☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז

א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15434
בלאט: 1 2

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 1:53 pm

· #505980
א מעקווערדיגע באמערקונג האט נארוואס אויפגעבליצט אין מיין מוח.

אין די לעצטע טעג האב איך באזוכט צווי פארשידענארטיגע אשכולות דא אין שטיבל. פון איין זייט דעם אשכול דארט האב איך געזען ווי סאטמארער פאשקעווילן באטיטלען אן איד אלץ אן ''אפיקורס'' און אז ''זייט שבתי צבי ימ"ש און מענדלסאן ימ"ש איז נאך נישט געווען אזא כופר'' און זאגאר מ'טאר נישט דערמאנען זיין נאמען אום שבת''. וכל זאת למה? ווייל ער האט דערמאנט די השקפה פון זיין פעטער וואס שטימט נישט הונדערט פראצענט מיטן שיטה פון רבענזיכרונולעברוכע.
דאקעגן האב איך געזעהן דער אשכול פון טאמבל סאס איבער א איד וועלכע די סאטמארער פאשקעווילן באטיטלן אלץ ''אדם גדול בענקים און ''הקדוש''. וכל זאת למה? ווייל אין א געוויסע שטאפל אין זיין לעבן ער האט געפייט קעגן די מדינה.

דער ערשטע אשכול איז די רעדע איבער א רבי פון א ריזיגע חצר וועלכע- אן אריינגיין אין פערזענליכע עקספעקטן- האט אוועקגעשטעלט א דור פון ערליכע אידן און מוסודות'ן און דער צווייטער אשכול איז דער רעדע איבער א מיסטעריעזע וואנזיניגע האמאסעקסואל א מחלל שבת.

און יעצט צום פינטל : פון די סאטמארע שטאדנקפונקט אויס קענסטו זיין א האמאסעקסואל א מחלל שבת און הייסן א קדוש און דאקעגן קענסטו זיין א רבי פאר טויזענטע ערליכע חסידים און הייסן א רשע, אפיקורס, ימ"ש. אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי איין זאך וואס קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז עכט ''ציונות''.

הצלחה!

יאסל ראקאווער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 7:24 pm

· #506153
איך האב פארברענגט אפאר שעה טרעוועלען מיט א פייוו טאון איד היינט. איז מיר אויסגעקומען אים צו פארציילן וועגן די פרישע מלחמה צווישען בעלז און סאטמאר און איך האב אים איבערגעזאגט די תוכן פון די בעלזע רבי'ס דרשה.

זאגט ער מיר דער בעלזע איז wrong. די מדינה איז א שטיק נס זאגט ער. וויאזוי קען ער אפילו זאגן אז ס'איז א גאולה טבעי?

מרדכי מרדכי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 8:14 pm

· #506163
יאסל ראקאווער
איך האב פארברענגט אפאר שעה טרעוועלען מיט א פייוו טאון איד היינט. איז מיר אויסגעקומען אים צו פארציילן וועגן די פרישע מלחמה צווישען בעלז און סאטמאר און איך האב אים איבערגעזאגט די תוכן פון די בעלזע רבי'ס דרשה.

זאגט ער מיר דער בעלזע איז wrong. די מדינה איז א שטיק נס זאגט ער. וויאזוי קען ער אפילו זאגן אז ס'איז א גאולה טבעי?
איך האב א פילינג אז די ווייסט נישט קלאר וואס בעלזא רב האט געזאגט. נישט געווען קיין 1 ווארט פון גאולה טבעי, דאס איז סאטמארע שקרים

יאסל ראקאווער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 9:25 pm

· #506172
טאקע נישט בזה הלשון אבער לאמיר עס אויסשמוסען..

דער בעלזע רבי זאגט דריי געדאנקען אין זיין דרשה
1) משיח קען קומען בדרך טבע (לויט די בעלזע רבי איז שוין די באן געווען א שטיקל התחלה פון א גאולה)
2) די מדינה איז אויך א חלק פון די phased גאולה. אזוי האט די פעטער געזאגט.
3) בלימוד (כאילו הקריב עולה) ובמחשבה איז מען מקיים אלע מצוות ווי א מלאך.

קומט אויס אז מ'איז אויסגעלייזט. איי סאיז נאר די מדינה? איי סאיז נישט דא קיין קרבנות? איי משיח איז נישט דא? משיח איז דא בדרך טבע, די מדינה איז א חלק דערפון און קרבנות דארף מיר נישט. בעסער גאר במחשבה. וואו, טאקע א הייליגע שיטה!

די סאטמערע האבן א פראבלעם מיט אלע דריי. אבער צוזאמען איז א פאטאלע blow צו די סאטמערע שיטה וואס פארלאנגט פיינט צו האבן בתכלית השנאה אלעס ציונות משום משנאך השם אשנא. און די מדינה איז אבי אבות הטמאה.

מרדכי מרדכי » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:46 pm

· #506181
ראקאווער די דרייסט א קאפ
אדער אפשר ביסטו א רבי וואס זאגט תורות אויף בעלזע רב'ס דיבורים

נישט אז משיח קען קומען בדרך הטבע נאר קיבוץ נדחי ישראל עס האט מיט די מדינה גארנישט אריינגעלייגט די באן איז נאר זיך אויסצי משלן אז עס קען זיין אז זאך (פאר עס איז געווען א באן וואלט מען זיך נישט געקענט פארשטעלן אזא זאך ווי קיבוץ נדחי ישראל בדרך הטבע)
די מדינה איז נאר וואס די אור החיים האט געזאגט אז ארץ ישראל גייט זיין אויפגעבויט פאר משיח גייט קומען אויב גייט מען זוכה זיין וועט עס זיין בדרך התורה (לא זכינו)

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 6:57 am

· #506200
וואס איז די רבותא פון א מיינונג פון א פייוו טאון יוד, און אז מ'איז געפארן אפאר שעה?
און ס'אינטערעסירט מיר אזוי ווייניג סאטמארער רב'ס שיטה. כ'ווייס נאר, אז די גמרא און מדרשים זענען פול מיט קלארע דערקלערונגען, אז די גאולה קומט קמעה קמעה. דאס הייסט אז משיח קומט בדרך הטבע צוביסלעך, און צענדליגע 'עכטע' צדיקים האבן געזאגט, אז דאס האט זיך שוין לאנג אנגעהויבן, און מ'דארף זיין א פלאכע רעמענישער אידיוט צו זאגן אז די מדינה איז נישט קיין חלק דערפון.

לך לך » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 1:31 pm

· #506220
קאצקע ציקער
ק פ

דברי מוחאה געהערט געווארן דעם שבת קודש פון אדמ"ר מוויזניץ ירושלים קעגן די דברי בלע געזאגט געווארן דורך ר' ברוך נתן האלבערשטאם מ'סאטמאר לונדון.
פרייטאג צונאכט ביי טיש האט די רבי זיך אויסגעדריקט, מען מעג זיין א קנאו און זאגן דברי קנאות, אבער דאס לשון וואס א רב אין לונדון האט זיך אויסגעדרוקט אנטקעגן א מנהיג ישראל וואס האט אויפגעשטעלט א חסידות מיט טויזנטער חסידים ארום די וועלט מיט קדושה וטהרה מיט הונדערט דיינים און מוסדות ארום די גאנצע וועלט, אזעלכע לשונות האט נישט געמעגט געזאגט ווערן איך האף אז דע רב וועט תשובה טון אויף זיינע ווערטער
די מעשה גייט שוין ווייטער
אדמו"ר מוויזניץ האט נעכטן גערעדט אין סטאלין זאגענדיג אז ר' ברוך נתן האט איהם פארגעהאלטן פארן מוחה זיין, געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט מוחה געווען אויף בעלז...
גיי ווייס

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 8:12 pm

· #506248
אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער....................................

אינטרעסאנט, אויף וועמן מעג מען נישט רעדן - איינער וואס האט אויפגעשטעלט א ווערטשאפט. נישט ווייל ער איז א איד, נישט ווייל איינער האלט אים פערזענליך פאר עפעס מער ווי א צווייטן, נאר צוליב זיין סוקסעספול ביזנעס עמפייר.

די צוויי מחאות דעזערוון איינער די צווייטן
געוויינליך קאמענטיר איך און קריטיקיר נישט א צווייטנ'ס דיבורים... אבער אין אויסער געוויינליכע פעלער..זאג איך יא. דו נעמסט (לכאורה) ארויס א פאלשן לימוד פון די רייד פון וויזשניצער רבי שליט"א. ער האט נישט געזאגט אז מ'דארף מוחה זיין וייל יענער אדמו"ר האט א סוקסעספולע ביזנעס. (כדבריך). נאר ווייל ער איז אן אדם חשוב וועלכער האט א סאך געהארעוועט און געהאט סייעתא דשמיא אויפצושטעללן אזא מלוכה...און בכלל טאר מען נישט רעדן קיין דברי בלע אויף א צווייטן איד (אזוי ווי דו.)

signout » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 1:56 pm

· #506298
ביטע הער אויף מיט דיינע וואולגארישע תגובות און שרייב מיט דרך ארץ אויף מנהיגי ישראל!

מנהל

חיים'ס ישיבה » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 2:36 pm

· #508565
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 3:18 pm

· #508652
חיים'ס ישיבה
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031
דער שרף פון וואודריטש האט קינדער וואס וועלן עהם קענען ממשיך זיין?

פרנס החודש » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:56 pm

· #509588
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
באהעלפער
חיים'ס ישיבה
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031
דער שרף פון וואודריטש האט קינדער וואס וועלן עהם קענען ממשיך זיין?
בנו ראש ישיבת בית הלל שליט״א וועם ער באטיטלט ״בן סורר ומורה״

יין שרף » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:13 pm

· #509595
פרנס החודש
באהעלפער
חיים'ס ישיבה
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031
דער שרף פון וואודריטש האט קינדער וואס וועלן עהם קענען ממשיך זיין?
בנו ראש ישיבת בית הלל שליט״א וועם ער באטיטלט ״בן סורר ומורה״
OMG, why?

Nanach » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:26 pm

· #509598
פרנס החודש
באהעלפער
חיים'ס ישיבה
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031
דער שרף פון וואודריטש האט קינדער וואס וועלן עהם קענען ממשיך זיין?
בנו ראש ישיבת בית הלל שליט״א וועם ער באטיטלט ״בן סורר ומורה״
פארוואס זאגסטו אזוי? איך בין געווען ביי א חתונה פון וואס ער איז געווען א מחותן און איך האב געזעהן ווי זיי פארברענגן זייער שיין

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 12:30 am

· #509651
יין שרף
פרנס החודש
באהעלפער
חיים'ס ישיבה
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031
דער שרף פון וואודריטש האט קינדער וואס וועלן עהם קענען ממשיך זיין?
בנו ראש ישיבת בית הלל שליט״א וועם ער באטיטלט ״בן סורר ומורה״
OMG, why?
ער האט אוועקגעטראגן זיין ישיבה פון וואדריזש.
איך קען אבער מעיד זיין אז זיי האבן זיך באמת ליב און שעצן איינער דעם צווייטן. זיי זענען זייער נאנט.
לגבי המשכה איז דער זון בכלל נישט די טאטע'ס סטייל.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 12:49 am

· #509652
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
בן סורר ומורה באט זייער נאנט און שעצן זיך איינער דעם צווייטן ?

באהעלפער » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 8:05 am

· #509662
כ'קען נישט דעם זון, אבער מ'רעדט נישט דא פון הילל קעפעטש?

חיים'ס ישיבה » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 12:35 pm

· #509688
פרנס החודש
באהעלפער
חיים'ס ישיבה
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש שליט"א: בהירות נפלא על סדר גאולתן של ישראל שיהיה במהרה בימינו - ובתוכן גם על רשימות שרשם הגה"צ מבולגרייא מה ששמע מאחיו רבינו אהרן קדוש ה' מבעלזא זי"ע
https://www.kolhalashon.com//New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=33561031
דער שרף פון וואודריטש האט קינדער וואס וועלן עהם קענען ממשיך זיין?
בנו ראש ישיבת בית הלל שליט״א וועם ער באטיטלט ״בן סורר ומורה״
"שקר גס" איך האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט אזוי רעדן אויף אים. ווען נאר ער דערמאנט אים ביי זיינע שיעורים רופט ער אים "בני בכורי הרב רבי יעקב משה"

תרמב » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 11:22 am

· #509739
נעקסט לעוועל
בן סורר ומורה באט זייער נאנט און שעצן זיך איינער דעם צווייטן ?
מ'דארף כאטש אביסל קענען די מהות פונעם הייליגן רבי איציקל וואודריזשער פאר מ'הייבט אן פרעגן קשיות, און איינע פון די וועקערס איז דא א גוטע באשרייבונג איבער אים וואס קען דינען אלס א גוטע התחלה, אבער די בעסטע איז אראפצוגיין כאפן א שמועס מיט אים, וועסט נישט חרטה האבן, דער איז מלא וגדוש אין יעדע נושא וואס דו וועסט נאר רעדן מיט אים.

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 1:46 pm

· #509748
תרמב
נעקסט לעוועל
בן סורר ומורה באט זייער נאנט און שעצן זיך איינער דעם צווייטן ?
מ'דארף כאטש אביסל קענען די מהות פונעם הייליגן רבי איציקל וואודריזשער פאר מ'הייבט אן פרעגן קשיות, און איינע פון די וועקערס איז דא א גוטע באשרייבונג איבער אים וואס קען דינען אלס א גוטע התחלה, אבער די בעסטע איז אראפצוגיין כאפן א שמועס מיט אים, וועסט נישט חרטה האבן, דער איז מלא וגדוש אין יעדע נושא וואס דו וועסט נאר רעדן מיט אים.
ער איז א פארטיגער גלח, אבער מיט יודישקייט און קדושה האט ער נישט קיין שום פארבינדונג.

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 3:32 am

· #510244
דער איד אנטשולדיגט זיך אז עס איז בטעות אריין א דרשו עד מיט א בילד פון בעלזא רבי דערויף.
אז מען איז מקיל צו לייגן א דרשו עד.. קוק וואו מען קען אנקומען רח"ל...
📎 Screenshot_20221014-033002_Twitter.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 3:49 am

· #510246
זיכער: עבירה גוררת עבירה. נישט ח"ו דער (העיליגער) איד. נאר אז מ'רעדט שוין פון (יענעמ'ס) עבירות. איז כדאי אויפצוברענגען אז ס'איז דא א צייטשריפט (כ'וויל דערווייל נישט ארויסזאגן זייער נאמען) וועלכע איז אינגאנצן אראפ פון דרך רבותינו הקדושים. (רח"ל). זיי האבן אין די יו"טדיגע אויסגאבע געברענגט א באשרייבונג פון איינעם א מגולח מיט א טשופ וועלכער לערנט פאר דף היומי, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אין די מדינה הטמאה. דאס דארפן אונזערע קינדער צו ליינען? אונז ערליכע אידן, מיט הרב צימערמאן זאלל ווערן געזינט, גרייטן צו א פעסטע מחאה ביי די טויערן פון די (טמא'נע) רעדאקציע פון די ציונים. די פלאקאטן זענען שוין גרייט. אויך די פאשקעוויללן וואס אונז גרייט מיר זיך צו ווארפן. ווער ס'קען ווערט געבעטן זיך צו צושטעללן צו די מחנה מקנאי קנאת ה' צבקות. און אויסשרייען דעם דבר ה'.
בלאט: 1 2