☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה

פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה

115 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15484
בלאט: 1 2 3

פרנס החודש » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:46 pm

· #506973
איך אויך
דאס אליינס אז יעדעס מאל מען טשעלענדשעד די צוויי מנוולים לויפן זיי גלייך צו גראבע רמזים אז מען האט געמוזט שנעל כאפן א ליידאק פון זיין 'ישיבה' ווייל די 15 יעריגע תמימות'דיגע מיידל האט וויזויהייסטעס מיט איינעם, וווייזט פונקטליך ווי זייערע קעפ ליגן.
די חורבן איז נאר אז עס איז אמת, און אין געוויסע פעלער האט ער פיל ארויסגעהאלפן (ווען די עלטערן איז נישט נישט אנגעגאנגען די טובה פון די קינדער, נאר געטראכט ווי אזוי די שכנים גייען רעאגירן.)

די איינציגסטע מהלך וואס די עלטערן האבן איז נעמען לעגאלע מיטלען געגן אים ( אין די היינטיגע רוח פון סאושעל דיסטענס אין אמעריקע ווערט עס אנגערופן [שרייב נישט קיין מיאוס'ע ווערטער. מנהל] trafficking.)

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:49 pm

· #506974
טאהש'ער אייניקעל
מרדכי מרדכי
טאהשע אייניקל: אויב איז די מעשה אמת איז די מיידל נישט קיין בת דעת מען קען נישט מאכן אזעלכע החלטות פאר די 18.

ברסלבער: אויב מאכט ער חתונה מיינער'ס וואס זענען אונטער זיין אינפלוענס הייסט עס לעגאל אזוי ווי געצווינגען
פארוואס מיינסטו אז א 15 יעריגע מיידל איז נישט קיין בת דעת ?
די פרעגסט אמת'דיג?
איך האב חתונה געהאט צי א מיינער איך קען עדות זאגן אז עס איז דא א חילוק

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:52 pm

· #506976
מרדכי מרדכי
טאהש'ער אייניקעל
מרדכי מרדכי
טאהשע אייניקל: אויב איז די מעשה אמת איז די מיידל נישט קיין בת דעת מען קען נישט מאכן אזעלכע החלטות פאר די 18.

ברסלבער: אויב מאכט ער חתונה מיינער'ס וואס זענען אונטער זיין אינפלוענס הייסט עס לעגאל אזוי ווי געצווינגען
פארוואס מיינסטו אז א 15 יעריגע מיידל איז נישט קיין בת דעת ?
די פרעגסט אמת'דיג?
איך האב חתונה געהאט צי א מיינער איך קען עדות זאגן אז עס איז דא א חילוק
אז ס'דא א חילוק איז נישט קיין שאלה (אגב דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס די פרייע מאכען חתונה שפעט)
איך פרעיג פארוואס מיינסטי אז א 15 יעריגע מיידל איז נישט קיין בת דעת און קען נישט אליינס באשליסען וואס איז גיט פאר איר ?

בת קול » זונטאג אוגוסט 21, 2022 8:37 pm

· #506981
איך אויך
סמבטיון
מאנרא יונגערמאן, ריגארדלעס וואס דו מעשה איז זאלסטו האבן אביסעל רעספעקט פאר איינער פון אונזער אלטע לייבן דא אין שטיבל, ברעסלעבער האט באשיינט דעם שטיבל דא יאהרן לאנג מיט הערליכע מאמרים, על כן, בארואיג זיך און ענפער מיט רעספעקט. יישר כח
איינער וואס בארעכטיגט א ארכי-מנוול א תלמיד פון א שמוציגע ארכי-מנוול איז א ארכי-מנוול אליינס. האב אביסל רעספעקט פאר אומשולדיגע אידישע טעכטער.

דאס אליינס אז יעדעס מאל מען טשעלענדשעד די צוויי מנוולים לויפן זיי גלייך צו גראבע רמזים אז מען האט געמוזט שנעל כאפן א ליידאק פון זיין 'ישיבה' ווייל די 15 יעריגע תמימות'דיגע מיידל האט וויזויהייסטעס מיט איינעם, וווייזט פונקטליך ווי זייערע קעפ ליגן.
פונקטלעך דאס.

די דעספערעישאן חתונה צו מאכן יונג איז סעקסיסט און אנימעליסטיש.
כאילו מענטשן קענען זיך נישט איינהאלטן אפאר יאר אן האבן א פרוי פאר א semen receptacle.
גרויליג ווי זיין קאפ ליגט אין די גאטטער.

פרנס החודש » זונטאג אוגוסט 21, 2022 8:59 pm

· #506984
די מענטשליכע נאטור איז אזוי. אויב ווילסטו אז מענער זאלן אויך זיך אויפפירן ווי פרויען, כל הכבוד. אפשר איין טאג וועסטו טרעפן אזא מאן. אבער קענסט נישט באשמוצן מענער פשוט פאר'ן טון זייער מענערישע חלק. די פאקט איז אז מענער האבן א שטארקע צורך דערפאר און זיי האבן אויך זייער ליב ווען די פרוי איז א ברכה צו מאכן, און אויך מענער ווייניגער ווי פרויען זעען די פרוי נאר אלץ מיטל צו ברענגען קינדער. געווענליך איז עס די פרויען וואס זעען די גאנצע חתנות ווי א מיטל צו ברענגען קינדער און געלט, און ווען די מאן פארלאנגט אביסל צוזאמענלעבן איז נישט דא צו וועם צו רעדן,ף. פלוצלינג איין טאג וועקט זיך די פרוי אויף און דערמאנט זיך אז זי ברויך אביסל ליבשאפט און דער מאן שטייצעך דארף עס צושטעלן תיכף ומיד. פאר אזאלכע פעמיניסטן האט מען ברוך השם צוגעשטעלט פילע בעיסמענטס ווי זיי קענען אפזיצן מיט פינף מאסקעס אויפן פנים און וויינען אויף אינסטעגרעם אז וכו' וכו'.

אייראפעישער חסיד » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:11 pm

· #506985
סמבטיון
מאנרא יונגערמאן, ריגארדלעס וואס דו מעשה איז זאלסטו האבן אביסעל רעספעקט פאר איינער פון אונזער אלטע לייבן דא אין שטיבל, ברעסלעבער האט באשיינט דעם שטיבל דא יאהרן לאנג מיט הערליכע מאמרים, על כן, בארואיג זיך און ענפער מיט רעספעקט. יישר כח
ער האט דאך נישט קיין צוטריט אהין... ער איז דאך געקומען דא בלויז צו באשרייען יואלי'ן.

פרנס החודש » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:31 pm

· #506989
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
איך האב סך הכל געוואלט ארויסברענגען דאס עס איז נישט early אדער arranged marriage וואס געפעלט דיר נישט, דו גלייבט בכלל נישט אין די געדאנק פון marriage און דריי נישט קיין קאפ.
(סתם זאלסט וויסן, איך בין אויך קעגן arranged marriages נאר עס קרענקט מיר די קאפ אין וואנט שעלטעריי געגן עני זאך וואס איז נישט פונקט צו דיין געשמאק)

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:35 pm

· #506992
פרנס החודש: דו זאגסט זייער גוטע זאכן. נאר דו ביסט אריינגעקומען דזשאמבל'ד (שלא כסדרן). וועגן די ענגלישע ווערטער.

איזה נשמה » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:15 am

· #507016
Not everyone knows how big of a manipulator he is
btw i do agree that most of his ppl have a good Sholom bayis but it doesn't take away from the fact that he manipulates ppl in shiduchim and how to make the wedding etc.
i know from years ago , for some reason i was involved there with some crazy stories

דוד שריפטליך » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:41 am

· #507022
איך אלס א אינסיידער ווייס איך צו זאגן קלאר אז ער טוט נישט מאנופילירן אויב דו האסט טענות וועגן manipulation ברויכסטו ענדערש ערווענען דאס וואס עס קומט פאר ביי די חסידישע קרייזן מיט די arranged marriage אן קיין dating וכ'ו וכ'ו

דוד שריפטליך » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:52 am

· #507023
ברסלבער
טאקע א שוידעליכע מעשה, נאר איין פראבלעם אז ס'איז פשוט נישט אמת, די מעשה איז געווען 'אביסל' אנדערש.
אבער יעצט גיי פארענטפער דיך... יעצט ביסטו שוין דער נאר... דער רשע... און מ'דארף אים עמערזשענסי אפשטעלן...

קודם ס'איז נישט קיין פרישע מעשה, די שידוך איז שוין געווען אפאר חדשים צוריק. די כלה איז טאקע אן אומשולדיגע תמימות'דיגע מיידל, נישט ממש 15 יאר אלט, נאר עטליכע יאר עלטער, און זי האט געהערט די דרשות פון ר' יואל ראטה אויף זיין האטליין און עס איז איר זייער געפאלן די וועג ווי אזוי ער רעדט, זי האט געהאט אסאך חיזוק פון זיינע דרשות, און זי האט געטראכט אז זי וואלט געוואלט האבן א בחור פון זיין ישיבה וואס הערט אויך די זעלבע זאכן און גייט אויך אויף דעם וועג, האט זי דאס געזאגט פאר אירע עלטערן, האבן זיי זיך פארבינדען מיט א שדכנטע פון קרית יואל און יענע האט זיך נאכגעפרעגט און געוואויר געווארן פון א וואוילער אומשולדיגער תמימות'דיגער בחור אויך פון קרית יואל וואס איז צוגעפאסט פאר די מיידל, און ער לערנט אין די ישיבה, און באלאנגט אויך צו די זעלבע קהלה אין קרית יואל, און זי האט אנגעטראגן דעם שידוך.
די עלטערן פון ביידע צדדים האבן זיך גוט נאכגעפרעגט אויף די אנדערע זייט, אויפ'ן בחור און אויפ'ן מיידל, און ווען די זאך איז זיי געפאלן האבן זיי געמאכט א בעשוי, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט ביי אונז אידן, דער בחור און מיידל זענען ביידע געווען צופרידן, און מ'האט געמאכט לחיים.
דערנאך איז פארגעקומען די תנאים אין הויז פון האדמו"ר מסאטמאר קר"י שליט"א, אזוי ווי עס איז איינגעפירט דארט ביי זיי אין די קהלה, וואו דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה און די גאנצע משפחה.
ביז אהער איז א מילתא דעבידא לגלוי', און איז געווען באריכטעט אין די טעגליכע שמחה צעטלעך.

דערנאך איז געווען א געוויסער מנהל אין בית רחל קרית יואל וואס עס טוט אים זייער וויי פארוואס מיידלעך הערן אויס די האטליין פון הרב ראטה, ווי עס שיינט שטערט אים אז עס זעט אויס ווי די מיידלעך נישט גענוג צופרידן מיט די סדר הלימודים וואס ער שטעלט צו פאר די מיידלעך, און זיי זוכן צו הערן אויך זיין האטליין, וואו ער רעדט פשוטע דיבורי אמונה, אז דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיינעם, יעדער איד קען רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך. און אזוי ווייטער די אלע זאכן וואס ער האט צו פארקויפן, וואס יעדער קען הערן אליין אויף זיין האטליין, (נישט וואס דו האסט געהערט אמאל א האלבע מינוט ארויסגעשניטן פון א שיעור, וואס איינער האט געטראפן א גוטע זאך וואס חוזק צו מאכן, וואס דאס קען יעדער רשע טון און מען טוט כסדר צו סיי וועמען, אפצוחוזקן פון מענטשן) האט ער אנגעהויבן פארפירן אויף דעם שידוך, בערך מיט דעם נוסח וואס דער פותח האשכול האט געשריבן.
נאכן אינוועסטיגעיטן די קעיס זע איך אז דו ביסט גערעכט

דוד שריפטליך » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:55 am

· #507026
באהעלפער
געב א קוק ווי זיין רבי פון יבניאל איז אנגעקומען, ס'נישטא קיין ממשיך דארט און ס'איז כולו רחמנות
פאלשע אינפארמאציע אנטשולדיגט עס איז נישט טאקע נישט דא קיין ממלא מקום אבער עס איז דא א ממשיך דרכו הלא הוא מורינו רבי יצחק לעסער שליט"א

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:21 am

· #507032
[ציטאט אראפגענומען]
ביטע נישט פיטערן קיין פאלשע אינפארמאציע. ס'איז 7 יעריגע מיידלעך מיט כיתה ד' קינדער.

מונטסורי » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:40 am

· #507035
יאסל ראקאווער
וואס איז ערגער. יואל ראטה מאנטפעליער וואס נעמט די צייט זיך צו קאנעקטען צו די מיידעל'ס נשמה און ער רעדט איין א אכצען יעריגע מיידעל וואס זי וויל עס שאומרת רוצה אני.

אדער די חסידישע מנהל פון די מיידעל סקול וואס רעדט איין טויזענט אכצען יעריגע מיידלעך אויפאמאל, in masse, אז זיי גלייכען נישט עפעס וואר ער האט נישט ליב. צום ביישפיל אזא איינער בחור וואס ער רופט נישט א לערנונג בוי וכדומה.
דאס!

בסך הכל איז יואל ראטה אן אידיאסענקרעטיק ספּינאףף פונם סיסטעם וואס אויב עפעס טוט ער אויף אין תחומים וואס וואלט שוין געדארפט געדעקט ווערן דורך די אנגעפרעסענע אנגעזויפענע רבי׳ס א יובל צוריק. עטליעסט יואל ראטה שטעלט נאך צו עפעס פאר עדת צאן מרעיתו, עפעס וואס די עסטעבלישמענט רבי׳ס האבן שוין לאנג אויפגעהערט צו טון איינמאל זייער כסא מלוכה איז פארזיכערט געווארן פאר זיך און פאר זייערע קינדער.

עני ארוני וואס האט טענות צו יואל ראטה דריי דיך אויס און קוק צו דיין אייגענע רבי, איז ביזי קאנטראלירן זיין קליינע דאמיניען, פארזיכערן זיינע קינדערס דזשאבס, און זיך ארומשלאגען פאר פארשטיקענע פּאוער בשעת זיינע חסידים דארפען איינער וואס זאל אויפהייבן די פאן פון אינדיווידואליזם, צוקנאקען די פאריקטע לעבנס סטאנדארטען, א לידער וואס זאל אפערן א פיקס פאר אן אבסעלוטע פעלערהאפטיגע ניינצענטע-יאר-הונדערט שידוכים סיסטעם, א דרינגענדע אויפפרישונג אויף א חינוך סיסטעם וואס איז שוין אלט געווען ביים זיך גרינדען.

אנשטאט שרייען אויף יואל ראטה, דריי דיך אויס און שריי אויף דיינע אייגענע פירערס, דערצייל זיי וועגן דיין ברודער וואס איז זיבן און צוואנציג אבער טאר חלילה נישט גיין דעיטן, דערצייל זיי וועגן דיין שוואגער וואס האט זיך אפגע׳גט פון א ווייב וואס איז נישט געווען פאסיג פון די ערשטע מינוט, זאג זיי וועגן זיינע דריי קינדער וואס ער האט למען השם געדארפט מאכן בשעת׳ן שווענדען שווערע אלפים צו ראטעווען א האפענונגסלאזע מערידזש וואס וואלט קיינמאל נישט געקענט אנהאלטען, שריי וועגן די דריי הונדערט דאלערדיגע whoopi קליידעלעך און לאנדאן קידס שיכעלעך וואס יעדער פון זיי מוז אנטון, מאך קולות איבער זיין ניין יעריגע אינגעלע וואס שרייבט ענגליש רעכטס-צו-לינקס און באקומט אן A+ אויפן ריפארט קארד בשעת זיין אידיש איז גענצליך אומלעזבאר.

דעמאלטס, ווען די שיסל זיצער וועלן דיך אמווייניגסטענס אויסהערן, זאלסטו צוריקקומען און פרובירן צו פיקסען די קליינע פיצי פראבלעמען וואס יואל ראטה מאכט אפשר.

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:53 am

· #507036
ברוך שלא שמתי חלקי לא מאלו ולא מיואלי.. אבער אצינד ערנסט גערעדט: איך האב הנאה צוזעהן ווי ענדליך שפורן שוין די סאטמערע די טעם אויף די אייגענע הויט ווי אזוי ס'פיהלט ווען מען מוטיגט (כש"כ ווען מען רעדט איבער און מען ברעינוואשד) אינגע קינדער צו בועט זיין אין די אייגענע עלטערן צוליב נארישע אידעאלגיעס און רעבע-דינעריי (מל' געצן-דינעריי). הדה"כ האומר לאביו ולאמו לא ראיתיו: זו צער של הורים שלא רואים בניהם גדילים, ואת אחיו לא הכיר: זו אחים שמריבים זו עם זו על כבוד ובצע באותו שעה שמראין פנים בחוץ כאילו הם מפיצין שלום בעולם, ואת בניו לא ידע: זו צער של בנים שהגלו משולחן אביהם על עוון אחת כי מאנו לכרוע לבעל. אחרים אמרו זו הורים שמגלין בניהן עם תסמונת דאון מביתם לאיזה מוסד או או בית אחרת ומיוחד מפני כבוד מהשפחה..

יואלי ראטה זעהט מיר אויס, לפי מיין באגרעניצטע אינטערנעט ידיעה וואס כ'האב פון זיין באוועגונג, נאכצוגיין אמת'ע רעליגיע מער ווי די אלע חסידותער און רעבע'ס למיניהם. אזעלכע מענטשן ווי מאנראו אינגערמאן באדערט עס ווייל
1. ער איז נישט גוט פאר ביזנעס; ער ציהט מענטשן און פאלאווערס צו זיך ווייל ער רעדט צום הארץ. ער איז א מנהיג פאר די פיפל. ער נעמט די איינע געווער וואס די עסטעבלישמענט נוצט שוין יארן צו קאנטראלירן אירע מענער-אנהענגער -- די פרוי און קינדער -- און גיבט זיי צוריק די אויטאנאמיע. די אייגענע מיינונג, צו זאגן וועמען זיי ווילן אויסקלויבן אלס פראטעקטארס, טאן-געבער און ווארטזאגער. 2. ווייל ער ווייזט וואספארא היפאקריטן די אנדערע און ביז איצטיגע סיסטעמס זענען.
  • ווי כאילו איר האט א פראבלעם מיט'ן חתונה מאכן קינדער קעגן זייערע אייגענע מיינונג.. העלל נאו!

    ווי כאילו איר זענט נישט געשלאגן מיט'ן פראפאגאנדירן אויף א מאסקע פון קדושה און הבדלה ווען אינ'אמתן ליגט איר אין שמוץ טיף טייער, קאפ (מל' ראשים) ערשט...העלל יעס!

    ווי כאילו איר טוט נישט קאנטראלירן און זיך מישן אין די פריוואטסטע ענינים בין איש לאשתו, בין אם לבנה, ובין אב לבתו און האבן נישט אויפגעשטעלט ספעציעלע אנשטאלטן און איינריכטונגען נאר מיט די איינע ציהל צו ריינוואשן אונזערע קינדער'ס מוחות און אינדזשענירן א סאסייעטי כפי העולה על רוחכם, און נישט פאר אונזער טובה נאר בלויז פאר אייער קעשענע און פאר די קעשענע פון די פאליטישענס וואס האלטן אייך אין פאזיציעס פון אויטאריטעט..אָף קאָרס ווי דאָ, יו thick-witted אידיאט!

yesiknow » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 10:59 am

· #507037
יאסל ראקאווער
וואס איז ערגער. יואל ראטה מאנטפעליער וואס נעמט די צייט זיך צו קאנעקטען צו די מיידעל'ס נשמה און ער רעדט איין א אכצען יעריגע מיידעל וואס זי וויל עס שאומרת רוצה אני.

אדער די חסידישע מנהל פון די מיידעל סקול וואס רעדט איין טויזענט אכצען יעריגע מיידלעך אויפאמאל, in masse, אז זיי גלייכען נישט עפעס וואר ער האט נישט ליב. צום ביישפיל אזא איינער בחור וואס ער רופט נישט א לערנונג בוי וכדומה.
נאר דאס האט מען זיי געברעינוואשט, רוב פון די בית רחל מיידלעך זענען נישט קיין מערידזש מעטיריעל - איך רעד פון אמאל, היינט קען זיין איז שוין אנדערש - זיי האבן נישט די בעסיק הבנה פון א מאן, אפילו זיי זאגן "מיי האזבענד" הונדערט מאל א טאג, די האזבענט איז א רומעיט וזהו, און זיי זענען דאס מלבש אין די רבי זי"ע אדער אין אנדערע שטותים דוק ותשכח, אבער דער בורא ווייסט דערפון, ער האט א פלאן פאר אונז אלע.

לעקיש בעער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 3:52 pm

· #507057
ס'האט זיך גארנישט געטוישט ווערט נאר ערגער פין טאג צו טאג אויב ס’נישט גענוג

קומט היינט נאכט צום אסיפת נשים אין קרית יואל פאר אלע פרויען פין ר' אהרן'ס קהילה צו פארשטערקערן די רשעות צו די מענער, ארויסברענגען ווי מיאוס’ער מ'קוקט אויס אלס מער נחת רוח פאר השי”ת.

א גאסט אויף א וייל » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 4:24 pm

· #507058
yesiknow
נאר דאס האט מען זיי געברעינוואשט, רוב פון די בית רחל מיידלעך זענען נישט קיין מערידזש מעטיריעל - איך רעד פון אמאל, היינט קען זיין איז שוין אנדערש - זיי האבן נישט די בעסיק הבנה פון א מאן, אפילו זיי זאגן "מיי האזבענד" הונדערט מאל א טאג, די האזבענט איז א רומעיט וזהו, און זיי זענען דאס מלבש אין די רבי זי"ע אדער אין אנדערע שטותים דוק ותשכח, אבער דער בורא ווייסט דערפון, ער האט א פלאן פאר אונז אלע.
You put a "nase shamte" on all girls. so not true BH. You fell in maybe, so that does not mean all girls are like that.

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 4:47 pm

· #507059
.

yesiknow » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 4:54 pm

· #507060
It's not so wet the towel.....
You have a point that it's not ALL of them, I was referring to the vibe, the culture, the agenda, there are many exceptions to this, especially if the parents are healthy, or she has healthy friends, but in general by default, if they just follow the system without any outside influence, they will have very little feminine skin left
they are married to the Torah or to Hashem not to you.
Maybe we should take a vote in the coffee room to see if there is some truth to this.

yesiknow » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 5:02 pm

· #507061
טאמבל סאס
.
וואס איז געשטאנען דא ביטע?

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:23 pm

· #507071
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
אויב איז ווען די מעשה אמת האבן די עלטערן א פשוטע מהלך
אויסניצן זייערע לעגאלע רעכטן אלס עלטערן.

yn.NY » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:36 pm

· #507076
פרנס החודש
אויב איז ווען די מעשה אמת האבן די עלטערן א פשוטע מהלך
אויסניצן זייערע לעגאלע רעכטן אלס עלטערן.
איב די מיידל איז שוין 18, האבן די עלטערן נישט קיין שום לעגאלע רעכטן מער אויף איר. סווענט זיך בלויז אין די מיידל

צוזאמגעדרייט » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:59 pm

· #507079
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
פרנס החודש
אויב איז ווען די מעשה אמת האבן די עלטערן א פשוטע מהלך
אויסניצן זייערע לעגאלע רעכטן אלס עלטערן.
נישט אזוי פשוט, איינמאל דאס מיידל איז איבערגערעדט אז זי וויל דעם חתן, טראכט מען צוויי מאל איידערן גיין צו לעגאלע רעכטן.

ווער רעדט נאך אז זי וועט זיין א מיידל וואס האט אפגעלאזט א שידוך, דאס איז פיל אַרגער אינעם סיסטעם.

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:10 pm

· #507085
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
זיי קענען קלאגן יואלי ראהט אין געריכט פארן זיך מישן אין די ענינים פון יוגענטליכע.

זיידענע העמדל » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 10:22 pm

· #507095
זעהסט דאך אז זיי טוען עס נישט אלע מאי מוז זיין אדער הייבט זיך די מעשה נישט אהן אדער איז די מעשה ווייט נישט אזוי געפערליך ווי געוויסע דא אויף קאווע שטיבל זוכען עס אראפצולייגן.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:17 am

· #507126
[ציטאט אראפגענומען]
זיכער האב איך עס געלאזט, אין בין געגאנגען ע"פ דרכו. די שאלה איז פארוואס האסטו נישט געלאזט דיין לאגיק פארדייען נאך א גלייכווערטל העכער דיינס!

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:37 pm

· #507147
נאך פרעגן און הערען, איך ווייס נישט דער מעשה ביי דער ספעציפישער כלה, אבער וואס מען טוט יא דארט איז, אז די מיידלעך וואס זענען זיינע חסידים, רעדט מען אליינס מיט זיי וועגן א שידוך מיט א בחור, און דערנאך רעדט מען צו די עלטערען אז זיי זאלען מסכים זיין. פארשטייט זיך אז ווען דער מיידל דריט א קאפ אז דאס איז וואס זי וויל, ווערט שווער פאר די עלטערען צו זאגן ניין, און זיי זענען בלית ברירה מסכים. דאס איז אין די פעלער וואס איך ווייס בפירוש.

וואס וואלט געשעהן אױב די עלטערען זענען נישט מסכים? אין ווייס נישט, עס קען זיין אז איז דא מעשיות פין אזעלכע וואס מען איז געגאנגן קעגן די עלטערען. און לאו דוקא פין יונגע מיידלעך, דער מיידל קיין שוין זיין עלטער פין אכצען.

איז ירא הקהל וישפוט. עס וועלען אפשר זיין אזעלכע וואס וועלען זאגען, בעה, ער גייט סך הכל קעגן דער נארישע סיסטעם, ווער זאגט די עלטערען דארפען האבן א דעה אויף דער שידוכים פין די קינדער?

אמת, אבער מען נוצט אויס דער מיידל. ד.ה. דער מיידל ווייסט נישט מימינה לשמאלה, און האט חתונה ווייל זי איז עקסיידעט וכו', און האט נישט קיין שום וועג פין טראכטען אויב עס איז באמת גוט פאר זי.

גראדע אין די פעלער וואס איך ווייס, זענען די עלטערען בדיעבד לכתחילה צופרידן מיט דער שידוך.

אבער וויל איינער עס זאל געשעהן ביי זיין טאכטער?
וואס וואלט ר' יואליש ראטה געזאגט ווען איינער רעדט צו זיין טאכטער זאל חתונה האבן מיט א לא יוצלח?

עס מאכט זיכער אהן היבש עגמת נפש און שלאפלאזע נעכט פאר די עלטערען.

בקיצור עס איז אפשר דא פנים לכאןַ ולכאן, עס איז נישט געפערליך שלעכט, אבער דאך א מהלך פין טרעטען אויף די הרגשות פין עלטערען.

פרנס החודש » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:29 pm

· #507180
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
טרעטן אויף די הרגשות פונעם סיסטעם. די עלטערן גייט עס אויך אן נאר וויל די סיסטעם זאגט אז עס איז זייער ״רעכט״ צו אפווארפן אדער ווייטער גיין מיט שידוכים פאר זייערע קינדער.
יעצט פון יואלי ראהט׳ס בליק וואס וואלסטו געוואלט ער זאל טון אנדערש? ער האט א געלונגענע שידוך אבער ער ווייסט אז די עלטערן וועט עס נישט שמעקן?

פרנס החודש » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 6:32 pm

· #507181
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
הגם פיל מאל גייט ער להכעיס זיך אנפייפן אויף די עלטערן , למשל ווען די עלטערן בעטן א טאג זיך איבערצוטראכטן, וועט ער זאגן ״ די ווארט איז היינט נאכט, מיט ענק אדער אן ענק.״ ווייל נאך אלעם זיכו ער דאך נאר קאנטראל און מאכט.

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:13 pm

· #507188
בקיצור, ער גייט קעגן די עלטערען, און יעצט דארף מען אים טראסטן אז דער שידוך איז גוט.
וואלסטו אמאהל געוואלט איינער זאל מאכן דער דיסיזשענס פאר דיינע קינדער? עס איז זיכער אן עוולה. זיין א מחרחר ריב און אנדרייען מחלוקת צווישן עלטערען און קינדער איז געפערליכע עבירה, אפגעזעהן צו אונזער "סיסטעם" איז גערעכט אז עלטערען מאכן די שידוכים פין זייערע קינדער לפי רצונם. ר' יואליש האט זיכער נישט דער רעכט צו מאכען שידוכים לפי רצונו.

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 8:10 pm

· #507199
די מער זיינע שלוחים 'פארענטפערן' עם די ערגער סאונד עס.

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 6:16 pm

· #507269
כ'בין נייגעריג ווער ס'גייט עהם ממשיך זיין...

פרנס החודש » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:37 pm

· #507274
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
איינע פון זיינע קינדער . Mark my words

משה'לע קליין » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:14 pm

· #507276
טאהש'ער אייניקעל
דאס אז אין סאטמאר האט מען נישט ליעב ר' יואל רוטה שליט"א איז נישט קיין נייעס
און אפילו אויב די מעשה וואס מ'האט אויבן געשריבען איז אמת וואס איז דער פראבלעים מיט דעים דע כלה איז א בת דעת און קענט אליין באשליסען מיט וועם זי האט חתונה און אז די עלטערן שטימען נישט צו האט עס נישט צוטאהן מיט ר' יואל רוטה
טאקע דערפאר וואס א 15 יעריגע מיידל קען אליין באשליסן וואס צו טון מוז מען זיכער מאכן אז אלע מח שווענקער ווערן פארשטילט און פארדרייען נישט קיין מוחות, לב טהור האט אנגעהויבן מיט 18 יעריגע חתנים וואס זענען שוין לכולי עלמא בעלי דעה.

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:27 pm

· #507303
פרנס החודש
איינע פון זיינע קינדער . Mark my words
שרייב נאכנישט אונטער, ווייל די היסטאריע צייגט אז קיין איין ברעסלעווע ראש האט נישט געהאט קיין ממשיך פון זיינע קינדער. יו נעים איט!

Nanach » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:37 am

· #507315
באהעלפער
פרנס החודש
איינע פון זיינע קינדער . Mark my words
שרייב נאכנישט אונטער, ווייל די היסטאריע צייגט אז קיין איין ברעסלעווע ראש האט נישט געהאט קיין ממשיך פון זיינע קינדער. יו נעים איט!
גראדע איז יא דא ר’ אברהם בן ר’ נחמן טולטשינער

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:46 am

· #507316
און ער האט קינדער?

Nanach » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 12:48 am

· #507317
באהעלפער
און ער האט קינדער?
איך רעד דא פון היסטאריע ר’ נחמן טולטשינער האט געפירט ברסלב אנהייב-מיטל תר יארן און זיין זון ר’ אברהם נאך אים

סאנטיאגא » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 1:02 am

· #532932
youtube.com/watch?v=OcTy75vb6-o&si=qLvl0s5f6FOogMAT

יעצט שנארט ער געלט, א מין מאדנע קולט דאס. זיי דינען דעם ראש ישיבה ווי די משיח'סטן דינען דעם ליבאוויטשער..

איך טראכט צו מיר, זיי זענען אזוי פארנומען מיטן אייבירשטן, למשל מ'רעדט דא אינמיטן פון מעדיקעשן, צו מ'געט אמאל עפעס פאר א קינד מאכט דער אינדיג אוועק אז דאס איז א פוילקייט. אויף דעם זאגט ער רעדט מען צום אייבירשטן, נא פאר געלט קומסטו צום אדם יסודו מעפר? פארוואס בעסטו נישט שטארק דעם אייבירשטן?...

דוד שריפטליך » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 2:03 am

· #532935
מיט וואס איז סאטמאר אדער עני אנדערע חסידות ווייניגער קולט?

שפילער » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 3:27 am

· #532938
סאנטיאגא
youtube.com/watch?v=OcTy75vb6-o&si=qLvl0s5f6FOogMAT

יעצט שנארט ער געלט, א מין מאדנע קולט דאס. זיי דינען דעם ראש ישיבה ווי די משיח'סטן דינען דעם ליבאוויטשער..

איך טראכט צו מיר, זיי זענען אזוי פארנומען מיטן אייבירשטן, למשל מ'רעדט דא אינמיטן פון מעדיקעשן, צו מ'געט אמאל עפעס פאר א קינד מאכט דער אינדיג אוועק אז דאס איז א פוילקייט. אויף דעם זאגט ער רעדט מען צום אייבירשטן, נא פאר געלט קומסטו צום אדם יסודו מעפר? פארוואס בעסטו נישט שטארק דעם אייבירשטן?...
Wow די וועג וויזוי זיי רעדן פון די ראש ישיבה כאפט א פחד

איך אויך » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 6:44 am

· #532939
נישט געהערט די גאנצע חרוסת כמובן, אבער דער ערשטע רעדנער איז קלאר אויף דראגס און נישט דאהי.

צפת » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 3:15 pm

· #532964
ווי אזוי האט רביה"ק געקרעכצעט?

"אויב בארעדט מען מיר אויף קאווע שטיבל, דאן שטיי איך גוט"!

שעפטאל » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 5:32 pm

· #532968
די קשיא פון בעהטן מענטשען אויב מ'רעדט צום אייבישטער איז לכאו' נישט נאר אויף ברסלב, ס'איז די אלטע שאלה פון בטחון און השתדלות.

סאנטיאגא » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 12:13 am

· #533047
ברסלבער
אבער קיינער צווינגט נישט קיינעם.
ר' יואל ראטה איז א ראש ישיבה, און אויך א שדכן, ער איז אינטערעסירט אין די טובה פון די בחורים אין זיין ישיבה און פון זיין קהלה, און ער פרובירט זיי ארויסצוהעלפן מיט שידוכים, אזוי ווי יעדער באוויינט היינט אז עס איז א שידוכים קריזיס, און מען פרובירט ארויסצוהעלפן מיט וויפיל מען קען.
ר' יואל ראטה האט נאך קיינעם נישט געצווינגען צו א שידוך, און נאך קיינמאל נישט געטון א שידוך אן די פולע צושטימונג פון די עלטערן פון ביידע זייטן. חוץ אויב די עלטערן זענען צעטיילט און דאס קינד איז ביי איינעם, האט מען גערעדט צו דעם איינעם, אזוי ווי יעדער נארמאלער שדכן וואלט געטון. אדער אויב די מדובר/מדוברת איז שוין אן עדאלט על דעת עצמו, און האט שוין גארנישט מיט די עלטערן, און ער וואלט סיי ווי זיך אליין געזוכט א שידוך.
ביודעי ומכירי קאמינא, איך דריי זיך דארט, און איך האב מיטגעהאלטן יעדע איינציגסטע שידוך דארט.
אהא אסתר זעלקאוויטש אויך נישט? זי איז נאך חתונה געהאט, זאג? און אויב ער האט נישט ממש מיט א גאן געצווינגען קען ממש נישט זיין אז ער האט געהאט א יד אין עס צושטופן פאר איינער האט עפעס געוואלט? דו מיינסט איך בין דיין נאר? קודם לייקנט עטס אין אלע קלאגעס, הייבט זיך נישט אן, ווען מ'רעדט צו זיינע אנהענגער (פון די וואס פארענטפערן זיך נאך ווי קיען) זאגן זיי מיר "די בחור? ער איז אזוי ווי אן אנדערע 25 יעריגער, די מיידל?.." טוה מיר א גענאדע, אפשר פאר נחמן העלבראנץ קענט עטס טרייען די לאגיק נישט מיט מיר. ס'איז א פאלנע פארברעך, און ער קען האקן אויף מנובלים ביז יובל, א קולט פירער און א דעמעגאג וועט ער נאך אלס זיין.

איך ווייס נישט אויב דו קענסט דיך אויס, חתונה מאכן אונטער אכצן איז א קריים אין דעם שטאט. כ'האב שוין געדעקט דעם נושא. דא קענסטו ליינען אביסל מער דערוועגן (אויב דו ווילסט). נישט אז אכצן איז יא די צייט. בכלל נישט, אבער אונטער דעם זיכער נישט. קיינער זאל נישט געבן קיין קידושין רינגלעך פאר ער מעג קויפן די לאטערי, און קיינער זאל נישט טוישן סארט אונטער אכצן, דאס פארשטייט עטס, יא?

די איינציגסטע סיבה פארוואס מ'טוט דאס איז נישט וועגן ז"ל נאר וועגן קאנטראל, געבינדן צו מיסאדזשעני. פאר דעם געווענליך אין אזוינע פעלער איז די מיידל אלס יונגער ווי די בחור, נישט אומזינסט. איך האב נישט קיין שווער הארץ קעגן אייך, איר זענט מסתם א פיינער איד, און א חשובע שרייבער, ווי איך זעה טאקע נאך פון יארן פריער, אבער וויסן זאלט איר אלע ברעס-לאוו'ע זענען די זעלבע פארנארט, רעדן פון זיך רייבן א גאנצן טאג, און וויינען צום באשעפער אז זיי ווילן תשובה טוהן. ווייז מיר נישט קיין כשר חזיר פיסל און פאלג דינא דמלכותא דינא ווי יעדעם איינעם.

מיט וואס ביזטו בעסער ווי די פארפוילטע "קאנווערשן טעראפיס" וואס מ'זעהט ביי די קריסטן, אז איינער האט "פרעמדע" תאוות שיקט מען אים פאר היפנאטיזירונג אדער זאגן תהילים... אין גור פלעגט מען געבן פאר די ישיבה בחור'לעך אנטידעפרעסענטס וואס דערשטיקט זייערע הארמאנען, און ער שיקט חתונה האבן! קראנקער זכר. לאז אפ! מ'דארף אים ארעסטירן. מ'ווערט נישט אויס געי מיטן זיך מער פארטוהן אין יאשקע, און מ'ווערט נישט אויס בעל עבירה נאך די חתונה... ווי יאגסטו דיך?

וועט איר מיר פרעגן, ס'מאכט טאקע אזא חילוק? איז די ענטפער א ריזאונדינג יא!
דו ווייסט אז טשיילד מערידזש איז לינקד צו א הויעכע ראטע פון דאמעסטיק וויילענס? ווייל ס'איז נישט דא קיין ליבשאפט מיט קיין גארנישט נאר טראמא און צומישעניש? מער ריזיקע צו ארימקייט (אויב זעמיר נאך נישט גענוג פארארימט), וואס איז די עצה אויף דעם? אויף דעם גייט מען התבודדות'ן? ס'איז קרימינעל! פונקט ווי דו פארשטייסט אז אינסעסט איז א קריים, פונקט ווי דו פארשטייסט אז לייגן א מיינער אונטערן מעסער איז א קריים, איז דעס אויך. שנית, זיי מסביר פאר א פאליסמאן פארוואס דו האלסט אז דיין בר מצוה צדיק'ל איז שוין ראוי צו פירן א סובורבן, לאמיר זעהן...

סאנטיאגא » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 12:33 am

· #533049
דוד שריפטליך
מיט וואס איז סאטמאר אדער עני אנדערע חסידות ווייניגער קולט?
פרעגסט גוט, נישט קיין סך אנדערש. ממש יעדע חסידות פעסט גרינג א צען צוועלף אייגנשאפטן פון א קולט. קוק עס אויף אז דו ווילסט שטארק. און כאפ דיך נישט ארויף אויף די איין זאך וואס דארט שטייט וואס איז נישט אויף די האר אקוראט וויאזוי חרדים פירן זיך.

אבער א מענטש וואס לערנט זיינע נאכפאלגער אפן און גראב צו פייפן אויפן געזעץ ווייל עפעס איינער ר' אליעזר שלמה שיק האט באקומען בריוון? מיין איך איז מער קולט ווי סאטמאר. אזוי האלט איך, דארפסט פרעגן א סאציאלאגיסט וואס קען זיך אויס אין די תחום.

דוד שריפטליך » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 1:08 am

· #533101
סאנטיאגא
דוד שריפטליך
מיט וואס איז סאטמאר אדער עני אנדערע חסידות ווייניגער קולט?
פרעגסט גוט, נישט קיין סך אנדערש. ממש יעדע חסידות פעסט גרינג א צען צוועלף אייגנשאפטן פון א קולט. קוק עס אויף אז דו ווילסט שטארק. און כאפ דיך נישט ארויף אויף די איין זאך וואס דארט שטייט וואס איז נישט אויף די האר אקוראט וויאזוי חרדים פירן זיך.

אבער א מענטש וואס לערנט זיינע נאכפאלגער אפן און גראב צו פייפן אויפן געזעץ ווייל עפעס איינער ר' אליעזר שלמה שיק האט באקומען בריוון? מיין איך איז מער קולט ווי סאטמאר. אזוי האלט איך, דארפסט פרעגן א סאציאלאגיסט וואס קען זיך אויס אין די תחום.
איך קום פון סאטמאר און זאך קען איך דיר זאגן איין זאך וואס דו וועסט אויפטוען איז אז מען וועט חתונה מאכן שפעטער מיט די זעלבע ערענדזשט מעריטש סיסטם פון בעשוי איך האב פראוו אין די גרויסע וועלט ווי מען הייראט שפעטער האט מען כאטש גירל/בוי פרענדס און דאס גלייכן אבער די חרידיזם וועלן דאס קיינמאל נישט צולאזן
נאך מער דאס וואס איך האב געקענט גיין דעיטן און זיך טרעפן מיט מיין כלה איז בלויז ווייל איך בין א זיווג שני ביי מען ערשטע מערידזש אפילו זייענדיג 24 און מיין געוועזענע 22 איז אלעס אנגעגאנגן מיט אלע בול שיט.....
נאך מער איך האב דאס שוין אמאל ערווענט אז לויט די יעצטיגע חרידיזם אפילו עס וועט אראפקומען נאכאמאל א השכלה וועט מען חס ושלום נישט אויפגעבן די וועג פון בעשוי מיט אלע השלכות....

yatzmachp » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 1:49 am

· #533115
און פון דעיטן קומט מען אן צו בעסערע שידוכים...

דוד שריפטליך » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 1:53 am

· #533116
yatzmachp
און פון דעיטן קומט מען אן צו בעסערע שידוכים...
זיכער.. נישט בלויז דעיטן נאר די עצם איידיע אז די מיידל און בחור געפעלן זיך און ליבן זיך.. און נישט ווייל מען האט געפרעגט אינפארמאציע פון יענטעס וואס גייען עסן יעדע צווייטע שבת ביי די שוויגער....
בלאט: 1 2 3