☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אי"ה צום ווידערזעהן!!!

אי"ה צום ווידערזעהן!!!

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1575
בלאט: 1 2

טעפל » מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:10 am

· #177633
כ'מיין אז נישט יעדע מאהל מ'סיינט ארויס דארף מען דא באגריסען נאר ווען מ'מאכט א וי"פוצו"..

ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:37 am

· #225166
איך פאר אי"ה קיין אומאן אויף ראש השנה, צום ווידערזעהן נאך יום טוב אי"ה.
זאלט איר אלע האבן א זיס לעכטיג יאר, מיט אלעס גוטס וואס איר וואונטשט זיך, געזונט, אסאך געלט, נחת פון די קינדער, נחת פון די ווייב און פון זיך אליין, א.א.וו. יעדער וואס ער וויל, און א כתיבה וחתימה טובה.
צום ווידערזעהן!!

לית דין בר נש » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:41 am

· #225167
פועל אויס אלס גוט
האב אונז אלע אינזין
לית דין בר נש בן קאווע שטיבל

דריידל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:31 pm

· #225183
אבי מ'זאגט אז אין אומאן טיט מען כל מיני עבירות. איך זעה פון ברסלבער אז מיטאמאל אינטערנעט סערוויס איז דארט דא

לעמיל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:04 pm

· #225194
דארט דארף מען נישט די אינטערנעט..

ברסלבער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:00 pm

· #226195
ברסלבער
איך פאר אי"ה קיין אומאן אויף ראש השנה, צום ווידערזעהן נאך יום טוב אי"ה.
זאלט איר אלע האבן א זיס לעכטיג יאר, מיט אלעס גוטס וואס איר וואונטשט זיך, געזונט, אסאך געלט, נחת פון די קינדער, נחת פון די ווייב און פון זיך אליין, א.א.וו. יעדער וואס ער וויל, און א כתיבה וחתימה טובה.
צום ווידערזעהן!!

מיר זענען שוין ב"ה צוריק דא, מיט פולע זעק ישועות און רפואות, עס קומט אי"ה א געשמאקע יאר.
א גמר חתימה טובה!

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 5:58 pm

· #228315
גוט יום טוב קאווע שטיבל.
גוט יום טוב @כוכב.

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 6:00 pm

· #228316
קאווע טרינקער
גוט יום טוב קאווע שטיבל.
גוט יום טוב @כוכב.

דאס יו״ט געזעגענען מיר זיך נישט, מיר בלייבן קאנעקטעד, (נישט דורך די שבת עפפ), דורך די אראומא פראגראם.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 3, 2015 7:09 am

· #264019
א פרייליכן יו"ט כל חבירי וידידי באי בית הקאווע, אי"ה במשך יו"ט האף איך נישט אריין צו קומען דא ווייל פסח טרינק איך נישט קיין קאווע, אי"ה גלייך נאך פסח וועלן מיר צוריק קומען מיט פרישע כוחות.

טייערע ברודער הארציגע ברודער מיר וועלן זיך נאך ווייטער זעהן.

פליקער » פרייטאג אפריל 3, 2015 7:39 am

· #264023
זיכער האט געוואלדיג די געוואלדיגע פה-סח, שיין ארויס געפרינט, קאלאר, צוויי זייטן, גיט געבינדן, טו פארוואס זאל ער נאך דא אריין ביז נאך פסח.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 2:05 am

· #300827
תכלה שנה ו7000 לייקסיה.

אי"ה צום ווידערזעהן תשע"ו מיט פרישע כוחות.
ס'איז מיין האפפענונג אז אונזערע תפילות זאלן דאס יאר ווערן fulfilled by גאט, און אונז זאלן זוכה זיין צו שמייכלען פון גוטס צוזאמען בגילוי ממש.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:11 am

· #311544
[ציטאט אראפגענומען]

זאג מיר נאר ווי לאנג איך זאל האלטן די אטעם יעצט?

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 11:51 am

· #311563
איך גלייב אז ס'וועט נאך היינט געשען לכבוד יום א' דחנוכה. ער האט דאך נישט געקארגט מיט די לעצטע פאר תגובות אזוי וואו לעצטע מאל.

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:50 am

· #311888
@בן אדם זעהט ליידער אויס איך בין גירעכט גיוועהן.
@אנאנים איך האב שוין געמאכט אלע הכנות צום 2000 תגובה די קענסט שוין לאזן די באמבע פאלן!

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:02 am

· #311891
נע, כ'האב געמיינט צוזאגן יום א' דחנוכה און "אמשינוב"
בלאט: 1 2