ווילדע הרהורים
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14713
ווילדע הרהורים
איך פיל מיך אליין.
קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיין וואוילזיין.
חברים? האב איך מער ווי גענוג. נאנטע חברים? גענוג. אבער קיינער אינטערסירט נישט, מיר.
טאמער מען וואלט סיי וועלכע פין מיינע חברים געזאגט, די גייסט שטארבן, קאנסט מאכן איין טעלעפאן קאל, וואלט קיינער מיר נישט גערופען. אפילו מיין ווייב, וועמען איך וואלט גערופען אין דעם פאל, וואלט גערופען מיינע קינדער. מיינע קינדער? זיי וואלטען גערופן מיין ווייב.
פאר וועמען לעב איך? פאר וועמען ארבעט איך? פאר מיר? נעה! איך דארף נישט דאס געלט. איך וואלט ליבערשט געגאנגען אויף א טראפיקעל אינזעל און פארברענגט אליין.
עס איז נישטא קיינער וואס איך קען אים געטרויען צו פארציילן מיינע יסורי הנפש. יעדער וועט מיר זיכער דן זיין, דער ווי א משוגענער און דער ווי א נעבעך. אפשר בין איך טאקע?
און פליז קום מיר נישט מיט קיין חשבונות פארוואס איך דארף זיין צופרידן, אפילו נאך מאטי אילאוויטש'ס טענות, מיט אלע טאלאנט און געלט וואס איך האב מער פין 5 ביליאן מענטשן, בין איך נאך אלץ אליין.
איי, האט דער חוני פארשטאנען א עסק.
אפשר דארף איך א טעראפיסט זאל מיר אויסהערן? אה, דאס מיינט אוודאי די משנה קנה לך חבר.
דער איכה ישבה בדד גריבעלט אין נשמה אריין, באלט ווי שבת וואס האט געטענהט לי לא נתת בן זוג. קומט שוין טאקע באלט שבת, זאל איך איר פרעגן אויב זי וויל? נעה איך שעם מער. און וואס וועל איך טוהן אויב זי וועט מיר זאגן, די? נאך אנוועטשען א וואך? כמעשהו בחול וכו'. וועל איך דארפען דילען מיט דער רידשזעקשען אויך.
און זאגסט מיר נישט די קינדער, די קינדער זענען א באנטש פאראזיטן וואס הערען נישט אויף פארלאנגען נאך און נאך, באלט ווי דער זוהר'ס הב הב. און נאך דעם דארף איך זאגען הב הב פאר מיין בעלעבאס. יא אבער איך בין בעסער, ווייל איך זאג הב הב צו קענען געבען פאר זיי, פארשטייסט?
איך מיין דער שנארער וואס זיצט ביים טיר פין ביתַ המדרש יומם ולילה וואס זאגט ער גייט פאר מקובלים אין רוסלאנד איז שוין מער פין מיר. אין זיין דמיון איז ער א חד בדרא. ר' מאטעלע טשערנאבלער אליין, אלע ל"ו צדיקים האלט ער אויס, א קלייניקייט? און מיין דמיון קאסט מיר דאס געזונט.
אוי באשעפער, יוסיף דעת יוסיף מכאוב, האט דער קאצקער געטענה'ט, קרענקען זאלסטו אבער וויסן זאלסטו. איך הער, אבער וואס איז די תכלית? אויב דער תכלית פין וויסן איז קרענק וואס איז דער תכלית פין קרענק?
זעה איך שוין, מיין בן זוג איז מיין שכל. דער שכל איז עפעס מורא'דיג, איך קען אים פרעגן וואס איך וויל, און ער ענטפערט. איך האף נאר אז מיין שכל וועט מיר נישט אנשרייען באלט בקול רם, משוגענער דו.
אבער אויב איז מיין בן זוג מיין שכל, ווער בין איך זעלבסט? עפעס א מין זאך וואס טוט אן טראכטן, ווייל דער טראכטען טוט דאך דער שכל. איז וואס גיבט מיר רצון? נישט דער שכל! אה, דאס מיינען זיי מיט דער אין טעם ברצון.
איז אזוי, איך בין אמאהל שכל און אמאהל רצון, ווענט זיך אין וואס? ווייס איך נישט, איז דא א דריטע דא וואס דרייט דער רודער? א טריניטי? א טאטע (שכל) א זוהן (רצון), אדער פארקערט? און א הייליגע גייסט וואס קאנטראלירט. נו, ביסט א קריסט געווארען? שעם זיך. אנטלויף!
שוין, קען איך שוין מיין אייגענע שכל אויך נישט געטרויען, ער איז מיר אויך דן.
אינגאנצען ביחידות.
באשעפער העלף.
טרעף דעם זיך.
א מענטש קען נישט געטרויען אז ער לעבט פאר די ליבשאפט און געטריישאפט פון אנדערע.
דו דארפסט עס געבן פאר זיך אליינס.
קיינער קען דיר עס נישט געבן.
פארוואס דו וועסט אלץ זיין איינזאם, אדם בודד לעולם.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/n3Xv_g3g-mA">https://youtu.be/n3Xv_g3g-mA</a>
היסטאריע אדער היסטעריע???
[ציטאט אראפגענומען]
וואס פארשטייט העניך צו א בשר?? האסטו דען געהאט שייכות מיט א בשר?? חוץ ספעלן דעם ווארט בשר, האסטו דען דעם מינדעסטן אהנונג סיי וואס איבער בשר?? @אנאנים קלאמערט איבערן ספרים שאפע, אפילו דיין פראפייל צורה איז מעיד אז דו האסט מער שייכות מיטן ספרים שאפע ווי צו א שטיקל בשר.
[ציטאט אראפגענומען]
Why not with heimish?
בת קולטרעף דעם זיך.
א מענטש קען נישט געטרויען אז ער לעבט פאר די ליבשאפט און געטריישאפט פון אנדערע.
דו דארפסט עס געבן פאר זיך אליינס.
קיינער קען דיר עס נישט געבן.
ס׳איז נישט אזוי פשוט. ליבשאפט צו זיך ווערט אויך געבויט דורך קאנעקשן מיט מענטשן וואס האבן דיר ליב; for who you are and not for what you do
אויב האט מען נאכנישט געטראפן גוטע פריינט וואס האבן אן אמת׳ע הערצה און שעצן דיר, און אויב האסטו אין קינדהייט נישט געהאט קיין אנקאנדישענעל לאוו - דעמאלץ ווי אזוי קען ער אפילו וויסן וואס דאס איז וואס ער קען זיך געבן. ס׳זאגט זיך גרינג אבער ס׳נישט אזוי סימפּל אויב There is no reference point
היסטאריע, יישר כח פאר דיין דרייסטקייט ארויסצושרייבן די פיינפולע מחשבות אויף אזא אפנהארציגע וועג. איך האב זיך אסך געטראפן אין דיינע ווערטער, אדער ווי מ׳זאגט אין ענגליש I could very much relate ווייל מיט עטליכע יאר צוריק האב איך גענוי אזוי געפילט
בונה של טובבת קולטרעף דעם זיך.
א מענטש קען נישט געטרויען אז ער לעבט פאר די ליבשאפט און געטריישאפט פון אנדערע.
דו דארפסט עס געבן פאר זיך אליינס.
קיינער קען דיר עס נישט געבן.
ס׳איז נישט אזוי פשוט. ליבשאפט צו זיך ווערט אויך געבויט דורך קאנעקשן מיט מענטשן וואס האבן דיר ליב; for who you are and not for what you do
אויב האט מען נאכנישט געטראפן גוטע פריינט וואס האבן אן אמת׳ע הערצה און שעצן דיר, און אויב האסטו אין קינדהייט נישט געהאט קיין אנקאנדישענעל לאוו - דעמאלץ ווי אזוי קען ער אפילו וויסן וואס דאס איז וואס ער קען זיך געבן. ס׳זאגט זיך גרינג אבער ס׳נישט אזוי סימפּל אויב There is no reference point
מען מיינט מען האט גוטע פריינט ביז מען ווערט געפראווט, און מען זעהט עס איז פאלשע ליבשאפט.
יעדער מיינט נאר זיך. עס איז גוט דאס צו געדענקען אויב מען זוכט א חבר.
Self Love קען מען יא זיך לערנען געבן אפילו מען האט עס קיינמאל פריער באקומען פון איינעם.
עס זענען דא טעראפיסטן וואס צייכענען זיך אויס אין דעם, און מהלכים געמאכט פאר דעם, אזויווי self parenting א.א.וו.
קודם כל, נאים הדברים למי שאמרם...
צווייטנס, כדי זיך צו לערנען self love דארף מען פריער עס קענען מקבל זיין פון אנדערע. אוודאי דארף א מענטש האבן גענוג self esteem נישט צו דארפן צוקומען צו אנדערע מענטשן'ס ליעבע, אבער זיך דערווייטערן דערפון (מיט אמת'ע חשבונות!) איז אויך נישט קיין מהלך, מ'דארף עס אננעמען אבער נישט בלייבן סטאק דארט.
קאצקע ציקער[ציטאט אראפגענומען]
Why not with heimish?
Cuz it won't work as good
רביה''ק זי''עקודם כל, נאים הדברים למי שאמרם...
צווייטנס, כדי זיך צו לערנען self love דארף מען פריער עס קענען מקבל זיין פון אנדערע. אוודאי דארף א מענטש האבן גענוג self esteem נישט צו דארפן צוקומען צו אנדערע מענטשן'ס ליעבע, אבער זיך דערווייטערן דערפון (מיט אמת'ע חשבונות!) איז אויך נישט קיין מהלך, מ'דארף עס אננעמען אבער נישט בלייבן סטאק דארט.
מען זאגט געווענטליך פארקערט.
מען דארף ערשט זיך ליב האבן, צו קענען אננעמען אז אז יענער האט דיר ליב.
איינער וואס האט זיך נישט ליב, קען געווענטליך נישט פארשטיין פארוואס אנדערע האבן אים ליב.
[ציטאט אראפגענומען]
אך בשר מבשרי
אפשר טריט טיך אויף א אינדערווידואלע אופן ווי גיין שפאצירן אליין, הערן מוזיק, א ראוד טריפ, התבודדת, אא"וו.
דערהויבענע אידאפשר טריט טיך אויף א אינדערווידואלע אופן ווי גיין שפאצירן אליין, הערן מוזיק, א ראוד טריפ, התבודדת, אא"וו.
נישט פארשטאנען קיין איין ווארט!
זיי דיר מסביר! זיי נישט אזוי דערהויבן און לאז דיך אביסל אראפ!
מאך נישט אקטיוויטעיטן וואס האט מיט אנדערע מענטשן, דאס איז אויך גוט, אבער קודם דארף מאן ספענדן צייט מיט זיך אליין, א מענטש וואס גייט אליין אויף א שפאציר אדער הערט מיוזיק אליין,אדער טוט זיך אן און מאככט זיך אויס זעהן וויאזוי "ער" האט באמת ליב, איז זייער מעגליך אז ער וועט זיך אליינס טרעפן און זיך ליב האבן.
דערהויבענע אידמאך נישט אקטיוויטעיטן וואס האט מיט אנדערע מענטשן, דאס איז אויך גוט, אבער קודם דארף מאן ספענדן צייט מיט זיך אליין, א מענטש וואס גייט אליין אויף א שפאציר אדער הערט מיוזיק אליין,אדער טוט זיך אן און מאככט זיך אויס זעהן וויאזוי "ער" האט באמת ליב, איז זייער מעגליך אז ער וועט זיך אליינס טרעפן און זיך ליב האבן.
דו רעדסט פון נסיון ? אדער נביאות? געהערט ? אדער געליינט?
א יישר כח ענק אלע פאר אייערע טייערע תגובות.
האב איך געטראכט נאך אסאך זאכן, נישט אלעס איז ראוי לדפוס. איך האף איר וועט הנאה האבן פין דער נעקסטע, כאטש עס איז נישט דער זעלבע שטארק ווי דער ערשטער.
ברכות
מיינע בעיביס לערנען זיך מאכן ברכות. פאר יעדעס זאך פרעגן זיי, וועלכע ברכה? דער געים שפילט דער ניגון ערב ובוקר, ברכות מאכן דארף א איד און וכו'.
מיינע ברכות זענען צום באדויערן עפעס אזעלכע געכאפטע מצות מלומדה'דיגע מערמליכץ, און געווענליך כאפט מיר נישט קיין גרויסע הרהור תשובה, אבער יעצט מיט די קינדער, ווילט זיך עפעס מער.
ווייס איך אבער נישט. איך פלעג אמאהל דאווענען שמונה עשרה דער שנעלסטער, האט מיר אמאהל געכאפט א הרהור תשובה, און פראבירט אינזינען האבען, און אנגעהויבן דאווענען לענגער, אבער די מחשבות לויפן ווייטער אין קאפ, אבער פאסט מיר שוין נישט צו דאווענען שנעל. איי איי, סתם א עובד ע"ז רח"ל. כאטש די ברכות זאלען זיין כולו לד'.
זאל איך יעדעס אשר יצר אנהייבן מאכן שטאט? איך ווייס אז דער כוונה וועט זיין די זעלבע נאך צוויי טעג, ווידער סתם זאגן אהן טראכטען פאר א רגע שמעקט מיר אויך נישט.
לעצטנס גייט מיר קבלת שבת אויך אויף די נערווען, מען זאגט דארט אפאר קאפיטלען תילים, מען זינגט דער קישקעס, אבער ווער ווייסט וואס די ווערטער באדייטן. שוין, פראביר איך צו מעיין זיין, לכו, נרננה, וואס דארף דאס צו זיין, גייטס אוועק, און לאמיר זינגען? אפשר רעדט מען צו די מחשבות וואס לויפן אין קאפ, גייטס אוועק, לאז מנוחה, וועלען מיר נשמות קענען זינגען.
עפעס געשעהט דארט אינמיטען דער לכו נרננה, ביז היום אם בקולו פארט אלעס כסדרן, עס זעהט אויס ווי דער קאפיטעל איז געווארן געהעקט, איינער א בייזער האט איבערגענומען די לייצעס, און פין היום און בקולו ביז סוף קאפיטל שרייט ער און קריטיקירט, ער איז קעגן דער זינגען קאטעגאריש. עפעס ווי ר' מענדל וויזניצער איז אריין געקומען אין זיין'ס א שטיבל, און דער עולם דאווענט נוסח וויזניץ מיט התלהבות, און מען מערקט אים גארנישט, און ער לויפט צו און האקט אין באלעמער און גיבט א שריי אויס, היום אם בקולי תשמעו, אל תקשו וכו' וכו'.
@היסטאריע קומט דא אריין עפעס נישט נערמאל קלאר...!
ער שלעפט ארויס דאס טיף באגראבענע, שפרייט דאס אויס אויפן אויבערפלאך צום שיין פון דעם זון....
עפעס איז לבי אומר לי אז ס׳איז בבחינת שאלות חכם חצי תשובה, און ס׳קומט נאך פונעם עפעס א תרופה, עפעס א לעזונג וויאזוי צו היילן די טיפע ווייטוגען.
היסטאריעמיינע בעיביס לערנען זיך מאכן ברכות. פאר יעדעס זאך פרעגן זיי, וועלכע ברכה? דער געים שפילט דער ניגון ערב ובוקר, ברכות מאכן דארף א איד און וכו'.
מיינע ברכות זענען צום באדויערן עפעס אזעלכע געכאפטע מצות מלומדה'דיגע מערמליכץ, און געווענליך כאפט מיר נישט קיין גרויסע הרהור תשובה, אבער יעצט מיט די קינדער, ווילט זיך עפעס מער.
ווייס איך אבער נישט. איך פלעג אמאהל דאווענען שמונה עשרה דער שנעלסטער, האט מיר אמאהל געכאפט א הרהור תשובה, און פראבירט אינזינען האבען, און אנגעהויבן דאווענען לענגער, אבער די מחשבות לויפן ווייטער אין קאפ, אבער פאסט מיר שוין נישט צו דאווענען שנעל. איי איי, סתם א עובד ע"ז רח"ל. כאטש די ברכות זאלען זיין כולו לד'.
זאל איך יעדעס אשר יצר אנהייבן מאכן שטאט? איך ווייס אז דער כוונה וועט זיין די זעלבע נאך צוויי טעג, ווידער סתם זאגן אהן טראכטען פאר א רגע שמעקט מיר אויך נישט.
לעצטנס גייט מיר קבלת שבת אויך אויף די נערווען, מען זאגט דארט אפאר קאפיטלען תילים, מען זינגט דער קישקעס, אבער ווער ווייסט וואס די ווערטער באדייטן. שוין, פראביר איך צו מעיין זיין, לכו, נרננה, וואס דארף דאס צו זיין, גייטס אוועק, און לאמיר זינגען? אפשר רעדט מען צו די מחשבות וואס לויפן אין קאפ, גייטס אוועק, לאז מנוחה, וועלען מיר נשמות קענען זינגען.
עפעס געשעהט דארט אינמיטען דער לכו נרננה, ביז היום אם בקולו פארט אלעס כסדרן, עס זעהט אויס ווי דער קאפיטעל איז געווארן געהעקט, איינער א בייזער האט איבערגענומען די לייצעס, און פין היום און בקולו ביז סוף קאפיטל שרייט ער און קריטיקירט, ער איז קעגן דער זינגען קאטעגאריש. עפעס ווי ר' מענדל וויזניצער איז אריין געקומען אין זיין'ס א שטיבל, און דער עולם דאווענט נוסח וויזניץ מיט התלהבות, און מען מערקט אים גארנישט, און ער לויפט צו און האקט אין באלעמער און גיבט א שריי אויס, היום אם בקולי תשמעו, אל תקשו וכו' וכו'.
טאקע דערפאר זענען דא וואס גלייכן זייער קארליבאך סטייל דאווענען, וגם אני הקטן בתוכם.
קארליבאך איז גוט, שטעל זיך פאר מען זינגט א לעבעדיגער ניגון אויף ארבעים שנה אקוט בדור, קומט נישט אריין. כלומר, מען זינגט און דער ניגון האט גארנישט מיט די ווערטער.
דערהויבענע אידאפשר טריט טיך אויף א אינדערווידואלע אופן ווי גיין שפאצירן אליין, הערן מוזיק, א ראוד טריפ, התבודדת, אא"וו.
ג"א מצטרף פון אייגענע ערפאַרונג. און אביסל פון די כישופ'דיגע שװעמלעך קען אויך העלפן צו טרעפן און ליב האבן זיך אליין אהן קיין תנאים.
כ'בין נאך גאנץ װייט פון שלימות, מיין זעלבסט זיכערקייט קען ניצן גרויס חיזוק; סאיז אבער גאלד אין פארגלייך צו פינעף יאר צוריק. ס'גייט מיר שוין נישט אזוי שטארק אָהן װאס מענטשן טראכטן אויף מיין התנהגות וכדו
און אַטאָמאַטיש, אז מ'האט זיך אליין ליב קומט דערמיט בטחון עצמי װאס מאכט אנדערע דיך אויך באמת ליב האבן; און גוטע פריינדשאַפטן װערן דאַדורך געבויעט!
"אם אין אני לי, מי לי. וכשאני לעצמי, מה אני?" - הלל הזקן
אייראפעישער חסידדערהויבענע אידמאך נישט אקטיוויטעיטן וואס האט מיט אנדערע מענטשן, דאס איז אויך גוט, אבער קודם דארף מאן ספענדן צייט מיט זיך אליין, א מענטש וואס גייט אליין אויף א שפאציר אדער הערט מיוזיק אליין,אדער טוט זיך אן און מאככט זיך אויס זעהן וויאזוי "ער" האט באמת ליב, איז זייער מעגליך אז ער וועט זיך אליינס טרעפן און זיך ליב האבן.
דו רעדסט פון נסיון ? אדער נביאות? געהערט ? אדער געליינט?
אויב סהאט געהאלפן פאר דיר מיינט נישט אז סגייט העלפן פאר דיר , סאוי וואס א חילוק צו סקומט פון עקספיריענס?
נביאות וועסטו מיר נישט גלייבן און געליינט האסטו עס.
נאך עפעס שווער?
שיין געשריבען! דערמאנט מיך מיין יוגנט יארן.
כ'האב פאר דיר נייעס, די מחשבות ווערן נאר ווילדער מיט די יארן.
נישט פאר יעדעם, ביי מיר ווערט עס נאר רואיגער, קען זיין אז ס׳ווענדט זיך וויפיל מ׳איז גרייט צו קוקן די מציאות אין די אויגן.
כהאב געמיינט צו זאגן אז די מחשבות ווערן ווילדער, אבער אודאי די געפילען קענען ווערן אסאך רואיגער ספעציעל אזווי ווי די זאגסט, ווען מען מען קוקט די מציאות אין די אויגן און מען accept עס.
עס האט מיר דערמאנט פון די שניידענדע מחשבות וואס
@מיימון האט
דא געשריבן.
א קריזיס אין
עקזיסטענשאל איינזאמקייט קען צופירן צו אנערקענונג אין
עקזיסטענשאל נייהיליזם.
ולגבי מדמה זיין די שילוש אין קריסטאלאגיע צו קאגניטיוו פראצעסן אינעם נפש, הא׳מיר
דא אראפ געברענגט פון אגוסטין ענליך.
📎 7C126D46-5E35-40DE-B25C-9DFF35E31864.png
אינטרעסאנט. הרב אליהו בן אמוזג ז״ל.
מי אני:איך קום דא נישט פארטיידיגן אדער פארענטפערן די קריסטליכע רעליגיע. אבער דער פאקט איז אז אין די קריסטליכע רעליגיע איז פארהאן זייער א סאך פאגאנישע מנהגים און צערעמאניעס.
דאס אליין אז זיי האלטן אן די וויכטיגקייט פון אריינשטעללן א ..."קראצמעך בוים"...אין זייערע הייזער א יעדן יאר אום דעצעמבער 25, ווייזט אז אין זייער רעליגיע איז איינגעווארצלט א סאך פון די פאגאנישע מנהגים. נאכמער. די עצם טעאלאגיע פון די ..."טריניטי"...איז דאך עבודה זרה בשיתוף. אזוי ווי דער רמב"ם איז עס מגדיר...!
נאר א מעגליכע סיבה פארוואס די פאגאנישע מנהגים זענען פארבליבן, און געווארן אן אינטעגראלער טייל פון די קריסטליכע צערעמאניעס, קען זיין אז די פארשפרייטערס פון די קריסטליכע רעליגיע אין די אנהייב יארן, אזוי ווי שאול פון תרשיש. (סט. פאול) האבן געוואלט צו ציען וואס מער פון די אלטע עובדי עבודה זרה. ווייל די קריסטן פון די פריע דורות האבן זיך געהאלטן פאר אידן. נאר זיי פראקטיצירן אידישקייט א ביסל אנדערש ווי די איבעריגע אידן (די נאכפאלגערס פון די פרושים. זייער מערסט פארהאסטע קעגנערס.)...!
דאס אליין אז זיי האלטן אן די וויכטיגקייט פון אריינשטעללן א ..."קראצמעך בוים"...אין זייערע הייזער א יעדן יאר אום דעצעמבער 25, ווייזט אז אין זייער רעליגיע איז איינגעווארצלט א סאך פון די פאגאנישע מנהגים.
זיי האבן א בוים און דו האסט א לולב.
זיי האבן דריי, און דו האסט צען. באקאנט פין ריב"ש.
היסטאריעאיך פיל מיך אליין.
קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיין וואוילזיין.
חברים? האב איך מער ווי גענוג. נאנטע חברים? גענוג. אבער קיינער אינטערסירט נישט, מיר.
אריבער 30 מענטשן פון איבער די גאנצע וועלט זענען אינטערסירט אין דיר לכל הפחות...
די לעצטע האלבע שעה
@היסטאריע האט ווילדע הרהורים. עמער צולייגן שיגענע הרהורים
אויב דו ביסט אליין אויף א שיף בלב ים וואס האט א לאך, ס’האלט אינמיטען זינקען. האסט נאך בערך א האלבע שעה. די וואסער איז ראיג כאילו ער ווייסט נישט וואס ס'גייט פאר. וואס טוהסטו?
געקאנטעקט די עלטערן קינדער ווייב: אֵיי לאָוו יאָ (וואס אייוועלט וועט פארמעקן) ? פארמעקט די סירטש היסטערי? געוועהן אין דענייעל? נע ס'זינגט נישט ממש איין, מ'גייט מיך ראטעווען. זיך גערעגט אויף דעם אייביש'נישט'ארויסזאגן: שיין פון דיך?! אזוי יונג און טראגיש?! מאכסט סתם ליצנות פון מיך?! סתם געוויינט, צער, שרעק, וואס וועט זיין אויב @רביה"ק'ס רוחות וועלען מיך נישט ליב האבן דארטן? זיך אליין גענומען, אבי נישט חנק? שלום געמאכט מיט די מצב? אריינגעכאפט נאך איין ר' שייעלע פרעס, א זאפטיגע לבטלה מיט'ן פּיל שטייצעך אויף די שענסטע ס'דא אויפן סייט ביד הגי שומר הנש-שטארבען אין א טייך פון מילך. יוש! ווי איז יוסל דאלינה ער קען דאך אהער ברענגן מיט כישוף זיי אליין!!!
=============================
יעך וואלט גראדע שנעל רעקארדירט אלע מיינע ניגונים אויף מיין פאין און אריינגעלייגט דעם SD קארד אין א פלעסטיק באטל. שווימען זאל עס שווימען, אפשר וועל איך פון די פיש אטענשן באקומען. האבעך מער צייט, הייב איך אהן צוגרייטען מיין אייגענע הספד אוי גייט מען וויינען! אבער זיכער געמאכט אז יצתה נשמתו בטהור, קדוש, ואחד. כ'זאג אויס מיין ווייב אז כ'שרייב אויף ק"ש און איך רייכע ווען זי זעהט נישט. מיט א גאפל.
גראדע שוין 4 מאל געהאט דעם שטארבן הרגשה. ווען כ'האב זיך געשטיקט ביי קאוויד הארט פאר פסח. ווען מ'האט מיך געהייסן מאכן א קענסער טעסט. ווען די מעדעטעישען האט גענומען 3 שעה מיט אוט אוו באדי עקספיריענס, כ'האב באמת געפיהלט אויב כ'גיי נאך אביסל העכער איז נישטא קיין וועג צוריק. ווען כ'האב געמישט שנאפ'ס מיט די גרינע ווייץ די ערשטע מאל. נאכן ארויפשיקן אזא תגובה גיי איך עס שפירען דעם פיפטען מאל, דאסמאל שטארב איך פון בזיונות.
[שיגענער דער שעפטאל! צורידערט! יא כ'ווייס]
ס'איז נישט אזוי משוגע?
כ'באקום גאר לייק'ס???!!!
מענטשן פרעגן אפי' אין אישי וועגן די אוט אוו באדי עקספיריענס.
אפשר זענט עטס גאר אויך צעדרייט? אדער בין איך גאר צעדרייט פארן מיינען ס'איז צעדרייט? אזוי דריי איך און דריי ביז כ'ווער טאקע צעדרייט!
@הייליגע קאקאש קעיק @צקון לחש • @חובב קאווע • @הערשער • @ברייטער גערעדט • @הרב שיף • @סקעפטיקער
פונקטלעך וועלכע חלק מאכט ענק געבען א לייק אויף דעם?!
נישט אז עטס דארפט'ס אפגעבן דין וחשבון פאר מיך פאר יעדע לייק. פשוט כ'פּייגער צו וויסן
שעפטאלס'איז נישט אזוי משוגע?

דיין חתימה!!!
היסטאריעאיך פיל מיך אליין.
קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיין וואוילזיין.
חברים? האב איך מער ווי גענוג. נאנטע חברים? גענוג. אבער קיינער אינטערסירט נישט, מיר.
טאמער מען וואלט סיי וועלכע פין מיינע חברים געזאגט, די גייסט שטארבן, קאנסט מאכן איין טעלעפאן קאל, וואלט קיינער מיר נישט גערופען. אפילו מיין ווייב, וועמען איך וואלט גערופען אין דעם פאל, וואלט גערופען מיינע קינדער. מיינע קינדער? זיי וואלטען גערופן מיין ווייב.
פאר וועמען לעב איך? פאר וועמען ארבעט איך? פאר מיר? נעה! איך דארף נישט דאס געלט. איך וואלט ליבערשט געגאנגען אויף א טראפיקעל אינזעל און פארברענגט אליין.
עס איז נישטא קיינער וואס איך קען אים געטרויען צו פארציילן מיינע יסורי הנפש. יעדער וועט מיר זיכער דן זיין, דער ווי א משוגענער און דער ווי א נעבעך. אפשר בין איך טאקע?
און פליז קום מיר נישט מיט קיין חשבונות פארוואס איך דארף זיין צופרידן, אפילו נאך מאטי אילאוויטש'ס טענות, מיט אלע טאלאנט און געלט וואס איך האב מער פין 5 ביליאן מענטשן, בין איך נאך אלץ אליין.
איי, האט דער חוני פארשטאנען א עסק.
אפשר דארף איך א טעראפיסט זאל מיר אויסהערן? אה, דאס מיינט אוודאי די משנה קנה לך חבר.
דער איכה ישבה בדד גריבעלט אין נשמה אריין, באלט ווי שבת וואס האט געטענהט לי לא נתת בן זוג. קומט שוין טאקע באלט שבת, זאל איך איר פרעגן אויב זי וויל? נעה איך שעם מער. און וואס וועל איך טוהן אויב זי וועט מיר זאגן, די? נאך אנוועטשען א וואך? כמעשהו בחול וכו'. וועל איך דארפען דילען מיט דער רידשזעקשען אויך.
און זאגסט מיר נישט די קינדער, די קינדער זענען א באנטש פאראזיטן וואס הערען נישט אויף פארלאנגען נאך און נאך, באלט ווי דער זוהר'ס הב הב. און נאך דעם דארף איך זאגען הב הב פאר מיין בעלעבאס. יא אבער איך בין בעסער, ווייל איך זאג הב הב צו קענען געבען פאר זיי, פארשטייסט?
איך מיין דער שנארער וואס זיצט ביים טיר פין ביתַ המדרש יומם ולילה וואס זאגט ער גייט פאר מקובלים אין רוסלאנד איז שוין מער פין מיר. אין זיין דמיון איז ער א חד בדרא. ר' מאטעלע טשערנאבלער אליין, אלע ל"ו צדיקים האלט ער אויס, א קלייניקייט? און מיין דמיון קאסט מיר דאס געזונט.
אוי באשעפער, יוסיף דעת יוסיף מכאוב, האט דער קאצקער געטענה'ט, קרענקען זאלסטו אבער וויסן זאלסטו. איך הער, אבער וואס איז די תכלית? אויב דער תכלית פין וויסן איז קרענק וואס איז דער תכלית פין קרענק?
זעה איך שוין, מיין בן זוג איז מיין שכל. דער שכל איז עפעס מורא'דיג, איך קען אים פרעגן וואס איך וויל, און ער ענטפערט. איך האף נאר אז מיין שכל וועט מיר נישט אנשרייען באלט בקול רם, משוגענער דו.
אבער אויב איז מיין בן זוג מיין שכל, ווער בין איך זעלבסט? עפעס א מין זאך וואס טוט אן טראכטן, ווייל דער טראכטען טוט דאך דער שכל. איז וואס גיבט מיר רצון? נישט דער שכל! אה, דאס מיינען זיי מיט דער אין טעם ברצון.
איז אזוי, איך בין אמאהל שכל און אמאהל רצון, ווענט זיך אין וואס? ווייס איך נישט, איז דא א דריטע דא וואס דרייט דער רודער? א טריניטי? א טאטע (שכל) א זוהן (רצון), אדער פארקערט? און א הייליגע גייסט וואס קאנטראלירט. נו, ביסט א קריסט געווארען? שעם זיך. אנטלויף!
שוין, קען איך שוין מיין אייגענע שכל אויך נישט געטרויען, ער איז מיר אויך דן.
אינגאנצען ביחידות.
באשעפער העלף.
פארוואס טרעף איך ״
מיך״ אין דיין ביישרייבינג. איך פיל וואו איך האב דעיס געשריבען!!!
הייליגע קאקאש קעיק
דיין חתימה!!!
אז מ'בעהט באקומט מען אפי' בחנם...
שעפטאלס'איז נישט אזוי משוגע?
כ'באקום גאר לייק'ס???!!!
מענטשן פרעגן אפי' אין אישי וועגן די אוט אוו באדי עקספיריענס.
אפשר זענט עטס גאר אויך צעדרייט? אדער בין איך גאר צעדרייט פארן מיינען ס'איז צעדרייט? אזוי דריי איך און דריי ביז כ'ווער טאקע צעדרייט!
@הייליגע קאקאש קעיק @צקון לחש • @חובב קאווע • @הערשער • @ברייטער גערעדט • @הרב שיף • @סקעפטיקער
פונקטלעך וועלכע חלק מאכט ענק געבען א לייק אויף דעם?!
נישט אז עטס דארפט'ס אפגעבן דין וחשבון פאר מיך פאר יעדע לייק. פשוט כ'פּייגער צו וויסן
דער רעיון. און די שפראך.