☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage

פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14314
בלאט: 1 2

מצפצף » דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:22 pm

· #478194
מיט א הונדערט דאללערדיגע קנס איז דער געזעץ נישט ווערט די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן געווארן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:25 pm

· #478195
פרומע אידן דארפן נישט צוקומען צו א קנס, מיר האבן א הייליגע תורה וואס זאגט אז דינא דמלכותא דינא, וועלכע איד וואס האט מורא פאר׳ן הייליגן באשעפער וועט זיך נאך וואגן חתונה צו מאכן זייער׳ס א קינד אונטער די אכצן יאר?!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:17 pm

· #478199
און פארוואס מ׳ווערט מחויב במצוות פונקט ביי די 12/13 יאר און נישט 12.9 פארשטייסטו יא? איין טאג פריער קען דאס קינד עסן און יום כיפור ווי גארנישט און די נעקסטע טאג לייגט ער נישט קיין תפילין איז ער א פושע ישראל בגופו? איין באשעפער ווייסט פארוואס כ׳נעם מיך אפילו די מיה זיך נאריש צו מאכן מיט דיר.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:43 pm

· #478203
פונקט יעצט געזען, אן אלמנה פון א ציווילע קריג וועטעראן, איז געשטארבן אין 2020, און האט ביז'ן לעצטן טאג באקומען זיין קריג'ס פענסיע.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 23, 2021 12:06 am

· #478213
דא שטעקט דיין טעות, רעגירונג׳ס געזעצן זענען פונקט אזוי נישט געמאכט צו פארשטיין.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 23, 2021 6:22 pm

· #478246
אויסער ביי היימישע אידן, זענען דא נאך אנדערע וואס מאכן חתונה די קינדער אונטער 18?

סאנטיאגא » פרייטאג יולי 23, 2021 7:15 pm

· #478247
[ציטאט אראפגענומען]

דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..

טאקע דאס שרייט רייזי! אדרבה, ווען הייסט מען א ליגל אדאולט? ווען מעג מען טרינקען? רייכערן? דרייוון? קויפן א לאטערי? אכצן? איין און צוואנציג? עפעס א נומבער דארף מען דאך אראפשטעלן. איז וויאזוי קומט מען אן פון אכצן צו פערצן? אדער צוועלף? יא איר האט גוט געליינט.

צו ווייסט איר אז 12 שטאטן האבן נישט קיין שום מינימום עידזש אף קאנסענט?? א שטייגער ווי מעסעטושסעטס, מעין, איידעהא, וועסט ווירזשיניע, און כ'קען נישט גלייבן קאליפארניע?

נאך א תירוץ: קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס

סאנטיאגא » פרייטאג יולי 23, 2021 7:24 pm

· #478248
שמעקעדיג
אויסער ביי היימישע אידן, זענען דא נאך אנדערע וואס מאכן חתונה די קינדער אונטער 18?

זיכער אזוי, האסט נישט געוואטש די דאקומענטרי וואס כ'האב געלינקט אין די הקדמה דא? פילע פרומע קריסטן, בפרט די מארמענס מאכן חתונה יונג, ס'איז א פארפוילטע רעליגיעזע מנהג. אראבערס מאכן אפילו חתונה ביי די 13-14. מדינות ווי אין אפריקע, אינדיע, אזיע, סאודי אראביע, תימן, סאמאליע, אלבעניע, מאלי, זימבאבוועי, טערקיי, ליידער איז עס מער איינגעריסן ווי מ'שטעלט זיך פאר. ס'איז דא פלעצער ווי ס'איז נאך פיל ערגער ווי ביי אונז, מ'קען זעהן א מיידל וואס מ'גלייכט. מארגן קלאפט מען אן ביי פלוני אינדערהיים פרעגן רשות צו דער טאטע איז מסכים און אז ער זאגט יא איז עס א גאו עהעד, און 2 מינוט שפעטער איז דא א שידוך...
און פארשטייט זיך 97% פון די צייט האנדלט זיך פון א 38 יעריגע חתן מיט א בת מצוה מיידל. ס'רופט זיך hand in marriage

כ'האב געליינט א שרעקעדיגע ציפער: איבער 650 מיליאן פרויען אלוועלטליך זענען חתונה געמאכט געווארן אונטער 18.

סאנטיאגא » פרייטאג יולי 23, 2021 7:50 pm

· #478250
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Child_marriage?wprov=sfla1">https://en.wikipedia.org/wiki/Child_mar ... prov=sfla1</a>

הקטן » מוצ"ש יולי 24, 2021 10:27 pm

· #478252
סאנטיאגא

קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
וואס ריפסטו "נישט גוט" נישט בלייבן ציזאמען פאר אייביג?

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יולי 24, 2021 10:59 pm

· #478253
סאנטיאגא
[ציטאט אראפגענומען]

דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..

די דשאוק איז נאך אז דווקא די לומדים וואס וועלן דיר קענען מסביר זיין אז איינמאל חז״ל האבן עס ״אוועקגעשטעלט״ ווערט עס ״א דין אזא״ פונקט זיי זענען די וואס ווען ס׳קומט צו ענינים אינדרויסן פון די ד׳ אמות של הלכה ווערן זיי א תם ומתממם עם תמימים און מוטשען זיך באמת(!) צו פארשטיין. אמאל פלעג איך ממש שטוינען פון דעם ערשיינונג, היינט פארשטיי איך אבער אז אינטעלעקט איז נישט מער ווי א tool וואס ווערט באנוצט דורך די געפילן און אז מ׳פארשטייט פארוואס דער מענטש פילט אזוי זענען די אלע ארגומנטן ממש נישט אין פלאץ. די תורות פון מח שליט על הלב וכו׳ איז א דשאוק וואס איז נישט געהערט געווארן זייט דעם וועלט באשאף, ס׳איז זעלבסט א פראדוקציע פונעם לב השליט על המח, און איז אויך די גרעסטע ראיה דערויף.

בן נון » מוצ"ש יולי 24, 2021 11:12 pm

· #478255
אריינמישן די גאווערמענט וועט גארנישט טוישן ווייל ווילאנג די רעגירונג וועט נישט אנהייבן צו פראסיקיוטן די עכטע קרימינאלן ווי דראג דילערס און יוהמען טרעפיקערס וועט קיין געזעץ נישט אויסמאכן עס וועט פשט זיין נאך א שטעקן צו שלאגן די קליינע מענטשן זאג אלע רעיל ביג גענגסטערס וועלן זיך דרייען און די גאסן אבער די פראסיקיוטר וועט זיין ביזי זיך שלאגן אין געריכט מיט אגודת ישראל וועגן א 17 יאר אלט מערידש
מיר דארפן ריעל טשעינדש נישט נאך א געזעץ

moneyminded » זונטאג יולי 25, 2021 6:21 pm

· #478300
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
סתם ליצי ליצנות

סאיז בערך אזא עוולה ווי צו פארקען ביי א באס סטאפ לול

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

סאנטיאגא » זונטאג יולי 25, 2021 10:00 pm

· #478318
הקטן
סאנטיאגא

קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
וואס ריפסטו "נישט גוט" נישט בלייבן ציזאמען פאר אייביג?

גיטין, דאמעסטיק אביוז, און הויעכע טשאנסן פון פאווערטי. כ'וועל שפעטער לינקן סארסעס

סאנטיאגא » זונטאג יולי 25, 2021 10:07 pm

· #478319
רביה''ק זי''ע
סאנטיאגא
[ציטאט אראפגענומען]

דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..

די דשאוק איז נאך אז דווקא די לומדים וואס וועלן דיר קענען מסביר זיין אז איינמאל חז״ל האבן עס ״אוועקגעשטעלט״ ווערט עס ״א דין אזא״ פונקט זיי זענען די וואס ווען ס׳קומט צו ענינים אינדרויסן פון די ד׳ אמות של הלכה ווערן זיי א תם ומתממם עם תמימים און מוטשען זיך באמת(!) צו פארשטיין. אמאל פלעג איך ממש שטוינען פון דעם ערשיינונג, היינט פארשטיי איך אבער אז אינטעלעקט איז נישט מער ווי א tool וואס ווערט באנוצט דורך די געפילן און אז מ׳פארשטייט פארוואס דער מענטש פילט אזוי זענען די אלע ארגומנטן ממש נישט אין פלאץ. די תורות פון מח שליט על הלב וכו׳ איז א דשאוק וואס איז נישט געהערט געווארן זייט דעם וועלט באשאף, ס׳איז זעלבסט א פראדוקציע פונעם לב השליט על המח, און איז אויך די גרעסטע ראיה דערויף.

דאס אז דו פארשטייסט היינט בעסער ווי אמאל איז שוין נישט קיין גוטער סימן, מ'דארף דאך ווערן דומער און דומער...

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 25, 2021 11:16 pm

· #478323
וואס עפעס? ס׳דאך א בפירוש׳ע ברייתא נישט אזוי: תניא רבי ישמעאל ברבי יוסי אומר, תלמידי חכמים כל זמן שמזקינין חכמה נתוספת בהם.

yatzmachp » מאנטאג יולי 26, 2021 1:07 am

· #478325
די דזשאוק איז מען קען לעגאל פארן צו אן אנדערע סטעיט און מאכן מערידזש לייסענס און נאכדעם צוריק קומען קיין ניו־יארק און זיי וועלן עס מוזן אננעמען.

תרמב » מאנטאג יולי 26, 2021 11:29 pm

· #478374
yatzmachp
די דזשאוק איז מען קען לעגאל פארן צו אן אנדערע סטעיט און מאכן מערידזש לייסענס און נאכדעם צוריק קומען קיין ניו־יארק און זיי וועלן עס מוזן אננעמען.

די קאר סערוויסס וועט שוין קאסטן מער ווי די טיקעט

בן נון » דינסטאג יולי 27, 2021 3:12 pm

· #478413
תרמב
yatzmachp
די דזשאוק איז מען קען לעגאל פארן צו אן אנדערע סטעיט און מאכן מערידזש לייסענס און נאכדעם צוריק קומען קיין ניו־יארק און זיי וועלן עס מוזן אננעמען.

די קאר סערוויסס וועט שוין קאסטן מער ווי די טיקעט


וואטש נישט צו ספידן ווייל אויב וועסטו באקומען א ספידינג טיקעט איז יוצא שכרו בהפסדו
בלאט: 1 2