☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רירנדע otd פילם Shttl קומט צו טאראנטא פעסטיוול+אנליין

רירנדע otd פילם Shttl קומט צו טאראנטא פעסטיוול+אנליין

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16268

אנטוישטער יונגערמאן » דינסטאג יוני 6, 2023 11:24 pm

· #527475
רירנדע otd פילם Shttl קומט צו טאראנטא פעסטיוול+אנליין
די קומענדיגע וואך זונטאג (june 11) איינס אזייגער נאכמיטאג ווערט אויפגעשפילט א מייסטערהאפטע פילם וועלכע איז פאטאגראפירט געווארן אין אוקריינע האַרט פאר די מלחמה האט אויסגעבראכן- איראניש אז עס דערצצילט די געשיכטע פון א יונג בחור׳ל וועלכע קערט זיך אהיים צו זיין קליין שטעטל הארט פאר די וועלט׳ס קריג (די צווייטע וועלט מלחמה)

פיל איז געשריבן געווארן איבער די וואונדערליכע אופן וואס דער פילם איז געכאפט געווארן (ווי איר קענט זעהן אינ׳ם בייגעלייגטן לינק ביי די וואלד סצענע)

דער פילם האט געווינען awards און שוין אויפגעשפילט געווארן אין לאנדאן, פאריז, גריכנלאנד און נאך.

אויב ווילט איר עס וואטשן אנליין איז עס עוועילעבל פאר איין טאג (דעם 14׳טן June) און דעם טיקעט קען מען אויך טרעפן אינ׳ם לינק דא:

https://tjff.com/films/shttl/

אנטוישטער יונגערמאן » דינסטאג יוני 6, 2023 11:27 pm

· #527476
איך האב פארגעסן צוצולייגן אז דער העלד פון די געשיכטע, דער בחור מענדעלע, איז אן אייניקל פון באוואוסטן תלמיד חכם ר׳ שבתי וויגדער

אנטוישטער יונגערמאן » מיטוואך יוני 7, 2023 11:46 am

· #527537
אנטשולדיגט מיר, איך האב געהאט דעם איינדרוק אז ס׳איז עוועילעבל צו זעהן אויך פון אמעריקע, ווייל זיי געבן אן אויסוואל פון אלע פיפציג סטעיטס אינ׳ם איינשרייב פאָרעם, אבער ליידער האב איך געמאכט א טעות און איינער האט מיר יעצט געמאלדן אז דערווייל איז עס נאר עוועילעבל אין Ontario (דער פּראווינץ וואו טאָראָנטאָ געפינט זיך)

מיינט עס מ׳דארף ווארטן געדולדיג ביז ס׳קומט אויף ניו יארק