☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » באשולדיגונג פון א מאמין

באשולדיגונג פון א מאמין

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15683

פרנס החודש » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 4:28 pm

· #512799
באשולדיגונג פון א מאמין
יארן צוריק האב איך געליינט אן ארטיקל אין די מעלות פון א גלח וואס האט זיך מגייר געווען, איינע פון די צענטראלע פונקטן איז געווען ווי ווען ער האט געפרעגט פראגעס איבער קריסטענטום האט מען אים אויסגעלאכט פארן פרעגן אזאלכע אומוויכטיגע פראגעס. און דאן האט ער איינגעזען אז קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט אויב די רעליגיע איז בכלל אמת אדער נישט און ער האט זיך מגייר געווען.

איך בין געווען א זיבעצן יעריגעס בחור אין ישיבה, האב איך געטראכט איבער ווי ווייט איך בין באגרעניצט צוליב דעם סיסטעם. עס איז געווען ווען איינער פון מיינע חברים פון ישיבה האט חתונה געהאט אין בארא פארק און די ישיבה האט ווי געווענליך צוגעשטעלט נאר איין באס. די באס איז געווען איבערגעפילט מיט בחורים צוליב די חתונה און דער דרייוער האט נישט געוואלט פארן, זענען געגאנגען די בחורים וואס פארן טעגליך קיין בארא פארק און אנגעהויבן טיילן קלעפ פאר די בחורים וואס זענען געווען אויפן באס צוליב די חתונה. איך בין געווארן צוויי מאל אראפגעשלעפט פון די באס אבער איך האב זיך צוריק ארויפגעשווערצט און למעשה געווען ביי די חתונה.

שטיי איך אזוי און באטראכט די שלעגעריי אויפן באס אנגעפירט דורך א משגיח אין ישיבה און זע ווי די ישיבה׳ס פירערשאפט האט נישט קיין שום פראבלעם צו טיילן קלעפ פאר בחורים תלמידי חכמים וואס זיצען אכט ניין שעה א טאג און לערנען. דאס האט מיר געברענגט צו מאכן א ערנסטע חשבון הנפש, איך האב אנגעהויבן טראכטן איבער די הפסד פון זיצען אין ישיבה כנגד שכרה. איך האב געטראכט איבער ווי פיל א ישיבה בחור גיט אוועק כדי צו לערנען אין ישיבה, ער גייט מיט שווארצע הוט און רעקל, גייט מיט בארד און פיאות אפילו עס איז נישט באקוועם, גייט מיט קראצעדיגע אומבאקוועמע אונטערהויזן. א ישיבה בחור גיט אויף אויף אן א שיעור זאכן וואס דער אלגעמיינער טינעדשער האט, ווי ארומהאצקענען מיט מיידלעך, קוקן מאוויס, הערן מאוויס, באקומען נארמאלע וויסענשאפט איבער די וועלט. א יעדעס ישיבה בחור קען ווען זיך אויפהייבן און זיך איינשרייבן אין א אלגעמיינע היי סקול אדער קאלעדש און לעבן א גוטן טאג. נאר וואס פאסירט ווען ער זיצט אין ישיבה און גיט אוועק די בעסטע און שענסטע יארן פון זיין לעבן צו זיצן אין ישיבה און רייסן שטיקער פון די מענטשליכע תאוות, רעספעקטירט אים איינער פאר דעם? אדער נעמט מען עדווענטעדש פון דעם בחור׳ס תמימות אים אויסניצן און פייניגן? וועם נעמט מען אויף אלס משגיח אין ישיבה, איינער וואס רעספעקטירט א בחור א בן תורה אדער איינער וואס באהאנדלט אים ווי א הונט?

מען לאזט נישט דעם בחור ניצן די סובוועי, וואס דארף ער טון ווען זיין נאנטסטע חבר האט חתונה? א בחור וואס גיט אוועק זיין לעבן פאר תורה דארף כאפן קלעפ פארן זיין אויף א נישט ריכטיגע באס?

יענעם טאג האב איך פארשטאנען אז עפעס איז נישט ריכטיג, איך האב פארשטאנען אז די רבי׳ס מנהלים און ראשי ישיבה נוצן מיין רעליגיע מיר אונטערצודריקן. איך האב איינגעזען אז זיי רעספעקטירן בכלל נישט קיין תורה אדער יראת שמים.

יענעם טאג האב איך געמאכט א חשבון אז איך בין באמת צו יונג, אומערפארן, און אומוויסענד צו קענען זעהן אויב די רעליגיע וואס מען פארקויפט מיר איז ריכטיג. אבער איך האב אפגעמאכט אז אויב איך ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך איינזעהן אז מיינע עלטערן און רבי׳ס האבן מיר ליגן געזאגט איבער אידישקייט, וועל איך זיי קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף!!!

יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!

ווען איך האב אפגעשניטן מיין בארד און פיאות בין איך שאקירט געווארן אז ״קיינער״ פון מיינע חבירים, רביים, אדער פאמיליע האבן נישט געפעלט פאר וויכטיג מיר צו פרעגן ״פארוואס״ איך האב געמאכט דעם באשלוס, דאס זענען די מענטשן וואס האבן זיך אלס געזארגט פאר מיין טובה און יעצט זענען זיי ניטאמאל אינטערעסירט צו וויסן פארוואס איך האב געמאכט אזא באשלוס? מענטשן האבן מיר באשולדיגט, אויסגעלאכט, באנעבעכט, געפרעגט ווען איך קום צוריק, אבער קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס.

ביז איך האב איינגעזען אז עס גייט זיי נישט אן, נישט מיין טובה, נישט אידישקייט, נישט גויאישקייט, גארנישט.

השם משמים השקיף על בני אדם
היש משכיל דרש אלהים,
הכל סר יחדיו נאלחו
אין עושה טוב
אין גם אחד!

און יעצט פרעג איך אייך ווער גלייבט אין אידישקייט,
איך אדער זיי?

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 5:00 pm

· #512802
דברים יוצאין מן הלב.

ס'אויך גוט צו וויסען די סיפא פון די קאפיטאל, כי אלוקים בדור צדיק וגו' בשוב ה' שבות עמו יגל יעקב ישמח ישראל.

די קענסט נישט מוחל זיין, און דו דארפסט נישט מוחל זיין די אלע וואס האבן אוועק געראבעוועט דיין געלעגענהייט, און די געלעגענהייט פון דיינע חברים, פון אן אמת'ע טעם אין לעבן, א ספירטואל לעבן, און א קאנעקשאן צום אייבערשטער.

וואס די קענסט יא טוהן פאר דיינעט וועגען, איז עמברעיסן די יודישקייט וואס ווערט גע'אפערט אין אנדערע קרייזען, אדער אנדערע קבוצות אין דיין אייגענע קרייז.

אז די רבנים אין חרדים'וויל זענען אזוי סטאק מיט גאט עד כדי כך אז זיי פארגעסען אז ס'דא א עכטע גאט, לאז נישט דיין ווייטאג פון זיך אפהאלטן פון באקענען די עכטע גאט אויף די עכטע וועג. דיין ווייטאג זאל אבער יא אויסגענוצט ווערען צו זוכען די אמת ,ס'דא אסאך רבנים און משפיעים פון די ברייטע אידישע וועלט וואס ווייזען צו א לעבן פון אהבת ישראל און אהבת ה'.

אז די פרעגסט ווער גלייבט אין יודישקייט, דו אדער זיי?
די תירוץ איז, אז ס'איז נישט אדער אדער. ס'נישט דיך מיט זיי. דיין גלייבען איז דיין גלויבונג. א יעדער האט זיין אייגענע גאט. ס'מעסט זיך נישט מיט יענעם קיינמאל, זיי מיט זייער גאט זענען ניטאמאל א צד פאר דיר.

אפי' אז דוד המלך ווינדערט זיך היש משכיל דורש את אלהים, דאך איז ער מסיים, מי יתן מציון ישועת ישראל בשוב ה' שבות עמו יגל יעקב ישמח ישראל.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 6:02 pm

· #512813
יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
איך בין גאר נייגעריק אין דיינע פראגעס אויף אידישקייט. דא קענסטו פרעגען וואס דו ווילסט.

פרנס החודש » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 6:09 pm

· #512816
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
היסטאריע

איך האב שוין היינט נאר איין פראגע: פארוואס ״איך״ דארף פרעגן די פראגעס, פארוואס פרעגן עס נישט די וואס פייניגן אונזערע בחורים אין די ישיבות? פארוואס פרעגן עס נישט די וואס זיצן אויבן אן כ״א כסליו?

און איך מיין אז מיר ווייסן אלע די ענטפער….

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:03 pm

· #512819
אז דער עולם קומט ארויס מיט זייערע מעשיות דארף איך דאך אויך עפעס זאגן, מיין פראבלעם מיט "אידישקייט" האט זיך אנגעפאנגען שוין פון זייער אינג, ארום צעהן יאר אלט בערך. איך פלעג דעמאלטס ליינען און הערן די אלע מעשיות פונעם מיטל-אלטער ווי דער גלח/קעניג/בישאף האט געפייניגט די אידן ביז דער רב/רבי/מקובל איז געקומען און זיי געראטעוועט מיט זיין קלוגשאפט/רוח הקודש/העכערע כוחות, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן צו וואס דארף מען דעם רבי זאל אונז ראטעווען ווען מיר קענען פשוט גיין צום גלח'ס זייט און זיך לעבן א חיים טובים... צו וואס טויג מיר דעם אתה בחרתנו ווען ס'ברענגט סתם רדיפות? מוחל טובות, לא מעקוצך ולא מדובשך, האלט דיך מיט דיין תורה, וועל דיך אויס א צווייטן פאלק, און לאמיך לעבן. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל ווערן גרויס וועל איך די ערשטע זאך לויפן אין קירכע זיך שמד'ן און פטור ווערן פון די גאנצע גלות מענטאליטעט און פערטיג... למעשה בין איך עלטער געווארן און איך האב אנגעפאנגען עוסק זיין אין רוחניות און כ'האב איינגעזעהן אז ס'דא עפעס מער אין לעבן ווי זיך סתם ארומדרייען און הוליען, דעמאלטס פלעג איך נאך מיינען אז רוחניות קען מען נאר טרעפן אין "אידישקייט", למעשה האב איך איינגעזעהן אז די מעשה איז פונקט קאפויער, הלכה און "אידישקייט" איז די גרעסטע שטער אין רוחניות, האב איך עס אפגעלאזט ווי א ברענעדיגע לאטקע. צום גלח בין איך נאכנישט געגאנגען ווייל איך לעב א חיים טובים אן איהם אויך...

פרנס החודש » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:14 pm

· #512820
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
רביה''ק זי''ע

זיכער האסטו נישט געליינט די מחניים ביכער, דו האסט געוואלט גיין צו יענע גלח?!

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:16 pm

· #512821
יא, ס'איז אלץ געוועהן בעסער ווי דעם רב'ס זייט, זעלבסטפארשטענדליך אז היינטיגע צייטן זענען שוין דא בעסערע אפציעס, אבער דאס האב איך נאך דעמאלטס נישט געוואוסט. 😃

פרנס החודש » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:18 pm

· #512822
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
ווען נישט די מחניים ביכער וואלט איך שוין אפגעפארן פאר די בר מצוה.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:28 pm

· #512823
האבן מיר דא א מחלוקת אויב די מחנים ביכער זענען גוט אדער שלעכט פאר קינדער.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 8:37 pm

· #512824
רביה''ק זי''ע
אז דער עולם קומט ארויס מיט זייערע מעשיות דארף איך דאך אויך עפעס זאגן, מיין פראבלעם מיט "אידישקייט" האט זיך אנגעפאנגען שוין פון זייער אינג, ארום צעהן יאר אלט בערך. איך פלעג דעמאלטס ליינען און הערן די אלע מעשיות פונעם מיטל-אלטער ווי דער גלח/קעניג/בישאף האט געפייניגט די אידן ביז דער רב/רבי/מקובל איז געקומען און זיי געראטעוועט מיט זיין קלוגשאפט/רוח הקודש/העכערע כוחות, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן צו וואס דארף מען דעם רבי זאל אונז ראטעווען ווען מיר קענען פשוט גיין צום גלח'ס זייט און זיך לעבן א חיים טובים... צו וואס טויג מיר דעם אתה בחרתנו ווען ס'ברענגט סתם רדיפות? מוחל טובות, לא מעקוצך ולא מדובשך, האלט דיך מיט דיין תורה, וועל דיך אויס א צווייטן פאלק, און לאמיך לעבן. בקיצור, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל ווערן גרויס וועל איך די ערשטע זאך לויפן אין קירכע זיך שמד'ן און פטור ווערן פון די גאנצע גלות מענטאליטעט און פערטיג... למעשה בין איך עלטער געווארן און איך האב אנגעפאנגען עוסק זיין אין רוחניות און כ'האב איינגעזעהן אז ס'דא עפעס מער אין לעבן ווי זיך סתם ארומדרייען און הוליען, דעמאלטס פלעג איך נאך מיינען אז רוחניות קען מען נאר טרעפן אין "אידישקייט", למעשה האב איך איינגעזעהן אז די מעשה איז פונקט קאפויער, הלכה און "אידישקייט" איז די גרעסטע שטער אין רוחניות, האב איך עס אפגעלאזט ווי א ברענעדיגע לאטקע. צום גלח בין איך נאכנישט געגאנגען ווייל איך לעב א חיים טובים אן איהם אויך...

אויב נישט א רב און נישט א גלח, צו וועם ביקסטע זיך?

דו קומסט across צו שטארק ספיריטואל, ערגעץ ביסטו מקושר. קום ארויס פון שאנק. דארפסט נישט מורא האבן.

ס'איז אקעי.אסאך פון אונז דאווענען צום אידישן גאט ווען די קאר הייבט אן גליטשען אויף אייז.

עכ"פ, ווען קיינער הערט נישט...

פרנס החודש » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 9:31 pm

· #512836
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
ער בויגט זיך צום אמת.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 10:20 pm

· #512839
פרנס החודש
ער בויגט זיך צום אמת.
That's easy. מ'קען טשוסען אמת ווי העמדער א יעדע אינדערפרי. לבי אומר לי אז דא רעדט מען פון א טיפע אמת לאמיתו. אמת מער מיט שורש נשמה.

קען זיין ס'איז נאכנישט די צייט צו נתגלה ווערן.

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 27, 2022 11:26 pm

· #512845
פרנס החודש
היסטאריע
יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!
איך בין גאר נייגעריק אין דיינע פראגעס אויף אידישקייט. דא קענסטו פרעגען וואס דו ווילסט.
איך האב שוין היינט נאר איין פראגע: פארוואס ״איך״ דארף פרעגן די פראגעס, פארוואס פרעגן עס נישט די וואס פייניגן אונזערע בחורים אין די ישיבות? פארוואס פרעגן עס נישט די וואס זיצן אויבן אן כ״א כסליו?

און איך מיין אז מיר ווייסן אלע די ענטפער….
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 3:15 am

· #512857

פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראללן.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:02 pm

· #512873
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראלל
אנטשולדיגט, אבער פין פרעגען א שאלה ביז ווערען א טראל, איז א ווייטע מהלך.

ווייל מען האט גענוצט דיין תמימות דיר אונטער צודריקען, שערט איר זיך אפ די פיאות? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווילסט דיר נוקם זיין אין זיי, פארשטיי איך, אבער וואס האבן זיי מיט דיינע פיאות?

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:07 pm

· #512875

ווי זעהסטו דא נקמה? ער וויל זיך פשוט נישט איידענטיפיצירן מיט זיי. ס'נישט קיין טראומא, ס'איז פשוט עקל און גרויל.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:09 pm

· #512876
איך ווייס נישט וואו דו זעהסט נקמה, דאס וואס דיין קאפ לויפט גלייך צו נקמה זאגט עפעס אויף דיר. גראדע קען איך פרנס פערזענליך, די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעשניטן די פאות איז געוועהן ווייל ער האט באקומען א גוט באצאלטע הויכע פאזיציע אין א פרעסטידשפולע קאמפאני, אזאנס וואס דו קענסט נאר חלומ'ען דערפון, און איינס פון די תנאים איז געווען אז ער דארף גיין א "נארמאלע" haircut (איי, וואס פארשטייט דען א גוי).

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 12:38 pm

· #512881
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
היסטאריע
דער תירוץ איז, וואס גייט דיר אהן?
עפעס ביסטו נבוך צווישן אידישקייט און די ראש ישיבות.
פארוואס עס גייט מיר אן אז מיינע נאענטסטע האבן גענוצט מיין תמימות מיר צו אונטערדרוקן? פארוואס עס גייט מיר אן אז מען פייניגט תמימותדיגע בחורים אין ישיבות? זיך דיר א צווייטע אשכול צו טראלל
אנטשולדיגט, אבער פין פרעגען א שאלה ביז ווערען א טראל, איז א ווייטע מהלך.

ווייל מען האט גענוצט דיין תמימות דיר אונטער צודריקען, שערט איר זיך אפ די פיאות? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

ווילסט דיר נוקם זיין אין זיי, פארשטיי איך, אבער וואס האבן זיי מיט דיינע פיאות?
די ערשטע סימן פון א טראלל איז שואל שלא מן הענין.

דיינע פראגעס זענען ווי פאלגענד:

1) איך בין זייער נייגעריג וואס דיינע פראגעס זענען איבער אידישקייט
2) וואס גייט דיר אן ?
3) ווייל מען האט דיר אונטערגעדרוקט שניידסטו אפ די פיאות?

הגם איך האב עס דערמאנט דרך אגב, זענען אבער קיינע פון די פראגעס נישט מן הענין.

איך האב אראפגעשטעלט צוויי טענות:

1) די מהלך ווי די פירערשאפט באגייט זיך מיט אונזערע בחורים.
2) די מהלך ווי אונזער פירעשאפט באגייט זיך מיט השקפת היהדות.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 2:53 pm

· #512890
ווען איך האב אפגעשניטן מיין בארד און פיאות בין איך שאקירט געווארן אז ״קיינער״ פון מיינע חבירים, רביים, אדער פאמיליע האבן נישט געפעלט פאר וויכטיג מיר צו פרעגן ״פארוואס״
פרעגט איינער פארוואס, ווערט ער א טראל..

זיי מיר מוחל.

ביסט אביסל רוי, ביסט אפשר פין דער סארט וואס מען דארף אלעס זאגן, יא יא, געבן וואלידעישען, און מיט שאקלען ווי משוגע די מנהלים ראשי ישיבות זענען. אבער חלילה נישט פרעגן א שאלה וואס וועט אפשר פירן צו א מסקנה אז דו לעבסט אין א טעות.

פיין, בין איך א טראל.

היסטאריע » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 2:58 pm

· #512892
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט וואו דו זעהסט נקמה, דאס וואס דיין קאפ לויפט גלייך צו נקמה זאגט עפעס אויף דיר. גראדע קען איך פרנס פערזענליך, די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעשניטן די פאות איז געוועהן ווייל ער האט באקומען א גוט באצאלטע הויכע פאזיציע אין א פרעסטידשפולע קאמפאני, אזאנס וואס דו קענסט נאר חלומ'ען דערפון, און איינס פון די תנאים איז געווען אז ער דארף גיין א "נארמאלע" haircut (איי, וואס פארשטייט דען א גוי).
ישר כח.

אבער פרנס החודש איז נישט א שטיקעל גמרא וואס מען מאכט אוקימתות, זיין שרייבען ברענגט ארויס אז ער האט אנגעשניטען די בארד און פיאות צוליב זיינע "פראגעס", אויף די שאלה פין וואס זיינע פראגעס זענען, זאגט ער ער האט נאר איין פראגע, אויף די ראשי ישיבות.

ער האט זיכער אוועק רעאקטעד ווען ער האט געשריבן אז איך בין א טראל, ער וויל נאר נישט מודה זיין.

און טאמער דו זעהסט אין אים א בן גיל, געזונטערהייט, אבער עס מיינט נישט אז איך בין א טראל.

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 3:55 pm

· #512900
[ציטאט אראפגענומען]
איך וועל בקרוב עפענען אן אשכול איבער מיינע פראגעס.

פרנס החודש » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 5:01 pm

· #512913
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
הבהרה:
מיין בחירה אראפצונעמען מיין בארד און פיאות איז געווען צוליב סאציאלע סיבות נישט אידעאלאגישע.

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:57 pm

· #513094
[ציטאט אראפגענומען]
מעי איי דיסעגרי? אר עטליעסט טריי מיי לאק?
א שטיקל חילוק איז דא:
ביי די קריסטן איז נישט דא די תירוצים אויף די פונדאמענטאלע יסודות,
משא"כ ביי אונז איז דא, ס'איז דא מורה נבוכים, ס'איז דא נאך וואס צונעמען די יסודות פון דת און אלקות וכו',
אבער מיט די שטארקע טענה אז סאיז נישטא וועם צו פרעגן… קיינער רעדט נישט דערוועגן… די רבנים קענען ניטאמאל די פונדאמענטעל פון אידישקייט… עגרי איך מיט דיר 100 פראצענט.

ס'נישט אינגאנצן מן ענין השאלה, אבער ס'ווארפט א שטיקל ליכט, און אויב דו זוכסט די אמת לאמיתו (נישט אנציווארפן די שולד אויף דעם און יענעם) איז דא די יכולת צו טרעפן די אמת.

מיי פערסאנעל עפיניאן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:00 pm

· #513096
נעקסט לעוועל
ביי די קריסטן איז נישט דא די תירוצים אויף די פונדעמאנטאלע יסודות
ס'איז יא דא

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:04 pm

· #513097
רביה''ק זי''ע
נעקסט לעוועל
ביי די קריסטן איז נישט דא די תירוצים אויף די פונדעמאנטאלע יסודות
ס'איז יא דא
מיי מיסטעיק אז איך גלייב אז די קריסטן האבן ניטאמאל די פונדאמענטאלע ענטפערס,
נאו דשאדשמענט פליעז,
יכול להיות, קיינמאל נישט דורך געטון די קריסטליכע גלויבן (קוים וואס איך דיעל מיט מיין אייגענע..)

אבער רבינו שליט"א, לאמיר די פרעגן די שאלה פשוט,
ווען מ'שטעלט אוועק די אידישע מיט די קריסטליכע גלויבן, סייד ביי סייד, וועלכע וואלט געקענט דעליווערן מער קאנקריט פונדאמענטעל ענטפערס?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:11 pm

· #513099
ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.

נעקסט לעוועל » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:16 pm

· #513100
Re: באשולדיגונג פון א מאמין
רביה''ק זי''ע
ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.
איך האב איין קושיא אויף איסלאם
פארוואס הרגנען מענטשן נישט פון דיין גלויבן ?
באט עניוועיס איי עם אוט,
וואס איך ווייס רעד איך אריין
און וואס איך האב נאכנישט דורך געטון, לאז איך פאר די אלץ ווייסערס

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:22 pm

· #513102
דאן פארוואס האסטו זיך בכלל אנגערופן? ווייל דו האסט געמיינט אז קיינער וועט דיר ארויסרופן פאר דיין בולש*ט, נעקסטע מאל האף איך וועסטו קלוגער זיין 😂 😂 😂

גראדע דאס וואס דו האסט גע'טענה'ט אז "די רבנים קענען ניטאמאל די פאנדאמענטעל פון אידישקייט… (ליין: וואס איך האב אפגעמאכט איז די פאנדאמענטעל פון אידישקייט)" איז אויך אבי גערעדט

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 9:24 pm

· #513104
רביה''ק זי''ע
נעקסט לעוועל
ביי די קריסטן איז נישט דא די תירוצים אויף די פונדעמאנטאלע יסודות
ס'איז יא דא
Saint Thomas Aquinas האט שוין פארענטפערט אלע פראגעס אויף קריסטענטום, אויף אזוי ווייט אז אפילו די יודן נאשן פון זיינע תורות.

הטוב והמטיב » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:04 pm

· #513106
נישט אלע זענען די זעלבע זאך
פרנס החודש
יארן צוריק האב איך געליינט אן ארטיקל אין די מעלות פון א גלח וואס האט זיך מגייר געווען, איינע פון די צענטראלע פונקטן איז געווען ווי ווען ער האט געפרעגט פראגעס איבער קריסטענטום האט מען אים אויסגעלאכט פארן פרעגן אזאלכע אומוויכטיגע פראגעס. און דאן האט ער איינגעזען אז קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט אויב די רעליגיע איז בכלל אמת אדער נישט און ער האט זיך מגייר געווען.

איך בין געווען א זיבעצן יעריגעס בחור אין ישיבה, האב איך געטראכט איבער ווי ווייט איך בין באגרעניצט צוליב דעם סיסטעם. עס איז געווען ווען איינער פון מיינע חברים פון ישיבה האט חתונה געהאט אין בארא פארק און די ישיבה האט ווי געווענליך צוגעשטעלט נאר איין באס. די באס איז געווען איבערגעפילט מיט בחורים צוליב די חתונה און דער דרייוער האט נישט געוואלט פארן, זענען געגאנגען די בחורים וואס פארן טעגליך קיין בארא פארק און אנגעהויבן טיילן קלעפ פאר די בחורים וואס זענען געווען אויפן באס צוליב די חתונה. איך בין געווארן צוויי מאל אראפגעשלעפט פון די באס אבער איך האב זיך צוריק ארויפגעשווערצט און למעשה געווען ביי די חתונה.

שטיי איך אזוי און באטראכט די שלעגעריי אויפן באס אנגעפירט דורך א משגיח אין ישיבה און זע ווי די ישיבה׳ס פירערשאפט האט נישט קיין שום פראבלעם צו טיילן קלעפ פאר בחורים תלמידי חכמים וואס זיצען אכט ניין שעה א טאג און לערנען. דאס האט מיר געברענגט צו מאכן א ערנסטע חשבון הנפש, איך האב אנגעהויבן טראכטן איבער די הפסד פון זיצען אין ישיבה כנגד שכרה. איך האב געטראכט איבער ווי פיל א ישיבה בחור גיט אוועק כדי צו לערנען אין ישיבה, ער גייט מיט שווארצע הוט און רעקל, גייט מיט בארד און פיאות אפילו עס איז נישט באקוועם, גייט מיט קראצעדיגע אומבאקוועמע אונטערהויזן. א ישיבה בחור גיט אויף אויף אן א שיעור זאכן וואס דער אלגעמיינער טינעדשער האט, ווי ארומהאצקענען מיט מיידלעך, קוקן מאוויס, הערן מאוויס, באקומען נארמאלע וויסענשאפט איבער די וועלט. א יעדעס ישיבה בחור קען ווען זיך אויפהייבן און זיך איינשרייבן אין א אלגעמיינע היי סקול אדער קאלעדש און לעבן א גוטן טאג. נאר וואס פאסירט ווען ער זיצט אין ישיבה און גיט אוועק די בעסטע און שענסטע יארן פון זיין לעבן צו זיצן אין ישיבה און רייסן שטיקער פון די מענטשליכע תאוות, רעספעקטירט אים איינער פאר דעם? אדער נעמט מען עדווענטעדש פון דעם בחור׳ס תמימות אים אויסניצן און פייניגן? וועם נעמט מען אויף אלס משגיח אין ישיבה, איינער וואס רעספעקטירט א בחור א בן תורה אדער איינער וואס באהאנדלט אים ווי א הונט?

מען לאזט נישט דעם בחור ניצן די סובוועי, וואס דארף ער טון ווען זיין נאנטסטע חבר האט חתונה? א בחור וואס גיט אוועק זיין לעבן פאר תורה דארף כאפן קלעפ פארן זיין אויף א נישט ריכטיגע באס?

יענעם טאג האב איך פארשטאנען אז עפעס איז נישט ריכטיג, איך האב פארשטאנען אז די רבי׳ס מנהלים און ראשי ישיבה נוצן מיין רעליגיע מיר אונטערצודריקן. איך האב איינגעזען אז זיי רעספעקטירן בכלל נישט קיין תורה אדער יראת שמים.

יענעם טאג האב איך געמאכט א חשבון אז איך בין באמת צו יונג, אומערפארן, און אומוויסענד צו קענען זעהן אויב די רעליגיע וואס מען פארקויפט מיר איז ריכטיג. אבער איך האב אפגעמאכט אז אויב איך ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך איינזעהן אז מיינע עלטערן און רבי׳ס האבן מיר ליגן געזאגט איבער אידישקייט, וועל איך זיי קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף!!!

יארן שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן פרעגן פראגעס האב איך צו מיין וואודער געהאט די זעלבע עקפיריענס ווי יענער גלח. ווען איך בין ארומגעגאנגען צו רבנים פרעגן די מערסט פשוטע פראגעס איבער אידישקייט, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך בין בכלל אינטערעסירט אין דעם ״גיי לערן הלכות שבת״ האבן זיי מיר געזאגט. פלוצלינג האב איך איינגעזען אז די גרעסטע רבנים האבן קיינמאל נישט דורך געטון די מערסט פונדאמענטאלע פראגעס איבער אידישקייט. אויב אזוי אויף וועמען פארלאזן מיר זיך? פארוואס וויינען זיי אזוי ביי תקיעת שופר דרשה? עס גייט זיי בכלל נישט אן אויב אידישקייט איז אמת אדער נישט!!!

ווען איך האב אפגעשניטן מיין בארד און פיאות בין איך שאקירט געווארן אז ״קיינער״ פון מיינע חבירים, רביים, אדער פאמיליע האבן נישט געפעלט פאר וויכטיג מיר צו פרעגן ״פארוואס״ איך האב געמאכט דעם באשלוס, דאס זענען די מענטשן וואס האבן זיך אלס געזארגט פאר מיין טובה און יעצט זענען זיי ניטאמאל אינטערעסירט צו וויסן פארוואס איך האב געמאכט אזא באשלוס? מענטשן האבן מיר באשולדיגט, אויסגעלאכט, באנעבעכט, געפרעגט ווען איך קום צוריק, אבער קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס.

ביז איך האב איינגעזען אז עס גייט זיי נישט אן, נישט מיין טובה, נישט אידישקייט, נישט גויאישקייט, גארנישט.

השם משמים השקיף על בני אדם
היש משכיל דרש אלהים,
הכל סר יחדיו נאלחו
אין עושה טוב
אין גם אחד!

און יעצט פרעג איך אייך ווער גלייבט אין אידישקייט,
איך אדער זיי?
1.ערשטנס וויל איך אוועקשטויסן די חבר'ה וואס האבן משוגע געמאכט וועגן די פיאות וכו'
ער האט דאס געברענגט אלץ א ראיה אז קיינער פון זיין סביבה האט נישט געהערט פון עם, עד כדי כך אז אפילו ווען ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות האבן זיי גארנישט געפרעגט,
2. איך בין זייער אנטוישט צו הערן אז די משגיחים האבן זיך געקריגט מכות מיט די בחורים, און די פלאץ ואוו איך בין אויסגעוואקסן איז נישט געווען אזא זאך, אפילו נישט קרוב צו דעם (אבער ווי דערמאנט פריער, די מעשה מיט דעם באס איז נאר א דוגמא, און דערפאר ענטפערן פאר דעם ספסיק מעשה וועט נישט זיין א' ריכטיגער ענטפער)
3. ולגוף הטענה, איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז ס'איז דא פלעצער וואו די משגיחים און ראשי ישיבות אליין האבן די שאלות און ווייסן נישט אן ענטפער, און דאס איז א גרויסע עוולה פאר די בחורים און די עלטערן אויך, (א טאטע שיקט א קינד אין ישיבה כדי די ישיבה זאל עם מחנך זיין אויפן דרך התורה וואס דאס איז כולל אויך אמונה און ריכטיגע השקפה), און מיט דעם ביסטו אינגאנצען גערעכט אז איך ווייס ניט ווער איז א גרעסער גלייבער און ווער איז טאקע פרום,
(4.)אבער ווען איך גיי אין שפיטאל וואס איז פיל מיט דאקטוירים מיט "ספעשילטי" פאר א מחלה אין מיין פיס, און א גאנצע יאר ארבעט איך מיט א "סורטן" מעדעצין, און נאך א גאנצע יאר קומט אויס אז דער דאקטור האט א טעות געהאט און איך האב עפעס א צווייטע מחלה, צו דען וועל איך נישט גיין מער אין שפיטאל צו אן אנדערע דאקטער?? ברור ופשוט אז ניין! וואס איך טריי צו זאגן איז, אז אמת טאקע און דע פלאץ וואו דו ביסט אויסגעוואקסן האבן די משגיחים ר"י רבנים נישט געענטפערט דיינע פראגעס (וויל זיי אליין מסתמא ווייסן ניטאמאל),
(5.) אבער ס'איז דא אנדערע דאקטוירים וואס ווייסן יא וואס גייט פאר, און די פלאץ וואו איך בין אויסגעוואקסן האב איך געהאט פראגעס שוין ווען איך בין געווען אלט 15 יאר און איך האב זיך אוועקגעזעצט מיט מיין מג"ש און מיר האבן זיך דורך געשמועסט און מיר האבן קלאר געמאכט, אז ס'איז דא מאלן וואס "מוישקה דער ייד פון די קרעטשמע שטארבט צום סוף"

וואס איך זאג איז אז ס'איז דא א גרויס חלק פון פרומע אידען און ישיבות וואו מ'רעטציך דורך אין אלע פראגעס וואס סקען נאר זיין
און נישט אלעמען זענען אזוי שווארץ!
און צום ענדע זאלסטו וויסען אז ה' האט ליב יעדע איד ואוו ער זאל ניט זיין און וואס פאר אן עלטער, און מען דארף עם דינען אויכעט without א בארד און פיאות!

נ.ב.
שכיועח פאר אריופברענגן דעם טאפיק

הטוב והמטיב » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:12 pm

· #513107
אפשר טאקע העלפסטו מיר אריוס
רביה''ק זי''ע
ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.

איך האב טאקע א פראגע וואס איך האב געפרגט א פאר בודהיסטן (זיי האבן נישט גהעט אננטפער

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:23 pm

· #513110
קענסטיך שוין פארשטעלן ווי שוואך די אנדערע זענען...

פרנס החודש » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:25 pm

· #513111
הטוב והמטיב
1. ערשטנס וויל איך אוועקשטויסן די חברה וואס האבן משוגע געמאכט וועגן די פיאות וכו'
ער האט דאס געברענגט אלץ א ראיה אז קיינער פון זיין סביבה האט נישט געהערט פון עם, עד כדי כך אז אפילו ווען ער האט אראפגענומען די בארד און פיאות האבן זיי גארנישט געפרעגט,
2. איך בין זייער אנטוישט צו הערן אז די משגיחים האבן זיך געקריגט מכות מיט די בחורים, און די פלאץ ואוו איך בין אויסגעוואקסן איז נישט געווען אזא זאך, אפילו נישט קרוב צו דעם (אבער ווי דערמאנט פריער, די מעשה מיט דעם באס איז נאר א דוגמא, און דערפאר ענטפערן פאר דעם ספסיק מעשה וועט נישט זיין א' ריכטיגער ענטפער)
3. ולגוף הטענה, איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז ס'איז דא פלעצער וואו די משגיחים און ראשי ישיבות אליין האבן די שאלות און ווייסן נישט אן ענטפער, און דאס איז א גרויסע עוולה פאר די בחורים און די עלטערן אויך, (א טאטע שיקט א קינד אין ישיבה כדי די ישיבה זאל עם מחנך זיין אויפן דרך התורה וואס דאס איז כולל אויך אמונה און ריכטיגע השקפה), און מיט דעם ביסטו אינגאנצען גערעכט אז איך ווייס ניט ווער איז א גרעסער גלייבער און ווער איז טאקע פרום,
(4.)אבער ווען איך גיי אין שפיטאל וואס איז פיל מיט דאקטוירים מיט "ספעשילטי" פאר א מחלה אין מיין פיס, און א גאנצע יאר ארבעט איך מיט א "סורטן" מעדעצין, און נאך א גאנצע יאר קומט אויס אז דער דאקטור האט א טעות געהאט און איך האב עפעס א צווייטע מחלה, צו דען וועל איך נישט גיין מער אין שפיטאל צו אן אנדערע דאקטער?? ברור ופשוט אז ניין! וואס איך טריי צו זאגן איז, אז אמת טאקע און דע פלאץ וואו דו ביסט אויסגעוואקסן האבן די משגיחים ר"י רבנים נישט געענטפערט דיינע פראגעס (וויל זיי אליין מסתמא ווייסן ניטאמאל),
(5.) אבער ס'איז דא אנדערע דאקטוירים וואס ווייסן יא וואס גייט פאר, און די פלאץ וואו איך בין אויסגעוואקסן האב איך געהאט פראגעס שוין ווען איך בין געווען אלט 15 יאר און איך האב זיך אוועקגעזעצט מיט מיין מג"ש און מיר האבן זיך דורך געשמועסט און מיר האבן קלאר געמאכט, אז ס'איז דא מאלן וואס "מוישקה דער ייד פון די קרעטשמע שטארבט צום סוף"

וואס איך זאג איז אז ס'איז דא א גרויס חלק פון פרומע אידען און ישיבות וואו מ'רעטציך דורך אין אלע פראגעס וואס סקען נאר זיין
און נישט אלעמען זענען אזוי שווארץ!
און צום ענדע זאלסטו וויסען אז ה' האט ליב יעדע איד ואוו ער זאל ניט זיין און וואס פאר אן עלטער, און מען דארף עם דינען אויכעט without א בארד און פיאות!

נ.ב.
שכיועח פאר אריופברענגן דעם טאפיק
מיין באשולדיגונג איז דירעקטירט זייער ספעסיפיש צו די וואס:

1) האבן נישט קיין רעספעקט צו א בן-תורה (ווייל ער איז נאך א בחור אין ישיבה פאר די חתונה/האט אן אנדערע מיינונג, וכדומה)

2) די וואס נוצן אידישקייט אויסצונוצן די תמימות פון אונזערע קינדער/פרויען זיי אונטערצודריקן פיזיש/אינטעלעקטואל/גייסטיש/פאליטיש כדי צו אנהאלטן שליטה.

אויב דיינע עלטערן/רביים גייען נישט אריין אין איינע פון די קאטעגאריעס האב איך זיי בכלל נישט געמיינט!

ישר בעיניו » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 12:31 am

· #513509
רביה''ק זי''ע
ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון נצרות, ווענדט זיך וועלכע דענאמינאציע פון אידישקייט, אבער אין דורכשניט זענען ביידע די זעלבע, און בכלל האט יעדע דענאמינאציע פון נצרות אן ענליכע דענאמינאציע אין אידישקייט. איסלאם גראדע האט בעסערע ענטפערס פון ביידע, בודדהיזם האט נאך בעסערע.
קען פליז מסביר זיין צו דעקן וואס די שרייבסט עדער ברענגן רעפרענסעס