוואך מערץ 29, 2023 4:40 pm

· #520020
און דו פיהלסט פאר וויכטיג עס ארויפצושטעלן דא ברבים פאר האסט געמאכט עני ריסערטש? און אז ער איז שוין א שוכן עפר איז עס דאך ממש א מחיה , ער קען דיר דאך מער נישט אפפרעגען.
בלאט: 1 2