☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אפשטאם פין אידען - אשכנז

אפשטאם פין אידען - אשכנז

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15480

היסטאריע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:06 am

· #506708
אפשטאם פין אידען - אשכנז
שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.

ווי שטייט דאס?

איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.

טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:28 am

· #506709
דאכצעך מיר דאס איז שוין אן אויסגעדראשענער טאפיק דא אין קאווע שטיבל אבער איך וויל גלייבן אז מיר זענען בעיקר קאַזאַרן (טערקן?) און א קליין ביסל בבלישע, איראנער און פאלעסטינע אידן. די שפאנישע אידן זענען דאך זעלבסט אהינגעקומען פון די מיטל מזרח, ניין?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:45 am

· #506710
אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:05 am

· #506712
קאצקע ציקער
אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
אונגארין איז נישט די איינציגסטע מדינה און אירופא, ווי אויך ביז די בעש"ט איז דאך נישט געווען חסידות/ספרדישקייט בכלל מער ווי סיי ווי.

לכאורה

חדשים » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:17 am

· #506717
דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:26 am

· #506719
איך האב אמאל גענומען א די. ענ. עי. טעסט און עס איז ארויסגעקומען אז איך בין 99.2% אשכנזי איד
און 0.6% מצריש

שאלתיאל » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:44 am

· #506720
חדשים
דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
זנד'ס בוך 'מתי ואיך הומצא העם היהודי' האט פאראורזאכט א גרויסע שטורם און געצויגן אסאך אינטערעסע און קריטיק. ער טענה'ט אז די היינטיגע פאלעסטינער זיי זענען גאר די ריכטיגע צאצאים פון די יודן וועלכע זענען בכלל נישט געגאנגען אין גלות. ער טענה'ט אז די היינטיגע יודן זענען בעיקר צאצאים פון גרי כוזר, א האלב קאנספיראטיווע טענה וועלכע ווערט אנגערופן 'המיתוס הכוזרי' און די אנטיסעמיטן האבן זיך אסאך באנוצט דערמיט אין לויף פון היסטאריע.

זעה דא

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%99%D7%95%D7%AA_%D7%94%D7%A7%D7%A9%D7%A8_%D7%A2%D7%9C_%D7%94%D7%9B%D7%95%D7%96%D7%A8%D7%99%D7%9D_%D7%95%D7%94%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%99%D7%9D

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:48 am

· #506721
וואלווי
קאצקע ציקער
אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
אונגארין איז נישט די איינציגסטע מדינה און אירופא, ווי אויך ביז די בעש"ט איז דאך נישט געווען חסידות/ספרדישקייט בכלל מער ווי סיי ווי.

לכאורה
אשר על כן? וואס פונקטליך זאגסטו? איך האב געזאגט אז אונגארן איז די אייינצוגסטע מדינה אין אייראפא?

איך טראכט שוין לאנג פארוואס די ספרדים זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי איראן מיט טערקיי ווען זיי וואלטן געקענט פונקט אזוי גיין אין איירעפעיאישע מדינות די תירוץ איז אז זיי זענען טאקע געגאנגען נאר זיי האבן זיך אויסגעמישט מיטן המון עם דערפאר זעהט מען געוויסע ספרדישע שטריכן ביי די אונגארישע יודן פון פארן קריג...

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 3:08 pm

· #506813
חדשים
דא האסטו פון שלמה זנד וואס האט ארויס געגעבן א בוך אויף די נושא.
דער שרייבט דאך אזעלכע אנגעפרעגטע שטותים.

אין דער אכצענטע הונדערט איז מען אויפגעקומען מיט דער רעיון אז אידן דארפען צוריקקומען צו ארץ ישראל. פליז מיט אזעלכע נארישקייטן דארף מען זיך אפילו נישט דינגען.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 4:07 pm

· #506821
היסטאריע
שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.

ווי שטייט דאס?
אויב איז מען גורס ארץ ישראל אנשטאט בבל דאן איז עס א בפירוש'ע וויקיפעדיע https://en.wikipedia.org/wiki/Ashkenazi_Jews#Early_Jewish_communities_in_Europe

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:13 pm

· #506847
קאצקע ציקער
אפשר וועגן דעם זענען די אונגארישע יודן אזוי תמימיתדיג און רבי מענטשן אזוי ווי ספרדים ווייל אונדז זעמיר עכט ספרדים
קאצקע ציקער: דו זאגסט עס פאר א ווערטל. נאר איך האלט אז ס'איז דא א שטיקל אמת אין דעם. איך האב שוין באגעגנט לכה"פ 3 פארשידענע מענטשן וואס האבן גערעדט און געדאוונט (א ביסל) מיט אן אונגארישן אקצענט/הברה. עכט זענען זיי געווען ספרדים. ועוד. ס'איז באוואוסט אז אין די היסטאריע (בערך 200 יאר צוריק) איז געווען א גרויסע ספר'דישע קהילה אין אונגארין. ספעציעל אין די שטאט מישקאלץ. ווי די ערליכע, חסיד'ישע אידן האבן זיך גערופן קהל ספרדים. מכח איזו סיבה שהוא. ואכמ"ל.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:17 pm

· #506848
מרדכי מרדכי
איך האב אמאל גענומען א די. ענ. עי. טעסט און עס איז ארויסגעקומען אז איך בין 99.2% אשכנזי איד
און 0.6% מצריש
מרדכי מרדכי: דו דארפסט צו שרייבן...המכונה...איסמאעיל אל פארוק...!

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:25 pm

· #506849
היסטאריע
שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.

ווי שטייט דאס?

איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.

טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!

קאצקע ציקער » מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:29 pm

· #506851
berlbalaguleh

נוו די תורה תמימה האט ער געמאכט

מונטסורי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:18 am

· #506855
טאמבל סאס
דאכצעך מיר דאס איז שוין אן אויסגעדראשענער טאפיק דא אין קאווע שטיבל אבער איך וויל גלייבן אז מיר זענען בעיקר קאַזאַרן (טערקן?) און א קליין ביסל בבלישע, איראנער און פאלעסטינע אידן. די שפאנישע אידן זענען דאך זעלבסט אהינגעקומען פון די מיטל מזרח, ניין?
כ׳ווייס נישט אויב ממש אויסגעדראשען, אבער א אשכול דערוועגען איז שוין דא:
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=2278

אויך קומט אריין די שמועס ווען מ׳פרובירט צו פארשטיין די קלוגשאפט פון אשכנזי׳שע אידן דא און דא

אויך דא ווערט עס אנגערירט טאקע דורך @שבת אחים
—————
לעצם הענין וואלט איך טאקע זייער געוואלט ליינען א קאמפריהענסיוו באשרייבונג איבער די נושא, אזוינס וואס זאל דעקן די origins פון די אשכנזים פון אלע זייטן, הן מצד זייער DNA הן מצד די שפראך, ווי אויך היסטארישע דאטא און היסטארישע סאציאלאגיע. אויב איינער קען רעקאמענדירן א בוך אדער אן אקאדעמישע פאפיר אויף די נושא וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:01 pm

· #506910
קאצקע ציקער
berlbalaguleh
היסטאריע
שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.

ווי שטייט דאס?

איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.

טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
היסטאריע: די באוואוסטע עפשטיין משפחה פון בעל ערוך השולחן שטאמען אויך פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן געהייסן בנבנישטי. (נישט באנבאנישטי. נאר...Benveniste...! ערגעץ מיט א צוויי הונדערט יאר צוריק האבן זיי עס געטוישט צו עפשטיין. ר' ברוך עפשטיין, וועלכער האט בכלל נישט געהאט א צורה פון א רב (געגאנגען געשעיווט) ברענגט עס אראפ אין זיין ספר ..."מקור ברוך"...וואו ער ברענגט אויך א סאך שטותים...!
נוו די תורה תמימה האט ער געמאכט
די תורה תמימה איז טאקע זייער א ניצליכער ספר. זיכער אט ער געקענט לערנען. נאר ווען דו זעהסט א פיקטשער פון איהם וואלסטו געווארן געשאקט. בדוו? זיין אזוי גערופן ספר ..."מקור ברוך".. איז פול מיט שטותים והבלים...! ליין עס וועסטו זיך אליין איבערצייגן.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:08 pm

· #506911
בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 2:22 pm

· #506915
וואלווי
בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...
און שיק אריין דאס בילד

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:07 pm

· #506953
וואלווי
בערל, די זאגסט דאס שוין צום דריטען מאל אין די לעצטע שטיקל צייט. וואס באדערט דיך באמת די תורה תמימה?
זיינע זאכען זענען סאליד. וואס קרענקט דיך, אז ער איז געווען אויף געקלערט? זיין בארד? וואס איז די פראבלעם דא, געב עס ארויס, מאך דיך באקוועם, זאג עס ארויס, וועסט פילען בעסער נאכדעם...
וואלווי: דו האסט נישט גוט אפגעליינט מיינע ווערטער. איך האב נישט געזאגט קיין איין ווארט קריטיק אויפ'ן פירוש תורה תמימה. ס'איז זייער א ניצליכער חיבור. נאר אויפ'ן מחבר. ער האט געהאט א פערזענליכקייט וואס האט נישט געפאסט פאר א זון פונ'ם בעל ערוך השולחן. אמת. ער האט געקענט גוט לערנען. נאר ער איז אויך געווען נישט א קליינער בעל גאווה. אויסער דעם האט ער פיינט געהאט חסידים שנאת מוות. ער ברענגט זייער געמיינע בריוון און אנדערע מאמרים איבער חסידים . זאכן וואס דו וואלסט נישט געשריבן אויף דיין גרעסטן שונא.

איך האב געהאט אן אימידזש פון איהם אלס א ליטווישער רב מיט א לאנגע, שפיציגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין מגושמ'דיגע צורה פון דעם גלאט געשעיווטן פנים. מיט די ברייטע באקן ביניך געווארן געשאקט.

כרם זית » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:42 pm

· #506998
Re: אפשטאם פין אידען - אשכנז
אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:48 pm

· #507001
ר'בערל איר מיזט זיך באריהיגן ער איז געהעריג געגאנגען מיט א בארד!...
📎 baruch_halevi_epstein_medium.jpg

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:19 pm

· #507003
כרם זית
אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
אינטערעסאנט. א ספר וואס ברענגט אלע גמרות וואס רעדן וועגן דער פסוק, און ער פאלעגירער? פין וועמען? פין די גמרא?

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:33 am

· #507020
כרם זית
אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
כרם זית: באיזה מובן אתה מתאר אותו כ'פוליגרף. מה פירוש? פוליגרף היום זה מכונת אמת.!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:37 am

· #507021
קאצקע ציקער
ר'בערל איר מיזט זיך באריהיגן ער איז געהעריג געגאנגען מיט א בארד!...
קאצקע ציקער: איך האב געזעהן אינגאנצן אן אנדער בילד. כמו שתיארתי. איינס פון די צוויי מוז זיין א טעות.

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 1:16 pm

· #507046
Re: אפשטאם פין אידען - אשכנז
היסטאריע
כרם זית
אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
אינטערעסאנט. א ספר וואס ברענגט אלע גמרות וואס רעדן וועגן דער פסוק, און ער פאלעגירער? פין וועמען? פין די גמרא?
ער האט דאך א פירוש אויף די אלע מאמרי חז''ל.

לעצם הענין. איך האב אמאל געזען אויף 'אוצר החכמה' א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען הארט נאך דעם וואס ר' ברוך הלוי האט ארויסגעגעבן זיין חיבור. יענער טענה'ט אז אסאך פון די פירושים האט ער געשריבן פאר ר'ברוך כדי אריינצולייגן אין די ספר, אבער ר' ברוך האט עס אריינגעלייגט בשם עצמו.

אזוי אויך אני הקטן האט שוין איינמאל באמערקט (און דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס עס איז מיר אויסגעקומען צו לערנען זיין ספר!), ווי ער זאגט נאך א שיין חידוש בשמו וואס שטייט אין זיין טאטנ'ס ערוך השלחן.

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:53 pm

· #507056
און דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס עס איז מיר אויסגעקומען צו לערנען זיין ספר
ענווה פסולה

מונטסורי » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 7:58 am

· #510791
מונטסורי
לעצם הענין וואלט איך טאקע זייער געוואלט ליינען א קאמפריהענסיוו באשרייבונג איבער די נושא, אזוינס וואס זאל דעקן די origins פון די אשכנזים פון אלע זייטן, הן מצד זייער DNA הן מצד די שפראך, ווי אויך היסטארישע דאטא און היסטארישע סאציאלאגיע. אויב איינער קען רעקאמענדירן א בוך אדער אן אקאדעמישע פאפיר אויף די נושא וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
הוא מותיב והוא מפרק, איינער אויף טוויטער זוכט די זעלבע און האט באקומען אפאר ענטפערס, עטליכע ביכער און אקאדעמישע ארטיקלען. ברויך מען עס אונטערזוכן:
https://twitter.com/posenizzy/status/1585729691905757184

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 5:36 pm

· #510819
היסטאריע
שבת אחים שרייבט ערגעץ אנדרעש
אלע אשכנזישע אידן שטאמען פון בערך 400 מענטשען וואס די רוימער האבן ארויפגעברענגט פון בבל קיין איטאליע)
מיר איז דאס א חידוש. קיינמאל נישט געהערט.

ווי שטייט דאס?

איך געדענק אויך זעהן (אין ספר חמדה גנוזה) אז אסאך אידן פין פוילן זענען אפשטאמיגע פין אנוסים פין שפאניע. זעהט אויס זיי האבן נישט געהאלטען זייערע ספרדישע מנהגים. אולי משום כך האבן חסידים געהאט א ערוועקונג צוריק צו גיין צו נוסח ספרד.

טאמער איינער ווייסט נאך מעשיות און מקורות אויף יהדות אשכנז איז עס גאר אינטערעסאנט צו ברענגן.
איך האב שוין געשריבן (ערגעץ אנדערש אין קאווע שטיבל) אז די משפחה פונ'ם בעל ערוך השולחן. משפחת עפשטיין האבן אריגינאל געהייסן בנבנישתי. זיי זענען געווען פון די אנוסי ספרד אדער פארטוגאל. זיי האבן אויסגעוואנדערט קיין פולין (גדול) וואס רעכנט אריין ליטא. און דורך די יארן האבן זיי געטוישט דעם משפחה נאמען צו עפשטיין.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 8:18 pm

· #510827
כרם זית
היסטאריע
כרם זית
אגב, תורה תמימה איז טאקע א מוראדיגער ספר, אבער ער איז געווען א גרויסער פאליגראףַ.
אינטערעסאנט. א ספר וואס ברענגט אלע גמרות וואס רעדן וועגן דער פסוק, און ער פאלעגירער? פין וועמען? פין די גמרא?
ער האט דאך א פירוש אויף די אלע מאמרי חז''ל.

לעצם הענין. איך האב אמאל געזען אויף 'אוצר החכמה' א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען הארט נאך דעם וואס ר' ברוך הלוי האט ארויסגעגעבן זיין חיבור. יענער טענה'ט אז אסאך פון די פירושים האט ער געשריבן פאר ר'ברוך כדי אריינצולייגן אין די ספר, אבער ר' ברוך האט עס אריינגעלייגט בשם עצמו.

אזוי אויך אני הקטן האט שוין איינמאל באמערקט (און דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס עס איז מיר אויסגעקומען צו לערנען זיין ספר!), ווי ער זאגט נאך א שיין חידוש בשמו וואס שטייט אין זיין טאטנ'ס ערוך השלחן.
כרם זית: אויב ער האט נישט געגעבן דעם פארדינטן קרעדיט פאר דעם וועלכער האט איהם (בפירוש) נאכגעזאגט א ווארט מיט דעם תנאי ער זאלל עס דערמאנען בשמו איז ער א פלאגיאטאר. (נישט קיין פאליגראף). און ווען ער זאגט נאך א ווארט נישט בשמו פון זיין טאטן, האט ער פארפאסט מקיים צו זיין די מצוה פון כיבוד אב.

בכלל איז ער נישט געווען קיין גרויסער בעל מידות. ווער ס'ליינט זיין ביכל..."מקור ברוך"... קען זיך דאס אליין איבערצייגן. אויסער די סאך שטותים און נארישקייטן וואס ער פארצייכנט דארט, האלט ער אין איין האקן אויף חסידים. מיט די געמיינסטע אויסדרוקן און השמצות. ווי ס'זעהט אויס האט ער געהאט א פערזענליכע אגענדא איבער דעם. לעומת ביי זיין טאטן, דעם בעל ערוך השולחן קענמען ארויסזעהן דאס איידלקייט אין א יעדע שורה. ווען איך האב צום ערשטן מאל געזעהן א פיקטשער פון זיין צורה האביך באלד איינגעזעהן אז מ'זעהט א מגושמ'דיגע פרצוף. אן א זכר פון א בארד...!

כרם זית » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 8:52 pm

· #510831
Re: אפשטאם פין אידען - אשכנז
ר'בערל, כ'בין מודה ער איז געווען אן אינטערעסאנטע מענטש, אבער פארוואס א מגושם?

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 10:18 pm

· #510842
כרם זית: ער איז געווען בלי שום ספק א גרויסער ת"ח און ידען. א ראיה. זיין מאנומענטאלער חיבור תורה תמימה. אבער פון ליינען זיין ביאגראפיע קענמען זעהן אז ער איז (ליידער) נישט געווען אויסגעארבעט אין מידות. ווי ס'וואלט זיך געפאסט פאר אזא גרויסן תלמיד חכם. און א מיוחס. אויב דו קענסט ליינען זיינע ..."נאטיצן" אין דעם ביכל מקור ברוך וועסטו שוין זעהן אז פון דארט קענמען זיך נישט ארויסלערנען שיינע הנהגות און מידות טובות. די מערסטע איז טריוויאלע נאטיצן און באמערקונגען. אויך עטליכע וויכטיגע און אינטרעסאנטע זאכן וואס ער האט פארצייכנט. אבער הויפטזעכליך זיינע ווילדע און אומבאגרעניצטע אטאקעס אויף חסידים בכלל איז זייער מאדנע...!

כרם זית » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 10:48 pm

· #510847
Re: אפשטאם פין אידען - אשכנז
וועלכע אטאקעס שרייבט ער אויף חסידים?

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 10:55 pm

· #510848
כרם זית: איך קען יעצט נישט פונקטליך אנווייזן וואו דאס איז. נאר איך געדענק האבן געליינט אין זיין ..."ספר"... ממש די ערגסטע באשולדיגונגען אויף ..."חסידים". אז זיי זענען גנבים און שווינדלערס און שקרנים. לעכערליכע טשארדזשעס פון א פערזענליכע שנאה צו א גרופ פון מענטשן וועים ער קען נישט פערזענליך.