☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די אשכול איז פארשפארט צוליב וואס ס'פארמאגט נישט קיין אינהאלט

די אשכול איז פארשפארט צוליב וואס ס'פארמאגט נישט קיין אינהאלט

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4190

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 9:58 pm

· #129474
די אשכול איז פארשפארט צוליב וואס ס'פארמאגט נישט קיין אינהאלט
האלא, סערטסעך? ס'נייעס?

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 10:00 pm

· #129477
וויזוי לעבסטע?

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 30, 2013 10:01 pm

· #129478
מ'קען משוגע גיין פאר ליידיג גיין.
עניוועיס האסט געהערט מהאט געטראפן א האקן קרייץ.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 10:01 pm

· #129479
ס'דא פיי סאמעך? הא וואו לויפסטע?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 10:02 pm

· #129480
איך בין גרייט צו וועלן פארכאפן א מיידל אבי ס'זאל זיין נייעס..

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 30, 2013 10:03 pm

· #129482
גם אני מצטרף.
פאר ווער ס'האט נאכנישט טועם געווען דער טעם פון באורדעם, פאר קיין שום איד נישט געוואונטשן, דאס איז וואס מ'שפירט תשעה באב נאכמיטאג ווען מהאט נישט וואס צוטון.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 10:04 pm

· #129484
נו זאג עפעס נישט-תוכנ'דיג

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 10:12 pm

· #129491
מ׳האט געטראפן א פארדעכטיגטע פעקל לעבן ברוקלין ברידזש

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 10:13 pm

· #129492
נעבן

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 12:38 am

· #129561
מען קען הערן א אינטערוויו פון הרב זרח גרונם פלאקענשיסער איבער די טעמע פון כבולעו כך פולטו...
דריקט נאמבער 4 און דערנאך דריקט 7 און דערנאך דריקט 9 ביז איר ווערט אינגאנצן צודריקט....

אביגדור » מאנטאג יולי 1, 2013 12:42 am

· #129564
.

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 2:15 am

· #129595
געדאווענט מעריב אין 'שומר שבת', דער מנין איז געווען בבחינת 'פרוץ מרובה על העומד', עס איז באשטאנען פון זעקס פארוואגעלטע כוכבים און בלויז פיר מן הישוב.

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 2:17 am

· #129596
מה זה פארוואגעלטע כוכבים

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 2:22 am

· #129598
פארוואגעלט איז מלשון פארוואגעלט, כוכב איז א ירושלימ'ער טיטול פאר איינעם וואס אין די מעריב וועלט קולטור איז א פיסכיאטער אן קאל. שטימט?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 2:25 am

· #129599
עפעס כאפעך. סיז א טיטעל אויף א ירושלמי פון אן אמעריקאנער אדער פון א ירושלמי אויף אן אמעריקאנער ?

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 2:27 am

· #129600
דו הערסט אויף זר? 😉 איך פאנג שוין באלד אן קלערן אז... אקעי, גילוי...

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 2:30 am

· #129601
מלאזט זיך אזוי וואויל ג׳ין דא און מפארגעסט ליידער אז באמת איז דער אשכול פארמאכט

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 2:34 am

· #129602
יא, אזוי גייט עס ליידער, מען שטרעקט אויס א פינגער און יענער וויל צוויי, מען שטרעק אויס א האנט וויל יענער ביידע.
וואו קומט עס נאר דא אריין? עעעםםם... אההה.... כ'האב מיך דערמאנט..... עי אבער איין מינוט דער אשכול איז ממילא פארשפארט, סתם זיך הייזעריק מאכן פאר די פיר ווענט?!

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 10:09 am

· #129640
אינטרעסאנט!
איך האב אויך דארטן געדאווענט, און יעצט זעה איך אז דו ביסט געווען דער איד מיט די קראקס דארט, (אזוי שרייבסטו דיך אונטער), מיט די גרויסע קאלטענעס מיט א גערוך פון דא ביז קאנארסי, שוין וועל איך נישט גיין ווייטער נישט צו פארגיין די אפעטיט פאר די וואס האלטן נאך ביים נעכטיגען סאפער..
עניוועי איז די אשכול שוין פארשפארט....

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 10:42 am

· #129649
ס'איז צרות זר איז באורד!!
נאאא גייב ברענג אפאר גוטע קליפ'ס שרייב אפאר זאפטיגע נושאים. פאר דיר א פראבלעם דאס??

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 12:21 pm

· #129691
די אשכול איז צירוק אפען ווייל עס פארמאגט שוין אינהאלט.......

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 4:48 pm

· #129828
זר ביסט נאך באורד?

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 4:52 pm

· #129832
סאשי פיש
די אשכול איז צירוק אפען ווייל עס פארמאגט שוין אינהאלט.......

זייט ווען איז ״סאשי״ עפעס אינהאלט?
ס״ה א שטיקל רויע פיש..

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 4:53 pm

· #129833
מ'בעהט יעדן פרובירן צו שרייבן ווי ווייניגער תוכן וואס מעגליך.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 6:29 pm

· #129864
עס רעגענט עס גיסט
די אלטע באבע היסט
עס קומט פאליס
און מאכט זיך זיס
און געט א שיס
אין די פיס

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 6:38 pm

· #129868
@זר זהב איך זע אז דו האסט נישט געלייקט מיין תגובה איך אנטשולדיג זיך אויב ס׳האט צו אסאך תוכן

אבגד » מאנטאג יולי 1, 2013 7:56 pm

· #129883
האטשו.. האטשו...
אוי אנטשולדיגט עס איז מיט געקומען ״תוכן״....

אביגדור » מאנטאג יולי 1, 2013 8:04 pm

· #129885
.

טעפל » דינסטאג יולי 2, 2013 2:35 am

· #130001
ס'האט בכלל נישט קיין שייכות..

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 12:55 pm

· #130077
@זר זהב פארוואס הערט מען נישט פון דיר???

לעמיל » דינסטאג יולי 2, 2013 1:00 pm

· #130080
@סאשי פיש זר שלאפט נאך באדער נישט יעצט

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 4:38 pm

· #130174
@לעמיל ווי לאנג גייט נאך @זר זהב שלאפען ???.... אפשר וועקסטו עם אויף.....

לעמיל » דינסטאג יולי 2, 2013 4:41 pm

· #130176
וואס גייט דיך אן ער שלאפט אביסעל? וועסט אים שפעטער טרעפען און די ווער עס קען נישט שלאפען אשכול

סאשי פיש » דינסטאג יולי 2, 2013 4:44 pm

· #130181
איך האב מורא אז עס איז עפעס ערגער ווי סתם שלאפען ער האט א זשאב...

אבגד » דינסטאג יולי 2, 2013 4:46 pm

· #130183
ער הא שוין פון לאנג א דזשאב!!
ער איז גבאי ביי זאבליטובער רבי, און וועגען דעם טרינקט ער אסאך קאווע...

לאליפאפ » זונטאג יולי 21, 2013 10:17 pm

· #135111
וועקעישן סאקט! נאו וועב עט אלל

טעפל » מאנטאג יולי 22, 2013 3:04 am

· #135172
דאס האסטו געשריבען אהן די וועב?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:35 pm

· #139621
מ'האט עס געעפענט??

🙄 🙄

George » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:51 pm

· #139624
מיין ווייב פרעגט מיך פארוואס איז קוילער מיך פאר געלעכטער, און איך קען נישט כאפען דעם אטעם...

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:53 pm

· #139625
און וואס האסטע געענטפערט

George » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:08 am

· #139633
זי טענה'ט אז זי פארשטייט נישט וואס די דזשאוק איז (ווי גלייך זי פארשטייט וואס ס'מיינט)

משה געציל
געדאווענט מעריב אין 'שומר שבת', דער מנין איז געווען בבחינת 'פרוץ מרובה על העומד', עס איז באשטאנען פון זעקס פארוואגעלטע כוכבים און בלויז פיר מן הישוב.


משה געציל
פארוואגעלט איז מלשון פארוואגעלט, כוכב איז א ירושלימ'ער טיטול פאר איינעם וואס אין די מעריב וועלט קולטור איז א פיסכיאטער אן קאל. שטימט?


ביי דעם האט זי שוין מיטגעלאכט

אבגד
מען קען הערן א אינטערוויו פון הרב זרח גרונם פלאקענשיסער איבער די טעמע פון כבולעו כך פולטו...
דריקט נאמבער 4 און דערנאך דריקט 7 און דערנאך דריקט 9 ביז איר ווערט אינגאנצן צודריקט....

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:25 am

· #139730
וואס איז דאס "אינהאלט"?