☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15943
בלאט: 1 2

ליימדארפער » מיטוואך מערץ 29, 2023 7:49 pm

· #520035
יעצט נאכן ענדיגן די דריטע חלק, זאג איך קודם כל איין סטעיטמענט;
אז מהרא''ש איז געווען לא בסדר, דאס האבן אלע געוואוסט, אבער צו מוישי איז טאקע אזוי משלנו שווה בשווה, דאס דארף מען זיך איבערצייגן.
ווייל, נאכאלץ ווי ער האלטן דעם שטריק פון די פירערשאפט, און לאזט נישט נאך די עבר, צו לעבן א איינפאכע לעבן.

אבער כ'פארשטיי גוט די רציחה וואס מ'רעדט יעצט. ווי מ'זאגט; ער האט פיין מסדר געווען... עודו בחיים, ובמותו לא פסק...

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 4:59 am

· #520078
אוי געוואלד ווי הייב איך אהן.

סאוי מצד אחד ווען מען באטראכט מושי'ן באמערקט מען עפעס דיסטוירבינג. די וועג ווי אזוי ער רעדט און סאם פון זיינע רעאקציעס דערמאנען א טיפיקעל פסיכאפאט. און ס'קען זיין אז דאס טוט פשוט טייפּיפייען די כאראקטערס פון אונזערע, חרדישע פירער, וואס ער וואלט דאך פשוט געווען אזאנס ווען נישט דער פאָללאַוט.

וואס אן אמת אבער, מצד שני, מיין איך אז ער איז וואס אמאל גערעכט בטענתו און אויך א גיבור אדיר אזוי ארויסצוקומען מיט'ן אמת אפילו אויב ס'פארשעמט אים מיט זיין טאטן אזוי, און זיך נאך שלאגן דערמיט און נישט זיך אפוואשן די הענט און זיך גיין לעבן א שטילע חיים טובים. (און אפשר דאס צו דורכטראגן דארף מען האבן א שטיקל פסיכאפאטישע קאפ..)

צו מיין ערשטע מבט, למשל ווען ער רעדט פון זיך וואספארא גוטע פאנדרעיזער ער איז און דער קאלטקייט מיט וואס ער באציהט זיך צו דעם מושג פון אויסנוצן תמימות'דיגע מענטשנ'ס גלויבונגען כדי צומאכן געלט אויף זיי, אדער די פלעצער אין די ראיון ווי מען זעהט אז זיין עיקר רוגזא איז בשייכות צו די געלט עניניים, אז "אלעס קומט זיך עמ'ען ווייל ער האט דאס אויפגעבויעט צוזאמען מיט זיין טאטע די אלע יארן. דארט הערט ער זיך ווי א קאלטער, מגושם'דיגער, אומגלויביגער ביזנעסמאן וואס רייט אויף זיינע חסידים און באטראכט זיי ווי פלעינע בהמות און געלט-קיען. נו, קען מען פון דעם נעמען א מה-מצינו אויף אלע רעבעס. אז אלע זענען ווי זיין טאטע און זייערע קינדער ווי אים. אויכעט זאל קיינער נישט האבן קיין האפענונגען אויף די עתיד, ווייל די קינדער פארדארבן נאר, ווערן נאר ערגער.

איך וועל שפעטער רעדן וועגן מיין מבט שני און וועגן זיין טאטע אליינס.

דרך אגב, איך ווייס נישט צו איינער האט באמערקט אבער מיקי, אין חלק 3, טוהט עפעס מרמז זיין אז מוהראש אליינס האט איר גערעיפּט. ווען זי זאגט: א קליינע מיידל אויסגעשפרייט [אויף די קאונטער] אין די מטבח, און א גבר וואס מיינט ער איז גאט אליינס. שרעקעדיג! בררר. :געוואלד: :אומגלויבליך: ס'איז נישט קלאר אז זי מיינט זיכער דאס אבער ס'איז יתכן אז זי האט ספעציעל עס געלאזט נאר פאלן בדרך רמיזה ווייל זי ציטערט פון די קאנסעקווענצן אויב פארציילט זי קלאר. אז די ברסלבע מלאכי חבלה וועל איר טייטן ווי דעם טולידנו.

ליימדארפער » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 8:15 am

· #520082
עס שטונקט פון קאפ...
ספעציעל אז מוהרא''ש האט נישט געהאט קיין ווייב דעם משך זמן, האט ער דאך געהאט גענוג ממלא מקומות'צעס... לאגורי בעיני דשיטנא.

מיט א ביטערע געלעכטער קלער איך מיר.
ווען וועט די זון פון יואלי ראטה מאכן אזא טיווי דאקאמענטארי....

טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 30, 2023 4:57 pm

· #520149
Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
ליימדארפער
איך ווייס נישט קלאר איין זאך. וויאזוי האט מוישי געהארגעט די טאטע?
וואס עפעס איז ער א רוצח?
עפעס פעלט דא...

אבער איך האב שוין דעם געשיכטע געדעקט - מיט אסאך מער דעטאלן, זעקס יאר צוריק, ביי די אמנון לוי סעריע 'פנים אמיתיות'.
אינטערעסאנט דער עולם מיינט אז ס'איז פרישע נייעס.

https://www.youtube.com/watch?v=wV-ZEkTe6-U
כהאב מיך געהאלטן ביי די זייטן ווי דער תמימותדיגע אידל איז מסביר אז מוהראש האט מחליט געווען זיך צו באזעצן אין יבנאל ווייל ער האט געזעהן אין תהילים תיקון חצות, אין די ווערטער 'בא יבוא ברנה נשא אלמתיו', די אותיות 'יבנאל'. פארוואס ער האט נישט געזעהן די אותיות 'תל אביב' ווייס איך נישט..


Sent from my SM-G973F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 31, 2023 12:58 pm

· #520239
[ציטאט אראפגענומען]
קאמ-אן, זי נוצט דעם אויסדרוק אין איין זאץ צוזאמען מיט איר דיסקרופציע ווי אזוי זי זעהט אויס יענע מאמענט, בשעתן ווערן גערעיפט. זי דיסקרייבט זיך לנגד פון דעם אביוזער אין איין אטעם.. דו קענסט נאך א מענטש דארט וועם זי זאל וועלן דעסקרייבן מיט דעם טוירם?
[ציטאט אראפגענומען]
פון דא איז נישט קיין ראיה ווייל ווי זי פארציילט איז זי פארגוואלדיגט געווארן נישט איינמאל און דורך אסאך פארגוואלדיגערס.

נאר אויב שטימט עס נישט איז עס פון אן אנדער ארט: וואו זי וואונדערט זיך אויב מוהראש האט געוואוסט אז זי פלעג פארגוואלדיגט ווערן [רעגולערלי] און זי קומט צום מסקנה אז ער האט געמוזט וויסן. נאר אפילו פון דא איז נאך אויך נישט קיין אפפרעג ווייל ס'קען זיין אז צווישן זי און מוהראש איז עס טאקע נישט געווען קיין אונס נאר ברצון, בשעת מעשה. נאר שפעטער נאכ'ן איינזעהן אז אלצדינג וואס זי האט געליטן איז געווען בעצם צוליב אים און זיינע קאפריזן האט זי אים פיינט באקומען און במילא למפרע שוין אויך געזעהן דעם אפפעיר דארט אין די קיטשען צווישן זי און מוהראש, אלס האבענדיג געווען נישט מער ווי דאס - עקספלויטעישן.

מתבודד » פרייטאג מערץ 31, 2023 1:12 pm

· #520245
די באשאפסט יעצט א בילבול אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט, אויף א זאך וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט. און היינט זאגט מען ווען ס'געשעט. ס'איז אין מיינע אויגן א שרעקליכע זאך צו טון אויף א מענטש וואס קיינער איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא באשולדיגונג.

אז די ווילסט דווקא פלאפלען פאנג אן מיט א ריזיגע דיסקלעימער אז דאס איז ריין דיינע דמיונות...

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 31, 2023 1:35 pm

· #520248
מתבודד
די באשאפסט יעצט א בילבול אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט, אויף א זאך וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט. און היינט זאגט מען ווען ס'געשעט. ס'איז אין מיינע אויגן א שרעקליכע זאך צו טון אויף א מענטש וואס קיינער איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא באשולדיגונג.

אז די ווילסט דווקא פלאפלען פאנג אן מיט א ריזיגע דיסקלעימער אז דאס איז ריין דיינע דמיונות...
זי זאגט זי איז געווען דאן 'מופשט על שלחן המטבח'. דאס זאגט זי

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 31, 2023 1:41 pm

· #520249
מתבודד
די באשאפסט יעצט א בילבול אויף א מענטש וואס לעבט שוין נישט, אויף א זאך וואס קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט. און היינט זאגט מען ווען ס'געשעט. ס'איז אין מיינע אויגן א שרעקליכע זאך צו טון אויף א מענטש וואס קיינער איז נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא באשולדיגונג.

אז די ווילסט דווקא פלאפלען פאנג אן מיט א ריזיגע דיסקלעימער אז דאס איז ריין דיינע דמיונות...
"היינט זאגט מען ווען ס'געשעהט?" רילי?? וואט דע פ...? ווילאנג צוריק איז חיים וואלדער, משי זהב און די גאנצע מי טו מאוומענט געווען?

דאס איז קלאר פאר יעדער וואס קען לייענען אביסל באדי לענגוויטש, ווען מען באטראכט דעם מוהראש אין ווידעאוס און פיקטשערס קען מען זעהן אז מען האנדלט דא פון אן אומקאנטראלירבארער, ווילדער מדבר-מאַן. א מענטש מיט א טעמפער פון א שבת קעסל און א עקסטערע פּאָרשן גוף וואס ליידער פארערגערט נאר די מצב פאר'ן וויקטעם ווען דער נשמה וויטיהין איט פארלירט נעבעך קאנטראל אויף א וויילע.

פון די גאנץ-פריע ווידעאוס ווי ער פוינט מיט זיין גראבע דיקע פינגער על פני כיכר הירדן, אנקומענדיג צו יבנאל, און וועיווט איר ווילד האריזאנטאלי, לינקס-צו-רעכטס און צוריק, און דערקלערט מיט פאטאס, ווען זיין גאנצע געבוי שאקלט זיך מיט, פאר די צוויי און-אהאלב מענטשן ארום אים, דאס אלצדינג וועט איין טאג געהערן פאר אים ביז די לעצטיגערע ווידעאוס ווי ער שאקלט און וואקלט זיך אויף זיין גראבע אחשוורוש בענקל מיט א פּאַטעטהיק און היי-פּיטשד געוויין פון אן אייזל, פיהל מיט סעלף-פּיטי, ווי שטארק מען ברויך בעטן און דאווענען פאר אים ווייל ער האט אזוי מורא פון די דאַרק און בענקט זיך געוואלדיג צו דאס פיעטשקען פון זיין אייגן טאטע און מאמע אין דעם קינדער וויגל און צו דאס זויגן פון אירע ברוסטן. אדער די בילדער ווי ער שרייט אריין אינעם טעלעפאן טרייבל יעדן צופריה פון זיין צעפלויגענע אפיס אין ארה"ב, אין זיינע טעגליכע קאללס צו ארץ ישראל. איך קען מיך פארשטעלן אים קנאקן אויפ'ן טעלעפאן און שעלטן די בייזע רוחות, אויס פרוסטראציע אז ער שטייט נישט אצינד נעבן יענעם און קען יענעם נישט צעפראסקען, ווען דער מיט-רעדער אויף דער אנדערער זייט ליין, טאנצט נישט אזוי נאך זיינע משוגעתן.

זיין פנים לייכט ווי ר' יהודה'ס, אבער נישט פון הייליגע ענינים נאר פון אנגעפראסענע קיעהן און שעפסן און פון אזוי פיהל ביסקיסע זיצן. זיין גאנצע קערפער געוויכט וועגט אראפ אויף זיין פורים'דיגע, אויפגעריסענע בענקל מיטן יוז-לעסס, קוריאזן, שטרעקיגן רוקן אנלאנער, ארומגענומען מיט הילצערנע פארוועטשטע תשעה באב בענקלעך און נאך-מער פארוועטשטערע קערפער פון זיינע ארימע חסידים אויסגעזעצט אויף זיי. אזוי אנגעפאשעט און פויל זעהט ער אויס אזש אויפצוהייבן זיינע ארעמעס צו ווייזן ווי ערנסט ער מיינט א סטעימענט, איבער מיידלעך'ס רעשיגע קליידער אדער מיידלעך'ס קוקן אויף מענער, קאסט אים קענטליך איבערמידליכע כוחות און זיי פאלן תיכף צוריק אראפ אונמאכט אויף די גראבע, מיט-בלומען דעקארירטע בענקל האנט-אנלאנערס. וואט עי קלאון!

אויף אים דארף איך שפירן שולדיג אין שפעקולירן אזעלכע מעשיות? סיריעסלי? אויף עמיצער וואס האט אזויפיהל אינגע לעבנס פארשניטן און אזויפיהל אינגע קינדער מאנס געווען באונס קהילתי, אין נאמען פון רעליגיע און גאט?

זיין זוהן מושי זאגט דאס אלץ אליינס אויף זיין טאטע. און כ'האב אזוי הנאה געהאט פון דעם הגדרה און טיפער פארשטאנד ווי אזוי ער ערקלערט זיין טאטנ'ס פסיכילאגיע. אנשטאט זאגן פאר זיין זוהן אז זיין אויסטערלישע תאווה פאר זיך בּאַנעבּעכן און פינקי וועבער סטייל געוויינעכטס און בכיות איז נאר אזא פערסאנעל פעטיש און ס'איז גארנישט זיין זוהן'ס מושי'ס שולד, נוצט ער עס אויס אים צו קאנטראלירן און נאך מער דאס לעבן מאנופולירן און אייננעמען; אזוי ווי ער האט געטוהן פאר אלע זיינע חסידים און מתנגדים די אלע יארן. און דאס שטעלט זיך נישט אפ - יעצט מיט זיין משוגענעם און דעליריעס תלמיד יואלי ראטה וואס גייט אין זיינע פיסטריט. כ'האב ביז יעצט, ביזן וואטשן דעם דאקומענטרי, נישט איינגעזעהן די סיריעס דעינזשער און קאטאסטראפע וואס יואלי ראטה'ס מהלך שטעלט פאר פאר די עתיד און פון וואנעט דאס שטאמט.

מתבודד » פרייטאג מערץ 31, 2023 2:05 pm

· #520250
ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס די ערשטע אפציעלע באשילדיגונג אויף אזא פאפולער פיגור איז געווען אכט יאר נאך זיין שטארבן??

עניוועי, כ'וואלט אפשר אריין מיט דיר אין א וויכוח אבער די שנאה וואס שפריצט פון דיינע שורות און צווישן די שורות, ווייזן אן אז די ביסט נישט דא פאר א שמועס געבויט אויף פאקטן און מציאות'ער נאר ענדערש אויף געפילן און אויסערליכן אויסזען.
סא... הצלחה!

ליימדארפער » פרייטאג מערץ 31, 2023 2:19 pm

· #520251
כ'האב נאך א פראגע.

איז שלמה העלבראנז אין א באזונדערע היכל, אדער צוזאמען מיט'ן יאבנילער גאט, און מעגליך גאר אויך מיט ירחמיל דאמבסטער און זייער גלייכן.

גאנץ מעגליך זיי פארטראגן זיך נישט דארט אויך נישט, ובמיתי מותם לא נפרדו...

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 31, 2023 2:22 pm

· #520252
מתבודד
ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס די ערשטע אפציעלע באשילדיגונג אויף אזא פאפולער פיגור איז געווען אכט יאר נאך זיין שטארבן??

עניוועי, כ'וואלט אפשר אריין מיט דיר אין א וויכוח אבער די שנאה וואס שפריצט פון דיינע שורות און צווישן די שורות, ווייזן אן אז די ביסט נישט דא פאר א שמועס געבויט אויף פאקטן און מציאות'ער נאר ענדערש אויף געפילן און אויסערליכן אויסזען.
סא... הצלחה!
האסט אמאל געהערט פון דזשימי סאוויל?

און אין קעיס האסט שוין אזוי שנעל פארגעסן. שיק'ס עושי דברו זענען חיות און מטורפים. זעה וואס איז געשעהן צו טולידנו פאר'ן וועלן אויסהאמערן א פשרה מיט מושי. מאך א קל וחומר, מה דאך אין סאטמער רעדט מען נישט פון אביוז כל שכן ביי שיק'ן וואס איז דאך עמיצער וואס איז נישט צופרידן געווען פון סאטמער..

יא, יא איך זאג אויך אזוי ווען איך קען נישט און כ'האב נישט וואס צו ענפערן.

זאג, וואס נאך דארף מען טוהן אז מען זאל גלייבן א מעשה איז געבויעט אויף פאקטן און מציאותער, מער פון דאס אז א זוהן קומט אליינס ארויס בשם האב? ווילסט ער זאל אויפשטיין פון קבר און מודה זיין? נאר דעמאלס וועסטו לאזן מענטשן גלייבן?

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 31, 2023 2:32 pm

· #520253
ליימדארפער
כ'האב נאך א פראגע.

איז שלמה העלבראנז אין א באזונדערע היכל, אדער צוזאמען מיט'ן יאבנילער גאט, און מעגליך גאר אויך מיט ירחמיל דאמבסטער און זייער גלייכן.

גאנץ מעגליך זיי פארטראגן זיך נישט דארט אויך נישט, ובמיתי מותם לא נפרדו...
ניין, העלבראנץ איז אין די היכל פון ארז און מארמארשטיין אדער מערמלשטיין. בשעת דער יבניאלער האט מען אראפגעשיקט צו ר' נחמנען אין עולם התוהו אין וועלט פון די סיפורי מעשיות אוואו זיי ווארטן אויף די מאמענט ווען זיי וועלן שלעפן פאות פון די בורות. עז פאר עז דאמבסטער איז קאנסערנד. ער איז אין די בלויע היכל, זיצענדיג אין די בעק נעבן די אויוון ווען די אויבן-אהן איז רעזערווירט פאר די טייטלביימער מיט די גורי אריות אָן טאָפ, די האלבערשטאמען און די פיין-שמעקעדיגע רוקח מעשי רוקחס.

שלום בלוי » זונטאג אפריל 23, 2023 5:02 pm

· #522256

לבלר » מאנטאג אפריל 24, 2023 3:45 pm

· #522416
ס'איז פאני מוישי זאגט אז ער אין געווען ווי א בן מלך שוין פון אלץ קליין קינד, ווי איז ער געווען א בן מלך אין בארא פארק ווען קיינער האט נישט געוואוסט בכלל ווער מוהרא"ש איז אין יענע יארן?
אין דער מוישי קען נישט קיין עברית? ער האט דאך געדארפט הערן אינדערהיים עברית, און במשך די אלע יארן געגאנגען אסאך מאל דארט. ס'איז מיר א חידוש...

נחום הסופר » זונטאג אפריל 30, 2023 9:03 pm

· #523365
לבלר
ס'איז פאני מוישי זאגט אז ער אין געווען ווי א בן מלך שוין פון אלץ קליין קינד, ווי איז ער געווען א בן מלך אין בארא פארק ווען קיינער האט נישט געוואוסט בכלל ווער מוהרא"ש איז אין יענע יארן?
אין דער מוישי קען נישט קיין עברית? ער האט דאך געדארפט הערן אינדערהיים עברית, און במשך די אלע יארן געגאנגען אסאך מאל דארט. ס'איז מיר א חידוש...
ער קען האבן געווען א בן מלך צווישן מהרא"ש'ס שווענץ, אפגעזען וואס מ'האט נאך דעמאלטס יא אדער נישט געוויסט בנוגע דעם אשר בנחל'ן.

שמן למאור » מאנטאג מאי 1, 2023 10:25 am

· #523407
נאכן קוקן די דריי חלקים פונעם סעריע קומט מיר אויס אזוי.

קודם כל מאכט מוישי א רושם פון א געפערליכע קרוק, ער זאגט קלאר אז ער איז דא פאר געלט, דער פארגלייבטן ברסלבער וואס זאגט אז ער איז מסוכן האט א פוינט. דאך קען איך אים נישט ממש בלעימן, ער איז פון איין זייט אויפגעוואוקסן אויף א גאלדענע שטול בתוך דעם קהילה, אבער צו דער זעלבער צייט געווען דער זון פון די 'מחוץ למחנה'דיגע מהרא"ש, ער איז געווען סטאק פון ביידע זייטן (ובזה מיושב די סתירה וואס טייל האבן אויפגעברענגט, איז ער געווען א בן מלך אדער א זון פון א אויסגעשפיגענע פיגור? די תשובה איז אז ער האט געליטן פון ביידע זייטן, געספוילד און געצערטלט איז ער געווען בתוך די חסידים פון מהרא"ש אבער פון די אלעמיינע חסידישע גאס האט ער זיך געפילט ווי דער זון פונעם לוזער, ודו"ק) און בפרט דאס וואס ער איז אדורך מיט זיין אביוז און די וועג וויאזוי זיין טאטע האט געדיעלט מיט די גאנצע זאך, דאס האט אים זיכער נישט איבערגעלאזט צו געזונט.

דאך איז ער למעשה מגלה זאכן, ער איז הולך רכיל ומגלה סוד איבער די ווירטשאפט פון מהרא"ש. הגם איך גלייב נישט אז זיינע כוונות זענען ממש לשם שמים, דאך דעקט ער אויף וויכטיגע אינפערמאציע וועגן זיין טאטע, זאכן וואס מען קען אים אויף דעם יא גלייבן.

צום אלעם ערשט דעקט ער אויף די מעגליכע סיבה וואס האט געדריקט און געשטיפט מהרא"ש, די ענערגיע וואס האט אים געטריבן, און דאס איז געווען זיין פאטער וואס האט מער ארויפגעקוקט זיין ברודער, און ער איז דא געווען צו פראוון אז ער איז אויך עפעס. איך קויף שטארק אפ דעם טעאריע ווייל עס לייגט זיך זייער אויפן שכל, איך האלט גראדע אז דאס איז אויך וואס שטיפט יואלי ראטה, ער איז אן אייניקל פון ר' יחזקאל ראטה זצ"ל, און ער איז אויסן צו אויך זיין עפעס א רבישן מוצלח, אכ"פ אין זיין תחום.

עס איז מיר אויך געווען סטרייקינג ווי דער 'צדיק' האט אייביג געליטן פון קאמפלעקסעס אז ער איז טאקע נישט גענוג אנגענומען. ער איז געווען ביזי מיט זינלאזע קאלקולאציעס אז ער איז די מערסטע פארפיינסטע מענטש אויפן כדור העולם, ווייל יעדער האט דאך פיינט אידן.. און די אידן האבן פיינט ברסלב.. און ברסלב האט פיינט היכל הקודש... נעבעך; און ווען זיין זון האט אים געזאגט אז ערלויע רב'ס זון וויל אים מעגליך פאר אן איידעם איז זיין ערשטע רעאקציע געווען.. "פשיהא, וויפיל מיילער פון מיינע שונאים וועט מען קענען פארשטאפן מיט דעם"...

נאך א זאך וואס איז מיר געווען גאר אינטערסאנט. מהרא"ש האט גאר גוט געוויסט מיט וועמען ער האנדלט.. דעם זיך זייפן נאכן נעמען הענט פון די פרענקן, און די לשונות של גנאי וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אויף די בעלי תשובה, איז עפעס וואס ווייזט אז ער האט פיין געוויסט מי ומי ההולכים. ער האט אינדרויסן געשפילט ווי ער איז דא פאר זיי אינגאנצן, ער איז זיי מעריך... ער האט געפרעדיגט מיט א ברען.. "הכל נמחק! אין עבר!" "אין עבר כשחוזרים בתשובה!" אבער דאך האט ער שטילערהייט געקענט זאגן פאר זיין זון מיט א שפעט.. הע.. ער האט נאך פארגעסן אויסצוטון די ווייסע סניקערס...

פון די וועג וויאזוי זיינע חסידים רעדן פון אים אין יבניאל, איז גאנץ קלאר אז דארטן טוט זיך א פול פלעדזשד קולט לכל דבר. דער וואס האט געקוקט די חקירה דא און אויך געזען די חקירה איבער ברלנד און הלברנץ קען זייער קלאר זען די ענליכע שטריכן. דער עולם איז אויפגעשטאנען אין געגאנגען שלאפן מיט אים, מען האט געזען א 'אור' אויף אים.. די 'שכינה אויף זיינע פלייצעס' מיט נאך ענליכע בולקרעפ. מען פרעדיגט מיט די קינדער אז ער איז דער יאשקע אליין, מען זינג הייליגע לידער איבערן צדיק פארנט פון אים אליין, מען איז אייביג מתפלל פאר אים, (די מראה פון די קלאס פון קליינע מיידלעך זיצן אלע מיט די קאפ אראפ איבערן טיש בשעת זיי וויינען יאמערלעך נאכן פטירה פון מהרא"ש האט מיר זייער צערידערט) ער מישט זיך אריין מיט דיעות פאר יעדעם איינעם ביז צו די מערסטע אינטימישע חלקים פונעם לעבן, ער קען יעדעם ביים נאמען כולל די מיידלעך, און אויב פאלגט מען נישט וואס ער זאגט, אריינגערעכנט אין דעם אויב וויל א 14 יעריגע מיידל נישט גיין מיט די שידוך וואס ער האט 'געזען אין הימל' אז דאס איז איר 'שורש נשמה', דאן קען די גאנצע משפחה ווערן א חלק פונעם ס"ם איבערנאכט און אלע חברים האקן אפ אן טראכטן קיין צוויי! מטורף לגמרי!!!

זיינע אמעריקאנע חסידים האבן פראבירט צו מאכן א רושם אלעמאל אז זיי זענען פונקט ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות, כ'ווייס טאקע נישט צו דא האט זיך עס יא געפירט ווי א געהעריגן קולט אינטערן טיש, זיכער איז עס געווען אויף א שטערקערן אויפן ווי רוב אנדערע חסידות'ן, אבער וואס האט זיך אפגעטון אין יבניאל ביי די בעלי תשובות איז מיינד באגעלינג, ממש א געפערליכע קולט.

איך זע גראדע נישט ווי קיינער באשולדיגט מהרא"ש אליין מיט שענדליכע מעשי מין, אבער דאך איז עס ליידער פארגעקומען דארטן, און ער האט עס באהאנדלט פונקט ווי עס פלעגט ליידער זיין ביי אונז... היטן אויף די מושחתים און באשווייגן און באשולדיגן די נעבעכדיגע וויקטעמס. עס איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן זענדיג ווי מלכי פארציילט איר געשיכטע אין שטיקט זיך נעבעך אויף איר טרערן. מהרא"ש בכבודו ובעצמו ריפט איר אריין מיט איר עלטערן און הייסט איר סטאפן צו לערנען ביי די 12 יאר און גיין ארבעטן אין קאך, און ער האט נאך צוגעלייגט (מסתמה מיט זיין פארזיכערטן שטארקע טאן, כדרכו) אז ער נעמט אחריות... (אגב, פעך! גרויליג! וויאזוי ווייגסטו זיך צו 'נעמען אחריות' און צוזאגן זאכן אז דו אליין ווייסט אז דו ביסט גארנישט ווערט?! דא דארף מען דן זיין לכף זכות אז ער האט נעבעך טאקע געגלייבט אין זיך..) ווי די 'בעלי תשובה' האבן זיך ליידער צוגעכאפט צו איר און איר ליידער געריעפט אומצאליגע מאל. און מהרא"ש האט נאך געהאט די חוצפה איר אנצו'שדכנ'ען מיט איר ערגסטן מאלעסטער! כ'שטעל מיך נאך פאר אז ער האט זיך בארעכטיגט מיט די פרשה פון אונס ומפתה שבתורה.. פוי!

אגב, אז דו וויסט יא מיט וואספארא 'בעלי תשובה' דו האנדלסט מיט, דאן פארוואס מאכסטו נישט זיכער אז זיי האבן נישט קיין צוטריט צו קליינע מיידלעך אין קאך?? דיינע שומרים פון 'משמרת הצניעות' קענען זיך נאר ארומדרייען און כאפן 12 יעריגע מיידלעך וואס דרייען זיך שפעט אויפן גאס און זיי אנריפן זונות, אריינווארפנדיג א טויט שרעק אין די נעבעכדיגע אומשולדיגע מיידלעך אז אפילו אינמיטן שלאף ציטערן זיי פאר פחד, אבער ריכטיגע פעדעפילן וואס מאלעסערן אומשלדיגע ריינע מיידלעך דאס פארזעען זיי עפעס...

און אז עלטערן ווערן נעבעך יא געוואויר אז די ערגסטע האט פאסירט מיט זייער טאכטער, זיי ווייסן נעבעך נישט וואס צו טון, זיי שיקן א פאקס פאר מהרא"ש.. און ווארטן נאך עד היום פאר א תשובה. אויף אלעס קען ער זאגן דיעות.. אבער קעיר נעמען פון אפאר פעדאפילן קען ער נישט, בו בעת וואס ער הערט נישט אויף איבערצובעבלען איבער דעם ווערעמל וואס מאכט קאליע דעם גאנצן קארב פון עפלעך. און אז א מיידל אליין קומט אים קאמפראנטן אז זי איז אליין באלעסטיגט געווארן אינאיינעם מיט איר שוועסטער און מען דארף זען צו ברענגען מומחים וואס זאלן קער נעמען פון די געדעמידזשטע מיידלעך, ווערט נאך מהרא"ש ברוגז אויף איר... ער איז די מומחה! מען דארף נישט קיין ספעציעליסטן! ער קען אלעס מסדר זיין (דורך גארנישט טון)... ער באשילדיג איר גאר.. דו האסט עס געוואלט! ער רעגט זיך גאר אז א 'זונה' זאגט אים וואס צו טון!! האר אויפשטעלנד!! עקלהאפטיג!!

און על כולנה איז די שענדליכע לעגעסי וואס ער האט ליידער איבערגעלאזט נאך זיך, און דאס איז די חתונה מאכן די קינדער יונג. די זאך איז בכלל אפגעפרעגט מכול כל אבער אז מען טוט שוין יא אזא יוצא דופן'דיגע זאך, וואלט עס געדארפט צוגיין מיט אסאך מער רגישות און זעלבסט איבערזיכט, נישט סתם אז א פארגלייבטע טאטע מאמע נעמען אן זיין 'צוגעפאסטע שידוך' וואס ער האט אויסגע'חלומ'ט ביינאכט, און די 14 יעריגע מיידל דארף מיטשפרינגען מיט דעם נאך איין בעשוי. (מיט די פרענקן האט מהרא"ש ממש געטון וואס ער האט נאר געוואלט.. יואלי ראטה דאכצעך ווארט כאטש אז די מיידל- וואס איז געווענליך דער וואס ווערט מער אריינגעצווינגן ווי דער בחור וואס וויל ענדערש חתונה האבן- זאל כאטש זיין 16-17, אויך צו יונג, אבער כאטש נישט 14)

ס'איז ממש נישטא וואס צוצילייגן זעענדיג ווי די מיידלעך פארציילן זייער אייגענע איבערלעבענישן פון געבוירן קינדער אזוי פרי ווי ביי די 15 יאר. ס'איז א עוון פלילי וואס ער האט ארימגעשפילט מיט "זיינע קינדער" ("ס'איז אונזערע קינדער" וויינט ער דארטן מיט קראקאדיל טרערן)
אז ער מאכט זיי חתונה אזוי פרי, (כדי זיי זאלן דינען אלס א כשר'ע טוילעט פאר די תאוות פון די אנגערייצטע בחורים, ווארום די מיידלעך זענען דאך שילדיג אין די הוז"ל פון די בחורים, זאל ער כאטש ארויפלייגן די אינגע בעיבי ווייבלעך -מיט די דאליס, אויף בירטה קאנטראל ביז די 18 יאר.

קיין מורא'דיגע חידושים איז טאקע נישטא אין דעם תחקירה, אבער אז מען זעט ווי די געליטענע פארציילן וואס זיי זענען נעבעך אריבער אויף די אייגענע הויט, לאזט עס א שטארקע איינדריק.

א שאנדע!

ערנסטגערעדט » דינסטאג מאי 2, 2023 5:48 pm

· #523530
ווען מזעט אזא דאקומענטרי ברענגט עס ארויף אונזער סאסייעטי אויפן אויבערפלאך
ווען יעדער האט פארשריגן די עמי פארן באשרייבן לב טהור איז מיר אויך דאס ארויפגעקומען
דהיינו זיי זענען סך הכל ארויף א שטאפל אדער אפאר שטאפלען מער פון אונז, אביסעלע מער ראדיקאל
איז אונזערע סאסייעטי נישט די זעלבע אין א געוואוסע הינזיכט?
איז נישט די ווארט קאנטראל?
און אפשר וועגן דעם שרייסטו טאקע?
ווייל איינער קען דיר פרעגן מיט וואס ביזטו אנדערש?
אויב איז לב טהור א קולט פארוואס סקווירא נישט? און אויב איז סקווירא א קולט פארוואס אנדערע חסידות'ן נישט?
איך מיין נישט חלילה צו באשולדיגן באט יו געט דע פאוינט.

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:23 pm

· #523577
📎 853169EA-1348-483E-B614-E6701AD44DB6.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:28 pm

· #523578
📎 437A6E38-1329-4A0A-9CB0-404C98D5C911.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:29 pm

· #523579
📎 4E6FCA6D-33B5-4F63-9E9A-E88C99E4A754.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:29 pm

· #523580
📎 81F27D07-9429-4F63-AA10-5438F88D3FD4.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:30 pm

· #523581
📎 A80C291B-9B06-418F-A946-2DE6B0198EBF.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:43 pm

· #523584
📎 918FB0B2-BF9F-444C-947A-E870C63B5E37.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:43 pm

· #523585
📎 650E2616-2CA6-4587-B8BD-8A35DC731539.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:44 pm

· #523586
📎 836CFDC2-A7E4-4983-A5B8-8654E1C636B6.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:45 pm

· #523587
📎 AEE9C8C8-4423-48BF-B05F-164E2FD577E0.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:46 pm

· #523588
📎 9FAD8BFF-A845-4584-B7D1-5802BC18FE8F.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:46 pm

· #523589
📎 96EA46AB-1A87-480B-A614-F8136CD16F1F.png

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:46 pm

· #523590
📎 586DA013-F166-4499-BB79-20C9A50BB50B.jpeg

שלום בלוי » דינסטאג מאי 2, 2023 11:47 pm

· #523591
📎 CB66C01C-CCBD-46E1-B94D-827D9FB29AAC.jpeg

לייביששרייבער » מיטוואך מאי 3, 2023 1:16 am

· #523605
Re: הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
[ציטאט אראפגענומען]
אין מס' יומא דף עב' ע''ב זאגט די גמ' אזוי.
ועעתיק לשון הגמ' "מתיב רב אדא בר אהבה וכ''ו יכול יהא בנו של משוח מלחמה משמש תחתיו כדרך שבנו של כהן גדול משמש תחתיו, ת''ל (שמות כט') שבעת ימים ילבשם הכהן תחתיו מבניו אשר יבא אל אהל מועד מי שראוי לבא אל אהל מועד.
רש''י ד''ה תלמוד לומר וכ''ו אני אומר לך תחתיו מבניו שבנו יהיה תחתיו יצא זה שאינן ראוי וכ''ו דלאו כהן גדול הוא.
היוצא לנו מהנ''ל אז ביסטו ראוי לאתו איצטלא ביסטו רבי אויטאמאטיש. אויב נישט ביסטו קיין רבי נישט טָו בִיגִין וִויט

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

היימלינד » דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:01 pm

· #563059
Re:
שלום בלוי #
81F27D07-9429-4F63-AA10-5438F88D3FD4.jpeg
ווער זענען דיזען מענטשען ?
בלאט: 1 2