☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל

יעדער איינציגער איד איז אויף טרייעל

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1577
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:04 pm

· #38451
לעמיל
יידל
לעמיל
פאר אפאר טעיג ביז די פסק דין איז געוועין א תפיסה אבער עס איז נישטא א עונש פון תפיסה

בימי חז"ל איז בלי שום ספק געווען א תפיסה.

נישט ווען עס איז געוועין א בית דין הגדול


רמב"ם הלכות רוצח ושמירת הנפש פרק שני:
וכל אלו הרצחנים וכיוצא בהן שאינן מחוייבין מיתת בית דין. אם רצה מלך ישראל להרגם בדין המלכות ותקנת העולם הרשות בידו. וכן אם ראו בית דין להרגם בהוראת שעה. אם היתה השעה צריכה לכך יש להם רשות כפי מה שיראו. הרי שלא הרגם המלך ולא היתה השעה צריכה לכך לחזק הדבר הרי בית דין חייבין מכל מקום להכותם מכה רבה הקרובה למיתה לאסרם במצור ובמצוק שנים רבות ולצערן בכל מיני צער כדי להפחיד ולאיים על שאר הרשעים שלא יהיה הדבר להם לפוקה ולמכשול ויאמר הריני מסבב להרוג אויבי כדרך שעשה פלוני ואפטר.

דבילה » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:17 pm

· #38640
פריינדליך
דבילה
דו רשע איינער, און וועלכע געגענט גייסטו עם שיקן? און יענער געגענט איז אידיש בלוט הפקר?


1}עס איז קען די תקנות דא צו רעדן מיט אזוינע טיטלען צו א צווייטען רעד ווי א מענטש כדי מען זאל רעדן צו דיר געהעריג


'שטייטזיך אז דער מענטש וואס שטייט אונטער דעם ניק איז זיכער א צדיק גמור, אבער דא האט דער ניק "פריינדליך" געשריבן מיט רשעות. דעריבער האט ער באקומען א טיטעל "רשע". [כ'האב גראדע הנאה אז די מנהלים האבן דאס געמעקט] און ס'פעלט בכלל נישט אויס אז דו זאלסט מיר צוריק שרייבן דא. ס'מיר נאר וויכטיג אז ליינערס זאל באמערקן די רשעות וואס ליגט אונטער דיין מהלך. סארי.

פריינדליך » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:24 pm

· #38645
און איך האב געוואלט מאכען די פוינט אז נישט מיט נ"ר קען מען נישט רעדן, נאר אפילו די וואס בעקען אים ווערען אויך אינגאנצן איבער גענימען פון די געפילן אזאש אז מען קען אפילו נישט פראבירען זיי מסביר צו זיין, האסט זייער גוט מסביר געווען יענע צד

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:20 pm

· #38673
לויט ווי איך פארשטיי, איז דער וויכוח דא בעיקר אויף דעם חלק וואס די מידיא פארשפרייט אז אידן פרובירן צו פראטעקטן מאלעסטערס.
פריינדליך שרייבט אז לכבוד דעם באקומען אלע אידן א טיטל אלס מאלעסטערס ח"ו, וויבאלד זיי ווילן באהאלטן די שמוץ אונטערן קארפעט,
משא"כ יידל טענה'ט אז וויבאלד די עצם מאלעסטעשיאן ליגט שוין ביי די באהערדע קוקן די אומה"ע אן נאר איינצעלנע אידן ווי שומציאנען, און נישט יעדן.
מ'רעדט פון 2 אנדערע עקן פון די מעשה, ס'קען זיין אז ביידע האבן א נקודה, אבער מ'רעדט זיך נישט צוזאם.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:33 pm

· #38687
וועגן די עונשים אין די צייטן פון ביהמ"ק האב איך שוין געוואלט אמאל עפענען א עקסטערן אשכול.
איך מיין עס וואלט געווען גאנץ אינטרעסאנט.
איך האב שוין געזעהן דעם רמב"ם וואס געפילטע ברענגט אראפ, קען זיין ס'האט אמאל פאסירט אזא עונש, אבער עס איז נישט ידוע אז מ'זאל עס האבן גענוצט.
יידל, פון וואו נעמסטו די איידיע פון אפהאקן די האנט? האט מען דאס אמאל געטאן ביי אידן?
בכלל זענען די ד' מיתות בי"ד שווערע שרעקעדיגע עונשים, וואס איז שווער פארן היינטיגן קאפ אינעם היינטיגן וועלט צו באגרייפן. לאו כל מוח קא סביל דא.
אזוי ווי עס איז פאראן א י"א אז מען זאל נישט ליינען צופיל פון די וועלט מלחמה, עס ברענגט אריין די נישט ריכטיגע מחשבות פאר פילע מענטשן...
ווען איך האב געלערנט די דיטעילס פון די ד' מיתות אין מס' סנהדרין, האב איך באקומען א שטארקע יראת העונש......

מיר קוקן היינט אן אראבערס אלס פאנאטישע רוצחים, למעשה רוב שטראפן נעמען זיי פון אונזער תורה,
הגם זיי האבן נישט געלערנט דרשת חז"ל, אז 'עין תחת עין' מיינט מען באצאלן געלט.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:22 pm

· #38779
ס'אן אריכות גדולה, און אולי איז אפשר בעסער צו עפענען א באזונדערן אשכול דערויף.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:25 pm

· #38782
שמעקעדיג
מיר קוקן היינט אן אראבערס אלס פאנאטישע רוצחים, למעשה רוב שטראפן נעמען זיי פון אונזער תורה,
הגם זיי האבן נישט געלערנט דרשת חז"ל, אז 'עין תחת עין' מיינט מען באצאלן געלט.

👍

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:12 pm

· #39234
Reply to Yidl
יידל
איך קען מיך אנסובסקרייבן? איך בין נישט אויף טרייעל.

That's what you would like to think. The OP of this thread (Freindlich) is 100% right. We (Chassidic Jews) are the last and only ethnic group that the politically correct media has no qualms to defame without any fear of consequences. When one Chassidic looking Jew is only accused of anything improper, they smear the entire Jewish community. 😳

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:27 pm

· #39240
פריינדליך
איך פארשטיי, און ווען די לייקענסט שמש בצהרים דרייסטע מיט וואס?

כאילו דו דארפסט א בשטעטונוג אז שמוץ און קרימענאלע מעשוית אינאיינעם מיט אנטיסעמעטיזעם האט א השפעה אויף א גוי וואס ליינט עס,

Unfortunately, Yidl fails to understand the reality and learn from the past. We are all judged by the group we're identified with. You are right to point out that the unfortunate, assimilated Jews of Germany didn't want to face reality, and falsely believed that "Society" will save them.
בלאט: 1 2