☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אינטערוויאו מיט'ן רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (1983/1984)

אינטערוויאו מיט'ן רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (1983/1984)

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15458
בלאט: 1 2

טאמבל סאס » זונטאג אוגוסט 7, 2022 2:27 pm

· #505907
אינטערוויאו מיט'ן רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (1983/1984)
איך האב מיך אנגעשטאלפערט אין א אינטערוויאו אפגעראכטן מיט דער רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (איינע פון די רוצחים) און כ'האב עס געפינען גאר אינטרעסאנט. ובכן האב איך געטראכט כ'וועל עס טראנסלעיטן אין אידיש פאר די קוראי הפורום צו לייענען. קודם א שנעלע איבערזיכט אויף דר דה-האן.

דה האן, וועלכער איז ארגינעל געקומען פון האלאנד פון א משפחה פון 18 קינדער האט אין זיין יוגנט געלערנט אין א סעמינאר אוואו מען לערנט אויס צו זיין טיטשערס. (זיין טאטע איז געווען א חזן און א טיטשער) ער איז אבער דאס נישט געווארן; אנשטאט האט ער אוועקגעשטויסן אידישקייט און זיך אנגעשלאסן אין די סאשעל דעמאקראטישע מאוומענט אין האלאנד און געווארן איינע פון אירע ווארטזאגער. ער איז געווארן א מארקסיסט. שפעטער האט ער אויך געטוהן צייטונגס שרייבעריי, שירה און אפילו באקאנט געווארן אלס עורך דין. ער איז אויך געווען א הומוסאקסואל. מען געפינט שוין דאס אין זיינע כתבים דעמאלס (1904). אבער ער האט נאכאלס חתונה געהאט מיט א פרוי, א קריסטליכע, אין 1907, אינגער פון אים מיט 9 יאהר.

נאך די דרייסיג האט ער נאכאמאל געכאפט א קריזיס און ווידער געווארן פרום. אצינד האט ער זיך אינגעשלאסן די ציוניסטישע מאוומענט און און זיינע לימודים, זיך אנגעהויבן קאנצערטרירן אויף משפטים. ער איז דערפאר אריין אין אמסטערדאמער יוניווערסיטי. נאך די ערשטע וועלט קריג איז ער ארויף אויף א"י און פרובירט זיך משלב צוזיין צווישן די ציוניסטן פרובירנדיג צו פארשלאגן זיינע סערוויסעס צו די מוסדות אין יישוב החדש און צו די אוניברסיטה העברית אבער זיי האבן אים נישט געדארפט. די זעלבע אנטווארט האט ער באקומען פון די הולאנדישע קונסול אין ירושלים. האט ער אזוי ארום אפגעענדיגט אין יאר 1921, בראש פון די ספרדישע ת"ת דורש ציון.

זייענדיג גאר דיסאפוינטעטד האט ער מחליט געווען צו אפפערן זיינע סערוויסעס פאר די אגודה און די עדה החרדית, אונטער רב יוסף חיים זוננפלד, און זיי האבן גערן גענוצט זיינע טאלאנטן פאר פארשידנס. ווי טראנסלעישן זייערע סטעיטמענטס צו ענגליש און ייעוץ משפטי. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן פאר די אפיציעלע מנהל מדיני פון די אגודה. אין גאר א קורצע צייט איז ער באקאנט געווארן אלס די עקסטרעמסטע פערזאן פון צווישן די חדרים פון וועמענ'ס טאהטן די אגודה אליינס האט נישט אלעמאל גענאסן נחת.

ער האט געפירט א קאמף קעגן די שטייערן וואס דער נציב האט מאשר געווען פאר די וועד העיר פון ירושלים און האט לוחם געווען צו מבטל זיין די בריטישע מנדט אויף א"י. ער האט גערודפט רב קוק און ארויסגענומען תלונות און קאורט אפליקאציעס קעגן אים וואו ער האט נאר געקענט טרעפן עפעס אן עילה זיך ארויפצוכאפן אויף אים. ווי אויך האט ער פועל געווען צו פראוואקירן צווישן די יישוב היהודי און די אראבערס, למשל ער פלעגט מאכן פיינטליכע סטעיטמענטס קעגן די אראבערס, נאר כדי מעורר צו זיין זייער שנאה קעגן די אידישע יישוב; אפילו אויב ער האט דאס נישט באמת געמיינט. מאנכע האבן אפי' פארציילט שפעטער אז ער פלעגט שלאפן מיט אראבישע יוגענטליכע. אלענפאלס, דאס האט ווי עס זעהט אויס נישט געקימערט די עדה. די יוזפול, מעגן..

אין יוני 1923 דה-האן האט אראנזשירט א דעלעגאציע בראשות פון רב זוננפלד צו דער קעניג חוסיין און זיין זוהן, דער צוקונפטיגער קעניג פון ירדן, אלס א קאנטער משלחת צו די ציוניסטישע דעלעגאציע בראשות פון קולונל פרעדריק קיש -- וואס האט אויך דאן געשיקט א דעלעגאציע צו די זעלבע האשעמיית דינאסטיע, יענער צייט, כדי צו אפעלירן פאר שטיצע -- מיט א סטעיטמענט אויסדורוקענדיג א חרדישע התנגדות קעגן די ציוניסטן און א פארשלאג פאר א בונד צווישן די חרדים און די אראבער.

דה-האן פלעגט באשמוצן באופן קבוע דער ציונות און אירע מנהיגים מיט עקסטרימע אויסדרוקן - אפט גרעניצענדיג זיך מיט אנטיסעמיטיזם - אינקלודינג, רב קוק און די מנהיגי הדתית לאומית פון די מזרחיסטישע תנועה, וועלכע ער פלעגט באצייכענען אלס פושעים. ער האט אויך געמאכט קשרים מיט באקאנטע ענגלישע צייטונגען און אירע בעלי בתים ווי די דעילי מירער, די טיימס אף לאנדאן (וועמענ'ס באלעבוס האט דאן אנגעהויבן צוריקציען פון זיין ביז-דאמאלטיגע שטיצע צו הצהרת בלפור) און די דעילי עקספרעס; און דער לעצטער האט אים געגיבן א פלאטפארמע וואו אויסצולופטערן זיינע פיינטליכע אנטי-ציוניסטישע מאמרים.

די מארד
דה-האן האט געזאלט ארויספארן צו לאנדאן אין יולי 1924 מיט א משלחת מטעם אגודת ישראל כדי צו קאמפיינען קעגן די נאנט-פלאנירטע געזעץ וואס האט מאשר געווען און געגעבן מעמד צו די אידישע קהילות אין א"י; לדעתיהם פון די חרדים האט אזא געזעץ נאר בכוונה געהאט צו געבן אן עדווענטעידזש צו די ציוניסטישע יישוב. די שמועה איז געווען אז ער האט אויך בכוונה צו קאמפיינען פאר די ביטול פון הצהרת בלפור.

די היסטאריקער זענען ביי די מיינונג אז אברהם תהומי (איינע פון די רוצחים), א מיטגליד פון די הגנה און שפעטער פון די גרונדער פון אצ"ל, איז אויפגעקומען מיט דער געדאנק פאר דער אקט נאכדעם וואס דה-האן'ס פעולות האבן איבערגעצויגן דעם שטריקל. ער האט זיך געוואנדן צו זיין ממונה, זכריה (זכר) אוריאלי וועלכער האט אפראווד דער אטענטאט נאכ'ן נעמען אנווייזונגען פון העכערע פון אים, מאנכע זאגן יוסף הכט (פון די מייסדי הגנה, א חדר אינגל פון ביחאוו-מוהילב) אנדערע זאגן, יצחק בן צבי (פון די מייסדי השומר, פארגייער פון הגנה, און צוקונפטיגער נשיא. אויך א חדר אינגל פון פולטבה-אוקריינא און אייניקל פון סדר הדורות און פון רב אליהו חיים מייזל, רב פון לודז). תהומי האט געהאט א שותף מיט'ן נאמען אברהם גיורא.

דער דרייסיגסטער אין יוני 1924, איז דה-האן ארויס פון די שפיטאל שערי צדק, נאכ'ן דאווענען מנחה אין די ארטיגע בית כנסת, מיט'ן ציהל צו רחוב יפו אין ירושלים. נאך אפגיין א שטיקל וועג האבן אים די אנשי הגנה אפגעפטר'ט מיט דריי קוילן. ער איז געשטארבן אויפ'ן ארט. די רוצחים זענען אנטרינען און די משטרה האט זיי נישט געכאפט.

אפילו נאכדעם וואס תהומי איז שוין אלט געווען האט ער נאכאלס נישט געוואלט מודה זיין בפה מלא אז ער האט עס אדורכגעפירט נאר האט מודה געווען אין אן אחריות מסוימת און אין די פאקט אז די הגנה האט עס דורכגעפירט.

נאך די מארד

די מארד האט ווי פארשטענדליך אויפגעציטערט די יישוב. כאטש רוב ציבור האט פארשטאנען די מאטיוון פון די מארד און עס אפילו געדולדעט זענען אבער אין די צייטונגען ערשינען פארדאמונגען. משה ביילינסון פון תנועת העבודה האט געשריבן:

"דער דגל פון די תנועה טאר נישט פארפלעקט ווערן. נישט מיט ריינע בלוט, אויך נישט מיט שולדיגע בלוט – אנדערש וועט אונזער מאוומענט ווערן כולו שלעכט. ווייל בלוט ציהט נאך זיך נאך בלוט. די בלוט נעמט שטענדיג נקמה און אויב הייבט מען אן טרעטן אויף דעם וועג ווייסט מען מער נישט וואו עס וועט נעמען."

דאקעגן, ביי די חרידישע חוגים איז דה-האן נהפך געווארן צו א קדוש וואס איז געפאלן על קידוש השם. דאך, פון אגודת ישראל העולמי, פאר וועמען דה-האן אין די לעצטע צייט איז שוין אויך צו עקסטרים געווארן, האט מען, נאכוואס זיינע סאקסואלע מאמרים זענען מפורסם געווארן, אויך געלאזט הערן שטימען פון אפווייכעניש דא און דארט. ווי אויך האבן זיי זיך אפגעהאלטן פון מנצח זיין, זיין נאמען אויף ערטער און קאמפיינען.

אינטרעסאנט צוצוגעבן אז אין די לעצטע יארן האבן אים די LGBT קאמיוניטי גענומען פאר אן אייקאן אלס א משורר און איש רוח, מיט די טענה אז זיין בלוט איז לייכטער הפקר געוארן צוליב וואס ער איז געווען געי. (תהומי זעלבסט לייקנט סיי וועלכע שייכות מיט דער פאקט: "איך האב גארנישט געהערט און געוואוסט דערפון...וועמענ'ס ביזנעס איז עס וואס א מענטש טוט ביי זיך אינדערהיים?")

אן אינטערוויאו צווישן שלמה נקדימון ( א מחבר פון א ספר איבער דער מארד) און אברהם תהומי.


ש. ביסט געקומען קיין ירושלים א קורצע צייט נאך דיין עליה צו א"י. וואס האסטו געפונען צוטוהן פאר פרנסה?

ת. איך בין געווען א בוי-ארבעטער אין די קבוצות הגליל. צומארגנס נאכ'ן אנקומען קיין א"י האב איך שוין אנטייל גענומען אין די ארבעט פון אויספלאסטערן רחוב החלוץ בין בית כרם. קודם האב איך געוואוינט צוזאמען מיט אברהם גיורא מיין חבר אין בניין הרוס אין גבעת שאול. נאכדעם האבן מיר געוואוינט אין אוהלים. ביידע זענען מיר צוזאמען געווארן מיטגלידער אין די הגנה.

ש. איז די הגנה אין ירושלים שוין געווען אן אקטיווע ארגענאזאציע?

ת. אקטיוו. אבער מען קען נישט זאגן אז ס'איז געווען אן ארגענאזאציע. עס איז געווען א דזשאוק. אן התחלה.

ש. דו געדענקסט דיין ערשטע באגעגעניש מיט דער מפקד סניף ההגנה, זכריה – זכר – אוריאלי?

ת. איך געדענק נישט גענוי אונזער ערשטע באגעגעניש וויבאלד ער איז נישט געווען דער מדריך פון מיין קבודה. מיין מדריך איז געווען משה סבוראי. זכר איז זעכער געקומען באזוכן ביי איינע פון די שיעורים. איז דארט האב איך אים געזען צוערשט.

ש. איז איינע פון דיינע ערשטע שריט אין די אירגון געווען אויפצושטעלן וואס מען האט גערופן שפעטער פלוגת המרכז?

ת. ניין. אברהם גיורא און איך האבן געבעטן זיך צו טרעפן מיט די הויפט מפקד, זכר. מיר האבן אים אויפמערקזאם געמאכט צו די פאקט אז מיר אין מרכז האבן גארנישט. ווי אזוי קענען מיר זיך פארטיידיגן קעגן די אראבער אויב וועלן מיר אזוי ממשיך זיין? ער האט מסכים געווען און ארגאנאזירט די קבוצת הסגנים. אונז ביידע, גיורא און איך, זענען אריין אין די קבוצת הסגנים. אזוי האט זיך אנגעפאנגען מיין קאריערע: איך בין געווארן א מפקד פון א קבוצה, א מחלקה דערנאך א פלוגה ביז צום סוף, א הויפט מפקד.

ש. איך וועל דיר ווייזן אצינד א בילד. דו דערקענסט דעם מענטש?

ת. דאס איז דה-האן.

ש. די חדרים זענען דען געפירט געווארן דורך א דמות מיוחדת במינה, א מענטשן וועמען דו געדענקסט אוודאואי, רב יוסף חיים זוננפלד.

ת. איך האב אים נישט געזען אבער איך געדענק.

ש. ווען דה-האן האט זיך מצרף געווען צו אים, האט די מאבק וואס די ארטאדאקסן האבן געפירט באקומען א נייע צורה אזאנס וואס איז אריבער מעבר פון די חומות ירושלים. צווישן די עדה החרדית און די יישוב האט זיך דאן אנטוויקלט א שארפער פירוד וואס האט זיך נישט איינמאל געענדיגט מיט מכות וואס די חלוצים, די אינגען פון די נייע דור וואס זענען ארויף צום לאנד און דו ציילסט זיך איינער פון זיי, האבן אויסגעטיילט די אנשי עדה החרדית צו וועמען עס האבן זיך אויכעט געחברט, די אנשי אגודת ישראל אין ירושלים. ביסטו אמאל געווען פון די שלעגער? האסטו געשיקט אנדערע צו שלאגן?

ת. ניין, ווייל איך בין אפגעשטאנען פון פאליטיק. ווען איך בין געקומען צו ירושלים בין איך ערוועלט געווארן צו די מועצת פועלי ירושלים. כ'האב מיך תיכף אפגעזאגט ווייל איך האב געטראכט אז אלס מפקד אין די הגנה ברויך איך מיר נישט מישן אין פאליטיקס. איך האב מיך דערווייטערט דערפון.

ש. פארט איז געווען איין פאל ווען דו האסט א חלק גענומען...

ת. עס איז געווען איין פאל. די חרדים האבן געשטערט די בחירות צום וועד לאומי. איך האב געזען דערין א מעשה אנטי-לאומי. איך האב נאך דאן נישט געהערט פון דער נאמען דה-האן. עס איז געווען צוזאמשטויסעניש מיט זיי. זיי זענען אנטלאפן כמובן ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט אונז. איך מיט א קבוצה מענטשן זענען געווען אין מאה שערים. דערנאך האבן מיר באקומען א נזיפה פון די ועד ההגנה. מען האט אונז געזאגט אז דאס איז נישט דער תפקיד פון די הגנה. (הגהת המתרגם: עס איז שוין איינמאל היינטיגע צייטן) איך האב געבעטן מחילה.

ש. ווי אזוי איז אנגעקומען צו דיר דער נאמען, דה-האן?

ת. איך האב געזעהן זיין נאמען אין די צייטונגען. די ערשטע מאל וואס ער האט געצויגן מיין אטענשאן איז געווען ווען איך האב געליינט אז ער איז געשטאנען בראש פון א חרדישע משלחת צוטרעפן זיך מיט חוסיין. איך האב דאן געפרעגט: ווער איז זוננפלד? איך האב דאן פארשטאנען אז דער זוננפלד פארשטייט בכלל נישט צו קיין פאליטיקס, און רעדט אויך נישט קיין ענגליש. דה-האן האט גערעדט דארט וועגן דעם אז חרדים זענען זיך מתנגד צו ציונות. מיין זעהל איז דערציטערט געווארן. פלוצלונג זענען פארהאן בוגדים בתוכינו, אין די אידישע יישוב. איך האבן גארנישט געוואוסט איבער דעם ביז דאן. די ערשטע מאל וואס א איד שטעלט זיך אויף און איז מארגן גרויסע אנטי ציוניסטישע פאליטישע אקטיוויטעטן. ער פירט משא ומתן מיט די שונאי היישוב. מיר האבן געמיינט מיר גייען משוגע. די גאנצע הגנה האט געקאכט. מיר האבן געפינען דאס מיר האבן פאררעטער צווישן אונז. מיר האבן דאס געזען ווי פארראט. אויב וואלט דער מעשה נישט געטוהן געווארן וואלט דאס גורם געווען שברון לב בתוך די הגנה אין ירושלים. עס איז געווען א הכרח דאס צוטוהן אויך מחמת אינערליכע סיבות, ווייל די חברי הגנה האבן נישט פארשטאנען ווי אזוי מען לאזט צו אזאנס זאל זיך אנטוויקלען.

ש. און דאן האסטו מחליט געווען אז מען קען דאס בעצם נישט איגנארירן אין די סדר היום?

ת. ניין. איך האב מחליט געווען אז מען דארף עפעס טוהן און כ'האב נאר נישט געוואוסט וואס. איך האב געוואוסט אז מען ברויך אפשטעלן די פעולות פון דה האן.

ש. און דאן, בינך לבין עצמך איז געבוירן געווארן דער געדאנק מען ברויך ערלעדיגן דעם פארשוין?

ת. עס זענען געווען מחשבות. דאס איז א פאליטישע עניין. און כ'האב געוואוסט אז קיינמאל וועל איך נישט קענען מחליט זיין אזא זאך אליינס.

ש. האסטו אים פיינט געהאט צוליב די זאכן?

ת. ניין. איך האב אים נישט געקענט. איך האב אים נישט געזען און איך האב אים נישט פיינט געהאט.

ש. די מעשה האט געמאכט דיין בלוט קאכן?

ת. עס איז שווער מתאר צו זיין וואס כ'האב געשפירט. דורכאויס גאנצע טעג בין איך ממש נישט געווען זיך. איך האב נישט געקענט טראכטן איבער גארנישט נאר דאס.

ש. וואס האסטו געטוהן? האסטיך באראטן מיט דיר אליינס אדער אויך גערעדט מיט אנדערע?

ת. צופעליג איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט עמיצן, פון קאווקאזן אפשטאם, איינער מיט די נאמען שבתאי

ש. ער איז געווען דיין חבר אין הגנה? ער האט געהערט צו די פלוגת המרכז?

ת. ניין. ער איז געווען א חבר אין די זעלבע קבוצת הגנה וואו איך האב געהערט.

ש. און דעמאלס האסטו אויסגעטוישט מיט אים געדאנקען איבער דער ענין?

ת. יא. ער האט אויך געזאגט אז מען דארף אים הרגענען.

ש. ער האט געזאגט אז מען דארף אים הרגענען. און דאן האסטו אים געזאגט: ביסט גערעכט?

ת. איך האב געזאגט: ביסט גערעכט, זיכער, ריכטיג. אבער ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך וועל זיין אריינגעמישט דערין.

ש. און דאן, וויאזוי האבן זיך זאכן ווייטער אנטוויקלט? לויט ווי איך ווייס, זענט עטס ביידע געגאנגען צו זכר, דער מפקד הסניף און עטס האטס אים געבעטן הסכמה עס אויסצופירן?

ת. נישט ממש אזוי. כ'געדענק נישט גענוי וויאזוי די קאנווערזעישן איז געשעהן. צו יענער צייט בין איך שוין געווען אליינס א מפקד איבער קבוצות אין מרכז, זיך קאנצערטרירענדיג אויף ספעשל אפעראציעס. איך מיין אז איך האב מיך געטראפן אליינס מיט זכר. ער האט אויפגעברענגט די שאלה, און איך האב אים געזאגט: דאס איז א פאליטישער ענין. אזוי האט זיך עס אנגעהויבן. נאכדעם האט ער מיר געזאגט אז עס איז באשטימט געווארן אים אפצורוימען, און ער האט מיך געגיבן די באפעהל צו ארגאנאזירן די זאך. איך האב עס ארגאנאזירט און עקסעקיוטעד.

ש. אויב מעג איך, לאמיך שטעלן אפאר בעקגראונד שאלות: איך באזיר מיך אויף א מכתב וואס די האסט געשיקט 12 אין אפריל 1957 צו אליהו בן גרא און דארט האסטו גערעדט וועגן א פרק איבער דער נושא וואס דו האסט אויסגעלאזט אין דיין ספר און נישט געדרוקט, א פרק וואס האט געדארפט צוהייסטן מגדל דוד. אין די כתב יד האסטו בכוונה אריינגעלייגט שיבושים אין די דעיטס און איווענטס און ס'איז געשריבן מער ווי א רומאן ווי איידער א פאקטישע און כראנאלאגישע געשיכטע. לויט ווי אזוי דו שרייבסט דארט, ביסטו און שבתאי געקומען צו זכר און אים געלאזט הערן ענקער הצעה וועגן מחסל זיין דה-האן. איר זענט 'סורפרייזד' געווארן – אזוי שרייבסטו – אז ער איז געווען פול מיט העזיטעישן; ער האט ענק געזאגט אז דער ענין איז צו אן ערנסטער און מען דארף עס אדורכטראכטן. דאס איז א ציטוט פון דיין בריוו.

ת. ייתכן. ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז טאקע אזוי געווען. איך בין נישט...

ש. דער מחשבה האט דיך נישט צוריה געלאזט.

ת. יא. אוודאי אזוי.

ש. און דו ביסט נאכגעגאנגען דה-האן? פערזענליך, האסטו אים אנגעהויבן נאכצולאקערן?

ת. איך האב מיך אנגעהויבן פאראינטרעסירן אין אים.

ש. און ביסט אפילו אים געגאנגען באגעגענען פנים אל פנים...

ת. אין שוהל

ש. אין שערי צדיק. איך ווייז דיך א בילד פון די שוהל. געדענקסט דאס?

ת. איך טראכט אז דאס איז עס. אהנע ספק.

ש. ביסט געקומען דארט צו מנחה? מעריב?

ת. מנחה!

ש. האסט אים גענומען אין א זייט?

ת. ניין. איינער פון די חברי הגנה וואס איז געווען א חרדי האט מיך מסדר געווען א באגעגעניש מיט אים.

ש. וואס איז געווען די תוכן פון דער שמועס?

ת. איך האב אים געזאגט אז דער ציבור טראגט אסאך ביטערניש וועגן אים און אז מען פארשטייט נישט וואס ער טוהט. אונז זענען געקומען פון רוסלאנד, איך האב גערעדט וועגן מיר, נאך די פרעות אין אוקריינא. אסאך אידן זענען דארט אויסגעהארגעט געווארן, רוב פון זיי חרדים, און אונז זעמיר דא געקומען צו מציל זיין אונזער נפש און די נפש פון אלע אידן. קומט א איד ווי דיר און איז מהרס די לעצטע ארט וואו אונז קענען אנטלויפן זיך צו ראטעווען? וואס טוסטו צו אונז? האט ער מיך דאן אנגעהויבן שימפן. ער האט געזאגט אז איך בין א גוי און איך ווייס נישט וואס נאך. אפיקורס. כ'ווייס נישט. איך...

ש. האט זיך דער שמועס געפירט אויף הויכע טענער?

ת. ניין. ער האט אנגעהויבן זיך צו רעגן. איך האב געזען אז ס'איז נישטא פונוואס צורעדן און מיט דעם האט זיך די שמועס געענדיגט.

ש. אין דיין בריוו צו בן-גרא שרייבסטו אז זכר, דער מפקד הסניף, האט געהייסן אז די אטענטאט זאל אויסגעפירט ווערן מיט א מעסער.

ש. נישט גענוי. אז ס'זאל זיין א מעסער אין קעיס... מיר האבן דאך נישט געוואוסט ווי אזוי צו שיסן; אז ס'זאל דארט אויך זיין א מעסער צו די האנט.

ת. זכר האט אויך מציע געווען די באנוץ פון א מעסער אזוי אז מען זאל מיינען די אראבערס האבן עס געטוהן ווייל זיי פלעגן זיך באנוצן מיט מעסערס.

ת. ניין. ער האט געואוסט אז די הגנה קוקט נישט מיט א גוטע אויג אויף וואס ער טוהט. ער האט עס געוואוסט און דה-האן האט עס געוואוסט.

ש. דו און שבתאי האבן צווישן ענק איינגעטיילט ראלעס. דהיינו, ער זאל אויספירן דער אקט, אריינשטעקן די מעסער און דו וועסט זיין אין די סביבה, אנגעוואפנט מיט די רעוואלווער.

ת. דאס איז נישט ריכטיג. שבתאי האט זיך אפגעשאקלט פון דער עסק. א קורצע צייט נאך דער שמועס מיט זכר האט ער זיך אפגעפוצט. כ'ווייסט נישט פארוואס. מער האב איך נישט גערעדט מיט אים אדער אים געזען. נאר איינמאל יארן שפעטער האב איך אים געזען אין פאריז. כ'געדענק אפילו נישט זיין לעצטע נאמען. ער האט געזאגט: איך וויל נישט, איך קען נישט אנטייל נעמען. און דעמאלסט האט זכר ארויפגעלייגט אויף מיר, בתור מפקד קבוצות המרכז, אויסצופירן דער עניין.

ש. האט אייך זכר געגעבן עפעס אנווייזונגען אין קעיס איר ווערט געכאפט אינמיטן די אקט?

ת. היות פון דער שמועס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט, געדענק איך נישט.

ש. ווען זכר האט דיך, בתור מפקד פלוגת המרכז, געגיבן דעם ארדענונג עס אויסצופירן, האט ער מסביר געווען דעם נושא?

ת. ער האט נישט געדארפט מסביר זיין. זכר האט זיך אויך נישט מטפל געווען מיט פוליטיק. אים האט אויפגעשאקלט און אויפגערעגט דער ענין פון דה-האן'ס ביקור ביים מלך חוסיין. ער איז געווען מוכן אים צו פארציקן איבער דעם. היות אויף קבוצת מרכז איז געליגן אויסצופירן די סארט ספעציעלע טעסקס, האט ער מיר געגעבן דעם ארדער, בתור מפקד, צו זעהן צו דעם.

ש. דער באפעהל, האט זכר געגעבן על דעת עצמו?

ת. ניין. איך האב אויך גערעדט מיט אים דערוועגן. איך האב אים געפרעגט אויב דאס איז א פקודת המרכז (פון די הגנה). ער האט מיר געענטפערט אז דאס קומט פון "מער הויך".

ש. האסט אים געפרעגט וואס הייסט דאס "מער הויך"?

ת. ניין, איך האב אים נישט געדארפט פרעגן. איך האב געוואוסט. ווייל דער ממונה אויף די פאליטישע ענינים אין די הגנה אין ירושלים איז אלעמאל געווען, ביז די לעצטע טאג מיינע, ביז די צעטיילונג אין די אירגון, יצחק בן צבי. אהן אים איז קיין שום פאליטישע פעולה נישט ארויס לפועל.

פארזעצונג אפשר..

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 7, 2022 2:58 pm

· #505909
שכ'ח!

מתבודד » זונטאג אוגוסט 7, 2022 3:06 pm

· #505910
זייער שיין, שכ’ח! אפשר קענסטו אביסל מער מסביר זיין וואס דה-האן’ס פאזיציע איז געווען אינעם אגודה, איז ער געווען א סעקרעטאר? ווארט זאגער? יושב ראש? וכו’, וויאזוי האט ער געקענט טון העולה על רוחו אויב זיי האבן עס נישט מאשר געווען? אויך וויאזוי איז ער געווען א אפציעלע האמא און דערצו א פרומע איד?
---

ס’איז אינטרעסאנט אנצומערקן די טיפע פחד וואס די הגנה האט געהאט פון א מיטארבייט דורך די חרדים מיט די אראבישע מלכים..

מונטסורי » זונטאג אוגוסט 7, 2022 3:15 pm

· #505911
נייס! זייער א שיינע ארבעט און גאר אינטערעסאנט, יישר כחכם!

אלץ בחור׳ל האב איך געליינט א חרדישע ביכל איבער דה האן ״פון אמסטערדאם קיין ירושלים״ פון משה יהודא גלייכער, איז טאקע גוט צו הערן די אנדערע זייט.

דא איז א אשכול אין אייוועלט איבער אים:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=22436

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 7, 2022 3:16 pm

· #505912
ער איז געווען גאר א מיסטעריעזע פיגור. וויפוהל איך ווייס איבער אים איז ער געווען א האמאסעקסואל אויך נאך זיין חזרה בתשובה און געלעבט א דאפעלט לעבן, ער האט געפלירטעט מיט אראבישע יונגען און געשריבן פאר זיי פאעטישע לידער. אויך האט ער פארשפרייט האמא-עראטישע פאנטאזיע געשיכטעס.

דוד אסף:
https://onegshabbat.blogspot.com/2012/06/blog-post_19.html

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 7, 2022 7:52 pm

· #505921
מונטסורי
נייס! זייער א שיינע ארבעט און גאר אינטערעסאנט, יישר כחכם!

אלץ בחור׳ל האב איך געליינט א חרדישע ביכל איבער דה האן ״פון אמסטערדאם קיין ירושלים״ פון משה יהודא גלייכער, איז טאקע גוט צו הערן די אנדערע זייט.

דא איז א אשכול אין אייוועלט איבער אים:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=22436
מונטסורי: די תגובות אין איי-וועלט און אין אנדערע חרד'ישע פלאטפארמעס ווי אין דער איד דערמאנען גארנישט פון זיין האמאסעקסואלן לייפסטייל. און זיינע באציאונגען מיט אראבישע יוגנטליכע אין ארץ ישראל. אויך, אז זיינע פאעטישע עסייען זענען געווען פון אזאלכע שטארקע עראטישע עניינים אז די גוי'אישע צייטונג אין האלאנד פאר וועלכע ער האט אין יענע צייט געשריבן האט צוריקגעוויזן זיין ווערק אלס נישט פאסנד. און דא פלוצלינג איז ער מיר געווארן א קדוש (וטהור) גאר.

זיין התנגדות צו ציונות בכלל איז געקומען מער פון א פערזענליכער באליידיגונג ווי אידעאלאגיע. ומעשה שהיה כך היה. ער האט נאך אין לאנדאן אנגעהויבן צו עסקנ'ען אין די ציוניסט'ישע פאליטיק. און ווען ער האט מחליט געווען צו פארן קיין ארץ ישראל האט ער געשיקט א טעלעגראם פאר די מנהיגים פון ציוניסט'ישן יישוב אין א"י אז ער קומט.ער האט געמיינט אז זיי וועללן ארויסשיקן א חשוב'ע דעלעגאציע איהם מקבל פנים צו זיין.ווען ער איז אנגעקומען מיט די שיף האט ער געזעהן אז קיינער איז נישט געקומען. האט ער בלית ברירה גענימען דעם טרעין און פארפארן אין א האטעל. ווען ער האט געזעהן אז די מנהיגים פון די ציוניסט'ן מאכן זיך נישט צו טון פון איהם איז ער אריבער צו די אגודה און נאכדעים צו די עדה החרדית און געאפפערט זיינע סערוויסעס (וועלכע זענען געווען גאנץ עפעקטיוו) צו די חרדים. אבער מער אלס נקמה אין די ציונים ווי איידער זיין אידעאלאגיע.נאר וויבאלד ער האט שטארק און זייער עפעקטיוו געדינט די אינטערעסן פון די עדה החרדית האט מען פארקוקט אויף זיין טונקעלע זייט.

אויך זיין באגעגעניש מיט אב 😈 רהם תהומי האביך געליינט (ערגעץ אנדערש) איז צוגעגאנגען א ביסל אנדערש. די הנהגה פון די הגנה האבן איהם געוואלט גלייך ערלעדיגן. נאר אברהם תהומי האט געזאגט אז ער וויל נאך גיין רעדן צו איהם. ער איז געקומען אין די שערי צדק שוהל צו מנחה. ווי אויך דע-האן איז דארט געווען. ער האט אנגעהויבן רעדן צו איהם שטיל און רואיג. איינטענה'ן מיט איהם אז וואס ער טוט איז נישט ריכטיג. דע האן האט זיך גענימען שרייען אויף אויהם הויעך...דו שייגעץ דו אפיקורס. אאוו. ווען ער איז ארויס פון שוהל האט איהם אברהם תהומי אפגעווארט און געשאסן.

זיכער איז רציחה נישט קיין גוטע זאך פאר אידן. אבער קיין קדוש איז ער נישט. קיינמאל נישט געווען...!

נ.ב: אויב דער חשוב'ער מנהל וויל אויסמעקן מיין תגובה מוז ער נישט נוצן קיין תירוצים אז ס'איז שלא מן העניין אדער נישט פאסיג. ער קען אויסזאגן דעם אמת אז ער גלייכט נישט מיין אידעאלאגיע. ושלום על ישראל.

קהל'ס נער » זונטאג אוגוסט 7, 2022 10:44 pm

· #505933
מען זאגט אז היסטארחע חזר'ט זיך איבער, איז אינטערעסאנט, אז משי-זהב האט גאנץ א ענליכע היסטערי ווי דה-האן.
דה-האן האט געטין די שגץ שטיק פאר די עדה, משי זהב אויך.
דה-האן איז געוועין א שמיציגער יונג און די עדה האט אוועק געקיקט ווילאנג ער האט געדינט זייער אינטערעסן, משי זהב אויך.

די חילוק איז נאר וויאזוי זיי האבן געענדיגט, דה האן האט מען געהרג'ט ווען ער איז נאך געוועהן אויף די עדה'ס זייט מילא איז ער "הקדוש", משא"כ משי זהב האט זיך אפגעשאקלט פון די עדה מילא איז ער א שגץ.
וכמו שאמר החכם, היסטערי חזר'ט זיך נישט איבער, אבער ס'גראמט.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 7, 2022 10:57 pm

· #505937
קהל'ס נער: איך בין (א ביסל) מחולק מיט דיר. ווייל משי זהב האט מען געהאלטן אז ער איז א שייגעץ נאך ווען ער איז געווען אינסייד די עדה. זיי האבן געהאלטן אז ער איז פסול ווייל ער איז געווען דער ערשטער צו האבן א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, רח"ל.

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 2:47 pm

· #505986
די קנאים האלטען זיך זייער גרויס מיט דער מיטינג פין רי"ח מיט דער קעניג, אין געדענק הערן א טעיפ פין ר' עמרם בלוי אז רי"ח האט באקומען 1000 גאלדענע דוקאטען פין אים.

וואס איז געוועהן דער רעגעניש?

בכלל פארשטיי איך נישט דער חלק וואס ער שרייבט
ווי אויך האט ער פועל געווען צו פראוואקירן צווישן די יישוב היהודי און די אראבערס, למשל ער פלעגט מאכן פיינטליכע סטעיטמענטס קעגן די אראבערס, נאר כדי מעורר צו זיין זייער שנאה קעגן די אידישע יישוב;
הייסט אז ער האט געוואלט די אראבערס זאלען זיך שלאגן קעגן אידן. אבער וואס האט ער דערפין?

אסאך פין די טענות קעגן אים וועגן זיינע איראטישע שרייבען, איז נישט קיין טענה, ווייל ער איז לויט די קנאים געווארען א בעל תשובה.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 8:28 pm

· #506005
...!

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 10:50 pm

· #506016
אסאך פין די טענות קעגן אים וועגן זיינע איראטישע שרייבען, איז נישט קיין טענה, ווייל ער איז לויט די קנאים געווארען א בעל תשובה.
מיינסט צו זאגן אז לויט די קנאים איז עס נישט קיין טענה, ווייל לשיטתם האט ער תשובה געטון. כ’האב גוט פארשטאנען?

איך פרוביר נאך אויסצוגעפינען וואס די פאקטן זענען געווען.

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 10:56 pm

· #506017
שאלתיאל
ער איז געווען גאר א מיסטעריעזע פיגור. וויפוהל איך ווייס איבער אים איז ער געווען א האמאסעקסואל אויך נאך זיין חזרה בתשובה און געלעבט א דאפעלט לעבן, ער האט געפלירטעט מיט אראבישע יונגען און געשריבן פאר זיי פאעטישע לידער. אויך האט ער פארשפרייט האמא-עראטישע פאנטאזיע געשיכטעס.

דוד אסף:
https://onegshabbat.blogspot.com/2012/06/blog-post_19.html
חוץ פון שמוץ וואס די ציונים פרובירן צו גיסן אויף אים האב איך נישט געזעהן קיין נערמאלע עווידענס צו דאס אז ער האט געפירט א דאפלטע לעבן.

אדרבה אין זיינע שריפטן וואס ער האט שטענדיג געשריבן (געווען געדריקט ערגעץ, איך געדענק נישט ווי, אפשר אין די ספר וואס באשרייבט אים) זעט מען אז ער איז געווען א ריכטיגער חוזר בתשובה.

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 11:10 pm

· #506018
דא שרייבט תהומי א בריוו איבער די פרשה, ער שרייבט וועגן דה-האנ’ס ”נטיות מיניות” כלאחר יד, אז קיינער אין די הגנה איז נישט געווען אינטרעסירט אין דעם...
ווייס איך אבער נישט וויפיל א ראי’ ס’איז.
https://www.dropbox.com/s/14y8rrc6qgbyr37/%D7%9E%D7%9B%D7%AA%D7%91%20%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%94%D7%9D%20%D7%AA%D7%94%D7%95%D7%9E%D7%99.pdf?dl=0
(גענומען פון אייוועלט)

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 1:42 pm

· #506045
א דאנק פאר אלע וואס האבן מיר באדאנקט פאר דעם אשכול. דער איידיע איז מיר איינגעפאלן אפאר יאר צוריק ווען כ'האב מיך אנגעשטויסן אין דעם ראיון. ווי איינער האט דא ערווענט שוין, מיר האט אויסגענומען דאס אז מען האט זיך אייגענטליך שוין געהאט געטראפן מיט אים בעפאר און אים אנגעווארנט און דאס איז נישט געווען סתם א התנקשות פון אפאר אינגעטליכע חלוצניקעס ווי דער ליכט שטראלן לייגט אראפ. עס איז געקומען פון די הויכע פענצטערס. ווי אויך איז אינטרעסאנט אז ווי ס'קוקט אויס האבן די רוצחים האבן נישט סתם אבי געזוכט נקמה אדער מחמת שנאה. עס איז געווען אין א געוויסע זין א קנאות פנחס ווי 'מזאגט.. שוין, די איבעריגע וועל איך לאזן פאר דער צעדרייטער שמואל שלמה עקשטיין אריינצולערנען..

טאמבל סאס » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 1:48 pm

· #506046
מתבודד
זייער שיין, שכ’ח! אפשר קענסטו אביסל מער מסביר זיין וואס דה-האן’ס פאזיציע איז געווען אינעם אגודה, איז ער געווען א סעקרעטאר? ווארט זאגער? יושב ראש? וכו’, וויאזוי האט ער געקענט טון העולה על רוחו אויב זיי האבן עס נישט מאשר געווען? אויך וויאזוי איז ער געווען א אפציעלע האמא און דערצו א פרומע איד?
---

ס’איז אינטרעסאנט אנצומערקן די טיפע פחד וואס די הגנה האט געהאט פון א מיטארבייט דורך די חרדים מיט די אראבישע מלכים..
כ'האב נישט געמאכט קיין סאך פארשונגען אויף דה-האן. איך האב דער פארווארט אויך טראנסלעיטעד פונעם זעלבן מקור, זעלבסט גענומען פון וויקי אבער מסתמא פון יענע תאריך. ווען כ'וועל ענדיגן וועל איך ברענגען די מקור אבער דוכט זיך אז דו ברענגסט עס שוין אליינס שפעטער.
דארטן זאגן זיי אז ער איז געווען מנהל מדיני הרשמי. וואטעווער דעט מינס. מסתמא זענען זיי אליינס, די אגודה, אזוי ווי היינט, געווען צעשפליטערט און נישט שטענדיג געוואוסט וואס מ'דארף זאגן פאר די אייגענע און וואס פאר די דרויסענדיגע? "טיפע פחד..." תהומי האט נישט געזאגט אז זיי האבן געהאט א פחד, נאר ענדישער אן עקל און זעזוע אז א איד קען אזוי פארראטן די אומה ווען זי איז נאך אין די פיצלאך און ברויך אזוי שטארק אחדות. פארוואס? נישט צו אונטערדריקן אנדערע נאר זיך אלעמען צו באפרייען פון אומות וואס אונטערדריקן אונז (אזוי ווי ס'איז דאן געווען)..

ער איז נישט געווען אן אפיציעלע האמא נאר אן "אומאפיציעלע". גיי אין די מקוה דזשופניק וועסטו שוין פארשטיין. אבער ערנסט גערעדט, די יישוב איז שוין געווען גענוג גרויס דאן אז זאלסט קענען בייטאג זיין א לובש שחורים, צווישן די חרדים און ביינאכט א לובש לבינים, צווישן די אראבער 😂 אבער אפשר האט ער אויך געטראגן א קאַפטן, ווייסעך נישט. און בכל אופן, בשעת מעשה האט ער ווארשיינליך בלויז געטראגן די לבינים און אפשר דאס אויך נישט 😂

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 2:34 pm

· #506055
שיינע מעשיות.
עס קען אויך זיין שיינע דמיונות פין אפאר ציונים.
דאס אז ער איז געווען עטרעקטעד צו זכרים מאכט אים נישט פסול.
ער פלעגט שרייבן וועגן דעם ווען ער איז געוועהן פריי, זאגט מען זכור מעשיך הראשונים, און מען האט אים געפסלט.

דער גאנצע ענין אז קנאים האבן געארבעט מיט אראבער, און היינט אויך אביסל, איז אינטערסאנט.

שאלתיאל » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 2:46 pm

· #506058
היסטאריע
שיינע מעשיות.
עס קען אויך זיין שיינע דמיונות פין אפאר ציונים.
ער פלעגט שרייבן וועגן דעם ווען ער איז געוועהן פריי, זאגט מען זכור מעשיך הראשונים, און מען האט אים געפסלט.

דער גאנצע ענין אז קנאים האבן געארבעט מיט אראבער, און היינט אויך אביסל, איז אינטערסאנט.
ער האט געשריבן אויך נאך וואס ער איז געווארן 'פרום' און געווארן פארעכנט אלץ 'איש אלוקים' דורך די קנאים.
כאפ נאר א בליק וואס ער שרייבט אין זיין ליד כל נדרי, דארט לייגט ער אראפ וואס ער האט געטוהן יו"כ ביינאכט (!):

אני חוזר מן המחזור, מחמוד הסייס מחלל בחליל, דמי גועש, עד בוש אחיל, אני מחלל ליל העשור!״.

מיט אזעלכע קנאים ווער דארף נאך ציונים..

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 3:36 pm

· #506063
דא איז איינער מסביר וואס דה-האן וואלט אלץ געטון היינט... נאכ’ן עס ליינען פארשטיי איך שוין (אבער בארעכטיג נישט) די החלטה אים צו מסלק זיין.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=909

איך זע די גאנצע פלוגתא דא וועגן זיין הומו אנשויאנגען איז חזרה פון דארט.

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 9:57 am

· #506104
Re: אינטערוויאו מיט'ן רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (1983/198
די עוולה איז נישט אז ער איז געשלאפן מיט אראבער. מצדי זאל ער שלאפן מיט מוחמד אליינס. די עוולה איז די היפאקריטסווע. וואס גייט נאך אן היינט אויכעט.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:12 am

· #506111
אמת, די שאלה איז נאר צו ער פלעגט עס טאקע טון נאכ’ן חוזר בתשובה זיין.
איך זע דא אין דה-האן ממש צוויי באזונדערע פערזאנען, געוואנדן ווער ס’רעדט.

1) איינער וואס האט נאכן תשובה טון איינגעזען, לשיטתו, אין די שקר פון די ציונים, און די חורבן וואס זיי גייען ברענגן אויפן יהדות, און האט זיך וועגן דעם אוועקגעגעבן זיין לעבן, און טאקע באצאלט מיטן לעבן צו פייטן די ציונים און זיי אונטערברענגן. און צוליב טעכנישע סיבות האט זיך געלוינט פאר זיינע אסאסניטעירס צו דערציילן א געשיכטע אז ער פלעגט שלאפן מיט אראבער וכו’.

2)איינער וואס איז געווארן מאוכזב אין די ציונים פארן אים נישט געבן גענוג כבוד און/אדער די זשאב וואס ער האט געהאלטן קומט זיך אים, און ארויס אויף א מסע נקמה געטריבן דורך זיינע ברענעדיגע געפילן פון כעס און נקמה. און צו דאס אויספירן האט ער לפנים געפראוועט ערליכע יוד, אויף וויפיל ס’איז געווען נוגע צו קענען צוזאמען מיט די חרדים (פרובירן צו) אונטערברענגן די ציונים.
וואס איז די אמת'ע געשיכטע איז נאך דערווייל נעלם מעיני.
אזוי קוקט עס אויס ווען מענטשן פארעמען היסטאריע און פאקטן לויט זייערע אגענדעס און געפילן. און אט דאס איז לכו”ע נעקסט לעוועל היפאקריסטווע, כאטש מיר זענען ליידער רגיל עס צו זען.

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 2:09 pm

· #506135
מתבודד
דא שרייבט תהומי א בריוו איבער די פרשה, ער שרייבט וועגן דה-האנ’ס ”נטיות מיניות” כלאחר יד, אז קיינער אין די הגנה איז נישט געווען אינטרעסירט אין דעם...
ווייס איך אבער נישט וויפיל א ראי’ ס’איז.
https://www.dropbox.com/s/14y8rrc6qgbyr37/%D7%9E%D7%9B%D7%AA%D7%91%20%D7%90%D7%91%D7%A8%D7%94%D7%9D%20%D7%AA%D7%94%D7%95%D7%9E%D7%99.pdf?dl=0
(גענומען פון אייוועלט)
דאס אז ער שרייבט דאס כלאחר יד מיינט נאך נישט אז דאס איז אמת, ווייל ווי רבי יוסף חיים זאנענפעלד שרייבט איבער אים, האבן אים די ציונים געזוכט צו באשמוצן ווי מען קען נאר, און ממילא איז פשוט אז זיי האבן געזוכט צו באשמירן זיין נאמען ווי מער מען קען ווי רבי יוסף חיים שרייבט. דיהאן איז זיי געשטאנען אין וועג לצנינים בעיניהם. און עס איז נישט דא קיין שום עווידענס אז נאכ'ן חוזר זיין בתשובה איז ער חלילה געווען א בעל עבירה חוץ פון די באשמוצינגען פון די ציונים.

אז די רוצחים די ציונים זיינע בלוט שונאים שרייבן דאס אויף אים מיינט דאס זילטש. פון זיינע אלע כתבים זעהט מען קלאר אז ער איז געווען א ריכטיגע חוזר בתשובה, אמת אז אמאל איז ער געווען א בעל עבירה און חתונה געהאט מיט א גויטע, אבער נאכדעם איז ער געווארן א ריכטיגער און אמת'דיגער בעל תשובה, און לויט חז"ל טאר מען נישט זאגן פאר א בעל תשובה זכור מעשיך הראשונים.

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 2:11 pm

· #506136
עס זענען דא אזעלכע וואס דזשאדזשן א מענטשנ'ס ארנטליכקייט ביים טשעקן אויב ער איז נאך געשלאפן מיט אראבער שוין נאכדעם וואס ער איז פרום געווארן (בדברים שבין אדם למקום) אבער א קלוגער דזשאדזשד זיין ארנטליכקייט דורכן טשעקן אויב ער האט זיך געפירט בדרכי נימוס אפילו אין זיינע מחלוקתן מיט די מענטשן (דאס זענען די ציונים) מיט וועמען ער האט בהשקפה דיסאגריד.. (ד.ה. בדרים שבין אדם לחבירו. און כמובן, ביי א מענטשן וואס איז בין אדם לחבירו פארדארבן, איז לייקלי, אז צעווישן זיינע מיסברויכן וועלן זיך מסתמא אויך דערפונען סאקסואלע היפאקריטסווע ודו"ק) און ווי געשריבן אויבן קוקט ער נישט אויס צו האבן געפּעסד דעם טעסט.. אלזא די משכב זכור איז נישט די סיבה; עס איז די סימן. און אויך נישט פאר זיך אליין, נאר אין דעם קאנטעקסט, אין דער קהילה ווי ער האט געלעבט, מיט די וועליוס וואס זיי האבן טרומפייטערד..

מתבודד » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 2:49 pm

· #506139
ווער ס’וויל פארשטיין וואס כ’האב דא געשריבן
וואס איז די אמת'ע געשיכטע איז נאך דערווייל נעלם מעיני.
אזוי קוקט עס אויס ווען מענטשן פארעמען היסטאריע און פאקטן לויט זייערע אגענדעס און געפילן. 
זאל קוקן די נעקסטע צוויי תגובות ווי צוויי ממש הפכים’דיגע פאקטן ווערן אראפגעלייגט אלס א דבר פשוט מאוד...
---
ווייל ווי רבי יוסף חיים זאנענפעלד שרייבט איבער אים, האבן אים די ציונים געזוכט צו באשמוצן ווי מען קען נאר, און ממילא איז פשוט אז זיי האבן געזוכט צו באשמירן זיין נאמען ווי מער מען קען ווי רבי יוסף חיים שרייבט. 
ווי שרייבט ער עס?

קהל'ס נער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 8:06 pm

· #506161
מתבודד
אמת, די שאלה איז נאר צו ער פלעגט עס טאקע טון נאכ’ן חוזר בתשובה זיין.
איך זע דא אין דה-האן ממש צוויי באזונדערע פערזאנען, געוואנדן ווער ס’רעדט.

1) איינער וואס האט נאכן תשובה טון איינגעזען, לשיטתו, אין די שקר פון די ציונים, און די חורבן וואס זיי גייען ברענגן אויפן יהדות, און האט זיך וועגן דעם אוועקגעגעבן זיין לעבן, און טאקע באצאלט מיטן לעבן צו פייטן די ציונים און זיי אונטערברענגן. און צוליב טעכנישע סיבות האט זיך געלוינט פאר זיינע אסאסניטעירס צו דערציילן א געשיכטע אז ער פלעגט שלאפן מיט אראבער וכו’.

2)איינער וואס איז געווארן מאוכזב אין די ציונים פארן אים נישט געבן גענוג כבוד און/אדער די זשאב וואס ער האט געהאלטן קומט זיך אים, און ארויס אויף א מסע נקמה געטריבן דורך זיינע ברענעדיגע געפילן פון כעס און נקמה. און צו דאס אויספירן האט ער לפנים געפראוועט ערליכע יוד, אויף וויפיל ס’איז געווען נוגע צו קענען צוזאמען מיט די חרדים (פרובירן צו) אונטערברענגן די ציונים.
וואס איז די אמת'ע געשיכטע איז נאך דערווייל נעלם מעיני.
אזוי קוקט עס אויס ווען מענטשן פארעמען היסטאריע און פאקטן לויט זייערע אגענדעס און געפילן. און אט דאס איז לכו”ע נעקסט לעוועל היפאקריסטווע, כאטש מיר זענען ליידער רגיל עס צו זען.
אינטערעסאנט נאר אז פינקט נאך וואס די ציונים האבן עים אפגעזאגט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט אין עים, פינקט דעמאלט האט ער איינגעזעין אז די ציונים זענען רשעים און ער איז געווארען א פולקאמער בעל תשובה.

אויב גלייבסטו דעיס, הייב איך אן גלייבן אז די וועלט האט זיך אליין באשאפן...

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:15 pm

· #506186
מתבודד
ווער ס’וויל פארשטיין וואס כ’האב דא געשריבן
וואס איז די אמת'ע געשיכטע איז נאך דערווייל נעלם מעיני.
אזוי קוקט עס אויס ווען מענטשן פארעמען היסטאריע און פאקטן לויט זייערע אגענדעס און געפילן. 
זאל קוקן די נעקסטע צוויי תגובות ווי צוויי ממש הפכים’דיגע פאקטן ווערן אראפגעלייגט אלס א דבר פשוט מאוד...
---
ווייל ווי רבי יוסף חיים זאנענפעלד שרייבט איבער אים, האבן אים די ציונים געזוכט צו באשמוצן ווי מען קען נאר, און ממילא איז פשוט אז זיי האבן געזוכט צו באשמירן זיין נאמען ווי מער מען קען ווי רבי יוסף חיים שרייבט. 
ווי שרייבט ער עס?
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=22436&start=25#p1941835
גענומען פון דא
הגד הוגד לנו שמצדדים שונים חותרים חתירות תחת עמדתו של הפרופיסור הנכבד ד"ר יעקב ישראל די האן... הננו מוצאים איפוא לנחוץ להעיר את מע"כ לא להטות אוזן קשבת לדברי הבלע של אויביו בנפש.. מתנגדי היהדות החרדית נתנו עינם בו להציק לו ולרדת לחייו למען העבירו על דעתו

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:17 pm

· #506187
קהל'ס נער
מתבודד
אמת, די שאלה איז נאר צו ער פלעגט עס טאקע טון נאכ’ן חוזר בתשובה זיין.
איך זע דא אין דה-האן ממש צוויי באזונדערע פערזאנען, געוואנדן ווער ס’רעדט.

1) איינער וואס האט נאכן תשובה טון איינגעזען, לשיטתו, אין די שקר פון די ציונים, און די חורבן וואס זיי גייען ברענגן אויפן יהדות, און האט זיך וועגן דעם אוועקגעגעבן זיין לעבן, און טאקע באצאלט מיטן לעבן צו פייטן די ציונים און זיי אונטערברענגן. און צוליב טעכנישע סיבות האט זיך געלוינט פאר זיינע אסאסניטעירס צו דערציילן א געשיכטע אז ער פלעגט שלאפן מיט אראבער וכו’.

2)איינער וואס איז געווארן מאוכזב אין די ציונים פארן אים נישט געבן גענוג כבוד און/אדער די זשאב וואס ער האט געהאלטן קומט זיך אים, און ארויס אויף א מסע נקמה געטריבן דורך זיינע ברענעדיגע געפילן פון כעס און נקמה. און צו דאס אויספירן האט ער לפנים געפראוועט ערליכע יוד, אויף וויפיל ס’איז געווען נוגע צו קענען צוזאמען מיט די חרדים (פרובירן צו) אונטערברענגן די ציונים.
וואס איז די אמת'ע געשיכטע איז נאך דערווייל נעלם מעיני.
אזוי קוקט עס אויס ווען מענטשן פארעמען היסטאריע און פאקטן לויט זייערע אגענדעס און געפילן. און אט דאס איז לכו”ע נעקסט לעוועל היפאקריסטווע, כאטש מיר זענען ליידער רגיל עס צו זען.
אינטערעסאנט נאר אז פינקט נאך וואס די ציונים האבן עים אפגעזאגט אז זיי זענען נישט אינטערעסירט אין עים, פינקט דעמאלט האט ער איינגעזעין אז די ציונים זענען רשעים און ער איז געווארען א פולקאמער בעל תשובה.


אויב גלייבסטו דעיס, הייב איך אן גלייבן אז די וועלט האט זיך אליין באשאפן...
האסט דא א טעות אין די היסטאריע פון דיהאן. ער איז געווארן א בעל תשובה סאך פאר ער איז געקומען קיין ארץ ישראל, בשעת ער איז געווארן א בעל תשובה איז ער קודם געווען אן אקטיווע מיטגליד אין די מזרחישטישע - ציוניסטישע באוועגונג, נאר שפעטער האט ער זיך אויסגעדרייט די רוקן צו זיי

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 11:30 pm

· #506189
שאלתיאל
היסטאריע
שיינע מעשיות.
עס קען אויך זיין שיינע דמיונות פין אפאר ציונים.
ער פלעגט שרייבן וועגן דעם ווען ער איז געוועהן פריי, זאגט מען זכור מעשיך הראשונים, און מען האט אים געפסלט.

דער גאנצע ענין אז קנאים האבן געארבעט מיט אראבער, און היינט אויך אביסל, איז אינטערסאנט.
ער האט געשריבן אויך נאך וואס ער איז געווארן 'פרום' און געווארן פארעכנט אלץ 'איש אלוקים' דורך די קנאים.
כאפ נאר א בליק וואס ער שרייבט אין זיין ליד כל נדרי, דארט לייגט ער אראפ וואס ער האט געטוהן יו"כ ביינאכט (!):

אני חוזר מן המחזור, מחמוד הסייס מחלל בחליל, דמי גועש, עד בוש אחיל, אני מחלל ליל העשור!״.

מיט אזעלכע קנאים ווער דארף נאך ציונים..
איך ווייס נישט וואס די ברענגסט ארויס דא. די האסט שוין בכלל געזעהן זיינע שירים און זיין שניט? פון די ביסל וואס איך האב געזעהן לייגט ער אראפ זייער אסאך פון זיינע מחשבות און רצונות ווי א משל און א נמשל, ער לויפט אדורך למשל - ווי אסאך בעלי שיר - ווי מען וויל טוהן עפעס, און דערווייל כאפט מען זיך, אוי, איך קען דאס נישט טוהן, ווייל איך וועל מחלל זיין יום כיפור מיט דעם.

און בכלל איז די גאנצע שיר געשריבן אזוי פאעטיש אז ער שרייבט בכלל נישט ארויס קיין רמז ורמיזה אז ער רעדט דא בכלל פון זינדיגן מיט א יונגטליכן. און אפילו אויב יא איז די נוסח פון די שיר אזוי ווי געזאגט אויף דעם נוסח, אז אדרבה ער האט איינעם באגעגנט און ער האט יענעם נישט באוויזן צו טרעפן למעשה, יענער איז אוועקגעגאנגען און ער ברענגט ארויס געפיליש זיינע מחשבות וואס עס זענען אים דורכגעלאפן, ער שרייבט בכלל נישט אז ער איז געשלאפן מיט מחמוד בליל העשור, נאר עס זעהט ענדערש אויס פון די גאנצע שיר, ווי ער שרייט צו זיך צוריק, געוואלד ווי קען איך האבן אזעלכע מחשבות בליל יום כיפור, איך בין דאך מיט דעם מחלל ליל העשור. ער שרייבט זיינע מחשבות אהין און צוריק.

בכלל, מהיכי תיתי אז ער מיינט נישט צו זאגן אין די שיר - וואס באשטייט סך הכל פון פיר שורות - אז ער האט ארויסקומענדיג פון בית המדרש מיט די מחזור געטראפן א גוי מחלל בחליל, (א סורטש אויף גוגל שרייבט אז דאס מיינט נישט עפעס אנדערש ווי שפילן מיט א טרומפייטער) און עס פאסט נישט אז מען זאל זיך אפשטעלן יום כיפור ביינאכט און מיטהאלטן אזא זאך ווי א גוי אויפ'ן גאס שפילט אויף א טראמפייטער, און ממילא שרייבט ער צו זיך אז היתכן אז איך קען דאס טוהן, איך בין דאך מיט דעם מחלל דעם ליל העשור יום כיפור, ווייל ווי קומט יום כיפור ביינאכט צו זיין פארנומען מיט מיטהאלטן אזא זאך.

בקיצור, די גאנצע שיר - וואס ער האט געשריבן אין האלאנדיש און איז איבערגעטייטשט געווארן - שרייבט ער "בכלל נישט" און נאכמאל "בכלל נישט" קיין שום זאך ווי ער זאל האבן חלילה געזינדיגט, און די אלע רמזים וואס מען וויל זיך ארויפכאפן דערויף איז נישט מער ווי נארישקייטן נאך דעם וואס דאס איז די נוסח פון בעלי השיר וואס ברענגן ארויס זייערע געפילן אזוי.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 3:19 am

· #506199
רבותי, איינער זאל זיך מרחם זיין און אים^ אויסלערנען לשה"ק?
אני חוזר מן המחזור, מחמוד הסייס מחלל בחליל, דמי גועש, עד בוש אחיל, אני מחלל ליל העשור!״.
איך קער מיך צוריק פונעם מחזור אין שוהל, מוחמד דער סייס (א כינוי צו א הומו - דער Top) שפיהלט מיט'ן חליל (א יופעמיזם צו דו ווייסט וואס...), מיין בלוט רוישט, איידער איך שעם זיך צושטארק, וועל איך אנהויבן..., אוי וויי, איך בין מחלל יוה"כ..

וואס שיינט דאס צו דיר צוזיין? (און דאס איז נאך גאנץ פשוטע לשה"ק.) שיר השירים? וואו זעסטו אהין און צוריק? איך זעה נאר אהין. אפשר מיינסטו אהין און צוריק במובן אחרת [emoji38]

הלוואי זאל מען די דאזיגע זכותים לערנען אויף דער בעל יה ריבון עלם און נאך אנדערע..

אינטערסאנטער » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 12:41 pm

· #506285
טאמבל סאס
רבותי, איינער זאל זיך מרחם זיין און אים^ אויסלערנען לשה"ק?
אני חוזר מן המחזור, מחמוד הסייס מחלל בחליל, דמי גועש, עד בוש אחיל, אני מחלל ליל העשור!״.
איך קער מיך צוריק פונעם מחזור אין שוהל, מוחמד דער סייס (א כינוי צו א הומו - דער Top) שפיהלט מיט'ן חליל (א יופעמיזם צו דו ווייסט וואס...), מיין בלוט רוישט, איידער איך שעם זיך צושטארק, וועל איך אנהויבן..., אוי וויי, איך בין מחלל יוה"כ..

וואס שיינט דאס צו דיר צוזיין? (און דאס איז נאך גאנץ פשוטע לשה"ק.) שיר השירים? וואו זעסטו אהין און צוריק? איך זעה נאר אהין. אפשר מיינסטו אהין און צוריק במובן אחרת [emoji38]

הלוואי זאל מען די דאזיגע זכותים לערנען אויף דער בעל יה ריבון עלם און נאך אנדערע..
איך זעה נישט וואס די האסט דא אויפגעטוהן. ווי איך זעה אהין און צוריק? איך האב שוין מסביר געווען אין די פריערדיגע תגובה אז דאס איז די מהלך פון בעלי השיר. און בכלל ווי שוין געשריבן שרייבט ער נישט קיין ווארט אז ער האט געזינדיגט, ער שרייבט אז ער האט געזעהן א גוי א שייגעץ שפילן מיט א טראמפייטער און ער האט געהאט א תאוה אויך צו כאפן און שפילן דערמיט און מער נישט.

בכל אופן וואס דאס איז, זאגסט אז חליל מיינט עפעס אנדערש, איך ווייס נישט, אבער אפילו אויב יא שרייבט ער נישט בכלל אז ער האט געזינדיגט, לא מיני' ולא מקצתי' (שוין אפגערעדט אז די שיר איז אן איבערטייטש און איז נישט זיין ארגינעלע ווערטער וואס ער האט געשריבן אין האלאנדיש).

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 1:03 pm

· #506289
מיש נישט אויס. ער איז געווען א פאעט, א בעל שיר, נישט א טרומפיסט. טרומפייטער מיינט ער דא עפעס אנדערש ווי כ'האב שוין אויבן געזאגט. שוין ברויכסטו זיך אויסלערנען פארשטיין רמזים אין שיר. איך האב נישט געזען די קאנטעקסט אבער פון דער שטיקל אליינס איז פאר מיר פשוט אז דאס מיינט ער. ווער ס'האלט אנדערש זאל מיך לייקן..

סאוי וואט? די מאָסט בעיסיק טרענסלעיטער ווייסט ווי אזוי איבערצוטייטשן קאנצעפטן און יופעמיזמס צווישן שפראכן אפי' אויב עס איז נישט דוקא די זעלבע ווארט.. דאס איז נישט קיין קאמפליצירטע שיר. עפעס אן אבסטראקטע געדאנק. גראדע גאנץ מגושם..

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 1:44 pm

· #506293
איך נעם נישט קיין צד אינעם וויכוח, ווייל איך ווייס נישט. אבער אויף דעם וואס @טאמבל סאס זאגט דא
די מאָסט בעיסיק טרענסלעיטער ווייסט ווי אזוי איבערצוטייטשן קאנצעפטן און יופעמיזמס צווישן שפראכן אפי' אויב עס איז נישט דוקא די זעלבע ווארט.. דאס איז נישט קיין קאמפליצירטע שיר. עפעס אן אבסטראקטע געדאנק
וויל איך ברענגן סתם פאר אינטרעסאנטקייט א געשמאקע קלארע און פרייע איבערזעצונג, טאקע פון ר’ גוגל אליינס
אני חוזר מן המחזור, מחמוד הסייס מחלל בחליל, דמי גועש, עד בוש אחיל, אני מחלל ליל העשור
I'm coming back from the cycle, Mahmoud Al-Seys is blaspheming with the flute, Demi Goesh, until Bush Ahil, I'm blaspheming the night of the decade
--
בדרך אגב איז אינטרעסאנט צוצולייגן (נישט ”צולייגן ” ח”ו) וואס @אינטערסאנטער האט געשריבן אין א דערנעבנדיגע אשכול
ווען מען הייבט אן צו פעלשן היסטאריע און דערנאך מאלט מען וואסער צו איבערצייגן די פעלשעריי איז שווער זיך צו טענה'ן. עס זאגט שוין דער חכם מכל אדם אין קץ לדברי וכו'

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 2:59 pm

· #506305
און בעיקר זעה איך אז ער פלעגט דאווענען מנחה מיט א קביעות מיט מנין, איינער וואס איז נישט פרום טוט דאס? אפילו איינער וואס איז פרום טוט עס נישט אייביג.

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 12, 2022 5:58 pm

· #506317
היסטאריע
און בעיקר זעה איך אז ער פלעגט דאווענען מנחה מיט א קביעות מיט מנין, איינער וואס איז נישט פרום טוט דאס? אפילו איינער וואס איז פרום טוט עס נישט אייביג.
טאקע דאס איז מעורר די חשד אויף איהם. וועלכע פרומע איד דאוונט ”אייביג” מיט מנין?
אלא מאי.....

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 14, 2022 10:05 pm

· #506385
טאמבל סאס
רבותי, איינער זאל זיך מרחם זיין און אים^ אויסלערנען לשה"ק?
אני חוזר מן המחזור, מחמוד הסייס מחלל בחליל, דמי גועש, עד בוש אחיל, אני מחלל ליל העשור!״.
איך קער מיך צוריק פונעם מחזור אין שוהל, מוחמד דער סייס (א כינוי צו א הומו - דער Top) שפיהלט מיט'ן חליל (א יופעמיזם צו דו ווייסט וואס...), מיין בלוט רוישט, איידער איך שעם זיך צושטארק, וועל איך אנהויבן..., אוי וויי, איך בין מחלל יוה"כ..

וואס שיינט דאס צו דיר צוזיין? (און דאס איז נאך גאנץ פשוטע לשה"ק.) שיר השירים? וואו זעסטו אהין און צוריק? איך זעה נאר אהין. אפשר מיינסטו אהין און צוריק במובן אחרת [emoji38]

הלוואי זאל מען די דאזיגע זכותים לערנען אויף דער בעל יה ריבון עלם און נאך אנדערע..
טאמבל סאס: איך בין מסכים מיט דיר 100%.הקדוש הרהגה"צ ר' יעקב דע האן זצוקללה"ה (הא-הא) האט נישט נאר געטראכט פון ,,,?זינדיגן"... נאר ערט טאקע געטון ..."למעשה"...!

לעומת דער בעל י-ה ריבון עלם, ר' ישראל נאג'אראה האט גארנישט אפילו מרמז געווען אין זיין זייער הארציגן שיר פון זיין פריוואטן לעבן. אעפ"כ א סאך ערליכע אידן האבן נישט געזינגען זיין שיר. מיין טאטע (ע"ה) האט עס אויך קיינמאל נישט געזינגען. יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס...!

המצפה לישועה » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 3:04 pm

· #508282
הוא לא באמת חזר בתשובה והמשיך במשכב זכר
    וכתב שירי תועבה.
    📎 _למען הרים מכשול_-הדפסה בית מדרש.pdf

    היסטאריע » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 3:47 pm

    · #508285
    המצפה לישועה
    הוא לא באמת חזר בתשובה והמשיך במשכב זכר
      וכתב שירי תועבה.
      אין די בריוו וואס דו האסט דו בייגעלייגט שטייט גארנישט וועגן דעם.

      berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 4:27 pm

      · #508289
      מתבודד
      זייער שיין, שכ’ח! אפשר קענסטו אביסל מער מסביר זיין וואס דה-האן’ס פאזיציע איז געווען אינעם אגודה, איז ער געווען א סעקרעטאר? ווארט זאגער? יושב ראש? וכו’, וויאזוי האט ער געקענט טון העולה על רוחו אויב זיי האבן עס נישט מאשר געווען? אויך וויאזוי איז ער געווען א אפציעלע האמא און דערצו א פרומע איד?
      ---

      ס’איז אינטרעסאנט אנצומערקן די טיפע פחד וואס די הגנה האט געהאט פון א מיטארבייט דורך די חרדים מיט די אראבישע מלכים..
      איך ווייס נישט וועגן א פחד. אבער א כעס איז זיכער געווען. זיי האבן געפיהלט אז די חרדים. און ספעציעל דה האן איז א פאררעטער. ווייל זיי האבן געזעהן אין א צוקונפטיגע מדינה א רעטונג פאר אידן פון אזעלכע מאורעות ווי די פאגראמען אין אוקריינא און רוסלאנד..

      היסטאריע » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2022 4:40 pm

      · #508292
      עס איז פשוט אז דאס מיטארבעטן מיט די אראבער איז א טעות מצדם, אין בין לעצטענס געפארען אין א טעקסי מיט א מוסלמענער פין מצרים, ווייזט ער מיר אויף זיין טעלעפאן א רב פין די נטורי קרתא וואס זאגט אז די מוסלמענער האבן די איינציגטסע אמת'ע רעליגיע!! עפ"ל. איך האב נישט געקענט ליינען קיין אראביש און זעהן זיין נאמען.

      המצפה לישועה » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 6:33 am

      · #508342
      היסטאריע
      המצפה לישועה
      הוא לא באמת חזר בתשובה והמשיך במשכב זכר
        וכתב שירי תועבה.
        אין די בריוו וואס דו האסט דו בייגעלייגט שטייט גארנישט וועגן דעם.
        אינעם בריוו שטייט גאשריבן אז זיינער ביכער או לידער זענען תועבות.
        טאקע, עס טוט נישט זאגן אפעס וועגן משכב זכר, אבער הער האט אויך געצויגן מיט דעם ווי עס קומט אין דעם ארטיקל:
        https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=38&topic_id=2771388&forum_id=19616

        המצפה לישועה » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 6:33 am

        · #508343
        היסטאריע
        המצפה לישועה
        הוא לא באמת חזר בתשובה והמשיך במשכב זכר
          וכתב שירי תועבה.
          אין די בריוו וואס דו האסט דו בייגעלייגט שטייט גארנישט וועגן דעם.
          אינעם בריוו שטייט גאשריבן אז זיינער ביכער או לידער זענען מיאוס.
          טאקע, עס טוט נישט זאגן אפעסווען משכב זכר, אבער הער האט אויך געצויגן מיט דעם ווי עס קומט אין דעם ארטיקל:
          https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=38&topic_id=2771388&forum_id=19616

          המצפה לישועה » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 6:35 am

          · #508344
          בטעות שלחתי פעמיים. אחרי הפעם הראשונה שוב הופיע לי חל חלון התגובה עם תגובתי וחשבתי שלא נשלח.

          ערכתי את התגובה של הפעם הראשונה ולכן עכשיו התגובות אינן זהות.

          אינטערסאנטער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 5:42 pm

          · #508381
          זיינע גרעסטע שונאים די מייסדי המדינה בימיו האבן אים פיינט געהאט שנאת מות און פונקט ווי זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו הרג'נען, אבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם צו מוציא שם רע זיין אויף א מענטש.

          דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט קיין שום שמוץ אויף דעם איד. חוץ אפאר דיוקים און האלבע מימרות פון זיינע גרעסטע שונאים.

          שאלתיאל » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 5:50 pm

          · #508383
          אינטערסאנטער
          זיינע גרעסטע שונאים די מייסדי המדינה בימיו האבן אים פיינט געהאט שנאת מות און פונקט ווי זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו הרג'נען, אבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם צו מוציא שם רע זיין אויף א מענטש.

          דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט קיין שום שמוץ אויף דעם איד. חוץ אפאר דיוקים און האלבע מימרות פון זיינע גרעסטע שונאים.
          חא חא חא האבן זיך די רויבער צולאכט.
          זיינע האמא-עראטישע ביכער וואס ער האט ארויסגעגעבן און האבן פאראורזאכט בשעתם א שטורעם אין האלאנד און זיינע עראטישע ליבע לידער וואס ער האט געשריבן פאר ארבישע יונגען אין א"י זענען אויך אריינגערעכנט אין די ''פאר דיוקים און האלבע מימרות''? אדער דאס וואס ער באצירט די ספעציעלע האמא מאנומענט אין אמסטערדאם דאס קומט אויך ''פון זיינע גרעסטע שונאים''?

          אינטערסאנטער » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 6:37 pm

          · #508386
          איך האב נאך נישט געזעהן, און קיינער האט נאכנישט געברענגט דא קיין ליבע לידער פאר אראבישע אינגן אין ארץ ישראל נאכ'ן תשובה טוהן.

          די אלע שירים וואס ער האט געשריבן נאכ'ן תשובה טוהן און זיך דרייען ביי די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, זעט מען נישט דארט גארנישט מער ווי גארנישט. ווילסט זיך ארויפכאפן אויף א האלבע ווארט? קענסטו מאכן אזעלכע פשט'לעך פורים נאכמיטאג.

          ממילא לויט וויפיל איך האב שוין געזעהן פון אים, קען מען זאגן מיט א זיכערקייט אז
          אינטערסאנטער
          דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט קיין שום שמוץ אויף דעם איד. חוץ אפאר דיוקים און האלבע מימרות פון זיינע גרעסטע שונאים.

          berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2022 7:29 pm

          · #508390
          וויאזוי ס'זאל נאר זיין. א מענטש ווי ער מיט א געקעסטל'טע פארגאנגענהייט. (טשעקער'ד פעסט) קענמען נישט אנרופן אלס קדוש. קעיס קלאוזד. ער קען זיין א פיינער איד. אבער זאג נישט מוסר פאר א צווייטן. שריי נישט און רוף נישט אן שייגעץ און אפיקורס א צווייטן איד. וועלכער האט אויך גוטע אידעאלן און צילן. כאטש זיי זענען נישט איינשטימיג מיט דיין איצטיגן פאליטישן שטאנד.

          אפילו את"ל (אם תימצי לומר) אז ער האט שוין אויפגעהערט מיט זיינע פערווערזע פאעטרי און סעקסועלע עסקאפאדעס, דארף ער איינזיצן רואיג און שטילל. און נישט שאקלען וואסערן און מאכן א שטורם. דאן האט ער געצאלט א פרייז. אבער קיין קדוש איז ער נישט...!

          אינטערסאנטער » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 4:53 pm

          · #508580
          berlbalaguleh
          וויאזוי ס'זאל נאר זיין. א מענטש ווי ער מיט א געקעסטל'טע פארגאנגענהייט. (טשעקער'ד פעסט) קענמען נישט אנרופן אלס קדוש. קעיס קלאוזד. ער קען זיין א פיינער איד. אבער זאג נישט מוסר פאר א צווייטן. שריי נישט און רוף נישט אן שייגעץ און אפיקורס א צווייטן איד. וועלכער האט אויך גוטע אידעאלן און צילן. כאטש זיי זענען נישט איינשטימיג מיט דיין איצטיגן פאליטישן שטאנד.

          אפילו את"ל (אם תימצי לומר) אז ער האט שוין אויפגעהערט מיט זיינע פערווערזע פאעטרי און ******** עסקאפאדעס, דארף ער איינזיצן רואיג און שטילל. און נישט שאקלען וואסערן און מאכן א שטורם. דאן האט ער געצאלט א פרייז. אבער קיין קדוש איז ער נישט...!
          איך הער דיין דעת בעל הבית, אבער דער גאון וצדיק און איש המעש רבי יוסף חיים זאנענפעלד מיט זיין דעת תורה האט אנדערש געהאלטן

          berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 10:21 pm

          · #508607
          שאלתיאל
          אינטערסאנטער
          זיינע גרעסטע שונאים די מייסדי המדינה בימיו האבן אים פיינט געהאט שנאת מות און פונקט ווי זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו הרג'נען, אבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם צו מוציא שם רע זיין אויף א מענטש.

          דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט קיין שום שמוץ אויף דעם איד. חוץ אפאר דיוקים און האלבע מימרות פון זיינע גרעסטע שונאים.
          חא חא חא האבן זיך די רויבער צולאכט.
          זיינע האמא-עראטישע ביכער וואס ער האט ארויסגעגעבן און האבן פאראורזאכט בשעתם א שטורעם אין האלאנד און זיינע עראטישע ליבע לידער וואס ער האט געשריבן פאר ארבישע יונגען אין א"י זענען אויך אריינגערעכנט אין די ''פאר דיוקים און האלבע מימרות''? אדער דאס וואס ער באצירט די ספעציעלע האמא מאנומענט אין אמסטערדאם דאס קומט אויך ''פון זיינע גרעסטע שונאים''?
          ועוד: די גוי'אישע צייטונג אין האלאנד פאר וועלכע ער האט געשריבן ארטיקלען האט נישט געוואלט דרוקן זיינע האמא עראטישע פאעטרי. ווייל זיי האבן געהאלטן אז ס'איז צו שטארק אוממאראליש...! פלוצלינג איז ער מיר געווארן א קדוש...לאל

          אינטערסאנטער » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2022 12:47 pm

          · #508642
          berlbalaguleh
          שאלתיאל
          אינטערסאנטער
          זיינע גרעסטע שונאים די מייסדי המדינה בימיו האבן אים פיינט געהאט שנאת מות און פונקט ווי זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו הרג'נען, אבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם צו מוציא שם רע זיין אויף א מענטש.

          דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט קיין שום שמוץ אויף דעם איד. חוץ אפאר דיוקים און האלבע מימרות פון זיינע גרעסטע שונאים.
          חא חא חא האבן זיך די רויבער צולאכט.
          זיינע האמא-עראטישע ביכער וואס ער האט ארויסגעגעבן און האבן פאראורזאכט בשעתם א שטורעם אין האלאנד און זיינע עראטישע ליבע לידער וואס ער האט געשריבן פאר ארבישע יונגען אין א"י זענען אויך אריינגערעכנט אין די ''פאר דיוקים און האלבע מימרות''? אדער דאס וואס ער באצירט די ספעציעלע האמא מאנומענט אין אמסטערדאם דאס קומט אויך ''פון זיינע גרעסטע שונאים''?
          ועוד: די גוי'אישע צייטונג אין האלאנד פאר וועלכע ער האט געשריבן ארטיקלען האט נישט געוואלט דרוקן זיינע האמא עראטישע פאעטרי. ווייל זיי האבן געהאלטן אז ס'איז צו שטארק אוממאראליש...! פלוצלינג איז ער מיר געווארן א קדוש...לאל
          אנטשולדיגט מיר, אין מיין תורה שטייט אז א מענטש האט א כח התשובה

          berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 2:13 am

          · #508726
          אינטערסאנטער: אט דאס איז די נקודה. א בעל תשובה קען זיין א פיינער און א וואוילער און ערליכער איד. ער קען אבער נישט שרייען שייגעץ אויף א צווייטן איד. ער דארף בלייבן דיסקרעט. ווייל אויב יא קענמען (אזוי ווי אין דעם פאל) איהם דערמאנען זיינע אלטע חטאים עוונות ופשעים.

          ועוד. ס'איז א פאקט אז פון ווען ר' יעקב ישראל דה האן איז אריבער צו די עדה החרדית און ער האט געארבעט אין זייערע אינטרעסן אויף זייער אן עפעקטיוון פארנעם. אבער די עצם מאטיווירונג פון זיך אועקקערן פונ'ם ציוניזם קען אויך דעבאטירט ווערן אויב ס'איז געווען איגאנצן לשם שמים. ווייל לויט ווי א טייל היסטאריקער זאגן האט ער זיך אפגעקערט פונ'ם (פאליטישן) ציוניזם ווייל ער האט געהאלטן אז מ'געט איהם נישט אפ דעם כבוד הראוי דארט. און ער איז געגאנגען ערשט צו די אגודה. און נאכדעם צו די עדה החרדת. וואו ער האט זייער שטארק עפעקטיוו געדינט די אינטרעסן פון די עדה. אונטער די הנהגה פון ר' יוסף חיים זאננענפעלד. וועלכער איז געווען א גרויסער צדיק און אמת'דיגער מנהיג. זיי (די אנשי העדה) האבן , דורך די השתדלות פון ר' יעקב ישראל דה האן מיט די באטייליגונג פון הרב זאנענפעד געהאלטן ביי מאכן א הסכם מיט דעם קעניג אבדוללאה פון ירדן אז מ'זאלל געבן א שטח פון לאנד פאר די ערליכע אידן וואו זיי זאללן אויפבויען הייזער. נאכדעם וואס הרב זאנענפעלד האט ערקלערט פאר'ן קעניג אז די ערליכע אידן האבן נישט קיין שום פאליטישע אמביציעס. נאר וועגן די אקטיוויטעטן פון די ציוניס'טישע פארטייען איז דער פלאן בטל געווארן.

          אויך האט דע האן געהאלטן פאר פארן קיין ענגלאנד און אויפטרעטן אין פארלאמענט אז די בריטישע מלוכה זאלל צוריקציען און מבטל זיין די באלפור דעקלאראציע. דאס האט די ציוניסט'ישע פיהרערס זייער שטארק פארדראסן.

          טאמבל סאס » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 3:56 am

          · #509077
          ש. ד.ה. אז ס'איז געווען א דין ודברים קודם די אקציע ביי די הויכע פענצטער...
          ת. איך האב מיך באצויגן צו בן-צבי!...
          ש. יצחק בן-צבי איז געזעצן צוזאמען מיט זכר אריאלי און צעזאמען האבן זיי מחליט געווען איבער דער ענין?
          ת. ניין. זכריה אוריאלי איז נישט געזעצן אין מיטינגס מיט בן-צבי אזוי ווי איך בין נישט געזעצן מיט אים ביי מיטינגס. אבער יצחק בן-צבי פלעגט קריגן רעפארטן איבער יעדע פאליטישע פלאנטער. דער עניין פון דה-האן איז געווען א פאליטישער ענין. זכר האט גערעדט מיט יצחק בן-צבי און באקומען פון אים די הסכמה. זכר האט נישט גערעדט צו מיר וועגן קיין שום אנדערע מענטש און איך האב מיך אויך געטראפן מיט יצחק בן-צבי וועגן דער נושא; נישט ווייל כ'האב געהאט א צווייפל אויב זכר האט מיר פארציילט דעם גאנצן אמת אבער אזוי איז אויסגעקומען. איך האב גערעדט מיט אים וועגן דעם.
          ש. יארן שפעטער?
          ת. ניין, דעמאלס, פאר די אקציע. יצחק בן-צבי האט געוואוסט דערפון פאר'ן דורכפירן און נאכ'ן דורכפירן.
          ש. איך פרעג אויב דו האסט גערעדט מיט יצחק בן-צבי בעפאר די אקציע?
          .ת. יא, בעפאר.
          ש. ביסט געגאנגען זעכער מאכן זכר'ס אנווייזונגען?
          ת. איך בין נישט געגאנגען זעכער מאכן. סאיז אזוי אויסגעקומען – איך בין דאך געווען פון די שטענדיגע אריינגייער אין זייער הויז, די ביידל פון יצחק בן-צבי און רחל ינאית. ס'אי מיר אויסגעקומען געלעגנהייטן זיי צו זעהן יעדן טאג. אזוי איז אויסגעקומען דער קאנווערזעישן. ער האט שוין געוואוסט אז זכר האט מיר געגעבן דעם באפעהל.
          ש. און ער האט דיך געפרעגט ווען עטס גייטס עס אויספירן?
          ת. ניין, ער האט מיר נישט געפרעגט איינצעלהייטן. אבער ער האט געוואוסט דערפון. און פארשטענדליך אז דאס הערן אז יצחק בן-צבי ווייסט דערוועגן האט מיר געמאכט גוט פיהלן.
          ש. האסט אים שטארק געשעצט, יצחק בן-צבי?
          ת. זייער
          ש. ווען דו האסט ענדליך באקומען דעם באפעהל פון אוריאלי, האסטו פארגעזעצט נאך צולאקערן נאך דיין קרבן?
          ת. יא. מיט די הילף פון "קבוצת המרכז" האב איך געטוהן אלס וואס ס'האט זיך אויסגפעהלט כדי אויסצופירן דעם פלאן; און אזוי איז עס עווענטועל אויסגעפירט געווארן.
          ש. אויך דאס נאכלאקערן אים?
          ת. יא. פארשטייט זיך אז מען האט אים קודם נאכגעקוקט. דאס איז וואס האט גענומען צייט. אין די הגנה האט אים קיינער נישט געקענט. מען האט אין די הגנה נישט אפגעווישט א מענטש אהן וואס מען זאל אים גוט קענען לערנען קודם.
          ש. נאכוואס שבתאי האט זיך אפגעשאקלט פון דעם משימה האסטו מציע געווען שבתאי'ס ראלע פאר דיין חבר פון דיע די וואס האבן געוואוינט מיט דיר אין דיין ביידל, אברהם גיורא.
          ת. איך האב גערעדט מיט זכר וועגן די מעגליכקייט ארויפצולייגן אויף גיורא די עקסעקיושן פון דער עסק און ער זכר – האט זיך געגנגעשטעלט.
          ש. אבער קודם האסטו גערעדט מיט גיורא און ער האט יא מסכים געווען...
          ת. גיורא? זיכער! אהנע ספק. לאמיך דיך עפעס זאגן שלמה: - ווער עס האט עס געטוהן זאג איך דיר נישט. איך קען דיר נאר זאגן אז דער עניין איז אויסגעפירט געווארן מכח אל הפועל דורך די הגנה, און אז דער עניין איז געטוהן געווארן מיט די באשטעטיגונג פון יצחק בן-צבי.
          ש. פארוואס האט זכר נישט מסכים געווען גיורא זאל עס אויספירן?
          ת. איך ווייס נישט. ס'קען זיין אז ס'איז געווען עפעס אן אנדערע מיסיע וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף גיורא און ער האט נישט מצליח געווען און דערפאר האט זיך זכר נישט צוגעכאפט צו דער הצעה. איך האב אייגענטליך מסכים געווען מיט זכר. דאס נעמט אבער נישט אראפ פון גיורא'ס ערך.
          ש. און דאן האט זכר געבעטן דו זעלבסט זאלסט אויספירן דער עסק?
          ת. ניין. ער האט מיר געגעבן א באפעהל אין ראם פון מפקד "קבוצת המרכז" אז די זאך זאל אויסגעפירט ווערן. נישט דורך מיר ממש.
          ש. און מיט דעם אלעמען טענה'סטו אז דו האסט נישט אנטייל גענומען אין די אקט...
          ת. איך טענה נישט אז איך האב אנטייל גענומען און איך טענה אויך נישט פארקערט.
          ש. איך וויל דיך ווייזן בילדער פון דאס פלאץ אוואו דער עצם אקט האט זיך אפגעשפיהלט.
          ת. איך ווייס וואו ס'האט זיך אפגעשפילט!
          ש. דאס איז געווען די טיר פון וואנעט דה-האן איז ארויסגעקומען.
          ת. ער איז געהארגעט געווארן אין רח' יפו, ווי ווייט איך געדענק.
          ש. איז דאס געווען דער ארויסגאנג פון דער שער המרכזית אדער פון די הינטערדיגע שער?
          ת. נישט ווייט... דאס געדענק איך נישט. איך בין נישט געווען דארט בו בזמן וואס דאס איז אדורכגעפירט געווארן, פון וואו איז די בילד?
          ש. דאס איז די שער המרכזית.
          ת. וואו איז די שער המרכזית?
          ש. די כניסה המרכזית איז דארטן. די מארד האט פאסירט ממש אין רחוב יפו.
          ש. ווי ווייט איך געדענק האט עס פאסירט כמעט נעבן די הויפט אריינגאנג, אין רחוב יפו.
          ש. איר האט אים געהאט נאכגעקוקט, פונקט ווען ער גייט און קומט פון בית-כנסת?
          ת. די נאכפאלגונגען איז געווען פון זיין הויז. מיר זענען אים נאכגעגאנגען.. ביז נאכמאטיג פלעגט ער גיין צו די פאסט (אפיס?), צו נעמען זיינע בריוו. פון די פאסט פלעג ער צוגיין צום בית-כנסת, אין שערי צדק, דאווענען. און נאכ'ן דאווענען האט ער זיך אומגעקערט אהיים. פון דאס איז באשטאנען די נאכפאלגונג. דאס אלעס.
          ש. און דאן, טענה איך אז דו האסט אים געשאסן און דו טענה'סט האסט אים נישט געשאסן. אלנפאלס...
          ת. איך טענה נישט און איך מיין אז דו האסט אויך קיין שום אויטאריטעט צוזאגן אז איך האב עס יא געטוהן.
          ש. אלנפאלס, מען האט געשאסן דריי שאסן אריין דירעקט אין זיין ברוסטקאסטן.
          ת. דאס זענען די פרטים... ער איז געהארגעט געווארן! מען האט אים געשאסן דריי מאל כדי אים צו פארטיגן. (הגה "געשטארבן, באגראבן, אראפ פון מארק")
          ש. די הצעה איז קודם פארגעשלאגן געווארן צו צוויי אנדערע מיטגלידער אין די הגנה?
          ת. ניין. דאס האב איך [שפעטער] געהערט פון תדהר (דער דעטעקטיוו און פאליציי קאמאנדיר דוד תדהר – ש.נ.)
          ש. יענע האבן זיך אנטזאג עס צו טוהן. יוסף הכט, דער וואס איז יענע צייט געווען "מרכז ההגנה", וואס איז בעצם געווען די טיטל פון דער מפקד העליון, טענהט אז ער איז דער וואס האט באשלאסן אפצורוימען דה האן, און איך וועל לייענען א ציטאט פון זיין עדות וואס דו קענסט אוודאי: ער האט מחליט געווען אז מען דארף מסלק זיין דה-האן. ווען ער איז געוואויר געווארן אז דה-האן גרייט זיך ארויסצופארן פאר אן אנטי-ציוניסטישע פעולה אין לונדון איז ער, הכט, געוקמען צו ירושלים זיך צו באראטן מיט זכר. דער מיסיע איז ארויפגעלייגט געווארן אויף תהומי און קרישבסקי (גיורא). זיי האבן זיך פארזוימט. הכט האט געלייגט דרוק אויף זיי (תהומי און קרישבסקי), און למעשה איז דה-האן געהארגעט געווארן ממש איידער'ן זיך ארויסלאזן אויף לונדון. דערנאך האבן זיך תהומי און קרישבסקי באהאלטן אין תל אביב. נאך די מארד האט תהומי מודיע געווען בן-צבי דערוועגן.
          ת. זכר וואלט נישט געטוהן אזא זאך לויט הכט'ס פארארדערנונג. דאס איז געווען א פאליטישער עניין. עס איז פארהאן א טעות אין די ווערטער וואס דו האסט אנמולט נאכגעברענגט. די טעות איז אז ער טענה'ט בן-צבי זאל האבן אויסגפינען דערפון נאר נאך דעם אטענטאט. די הגנה האט דן געווען דה-האן למיתה אסאך מאנאטן פאַר ער האט מחליט געווען צו פארן קיין לונדון. די אורזאך צו דער באשלוס איז געווען זיין באגעגעניש מיט חוסיין. יא, דאס האט אים געהארגעט. גארנישט אנדערש. נאר דאס. פארשטייט זיך אז מען האט געזען זיין נסיעה קיין לונדון מיט זארג אבער מען האט מחליט געווען אים צו הארגענגען פיהל חדשים פריער. דערפאר, אויב דו וועסט יעצט לייענען הכט'ס עדות און טראכטן איבער דעם וועסטו זעהן אז זיין עדות איז נישט גלאטיג.
          ש. נישט גלאטיג, פון וועלכן אספעקט?
          ת. אדער ער געדענקט נישט די פרטים אדער כנראה, זוכט ער צו קאווערן פאר בן-צבי. ער האט מחליט געווען צו נעמען די גאנצע זאך אויף זיך. איך האב אויך גערעדט וועגן דעם מיט יהודה סלוצקי ווען איך בין געווען אין א"י (ער וואוינט יעצט אין הונג קונג). איך האב אים געזאגט: יהודה, דו ווייסט דאך יא אז הכט איז נישט געווען די העכסטע אויטאריטעט אין די הגנה דאן, אין ירושלים. טעכניש יא, אבער פאליטיש נישט. וואס אן אמת איז דאס געווען א גרויסע סוד. פאר יארן האבן מיר נישט געוואוסט ווער עס זענען די חברי המרכז העליון. א באפעהל פון יוסף הכט וואלט נישט אויסגעפירט געווארן, נישט דורך זכר און נישט דורך די קבוצת המרכז און נישט דורך קיינעם; ווייל ירושלים איז געווען גאר א סענסעטיווע ארט, און אין ירושלים איז געווען איין מענטש וואס איז געווען אחראי אויף די פעולות אינדרויסן פון וואס איז באשלאסן געווארן אין די קאממענד, כאטש ער זעלבסט איז נישט געווען א מיטגליד פון די קאממענד. דאס איז געווען יצחק בן-צבי.
          ש. עס זענען פארהאן נאך מיטגלידער פון יענע טעג ווי למשל זאב משי, זיין נאמען איז זיכער באקאנט צו דיר, און נאך אנדערע וואס זענען מייחס צו זיך צו האבן געווען שותפים אין די החלטה.
          ת. אסאך אזעלכע. גוט פאר זיי. אז זיי ווילן זיך מצרף זיין, זאל עס זיי וואויל באקומען. נו, ווער לאזט זיי נישט זאגן?
          ש. וואס איז געווען דיין רעאקציע נאכוואס די פעולה איז אויסגעפירט געווארן?
          ת. איך בין פארשטייט זיך געווען גאר צופרידן אז די אקציע איז אדורכגעפירט געווארן און אז קיינער איז נישט ארעסטירט געווארן.
          ש. וואס זענען געווען דיינע קומענדיגע טריט יענע אווענט? דעם נעקסטן טעג זענט עטס פארבעטן געווארן איבערצולאזן די שטאט.
          ת. איך געדענק איך האב געהאט א לאנגע שמועס מיט זכר.
          ת. און אברהם גיורא?
          ת. ניין. גיורא האט נישט אנטייל גענומען אין דעם גאנצן עסק. עמיצער האט אנגעשמירט אברהם גיורא מיט דעם עסק פאר קיין שום סיבה. ער איז אומשולדיג געווען.
          ש. אלזא, האסט גערעדט מיט זכר?
          ת. יא, כ'האב מיך געטראפן מיט אים כדי אים איבערצוגעבן דער באריכט אז דער קבוצת המרכז האט אויסגעפירט זיין פארארדענונג.
          ש. פארוואס האסטו געברויכט איבערלאזן די שטאט דעם נעקסטן טאג?
          ת. איך געדענק נישט אויב ס'איז געווען צומארגנס אדער נישט. דא האט פאסירט אזא מעשה. מניה שוחט איז ארעסטירט געווארן. זי האט פארשטייט זיך פון גארנישט געוואוסט. אבער יצחק בן-צבי האט חושש געווען אז מ'וועט ארעסטירן די הויפטן פון די הגנה. זכר האט געהאט די מעגליכקייטן עס אפצושטעלן ווייל ער איז אפיציעל געווען א פקיד אין סולל בונה. ער האט געהאט אן אפיס אין סולל בונה. ווייניג האבן אים געקענט. מיך האבן אסאך אירע געקענט ווייל איך בין געווען א מיטגליד אויך אין מכבי. און איך האב [דאך] געוואוסט איבער דעם גאנצן עניין. יצחק בן-צבי האט געטראכט אז ס'איז בעסער אויב מען ארעסטירט מיך נישט און [ער האט מורא געהאט] אפשר וועט פאלן אויף מיר א חשש. עס איז נישט זיכער געווען אבער נאך מניה שוחט'ס ארעסט איז געווארן א גרויסע פארלעגנהייט. יצחק בן-צבי איז געווען גאר באזארגט און ער האט מיך מייעץ געווען איבערצולאזן די שטאט וויבאלד איך האב געוואוסט איבער דעם גאנצן עניין.
          ש. בן-צבי האט דיך, אלס מפקד פון דער יוניט, געוואונטשן הצלחה אין דער אקציע?
          ת. ער איז נישט געווען א מיליטערמאן. ער האט נישט געוואונטשן. ער איז בכלל נישט געווען אזוי באגייסטערט פון דאס גאנצע אקציע. איז ער דען געווען א טעראריסט אדער וואס? ער האט געגלייבט באמונה שלימה אז דער מענטש, דה-האן, איז אויסן צו צעשטערן דעם ציונות און צונעמען פון אונז די איינציגסטע איבערגעבליבענע מעגליכקייט פון הצלה.
          ש. און ווען דו האסט זיך געזעגנט פון בן-צבי יענע אווענט?
          ת. וועלכע אווענט?
          ש. יענע אווענט וואס דו האסט גערעדט מיט בן-צבי אדער איז עס געווען צומארגנס..?
          ת. אפשר זענען אריבער געגאנגען אפאר טעג ביז מען האט ארעסטירט מניה שוחט – מען האט איר נישט ארעסטירט יענע טאג.
          ש. איך ציטיר פון דיין בריוו צו אליהו בן-גרא. דאס איז דער דאקומענט וואס איך האב. בכל אופן, בן-צבי האט אייך אויך געגעבן געלט פאר די הוצאת הדרך?
          ת. די פרטים זענען נישט אינטרעסאנט. דאס איז נישט וויכטיג. ער האט געוואוסט וועגן דעם עניין און אהן אים וואלט דער גאנצער ענין נישט ארויס אל הפועל. פארוואס דארף מען רעדן וועגן געלט?
          ש. די ערשטע סטאנציע ענקערס איז געווען גן שמואל?
          ת. יא.
          ש. וואס האט איר דארטן געטוהן?
          ת. שטענדיג האב איך געהאט חברים אין שומר הצעיר. איך האב דארטן געארבעט.
          ת. און דארטן זענט איר בעצם קראנק געווארן?
          ש. ניין, דארט האבן מיר זיך אנגעשטעקט מיט מאלאריע. אלע מיטגלידער פון גן שמואל זענען קראנק געווען פון מאלאריע. דאס האט אונז נאטוראליזירט. מיר האבן גערופן מאלעריע "נאטוראליזירונג".. איך און מיין פריינד גיורא זענען דארטן אנגעשטעקט געווארן. קראנק זענען מיר געווארן אין גליל, יבניאל.
          ש. איך וויל עפעס פארשטיין. אין דיין בריוו צו אליהו בן גרא שרייבסטו אזוי:
          דו און גיורא האבן געפיהלט ווי מען האט זיך אפגעשאקלט פון אייך, ווי מען האט אייך מפקיר געווען. און אויף דיר שרייבסטו: " עלנד, קראנק, אהנע פרוטה, אפגעהאקט פון די הגנה פאר פיהלע מאנאטן און מיט א פרס אויף מיין קאפ." עס איז דיר שווער געווען נישט צושפורן די אומגערעכטיגקייט וואס איז צודיר געטוהן געווארן. וואס איז דאס געווען? וואס איז געווען די סיטואציה?
          ת. בעיקר האט מיך וויי געטוהן די מאמר פון בילינסון.
          ש. משה בילינסון וואס איז געווען פון די ראשי התנועה. אפשר זאלן מיר ברענגען אין צוויי זאצן וואס ער האט געשריבן דארט: ער האט אטאקירט מיט א שארפקייט די דאזיגע אקט און געשריבן – איך ציטיר - "דער דגל פון די תנועה טאר נישט פארפלעקט ווערן. נישט מיט ריינע בלוט, אויך נישט מיט שולדיגע בלוט – אנדערש וועט אונזער מאוומענט ווערן כולו שלעכט. ווייל בלוט ציהט נאך זיך נאך בלוט." בעצם קען מען פארשטיין בילינסון'ס מאמר ווייל דער פעולה איז געטוהן געווארן אויף די אידעלאגיע פון די מאוומענט. וואס האסטו געטראכט נאכדעם וואס דו האסט געלייענט די דאזיגע ועורטער, ספעציעל ווען דער זאך איז מפורסם געווארן אין די עיתון "קונטרס" וואס דיין גוטער ידיד יצחק בן-צבי, וואס האט געוואוסט איבער דעם גאנצן עניין, איז זעלבסט געווען דער עורך דערפון, און ער האט געלאזט מפרסם זיין די ווערטער?!
          ת. דער אמת איז אז איך האב געלייענט דעם קונטרס דעם ערשטן מאל, נאך דעמאלס נאכדעם וואס ס'איז נתפרסם געווארן. עמיצער האט מיר פארציילט אז ער האט געלייענט א מאמר איבער דה-האן. ער האט נישט געוואוסט אז איך האב געהאט דערמיט עפעס א קשר. איך געדענק ווי איך האב געפיהלט בשעת'ן לייענען א געוויסע פארראט. איך האב נישט געואוסט, אדער נישט משים לב געווען אז ער איז געווען דער עורך. איך האב נישט געוואוסט. ווען איך וואלט געוואוסט וואלט דאס באמת געפערליך געווען אבער איך האב נישט געוואוסט. כ'הא געטראכט צו מיר, אזא מאמר ווערט פובליצירט און קיינער ענטפערט נישט? כאטש זיי ווייסן, און זענען אחראי, טוט קיינער עס נישט אפענטפערן? איך האב עס פאררעכנט ווי א מעשה בגידה. א שרעקליכע מעשה. דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס כ'האב אנגעהויבן טראכטן אויף די תנועת העבודה אז עפעס איז נישט בסדר דארטן.
          ש. דער טאן האט ממשיך געווען צענדליגע יארן נאכדעם. איך האב גענישטערט און איבערגעגענגען דעם ספר ההגנה צו זעהן וואס זיי זאגן דארטן ועוגן דער נושא. דער ספר באצייכנט דעם אקציע ווי א זאך וואס איז געטוהן געווארן אין ראם פון א אפגעזונדערטע באנדע קאנספיראטארן. פארוואס ברויך די ספר ההגנה עס מנסח זיין אזוי באליידיגנד. ספעציעל נאכוואס דו האסט שוין מסביר געווען פאר די עורכים פון די ספר ההגנה אין פערזענליכע קאנווערזעישנס די אונטערגרונד פון די גאנצע אקציע?
          ת. נאכוואס דער עניין איז מפורסם געווארן האט סלוצקי, דער עורך פון די ספר ההגנה, געשריבן צו מיר, אז ער האט געפרעגט פון אלעמען מיט וועמען ער האט גערעדט אין (בעפארברייטונג צום ספר) אויב זיי האבן עפעס געוואוסט וועגן דער ענין און ער האט מיר אויך געפרעגט. סלוצקי האט קיין אהנונג נישט געהאט אז איך האב געהאט א קשר צו דער עניין. ער האט נישט געוואוסט וועגן קבוצת המרכז. ער האט נישט געוואוסט וועגן זכר. אפשר א משהו וועגן זכר. האב איך אים געענטפערט: לפי דעתי איז עס נישט אין די אינטערעסע פון מדנ"י צו מפרסם זיין דער עניין. די צייט איז נאכנישט געקומען. איך האב געטראכטן אז איך ברויך היטן אויף די גוטער נאמען פון יצחרק בן-צבי, דער נשיא פון לאנד. וועמען וועט עס העלפן? איך האב אים געשריבן אין דער גייסט: די צייט איז נאכנישט געקומען. אבער ער האט מיך נישט צוגעהערט און מקבל געווען דעם עדות, אזוי האט ער מיך געזאגט, פון יוסף הכט. איך האב אפילו נישט געוואוסט צו יוסף הכט האט בכלל געוואוסט וועגן דער גאנצער עניין. איך האב געטראכט אז ס'איז מעגליך ער ווייסט ווייל ער איז געווען א חבר פון די מרכז אבער איך בין נישט זיכער געווען. איך האב פון קיינעם, [אויך] נישט פון זכר, געקריגן אפילו א רמז אז הכט איז געווען פארמישט אין דעם. אבער וואס ער זאגט נאך, אין הכט'ס נאמען, איז נישט ריכטיג.
          ש. וואס האסטו אין די קומענדיגע יאר פון ווען דו ביסט געצווינגען געווארן אדער פארבעטן געווארן צו פארלאזן ירושלים ביז דיין אומקער?
          ת. וואס איך האב געטוהן? א גרויס חלק פון די צייט האב איך פארברענגט אין בית-חולים אין גליל, אין טבריה. איך בין אויך געווען א קראנקער אין קבוצת השרון. איידער איך בין קראנק געווארן האב איך געארבעט אין קבוצת השרון.
          ש. ווען דו האסטט זיך צוריקגעקערט צו ירושלים האסטו זיך נאכאמאל געטראפן מיט זכר אוריאלי?
          ת. פארשטייט זיך. איך האב מיך אויך געשריבן מיט אים. עס איז געווען צווישן אונז א געוויסע קשר אבער נאר צייטנווייז. נאכדעם וואס איך בין צוריקגעקומען צו ירושלים האב איך מיך אומגעקערט צו די הגנה ווייל ער האט געזאגט אז דער עניין איז שוין פארגעסן געווארן. און בכלל האב איך אפילו נישט געברויכט וויילן אזוי לאנג אוועק פון ירושלים. ער האט זיך זייער געפרייהט אז איך בין צוריק געווען.
          ש. אין א פריעדיגע שמועס מיט אונז האסטו געזאגט, מתוך הנחה, נישט מתוך ידיעה, אז בן גוריון האט געוואוסט איבער די מארד איידער עס איז פארגעקומען.
          ת. איך האב קיינמאל נישט דערמאנט בן גוריון'ס נאמען. איך האב נאר אפשר געזאגט אז אין דער נושא טאר מען נישט גרובן ווייל מען וועט נאך אנהויבן פרעגן אויב בן גוריון זעלבסט האט אויך געוואוסט דערפון. איך ווייס נישט אויב ער האט געוואוסט. ד.ה. איך האב בכלל נישט קיין מושג דערוועגן. איך ווייס אז יצחק בן צבי האט געוואוסט. זכר האט געוואוסט. איך האב געוואוסט און דער מענטש וואס האט דאס אויסגעפירט האט געוואוסט, אפשר (לאכט).
          ש. א באדייטנדע לאך?
          ת. - - - -
          ש. ווען דו ביסט צוריקגעקומען צו ירושלים האסטו זיך גענומען אויפצובויען דער פלוגת המרכז, אויף וועמען דו ביסט געשטעלט געווארן, ביתר שאת. דער קבוצה האט דורכגעפירט א רייע ספעציעלע אקציעס. איינע פון די באקאנטע און אפשר די מערסט באקאנט איז געשען אין יאר 1927. און דאס איז געווען דאס לייגן א מינע נעבן די כותל המערבי; וואס איז דאס בעצם געווען?
          ת. למעשה איז דער אקט נישט אויסגעפירט געווארן דורך קבוצת המרכז וועגן א פשוטע סיבה. ווען זכר האט מיר געגיבן די באפעהל דער אקציע אויסצופירן האט עס געמיינט אז מען ברויך צעשטערן דעם הויז פון שעיך המוגרבים. זיי פלעגן טשעפען און שטערן די תפילות ביים כותל. איך בין נישט קיין רעליגעיזער מענטש אבער אלס איד, אלס ציוני, האב איך דאס נישט געקענט סובל זיין. איך האב מיך געפרייהט ווען זכר האט מיך דאס געזאגט. כ'האב אים געזאגט, זיכער, איך וועל דאס דורכפירן. אבער זכר האט מיר געזאגט: ניין, איך רעד מיט דיר אבער איך וויל נישט קיינער אויסער אונז זאל דערפון וויסן און ביידע 'צוזאמען' מוזן מיר דאס דורכפירן. איך האב מיך געוואונדערט אויף אים. ווייל זכר האט נאר אפאר טאג פריער געבוירן זיין ערשטע מיידעלע. איך האב אים געזאגט: זכר, דו טארסט דיך נישט באשעפטיגן יעצט מיט עפעס וואס קען צוברענגען דו זאלסט ארעסטירט ווערן אדער נאך ערגער, געהארגעט ווערן; אבער ער האט געזאגט: דאס איז צו אן ערנסטער שריט מבחינה פוליטית. עס איז צו געפארפול און איך וויל זיין א הונדערט פראצענט זיכער אז עס ווערט אויסגעפירט ווערן כראוי. עס זענען נאר פארהאן צוויי מענטשן וועם איך געטרוי, איך און דו. האב איך געזאגט: פיין.
          ש. אלזא האט איר דאן צוזאמען געמאכט א מינע..
          בלאט: 1 2