☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז

א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15434
בלאט: 1 2

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 1:17 pm

· #505126
א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
דעם פארגאנגענע מוצאי שבעה עשר בתמוז ביין אויספאסטן האט דער בעלזא רבי דערמאנט ביי די דברות קודש בשם מהר"א מבעלזא, אז ער האט געהאלטן אז די מדינה מעג זיך אויפבויען און אידן מעגן עס איבערנעמען פאר ביאת משיח, און אויך אז קיבוץ גליות וועט מעגליך זיין על פי דרך הטבע.

דאס האט ארויסגעברענג בייז בלוט ביי סאטמאר, און אין דער איד האט איינער אפגעשריבן א שארפע ארטיקל איבער דער "מסית" וואס רעדט כפירה פאר זיינע חסידים.

מהרז"ל מסאטמאר האט אויך דערמאנע ביי א דרשה די דברות קודש פון בעלזא רב.. און ער האט ארויסגעברעגט אז שוחד יעור עיני חכמים "ויסלף דברי צדיקים"...

די בעלזע בית דין אין ירושלים האט ארויסגעגעבן א שארפע מחאה קעגן "דער בלאט" (עס פארטוישנדיג מיט דער איד) פארן שרייבן דברי זולזול קעגן זייער אדמו"ר.

וועט מען זען וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 1:18 pm

· #505127
די צעטלעך
📎 IMG_20220727_130746_054.jpg 📎 IMG_20220727_130756_116.jpg 📎 IMG_20220727_130759_874.jpg

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 1:20 pm

· #505128
דרשה פון בעלזא רב
https://t.me/YiddishlechPolitics/4295

דרשה פון מהרז"ל מסאטמאר
https://t.me/YiddishlechPolitics/4297

שאלתיאל » מיטוואך יולי 27, 2022 2:24 pm

· #505133
אין חדש תחת השמש. בעלזער רב איז שוין פונלאנג אן ''אפיקורס-מין-ציוני-מתחנף לרשעים-סר מן הדרך רח"ל'', די אויערן האבן שוין פיל מאל מצלנה געווען און דער לאנד האט שוין אסאך זיך מזדעזע געווען ת"ק על ת"ק פרסה צוליב זיינע זינד. ער פארנעמט שוין יארן לאנג אן אויבנאן אין דער איד האס גאלעריע צוזאמען מיט נאך הונדערטע טויזענטע אידן וועלכע קומען נישט נאך די קריטאריאנען פון די ''יהדות הנאמנה-שלומי אמוני ישראל'' ווי ס'איז איבערגעגעבן עקסקלוסיוו צום רבי'ן זי"ע דורך גאט אליין כידוע מפורסם.

טראכטכמוני » מיטוואך יולי 27, 2022 4:27 pm

· #505135

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 6:02 pm

· #505148
יא אבער דער איד האט געשריבן אסאך שארפער, אנרופענדיג די בעלזא רבי א מסית ומדיח.

נאך א מיינונג » מיטוואך יולי 27, 2022 6:38 pm

· #505156
א פערפעקט שידוך!
צוויי בעיביס שלאגן זיך אויף דברים של מה בכך!

זאלן זיי ביידער האבן הצלחה אין זייער מלחמה של וויכטיגקייט, און אלע אידן לאזן צורו.

חב''ד הויזן » מיטוואך יולי 27, 2022 7:21 pm

· #505160
עצי שטים
יא אבער דער איד האט געשריבן אסאך שארפער, אנרופענדיג די בעלזא רבי א מסית ומדיח.
געעפנט א פיסק, פירער פון בעלזא... גאר גאר מיאוס.

כ'פארשטיי בכלל נישט פשט אז סאטמאר, סיי דער איד און סיי דער בלאט זאלן אויסלערנען פאר בעלזא וואס בעלזא רב האט געהאלטן. שטעל דיך פאר בעלזא טוט אזאנס מיט סאטמאר....

קרעפלעך » מיטוואך יולי 27, 2022 7:24 pm

· #505161
חב''ד הויזן
עצי שטים
יא אבער דער איד האט געשריבן אסאך שארפער, אנרופענדיג די בעלזא רבי א מסית ומדיח.
געעפנט א פיסק, פירער פון בעלזא... גאר גאר מיאוס.

כ'פארשטיי בכלל נישט פשט אז סאטמאר, סיי דער איד און סיי דער בלאט זאלן אויסלערנען פאר בעלזא וואס בעלזא רב האט געהאלטן. שטעל דיך פאר בעלזא טוט אזאנס מיט סאטמאר....
בעלזא האט געטון מער דערפון, סאטמאר רב האט זיך דאך געהאלטן פאר א בעלזא ממשיך מיט זיין שיטה פון קנאות

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 27, 2022 8:14 pm

· #505164
אין בעלזא ווייסט מען קוים צי זאגן פון די גאנצע סומאטאכע (וואס אגב פאר אלע העיטערס, יעצט בין איך נאכאמאל פראwד צי זיין א בעלזער), איך האב אויסגעפינען פון דעים דא אויף ק"ש.
ס'זעיט מער אויס אז מהרז"ל און מהר"א מאכן א טיק טאק טשעלענדזש ווער ס'קען מער מוחה זיין, איך פערסענעלי פארשטיי נישט פארוואס די בעלזא בית דין האט זיך אראפ געלאזט צי די מחאות שפיל, לאז זיי זיך משוגע מאכן און געב זיי אפילו נישט קיין קרעדיביליטי.

yn.NY » מיטוואך יולי 27, 2022 8:31 pm

· #505166
קהל'ס נער
אין בעלזא ווייסט מען קוים צי זאגן פון די גאנצע סומאטאכע (וואס אגב פאר אלע העיטערס, יעצט בין איך נאכאמאל פראwד צי זיין א בעלזער), איך האב אויסגעפינען פון דעים דא אויף ק"ש.
ס'זעיט מער אויס אז מהרז"ל און מהר"א מאכן א טיק טאק טשעלענדזש ווער ס'קען מער מוחה זיין, איך פערסענעלי פארשטיי נישט פארוואס די בעלזא בית דין האט זיך אראפ געלאזט צי די מחאות שפיל, לאז זיי זיך משוגע מאכן און געב זיי אפילו נישט קיין קרעדיביליטי.
קענסט זיין רואיג, כהער זאגן אז די גאנצע בריוו פון בעלזא בית דין איז שקר וכזב. סקומט פון אפאר לצים וואס האבן אויפגעלעבט פון די גאנצע סאמאטוכע...

קל וחומר » מיטוואך יולי 27, 2022 11:37 pm

· #505189
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
ס'איז יתכן אז דא ליגט א טיפערע כונה, כידוע איז די גאנצע אנטי ציונות מערכה אויף וואס סאטמאר האט זיך געבויט שוין היבש אירעלעוואנט, דהיינו די מדינה איז קאי וקיים, די וואס נעמען נישט געלט און גייען נישט צו בחירות טוען דאס זייעריגע און די איבעריגע לעבן ווי אידן אין זייערס א לאנד.
קען מען אבער חלילה נישט אויפגעבן דאס ענין פון מחאה, טרעפט מען נייע ענינים, גיוס בני ישיבה (א לאך אין קאפ), גראבן קברים (של עכו"ם), גזירת החינוך, ענד דע ליסט גאוס אן...

איז דער בעלזער אויפגעקומען מיט א נייעם בליץ, נעמליך ער גייט אנפאנגען פראווען ציונות בריש גלי אזוי אז סאטמאר זאל ווערן שטארק אריינגעטאן אינעם מערכה דערקעגן און אויפהערן משוגע מאכן דעם עולם אויף יעדע שינוי לטובה וואס קומט פאר אויף דער וועלט.

כמובן איז דאס גאנץ א ווילד געדאנק, אבער ס'האט מיר געבאדערט פארוואס זאל ער ווארטן ביז די אכציג צו זאגן א זאך וואס ער האלט און ווייסט, בפרט ווען מ'רעדט פון אן אדמו"ר וואס האט זיך נאך אין לעבן נישט איינגעהאלטן וואס קומט אים אויף ס'בויך.
כולי האי ואולי.

מיליאנער » מיטוואך יולי 27, 2022 11:44 pm

· #505190
קל וחומר
כמובן איז דאס גאנץ א ווילד געדאנק, אבער ס'האט מיר געבאדערט פארוואס זאל ער ווארטן ביז די אכציג צו זאגן א זאך וואס ער האלט און ווייסט, בפרט ווען מ'רעדט פון אן אדמו"ר וואס האט זיך נאך אין לעבן נישט איינגעהאלטן וואס קומט אים אויף ס'בויך.
כולי האי ואולי.
דאס איז דאך ממש די קשי' וואס דער בלאט פרעגט.

זיי האבן געצויגן א אנדערע מסקנא...

שמעון וואלף » מיטוואך יולי 27, 2022 11:50 pm

· #505192
yn.NY
קהל'ס נער
אין בעלזא ווייסט מען קוים צי זאגן פון די גאנצע סומאטאכע (וואס אגב פאר אלע העיטערס, יעצט בין איך נאכאמאל פראwד צי זיין א בעלזער), איך האב אויסגעפינען פון דעים דא אויף ק"ש.
ס'זעיט מער אויס אז מהרז"ל און מהר"א מאכן א טיק טאק טשעלענדזש ווער ס'קען מער מוחה זיין, איך פערסענעלי פארשטיי נישט פארוואס די בעלזא בית דין האט זיך אראפ געלאזט צי די מחאות שפיל, לאז זיי זיך משוגע מאכן און געב זיי אפילו נישט קיין קרעדיביליטי.
קענסט זיין רואיג, כהער זאגן אז די גאנצע בריוו פון בעלזא בית דין איז שקר וכזב. סקומט פון אפאר לצים וואס האבן אויפגעלעבט פון די גאנצע סאמאטוכע...
ווען איך האב געזעהן די בריוו האב איך גראדע געהאלטן ס'איז פאלש.
שוואכע ארבעט

חב''ד הויזן » מיטוואך יולי 27, 2022 11:59 pm

· #505194
כ'ווייס נישט צו ס'אמת אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז א בית דין איז נישט מוחה אויף א צייטונג. א צייטונג איז מוחה אויף א צייטונג.

פרנס החודש » דאנערשטאג יולי 28, 2022 12:28 am

· #505195
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
קל וחומר
ס'איז יתכן אז דא ליגט א טיפערע כונה, כידוע איז די גאנצע אנטי ציונות מערכה אויף וואס סאטמאר האט זיך געבויט שוין היבש אירעלעוואנט, דהיינו די מדינה איז קאי וקיים, די וואס נעמען נישט געלט און גייען נישט צו בחירות טוען דאס זייעריגע און די איבעריגע לעבן ווי אידן אין זייערס א לאנד.
קען מען אבער חלילה נישט אויפגעבן דאס ענין פון מחאה, טרעפט מען נייע ענינים, גיוס בני ישיבה (א לאך אין קאפ), גראבן קברים (של עכו"ם), גזירת החינוך, ענד דע ליסט גאוס אן...

איז דער בעלזער אויפגעקומען מיט א נייעם בליץ, נעמליך ער גייט אנפאנגען פראווען ציונות בריש גלי אזוי אז סאטמאר זאל ווערן שטארק אריינגעטאן אינעם מערכה דערקעגן און אויפהערן משוגע מאכן דעם עולם אויף יעדע שינוי לטובה וואס קומט פאר אויף דער וועלט.

כמובן איז דאס גאנץ א ווילד געדאנק, אבער ס'האט מיר געבאדערט פארוואס זאל ער ווארטן ביז די אכציג צו זאגן א זאך וואס ער האלט און ווייסט, בפרט ווען מ'רעדט פון אן אדמו"ר וואס האט זיך נאך אין לעבן נישט איינגעהאלטן וואס קומט אים אויף ס'בויך.
כולי האי ואולי.
מסכים, דאס איז גאנץ זיכער א ביינדל צום הונט עז זאל זיין פארנומען, זיי זענען דאך קוים אריבער אונטער מחוז החרדי. זיי קענען באשטיין אז סאטמאר זאל צומישט ווערן און נישט כאפן ווי די ריכטיגע סכנה ליגט, סאטמאר קען אבער אויך באשטיין צו אנהויבן אריינברענגען מער סעקולערע לימודים, זא כאפן זיי זיך צו צו דעם און שרייען מיט די גאנצע ברען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:44 am

· #505205
איך זעה דער איד די וואך איז ווייטער צולאזט, זיי לייגן אריין די אור-אלטע מחאות אקעגן בעלזא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:29 pm

· #505254
עצי שטים
דעם פארגאנגענע מוצאי שבעה עשר בתמוז ביין אויספאסטן האט דער בעלזא רבי דערמאנט ביי די דברות קודש בשם מהר"א מבעלזא, אז ער האט געהאלטן אז די מדינה מעג זיך אויפבויען און אידן מעגן עס איבערנעמען פאר ביאת משיח, און אויך אז קיבוץ גליות וועט מעגליך זיין על פי דרך הטבע.

דאס האט ארויסגעברענג בייז בלוט ביי סאטמאר, און אין דער איד האט איינער אפגעשריבן א שארפע ארטיקל איבער דער "מסית" וואס רעדט כפירה פאר זיינע חסידים.

מהרז"ל מסאטמאר האט אויך דערמאנע ביי א דרשה די דברות קודש פון בעלזא רב.. און ער האט ארויסגעברעגט אז שוחד יעור עיני חכמים "ויסלף דברי צדיקים"...

די בעלזע בית דין אין ירושלים האט ארויסגעגעבן א שארפע מחאה קעגן "דער בלאט" (עס פארטוישנדיג מיט דער איד) פארן שרייבן דברי זולזול קעגן זייער אדמו"ר.

וועט מען זען וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן
עצי שיטים: דער בעלזא ביד"צ האט זיך גארנישט שטארק טועה געווען. ווייל דער בלאט (הרב ש.ב. מרגליות) האט אויך געשריבן אקעגן בעלזא רב. נאר נישט מיט אזעלכע לשונות של גנאי ווי דער איד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:51 pm

· #505260
עצי שטים
יא אבער דער איד האט געשריבן אסאך שארפער, אנרופענדיג די בעלזא רבי א מסית ומדיח.
כאילו דער איד פרעדיגט נישט קיין ציונות. אין איד וועסטו טרעפן מער ציונות ווי אין סיי וועלכן אנדער'ן אידישן וואכנבלאט. ווען זיי ברענגען אראפ רעפארטס פון פאר די בחירות (הטמאות)( און די בחירות אליינס. מיט אלע פרטי פרטים און פיטשעוועקעס פונקט אזוי ווי אלע פרייע צייטונגען אין ארץ ישראל. וואס איז עכט נישט נוגע פאר אן ערליכן, חסיד'ישן איד אין אמעריקע. זיי מעגן. וויל דאס קנאות שטייט איין ביי זיי.

פצעי » דאנערשטאג יולי 28, 2022 10:10 pm

· #505265
עצי שטים
די בעלזע בית דין אין ירושלים האט ארויסגעגעבן א שארפע מחאה קעגן "דער בלאט" (עס פארטוישנדיג מיט דער איד) פארן שרייבן דברי זולזול קעגן זייער אדמו"ר.

וועט מען זען וויאזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן
כ'האלט אז זיי האבן גארנישט פארטוישט.
רז"ל מיט זיין חסידות זענען ברייט באקאנט מיטן גיין מיטן קאפ אין וואנט איבער בעלזא כ'מיין דאס האט'עך די רבי הדברי יואל זי"ע געוואלט... נישט קיין חילוק צו ער האט זיך געוואלט איבערבעטן צו נישט אזש ביזן זיין גרייט צו שיקן א מנין צום ציון הקדוש, רז"ל דארף די מחלוקה ווי ליפט צום אטעמען דאס האלט צוזאם זיין באזע פון די אהבה מסותרת עקסטרעמיסטן ( עכ"פ אזוי האט ער געמיינט ביזן קאמאן קאור מערכה ) אין צו אננעמען די ביטע פאר שלום פון בעלזא איז ביי אים יהרוג ועל יעבור דאס מיינט טויט פאר זיין השררה, רז"ל פארקויפט דאך נישט קיין שום זכות עצמו דאס איינציגסטע זאך וואס האלט צוזאם דאס חסידות זיינע איז רעבע זעכרוינע לבראכא, כאטש וואס חרטה אין תשובה העלפט אפילו ביים רבש"ע דער מלך מלכי המלכים האט עס עפעס נישט אנגעטראפן דעם נועם המידות פון וויליאמסבורג.
אלענפאלס האלט איך אז בעלז קוקט אן דאס אומציווילעזירטע חסידות פון רז"ל ווי א זאך וואס מען דארף ניטאמאל בארירן אין אנקוקן אדער זיך בכלל רעכענען.

אבער ווען דער בלאט איז געקומען אין אפען אין גראב נישט ווי אייביג באהאלטן צווישן די ליניעס נאר גראב אראפגעריסן דעם פירער זייערע האט עס זיי געטראפן אין פינטל, סאטמאר מהר"א איז א חסידות מיט וועם זיי רעכענען זיך יא אין דאס האט פארלאנגט פון זיי א מחאה נמרצה תיכף ומיד

מתבודד » פרייטאג יולי 29, 2022 12:50 am

· #505266
האלסט טאקע אזוי?? לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל. בעלזא לאכט פון ביידע סאטמארס, אבער פאר א פגיעה בכבוד רבם גייען זיי זיך אננעמען either way, imho.

ששון ושמחה » פרייטאג יולי 29, 2022 9:32 am

· #505280
.
📎 FY1kM_eXoAAGDyk.jpeg

צקון לחש » פרייטאג יולי 29, 2022 10:01 am

· #505281
ששון ושמחה
.
"זעקת הגולה", וואס דארף מען מער פון דעם...

מתבודד » פרייטאג יולי 29, 2022 10:39 am

· #505283
”נאך ערגער פון מנדלסון”...
What a language...
צומאל קוקט עס אויס ווי אזא פארמעסט ווער ס’קען אויפקומען מיט שרעקעדיגערע אויסדרוקן און עקסטרימיסטישע געשרייען.
איינער זאל זאגן פאר הלברשטאם אז אויב וועט ער שרייען אויף בעלזא רבי לעט’ס גאו ברענדאן, האט ער געוואונען די קאנטעסט!

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 29, 2022 11:54 am

· #505284
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 29, 2022 11:56 am

· #505285
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
ששון ושמחה
.
כ'ווינדער מיך אסאך מאל פארוואס אזויפיל פון אונז חסידישע אידן בחורים און מיידלעך דרייען אויס זייער גענאק צו אונזער חסידישע קאלטור און גייען זוכן עפעס אנדערש? מיט אלע אונזערע חסרונות פארמאגן אונז חסידים אסאך מעלות וואסי נישט פארהאן אין די דרויסענדע וועלט.
אבער ווען כ'ליין אזא בריוו ווינדער איך מיך פארוואס אזויפיל בלייבן יא דא?? אחוץ אז רוב ווייסן טאקע אז די אלע אזאנע בריוון און מחאות זענען

שרייב נישט קיין מיאוס'ע ווערטער אפילו מיט שטערענדלעך. מנהל

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 29, 2022 11:58 am

· #505286
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 29, 2022 1:36 pm

· #505289
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
דער גאלדענער אדלער
ששון ושמחה
.
כ'ווינדער מיך אסאך מאל פארוואס אזויפיל פון אונז חסידישע אידן בחורים און מיידלעך דרייען אויס זייער גענאק צו אונזער חסידישע קאלטור און גייען זוכן עפעס אנדערש? מיט אלע אונזערע חסרונות פארמאגן אונז חסידים אסאך מעלות וואסי נישט פארהאן אין די דרויסענדע וועלט.
אבער ווען כ'ליין אזא בריוו ווינדער איך מיך פארוואס אזויפיל בלייבן יא דא?? אחוץ אז רוב ווייסן טאקע אז די אלע אזאנע בריוון און מחאות זענען

שרייב נישט קיין מיאוס'ע ווערטער אפילו מיט שטערענדלעך. מנהל
גערעכט! אבער פארוואס אויסמעקן די אנדערע חלק פונעם תגובה??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

יאסל ראקאווער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:17 pm

· #505294
ששון ושמחה
.
אפשר דארף מען איבער קוקען די מחלוקות מיט הרב מענדעלסאן. קוקט אױס ער איז נישט ערגער ווי בעלזע רבי שליט"א

יאסל ראקאווער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:26 pm

· #505296
עצי שטים
דרשה פון בעלזא רב
https://t.me/YiddishlechPolitics/4295

דרשה פון מהרז"ל מסאטמאר
https://t.me/YiddishlechPolitics/4297

הרב זלמן לייב קען נישט נאך זאגן א פסוק אין חומש און ער גיט זיין דעת תורה פון צדיקים דורך מעשה'לעך פון צדיקים. ער קען נישט נאך זאגן א הלכה פארוואס איז שלעכט די ווערטער פון בעלזע רבי. ער איז אן עמבעריסמענט פאר כלל ישראל. ער ווערט סטאק יעדעס מאל ער זאגט נאך א לשון קודש ווארט.

דער בעלזע ברענגט דאך נאך א אורחה"ק א ראיה צו זיינע ווערטער. גיי מיר עס נאך קוקען.

גראדע א cute ווארט פון רז"ל אויף כשירדם עד לעפר (אויב ס'איז זיין ווארט). אפשר איז ער גאר דער וואס איז יורד לשוכני עפר און ער פארדרייט די אמת וואס זיי,ַַ די הייליגע רבי'ס זיינע, זעען יעצט? האהא

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 pm

· #505299
וואס זאל איך דיר זאגן, האסט מיך אפגעקויפט[emoji3] אויב אזוי וועל נאכאמאל לייגן מיין תגובה אן די שטערענדליך.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:57 pm

· #505301
ששון ושמחה
.
כ'ווינדער מיך אסאך מאל פארוואס אזויפיל פון אונז חסידישע אידן בחורים און מיידלעך דרייען אויס זייער גענאק צו אונזער חסידישע קולטור און גייען זוכן עפעס אנדערש? מיט אלע אונזערע חסרונות פארמאגן אונז חסידים אסאך מעלות וואסי נישט פארהאן אין די דרויסענדע וועלט.
אבער ווען כ'ליין אזא בריוו ווינדער איך מיך פארוואס אזויפיל בלייבן יא דא?? אחוץ אז רוב ווייסן טאקע אז די אלע אזאנע בריוון און מחאות זענען סתם דברים של מה בכך און ביי רוב עולם איז עס א געלעכטער און סתם אינטערטעימענט צו זעהן ווי קליין קעפיגע דאגות'לאזע עמעראצישע בנש"ק'לעך פירערס מיט זייערע מארקעטינג קאמפאניס (צייטונגען בלע"ז) האלטן זיך אונטער!

באהעלפער » פרייטאג יולי 29, 2022 3:35 pm

· #505302
אלץ ווען סאטמאר מאכט שלום מיט א צווייטע קאמפאני, קומט עס מיר פאהר, גענוי ווי דער גלח וויל אויפווייזען פאר ר' יונתן אייבעשיץ זצ''ל, אז א קאץ קען זיין א 'סארווער'...

פארפאלן, סאטמאר איז נישט באשאפן פאר שלום, גענוי ווי די כהניסטן ווערן מרה שחורה א טאג וואס ס'נישטא קיין פאליטישע רייבערייען.
קוים וואס סאטמאר - זאל עס זיין זאלי צו נארוני שעיקען הענדס מיט א געוועזענע שונא, צו מארגענס האט זיך יענער ווידער פארזינדיגט. אדער טרעט מען סתם אויף יענעם, און יענער טאר נישט מגיב זיין קיין פיפס. ווייל ס'אידאך שלום...

signout » זונטאג יולי 31, 2022 2:19 pm

· #505386
שמעקעדיג
איך זעה דער איד די וואך איז ווייטער צולאזט, זיי לייגן אריין די אור-אלטע מחאות אקעגן בעלזא.
דער איד טוט אלעס אין דער וועלט אז בעלזא זאל ארויסקומען קעגן אים, ווער ס'קען אביסל יענע קהילה דארט איז קנאות א מיטל נישט קיין ציהל, דארט איז מען מהדר צו ווייזן איך בין א קנאי די נישט, אין בעלזא וויל זיי נישט געבן די אנטענשאן, וזהו

מתבודד » זונטאג יולי 31, 2022 2:29 pm

· #505387
אהא. משא”כ ????
איבעראל די זעלבע קרעפ

באהעלפער » זונטאג יולי 31, 2022 3:07 pm

· #505391
מתבודד
אהא. משא”כ ????
איבעראל די זעלבע קרעפ
הגם איך האלט פון די ארונים די זעלבע... [וויפיל זיי האלטן פון זיך... ווייל הן בקדושיו לא יאמין, זיי גלייבן אויך נישט אין אהרן]
אבער אהרונים כאטש טוען עפעס פריש, און בויען פאזעטיווע זאכן אויך. משא''כ די זאולי און אלטע פייגענעיסטן, זענען בלויז דא אויף נעגעטיוו, נישט איך און נישט דו. און חרוב זאל זיין...

היסטאריע » זונטאג יולי 31, 2022 3:19 pm

· #505393
וואס איז פשט אין דער גאנצע מעשה?
דער בעלזער האט דאך שוין שלום געמאכט מיט סאטמאר, געשיקט איבערבעטן וכו'. וואס האט אים יעצט אויסגעפעלט דער גאנצע זאך? איז עס געוועהן א מיסטעיק? קען נישט זיין, דער בעלזער מאכט נישט קיין מיסטעיק. שטיקעל אינטערעסאנט.

שאלתיאל » זונטאג יולי 31, 2022 3:38 pm

· #505395
היסטאריע
וואס איז פשט אין דער גאנצע מעשה?
דער בעלזער האט דאך שוין שלום געמאכט מיט סאטמאר, געשיקט איבערבעטן וכו'. וואס האט אים יעצט אויסגעפעלט דער גאנצע זאך? איז עס געוועהן א מיסטעיק? קען נישט זיין, דער בעלזער מאכט נישט קיין מיסטעיק. שטיקעל אינטערעסאנט.
ס'טייטש דער בעלזער דארף זיך רעכנען מיט דעם סאטמערנ'ס קראנקפולע אבסעסיע מיט יעדער זאך וואס האט אן אומדירעקטע שייכות מיט מדינת ישראל ? שטיקעל אינטערסאנט.

היסטאריע » זונטאג יולי 31, 2022 4:18 pm

· #505397
שאלתיאל
היסטאריע
וואס איז פשט אין דער גאנצע מעשה?
דער בעלזער האט דאך שוין שלום געמאכט מיט סאטמאר, געשיקט איבערבעטן וכו'. וואס האט אים יעצט אויסגעפעלט דער גאנצע זאך? איז עס געוועהן א מיסטעיק? קען נישט זיין, דער בעלזער מאכט נישט קיין מיסטעיק. שטיקעל אינטערעסאנט.
ס'טייטש דער בעלזער דארף זיך רעכנען מיט דעם סאטמערנ'ס קראנקפולע אבסעסיע מיט יעדער זאך וואס האט אן אומדירעקטע שייכות מיט מדינת ישראל ? שטיקעל אינטערסאנט.
מען רופט עס דער פרייז פין שלום. קענסט זאגן וואס דו ווילסט.

שאלתיאל » זונטאג יולי 31, 2022 4:54 pm

· #505406

איר האט א טעות. שלום מיינט נישט אז יעדער זאל מסכים זיין צום אנדערנ'ס דעה. שלום מיינט אז יעדער זאל מכבד זיין דעם אנדערן טראץ זיין אנדערע דעה.

קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 6:04 pm

· #505425
היסטאריע
וואס איז פשט אין דער גאנצע מעשה?
דער בעלזער האט דאך שוין שלום געמאכט מיט סאטמאר, געשיקט איבערבעטן וכו'. וואס האט אים יעצט אויסגעפעלט דער גאנצע זאך? איז עס געוועהן א מיסטעיק? קען נישט זיין, דער בעלזער מאכט נישט קיין מיסטעיק. שטיקעל אינטערעסאנט.

ווייל ער זאגט וואס ער האלט און געט נישט קיין מלנ"ז פאר קיינעם.

מלנ"ז = מנהל לאזט נישט זאגן

signout » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 6:20 pm

· #505587
מתבודד
אהא. משא”כ ????
איבעראל די זעלבע קרעפ
ס'נישט אמת, אוודאי ווילן מהר''א אויך זיין דער קנאי אבער זיי נעמען עס נישט ווייט אזוי ווייט ניצן די קנאות עקסלוסיוו, דערמאן דיך מערכה וועגן מהר''א האט געמאכט אסיפה קעגן ציונת ווי מהרז''ל אליינס האט גערבעט דערקעגן פין קענסלען רעדנער ביזן זעהן די בחורים ארומגיין רייסן צעטליך אין ספרעין אין די גאסען, ער וויל נאר ער זאל זיין א קנאי אין יענע א ציוני, קנאות איז זיין מיטל נישט זיין ציהל

חאניאק » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 6:58 pm

· #505592
פארמעקט.
חאניאק איז אויסגעשפארט פון קאווע שטיבל.
מנהל

Nanach » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 8:09 pm

· #505598
קהל'ס נער
היסטאריע
וואס איז פשט אין דער גאנצע מעשה?
דער בעלזער האט דאך שוין שלום געמאכט מיט סאטמאר, געשיקט איבערבעטן וכו'. וואס האט אים יעצט אויסגעפעלט דער גאנצע זאך? איז עס געוועהן א מיסטעיק? קען נישט זיין, דער בעלזער מאכט נישט קיין מיסטעיק. שטיקעל אינטערעסאנט.

ווייל ער זאגט וואס ער האלט און געט נישט קיין מלנ"ז פאר קיינעם.

מלנ"ז = מנהל לאזט נישט זאגן
געלייקט פארן מלנ”ז

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 7, 2022 7:24 am

· #505895
אין די גליון "דער מצב" די וואך
מדבר שקר תרחק
📎 Screenshot_20220807-072028_Drive.jpg

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:47 am

· #505900
סאטמאר וואנזיניגע האס פירות
📎 Capture.PNG

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 7, 2022 1:14 pm

· #505903
שאלתיאל
סאטמאר וואנזיניגע האס פירות
📎 Capture.PNGCapture.PNG
מען טאר אפילו נישט דערמאנען זיין נאמען אין שבת 😂 😂

מאנטריאל » זונטאג אוגוסט 7, 2022 1:54 pm

· #505904
Re: א פרישע מערכה פון סאטמאר קעגן בעלז
דער וויזשניצער רבי פון ירושלים האט פארדאמט דעם רב פון לאנדאן זאגענדיג ער האפט אז ער טוט תשובה

Sent from my SM-G950W using Tapatalk

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 7, 2022 9:37 pm

· #505928
ק פ

דברי מוחאה געהערט געווארן דעם שבת קודש פון אדמ"ר מוויזניץ ירושלים קעגן די דברי בלע געזאגט געווארן דורך ר' ברוך נתן האלבערשטאם מ'סאטמאר לונדון.
פרייטאג צונאכט ביי טיש האט די רבי זיך אויסגעדריקט, מען מעג זיין א קנאו און זאגן דברי קנאות, אבער דאס לשון וואס א רב אין לונדון האט זיך אויסגעדרוקט אנטקעגן א מנהיג ישראל וואס האט אויפגעשטעלט א חסידות מיט טויזנטער חסידים ארום די וועלט מיט קדושה וטהרה מיט הונדערט דיינים און מוסדות ארום די גאנצע וועלט, אזעלכע לשונות האט נישט געמעגט געזאגט ווערן איך האף אז דע רב וועט תשובה טון אויף זיינע ווערטער

אויסער געווענדליך » זונטאג אוגוסט 7, 2022 10:07 pm

· #505930
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער....................................

אינטרעסאנט, אויף וועמן מעג מען נישט רעדן - איינער וואס האט אויפגעשטעלט א ווערטשאפט. נישט ווייל ער איז א איד, נישט ווייל איינער האלט אים פערזענליך פאר עפעס מער ווי א צווייטן, נאר צוליב זיין סוקסעספול ביזנעס עמפייר.

די צוויי מחאות דעזערוון איינער די צווייטן
בלאט: 1 2