☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל

107 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15689
בלאט: 1 2 3

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:19 pm

· #513122
היסטאריע
הכסף יענה את הכל.
די געלט פאר'ענטפערט' אלעס...

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:28 pm

· #513123
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
וואלווי
ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
געהערט אמאל פון איינעם א פשט אין גמרא אין ברכות, מ'נאיז אריין געקומען צו דוד המלך און געזאגט צו עם, עמך ישראל צריכין פרנסה, האט ער זיי גענטפערט, לך התפרנסו זה מזה, גייטס דערשטיקטס ענק איינעם מיט'ן צווייטן. לויט ווי דו לייגסט עס אראפ שיינט דאס צו זיין גאנץ א שיינער פשט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:29 pm

· #513124
מיידלעך סאמאטוכע: עס קומט פאר א אסיפה פאר אלע עלטערע מיידלעך אין וויליאמסבורג קומעדיגע זונטאג ווי מ'גייט פארמאכן צוועלפטע קלאס, ווי געשריבן זאכן זיי אז דאס מאכט די מיידלעך צו באקוועם אלס מיידל אין דערנאך ווילן זיי נישט חתונה האבן

היסטאריע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:32 pm

· #513125
עפעס שמעקט מיר דא, אז סאטמאר וויל פארמאכט צוועלפטע קלאס משום סיבה, און גייען ארום אנשטינקען גאנץ כלל ישראל, כדי צו פאר וואסערן זייערע פראבלעם.

איינער ווייסט די אמת'ע סיבה פין צוועלפטע קלאס אין סאטמאר?

געוועהן א שלעכטע עלעמענט וואס האט צוגרינד געלייגט מיידלעך?

עפעס גייט דארט פאר, און זיי ווילען עס פארוואסערען.

מתבודד » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:34 pm

· #513127
א מאדנע מהלך המחשבה דאס, די סקול איז וואס מאכט די מיידלעך וועלן בלייבן מיידלעך.

wow.

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 1:45 am

· #513132
פראבלעם: ס'דא א אויפשטייג אין גיטין און מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן.
לעזונג: מען זאל עפענען א טעלעפאון ליין ביי טעלזעק.

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 1:55 am

· #513133
פרנס החודש
עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 2:02 am

· #513134
שמן למאור
שמחהלע קאפשטיק
יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]

ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..
סאו וויאזוי קען מען עס אינפארסירן? אז עס איז דא א סעלפאון פאר ווען מען גייט אין גאס האט מען דאך דאס גרייט אויך אינדערהיים צו ניצן? איך טראכט אז יעדער זאל מוזן האבן אזא לאק באקס אין שטוב, בערך אזוי ווי די לאק באקסעס וואס אסאך שולן האבן. און נאר די מאן זאל האבן די שליסל...
בעסער געזאגט, די מאן זאל האבן די קאמבינאציע עס צו קענען עפענען עלעקטראניש פון זיין סמארטפאון, אזוי וועט ער עס קענען עפענען אפילו ער איז נישט אינדערהיים ווען די ווייב וויל ארויסגיין. מה טוב ומה נעים וואלט געווען אויב מען קען איינפירן אז די מאן זאל נאר האבן האלב פון די קאמבינאציע און די ראשי קהילה זאלן האבן די אנדערע האלב, אזוי אז יעדעס מאל וואס די ווייב וויל ארויסגיין פון שטוב זאל די מאן אריינלייגן זיין האלב פון די נומערן און ער וועט אנריפן די ראשי קהילה אז זיי זאלן אריינלייגן עלעקטראניש זייער סעט פון נומערן... און אזוי וועט מען אויך שוין קענען אריינכאפן צו וויסן וויפול די פרויען זענען ליידער עובר אויף דעם כל כבודה בת מלך פנימה... אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
הו קעירס וועגן אינפארסירן? די טראכסט צו טיף.

זענען פארהאן ליידיגגייער וואס זיכן פשוט עקשאן. זאל זיין יעדע שטיק צייט אין די העדליינס איבער א פרישע פירצה, מאכן אן אסיפה, כינוס התעוררות, אסיפת הורים, גענעראל פארזאמלונג, מעמד עם קדוש וכל שום וחניכה דאית להו. דערנאך וועט מען פראקאלמירן די תקנות וואס זענען "באשלאסן געווארן" ביים כינוס (עהעעעם), והיה מחניך קדוש! דעטס איט.

בת קול » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 2:10 am

· #513135
[ציטאט אראפגענומען]
ס׳איז שוין געווען אין מאנסי און בארא פארק.
עס גייט זיין בקרוב אין וויליאמסבורג.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 3:43 am

· #513142
כדי צו לייזען די פראבלעם פון נישט וועלן חתונה האבן - דארפן די מיידלעך האבן מער קאנעקשאן מיט די
opposite gender דהיינו זכרים - און telzeq וועט נאך 11 אזייגער אדורךלאזן פאון קאללס בלויז נאר פון מיידלעך צו בחורים, והכל יבוא על מקומו בשלום...
און סימן טוב ומזל טוב וכו’ וכו’

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:07 am

· #513146
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
איינער אויף אייוועלט רעדט זיך אפ איבער די מיידלעך וואס ווערן מער זעלבסטשטענדיג. ״טיילמאל ווילן זיי נישט איבערגעבן די גאנצע געלט וואס זיי מאכן צום טאטן… ס׳נישט דא קיין שום שום סיבה אז דער טאטע זאל איר אויסהאלטן״. קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי א טאטע וואס זיין מיידל ארבעט רעדט זיך איין ער האלט אויס זיין טאכטער?

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:16 am

· #513148
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
📎 IMG_0497.jpg

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:19 am

· #513149
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
אויב איז איינער ספוילד איז עס דער טאטע, ער גיט איר א בעט צו שלאפן פיין וואס נאך? און זי באצאלט אים נאך דערפאר! זי גיט אים נאר נישט די גאנצע געלט וואס זי מאכט, און ער רעדט זיך אפ אז זי איז נישט זיין אמה העיבריה.

בת קול » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:42 am

· #513150
כאילו ווען זייער 18-19 יעריגער בחור הייבט אן ארבייטן וואלטן זיי זיך געוואגט צו בעטן פאר די געלט.

די מיידלעך ווערן נאר קלוגער.

איך גלייב נישט אז די טאטעס וועלן מער צופרידן זיין אויב די מיידלעך מופן ארויס פון דערהיים ווייל מען דערגייט זיי די יארן.

אין עני קעיס, פארשטיי איך נישט פארוואס זיי האבן נאך נישט געמעקט דעם שמועס.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:58 am

· #513151
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
שמעון וואלף
פרנס החודש
עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה
סאיז מער אויף די שטרענגע צענזור אויף אייוועלט וואס לאזט די תושבים און די חושך
(כמעט נישטא קיין איין נייעס אשכול וואס איז נישט צענזורירט און געשניטן שטיקער)

בת קול » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:30 am

· #513154
שוין. פארמעקט. אוי האבן די חברה מורא פון נייע אינפערמעישאן.
איך גלייב אבער אז גענוג האבן עס געליינט.

אפילו אויב עס איז נאר דארט פאר 5 מינוט, איז עס גענוג אריין צו לייגן ספיקות פאר די וואס ניצן זייער קאפ אביסל.

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:48 am

· #513156
פרנס החודש
📎 IMG_0497.jpgIMG_0497.jpg
זאל א מיידל נאר זאגן פאר איר טאטע איך מאוו מיר ארויס איך דינג מיך א דירה האלט מיך נישט אויס און איך האלט מיין ארבעטס געלט פאר מיך, אוי וועט דער טאטע איבערדרייען א וועלט זי זאל ציריק אהיים קימען.
יותר ממה שהבת רוצה לינוק, רוצה האב להניק.

איז קימטס מיר נישט פארקויפן אז די מיידלעך זענען פאראזיטן.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:52 am

· #513157
עס קומט אריין אין די מערכת,

אז אין סאטמאר בארא פארק, אין די לעצטע קלאס, איז שוין דא זעקס גיטין הש"י.

זעהט אויס, אז עס איז דא א פראבלעם, מען ווייסט נאך נישט וואס, פראבירט מען צו קראצען און מאצען, סעלפאון'ס, זעלבסשטענדיקייט, גיי ווייס.

וויאזוי זאגט דער זקן פין דער האטליין?
דער אלטע אידיאטישע מארמארישע וועג ארבעט שוין נישט, מען דארף זוכען נייע קאנסטראקטיוו וועגען.

אויב איז דא א פראבלעם אז די מיידלעך'ס נאטור פין זוכען לאוו און אנערקענונג ברענגט זיי צו וועלען מתחבר זיין מיט זייערע חבר'טס, אפשר איז צייט אויפצוהערען מיט אונזערע שגיונות.

אסאך האבען געשריבן וועגען דער התבדלות, אוודאי איז דער התבדלות שולדיג אין דעם, סיי ביי בחורים וואס ווערן אטראקטעד צו אנדערע בחורים, און סיי ביי מיידלעך וואס ווערען אטראקטעד צו אנדערע מיידלעך. מענטשען וועלען טוהן וואס זייערע אינסטינקט זאגט זיי צו טוהן. די טעכטער פין לוט, מיינענדיג אז די וועלט איז חרוב, האבען גענומען דער טאטע אויך.

אבער דער התבדלות איז אביסל צו א שווערע זאך דורכצוברעכן, אויב מען וויל זיין רעאליסטיש. ביי חרדים ווי דער התבדלות איז אזוי שטארק, אז אפילו אויב זאל עס מיינען אז האלב חרדים וועלן ווערן פריי צוליב דער התבדלות, איז התבדלות וויכטיגער ווי דעם. פארוואס? ווייל חרדים דינען קולטור, נישט דער תורה, ווי אויסגעשמועסט כמה פעמים אין אנדערע אשכולות.

וואס יא?

מען דארף רעדען מער וועגען אינטימע ענינים, סיי מיט בחורים, סיי מיט מיידלעך. די רש"י'ס וואס מען סקיפט, די גמרא'לעך וואס רעדן וועגען די ענינים, און ביי די מיידלך די סייענס סאבדזעקס וואס מען טוט אויסרייסן פון די ביכער, און עס איז דא נאך אסאך דוגמאות וואס מען טוט אלץ אין דער ענין פון אויסרייסן יעדעס מדובר פין אינטימע ענינים און רמזים. ווען מען וואלט געוועהן מער אפן צו רעדן אביסל וועגען דעם, וואלט עס שוין געוועהן גענוג אריין צו לייגן אין די הערצער פין די יונגע מוחות א תאווה של ממש, פון וועלן קענען און האבן דער אפאזיטע מין.

ענדערש א מעשה פון א בחור וואס האט געטראפען און געשמועסט מיט א מיידל, ווי א בחור וואס האט געהאט נישט כשר'ע שייכות מיט א אנדערע בחור.

ענדערש א מעשה פון א מיידל וואס האט געשמועסט און געטאטשט א בחור, אדער אפילו געהאגט און מנשק געוועהן, ווי איידער א קלאס מיט זעקס גיטין, אדער מיידלעך וואס ווילן נישט חתונה האבן.

דאס אויסרייסן יעדעס זיק של תאווה פין מיידלעך האט א השפעה.

דאס איז די תוצאה פון אונזער אייגענע געמאכטע חומרות און עקסטרעמע פארדאמונג פין יעדעס אזכרה פון עניני מין, און בכלל בילדער פון פרויען וכו'.

טאמער איינער מיינט אז דער פראבלעם איז נאר ביי מיידלעך, חלומ'ט ער, ביי בחורים איז עס מער, נאר היות מען איז געוואוינט צו א געוויסע פראצענט הניכר נאך פון א מאל, איז דער גרויסע צוגעקומענע חלק פין בחורים נישט אזוי ניכר.

אבער פרעגט אייך נאך ביי די שדכנים, עס איז היינט א דור פון בחורים, ווי חוץ אפאר מצויינים זענען די בינונים געווארען גאר שוואך. נישטא קיין בינונים, יעדער איינער מיט א מוח בינוני פאלט מורא'דיג נידריג.

אוי לו לדור שכך מנהיגיו, זיי ווייסן נישט ווי זיך צו ספראווען, האבען נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך, און צו אלע צרות זענען זיי נאר ביזי ווי אזוי אריין צו קעשן לטובת עצמם, און רייטען סיי אויף דער צבור'ס הצלחות, און סיי אויף די פראבלעמען, אלץ לצורך עצמם.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:23 am

· #513158
פרנס החודש
📎 IMG_0497.jpgIMG_0497.jpg
כ'מיין אין היסטאריע פון קאווע שטיבל איז נאכנישט געווען אזא געשמאקע שמועס ווי דעם אשכול, ענדיוועיס, סתם פאר די רעקארד, מיין באבע ע"ה האט מיר אמאל געזאגט לגבי די היינטיגע יאגעניש צו הייראטן אז "ווען מ'האט אונז אוועקגעפירט (ביי די האלאקאוסט) בין איך געווען 23 יאר אלט, און קיינע פון מיינע פרענדס זענען נאכנישט געוועהן קיין כלה..." עכלה"ק.

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 12:46 pm

· #513159
רביה''ק זי''ע
פרנס החודש
📎 IMG_0497.jpgIMG_0497.jpg
כ'מיין אין היסטאריע פון קאווע שטיבל איז נאכנישט געווען אזא געשמאקע שמועס ווי דעם אשכול, ענדיוועיס, סתם פאר די רעקארד, מיין באבע ע"ה האט מיר אמאל געזאגט לגבי די היינטיגע יאגעניש צו הייראטן אז "ווען מ'האט אונז אוועקגעפירט (ביי די האלאקאוסט) בין איך געווען 23 יאר אלט, און קיינע פון מיינע פרענדס זענען נאכנישט געוועהן קיין כלה..." עכלה"ק.
א ראי' אז פרי-ערעינדזשד מעריעדזש האט שוין געסאקט פארן קריג...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 1:27 pm

· #513162
דו קומסט מיר פאר ווי דעם צווייטן רביה"ק בנש"ק תורות ווי דער רבי זי"ע איז מרעיש עולמות קעגן די ציונים און זייערע ניצחונות און ניסים אין די מלחמת ששת הימים, און די אגודה'סטישע רבנים. און דער רבי מיט זיין שאגת ארי שרייט מיט ווייטאג היעלה על הדעת!! ווי קאן מען אפילו זאגן אנדערש?!?! במילא יעצט קאן מען שוין פארשטיין... דער בוכ"ע זאל זיך מרחם זיין.... בהתגלות כבוד שמים בב"א..

ידיד נפש אב הרחמן.... אל מסתתר... און בענטשן.. און היצטערט איז שוין אלעס פארענטפערט. נישטא מער קיין ניסים אלעס איז בדרך הטבע און אחאב איז אסאך מער צדיק פןן די אגודה'סטישע רבנים און הכל על מקומו יבא בשלום.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 1:31 pm

· #513163
איך מיין אז עס איז א גוטע צייט מען זאל בודק זיין אויב ביי די ליטווישע איז אויך דא א פארמערונג פון גיטין.

איך האב שוין לאנג א טעאריע אז בעצם טרעפן די ליטווישע יא אסאך בעסערע און מער צוגעפאסטע שידוכים דורך די דעיטן סיסטעם. הגם קיין עולם התיקון איז עס נישט, עס איז למעשה דאך דא דארטן א סעגרעגאציע, און עס גייט נישט צו אויף א אויפן אז דער בחור האט צוואנציג אויסוואלן אויפן טיש בבת אחת. ווען ער זאגט ניין אויפן ערשטן גייט ער צום צווייטן און נאכן זאגן ניין אויפן צווייטן גייט ער צום דריטן... און אויב זיין נערווען לאזט זיך אויס ביים דריטן אפילו די ערשטע איז מער צוגעפאסט קען ער שוין נישט צוריק דרייען דעם זייגער...
ועוד פראבלעמען וואס איז דא... דאך האלט איך אז די פראצענטן פון צופרידענע קאפלס איז דארטן העכער.

קיין סטאטיסטיקס האב איך טאקע נישט אויף דעם און איך גלייב נישט אז עס איז פארהאנען, אבער קאמען סענס זאגט אז ווי מער מען טוט נארמאלע באווארענונגען און פעולות צו טרעפן עפעס גוט, אלס מער שאנסן האט מען אז עס וועט געלונגען.
אז מען וואלט געמאכט שידוכים ביי אונז אזוי ווי יענע מלכה פון חז"ל מיט די טויזנט עבדים ושפחות אהן קיין שום חשבון וואלט געווען גאר אסאך נישט געלונגענע קאפלס, אז מען וואלט שוין געהאט א בעסערע סיסטעם ווי עפעס א שדכן שטעלט יא צוזאמען עפעס מיט א חשבון אבער קיין ברעקל אינפערמאציע וואלט מען נישט געטון, וואלט געווען אביסל בעסערע ראטעס פון צופרידענע קאפלס, לייג צו אינפערמאציע, גיען די פראצענטן ארויף, וא"כ איז די שכל פשוט מחייב אז מיט דעיטן וואלט געווען מער א העכערע ראטע פון צופרידענע קאפלס.

יא, כווייס אויך אז מען קען פאפן, גאר אסאך מיידלעך קענען זיך באהערשן פאר די שעות וואס מען דעיט, מען קען נאכאלטס נישט אלעס זען, עס קומט נישט צו צו די געמישטע סקולס ווי מען קען זיך גוט אדורך אין אדורך, אבער דאך זענען דא א פראצענט וואס קענען זיך 'נישט' באהערשן ביי די פאר דעיטס און די בחור קען יא מער דערשנאפן אז עס איז נישט פאר אים, עט ליסט מער ווי ווען ער וואלט נאר געזעסן מיט איר ביי א טיש פאר צוויי בעשויס. די חילוק קען און לכאורה טוט טאקע געהעריג אויפהייבן די צופרידנהייט ראטע ביי די ליטווישע... און געדענק, מען רעדן דא פון די עתיד פונעם מענטשנס גאנצע לעבן, אויב אפילו טוט עס אויף אויף איין קאפל פון הונדרעט האט זיך עס שוין געלוינט. ובפרט אז איך האלט אז עס איז דא אסאך א העכערע פראצענט פון פאטענציאלע צופרידענע קאפלס.

די ארגומענט קעגן מיין טעאריע איז אייביג געווען אז תכלית זעט מען נישט אז די גיטין זאלן זיין מער ביי די חסידישע ווי ביי די ליטווישע וא"כ איז די גאנצע געביידע צעפאלן.

מיין ארגומענט דערקעגן איז אייביג געווען אזוי: קוקן אויף גיטין איז בכלל נישט די מעסטערל צו דערגיין וואו איז דא א העכערע פראצענט פון צופרידענע קאפלס. אויב וואלט מען זיך גע'גט אין אונזער סעסייעטי בלויז ווייל מען איז נישט צופרידן וואלט מען טאקע געקענט מעסטן אזוי, אבער למעשה אין אונזער געזעלשאפט איז זיך גט'ן א זאך וואס מען טוט נאר ווען עס איז כלו כל הקיצין, די ווייב אדער מאן איז ממש משוגה ואין יום שקללתו ברובה מחברתה נאר דעמאלטס הייבט מען אהן צו ארויפברענגען דעם געפערליכן געדאקן אויפן מחשבה אז 'אפשר אפשר' מען גייט הייסן א גרוש...

דאס הייסט אז נאר אויב עס איז עק וועלט קאנסידערט מען זיך צו גט'ן, וא"כ איז פארשטענדליך פארוואס עס איז נישטא קיין גיטין מער דא ווי דארט, ווייל די פראצענטן פון גייסטיש אומסטאבילע פרויען אדער מענער זענען דאך גלייך ביי די ליטווישע און חסידישע... אויב אזוי איז מיין טעאריע געבליבן א טעאריע...

אבער היות עס איז געווארן א נייע סטייל אז מען גט זיך יא בלויז ווייל עס פעלט קעמיסטרי, מען טרעפט פשוט נישט ליבע און מען איז בלויז נישט צופרידן, קען מען יעצט פון פריש באטראכטן און זען אויב די פראבלעם איז ערגער ביי אונז ווי ביי די ליטווישע...

אפשר קען אונז @ליטוואק פון בודאפעסט ארויסהעלפן מיט די נומערן.

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 2:52 pm

· #513169
איך האב דיר געגעבן א לייק אן בכלל ליינען ווייל דו האסט אנגערירט אזא וויכטיגע נושא און נאך געשריבן אזא לאנגע תגובה אויך. יעצט האב עס דורכגעליינט זעה אז דו שרייבסט מיט א געוואלדיגע קלארקייט. למעשה מיין איך אז לעצטענס איז די ראטע פון גיטין ביי חסידים שוין ווייניגסטנס אזוי הויך ווי ביי די ליטאים און אפשר העכער. דאס גיט צו שטארקייט צו דיין נקודה.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 4:31 pm

· #513172
ביי ליטווישע איז דא נאך א זאך, אז זיי טרעפען זיך בשעת מען איז חתן כלה, און אסאך שידוכים ווערען אויס, ווייל מען הייבט אהן זעהן מער דער פנימיות.

ביי חסידים, ארבעט עס מער מיט א שפיל צו קענען פאפען חתן כלה. למשל, די היימישע מלמדים (גראדע אויך דא צו ווייניג) וועלען אויסלערנען א בחור וואס צו זאגן, און וואס צו רעדן.

געוועהנליך איז כמעט נישטא וואס א בחור זאל נישט וועלען א מיידל, טאמער עפעס, איז דער מיידל דער וואס זאגט אפ, ביי חסידים.

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 4:42 pm

· #513173
פאר דעם אליינס ברויך מען זיך טרעפן פאר די חתונה כסדר, וויפיל געלט און עגמת נפש מען שפארט זיך דורך אפלאזן פון א שידוך וואס וואלט סיי ווי געווארן אויס ביז א חדש נאך די חתונה

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 4:54 pm

· #513174
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
וואלווי
ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
טיקעטס וועלן פארקויפט ווערן אין די סקולס…
ווער מאכט די גראב געלט פון די ״קידוש שם שמים..?״
די קאנספיראציע באקומט הענט און פיס…

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221201/f92a83d701218eadb37569d14805323d.jpg

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 5:27 pm

· #513176
פרנס החודש
פאר דעם אליינס ברויך מען זיך טרעפן פאר די חתונה כסדר, וויפיל געלט און עגמת נפש מען שפארט זיך דורך אפלאזן פון א שידוך וואס וואלט סיי ווי געווארן אויס ביז א חודש נאך די חתונה
אדער ער וועט זיך נישט גט'ן און צאמליידן זיין גאנץ לעבן.

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 5:52 pm

· #513177
שמעון וואלף
פרנס החודש
עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה
נו וועגן דעם הייסן זיי דאך יושבי חושך, ניין?

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 6:34 pm

· #513182
פארוואס נאר 2 שעה און פארוואס נאר אייוועלט, מען ברויך פארלאנגן פון די פילטער קאמפאניס אינגאנצן צי פארמאכן די אינטערנעץ פון 5 נאכמיטאג ביז 9 צופרי ווייל די שעות זענען נישט לצורך פרנסה.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:25 pm

· #513194
פארוואס נאר 2 שעה אין פארוואס נאר אייוועלט, מען ברויך פארלאנגן פון די פילטער קאמפאניס אינגאנצן צי פארמאכן די אינטערנעץ פון 5 נאכמיטאג ביז 9 צופרי ווייל די שעות זענען נישט לצורך פרנסה.
דאס איז א גוטע עצה.

הגם, די פרויען קענען פארברענגען צווישן זיך, און די מענער ביזי אויף דער אינטערנעט, און אלעס פארט.

לאנגע הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 8:44 pm

· #513198
איינער מאכט שוין געלט אויף די נייע חורבן הדור.
📎 IMG_20221201_204307_193.jpg

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 9:25 pm

· #513203
היסטאריע
פארוואס נאר 2 שעה אין פארוואס נאר אייוועלט, מען ברויך פארלאנגן פון די פילטער קאמפאניס אינגאנצן צי פארמאכן די אינטערנעץ פון 5 נאכמיטאג ביז 9 צופרי ווייל די שעות זענען נישט לצורך פרנסה.
דאס איז א גוטע עצה.

הגם, די פרויען קענען פארברענגען צווישן זיך, און די מענער ביזי אויף דער אינטערנעט, און אלעס פארט.
אויב אזוי איז דאך סתם א שאד צו צאלן פאר די דשאמבא חתונה, זאלן זיי שוין בלייבן בחורים און מיידלעך פאר דעי פרייז...

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:22 pm

· #513220
מען דארף דאך אבער פראדוצירן קינדער. ווער וועט דען אנפילן רבינו שליט"א'ס טיש?

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:30 pm

· #513223
שמן למאור
מען דארף דאך אבער פראדוצירן קינדער. ווער וועט דען אנפילן רבינו שליט"א'ס טיש?
האסט אראפגעלייגט די גאנצע חסידישע מערידש סיסטעים אין איין ווארט סטעיטמענט...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:37 pm

· #513224
שמן למאור
מען דארף דאך אבער פראדוצירן קינדער. ווער וועט דען אנפילן רבינו שליט"א'ס טיש?
א פשוט'ע לעהזונג איז דא אז מ'זאל אויך כאפן פיקטשערס פון די פרויען ביים טיש וועט מען זיך קענען באגיין מיט האלב די מאס פלייש, און מ'זאל צושטעלן אומזינסטיגע בעיביסטינג סערוויס אין פאליש אזוי וועלן מער פרויען קענען קומען. און בכלל, אז מ'האט נאר פיר קינדער אנשטאט אכט איז פיל גרינגער זיך אן עצה צו געבן מיט די בעיביסטינג פראבלעם, דער מאן וועט מיטנעמען צוויי קינדער און די ווייב וועט מיטנעמען די אנדערע צוויי... אזוי אז די גאנצע משפחה קומט צום טיש קען מען זיך באגיין מיט נאך ווייניגער פלייש...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:40 pm

· #513226
אויף צו קענען האבן בעיבי'ס צו בעיביסיטן דארף מען דאך חתונה האבן, ניין ?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:45 pm

· #513228
לאו דווקא, מ'קען טוהן Artificial insemination, א פלא אז ס'נאך קיינעם דארט נישט איינגעפאלן, ס'איז פיל מער מהודר פון די לאך אינעם ליילעך... בכלל זאגט דאך דער רמב"ם אז א נשיא מעג האבן פילגשים, קען מען דאך מקיים זיין דעם תיבעל להגמון תחילה און זאל דער רבי אליינס מעבר זיין אלע מיידלעך ושלום על ישמעאל...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:47 pm

· #513229
העטאך זיין נאר בנש"קלעך, און די אלע העלן פירן טיש, ווער וועט שטופן ביי די טיש און עסן שיריים?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 10:50 pm

· #513230
בנשקלעך זענען מיר דאך אלע סייווי, מיר זענען דאך אלע בני אברהם יצחק ויעקב, דוד המלך, ר' יוחנן הסנדלר, רש"י, ב"ח וט"ז.. 😂

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:10 pm

· #513235
רביה''ק זי''ע
שמן למאור
מען דארף דאך אבער פרודעצירן קינדער. ווער וועט דען אנפילן רבינו שליט"א'ס טיש?
א פשוט'ע לעהזונג איז דא אז מ'זאל אויך כאפן פיקטשערס פון די פרויען ביים טיש וועט מען זיך קענען באגיין מיט האלב די מאס פלייש, און מ'זאל צושטעלן אומזינסטיגע בעיביסטינג סערוויס אין פאליש אזוי וועלן מער פרויען קענען קומען. און בכלל, אז מ'האט נאר פיר קינדער אנשטאט אכט איז פיל גרינגער זיך אן עצה צו געבן מיט די בעיביסטינג פראבלעם, דער מאן וועט מיטנעמען צוויי קינדער און די ווייב וועט מיטנעמען די אנדערע צוויי... אזוי אז די גאנצע משפחה קומט צום טיש קען מען זיך באגיין מיט נאך ווייניגער פלייש...
איך האב א ביזנעס איידיע מען וועט בויען א ראבאט וואס קען זיך שאקלען אויף פארענטשעס מען וועט עס אנטיען מיט א שטריימל בעקיטשע וכו' און מען וועט פארדינגען יעדע חתיכה'לע פאר 10 דאללער א שעה, רעבעס וועלן קענען דינגען 1000 חסידים פארן ביליגן פרייז פון 10K, סאך גרינגער און ביליגער ווי צי פירען א גאנצע מוסד פאר אזויפיל מענטשן, אויך וועט מען זיך קענען וועלן פינקטליך וועלכע מין חסידים מען וויל למשל, אן סמארטפונס, נישט געשאוערט פאר 2 שמיטות, דענדראפס אין די פיאות, וכו' ס'וועט זיין א וועב סייט ווי מען וועט זיך קענען וועלן פינקט וואס מען וויל.
א נאמען האב איך שוין אויך, ס'וועט הייסן "תעלא בעידנא סגיד ליה"

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:19 pm

· #513238
אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
קהל'ס נער

פארגעסן א בילט אין גארבעדש פאר שיריים..[emoji12]

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:41 pm

· #513241
איך פארשטיי נישט, לויט די טענות דא וואלט די אישו געדארפט זיין פונקט פארקערט!

מיידלעך האבן פיל מער צוטריט צו מענער ווי פארקערט.

מיידלעך קענען יעדע וואך זעהן אין די צייטונגען בילדער פון בחורים און מענער,
מיידלעך מעגן הערן מענער זינגען,
מיידלעך מעגן זעהן מענער און אינגלעך עקטן אויף פלעיס,
מיידלעך מעג קוקן אויף די מענער פון ווייבער שול,
מיידלעך האבן געווענליך א ראש המנהלים א מאן,
מיידלעך מעגן אנטון, אויסטון, באדן (און דייפערן) אלע קינדער אין שטוב, אפילו די אינגלעך,

משא"כ פאר מענער זענען די אלע זאכן נישט ערלויבט!

לכאורה וואלטן די מיידלעך געדארפט האבן א גרעסערע תשוקה צו די מענער און ענדערש וועלן חתונה האבן ווי איידער די בחורים, ניין?

לאנגע הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2022 11:46 pm

· #513242
שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט, לויט די טענות דא וואלט די אישו וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט!

מיידלעך האבן פיל מער צוטריט צו מענער ווי פארקערט.

מיידלעך קענען יעדע וואך זעהן אין די צייטונגען בילדער פון בחורים און מענער,
מיידלעך מעגן הערן מענער זינגען,
מיידלעך מעגן זעהן מענער און אינגלעך עקטן אויף פלעיס,
מיידלעך מעג קוקן אויף די מענער פון ווייבער שול,
מיידלעך האבן געווענליך א ראש המנהלים א מאן,
מיידלעך מעגן אנטון, אויסטון, באדן אלע קינדער אין שטוב, אויך די אינגלעך,
משא"כ פאר מענער זענען די אלע זאכן נישט ערלויבט!

לכאורה וואלטן די מיידלעך געדארפט האבן א גרעסערע תשוקה צו די מענער און ענדערש וועלן חתונה האבן ווי איידער די בחורים, ניין?
א מיידל וואס זעהט כסדר מענער און רבנים אין די צייטונגען איז מער מסתבר אז זי זאל נישט ווילן חתונה האבן..

און ווער רעדט נאך פון די ראש המנהלים וואס איז געווענלעך נישט די בחן'נסטע מענטש..

מי ימצא » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 12:09 am

· #513246
אוודאי! מיידלעך מעגן אלעעעעס! ווען האסטו געזעהן א חסידיש מיידל פארברענגען מיט א בחור א זאפטיגע שמועס?

איך קוק עס אן אזוי, משל,

די מאמע האלט א אייזקרים, און די קינד שטרעקט אויס די הענט, ניין שעפעלע, דו דארפסט קודם אויפעסן סאפער.
אבער דערווייל הייבט זיך עס אן צו אויפלאזן, און טרערן נעמען רינען, ביז ס'קומט שוין אן אין די קינדס הענט דארף עס שוין נישט דאס קינד.

נמשל,

די מיידלעך זעהן די בחורים אין שוהל, פיין. וואס יעצט? מען גארנישט טוהן מיט עס. הייבן זיי אן צו שפעטן פון זיי. פארגעסט נישט איין זאך, וועמען זעהען זיי אינעווייניג טאנצן מיט די תורה? נישט דעי וואס זי האט ליב, דער קעמט נישט די פאות, דער נעמט סתם אזוי נישט קיין שאוער. די בחורים וואס פארברענגען אינדרויסן, זיי זעהט זי נישט, אך און וויי. (ענק ווילן נישט הערן וואס ס'איז געשעהן צו מיין פרענד.)

אפילו אויב איינער געפעלט שוין יא איינעם, ווייסט זי אז זי האט גארנישט פון דעם, מען גייט איר דען חתונה מאכן מיט יענעם? און אויב איינע פון די פרענדס באמערקן אז איינעם'ס אויגן האט זיך ערגעץ פארקלאצט, קען יענער נישט אויסהאלטן פאר קנאה, און פרעגט יענעם מיט א שפאטישקייט, נו, באמת, מאך דיך נישט נאריש, ביסט קלוגער ווי דעם. עקלסטעך באמת נישט פון זיי? וואס ווילסטו זיין, זיין דאלי און קנעכט?

למעשה ביי די מיידלעך אין קאפ אנטוויקעלט זיך א געוויסע עקל און אפשיי, מען הערט דאך נישט די מעשיות ווי א קאפל האט זיך באמת ליב, און לעבט זיך גוט, דעיס טאר מען ח'ו נישט רעדן, זי איז דאך נאכנישט רעדי צו חתונה האבן. און וויסן וואס Love איז, איז דאך ממש ניבול פה. סוי הערט זי נאר אלע מעשיות פון גרושות, ווי די מענער האבן זיי געפייניגט, און זיי אויסגענוצט ווי א שמאטע, און מענער נעמען נישט קעיר פון זיך. און שוין. די אייזקרים איז שוין אויפגעלאזט. די קרים האט שוין די בעיבי אנגעטראטן. וואס נאך????

( סארי איך מיין נישט קיינעם פון די מענער אפטיילונג)

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:36 am

· #513253
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
קען זיין אז ס'איז טאקע דא אסאך מענער עביוזערס וואס זענען גייסטיש פארקרימט אינעם איטעמישן לעבן. מען וואקסט דאך אויף פריזענט ג'.
עמאושענס, לאוו, קאנעקשן וכו' איז געמאכט פאר מאדערענע, טא וואס פארלאנגסטו זאל זיין די אויסגאנג?

(איך טראכט יעצט אריין: ס'איז געוואלדיג, די בחורים און מיידלעך שטימען יא! ביידע זענען גוט פארקריפלט.)

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:41 am

· #513255
מי ימצא, דו שרייבסט געוואלדיג, עס איז אזוי וויכטיג צו הערן די ארגומענטן פון די אנדערע זייט, עס גיבט א ריכטיגע פערספעקטיוו.

מיינע ווערטער האב איך בעיקר נאר געשריבן לשיטת די וואס טענה'ן אז מען האט "גארנישט" קיין שייכות צו די אנדערע גענדער.

אבער אז דו שרייבסט שוין יא, לאמיר דיר פרעגן, פארוואס טאקע טראכטן די מיידלעך אזוי נעגאטיוו? זיי האבן נישט למשל קיין ברודער'ס וואס זיי האבן ליב? טראכטן זיי באמת אז מענער נעמען נישט קעהר פון זיך? רוב מענער היינט, בפרט די יונגווארג, זענען אזויפיל בעסער אין היגיענע. מען קעמט יא די פיאות, מען פוצט די ציין, טוישט וועש, לייגט דיאדערענט, וכו'. ווייסן דען נישט די מיידלעך די אלע זאכן? פארוואס זיך עקלען פון א בחור? האבן זיי נישט די נאטורליכע אטראקציע צום זכר? קענסט מסביר זיין די סיבה דערצו?

מתבודד » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:45 am

· #513256
שוידערליכע מעשה פאסירט, ס'קומט א פרישע כינוס!
ליינט און שטוינט...

געווען א מיידל וואס האט חתונה געהאט אין צוויי חדשים ארום (...) אין די נאכט פון די חתונה האט דאס מיידעל געבלאזן אויפ'ן בחור ''וועגן דיך האט מען מיר נישט געלאזט געהעריג פארברענגן און טשילן מיט מיין פרענדס?!!'' האט זי געשימפט, ספק אויף אים ספק אויף די מתקני התקנות און ספק אלס אומגעלונגענע זשאוק/זיך אויסרעדן.
דער בחור וואס לערנט עטליכע יאר אין אר''י האט בחייכון פון קיין כינוסים נישט געוואוסט צו זאגן, טיף באליידיגט און צומישט האט ער גערופן די חתן רבי... ס'האט גארנישט געהאלפן, קיין 'סעקאנד פוירסט אימפרעשן' קען מען שוין נישט מאכן און א וואך נאך ש''ב איז געווען א גט ר''ל!

די עסקנים זיצן יעצט מטכס עצה זיין צו פארמיידן אזעלכע מעשיות אין דער צוקונפט.

צוזאמגעדרייט » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 1:46 am

· #513257
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
@מי ימצא מען דארף אינאכט נעמען נאך א וויכטיגע פראבלעם. ווארים, די עלטערן און טיטשערס וכו' מאכן חוזק פון די "שמיסערס אינדרויסן ביים טיש" אזוי אז אפילו א רעליאַטיוו געזינטע מיידל וועלכע לייגט יא אן אויג, שעמט זי זיך צו דערציילן פאר די ארימיגע. און ווערן אטראקטואירט צו דעם האלב אנטוויקעלטע צוויי הינדערט פונטיגע פערענטשע טאנצער איז אויך נישט קיין אפציע.

בלייבט זי איבער מיט עפעס א "בעסטי" פון זומער קעמפ.

(@מי ימצא אויב איך האב עס נישט ארויס לאז וויסן)

צפת » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 2:06 am

· #513259
@מי ימצא. דו מוזט נישט איבעראל מרמז זיין אז דו ביסט א פרוי. אויב דו ווילסט שפילן, מאך עס ארגינעל. דאס מרמז זיין אין יעדע תגובה צינדט אן א רויט לעמפל אז דו ווילסט עפעס... דו ווילסט אז יעדער זאל מיינען - אה, אנטשולדיגט... וויסן... אז דו ביסט טאקע א פרוי.

מאך עס קלוגער אביסל.

נעקסט לעוועל » פרייטאג דעצעמבער 2, 2022 2:10 am

· #513260
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
צפת
@מי ימצא. דו מוזט נישט איבעראל מרמז זיין אז דו ביסט א פרוי. אויב דו ווילסט שפילן, מאך עס ארגינעל. דאס מרמז זיין אין יעדע תגובה צינדט אן א רויט לעמפל אז דו ווילסט עפעס... דו ווילסט אז יעדער זאל מיינען - אה, אנטשולדיגט... וויסן... אז דו ביסט טאקע א פרוי.

מאך עס קלוגער אביסל.
וועם מאכט עס א חילוק ?
מיר נישט
קוק אויף די תוכן התגובה
נישט אויף די בעל/ת התגובה
בלאט: 1 2 3