☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ווער איז גרעסער געווען

ווער איז גרעסער געווען

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15483
בלאט: 1 2

מילך טראק » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:16 am

· #552670
Re: ווער איז גרעסער געווען
ר נטע האט נאך א שוהל ?

אגב איך קען זיינע קינדער זייער נארמאלע פארשטענדליכע קינדער ווילן נישט די אמת'ע רביסטעווע

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:00 pm

· #552956
Re: ווער איז גרעסער געווען
מילך טראק #
ר נטע האט נאך א שוהל ?
ניין. ער דאווענט ביי טעמפלער אין וויליאמסבורג.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:02 pm

· #552957
Re: ווער איז גרעסער געווען
מילך טראק #
איך קען זיינע קינדער זייער נארמאלע פארשטענדליכע קינדער ווילן נישט די אמת'ע רביסטעווע
זיי פארמאגן די זעלבע מעלות פון אלע רעבישע קינדער,

זיי זענען אויבער חכמים און זיי האבן ליב יענעמס דאללער.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:40 pm

· #553118
Re: ווער איז גרעסער געווען
הגר"י לעבאוויטש מוואדריטדזש - כ"ק הגר"מ זילבער מסטיטשין

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:27 am

· #554251
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
מילך טראק #
ר נטע האט נאך א שוהל ?
ניין. ער דאווענט ביי טעמפלער אין וויליאמסבורג.
כמדומה לי האט ער נאך א שטיקל מנין אין בארא פארק אבער ער פארט נאר אהין שיינע שבתים אין ימים טובים

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:28 am

· #554252
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
כמדומה לי האט ער נאך א שטיקל מנין אין בארא פארק אבער ער פארט נאר אהין שיינע שבתים אין ימים טובים
אמאל געווען. זיי פלעגן דינגען די בעיסמינט פין נייפעסט אויף 49. היינט האט ער שוין דאס אויך נישט. ס'האט זיך פארמאכט.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:30 am

· #554253
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
כמדומה לי האט ער נאך א שטיקל מנין אין בארא פארק אבער ער פארט נאר אהין שיינע שבתים אין ימים טובים
אמאל געווען. זיי פלעגן דינגען די בעיסמינט פין נייפעסט אויף 49. היינט האט ער שוין דאס אויך נישט. ס'האט זיך פארמאכט.
ביסט זיכער? פאר אפאר יאר צוריק געדענק איך האט ער געהאט ביי נייפעסט'ע ביהמ''ד אין ב.פ

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:32 am

· #554254
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
ביסט זיכער? פאר אפאר יאר צוריק געדענק איך האט ער געהאט ביי נייפעסט'ע ביהמ''ד אין ב.פ
יא. זיין זוהן האט מיר געזאגט אז ס'איז שוין פארמאכט.

אגב, רבי אייזיק האט לעצטנס געעפענט א ספינקא ביהמ"ד אין בארא פארק.
זיין זוהן וואס איז א איידעם ביי רבי משה רוטה פירט עס.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:36 am

· #554257
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
ביסט זיכער? פאר אפאר יאר צוריק געדענק איך האט ער געהאט ביי נייפעסט'ע ביהמ''ד אין ב.פ
יא. זיין זוהן האט מיר געזאגט אז ס'איז שוין פארמאכט.

אגב, רבי אייזיק האט לעצטנס געעפענט א ספינקא ביהמ"ד אין בארא פארק.
זיין זוהן וואס איז א איידעם ביי רבי משה רוטה פירט עס.
Wow
אז די טראכסט אריין איז עס נישט צו פארשטיין ר' הערשעלע'ס א קינד...

הכל תלי' במזל אפילו...

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:39 am

· #554259
Re: ווער איז גרעסער געווען
אגב, רבי אייזיק האט לעצטנס געעפענט א ספינקא ביהמ"ד אין בארא פארק.
זיין זוהן וואס איז א איידעם ביי רבי משה רוטה פירט עס.
יא כ'ווייס די ביהמ''ד איז א פרשה פאר זיך...

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:41 am

· #554261
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
Wow
אז די טראכסט אריין איז עס נישט צו פארשטיין ר' הערשעלע'ס א קינד...

הכל תלי' במזל אפילו...
וואס איז נישט צופארשטיין??

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:43 am

· #554263
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
יא כ'ווייס די ביהמ''ד איז א פרשה פאר זיך...
פארצייל ביטע, מיר ווילן הערן מער דערוועגן.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:46 am

· #554264
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
Wow
אז די טראכסט אריין איז עס נישט צו פארשטיין ר' הערשעלע'ס א קינד...

הכל תלי' במזל אפילו...
וואס איז נישט צופארשטיין??
ס'איז לכאורה שוין דא איר אייניקלעך פון ר' הערשעלע וואס האבן שוין אייגענע בתי מדרשים...

אין דא האסטו א קינד אליין אין גארנישט...

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:02 am

· #554277
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
יא כ'ווייס די ביהמ''ד איז א פרשה פאר זיך...
פארצייל ביטע, מיר ווילן הערן מער דערוועגן.
לויט ווי כ'האב געהערט..

אז די מייסד פונעם ביהמ''ד דאווענט שוין נישט דארט...

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:03 am

· #554278
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
ס'איז לכאורה שוין דא איר אייניקלעך פון ר' הערשעלע וואס האבן שוין אייגענע בתי מדרשים...

אין דא האסטו א קינד אליין אין גארנישט...
ס'איז טאקע א ווייטאג, אבער ער האט עס אליין פארמאכט.

ווען רבי הערשעלע איז אוועק האט ער געהאט א אייגענע בילדינג, א כולל און א שיינע ציבור חסידים.

ער האט זיך צוקריגט מיט כמעט אלע פון זיי, פארקויפט דעם בילדינג און געמופט קיין וויליאמסבורג.

די פאר איבערגעבליבענע אידן זיינע האבן ארויסגעדונגען די נייפעסט'ע בעיסמינט, און וויבאלד ער האט זיי נישט געבעקט אדער צוגעשטעלט קיין רב אדער א דיין איז זיך דער עולם צופאלן און די מנין האט זיך אויפגעהערט.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:04 am

· #554279
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
לויט ווי כ'האב געהערט..

אז די מייסד פונעם ביהמ''ד דאווענט שוין נישט דארט...
פארוואס? וואס גייט פאר דארטן? ווער צאלט די רענט? ווער זענען די מתפללים? וכו', אויב די ווייסט פרטים.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:07 am

· #554283
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
ס'איז לכאורה שוין דא איר אייניקלעך פון ר' הערשעלע וואס האבן שוין אייגענע בתי מדרשים...

אין דא האסטו א קינד אליין אין גארנישט...
ס'איז טאקע א ווייטאג, אבער ער האט עס אליין פארמאכט.

ווען רבי הערשעלע איז אוועק האט ער געהאט א אייגענע בילדינג, א כולל און א שיינע ציבור חסידים.

ער האט זיך צוקריגט מיט כמעט אלע פון זיי, פארקויפט דעם בילדינג און געמופט קיין וויליאמסבורג.

די פאר איבערגעבליבענע אידן זיינע האבן ארויסגעדונגען די נייפעסט'ע בעיסמינט, און וויבאלד ער האט זיי נישט געבעקט אדער צוגעשטעלט קיין רב אדער א דיין איז זיך דער עולם צופאלן און די מנין האט זיך אויפגעהערט.
אבער היינט האט ער שוין קינדער אין אייניקלעך וואס דארף מען מער פון דעם?

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:11 am

· #554284
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
לויט ווי כ'האב געהערט..

אז די מייסד פונעם ביהמ''ד דאווענט שוין נישט דארט...
פארוואס? וואס גייט פאר דארטן? ווער צאלט די רענט? ווער זענען די מתפללים? וכו', אויב די ווייסט פרטים.
כ'ווייס נישט קיין סאך דאס וואס כ'האב געשריבן ווייס איך ממקור ראשון זאכן וואס איך ווייס נישט פאר זיכער וויל איך נישט שרייבן

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:14 am

· #554286
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
אבער היינט האט ער שוין קינדער אין אייניקלעך וואס דארף מען מער פון דעם?
בעלי בתים וואס זאלן אויפהאלטן די ביהמ"ד און צאלן די רענט.

זיינע קינדער און אייניקלעך זענען דאך אלע כלי קודש.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:19 am

· #554288
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
אבער היינט האט ער שוין קינדער אין אייניקלעך וואס דארף מען מער פון דעם?
בעלי בתים וואס זאלן אויפהאלטן די ביהמ"ד און צאלן די רענט.

זיינע קינדער און אייניקלעך זענען דאך אלע כלי קודש.
פעהלט דען גענוג שולן וואס האבן זיך ג'עפענט אן בעל בתים? זיי קומען נאך שפעטער..

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:21 am

· #554289
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
פעהלט דען גענוג שולן וואס האבן זיך ג'עפענט אן בעל בתים? זיי קומען נאך שפעטער..
דארטן זענען שוין די בעלי בתים געגיינגען...

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:25 am

· #554290
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
פעהלט דען גענוג שולן וואס האבן זיך ג'עפענט אן בעל בתים? זיי קומען נאך שפעטער..
דארטן זענען שוין די בעלי בתים געגיינגען...
איה''נ אבער ווי זענען זיי דען געגאנגען..?
ערגעץ אנדערש איז בעסער מיינסטו...?

אפשר ווילן זיי שוין צרוקקימען ווער ווייסט...

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:28 am

· #554291
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
איה''נ אבער ווי זענען זיי דען געגאנגען..?
ערגעץ אנדערש איז בעסער מיינסטו...?

אפשר ווילן זיי שוין צרוקקימען ווער ווייסט...
יעדער פון די זיבן מענטשן איז זיך געגיינגען צו א צווייטע גוטע איד אדער צו סתם א געגענט שוהל.

איך גלייב אז פאר זיי איז געווען בעסער אוועקצוגיין, ווען נישט וואלטן זיי דאך געבליבן.

און צוריק גייט א??

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:35 am

· #554293
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
איה''נ אבער ווי זענען זיי דען געגאנגען..?
ערגעץ אנדערש איז בעסער מיינסטו...?

אפשר ווילן זיי שוין צרוקקימען ווער ווייסט...
יעדער פון די זיבן מענטשן איז זיך געגיינגען צו א צווייטע גוטע איד אדער צו סתם א געגענט שוהל.

איך גלייב אז פאר זיי איז געווען בעסער אוועקצוגיין, ווען נישט וואלטן זיי דאך געבליבן.

און צוריק גייט א??
וואס איך מיין צו זאגען זיי זענען דאך הייסע ספינקא חסידים זענען זיי לכאורה געגאנגען צו א אנדערע ספינקא רבי...

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:38 am

· #554296
Re: ווער איז גרעסער געווען
פון אונזערע #
וואס איך מיין צו זאגען זיי זענען דאך הייסע ספינקא חסידים זענען זיי לכאורה געגאנגען צו א אנדערע ספינקא רבי...
איך מיין אז ווען רבי אייזיק קומט פירן שבתים אין זיין ביהמ"ד אין בארא פארק גייען זיי צו אים.

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:40 am

· #554297
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
פון אונזערע #
וואס איך מיין צו זאגען זיי זענען דאך הייסע ספינקא חסידים זענען זיי לכאורה געגאנגען צו א אנדערע ספינקא רבי...
איך מיין אז ווען רבי אייזיק קומט פירן שבתים אין זיין ביהמ"ד אין בארא פארק גייען זיי צו אים.
נו שוין פון דעם רעדט מען...

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:41 am

· #554298
Re: ווער איז גרעסער געווען
@פון אונזערע ס'קוקט אויס ווי די קענסט ספינקא פין די נאנט.

פארצייל אונז עפעס קרישקעלעך פון דארטן.

מיסטעריע » מאנטאג מערץ 11, 2024 6:57 am

· #554313
Re: ווער איז גרעסער געווען
נישט ריכטיג, די ביהמ"ד אונטער נייפעסט האט רבי נטע נישט פארמאכט, נאר די נייפעסטער האט געדארפט דאס פלאץ, איז ער ביי-דיפאלט געבליבן אהן א דאך איבערן קאפ.

יעדע שיינע שבת אדער יום טוב קומט ער אריין, און די קומץ אידן קומען זיך צוזאמען מחזק זיין רבי נטע

מיסטעריע » מאנטאג מערץ 11, 2024 7:01 am

· #554314
Re: ווער איז גרעסער געווען
רבי נטע איז שוין יארן נישט געקומען וועכענטליך אויף שבת, נאר אויף שבת מברכים און שיינע שבתים ווי ד' פרשיות שבת חנוכה וכדומה, און אלע ימים טובים, במילא די איינציגע זאך וואס האט זיך געטוישט אז די אלע זמנים וואס ער איז נישט דאהי אין בארא פארק, דאווענען זיי נישט צוזאמען,

פון אונזערע » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:03 pm

· #554377
Re: ווער איז גרעסער געווען
לאכעדיג #
@פון אונזערע ס'קוקט אויס ווי די קענסט ספינקא פין די נאנט.

פארצייל אונז עפעס קרישקעלעך פון דארטן.
איך קען עס נישט פין די נאנט ברוך השם... כ'האב נאר געשריבן וואס איך האב געהערט פון ארומיגע וואס האלטן נישט קיין
סאושיל דיסטינס מיט ספינקא...

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג אפריל 12, 2024 5:50 pm

· #559023
Re: ווער איז גרעסער געווען
אדמור מליובאוויטש זצל רבי vs אדמור ברך משה זצל
אין חסידים

מילך טראק » פרייטאג אפריל 12, 2024 6:17 pm

· #559033
Re: ווער איז גרעסער געווען
רב חאצאצאק הקטן #
אדמור מליובאוויטש זצל רבי vs אדמור ברך משה זצל
אין חסידים
חסידים מיט מתנגדים מסתמא סאטאמר,

אויך דארף מען וויסן אויב מ'רעכנט נאר ליבאוויטשער חסידים וואס גייען מיטן היט , בארד און פראק, אדער יעדער איבער די וועלט וואס ניצט זייער סערוויסעס

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג אפריל 12, 2024 7:01 pm

· #559037
Re: ווער איז גרעסער געווען
מילך טראק #
רב חאצאצאק הקטן #
אדמור מליובאוויטש זצל רבי vs אדמור ברך משה זצל
אין חסידים
חסידים מיט מתנגדים מסתמא סאטאמר,

אויך דארף מען וויסן אויב מ'רעכנט נאר ליבאוויטשער חסידים וואס גייען מיטן היט , בארד און פראק, אדער יעדער איבער די וועלט וואס ניצט זייער סערוויסעס
וואס רעדסטו!!!
חב"ד זיכער

מילך טראק » מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:21 pm

· #559043
Re: ווער איז גרעסער געווען
רב חאצאצאק הקטן #
מילך טראק #
רב חאצאצאק הקטן #
אדמור מליובאוויטש זצל רבי vs אדמור ברך משה זצל
אין חסידים
חסידים מיט מתנגדים מסתמא סאטאמר,

אויך דארף מען וויסן אויב מ'רעכנט נאר ליבאוויטשער חסידים וואס גייען מיטן היט , בארד און פראק, אדער יעדער איבער די וועלט וואס ניצט זייער סערוויסעס
וואס רעדסטו!!!
חב"ד זיכער
עכטע לובאוויטשער חסידים ווייס איז נישט צו ס'איז אזוי זיכער

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג אפריל 19, 2024 7:13 pm

· #559725
Re: ווער איז גרעסער געווען
מילך טראק #
רב חאצאצאק הקטן #
מילך טראק #
רב חאצאצאק הקטן #
אדמור מליובאוויטש זצל רבי vs אדמור ברך משה זצל
אין חסידים
חסידים מיט מתנגדים מסתמא סאטאמר,

אויך דארף מען וויסן אויב מ'רעכנט נאר ליבאוויטשער חסידים וואס גייען מיטן היט , בארד און פראק, אדער יעדער איבער די וועלט וואס ניצט זייער סערוויסעס
וואס רעדסטו!!!
חב"ד זיכער
עכטע לובאוויטשער חסידים ווייס איז נישט צו ס'איז אזוי זיכער
קוק אויף די ווידיאוס פון ביידע חצרות.

סתם אזוי » פרייטאג אפריל 19, 2024 7:34 pm

· #559729
Re: ווער איז גרעסער געווען
ר נטע האט זיך צוקריגט מיט זיינע מתפללים ביי די עירוב פרשה, ער האט נישט אריינגעלאזט איינער וואס טראגט

טעלעגראם » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:45 pm

· #559742
Re: ווער איז גרעסער געווען
סתם אזוי #
ר נטע האט זיך צוקריגט מיט זיינע מתפללים ביי די עירוב פרשה, ער האט נישט אריינגעלאזט איינער וואס טראגט
פארוואס האבן (א חלק פון) זיינע מענטשן געטראגן ?

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:55 pm

· #559744
Re: ווער איז גרעסער געווען
ס'איז דא א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו דער רב (און זיין טאטע און זיידע) איז להשמיד ולהרוג אקעגן טראגן מיט דעם עירוב. און רוב מתפללים אין זיין ביהמ"ד "טראגן שיטלערהייט"...לאל.

טעלעגראם » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:00 pm

· #559746
Re: ווער איז גרעסער געווען
berlbalaguleh #
ס'איז דא א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו דער רב (און זיין טאטע און זיידע) איז להשמיד ולהרוג אקעגן טראגן מיט דעם עירוב. און רוב מתפללים אין זיין ביהמ"ד "טראגן שיטלערהייט"...לאל.
למשל וועלכע?

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:39 pm

· #559754
Re: ווער איז גרעסער געווען
לשה"ר/רכילות.?

מילך טראק » זונטאג אפריל 21, 2024 7:02 pm

· #559868
Re: ווער איז גרעסער געווען
רב חאצאצאק הקטן #
מילך טראק #
רב חאצאצאק הקטן #
מילך טראק #


חסידים מיט מתנגדים מסתמא סאטאמר,

אויך דארף מען וויסן אויב מ'רעכנט נאר ליבאוויטשער חסידים וואס גייען מיטן היט , בארד און פראק, אדער יעדער איבער די וועלט וואס ניצט זייער סערוויסעס
וואס רעדסטו!!!
חב"ד זיכער
עכטע לובאוויטשער חסידים ווייס איז נישט צו ס'איז אזוי זיכער
קוק אויף די ווידיאוס פון ביידע חצרות.
בילדער און ווידיא מיינט גארנישט, קוק טעלעפון ביכער

רב חאצאצאק הקטן » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:07 am

· #560032
Re: ווער איז גרעסער געווען
berlbalaguleh #
ס'איז דא א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו דער רב (און זיין טאטע און זיידע) איז להשמיד ולהרוג אקעגן טראגן מיט דעם עירוב. און רוב מתפללים אין זיין ביהמ"ד "טראגן שיטלערהייט"...לאל.
וועלעכע ביהמ"ד???

רב חאצאצאק הקטן » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:09 am

· #560033
Re: ווער איז גרעסער געווען
רב חאצאצאק הקטן #
berlbalaguleh #
ס'איז דא א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו דער רב (און זיין טאטע און זיידע) איז להשמיד ולהרוג אקעגן טראגן מיט דעם עירוב. און רוב מתפללים אין זיין ביהמ"ד "טראגן שיטלערהייט"...לאל.
וועלעכע ביהמ"ד???
ליובאוויטש???

שיינע איד » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:53 pm

· #560046
Re: ווער איז גרעסער געווען
ווער איז גרעסער דעעש אדער סקווירא ב״פ?

סקרו דרייוער » דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:11 pm

· #560047
Re: ווער איז גרעסער געווען
רב חאצאצאק הקטן #
berlbalaguleh #
ס'איז דא א ביהמ"ד אין בארא פארק וואו דער רב (און זיין טאטע און זיידע) איז להשמיד ולהרוג אקעגן טראגן מיט דעם עירוב. און רוב מתפללים אין זיין ביהמ"ד "טראגן שיטלערהייט"...לאל.
וועלעכע ביהמ"ד???
א זוהן פון טענקא רב

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 26, 2024 2:42 pm

· #560093
Re: ווער איז גרעסער געווען
אין טענקא רב'ס ביהמ"ד (און זיין רעבעצין) איז מען נישט אזעלכע שטילע מעקעלעך. אויב איינער טראגט מיט דעם עירוב איז מען איהם/איהר גרייט צו הרג'נען ממש.

ומעשה שהיה. א איד וועלכער באלאנגט צו א קהילה וואס האלטן יא פון דעם עירוב האט געמאכט א שמחה ביי טענקע. א קידוש. (12 עוו.) און די רעבעצין די גרויסע חכמת האט איינגעשפארט א בעיבי קערידזש אין איהר סטארידזש און זי האט עס נישט געוואלט צוריקגעבן פאר די מאמע. גיי טראג אהיים די בעיבי אויף די הענט.

דער איד. נישט קיין בטלן. ווען ס'איז געקומען צו באצאלן פאר די האלל האט ער געזאגט ישקני מצד השני. זי איז געווארן ווילד. נאר ס'האט איהר גארנישט געהאלפן. א גוטע לעקציע פאר קראנקע בהמות.
בלאט: 1 2