☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15689
בלאט: 1 2 3

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 11:02 am

· #512972
אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
דער זונטאג איז פארגעקומען און אסיפה פאר אלע פרויען, מאמעס פין טעכטער אין די מוסדות, פין הויך שולע.

דער אסיפה איז געוועהן בנוגע סעלפאון'ס.

מען האט דארט פארציילט האר אויפשטעלנדיגע מעשה'לעך וואס האבן געזאלט האבן פאסירט ביי די מיידלעך, אלץ א רעזולטאַט פין די סעלפאון.

גערעדט האט ר' מענדל ט"ב רעבעצין, צווישן אנדערע.

מעשה א. א כלה האט באקומען א מתנה פין דער חתן אין יחוד שטיבל, און האט פארן זאגן יישר כח פאר דער חתן, געכאפט א בילד און געשיקט צו איר חבר'טע. הערשט דערנאך האט זי געזאגט ישר כח צום חתן.

מעשה ב. א כלה האט געשיקט א טעקסט צו איר חבר'טע דער מארגן נאך דער חתונה, זעקס אזייגער אינדערפרי, איי קענט סליפ.

מעשה ג. א מיידל (רבקה) פין א נישט פאנקשענעל היים, האט גערעדט פרייטאג מיט א חבר'טע, און צווישן אלעם געזאגט, אז זי האלט עס נישט אויס, און זי האפט זי וועט נאך דא זיין נאך שבת (בקיצור, סויסייד). דער חבר'טע האט געציטערט, און געמאכט א חשבון אז עס איז פקוח נפש, און גערופען רבקה שבת צוויי אזייגער, צו טשעקען אויב זי איז אקעי.

שומו שמים.

פרנס החודש » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 11:07 am

· #512974
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
אויב אזוי ברויך מען טאקע אסר׳ן סעלפאוינס, אויך מיין איך אז מען זאל זיי אסר׳ן צו גיין שאפינג אין מאלס, און צו נוצן פאבליק טראנפארטאציע ה״י.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:07 pm

· #512977
לדעתי, איז דאס די ערשטע מאל וואסי'דא א נארמאלע אסיפה. קודם כל, ב"ה יעצט איז שוין קלאר אז נישט די אינטערנעט איז די חורבן הדור,

צווייטענס, די אסיפה האט בעצם גארנישט געהאט מיט אידישקייט צו טוהן פשוט א נארמאלע פאמיליע לעבן צווישען מאן -ווייב ווערט צושטערט ווען ס’איז נישטא די פשוטסטע צוזאמלעבן און אז דער spouse קומט פאר אלעמען. און אויב א חבר / חברט’ע האלטען מיט אדער מען איז ביזי אגאנצען טאג מיט זיי פעלט פשוט פון דעם "ואל אישך תשוקתך". פינטל.
ומהאי טעמא ס’דא די חסידית’ן וואס לייגן א דגוש אז די אינגעלייט זאלן ווי מער פארברענגן אין שטיבל איז אויך א שטער פאר אויפבויען דעם קשר,

דריטענס, נאך א זאך וואס איז אויסגעשמוסט געווארן אז די גרויסע מיידלעך פארברענגן די נעכט מיט די חברטעס צו אויפן טעלעפאן אדער אין גאס איז אויך די פראבלעם אז ס’געוויינט צו דעם מיידל צו א לעבן מיט חברטעס און נישט מיט די מאן.
בעיני ראיתי פון מיינע שכנטעס ווי מיידלעך האבן אליין געהאצקעט ביז 3 פארטאגס נאכט נאך נאכט.
און אמת’ן די פראבלעם איז שוין אסאך בעפאר די אינטערנעט איז אפילו נתעבר געווארן, וואס עלטערן זיצענדיג אויפן פאון האבן געלאזט די קינדער הענגן..

לגבי מעשה ג’ . מסתם האט זי געמעגט אדער געדארפט רופען אלס פיקוח נפש.

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:21 pm

· #512980
מעשה א׳ איז לכאורה געבאקן. וואו האט די כלה באהאלטן איר פאון אז עס אנגעקומען אין יחוד שטוב? אין איר אינטערוועש?

די אסיפה האט אינהאלטן האקן אויף מיידלעך רעדן שפעט ביינאכט אויפן פאון, האקן אז מיידלעך גייען ארויס ביינאכט, האקן אז די מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן יונג מער, האקן אייף טיפע קשרים וואס מאכן זיך ביי מיידלעך, האקן אז די מיידלעך האבן א נענטערע קשר מיט א חברטע פון 10 יאר,ֶ ווי מיט א מאן וואס מען קען פאר א חודש.

די זעלבע אסיפה האט זיך אפגעשפילט אין מאנסי אפאר וואכן צוריק און האט נאכגעפאלגט מיט אלע סקולס לייגן באגרעניצונגען אויף די מיידלער׳ס פאון באניץ.
נעמט אין אכט אז די רעדע איז פון פשוט רעדן אויף פאונס וואס האבן נישט טעקסט.

די אלע זאכן קענען מן הסתם ניצן א תיקון, אבער זענען על פי רוב געהעריגע צענערלינג behavior, און אוועקנעמען די פאונס זענען נישט די סעלושאן.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:47 pm

· #512982
נ.ב. די אסיפה איז גערופען געווארן אדאנק וואס לעצטענס איז פארהאן א מגיפה פון גיטין. און ווי לויט די כלה טיטשערס און חתנים מדריכים טעהנען אז רובא דרובא סיבות איז צוליב וואס די פארפאלק זענען נישט
גענוג אינטערעסירט און עקסיידעט איינעם פארן צווייטען בכלל. כך שמעתי

נעקסט לעוועל » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:58 pm

· #512983
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
שמחהלע קאפשטיק
נ.ב. די אסיפה איז גערופען געווארן אדאנק וואס לעצטענס איז פארהאן א מגיפה פון גיטין. און ווי לויט די כלה טיטשערס און חתנים מדריכים טעהנען אז רובא דרובא סיבות איז צוליב וואס די פארפאלק זענען נישט
גענוג אינטערעסירט און עקסיידעט איינעם פארן צווייטען בכלל. כך שמעתי
שווער צי ענפערן נארמאל שרייבענדיג אויפן פאון און נישט אויפן קאמפיוטער (צוליב די סעקיוריטי פראבלעמען וואס די בראוזער מאכט)
בקיצור הדברים
מהאט נישט געכאפט די ריכטיגע פאנטש ליין
מקען האבן א געזינטע מעריד״ש מיט אפענע סמארטפאונס און א חרוב׳ע מעריד״ש מיט א 3g פליפ פאון טעלק אנלי
אבוויעסלי די סמארטפאון איז א שטארקע גורם, איך דעניי נישט די פאקט
אבער אסר׳ן סמארטפאונס און מאכן א מהפיכה וועט נישט היילן די מצב
מדארף מער פאוקעסן אויף די approach צו סמארטפאונס און לערנען זיך באגיין דערמיט
(סאיז א נושא פאר זיך, ווען די בראוזער ק״ש העט זיין מסודר העלעך אי״ה אריינקומען מיט א קלארע הסבר פון פערזענליכע און ארומיגע עקספיריענס )

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 1:18 pm

· #512985
נעקסט לעוועל

די רעדע איז נישט איבער סמארטפאונס.
די רעדע איז איבער צענערלינגען זאלן בכלל נישט האבן קיין אייגענע פאון. אפילו אן טעקסט.

פרנס החודש » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:11 pm

· #512990
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
מיר געפעלט נאר אז מען גייט ענדליך צוריק צו די אלטע מערכות געגן סעלפאוינס, איך ווארט שוין קוים מען זאל זיך צוריקנעמען צו די טריפענע טעיפרעקארדערס, ביפערס, און ארגענייזערס ר״ל.

לאנגע הויזן » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 2:45 pm

· #512993
איך טראכט אפשר איז טאקע צייט אז מען זאל זיך אנהייבן צודרייען מיט "וואקי טאקיס".

א יעדע קאפל וועט זיך האבן זייער באהאלטענע טשענעל.. און ווען א פרוי דארף וויכטיג צוקומען צו איר מאן אין שול זאל זי קומען נאנט צו די שול ביז זי וועט קענען כאפן איר מאן אויפן וואקי טאקי..

און די קומענדיגע חורבן הדור וועט זיין דאס וואס קינדער הערן זיך אינטער ראדיאו געשפרעכן בין איש לאשתו..

חדשים » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 4:51 pm

· #513000
אקעי, פראבלעם געסאלווט. נישטא מער קיין סעלפאונס ביי די מיידלעך. פינטל. מען האפט אז די רעזולטאטן וועלן נישט שפעטיגן און פון טייטע פריינדשיפ וועט ווערן לויזע פריינדשיפ. געוואלדיג. וואס דארף יעצט געשען? די מיידל וואס זוכט נאנשאפט וועט מסכים זיין צו חתונה האבן מיט א מאן וואס זי וויל נאר ווייל זי האט נישט קיין אנדערע ברירה אדער וועט זי זיכן אנדערע אופנים באיסור וויאזוי צו בלייבן נאנט מיט אירע פרענדס. ואם תמצא לומר אז זי גייט ענדערשער חתונה האבן, וואס גייט געשען א טאג נאך די חתונה? זי איז מער נישט אונטער די סקול/מאמעס פארטוך. גייט צו נישט גראד צוריקלויפן צו די פרענדס וואס זי בענקט זיך שוין אזוי לאנג?

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיין תקנות. איך ווייס און איך זעה די פראבלעמס. איך וויל נאר פארשטיין די לאגיק וואס ליגט אונטער די סעלושענס... חוץ אז מען וויל פשוט אויסרייסן די געזונטע נארמאלע געברויך פון די מענטשהייט צו סאשעלייזן... איך גלייב נישט אז דאס איז די ציל ווייל דעמאלטס דארף זי נישט קיין מאן אויך נישט...

פרנס החודש » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 4:54 pm

· #513001
אויב האט זי נישט קיין מאן ווי אזוי וועט זי פאפן פערצען בעיביס?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:03 pm

· #513006
אין אמת'ן וואלט איך מיך סתם אזוי נישט אנגערופן נאר אזויווי דיעס אסיפה האט מיר דערמאנט פון די באקאנטע אסיפות פון קהילה קדושה חעלם פיל איך ממש באגליקט צו קענען אריינרעדן בשעת די חעלמע מעשה איז נאך הייס.
בת קול
די אסיפה האט אינהאלטן האקן אויף מיידלעך רעדן שפעט ביינאכט אויפן פאון, האקן אז מיידלעך גייען ארויס ביינאכט, האקן אז די מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן יונג מער, האקן אייף טיפע קשרים וואס מאכן זיך ביי מיידלעך, האקן אז די מיידלעך האבן א נענטערע קשר מיט א חברטע פון 10 יאר,ֶ ווי מיט א מאן וואס מען קען פאר א חודש.
חרדישע לאגיק גייט דארך אלץ פונקט קאפויער, ווי ווייניגער מ'קען איינעם אלץ מער דארף מען יענעם ליעבן, מיט פרענדס מעג מען נאר האבן א לויזע קשר, מיט'ן מאן א טראפקעלע מער, גאט וואס מ'קען אינגאנצן נישט דארף מען דאס מערסטע ליעבן.
שמחהלע קאפשטיק
נ.ב. די אסיפה איז גערופען געווארן אדאנק וואס לעצטענס איז פארהאן א מגיפה פון גיטין. און ווי לויט די כלה טיטשערס און חתנים מדריכים טעהנען אז רובא דרובא סיבות איז צוליב וואס די פארפאלק זענען נישט
גענוג אינטערעסירט און עקסיידעט איינעם פארן צווייטען בכלל. כך שמעתי
די סיבה דערצו איז נישט סמארטפאונס, נישט פליפ-פאונס, און אויך נישט די אינטערנעט, נאר די סעגרעגאציע צווישן די גענדערס.

בקיצור, זעהט מיר פשוט אויס אז די אינגווארג קויפט שוין נישט אפ די חרדישע שיטה פון ארטיפישל ליעבע נאר זיי זוכן עכטע היומען קאננעקשן און אז זיי קענען עס נישט באקומען ביי די אנדערע גענדער גייען זיי עס זוכן ביי זייערע פרענדס אדער טשעקן זיי אינגאנצן ארויס פונעם ליעבע דעפארטמענט, והיינו טעמא דגיטין "מגיפה" והיינו טעמא דשידוך "קריזיס". וועלן מיר זעהן וואס וועלן זיין די קאנסעקווענצן פון דעם חעלמע באשלוס, לבי אומר לי אז ס'קומט אן עקספלאזיע פון חסידישע לעסביענס.

ביבער » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:17 pm

· #513007
מעשה ד' א שניר האט זיך אפגערעדט פאר איר שוויגער אז איר זון איז משביעו רעב און די שוויגער האט ג'עצה'ט צו עסן די מאטראץ אזוי ווי דער שווער פירט זיך. ווער האט די רעקארדינג? אמאל געווען אויף יוטוב

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:28 pm

· #513009
לאנגע הויזן
איך טראכט אפשר איז טאקע צייט אז מען זאל זיך אנהייבן צודרייען מיט "וואקי טאקיס".

א יעדע קאפל וועט זיך האבן זייער באהאלטענע טשענעל.. און ווען א פרוי דארף וויכטיג צוקומען צו איר מאן אין שול זאל זי קומען נאנט צו די שול ביז זי וועט קענען כאפן איר מאן אויפן וואקי טאקי..

און די קומענדיגע חורבן הדור וועט זיין דאס וואס קינדער הערן זיך אינטער ראדיאו געשפרעכן בין איש לאשתו..
מ'האמער עס געהאט נאך איידער די גאנצע מהומה ארום סמארטפאונס האט זיך אנגעהויבען. ווער געדענקט דען נישט די באליבטע נעקסטעל פאונס?? ס'געווען פאן צו טשערפן איינעם מיטן צווייטן, און ווער רעדט נאך ווען מ'נאיז געוואר געווארן יענעמס פריוואטע טשענעל און מ'האט יענעם סורפרייזד מיט א טשערפ.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:32 pm

· #513010
ביבער
מעשה ד' א שניר האט זיך אפגערעדט פאר איר שוויגער אז איר זון איז משביעו רעב און די שוויגער האט ג'עצה'ט צו עסן די מאטראץ אזוי ווי דער שווער פירט זיך. ווער האט די רעקארדינג? אמאל געווען אויף יוטוב
מיסטער ביבער, קוקענדיג אויף דיין פראופייל זעה איך אז היינטיגען טאג צייכענסטו אפ פונקטליך 10 יאר פון ווען דו ביסט מופיע אויף אונזער קאווע שטיבל....
זיי אונז משביע מיט אסאך גוטע מאמרים

מרדכי מרדכי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:42 pm

· #513011
היסטאריע
מעשה ג. א מיידל (רבקה) פין א נישט פאנקשענעל היים, האט גערעדט פרייטאג מיט א חבר'טע, און צווישן אלעם געזאגט, אז זי האלט עס נישט אויס, און זי האפט זי וועט נאך דא זיין נאך שבת (בקיצור, סויסייד). דער חבר'טע האט געציטערט, און געמאכט א חשבון אז עס איז פקוח נפש, און גערופען רבקה שבת צוויי אזייגער, צו טשעקען אויב זי איז אקעי.

שומו שמים.
איך פארשטיי נישט די פראבלעם פון די מעשה.
אין אזא פאל מעג מען טאקע רופן אין שבת, די עבירה האט מען אויב מען רופט נישט.
לגבי די אנדערע מעשיות איז סתם הפחדה מעשיות וואס מען ברענגט צי אפשרעקן, אזוי ווי דעם אלעמען באקאנטע ערליכע איד וואס האט אהיים געברענגט א קאמפיוטער צי שרייבן חידושי תורה און געווארן א גוי גמור.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:43 pm

· #513012
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
רביה''ק זי''ע
לבי אומר לי אז ס'קומט אן עקספלאזיע פון חסידישע לעסביענס.

רבי, איר זענט "לעיט אין די געים".

יWOW רבינו דו האסט באמת ארויסגעטשעקט פון די קאמיונעטי.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:43 pm

· #513013
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
שמחהלע קאפשטיק
ביבער
מעשה ד' א שניר האט זיך אפגערעדט פאר איר שוויגער אז איר זון איז משביעו רעב און די שוויגער האט ג'עצה'ט צו עסן די מאטראץ אזוי ווי דער שווער פירט זיך. ווער האט די רעקארדינג? אמאל געווען אויף יוטוב
מיסטער ביבער, קוקענדיג אויף דיין פראופייל זעה איך אז היינטיגען טאג צייכענסטו אפ פונקטליך 10 יאר פון ווען דו ביסט מופיע אויף אונזער קאווע שטיבל....
זיי אונז משביע מיט אסאך גוטע מאמרים
גם אני הקטן מצטרף.
יא כ'מיין אז שוין צייט פאר ביבער אריין צו קומען מיט קנאקעדיגע ארטיקלעך

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:47 pm

· #513014
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
@רביה"ק זי"ע
די סיבה דערצו איז נישט סמארטפאונס, נישט פליפ-פאונס, און אויך נישט די אינטערנעט, נאר די סעגרעגאציע צווישן די גענדערס.

דו ווייסט גארנישט ווי גוט דו זאגסט, כ'שריי שוין דאס נאך איידער די אינטערנעט איז געווען אויפן ראדאר! כ'האב מיך שוין גענוג גערעגט בימים ההם נאך אויפן צווייטן רביה"ק פאר די עקסטרעמע סעגרעגאציע צווישן די גענדערס. א ווייטאג, און ס'ווערט נאר ערגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:52 pm

· #513015
צוזאמגעדרייט
רבי, איר זענט "לעיט אין די געים".

יWOW רבינו דו האסט באמת ארויסגעטשעקט פון די קאמיונעטי.
יא, כ'האב צוגעלייגט אריינגערינגעלט "(אויב ס'נאכנישט דא...)" ווייל איך האלט נישט מיט גענוי וואס טוט זיך דארט אבער ס'איז עפעס נישט אדורך.

ענדיוועיס, יא, כ'האב מער ווייניגער ארויסגעטשעקט, די איינציגסטע שייכות וואס איך האב נאך איז אז איך וואוין אויף אן אינטערסטעיט הייוועי אןן חברים וואס פארן צומאל אדורך סטאפן אריין און געבן איבער גריסן וכו' (@וואלווי פארצייל זיי 😃 ), אבער סתם אזוי האלט איך נישט ממש מיט.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 6:55 pm

· #513016
דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך שוין גענוג גערעגט בימים ההם נאך אויפן צווייטן רביה"ק פאר די עקסטרעמע סעגרעגאציע צווישן די גענדערס. א ווייטאג, און ס'ווערט נאר ערגער
למעשה גערעדט האט דער ערשטער רביה"ק נישט געהאלטן פון די סעגרעגאציע בכלל, ווי ער האט געשריבן אין משנה "אל יאכל הזב עם הזבה מפני הרגל עבירה" איז פון דעם געדרינגען אז סתם אזוי זאל מען יא טראץ דעם וואס (אדער גאר דווקא וויבאלד...) גדולה לגימה שמקרבת את הלבבות, דער צווייטער רביה"ק שטייט סתם ארויס ווי א sore thumb אין די הייליגע שושלת פון רבותינו הקדושים זכותם יגן עליהם..

למעשה מיין איך איז די גאנצע גענדער סעגרעגאציע פשוט א טאקטיק פון די רבנים מרבה צו זיין ++lgbtq לתפארת בית ישראל, און איך מוז מודה זיין אז אין דעם פאל זענען זיי מיט ביידע פיס אויפ'ן קרקע.

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 9:28 pm

· #513023
רביה''ק זי''ע

למעשה מיין איך איז די גאנצע גענדער סעגרעגאציע פשוט א טאקטיק פון די רבנים מרבה צו זיין ++lgbtq לתפארת בית ישראל, און איך מוז מודה זיין אז אין דעם פאל זענען זיי מיט ביידע פיס אויפ'ן קרקע.
ומלאך רע/טוב בעל כרחו יענה אמן. אזוי ווי ס'יודישט זיך גוישט זיך. היינט האט די סענאט מיט די "רעספעקט פאר מעריעדזש אקט" נאך נענטער געברענגט פרייהייט פאר אירע קאלירפולע בירגערשאפט.

היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:35 pm

· #513027
דער גאלדענער אדלער
@רביה"ק זי"ע
די סיבה דערצו איז נישט סמארטפאונס, נישט פליפ-פאונס, און אויך נישט די אינטערנעט, נאר די סעגרעגאציע צווישן די גענדערס.

דו ווייסט גארנישט ווי גוט דו זאגסט, כ'שריי שוין דאס נאך איידער די אינטערנעט איז געווען אויפן ראדאר! כ'האב מיך שוין גענוג גערעגט בימים ההם נאך אויפן צווייטן רביה"ק פאר די עקסטרעמע סעגרעגאציע צווישן די גענדערס. א ווייטאג, און ס'ווערט נאר ערגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
זאגסט אז די מיידלעך ווילען נישט חתונה האבן ווייל זיי ווייסן נישט דער פאן וואס ווארט זיי נאך דער חתונה.
און די רבנים זאגט אז דער סיבה איז, ווייל זיי האבן מער ליב דער סעלפאון ווי חתונה האבן.

ולדעתי נראה, אז דער גאנצע מעשה איז א האוקס גדול, די מיידלעך ווילען יא חתונה האבן, כמאז ומקדם, נאר די רבנים אדער אפאר שווארצע פארגינען נישט אפאר סעלפאוןס פאר די מיידלעך, באקען זיי מעשיות כדי מעורר זיין דער כלל.

זאל מען אפיר קומען, האסט שוין געהערט א מיידל פין 18-21 וואס וויל נישט חתונה האבן?

באבקעס און ב"ש כדרכם תמיד.

וואלווי » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 10:51 pm

· #513030
רביה''ק זי''ע

ענדיוועיס, יא, כ'האב מער ווייניגער ארויסגעטשעקט, די איינציגסטע שייכות וואס איך האב נאך איז אז איך וואוין אויף אן אינטערסטעיט הייוועי אןן חברים וואס פארן צומאל אדורך סטאפן אריין און געבן איבער גריסן וכו' (@וואלווי פארצייל זיי 😃 ), אבער סתם אזוי האלט איך נישט ממש מיט.
די אמת איז אז הייליגע נשמות וואוינען ווייט פון אינטערסטעיטס.
ס'וועט זיין מער הייליגע נשמה טרעפיק, בכמות ובאיכות, אז די צדקתך געפונען זיך בהררי אל און די משפטיך אין תהום רבה. מיריחו היו מריחים ריח פטום הקטורת, זאגט דער תנא, נישט פון מלכי ישראל. ווער וויל דען צירוק קומען פון יריחו? רביה"ק שטעל דיין געצעלט אין א מדבר שממה, ווי מ'קען נאר אנקומען מיט אן וואן וועי גרעוועל ראוד הונדערטע מייל פונ'ם לעצטן טעלעפאן פאול.

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:02 am

· #513033
לאמיך דא צולייגן מיין צוויי צענט צו די גאנצע שמועס.
ווי רביה"ק האט שוין ארויסגעברענגט, איז די עיקר פראבלעם די סעגרעגאציע. אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט אין מיין ארטיקל איבער די שידוכים סיסטעם האבן אונז א געפערליכן פראבלעם.

אונז לעבן אין גאר א פארגעשריטענע וועלט, עס איז שוין מער נישט תרצ"ט, די וועלט ריקט זיך פאראויס אויף א געוואלדיגן פארנעם. אונז לעבן אין די הארץ פון די אויפגעקלערטע ליבעראלע ניו יארק סיטי, אונז קענען זיך נישט פארמאכן די אויגן ווי די אמיש אין די דערפלעך פון פענסעלוועניע אדער ווי די טאליבאנער אויף די אפגאניסטאנער בערג.

ווען עס קומט צו אונזער באקוועמליכקייטן ווי פארן מיט א קאר, ניצן הייצונג מיט לעקטער זעמער אונז אלע דא, אונז געניסן פון די פארגעשריטנקייט אויף אלע באקן. אבער די פראבלעם ווערט ווען עס באמפט מיט רעליגיע, דא מאכן מיר א רויטע ליניע. מיר וועלן בלייבן פרימעטיוו ווי ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים אבי נישט אויפצוגעבן אויף א קליינע מנהג.

מיר זענען פון די מערסטע מאדנע בריאים אין ניו יארק, יא כ'ווייס אז אין ס'מעדריש זענען אונז העכסט נארמאל, אבער אין די גאס זענען אונז די מערסטע צוריקגעשטאנענע סעקטע פון ניו יארק, ווער גייט אנגעטון מיט א שווארצע הוט מיט א מאדנע לאנגע רעקל ווען עס ברענגט א היץ אינדרויסן? ווער נאך פירט זיך מיט די אלע אלטע פאנדומענטאלע געפירעכצער? אבער פארפאלן, אונז האבן א (אייגן געמאכטע) נוסח פון אלטרא-ארטאדאקס רעליגיע וואס פארלאנגט געוויסע צוריק-געבליבנקייט, אבער פון די אנדערע זייט ריקן מיר זיך יא פאראויס מיט אנדערע אמעריקאנע באקוועמליכקייטן.

ביזן חתם סופר האט מען מער ווייניגער געזיכט צוציפאסן די רעליגיע לפי המקום ולפי הזמן, אבער היות די משכילים האבן עס געניצט אויף א אויפן אויסצורייסן אידישקייט בכללות, האט מען זיך געמוזט שלאגן מיט זיי דורך אויפקומען מיט איינע פון די גרעסטע 'חידושים' אין אידישקייט, אז 'חדש אסור מן התורה'! מען טאר נישט טוישן קיין שום מנהג! אפילו די מקום וזמן פארלאנגען למשל צו שפילן מיט אינסטראמענטן ביים דאווענען, זאלסטו זיך נישט צוטון מאכן דערפון! עס איז אייגנטליך אסור מן התורה!

למעשה קען מען טאקע זען ווי דער עולם איז ממש עלערדזשיק צו השכלה, אפילו עס איז שוין בעצם לאנג אפגעשטארבן. קיין שום מאוומענט גייט נישט כהיום אפפארן אדער אוועקבלאזן די פעלזן פעסטע אוועקגעשטעלטע מעגא סיסטעם פון די גרויסע חסידות'ן. אבער דאך הערט מען כסדר ווי דאס און יענץ איז געפערליך און עס ברענגט אריין א שפאלט אין די שיף בלא בלא בלא...
בעצם וואלט מען געקענט מאכן גרויסע שינויים צו די גאנצע סיסטעם און עס וועט גארנישט און קיינעם אפעקטירן. קארלין-סטולין ובעלז יוכיח, ווילאנג עס קומט מבפנים קען מען טוישן און טון וואס מען וויל, ווילאנג די סיסטעם לאזט עס, איז אלעס כשר, די חסרון איז נאר אז די ביסט א יוצא דופן, דאן הייבט זיך אהן די צרות.

למעשה ציען אבער גאר אסאך חסידות'ן צו עקסטרעמיזם מער און מער. ווי א יאר עס גייט פארביי ווערט די נעכטיגע רשות א איסור און אלעס ווערט מער און מער פרום. טאקע אין די נושא פון פרויען און סעגרעגאציע איז א פלאץ ווי עס ווערט אלס פרומער און פרומער, די ענגליש ביכער וואס אנהאלטן געמאלענע בילדער פון מיידלעך וואס זענען נאך געווען כשר פאר אפאר יאר צוריק זענען שוין לאנג חזיר טריפה. קוים וואס מען מעג רעדן צו די אייגענע שוועסטער... קישן די מאמע איז שוין געפערליך טאבאו. און... דאן ווערט נולד פראבלעמען...

דער בחור אדער מיידל פארן שוין נישט מיט קיין פערד אין וואגן... מען האט הייצונג מיט לעקטער, מען איז מער אפן צו די וועלט, שוין.. גייט מען מאדנע קליידער, דאס איז אונזער קאלטור, וועמען שטערט עס? אבער ווען די הייבסט אהן צו שפילן מיט פשוטע מענטשליכע נאטורן בלויז וועגן (אויסגעטראכטע) רעליגיע, דאן ווערט עס פראבלאמאטיש... מענטשן זענען דאך מענטשן... דאס קען מען נישט טוישן.

אודאי אז מען טוישט סדרי בראשית און מען מאכט אזא אבסעלוטע סעגרעגאציע, ווערן אונזערע קינדער נישט געזינט ערצויגן צו די גאנצע ענין פון א נאטורליכע מאן און ווייב לעבן. די גאנצע מושג פון נאטירליכע ליבע ווערט אויסגעריסן.. און דאן האט מען טענות פארוואס עס איז דא א שידוכים קריזיס אדער פארוואס עס איז דא א צונאמי פון גיטין...

פארוואס זאל די מיידל וועלן חתונה האבן? זי לעבט דאך שוין נישט אין די מיטל אלטער, עפעס האט זי דאך יא אויפגעכאפט אז עס איז דא עפעס א מושג פון ליבע.. און היות זי פארשטייט אז פון זיך טרעפן מיט א צוקנייטשטע בחור צוויי מאל וועט זי קיין ליבע נאכנישט טרעפן, יאגט זי זיך נישט אין ערגעץ... זי שטיפט עס אפ ביז מען שלעפט איר שוין מיט קייטן.

און די גיטין... ס'שוין געענדיגט די צייטן ווי מען לעבט די לעבן וואס 'יעדער' האט 'אלעמאל' געלעבט אין הודו-נאנוש... מען שלאגט זיך אדער צום בעסטן פאל לעבט מען סתם צוזאמען אין איין הויז אהן קיין שייכות.. ניין! עפעס האט מען יא געהערט איבער א שיתוף אין לעבן, איבער א געשמאקע מערידזש לייף..! און אז מען טרעפט עס נישט לאזט מען עס ליפטערן נאך פאר מען ווערט סטאק מיט צוויי קינדער וואס דערנאך מוז מען יעצט בלייבן סטאק פארן גאנץ לעבן און זיך שלאגן ביי די זיבעציג אזוי ווי אלע אונזערע זיידעס און באבעס.... נאו מאור! ס'שוין 2022 מיי פרענד!

אבער אנשטאט טוישן די סיסטעם, וואס דאס קען מען דאך נישט צוליב רעליגיעזע סיבות, גייט מען עס גאר פארעכטן מיטן נאכמער ארויפדרייען די עקסטרעמיזם קנעפלעך! נעם זיי אוועק די סעלפאונס! זאלן זיי נישט רעדן צו חבר'טעס... יע יע... לאמיר זען וואס גייט דעמאלטס געשען... פריער אדער שפעטער גייט די גאנצע זאך קראכן ווי א פעסטע נוקלעארע באמבע... די שאלה איז שוין מער נישט אויב, נאר ווען. נאר ווי שפעטער עס וועט געשען אלס מער בלוט וועט עס פארגיסן אויפן וועג.

שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 1:30 am

· #513037
היסטאריע
דער גאלדענער אדלער
@רביה"ק זי"ע
די סיבה דערצו איז נישט סמארטפאונס, נישט פליפ-פאונס, און אויך נישט די אינטערנעט, נאר די סעגרעגאציע צווישן די גענדערס.

דו ווייסט גארנישט ווי גוט דו זאגסט, כ'שריי שוין דאס נאך איידער די אינטערנעט איז געווען אויפן ראדאר! כ'האב מיך שוין גענוג גערעגט בימים ההם נאך אויפן צווייטן רביה"ק פאר די עקסטרעמע סעגרעגאציע צווישן די גענדערס. א ווייטאג, און ס'ווערט נאר ערגער

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
זאגסט אז די מיידלעך ווילען נישט חתונה האבן ווייל זיי ווייסן נישט דער פאן וואס ווארט זיי נאך דער חתונה.
און די רבנים זאגט אז דער סיבה איז, ווייל זיי האבן מער ליב דער סעלפאון ווי חתונה האבן.

ולדעתי נראה, אז דער גאנצע מעשה איז א האוקס גדול, די מיידלעך ווילען יא חתונה האבן, כמאז ומקדם, נאר די רבנים אדער אפאר שווארצע פארגינען נישט אפאר סעלפאוןס פאר די מיידלעך, באקען זיי מעשיות כדי מעורר זיין דער כלל.

זאל מען אפיר קומען, האסט שוין געהערט א מיידל פין 18-21 וואס וויל נישט חתונה האבן?

באבקעס און ב"ש כדרכם תמיד.
נישט אינגאנצן. ס'זענען דא היינט סאך מער מיידלעך ווי אמאל (פראצענטואל) וואס זענען נישט אינטערעסירט חתונה צו האבן. היינט איז זייער גרינג צאמצושטעלן גרופעס פון יעדע סארט וואס איז נאר פארהאנען, זענען דא גרופעס פון עלטערע מיידלעך און גרושות וואס מאכן א לעבן צוזאמען. מ'פארברענגט, מ'מאכט שבתון, מ'פארט אויף וואקאציעס צוזאמען און אזוי ווייטער. וכמובן צווישן די גרופעס זענען דא אזעלכע וואס קלערט אויף אנדערע אז מה לך ולצרה הזאת, פארוואס זאלסטי חתונה האבן ווען די הייבסט נישט אן צו קענען דיין חתן און די ווייסט נישט אין וואס די לאזט דיך אריין. וחברא חברא אית לה און ווען זיי האבן שוין יא חתונה, גייען זיי אריין דערין מיט קאלטע פיס, פיל מיט חשדות אז ווער ווייסט מיט וואספארא באנדיט איך בין דא אריינגעפאלן. פארשטייט זיך אז אזא רילעישינשיפ האט שוואכע שאנשעס צו סוקסירן און ס'פאסירט ליידער וואס פאסירט.

שולדיג אין דעם זענען אויך די רבנים, וכמובן די א. ג. עסקנים וואס דרייען זיי אן, וואס האבן לעצטענס איינגעפירט די אסיפות פאר פרויען און מיידלעך יעדן שעיני וחמישי, ווי צווישן אנדערע איז מען זיי מסביר ווי זיי האבן א פליכט צו אבאכט געבן אויף זייערע מענער אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין שאול תחתית. אודאי קומט זי אהיים פון דארט צעמישט און ווייסט שוין נישט צו זי קען רעספעקטירן איר מאן לויט ווי ער איז. און פון דארט פארן זאכן זייער שנעל ביז גיטין ר"ל. סא קום מיר נישט האקן א טשייניק וועגן גיטין. הער אויף צו העצן די פרויען קעגן זייערע מענער און שלום ישראל.

שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 1:33 am

· #513038
היינטיגע מיידלעך גיבן זיך פיין אן עצה. טאמער וועט מען זיי נישט לאזן זיך באניצן מיט זייערע פאונס ווען זיי ווילן, וועלן זיי זיך פארשאפען אייגענע פאונס וואס די עלטערן ווייסן נישט דערפון. דאס וועט שוין זיין אומגעפילטערט און אפילו סמארטפאוןס.

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:29 am

· #513043
זענען דא גרופעס פון עלטערע מיידלעך און גרושות וואס מאכן א לעבן צוזאמען. מ'פארברענגט, מ'מאכט שבתון, מ'פארט אויף וואקאציעס צוזאמען און אזוי ווייטער. וכמובן צווישן די גרופעס זענען דא אזעלכע וואס קלערט אויף אנדערע אז מה לך ולצרה הזאת, פארוואס זאלסטי חתונה האבן ווען די הייבסט נישט אן צו קענען דיין חתן און די ווייסט נישט אין וואס די לאזט דיך אריין. וחברא חברא אית לה און ווען זיי האבן שוין יא חתונה, גייען זיי אריין דערין מיט קאלטע פיס, פיל מיט חשדות אז ווער ווייסט מיט וואספארא באנדיט איך בין דא אריינגעפאלן
דער חלק פין עלטערע און גרושות וואס קענען באשטיין צו זיין אליין, בן איך אויך נאך נישט זיכער, אפשר זוכן זיי א מער צוגעפאסטע שידוך ווי אמאהל, און דאס טיטילירט מען אז מען וויל נישט נישט חתונה האבן?

אבער די יונגע, ווילען ווייטער חתונה האבן. אייביג זענען פראצענטועל מיידלעך געגאנגען צו א פחד, אבער זיי זענען געגאנגען, און זיי גייען ווייטער, ווי שאף צו דער שחיטה.

ווי שפילט אויס דער כלומרשט סינדראם אז זיי ווילען נישט חתונה האבן?

אפשר האט עס שייכות מיט דער פראבלעם אז עס זענען דא צענדליגע טויזענטער בחורים און מיידלעך וואס זענען סינגל?

איך בין נישט מסכים צו דער גאנצע טעאריע. חוץ אויב מען וועט מעיד זיין הארטע פאקטן.

לאנגע הויזן » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:42 am

· #513044
ריבקי שפאצירט אהיים 11:30 באנאכט פון איר חבר'טעס חתונה, זי וואוינט ביי די נייע געגענט אין וויליאמסבורג נעבן די פראדזשעקס, און זי טראכט זיך אזוי איבער ווי אזוי די חתונה איז געפארן אלעס ווי געפלאנט מיט אלע שטיקס וכדומה.

אזוי וואקענדיג האט זיך איר געדאכט אז זי זעהט פון דערווייטענס צוויי ברייטביינערדיגע פארדעכטיגטע גוים קומען איר אנקעגען, פארשטייט זיך אלץ נקבה האט זי גלייך געמאכט א יוטירן און אנגעהויבן צוריקצוגיין מיט שנעלע טריט ארום צו גיין די גאס פון די אנדערע זייט.

אבער ווי נאר זי דרייט זיך אויס זעהט זי נאך צוויי גוים פון אינטער איר גרייט איר צו פארציקען.

אירע ערשטע מחשבות האבן גלייך געצויגן צו אנרופן איר מאן און לאזן וויסן אז זי איז אין א מעגליכער באלדיגע געפאר, אבער נאך א סקונדע טראכטן האט זי באשלאסן אז די וויכטיגסטע זאך יעצט אויף די מינוט וואלט געווען צו רופן שומרים אדער פאליציי, וואס אין די 10 סקונדעס ביז די איבערפאל וועט זי שנעל אריינזאגן איר לאקאציע און זיי וועלן ביז א מינוט זיין דארט איר צו ראטעווען.

די חברה שטייען שוין אזא 30 פיס אפגערוקט פון איר, זי לייגט פלינקערהייט אריין איר הענט אין איר פאקעטבוק, זי וויל ארויסשלעפן איר סעלפאון, אבער.. אוי באשעפער! לעצטע וואך האט דאך די רביצין גע'אסר'ט פאר די נשים אין די קהילה צו האבן א פשוט'ער טאלק אנלי סעלפאון, צוליב וואס א פרוי האט געשיקט א בילד פון א מתנה באקומען פון איר מאן אין די ייחד שטיבעל.. השם ישמור.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:39 am

· #513046
יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]

ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..

כניאק » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:08 am

· #513047

די מעשה קען נישט זיין אמת, א ערליכע ווייבל גייט נישט אליין אויפן גאס נאך 11 אזייגער ביינאכט...

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:39 am

· #513050
שמחהלע קאפשטיק
יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]

ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..
סאו וויאזוי קען מען עס אינפארסירן? אז עס איז דא א סעלפאון פאר ווען מען גייט אין גאס האט מען דאך דאס גרייט אויך אינדערהיים צו ניצן? איך טראכט אז יעדער זאל מוזן האבן אזא לאק באקס אין שטוב, בערך אזוי ווי די לאק באקסעס וואס אסאך שולן האבן. און נאר די מאן זאל האבן די שליסל...
בעסער געזאגט, די מאן זאל האבן די קאמבינאציע עס צו קענען עפענען עלעקטראניש פון זיין סמארטפאון, אזוי וועט ער עס קענען עפענען אפילו ער איז נישט אינדערהיים ווען די ווייב וויל ארויסגיין. מה טוב ומה נעים וואלט געווען אויב מען קען איינפירן אז די מאן זאל נאר האבן האלב פון די קאמבינאציע און די ראשי קהילה זאלן האבן די אנדערע האלב, אזוי אז יעדעס מאל וואס די ווייב וויל ארויסגיין פון שטוב זאל די מאן אריינלייגן זיין האלב פון די נומערן און ער וועט אנריפן די ראשי קהילה אז זיי זאלן אריינלייגן עלעקטראניש זייער סעט פון נומערן... און אזוי וועט מען אויך שוין קענען אריינכאפן צו וויסן וויפול די פרויען זענען ליידער עובר אויף דעם כל כבודה בת מלך פנימה... אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:41 am

· #513051
אין שטאט מ. איז געוועין א מיידל מיטן נאמען ש. (נעמען געהיטן אין מערכת) ווען זי איז אנגעקימען אין 12'טע קלאס האבן אירע עלטערען געזעין אז זי הייבט אן נויגן לינקס, ווי למשל מעיקאפ האט זיך באוויזן אויף איר געזיכט, און אירע האר האבן שוין נישט געזעין קיין שערל אין א לאנגע צייט, בצר להם האט מען מחליט געוועין אז מען מיז איר שנעל א כלה מאכן פאר זי ווערט פארפאלן אינגאנצן, אזוי ביי פורים צייט איז זי שוין געוועין א כלה און חשון אין 13'טע קלאס איז געוועין די חתונה, די לבנה האט נישט אנגעיאגט צי רי-געבוירען ווערן קיין גאנצע דריי מאל, ווען ס'ווייבל טרעפט אין איר האנט א צעטל מיט 12 שורות, אזוי ציבראכענערהייט איז זי געגאנגען מיט אירע פרענדס אין קאווע-הויז זיי אפרעדענדיג פון חתונה האבן מיט א מאן, אזוי טריפן זיי נאך עד היום הזה 7 יאר שפעיטער נאכט נאך נאכט, אין די באולינג עליס, מאווי טיאטערס און סתם פארקס, אונזער גרושה האט אזא crew פון ארום 10 מיידלעך פון איר קלאס וואס האלטן נישט ביים חתונה האבן און פלאנען נישט אינעם נאנטן ציקונפט.

עד כאן המעשה, אמת ויציב.
לעניינינו האלט איינער אז די סיבה איז ווייל זיי האבן סעלפאונס, אוואדי ביי נאו האבן זיי אלע פאונס, אבער סהאט זיך נישט אנגעהויבן מיט פאונס, סהאט זיך אנגעהויבן מיט אינזער פאריקטע שידוך סיסטעם, וואס איינער האט זיך אפגעבריט געניג פרי צי קענען ווארענען אירע חבר'טעס שלא תמות כדרך שמת פלוני'סטע.

אבער די סעלפאונס זענען די פראבלעים......
נאך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק.....

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:46 am

· #513052
שמן למאור
אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
פעלט אינגאנצן נישט אויס אויסצושטעלן אזא סיסטעם פון סקרעטש ווייל די תיקון השלום (אזא שלום נאבעל פרייז וואס אובאמא האט באקומען...) עקזיסטירט שוין אין איראן, ווער ס'וויל דאס זייער שטארק קען זיך אהינציען צוזאמען מיט העלבראנץ, און ס'קומט אויך מיט נאך אסאך בענעפיטן וואס איז נישט דא אפילו אין סאמע וויליאמסבורג.
קהל'ס נער
נאך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק.....
דאס איז שוין מער אויפ'ן סטייל פונעם חעלמער שמש וואס האט נישט געוואלט צוטרעטן די פרישע שניי האט ער זיך ארויפגעשטעלט אויף א טיש און פיר מענטשן האבן איהם אזוי ארומגעטראגן... די יפה בעתו האט נישט געשריבן וויאזוי די מעשה דארט האט זיך געענדיגט, צו ער האט למעשה צוריקגעקוקט און געזעהן אז די שניי איז פיל מער צוטרויטן און ער איז געווארן אזוי צומישט ווי יענע מאל וואס מ'האט באהאלטן דעם לבנה אין א פאס... אדער האט ער קיינמאל נישט געכאפט אז ס'איז איהם געוועהן and he lived happily ever after אזויווי יענער חעלמער וואס האט געוואלט פארן אין א צווייטן שטאט אבער צוליב וואס זיינע שיך זענען אויסגעדרייט געווארן אויפ'ן וועג איז ער למעשה אנגעקומען צוריק קיין חעלם און ער לעבט נאך דארט ביז'ן היינטיגן טאג...

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:48 pm

· #513055

די סיבה פארוואס חרדישע אידן האבן קפידה צו וואוינען בדווקא אין גרויסע שטעט ווי ניו יארק, לאנדאן, אנטווערפען אא״וו, און נישט צווישן מיטל קלאס ווייסע פרומע קריסטן, איז וויבאלד חרדים ברויכן דעם שמוציגן גוי צו קענען בארעכטיגן זייערע עקטרעמיסטישקייטן און זיך קלאפן אין בויך אז זיי זענען בעסער פון זייערע (פארטאריקאנער) שכינים.

איינער האט מיר לעצטענס געזאגט אז העלבראנץ ציעט זיך אריבער קיין איראן, האב איך אים געזאגט אז זיי וועלן עס קיינמאל נישט טון וויבאלד דארט גייען די גוים אויך אנגעטון ווי זיי So what’s the point? ווי אויך איז עס א סכנת התבוללות.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:49 pm

· #513056
מיט אזא חעלעמע בקיאות? כ'האב נישט געוויסט רביה"ק איז א פוילישער...

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 3:18 pm

· #513068
די מיידלעך ווילן יא חתונה האבן.
נאר נישט אזוי יונג.

סאטמאר רעדט פון פארמאכן די 12טע קלאס אז די מיידלעך זאלן מסכים זיין צוריק צו גיין צום אלטן, אבער צוריק גייט א קאזע.

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 3:20 pm

· #513069
לאנגע הויזן
ריבקי שפאצירט אהיים 11:30 באנאכט פון איר חבר'טעס חתונה, זי וואוינט ביי די נייע געגענט אין וויליאמסבורג נעבן די פראדזשעקס, און זי טראכט זיך אזוי איבער ווי אזוי די חתונה איז געפארן אלעס ווי געפלאנט מיט אלע שטיקס וכדומה.

אזוי וואקענדיג האט זיך איר געדאכט אז זי זעהט פון דערווייטענס צוויי ברייטביינערדיגע פארדעכטיגטע גוים קומען איר אנקעגען, פארשטייט זיך אלץ נקבה האט זי גלייך געמאכט א יוטירן און אנגעהויבן צוריקצוגיין מיט שנעלע טריט ארום צו גיין די גאס פון די אנדערע זייט.

אבער ווי נאר זי דרייט זיך אויס זעהט זי נאך צוויי גוים פון אינטער איר גרייט איר צו פארציקען.

אירע ערשטע מחשבות האבן גלייך געצויגן צו אנרופן איר מאן און לאזן וויסן אז זי איז אין א מעגליכער באלדיגע געפאר, אבער נאך א סקונדע טראכטן האט זי באשלאסן אז די וויכטיגסטע זאך יעצט אויף די מינוט וואלט געווען צו רופן שומרים אדער פאליציי, וואס אין די 10 סקונדעס ביז די איבערפאל וועט זי שנעל אריינזאגן איר לאקאציע און זיי וועלן ביז א מינוט זיין דארט איר צו ראטעווען.

די חברה שטייען שוין אזא 30 פיס אפגערוקט פון איר, זי לייגט פלינקערהייט אריין איר הענט אין איר פאקעטבוק, זי וויל ארויסשלעפן איר סעלפאון, אבער.. אוי באשעפער! לעצטע וואך האט דאך די רביצין גע'אסר'ט פאר די נשים אין די קהילה צו האבן א פשוט'ער טאלק אנלי סעלפאון, צוליב וואס א פרוי האט געשיקט א בילד פון א מתנה באקומען פון איר מאן אין די ייחד שטיבעל.. השם ישמור.

גראדע האט מען אויך ארום גערעדט איבער נישט לאזן מיידלעך זיך דרייען אין די גאסן נאך 11:00.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 4:24 pm

· #513074
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
בת קול
די מיידלעך ווילן יא חתונה האבן.
נאר נישט אזוי יונג.

סאטמאר רעדט פון פארמאכן די 12טע קלאס אז די מיידלעך זאלן מסכים זיין צוריק צו גיין צום אלטן, אבער צוריק גייט א קאזע.
אויך לעצטענס געהערט דערפון

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 5:29 pm

· #513078
און ווען די שטריק וועט זיך איבערייסן, און זיי וועלן פייפן אויף די סעלפאונס און 11:00 קוירפיו און די שווארצע שטרימפ, וואס וועט מען שרייען דעמאלס? ווער איז שולדיג?
יאאאא, די טאטע האט באהאלטן א ציוניסטישע שוטנשטיין אונטער די גאטשעס…. די השפעה..

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 7:30 pm

· #513088
אך ערגער פון כעלם, דארט האט מען כאטש געבויעט א שפיטאל לעבן די ציבראכענע בריק, אינז אסר'ן סעלפאונס ווילל ס'דא א ציבראכענע בריק....
דער דמיון צו כעלם, איז אייזן.

אסר'ן סעלפאון, פארמאכן צוועלפטע קלאס.

אפשר זאל מען מתיר זיין צו עפענען דער מחיצה אביסעל.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:47 pm

· #513092
איך זעה יעצט אויף אייוועלט אז מען פלאנט נעקסטע וואך אן אסיפה אין וויליאמסבורג.

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:59 pm

· #513095
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
שמעקעדיג
איך זעה יעצט אויף אייוועלט אז מען פלאנט נעקסטע וואך אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
די פאשעסט און פרעמדע פעלדער ?!?
די חבר׳סט דיר מיט חברים נישט בעלזא ?

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:42 pm

· #513114
נעקסט לעוועל
שמעקעדיג
איך זעה יעצט אויף אייוועלט אז מען פלאנט נעקסטע וואך אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
די פאשעסט און פרעמדע פעלדער ?!?
די חבר׳סט דיר מיט חברים נישט בעלזא ?
און מיטן גארטל אינטערן.......

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:44 pm

· #513115
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3972044#p3972044

פאר די וואס פירן זיך נישט צו פאשען אין פרעמדע פעלדער וועל איך ברענגען א בילד.

אפילו דארטן פארטייט מען שוין אז מען דארף א טויש...
📎 IMG_20221130_224213_956.jpg

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:57 pm

· #513116
עס איז צוגעקומען נאך א מעשה.

א כלה, אין מיטן מצוה טאנץ, בשעת דער בדחן האט געזאגט דברים של טעם, איז זי געגאנגען אין דער בעק שמועסען מיט צוויי חבר'טס.

שומו שמים.

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:59 pm

· #513117
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:04 pm

· #513118
ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:07 pm

· #513120
און נאך א מעשה.

א מנהלת פאר צוואנציג יאר האט איבערגעגעבען, אז דאס ערשטע מאל אין איר קאריער איז געשעהן דאס פאלגענדע, א טיטשערען, וואס איר בעסטע חבר'טע האט חתונה געהאט, איז נישט געקומען אין סקול פאר צוויי טאג, ווייל זי איז געוועהן אזוי איבערגענומען פין דעם אז איר חבר'טע האט חתונה געהאט.

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:08 pm

· #513121
הכסף יענה את הכל.
📎 telzeq.JPG
בלאט: 1 2 3