☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען

קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15853

אנטוישטער יונגערמאן » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:20 pm

· #515586
קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
אן אייניקל פון הרה״צ ר׳ דניאל פריש זצ״ל וועלכע איז אויך אויפגעוואקסן אין קרית טאהש, שפילט די עיקר ראלע אין דעם פילם פון אכט מינוט. עס דערציילט וועגן אן עקספּיריענס צווישן א מאמע און א טאכטער, ווען די טאכטער איז א לעסבּיאנקע און די מאמע גלייבט אז זי טאר נישט האבן קיין שיכות מיט איר…
די פּריוואטע לינק צו דעם קורצן פילם איז ערשינען דעם מוצאי שבת אויף שפרה לאווען׳ס אינסטעגראם. זי שרייבט דארט אז איר טאכטער אסתי האט געשאפן דעם פילם צוזאמען מיט נאך צוויי קאלעגעס אין איר קאלעדש; און זי האט דוקא זיך אנגעטראגן צו שפילן די מאמע כדי צו געבן א מער הומאניסטישע בליק אויף חסידים וואס מען זעהט ליידער נישט אין די מידיא

איך ברענג עס דא פאר וועמען עס אינטרעסירט עס צו זעהן

https://www.youtube.com/watch?v=M3HbVr0FHQU&list=PLTMBsSa7Ay-uaM1DInXPwqaBzyG1mNAzz&index=6

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:26 pm

· #515592
דיעס פילם דארף קומען מיט א גרויסע רויטע אלערט, כ'בין טראומאטיזירט. 😢 😠

אנטוישטער יונגערמאן » זונטאג יאנואר 15, 2023 8:02 am

· #515616
רביה''ק זי''ע
דיעס פילם דארף קומען מיט א גרויסע רויטע אלערט, כ'בין טראומאטיזירט. 😢 😠
איים סאַרי איך האב נישט געקלערט אז דאס וועט זיין טראמאטיש. יישר כח פאר׳ן מיטטיילן אז אנדערע זאלן קענען וויסן דערוועגן.

עס האט מיר דערמאנט פון די הארצרייסנדע דאקומענטערי: Trembling Before God
ווי ארטאדאקסישע אידן וואס זענען gay טיילן מיט זייער פּיין. יענץ האב איך טאקע נישט געקענט ענדיגן ווייל ס׳געווען צו שווער צו דערהייבן, אבער דעיס איז פיקטיוו און זייער קורץ נאך אויך, ממילא האט עס נישט געהאט די זעלבע איינדרוק אויף מיר.

קוק_ווינקל » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:38 am

· #515625
פון די בעסטע ליינס "די ווייסט וואס דעיס גייט טוהן פאר דיין נאמען?"

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 15, 2023 9:50 am

· #515626
די אישו מיט דעם פילם איז אז שפרה רעדט מיט אקוראט די זעלבע שפראך און טאן ווי מיינע עלטערן, דאס קען מען נישט נאכמאכן, דאס קען נאר קומען פון א היימישע וואס האט דאס אליינס מיטגעלעבט אויף די אייגענע הויט.

צוזאמגעדרייט » זונטאג יאנואר 15, 2023 10:28 am

· #515634
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
אנאקדאט: זי קומט אהיים מיט הויזן\לעגינגס, און מען רעדט צו איר וועגן שידוכים.

אחוץ פון דעם איז עס זייער גוט געשפילט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 15, 2023 10:41 am

· #515635
ווען איך האלט ווען נישט מיט אזעלכע מעשיות מיט די אייגענע אויגן וואלט איך עס אויך נישט געגלייבט.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 15, 2023 11:29 am

· #515638
כ'זעה אז אויפן געוועיב רופט זי זיך קלארע וואסערשטיין, קען איינער אריינקימען מיט א פירוש?

צקון לחש » זונטאג יאנואר 15, 2023 11:35 am

· #515639
קהל'ס נער
כ'זעה אז אויפן געוועיב רופט זי זיך קלארע וואסערשטיין, קען איינער אריינקימען מיט א פירוש?
דאס איז איר (היינטיגע?) לעגאלע נאמען.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 15, 2023 12:51 pm

· #515650
רביה''ק זי''ע
די אישו מיט דעם פילם איז אז שפרה רעדט מיט אקוראט די זעלבע שפראך און טאן ווי מיינע עלטערן, דאס קען מען נישט נאכמאכן, דאס קען נאר קומען פון א היימישע וואס האט דאס אליינס מיטגעלעבט אויף די אייגענע הויט.
רביה''ק זי''ע
ווען איך האלט ווען נישט מיט אזעלכע מעשיות מיט די אייגענע אויגן וואלט איך עס אויך נישט געגלייבט.
רביה"ק, דו קומסט דא יעצט אומאפעציעל ארויס פונעם קלאזעט?!?!?!?!?!?!?

שמן למאור » זונטאג יאנואר 15, 2023 1:04 pm

· #515651
אנטוישטער יונגערמאן
👍
די פילם איז גאר א גוטע, גאר גוט אראפגעשפילט און מיט א טיפע מעסעדזש. עס איז צום האפן אז דאס איז די ערשטע פון מערערע.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 15, 2023 1:05 pm

· #515652
אנטוישטער יונגערמאן
אן אייניקל פון הרה״צ ר׳ דניאל פריש זצ״ל וועלכע איז אויך אויפגעוואקסן אין קרית טאהש, שפילט די עיקר ראלע אין דעם פילם פון אכט מינוט.
שפרה לאווין איז אן אייניקל פון ר' דניאל פריש ז"ל?

אנטוישטער יונגערמאן » זונטאג יאנואר 15, 2023 1:23 pm

· #515654
שמן למאור
אנטוישטער יונגערמאן
אן אייניקל פון הרה״צ ר׳ דניאל פריש זצ״ל וועלכע איז אויך אויפגעוואקסן אין קרית טאהש, שפילט די עיקר ראלע אין דעם פילם פון אכט מינוט.
שפרה לאווין איז אן אייניקל פון ר' דניאל פריש ז"ל?
ניין, נאָר די אקטיאָרין וועלכע שפּילט גיטי איז אן אייניקל פון הרה״צ ר׳ דניאל פריש

מרדכי מרדכי » דינסטאג יאנואר 17, 2023 8:11 am

· #515792
רביה''ק זי''ע
ווען איך האלט ווען נישט מיט אזעלכע מעשיות מיט די אייגענע אויגן וואלט איך עס אויך נישט געגלייבט.
עס איז זייער קאמאן אז עלטערן טראכטן אז זייער קינד איז נאר אביסל צומישט, און מען גייט זיי העלפן צוריקקומען צום ריכטיגן וועג.

מרדכי מרדכי » דינסטאג יאנואר 17, 2023 8:13 am

· #515793
קהל'ס נער
כ'זעה אז אויפן געוועיב רופט זי זיך קלארע וואסערשטיין, קען איינער אריינקימען מיט א פירוש?
אין קאנאדע טוישט מען זיך נישט די נאמען לעגאל נאך די חתונה, די היימישע עולם טוישט עס נאר אויף די היימישע צעטלעך

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 17, 2023 8:58 am

· #515795
[ציטאט אראפגענומען]
קלארע דיבורים העלפט אויך נישט אלץ, איך קען א פאל וואס די דינייעל און "קירוב" געימס זענען אנגעגאנגען יארן נאכאנאנד און האבן זיך נישט אפגעשטעלט ביז ווען דאס מיידל האט געהייראט א "מסורתי" בחור און זיך געצויגן צו זיין היימשטאט.

דערהויבענע איד » דינסטאג יאנואר 17, 2023 3:19 pm

· #515813
קען עס איינער ביטע אהערברענגען?

אנטוישטער יונגערמאן » פרייטאג אפריל 19, 2024 6:23 pm

· #559719
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
אנטוישטער יונגערמאן #
אן אייניקל פון הרה״צ ר׳ דניאל פריש זצ״ל וועלכע איז אויך אויפגעוואקסן אין קרית טאהש, שפילט די עיקר ראלע אין דעם פילם פון אכט מינוט. עס דערציילט וועגן אן עקספּיריענס צווישן א מאמע און א טאכטער, ווען די טאכטער איז א לעסבּיאנקע און די מאמע גלייבט אז זי טאר נישט האבן קיין שיכות מיט איר…
די פּריוואטע לינק צו דעם קורצן פילם איז ערשינען דעם מוצאי שבת אויף שפרה לאווען׳ס אינסטעגראם. זי שרייבט דארט אז איר טאכטער אסתי האט געשאפן דעם פילם צוזאמען מיט נאך צוויי קאלעגעס אין איר קאלעדש; און זי האט דוקא זיך אנגעטראגן צו שפילן די מאמע כדי צו געבן א מער הומאניסטישע בליק אויף חסידים וואס מען זעהט ליידער נישט אין די מידיא

איך ברענג עס דא פאר וועמען עס אינטרעסירט עס צו זעהן


אין די אידישע פארווערטס מאגאזין האט זי געשריבן אז זי שרייבט א מעמואר, וועגן איר פערזענליכע יציאת מצרים ״פון ענגשאפט צו פרייהייט״
אבער עס וועט דערווייל נישט זיין אויף ענגליש.

דא קענסטו זעהן מער דערוועגן - ס׳דארט דא א קורצע גראם וועגן די באשלוס פון שרייבן בכלל, און א לינק צו א ווידיאו ווי זי ערקלערט איר ציל מיט׳ן בוך


https://forward.com/yiddish/604333/video-why-my-book-about-my-own-exodus-from-the-hasidic-community-will-be-in-yiddish/

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 21, 2024 12:06 am

· #559758
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
איין משפחה וואס זענען ארויס פון באקס און זיי האבן עפעס איפגעטון אין זייער לעבן.

בונה של טוב » זונטאג אפריל 21, 2024 1:10 pm

· #559784
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
berlbalaguleh #
איין משפחה וואס זענען ארויס פון באקס און זיי האבן עפעס איפגעטון אין זייער לעבן.
נישט ריכטיג. ס׳דא אסך מער ווי איינס.
א שיינע צאָל עקס-חסידים וועלכע זענען שטוינענדיג סוקסעספול

איין אזא משפחה איז די אייניקלעך פון ר׳ ישעי׳ בנימין האלצער אין מאנסי, וואס זיין עלטסטע טאכטער האט ער חתונה געמאכט צו דעם זון פון באוואוסטן גאון ר׳ שבתי וויגדער - אבער ווי מיין טאטע האט זיך אויסגעדריקט בלשון סגי נהור: ער האט נעבעך נישט געהאט דאס מינדעסטע אנונג וויאזוי מ׳דארף זיך אויפפירן מיט א ווייב (אנשטאט צו זאגן עבּיוסיוו)

עכ״פ אלס single mother האט זי ערצויגן אירע 4 קינדער און זיי זענען אלע געלונגענע מוצלחים. אלע האבן שטודירט אין יוניווערסיטעט און זיי האבן געלונגענע קאריערעס כאטש זי האט זיי געמוזט עפ׳׳י די קורט שיקן אין חדר.

דא אויף ק״ש האט מען שוין דערמאנט איינע פון אירע קינדער

‏http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=527476&hilit=שבתי+וויגדער#p527476

עס זענען דא נאך אסך משפחות
סינגל עלטערן (איך ווייס מער ווי איין טאטע וואס האט זיך צושיידט און זיינע קינדער באקומען א פוּל עדיוקעישן)

ווי אויך זענען דא עטליכע משפחות פון ישראל ווי אויך אמעריקע, ווי ביידע עלטערן זענען ארויס צוזאמען מיט די קינדער (איך קען דיר געבן נעמען אויב דו ווילסט)

אפשר האסטו געמיינט צו זאגן אז אין דעם אויבנדערמאנטן כלל זענען זיי די ערשטע?

דאס איז טאקע אמת (at least אין די פרומע חסידישע קרייזן)

ס׳דא א סטאָרי פון א ליטווישע משפחה וואס האט דאקומענטירט זייער גאנצע נסיעה (אנטלאפן אימיטן נאכט -אויב איך געדענק גוט: פון בית שמש - מיט זעק און פעק צוזאמען מיט די גאנצע משפחה מיט 6 קינדער (ס׳איז אבער נישט געשריבן אויף ענגליש אדער אידיש, נאר אויף לשון קודש)

https://www.facebook.com/profile.php?id=100070858661188

בונה של טוב » מאנטאג אפריל 22, 2024 1:18 pm

· #559964
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
קוקט אויס איר מאַן סעלעברעיט איר הארעוואניע
אין א טיקטאָק קליפּ אונטער דעם טיטל: מעבדות לחירות

https://vm.tiktok.com/ZMMVofKDF/

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 22, 2024 1:36 pm

· #559966
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
בונה של טוב #
berlbalaguleh #
איין משפחה וואס זענען ארויס פון באקס און זיי האבן עפעס איפגעטון אין זייער לעבן.
נישט ריכטיג. ס׳דא אסך מער ווי איינס.
א שיינע צאָל עקס-חסידים וועלכע זענען שטוינענדיג סוקסעספול

איין אזא משפחה איז די אייניקלעך פון ר׳ ישעי׳ בנימין האלצער אין מאנסי, וואס זיין עלטסטע טאכטער האט ער חתונה געמאכט צו דעם זון פון באוואוסטן גאון ר׳ שבתי וויגדער - אבער ווי מיין טאטע האט זיך אויסגעדריקט בלשון סגי נהור: ער האט נעבעך נישט געהאט דאס מינדעסטע אנונג וויאזוי מ׳דארף זיך אויפפירן מיט א ווייב (אנשטאט צו זאגן עבּיוסיוו)

עכ״פ אלס single mother האט זי ערצויגן אירע 4 קינדער און זיי זענען אלע געלונגענע מוצלחים. אלע האבן שטודירט אין יוניווערסיטעט און זיי האבן געלונגענע קאריערעס כאטש זי האט זיי געמוזט עפ׳׳י די קורט שיקן אין חדר.

דא אויף ק״ש האט מען שוין דערמאנט איינע פון אירע קינדער

‏http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=527476&hilit=שבתי+וויגדער#p527476

עס זענען דא נאך אסך משפחות
סינגל עלטערן (איך ווייס מער ווי איין טאטע וואס האט זיך צושיידט און זיינע קינדער באקומען א פוּל עדיוקעישן)

ווי אויך זענען דא עטליכע משפחות פון ישראל ווי אויך אמעריקע, ווי ביידע עלטערן זענען ארויס צוזאמען מיט די קינדער (איך קען דיר געבן נעמען אויב דו ווילסט)

אפשר האסטו געמיינט צו זאגן אז אין דעם אויבנדערמאנטן כלל זענען זיי די ערשטע?

דאס איז טאקע אמת (at least אין די פרומע חסידישע קרייזן)

ס׳דא א סטאָרי פון א ליטווישע משפחה וואס האט דאקומענטירט זייער גאנצע נסיעה (אנטלאפן אימיטן נאכט -אויב איך געדענק גוט: פון בית שמש - מיט זעק און פעק צוזאמען מיט די גאנצע משפחה מיט 6 קינדער (ס׳איז אבער נישט געשריבן אויף ענגליש אדער אידיש, נאר אויף לשון קודש)

https://www.facebook.com/profile.php?id=100070858661188
ווען איך האב געשריבן "איין" האב איך נישט געמיינט סינגיולאר. למעט אנדערע. נאר ענדערש אזוי ווי דו האסט עס ארויסגעברענגט.( איינע פון די ) ערשטע.

הייליג » דינסטאג מאי 14, 2024 8:38 pm

· #562250
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
האט שוין למעשה געשריבן די בוק?

אנטוישטער יונגערמאן » פרייטאג יולי 26, 2024 10:46 am

· #568848
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
נאכנישט. לויט וואס זי האט געמאלדן האלט זי עס נאך אינמיטן שרייבן.
(אזא מעשה קען נעמען א יאר צוויי אדער אפילו מער.
איך האב אויסגעהערט אינטערוויוס פון שרייבער וואס האבן ארויסגעגעבן געלונגענע ביכער און ס׳האט זיי גענומען פינף און אפילו ביז צען יאר)

דורש אמת » פרייטאג יולי 26, 2024 7:30 pm

· #568874
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
[/quote]


[/quote]

ס׳דערמאנט פון די הארצרייסנדע פילם Trembling Before God

https://jfi.org/year-round/jfi-on-demand/trembling-before-g-d

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 26, 2024 7:43 pm

· #568876
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
berlbalaguleh #
בונה של טוב #
berlbalaguleh #
איין משפחה וואס זענען ארויס פון באקס און זיי האבן עפעס איפגעטון אין זייער לעבן.
נישט ריכטיג. ס׳דא אסך מער ווי איינס.
א שיינע צאָל עקס-חסידים וועלכע זענען שטוינענדיג סוקסעספול

איין אזא משפחה איז די אייניקלעך פון ר׳ ישעי׳ בנימין האלצער אין מאנסי, וואס זיין עלטסטע טאכטער האט ער חתונה געמאכט צו דעם זון פון באוואוסטן גאון ר׳ שבתי וויגדער - אבער ווי מיין טאטע האט זיך אויסגעדריקט בלשון סגי נהור: ער האט נעבעך נישט געהאט דאס מינדעסטע אנונג וויאזוי מ׳דארף זיך אויפפירן מיט א ווייב (אנשטאט צו זאגן עבּיוסיוו)

עכ״פ אלס single mother האט זי ערצויגן אירע 4 קינדער און זיי זענען אלע געלונגענע מוצלחים. אלע האבן שטודירט אין יוניווערסיטעט און זיי האבן געלונגענע קאריערעס כאטש זי האט זיי געמוזט עפ׳׳י די קורט שיקן אין חדר.

דא אויף ק״ש האט מען שוין דערמאנט איינע פון אירע קינדער

‏http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=527476&hilit=שבתי+וויגדער#p527476

עס זענען דא נאך אסך משפחות
סינגל עלטערן (איך ווייס מער ווי איין טאטע וואס האט זיך צושיידט און זיינע קינדער באקומען א פוּל עדיוקעישן)

ווי אויך זענען דא עטליכע משפחות פון ישראל ווי אויך אמעריקע, ווי ביידע עלטערן זענען ארויס צוזאמען מיט די קינדער (איך קען דיר געבן נעמען אויב דו ווילסט)

אפשר האסטו געמיינט צו זאגן אז אין דעם אויבנדערמאנטן כלל זענען זיי די ערשטע?

דאס איז טאקע אמת (at least אין די פרומע חסידישע קרייזן)

ס׳דא א סטאָרי פון א ליטווישע משפחה וואס האט דאקומענטירט זייער גאנצע נסיעה (אנטלאפן אימיטן נאכט -אויב איך געדענק גוט: פון בית שמש - מיט זעק און פעק צוזאמען מיט די גאנצע משפחה מיט 6 קינדער (ס׳איז אבער נישט געשריבן אויף ענגליש אדער אידיש, נאר אויף לשון קודש)

https://www.facebook.com/profile.php?id=100070858661188
ווען איך האב געשריבן "איין" האב איך נישט געמיינט סינגיולאר. למעט אנדערע. נאר ענדערש אזוי ווי דו האסט עס ארויסגעברענגט.( איינע פון די ) ערשטע.
אין ענגליש רופט מען עס (לגבי נאמבערס)... קארדינאל און ארדינאל.

...Cardinal vs. Ordinal...!... די ערשטע איז די ערשטע און איינציגסטע למעט אנדערע. די צווייטע איז די ערשטע פון א רייע אנדערע...!

בונה של טוב » פרייטאג יולי 26, 2024 8:26 pm

· #568879
Re: קורצע פילם וועגן חסידים געשפילט דורך שפרה לאווען
מ׳לערנט עפעס ניי יעדן טאג 😊
יישר כח פאר די אינפארמאציע