☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה

פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה

115 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15484
בלאט: 1 2 3

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:03 am

· #506867
פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
א שוידערלעכע מעשה קומט פאר אין קרית יואל ווי הרב יואל ראטה האט א כלה געמאכט א אומשילדיג תמימותדיג מיידעל אן די רשות פון די עלטערן מיין עפיניען איז אז מברויך דעם איד אפשטעלן ווי פריער פאר ער וועט פארוואנדלען זיין חסידות ווי א צווייטע לב טהור

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:35 am

· #506868
מען שרייבט וואו*

פרנס החודש » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:51 am

· #506869
בארוהיג זיך אביסל, ווען ער קען ווען אהערשטעלן א קולט וואלט ער עס שוין לאנג געטון, נאר עס גייט עם נעבעך נישט ווייל זיין עולם וויל דאך אביסל פריוואטקייט, און אויך ווילן זיי ארבייטן ווי נארמאלע מענטשן ב"ה.

און יעצט קום אריין קלאר מיט די גאנצע מעשה, ווי אלט איז די מיידל וכו' וכו'ַ

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:07 am

· #506870
די מיידל איז א 15 יעריגע פרומע מיידל פון א פשוטע ערליכע נארמאלע משפחה מיט נארמאלע עלטערן. זי לערנט אין די ארוינישע סקול. איך האב געהערט אז האדמו"ר ר' אהרן גייט זיך אויפרייסן אויף ר' יואלי ראטה כ"ו אב, וואס אויב יא וועט עס גארנישט אויפטוען ווייל עס וועט ווערן א סאטמארער פאליטיק. דעס איז זיכער אז יואלי ראטה מוז מען אפשטעלן.

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:09 am

· #506871
די משפחה איז נישט ברסלב. די מיידעל האט אויסגעהערט זיין האט ליין אין זי איז געווארן נאנט מיט אים, און ער האט איר א כלה געמאכט אן די עלטערן.

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:12 am

· #506881
געב א קוק ווי זיין רבי פון יבניאל איז אנגעקומען, ס'נישטא קיין ממשיך דארט און ס'איז כולו רחמנות

בת קול » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:15 am

· #506883
[ציטאט אראפגענומען]
און פונקטלעך ווי אזוי בארעכטיגט דאס זיין שריט?

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:17 am

· #506884
די איינציגסטע פראבלעם איז אז ס'נישט איינגעפירט, ממילא איז די מיידל אנדערש. אבער אויב ס'ווערט מער און מער, איז אויס פראבלעם

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:58 am

· #506885
טאקע א שוידעליכע מעשה, נאר איין פראבלעם אז ס'איז פשוט נישט אמת, די מעשה איז געווען 'אביסל' אנדערש.
אבער יעצט גיי פארענטפער דיך... יעצט ביסטו שוין דער נאר... דער רשע... און מ'דארף אים עמערזשענסי אפשטעלן...

קודם ס'איז נישט קיין פרישע מעשה, די שידוך איז שוין געווען אפאר חדשים צוריק. די כלה איז טאקע אן אומשולדיגע תמימות'דיגע מיידל, נישט ממש 15 יאר אלט, נאר עטליכע יאר עלטער, און זי האט געהערט די דרשות פון ר' יואל ראטה אויף זיין האטליין און עס איז איר זייער געפאלן די וועג ווי אזוי ער רעדט, זי האט געהאט אסאך חיזוק פון זיינע דרשות, און זי האט געטראכט אז זי וואלט געוואלט האבן א בחור פון זיין ישיבה וואס הערט אויך די זעלבע זאכן און גייט אויך אויף דעם וועג, האט זי דאס געזאגט פאר אירע עלטערן, האבן זיי זיך פארבינדען מיט א שדכנטע פון קרית יואל און יענע האט זיך נאכגעפרעגט און געוואויר געווארן פון א וואוילער אומשולדיגער תמימות'דיגער בחור אויך פון קרית יואל וואס איז צוגעפאסט פאר די מיידל, און ער לערנט אין די ישיבה, און באלאנגט אויך צו די זעלבע קהלה אין קרית יואל, און זי האט אנגעטראגן דעם שידוך.
די עלטערן פון ביידע צדדים האבן זיך גוט נאכגעפרעגט אויף די אנדערע זייט, אויפ'ן בחור און אויפ'ן מיידל, און ווען די זאך איז זיי געפאלן האבן זיי געמאכט א בעשוי, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט ביי אונז אידן, דער בחור און מיידל זענען ביידע געווען צופרידן, און מ'האט געמאכט לחיים.
דערנאך איז פארגעקומען די תנאים אין הויז פון האדמו"ר מסאטמאר קר"י שליט"א, אזוי ווי עס איז איינגעפירט דארט ביי זיי אין די קהלה, וואו דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מחותנים און חתן כלה און די גאנצע משפחה.
ביז אהער איז א מילתא דעבידא לגלוי', און איז געווען באריכטעט אין די טעגליכע שמחה צעטלעך.

דערנאך איז געווען א געוויסער מנהל אין בית רחל קרית יואל וואס עס טוט אים זייער וויי פארוואס מיידלעך הערן אויס די האטליין פון הרב ראטה, ווי עס שיינט שטערט אים אז עס זעט אויס ווי די מיידלעך נישט גענוג צופרידן מיט די סדר הלימודים וואס ער שטעלט צו פאר די מיידלעך, און זיי זוכן צו הערן אויך זיין האטליין, וואו ער רעדט פשוטע דיבורי אמונה, אז דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיינעם, יעדער איד קען רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך. און אזוי ווייטער די אלע זאכן וואס ער האט צו פארקויפן, וואס יעדער קען הערן אליין אויף זיין האטליין, (נישט וואס דו האסט געהערט אמאל א האלבע מינוט ארויסגעשניטן פון א שיעור, וואס איינער האט געטראפן א גוטע זאך וואס חוזק צו מאכן, וואס דאס קען יעדער רשע טון און מען טוט כסדר צו סיי וועמען, אפצוחוזקן פון מענטשן) האט ער אנגעהויבן פארפירן אויף דעם שידוך, בערך מיט דעם נוסח וואס דער פותח האשכול האט געשריבן.

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:11 am

· #506887
דאס אז אין סאטמאר האט מען נישט ליעב ר' יואל רוטה שליט"א איז נישט קיין נייעס
און אפילו אויב די מעשה וואס מ'האט אויבן געשריבען איז אמת וואס איז דער פראבלעים מיט דעים דע כלה איז א בת דעת און קענט אליין באשליסען מיט וועם זי האט חתונה און אז די עלטערן שטימען נישט צו האט עס נישט צוטאהן מיט ר' יואל רוטה

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:50 am

· #506889
מאנרא יונגערמאן
די משפחה איז נישט ברסלב. די מיידעל האט אויסגעהערט זיין האט ליין אין זי איז געווארן נאנט מיט אים, און ער האט איר א כלה געמאכט אן די עלטערן.
זאלל איהר טאטע זאגן אז אויב ר' יואלי ראטה האט זי געמאכט פאר א כלה זאלל ער צאללן אלע הוצאות פון די חתונה. אנגעהויבן פון שפיצל ביז דעם חתן'ס שטריימל. מיט די סעודת החתונה איז נישט קיין פראבלעם. ער (ר' יואלי ראטה שליט"א) וועט געבן א ביסל (פארטרוקנטע) לקח, וואס איז איבערגעליבן פון די לעצטע 2 קדישים. און א ביסל אלטע, מאנרא שליוואוויטץ. און א ביסל הערינג וואס איבערגעבליבן פן די צאנזער אדער סיגעטער יארצייט. און פארטיג...!

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:59 am

· #506890
טאהש'ער אייניקעל
דאס אז אין סאטמאר האט מען נישט ליעב ר' יואל רוטה שליט"א איז נישט קיין נייעס
און אפילו אויב די מעשה וואס מ'האט אויבן געשריבען איז אמת וואס איז דער פראבלעים מיט דעים דע כלה איז א בת דעת און קענט אליין באשליסען מיט וועם זי האט חתונה און אז די עלטערן שטימען נישט צו האט עס נישט צוטאהן מיט ר' יואל רוטה
טאהשער אייניקל: דו האסט א 5 יעריגע טאכטער. איך האב א גוטן שידוך פאר דיר. (שטייצעך מיט דיין הסכמה). א קליין רעביש יונגעלע וועלכער גייט נאך אין נוירסערי. ער נעמט שוין נישט קיין צומי (מוצץ) נאר ביינאכט ווען ער גייט שלאפן. ער ניצט נאר (דערווייל) פולל-אפס ביינאכט. ער קען שוין זינגען מודה אני. און מה נשתנה. אויך א אידישע אלף-בית טשוטשו טרעין. ער עסט שוין זיין זיידע'ס לאקשן קוגל פאר שיריים. דעם רעבישן ייחוס דארף מען אפילו נישט אויסרעכענען. זיין עלטער-עלטער זיידע זכותו יגון עלינו איז געווען דער ערשטער סאראקראדער רבי זצוק"ל. זיין מאמע איז געגאנגען אין וויזשניצער פלעי-גרופ אלס קליין מיידל. ס'דא נאך מעלות שאי אפשר לפורטם. ביסט גרייט פאר דעם שידוך? לאמיר וויסן. יישר כח למפריע...(ניין. מיט א חירו"ק)

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:16 pm

· #506893
berlbalaguleh

איך ווייס נישט וועגן אזא מעשה וואס וואלט איך געטאהן
אבער דא רעט מען פון אן אנדערע מעשה דא די חתן כלה אליין זענען בני דעת זיי קענען באשליסען פאר זיך וואס צוטאהן און ס'האט גארנישט צוטאהן מיט דער וואס האט זיי געשטיפט צו דע חתונה
(נ.ב. ווער האט געזאגט אז איך אינטערסיר מיך אין א רבי'שע שידוך ?)

חב''ד הויזן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:17 pm

· #506894
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.

פארוואס ער האט נישט מורא צו טון אזעלכע זאכן? ער איז א פיפיגע יונג, ער ווייסט פונטקליך צו וועם צו גיין, די איד פון וועם איך רעדט איז א ספרד'ישע תמימות'דיגע באס דרייווער וואס האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, זיינע קינדער לערנען אלע אין אנדערע מוסדות'ער, ער האט אבער נאך אלס ליב זיינע קינדער אהבת נפש אזויווי יעדע טאטע, ראטה האט אבער געוויסט אז ער איז א חררה שאין לה הופכין, קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט אים האט ער פראסט און פשוט פארבינדן איינע פון זיינע לא-יצלח בחורים מיט דעם איד'ס טאכטער און מזל טוב מ'ברעכט טעלער.

איך קען ענק צוזאגן אז דעי קרית יואל'ע מיידל איז אויף קיין שום פאל נישט פארבינדן מיט מאיר הירש'ס פאמיליע וכת דיליה.. יואל ראטה שמעקט פונטקליך פון וועלכע משפחה ער קען ארויסכאפן א קינד, פארשטייט זיך ער וועט שוין זען אז די מיידל אליין זאל וועל''ן (lol) און פאר א נויט וועט ער געבן א פאלשע צוזאג פארן טאטן אז ער וועט אויסצאלן די חתונה און דאס איז עס.

לאמיר האפן אז מ'וועט עס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל.

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:29 pm

· #506895
חב''ד הויזן
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.
איך קען נישט כאפן וועמען דו מיינסט, אבער ביודעי ומכירי קאמינא אז ער האט קיינעם נישט צוגעזאגט צוצושטעלן הוצאות החתונה צו מאכן א שידוך.
ער האט זיין בית המדרש וואו יעדער קען חתונה מאכן פאר בחנם די חתונה נאכט.

חב''ד הויזן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:32 pm

· #506896
ברסלבער
חב''ד הויזן
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.
איך קען נישט כאפן וועמען דו מיינסט, אבער ביודעי ומכירי קאמינא אז ער האט קיינעם נישט צוגעזאגט צוצושטעלן הוצאות החתונה צו מאכן א שידוך.
ער האט זיין בית המדרש וואו יעדער קען חתונה מאכן פאר בחנם די חתונה נאכט.
איך גיי דיך שיקן די אינפארמאציע אין אישי, פרעג דיך נאך.

לאמיך וויסן ווי אזוי ס'געווען.

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:52 pm

· #506898
יעדער קען טרייען צו דרייען די מעשה וויאזוי מוויל אבער איין זאך איז קלאר אז טון א שידוך באלאנגט פאר די עלטערן אדער פאר די קינד אליין, א כלה מאכן א צווייטנס קינד וואס די האסט נישט געבוירן אין נישט אויפגעצויגן אפילו מיט די קינדס ווילן איז די גרעסטע רשועת וואס קען זיין אין פשוט גניבה
ווער עס פארענטפערט ר' יואל ראטה וואונטש איך אז ביי דיינע קינדער זאל קומען עפעס א עקסטרעמיסט ווי צימערמאן אדער יאנקעלע כהן אין א כלה מאכן דיין טאכטער מיט עפעס א פרימע יאנטשי בחור אין פארשטייט זיך מיט דיין קינד ווילן

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:00 pm

· #506899

דו ביסט דער וואס פארדרייט מעשיות. זייט ווען טאר נישט א שדכן אנטראגן א שידוך פאר עלטערן, און ווי ס'איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל קען אמאל דער שדכן גיין אביסל מער אויף די נערווען און מוטשען עלטערן פאר א שידוך, אבער קיינער צווינגט נישט קיינעם.
ר' יואל ראטה איז א ראש ישיבה, און אויך א שדכן, ער איז אינטערעסירט אין די טובה פון די בחורים אין זיין ישיבה און פון זיין קהלה, און ער פרובירט זיי ארויסצוהעלפן מיט שידוכים, אזוי ווי יעדער באוויינט היינט אז עס איז א שידוכים קריזיס, און מען פרובירט ארויסצוהעלפן מיט וויפיל מען קען.
ר' יואל ראטה האט נאך קיינעם נישט געצווינגען צו א שידוך, און נאך קיינמאל נישט געטון א שידוך אן די פולע צושטימונג פון די עלטערן פון ביידע זייטן. חוץ אויב די עלטערן זענען צעטיילט און דאס קינד איז ביי איינעם, האט מען גערעדט צו דעם איינעם, אזוי ווי יעדער נארמאלער שדכן וואלט געטון. אדער אויב די מדובר/מדוברת איז שוין אן עדאלט על דעת עצמו, און האט שוין גארנישט מיט די עלטערן, און ער וואלט סיי ווי זיך אליין געזוכט א שידוך.
ביודעי ומכירי קאמינא, איך דריי זיך דארט, און איך האב מיטגעהאלטן יעדע איינציגסטע שידוך דארט.

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:14 pm

· #506901
טאקע ווייל דו דרייסט דיך דארט ביסטו א ווילדע שקרן, איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, אבער די פרשה פון מאנרא האט ר' יואל ראטה איבערגערעדט א מיידל צו חתונה האבן מיט א בחור אן די עלטערנס וויסן און צושטימונג, אוודאי צום סוף זענען די עלטערן מיטגעגאנגען, א ברירה האבן זיי געהאט? אבער זיי זענען נאך אלץ נישט צו זיך געקומען, זיי זענען צושאסן פון די פרשה! ביטע לייקן נישט א ביטערע מציאות.

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:18 pm

· #506902
,

וואלווי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:37 pm

· #506903
ברסלבער
ר' יואל ראטה האט נאך קיינעם נישט געצווינגען צו א שידוך, און נאך קיינמאל נישט געטון א שידוך אן די פולע צושטימונג פון די עלטערן פון ביידע זייטן. חוץ אויב די עלטערן זענען צעטיילט און דאס קינד איז ביי איינעם, האט מען גערעדט צו דעם איינעם, אזוי ווי יעדער נארמאלער שדכן וואלט געטון.
You're kidding?

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:38 pm

· #506904
חב''ד הויזן
ביודעי ומכירי קאמינא, איך קען פערזענליך א איד וואס יואל ראטה האט געמאכט זיין טאכטער א כלה אן זיין רשות, נאך פאר די אכצן יאר, און כדי אים צו האלטן שטיל ביז נאכ'ן שידוך האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט צושטעלן אלע הוצאות החתונה וואס איז פארשטייט זיך געווען א גראבע שקר.

פארוואס ער האט נישט מורא צו טון אזעלכע זאכן? ער איז א פיפיגע יונג, ער ווייסט פונטקליך צו וועם צו גיין, די איד פון וועם איך רעדט איז א ספרד'ישע תמימות'דיגע באס דרייווער וואס האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, זיינע קינדער לערנען אלע אין אנדערע מוסדות'ער, ער האט אבער נאך אלס ליב זיינע קינדער אהבת נפש אזויווי יעדע טאטע, ראטה האט אבער געוויסט אז ער איז א חררה שאין לה הופכין, קיינער וועט זיך נישט קימערן מיט אים האט ער פראסט און פשוט פארבינדן איינע פון זיינע לא-יצלח בחורים מיט דעם איד'ס טאכטער און מזל טוב מ'ברעכט טעלער.

איך קען ענק צוזאגן אז דעי קרית יואל'ע מיידל איז אויף קיין שום פאל נישט פארבינדן מיט מאיר הירש'ס פאמיליע וכת דיליה.. יואל ראטה שמעקט פונטקליך פון וועלכע משפחה ער קען ארויסכאפן א קינד, פארשטייט זיך ער וועט שוין זען אז די מיידל אליין זאל וועל''ן (lol) און פאר א נויט וועט ער געבן א פאלשע צוזאג פארן טאטן אז ער וועט אויסצאלן די חתונה און דאס איז עס.

לאמיר האפן אז מ'וועט עס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל.
חב"ד הויזן: איך בעט דיר א טובה. שיק ר' יואל ראטה צו מיר. אפשר וועט מיר געפעללן ןדער שידוך וואס ער טראגט מיר אן. די תנאים/קאנדישאנס געפעללן מיר זיכער. אויב ער צאלט אויס אלע הוצאות החתונה. לאמיר זיך פארשטעללן ווער איך בין. א תמימות'דיגע אונגארישע אשכנזי'שע באס דרייווער וועלכע (איך קען אפילו נישט שרייבן אידיש לויט דיקדוק. איך מיש אויס לשון זכר און לשון נקיבה.) האט נישט קיין קיין פרוטה אחת לפוטרה. איך בין גרייט צו קויפן א שטריימל ביי מיללער שטריימלעך. קען זיין פן די שטיקלעך זנבים צוזאמגעשטיקלט. אפילו ון די סקווירלס וועלכע לויפן _(נאך) ארום אין די וועלדער פון מאנסי און בארא פארק.

אבער ארבעט שנעלל. פאר די שטעלסט איהם אפ...!

(you troll. you don't deserve to be capitalized.)

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:52 pm

· #506907
מאנרא יונגערמאן
טאקע וויל די דרייסט דיך דארט ביסטו א ווילדע שקרן איך ווייס נישט פון וואס די רעדס אבער די פרשה פון מאנרא האט ר יואל ראטה איבער גערעד א מיידל צו חתונה האבן מיט א בחור אן די עלטערנס וויסן אין צושטימונג אוואדעי צום סוף זענען די עלטערן מיט געגאנגען א ברירה האבן זיי געהאט אבער זיי זענען נאך אלטס נישט צי זיך געקומען זיי זענען צושאסען פון די פרשה ביטע לייקען נישט א ביטערע מצועות
שקרן במילתא דעבידא לגלוי'. יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן קענסטו מברר זיין אז ס'איז אמת, אפילו אויב אין מקוה האסטו קלאר געהערט אנדערש.
נישט אינטערעסאנט צו טענה'ען אנאה און איעס. ער האט קיינמאל נישט צוגערעדט די מיידל, ער האט בכלל נישט גערעדט מיט די מיידל. סך הכל האט זי געהערט זיינע דרשות און געוואלט האבן אזא סארט שידוך, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן. ובזה סיימתי בעז"ה.

יאסל ראקאווער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:01 pm

· #506909
וואס איז ערגער. יואל ראטה מאנטפעליער וואס נעמט די צייט זיך צו קאנעקטען צו די מיידעל'ס נשמה און ער רעדט איין א אכצען יעריגע מיידעל וואס זי וויל עס שאומרת רוצה אני.

אדער די חסידישע מנהל פון די מיידעל סקול וואס רעדט איין טויזענט אכצען יעריגע מיידלעך אויפאמאל, in masse, אז זיי גלייכען נישט עפעס וואר ער האט נישט ליב. צום ביישפיל אזא איינער בחור וואס ער רופט נישט א לערנונג בוי וכדומה.

צוזאמגעדרייט » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:20 pm

· #506913
Re: פרישע יונגע כלה פרשה מיט הרב יואל ראטה
לדעתי, אויב איז דא א פראבלעם איז דאס סיי מיט די אלגעמיינע חסידישע וועג און סיי מיט ר'יואל ראטה, ביידע מח וואשן זייערע אנהענגער און געבן נישט קיין פלאץ אליינס צו טראכטן.

בנוגע קולט, ביידע הייסן א קולט, סיי ר'יואל און סיי רוב חסידות'ן, א קולט מיינט (לויט גוגל) א גרופע מענטשן וואס הענגען זיך אָן אין א פערזאן אלץ רעליגיעזע אדער ספיריטואלע פירער. כ'מיין אז רוב חסידות'ן גייען אריין אינעם כלל, (איך רעד נישט יעצט אויב ס'איז א פראבלעם)

נאכגעברענגט פון גוגל

a system of religious veneration and devotion directed toward a particular figure or object.
"the cult of St. Olaf"

a relatively small group of people having religious beliefs or practices regarded by others as strange or sinister.
"a network of Satan-worshiping cults"

די פאלגנדע באצייכנט גוגל אלץ ענדליך

sect
religious group
denomination
religious order
church
faith
faith community
belief
persuasion
affiliation
movement
group
body
faction
clique

לכאורה ניצט מען די ווארט 'קולט' ווען ס'איז גאר עקסטרעם.

לדעתי זענען כמעט כמעט אלע רבנים עקסטרעם ווען עס קומט צו מאכן יענעמס באשלוסן.

שושן פורים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:22 pm

· #506914
איך בין נישט קיין ברסלב'ער אבער איך האב ליב אויסצוהערן ר' יואלי'ן פון צייט צו צייט.

איינע פון די זאכן וואס ער פרעדיגט שטארק ביי זיינע דרשות איז דער ענין פון שלום בית און אז אינגעלייט זאלן זיך אויפהערן צו זוכן גליקן אין די פרעמד ווצב"ש טשילן מיט פרענדס, קאמפאני בארביקיוס, וכו' אלעס אבי נישט צו זיין אינדערהיים.

עס איז נישט קיין סוד אז אין די היימישע קאמיוניטי זוכן מענטשן ווי ווייניגער צו זיין פלעין אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, דער טשילער לויפט צו בארביקיוס און קומזיצן און דער פרומער לויפט צו משפיעים און התוועדות'ער. הצד השווה אז די ווייב בלייבט מיטן געזינדל אויפן קאפ און ווען דער מאן וואשט שוין יא אמאל די דישעס איז זי איהם שוין שולדיג גאנצע טובות.

איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך נישט מאכן גענוג היימישע מיידלעך וואס זעען די פארדארבענע התנהגות ביי זייערע עלטערן, פעטערס, און געשוויסטער און זאלן טראכטן צו זיך וואס פעלט דאס מיר אויס? צו זיין א עבד כנעני פאר די רעסט אוו מיי לייף?

דא הערן זיי דרשות פון א מנהיג פון א קהילה וואס פרעדיגט פונקט דאס פארקערטע, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן אזא שידוך? עס פאסט נישט? אקעי, אבער וואס איז די אנדערע זייט? פארברענגען די איבעריגע לעבן ווי א שקלאף?

יעצט איינמאל די מיידל וויל עס, זענען די עלטערן סתם וואגאבונדן אויב זענען זיי נישט מסכים, קאווע שטיבל איז א אפענע פלאץ, איך גלייב אז רוב חברה דא וואלטן ארויס מיט אש און פארעך קעגן עלטערן וואס טוען א שפיצל שידוך מיט א קינד וואס דארף דאס נישט ווייל אזוי פאסט זיי, איז וואס איז דא אנדערש?

חב''ד הויזן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:30 pm

· #506917
ברסלבער
מאנרא יונגערמאן
טאקע וויל די דרייסט דיך דארט ביסטו א ווילדע שקרן איך ווייס נישט פון וואס די רעדס אבער די פרשה פון מאנרא האט ר יואל ראטה איבער גערעד א מיידל צו חתונה האבן מיט א בחור אן די עלטערנס וויסן אין צושטימונג אוואדעי צום סוף זענען די עלטערן מיט געגאנגען א ברירה האבן זיי געהאט אבער זיי זענען נאך אלטס נישט צי זיך געקומען זיי זענען צושאסען פון די פרשה ביטע לייקען נישט א ביטערע מצועות
שקרן במילתא דעבידא לגלוי'. יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן קענסטו מברר זיין אז ס'איז אמת, אפילו אויב אין מקוה האסטו קלאר געהערט אנדערש.
נישט אינטערעסאנט צו טענה'ען אנאה און איעס. ער האט קיינמאל נישט צוגערעדט די מיידל, ער האט בכלל נישט גערעדט מיט די מיידל. סך הכל האט זי געהערט זיינע דרשות און געוואלט האבן אזא סארט שידוך, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן. ובזה סיימתי בעז"ה.
איך ווייס נישט ווער די שקרן איז, אבער דו אליין האסט מיר מודה געווען אין אישי אויף די מעשה וואס כ'האב געברענגט אויבן, האסטו מיר מודה געווען אז יואל ראטה האט א צאמגעשטעלט א מיידל מיט איינע פון זיינע בחורים קלאר אן די טאטע'ס רשות מיט די רשעות'דיגע טענה אז 'ער וואלט סייווי נישט געקענט טרעפן עפעס בעסערס' רח''ל.

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:35 pm

· #506918
חב''ד הויזן
איך ווייס נישט ווער די שקרן איז, אבער דו אליין האסט מיר מודה געווען אין אישי אויף די מעשה וואס כ'האב געברענגט אויבן, האסטו מיר מודה געווען אז יואל ראטה האט א צאמגעשטעלט א מיידל מיט איינע פון זיינע בחורים קלאר אן די טאטע'ס רשות מיט די רשעות'דיגע טענה אז 'ער וואלט סייווי נישט געקענט טרעפן עפעס בעסערס' רח''ל.
האסט ארויסגענומען מיינע ווערטער פונעם קאנטעקסט. איך האב געשריבן אז דער טאטע איז געווען פרייליך מיט'ן שידוך, ווייל ער האט געוואוסט אז דאס איז דאס בעסטע וואס ער קען באקומען. ווי קומט אהער רח"ל?
אודאי מאכט זיך אייביג שידוכים וואס ארבעטן זיך נישט אויס, און ווי יעדער געזונטער מענטש מוז מען אלץ טרעפן איינעם צו בלעימען, געווענליך איז עס דער שדכן.

חב''ד הויזן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:41 pm

· #506920

צו די טאטע איז געווען פרייליך אדער נישט ווייס איך. איך האב גערעדט מיט אים. דו ביזט אבער מודה אז די שידוך איז געווען שלא ברשותו.

שושן פורים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:43 pm

· #506921
שושן פורים
איך בין נישט קיין ברסלב'ער אבער איך האב ליב אויסצוהערן ר' יואלי'ן פון צייט צו צייט.

איינע פון די זאכן וואס ער פרעדיגט שטארק ביי זיינע דרשות איז דער ענין פון שלום בית און אז אינגעלייט זאלן זיך אויפהערן צו זוכן גליקן אין די פרעמד ווצב"ש טשילן מיט פרענדס, קאמפאני בארביקיוס, וכו' אלעס אבי נישט צו זיין אינדערהיים.

עס איז נישט קיין סוד אז אין די היימישע קאמיוניטי זוכן מענטשן ווי ווייניגער צו זיין פלעין אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, דער טשילער לויפט צו בארביקיוס און קומזיצן און דער פרומער לויפט צו משפיעים און התוועדות'ער. הצד השווה אז די ווייב בלייבט מיטן געזינדל אויפן קאפ און ווען דער מאן וואשט שוין יא אמאל די דישעס איז זי איהם שוין שולדיג גאנצע טובות.

איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך נישט מאכן גענוג היימישע מיידלעך וואס זעען די פארדארבענע התנהגות ביי זייערע עלטערן, פעטערס, און געשוויסטער און זאלן טראכטן צו זיך וואס פעלט דאס מיר אויס? צו זיין א עבד כנעני פאר די רעסט אוו מיי לייף?

דא הערן זיי דרשות פון א מנהיג פון א קהילה וואס פרעדיגט פונקט דאס פארקערטע, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן אזא שידוך? עס פאסט נישט? אקעי, אבער וואס איז די אנדערע זייט? פארברענגען די איבעריגע לעבן ווי א שקלאף?

יעצט איינמאל די מיידל וויל עס, זענען די עלטערן סתם וואגאבונדן אויב זענען זיי נישט מסכים, קאווע שטיבל איז א אפענע פלאץ, איך גלייב אז רוב חברה דא וואלטן ארויס מיט אש און פארעך קעגן עלטערן וואס טוען א שפיצל שידוך מיט א קינד וואס דארף דאס נישט ווייל אזוי פאסט זיי, איז וואס איז דא אנדערש?
בנוסף צו דעם

כמעט יעדע קהילה פארמאגט היינט א האטליין ווי מען קען הערן דרשות פונעם רבי'ן און אנדערע משפיעים געווענליך איז אלעס במשנתו פון די קהילה און וואטעווער זייער שיטה איז.

יעצט וואס וואלט געווען אויב א מיידל צו א בחור'ל פון בעלזא הערט אויס די סאטמארע האטליין און דעסיידט אז ער/זי וויל ווערן א סאטמארע חסיד, די עלטערן שרייען חי וקיים אז ניין אונז זענען בעלזא און מ'גייט דיר טרעפן א בעלזא שידוך צו עס געפעלט דיר יא צו ניין. וואס וואלט דער עולם דא געשריגן אין אזא פאל?

נ.ב. בעלזא און סאטמאר איז נאר א משל, אויב האסט עס נישט ליב לייג אריין אין די מעשה אז איינער פון די קהילה וואס איז אנטקעגן דיינע איז געווארן איבערצייגט פון די האטליין פון דיין קהילה.

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:50 pm

· #506922
שושן פורים
איך בין נישט קיין ברסלב'ער אבער איך האב ליב אויסצוהערן ר' יואלי'ן פון צייט צו צייט.

איינע פון די זאכן וואס ער פרעדיגט שטארק ביי זיינע דרשות איז דער ענין פון שלום בית און אז אינגעלייט זאלן זיך אויפהערן צו זוכן גליקן אין די פרעמד ווצב"ש טשילן מיט פרענדס, קאמפאני בארביקיוס, וכו' אלעס אבי נישט צו זיין אינדערהיים.

עס איז נישט קיין סוד אז אין די היימישע קאמיוניטי זוכן מענטשן ווי ווייניגער צו זיין פלעין אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, דער טשילער לויפט צו בארביקיוס און קומזיצן און דער פרומער לויפט צו משפיעים און התוועדות'ער. הצד השווה אז די ווייב בלייבט מיטן געזינדל אויפן קאפ און ווען דער מאן וואשט שוין יא אמאל די דישעס איז זי איהם שוין שולדיג גאנצע טובות.

איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיך נישט מאכן גענוג היימישע מיידלעך וואס זעען די פארדארבענע התנהגות ביי זייערע עלטערן, פעטערס, און געשוויסטער און זאלן טראכטן צו זיך וואס פעלט דאס מיר אויס? צו זיין א עבד כנעני פאר די רעסט אוו מיי לייף?

דא הערן זיי דרשות פון א מנהיג פון א קהילה וואס פרעדיגט פונקט דאס פארקערטע, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן אזא שידוך? עס פאסט נישט? אקעי, אבער וואס איז די אנדערע זייט? פארברענגען די איבעריגע לעבן ווי א שקלאף?

יעצט איינמאל די מיידל וויל עס, זענען די עלטערן סתם וואגאבונדן אויב זענען זיי נישט מסכים, קאווע שטיבל איז א אפענע פלאץ, איך גלייב אז רוב חברה דא וואלטן ארויס מיט אש און פארעך קעגן עלטערן וואס טוען א שפיצל שידוך מיט א קינד וואס דארף דאס נישט ווייל אזוי פאסט זיי, איז וואס איז דא אנדערש?
זייער שיין און אמת ארויסגעברענגט. און דאס איז נאר איין משל, די שלום בית חלק, נאכדעם איז דא נאך א פולע טוץ מיט עצות און געדאנקען וואס העלפן אזויפיל ארויס אין לעבן, געבן א מיינונג פאר'ן לעבן, זייער אסאך וואס הערן אויס זיינע דרשות זענען ממש אוועקגעשטעלט געווארן אויף די פיס ברוחניות ובגשמיות, כאטש נישט אלע שטעלן זיך ארויס אלס זיינע חסידים און אנהענגער, אבער האבן גאר פיל גענאשט פון זיינע דרשות. עס איז העכסט נארמאל אז א בחור אדער מיידל זאל וועלן אויפשטעלן א שטוב מיט א שותף וואס טיילט מיט די זעלבע זאך.

בת קול » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:56 pm

· #506923

15-16 יעריגע קינדער ווייסן נישט וואס זיי ווילן טוהן מיט זייער לעבן.
מילא ווען ער טוהט דאס ביי די 25.

ער וויל זיי פשוט אויסכאפן פאר די עלטערן האבן א טשענס.

בארעכטיג נישט איין פארשימלטע סיסטעם מיט א צווייטע פארשימלטע סיסטעם.

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:02 pm

· #506924
בת קול

דע זעלבע קענסטו זאגען אויך בא דע 25

ברסלבער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:02 pm

· #506925
בת קול
15-16 יעריגע קינדער ווייסן נישט וואס זיי ווילן טוהן מיט זייער לעבן.
מילא ווען ער טוהט דאס ביי די 25.

ער וויל זיי פשוט אויסכאפן פאר די עלטערן האבן א טשענס.

בארעכטיג נישט איין פארשימלטע סיסטעם פאר א צווייטע פארשימלטע סיסטעם.
דו לויפסט פון 15-16 ביז צו די 25. וואס איז מיט 18? דעמאלט ווייסט מען יא וואס מען וויל? קענסט טוישן דעם גאנצן שידוך סיסטעם פונעם חרדישן אידנטום, רוף מיך ווען דו האסט מצליח געווען. נישט אויף דעם איז מען דא דן.
מעג א בחור אדער מיידל זאגן פאר די עלטערן ביי די 18 יאר איך וויל נישט דעם און דעם שידוך? מעג ער זאגן אז מיר שמעקט מער א שידוך מיט איינעם וואס דרייט זיך ביי ר' יואל ראטה?
ער כאפט קיינעם נישט איין און נישט אויס. ער זאגט וואס ער האט צו פארקויפן, ס'איז אפן פאר די פאבליק יעדער קען הערן זען און מיטהאלטן אלע זיינע דרשות און שמועסן, און דאס איז וואס כאפט אסאך מענטשן, עלטערע און יונגערע צוגלייך, ווייל ער רעדט צום הארץ.

מ'האקט

שושן פורים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:04 pm

· #506926
בת קול
15-16 יעריגע קינדער ווייסן נישט וואס זיי ווילן טוהן מיט זייער לעבן.
מילא ווען ער טוהט דאס ביי די 25.

ער וויל זיי פשוט אויסכאפן פאר די עלטערן האבן א טשענס.

בארעכטיג נישט איין פארשימלטע סיסטעם מיט א צווייטע פארשימלטע סיסטעם.
גערעכט און מי יתן והיה אז ביז 25 זאל מען אפילו נישט אויסהערן א שידוך.

למעשה אין מיין מיינונג איז 18-19 אסאך נענטער צו 16-17 ווי צו 25, סאו ווילאנג די אנדערע מאכן שידוכים אין יענע יארגאנג זאל מען נישט קומען מיט קיין מענות אויף דער וואס מאכט עס א יאר צוויי פריער.

חוץ פון דעם וואס פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט זעה איך נישט קיין אנדערע אויסוועג, אויב הוז"ל איז די סאמע הארבסטע עבירה און א בחור'ל וואס זיינע הארמאנען שפילן אויף טויזנט און ער האט נישט קיין שום וועג אין די רעליגיע זיך אויסצוגעבן בדרך היתר, אם כן מה יעשה הבן שלא יחטא? די איינציגסטע רעאליסטישע וועג צו דילן דערמיט איז נאר חתונה צו מאכן אינג.

בת קול » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:15 pm

· #506927
ס׳איז א זעלטענהייט אז מען זאל צוזאמען בלייבן מיט א היי סקול סוויטהארט לעולם ועד.
מען גט זיך נישט ביי אונז אזוי שנעל, ספעציעל ווען מען געבוירט א קינד 9 חדשים נאך די חתונה.

2-3 יאר מאכט א ריזן חילוק פאר א צענערלינג.

זאל ער אויפהערן פרעדיגן איבער ז"ל און זיי לאזן זיין די קינדער וואס זיי זענען.

בת קול » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:17 pm

· #506928
ברסלבער
בת קול
15-16 יעריגע קינדער ווייסן נישט וואס זיי ווילן טוהן מיט זייער לעבן.
מילא ווען ער טוהט דאס ביי די 25.

ער וויל זיי פשוט אויסכאפן פאר די עלטערן האבן א טשענס.

בארעכטיג נישט איין פארשימלטע סיסטעם פאר א צווייטע פארשימלטע סיסטעם.
דו לויפסט פון 15-16 ביז צו די 25. וואס איז מיט 18? דעמאלט ווייסט מען יא וואס מען וויל? קענסט טוישן דעם גאנצן שידוך סיסטעם פונעם חרדישן אידנטום, רוף מיך ווען דו האסט מצליח געווען. נישט אויף דעם איז מען דא דן.
מעג א בחור אדער מיידל זאגן פאר די עלטערן ביי די 18 יאר איך וויל נישט דעם און דעם שידוך? מעג ער זאגן אז מיר שמעקט מער א שידוך מיט איינעם וואס דרייט זיך ביי ר' יואל ראטה?
ער כאפט קיינעם נישט איין און נישט אויס. ער זאגט וואס ער האט צו פארקויפן, ס'איז אפן פאר די פאבליק יעדער קען הערן זען און מיטהאלטן אלע זיינע דרשות און שמועסן, און דאס איז וואס כאפט אסאך מענטשן, עלטערע און יונגערע צוגלייך, ווייל ער רעדט צום הארץ.

מ'האקט
איך זאג ביידע סיסטעמס טויגן נישט.
איינס בארעכטיגט נישט די צווייטע.

צוזאמגעדרייט » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:24 pm

· #506929
בת קול
זאל ער אויפהערן פרעדיגן איבער ז"ל און זיי לאזן זיין די קינדער וואס זיי זענען.
בנוגע ז"ל, זאל מען האבן חבר'טעס פלגשים.

שושן פורים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:25 pm

· #506930
ער פרעדיגט עפעס אייגנס? אויב מען איז א רעליגיעזע איד איז נישט דא קיין אנדערע אויסוועג, חוץ אויב מען לייקנט די גמרא מיטן זוהר בענאזאם, איך קוק אן די אנדערע רעליגיעזע קהילות ווי היפאקריטן.

סמבטיון » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:27 pm

· #506931
מאנרא יונגערמאן, ריגארדלעס וואס דו מעשה איז זאלסטו האבן אביסעל רעספעקט פאר איינער פון אונזער אלטע לייבן דא אין שטיבל, ברעסלעבער האט באשיינט דעם שטיבל דא יאהרן לאנג מיט הערליכע מאמרים, על כן, בארואיג זיך און ענפער מיט רעספעקט. יישר כח

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:52 pm

· #506934
פארוואס זענען די ברעסלעווע משפיעים נישט עקסעפטעד אין סאטמאר?
דא זאגט מען ראטה איז פסול און שוין לאנג צוריק הער איך אז מ'האט ארויסגעשטויסן קלוגער פון דארט.
און די חדר פאר ברסלעוו איז אויך געווען א ווילדע אקציע.

אום אני חומה » זונטאג אוגוסט 21, 2022 4:43 pm

· #506940
איך ווייס נישט די פרטים איבער די מעשה דא
אויב איז די מעשה אמת וועלן מיר הערן כ"ו אב א מעכטיגע מחאה דערוועגן
ווען עס קומט צו יואלי ראטה וועט מען האקן מחאות
אבער ווען א עסטעבלישמענט קהילה טוט אפ די זעלבע רשעות נעמען אלע איין א שטילקייט

דא איז א הארצריינסנדע בריוו ווי א טאטע גיסט זיך אויס די הארץ אז גער האט משכנע געווען א 16 יעריג מיידל אוועקצולויפן פונדערהיים, פאר'ן טאטע'ס חטא פון גיין צו די קהילה פון ר' שאול.
עס איז ממש צום שטוינען.
דעם בריוו איז ארום געשיקט געווארן צו עטליכע גרויסע רבנים, און קיינער רופט זיך נישט אן.
📎 מכתב קורע לב מאת ר' משה יוסקוביץ - Copy.pdf ליינט דורך דעם בריוו. די מיידל האט איז אוועקגעלאפן פון די עלטערן.
עד כדי כך, די מאמע האט איר אנגערופן ערב יום הקדוש אנווינטשן א גוט יאר און די מיידל האט קאלטבלוטיג אראפגעהאקט די טעלעפאון אויף איר.

אויב זוכט איר דעם מיידל צו ווערעפייען די פרטים, עס איז גרינג איר צו טרעפן. זי זיצט נעבן די גערער רעביצען אין בית מדרש יעדן שבת, פאר'ן זיין א העראו און טון דעם העלדישן שריט.
📎 מכתב קורע לב מאת ר' משה יוסקוביץ - Copy.pdf

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 4:46 pm

· #506942
וואס האט עס מיר ר' יואל רוטה שליט"א?

אום אני חומה » זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:01 pm

· #506943
טאהשער אייניקל, ליין מיינע ווערטער.
איך האב עס אדרעסירט.

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:03 pm

· #506944
אום אני חומה
טאהשער אייניקל, ליין מיינע ווערטער.
איך האב עס אדרעסירט.
איך זעה דא א מעשה פון גער וואס האט גער צוטאהן מיט ברעסלעוו ?

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:31 pm

· #506946
ווי איך הער טוען גענוג תלמידים [ותלמידות] פון ראטה עהם אפלאזן נאך אפאר יאר.

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2022 5:50 pm

· #506948
סמבטיון
מאנרא יונגערמאן, ריגארדלעס וואס דו מעשה איז זאלסטו האבן אביסעל רעספעקט פאר איינער פון אונזער אלטע לייבן דא אין שטיבל, ברעסלעבער האט באשיינט דעם שטיבל דא יאהרן לאנג מיט הערליכע מאמרים, על כן, בארואיג זיך און ענפער מיט רעספעקט. יישר כח
גערעכט אנטשולדיקט ברסלובער פאר די שארפע שפראך

איך אויך » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:53 pm

· #506965
סמבטיון
מאנרא יונגערמאן, ריגארדלעס וואס דו מעשה איז זאלסטו האבן אביסעל רעספעקט פאר איינער פון אונזער אלטע לייבן דא אין שטיבל, ברעסלעבער האט באשיינט דעם שטיבל דא יאהרן לאנג מיט הערליכע מאמרים, על כן, בארואיג זיך און ענפער מיט רעספעקט. יישר כח
איינער וואס בארעכטיגט א ארכי-מנוול א תלמיד פון א שמוציגע ארכי-מנוול איז א ארכי-מנוול אליינס. האב אביסל רעספעקט פאר אומשולדיגע אידישע טעכטער.

דאס אליינס אז יעדעס מאל מען טשעלענדשעד די צוויי מנוולים לויפן זיי גלייך צו גראבע רמזים אז מען האט געמוזט שנעל כאפן א ליידאק פון זיין 'ישיבה' ווייל די 15 יעריגע תמימות'דיגע מיידל האט וויזויהייסטעס מיט איינעם, וווייזט פונקטליך ווי זייערע קעפ ליגן.

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:42 pm

· #506971
טאהשע אייניקל: אויב איז די מעשה אמת איז די מיידל נישט קיין בת דעת מען קען נישט מאכן אזעלכע החלטות פאר די 18.

ברסלבער: אויב מאכט ער חתונה מיינער'ס וואס זענען אונטער זיין אינפלוענס הייסט עס לעגאל אזוי ווי געצווינגען

טאהש'ער אייניקעל » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:44 pm

· #506972
מרדכי מרדכי
טאהשע אייניקל: אויב איז די מעשה אמת איז די מיידל נישט קיין בת דעת מען קען נישט מאכן אזעלכע החלטות פאר די 18.

ברסלבער: אויב מאכט ער חתונה מיינער'ס וואס זענען אונטער זיין אינפלוענס הייסט עס לעגאל אזוי ווי געצווינגען
פארוואס מיינסטו אז א 15 יעריגע מיידל איז נישט קיין בת דעת ?
בלאט: 1 2 3