☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לכו נא ונוכחה- צו מאכט די קרישבסקי מעשה סענס?

לכו נא ונוכחה- צו מאכט די קרישבסקי מעשה סענס?

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15430
בלאט: 1 2

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 12:14 pm

· #504957
לכו נא ונוכחה- צו מאכט די קרישבסקי מעשה סענס?
שוין!! זעמער דא צירוק! די וויקאציע האט זיך געענדיגט.. מען האט שוין צירוק ציטריט צום אידישן קיבאורד. און איך בין געבליבן א שטיקל בעל חוב. מען האט אסאך וואס אויסצושמועסן און מסביר צו זיין, און האפנטליך וועט מען אנקומען צו אלעס, דער עולם זאל זיך אנטון די בלעכענע הויזן, עס גייט גיין פעטש דא!! עהה... ח"ו מען גייט נישט שרייבן בייסיג דא אדער שרייען פערד אדער בהמה, די זאכן זענען אייביג קאנטער- פראדאקטיוו לדעתי, און בכלל האט דאך די מנהל געבעטן צו האלטן דאס טאן ריהוגער.
נאר וואס דען הייסט טיילן פעטש? רעדן לאגיק מיט שכל! דאס איז די גרעסטע וואפן קעגן סיי וועליכע שונא. און מיר פלאנען דאס צו טון אויף א ברייטן אופן בסייעתא דשמיא. אבער קודם א שטיקל הקדמה.

ווי געשריבן בין איך דא א וועטעראן שריפשטעלער מיט איבער טויזנט תגובות. און הגם אפאר פון די ידידים האבן מיר גע'אישי'ט, און איך האב זיי מגלה געווען וואס מיין אפעציעלע ניק איז, דאך פלאן איך עס נישט צו טון דא בריש גלי, ובפרט נאך וואס עס איז ארויסגעקומען א שטיקל ריגזה צעווישן מיר מיט בערל'ן
א זאך וואס וואלט העכסט ווירשיינליך נישט פארגעקומען מיט מיין אפעציעלע ניק, סיי ווייל איך האלט מיר געווענטליך העכער פון דעם, ובעיקר ווייל בערעלע וואלט זיך נישט אנגעהויבן מיט מיר... ממילה וועל איך נישט ארויסגעבן דא ווער איך בין.

נאך א זאך. טייל האבן זיך געווינדערט וואס מיין ציל און אגענדע איז דא.
קומט זיך אריין א נייע ניק, און פון די פאר תגובות וואס ער שרייבט איז אלעס אראפצורייסן קרישעווסקי. ווער האט מיר אויפגענומען צו באשמיצן קרישעווסקי? פארוואס האב איך נאר אריינגערעדט אין די נושא?
דער עולם זאל פארשטיין, אז מיין ניק me smart האב איך מתחילה געעפנט בלויז צו קענען דערמיט מיטהאלטן די קאווע שטיבל שמועסן פון מיין פליפ פאון, אויף א אופן אז כ'זאל זיין אריינגעסיינט. (כדי צו קענען זען ווער האט געלייקט, וכדומה) און היות מיין 4G פאון האט נאר ענגלישע קנעפלעך קען איך נאר טייפן אין ענגליש. און אפילו דאס קומט אהן מורא'דיג שווער. מען מוז זיך באניצן מיט T9 (איינער ווייסט וואס דאס איז?) און אסאך מאל מוז מען דריקן די קנעפל עטליכע מאל שנעל אנצוקומען צום ריכטיגן אות, בקיצור, ס'איז יענס געשעפט. איך האב בכלל נישט געפלאנט אמאל צו שרייבן מיט יענע ניק... אבער דא האט זיך געמאכט א פרשה...

די קרישעווסקי מעשה האט געבראכן די נייעס זינטאג פארגאנגענע וואך די ערשטע טאג פון מיין וואקאציע, און איך האב נישט געהאט עקסעס צו מיין אידישע קיבאורד. למעשה האב איך געזען אז קינד און קייט, קליין אין גרויס האבן פארקנאקט זייער שכל און נישט געקענט אננעמען די מעשה און גלייבן אז אכ"פ עס קען מעגליך זיין אז די מעשה מאכט סענס. האב איך פשוט נישט געהאט קיין ברירה, און זיך געמוזט נעמען די מיה צו שרייבן די קאנטער מיינונג. עפעס א באלאנס מוז דאך זיין אין שטיבל. מען קען זיך נישט פארמאכן די שכל ווען עס שמעקט זיך נאר אזוי.

יעצט לאמיר זיך נעמען צום עיקר פרשה און עס צונעמען פון אלע צדדים.

פארגעס פון קרישעווסקי פאר א רגע, לייג אוועק אלע די נגיעות
און א זייט. לאמיר זאגן אז די הערסט אין די נייעס אז עפעס א גוי איז געווארן ארעסטירט פארן בעטן זנות. וואלסטו געזאגט אז די מעשה מאכט נישט קיין סענס? וואלט איינער בכלל געצווייפלט אין איר ווארהייט? ער האט אפשר נאר געבעטן א טעקסי און זי האט געהערט ס***י? און אויב איז די ארעסטירטע א הייליגע גלח וואס האט ניטאמאל א ווייב, וואלסטו אויך געשריגן, נעע אזא הייליגע גלח?? ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס!!! ער האט דאך א גוטע רעקארד!!! מען האט קיינמאל נישט געהערט אזאנס!! זיכער האט ער בלויז באשטעלט א גויטע זאל קומען רייניגן בלא בלא בלא...
ביסטו פון קאפ געפאלן?? אודאי מאכט סענס אז ער האט געבעטן זנות. למה לא? ווייל ער איז הייליג? ער האט נישט קיין ווייב? נו, הוא הנותנת אז ער האט נישט ווי זיך צו זעטיגן און ער זיכט פת בסלו ערגעץ אנדערש...
אבער מר. סמארט וואס האקסטו א קאפ! מען רעדט נישט דא פון א גוי, און זיכער נישט פון קיין גלח, מען רעדט דאך דא פונעם מלאך השם צבקות הרב קרישבסקי, וואס יעדער קען אים אלס א הייליגע איד... אין הייליגע אידן זענען דאך ריין פון תאוות... והא ראיה זיי האבן דאך נישט קיין קינדער... סארא שטותים צו רעדן! ער איז א בשר ודם פינקט ווי דיר און מיר, און אודאי מאכט די מעשה סענס. אז די מעשה שטייט געשריבן אין א אפעציעלע צייטונג פארוואס זאל מען בכלל צווייפלען דערין?

שוין דאס איז נאר געווען אביסל לצניתא דעבודה זרה, אביסל אוועקצונעמען די נגיעות, אז מען זאל קענען קוקן אויף די פרשה מיט א ניכטערן בליק. יעצט לאמיר אביסל צונעמען די זאך מער בעמקות.

מאנכע שרייען עס מאכט נישט קיין סענס, וואס איז געווען זיין חשבון? ווי וועט מען פארן? ער קען דאך נישט קיין ענגליש? וכ' וכ' כאילו זיי פארשטייען די קאפ פון א מענטש וואס עס ברענט אין אים די תאווה יעצט.
כאילו איינער וואס עס כאפט אים א פייער של תאווה מאכט מיט א ריהוגע געוויסן אלע חשבונות וואס די נעקסטע אלע מאווס גייען זיין.

דער קרישבסקי ווי טייל האבן אנגעוויזן איז א ציקוועטשטע עקסטרעמיסט וואס ווייסט נישט פון די וועלט צו זאגן, דאס הייסט אז ער קען נישט די אלף בית אין די וועלט פון וויאזוי עס גייט צו דאס בעטן פאר זנות, ביי אים איז יעדע מיידל וואס גייט נישט קיין קליידל ביזן האלדז א זונה. ווער רעדט נאך אויב זי גייט האלב נאקעט, איז זי דאך זיכער דא נאר פאר דעם. וויאזוי עס וועט צוגיין? ווי מען וועט פארן? דאס ווייזט זי שוין בעסער... מען דארף איר נאר זאגן אז מען איז גרייט...

יעצט לאמיר גיין ווייטער. ער האט נישט קיין רעקארד פון עפעס שמיץ מיט בחורים. נו דאס מיינט נישט אז ער האט נישט קיין מענטשליכע תאוות צו פרויען. ווי געשמועסט איז דער קרישבסקי א סלאנעמער, וואס די תקנות זענען זייער שטרענג דארטן. די גאנצע צוגאנג צום הייליגע מצוה איז ביי יענע מקומות מיט די קריסטליכע צוגאנג . אז עס איז א געמיינע בדיעבד'יגע זאך. דערצו איז ער א פרימער לכשעצמו וואס גייט ככסיל בחושך מיט זיינע פרימקייטן וואס ברענגען אסאך מאל לידי קולא ומכשול כידוע. נו עס איז דא א ערשטע מאל צו אלעס. און עס מיינט נישט אז ס'נישט געשען פריער ווייל די האסט נישט געהערט דערפון. הגם עס זעט יא אויס אז דא איז געווען א ערשטע מאל דאך קען מען גארנישט וויסן, אבער ווער ווייסט וואספארא נייע חומרות ער האט זיך לעצטנס פארגענומען? פעם בחודש אדער פעמיים בשנה, גיי ווייס מיט די פרימאקעס. נו אפשר האט עס געפלאצט?
קען מען וויסן אויף זיכער? ניין! אבער צו מאכט עס סענס? זיכער אז יא!

יעצט לאמיר זיין זייער אפען, צו האלט איך אז אזוי איז טאקע געווען? כווייס נישט! קען עס זיין עפעס א מיספארשטענדעניש? זיכער אז יא! אבער די גאנצע מעשה שטינק פון קאפ ביז פיס. א ערליכע איד א בן שישים האט בכלל נישט וואס צו רעדן מיט א 16 יעריגע מיידל. און בכלל וואס זיכט ער דארטן אין א גויאישע סקול פעלד? מה לו לכהן בבית הקברות? און למעשה שרייט אזוי א מיידל. סאו אז די ווילסט רעדן וועגן מאכן סענס? די גאנצע מעשה הייבט נישט אהן צו מאכן סענס. אבער פארט איז עס געשען...!!! און אז מען קוקט מיט א ניכטערן בליק איז די מעשה וואס די מיידל פארציילט די מערסטע שכל'דיגע ווערסיע.

לאמיר נישט פארגעסן נאך א זאך, די מיידל דארף יעצט קומען אין קאורט, ווערן אויסגעפרעגט דורך פראסעקיוטערס מיט קרייץ-פארהערן, און ליידן די קאנסוקווענסן אויב האט זי בלויז אויסגעטראכט א געשיכטע! דאס גיבט אויך שטארק צו צום פאקט אז לכאורה באקט זי נישט קיין מעשיות.

יעצט וואס האב איך געוואלט מיט די גמרא אין קידושין דף פא.? טייל האבן שוין פראבירט חוזק צו מאכן פון די גמרא
מיט זינלאזע אויסריידן שלא מן הענין ווייל זיי האבן פשוט נישט געכאפט וואס איך וויל ברענגען מיט די גמרא.
איז לאמיר דאס מסביר זיין.

ניין! מיין ראיה אז די מעשה איז דא געווען זנות איז נישט באזירט אויף די גמרא. נאר פשוט ווייל דאס איז די מעשה וואס מאכט די מערסטע סענס פון אלע אנדערע היכי תימצות וואס די דעספריטע עולם איז אויפגעקומען דערמיט. די גמרא האב איך בלויז געברענגט צו ברוהיגן די עולם אז די עולם זאל שוין טאקע נישט זיין אזוי דעספריט. אז מען זאל שוין קענען אוועקלייגן די נגיעות אין א זייט און קוקן מיט א ניכטערן בליק!

יא! די זעלבע מעשיות האבן פאסירט צו ר' עמרם חסידא, צו די הייליגע תנא ר' מאיר, און צו ר' עקיבא.. און זיי בלייבן ווייטער הייליג! יא עס מאכט טאקע נישט קיין סענס אז ר' עקיבא זאל גיין בעטן א פרעמדע מיידל אין די גאס פאר זנות... אבער דאס איז וואס די גמרא פארציילט, צו עס מאכט יא סענס אדער נישט האט דאס פאסירט אין די ווירקליכקייט! יא עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס האט למעשה פאסירט!! (סאו על כרחך מאכט עס יא אביסל סענס...)
דאס קומט טאקע נישט צו זאגן אז יעדע ערליכע איד וואס האט נאר אמאל געלעבט אויפן וועלט האט אפגעשטעלט זונות אינמיטן גאס. אבער דאס ווייזט יא אז אויב הערט מען ליידער יא אזא מעשה, מוז מען נישט אריינקוועטשן טויזנט און איין באבקע פשטים צו פארדרייען די פשוט פשט. יא עס קען זיין אז ערליכע אידן האבן געפאלן פאר זייער יצר. (ועיין ערך יהודה ותמר, דוד ובת שבע)
יעצט נאר א קליינע שאלה, די גמרא פארציילט דא בלויז א שיין שטיקל גאסיפ אויף הייליגע תנאים? א מעשה וואס מאכט זיך ממילא נאר איינמאל אין 2,000 יאר, און עס מאכט בעצם נישט קיין סענס, און עס קען כמעט נישט זיין אז אזעליכע מעשיות זאלן זיך איבערשפילן?
אדער אנדערש וויל די גמרא אונז דא עפעס לערנען, אז יא! ווען עס קומט צו די עבירה מאכן זאכן נישט אייביג קיין סענס!!! (יא!! עס מאכט סענס די מציאות אז עס מאכט דא לאו דוקה אייביג סענס, האלטסט נאך מיט @מיליאנער?) די גמרא וויל אונז לאזן הערן א יסוד, אז ווען עס קומט צו די זאכן דארף מען זיך עקסטער היטן. און אפילו אין פעלער וואס מען וואלט זיך לכאורה נישט געדארפט היטן דערפון... ווייל עס מאכט דאך נישט קיין סענס אז מען וועט נכשול ווערן אין אזעליכע זאכן (סברות ווי בישה, כ'בין מילא א איש מצונן וכדומה) דארף מען נאכאלטס זיין שטארק נזהר, ווייל ביי די זאכן איז קיינער נישט פארזיכערט וכמאמר הקאזניצער מגיד "אז די יצר וויל, מאכט ער מיר געזונט און איר אינג"?
פרעג איך דיר? פארציילט די גמרא דא סתם אומוויכטיגע לשון הרע, אדער קומט אונז די גמרא לערנען א לעקציע ווי שטארק די יצר ביי די זאכן זענען, און אפילו די גרעסטע תנאים האבן זיך נישט געקענט אקעגן שטעלן די יצר, (ווען נישט מען ריפט אויס הזהרו וכ') און ביי די ענינים קומט נישט אריין די געווענטליכע שכל?
אויב האסטו נישט אליין געכאפט דאן וועל איך דיר אויסזאגן. די מפרשים אויפן פלאץ זאגן אזוי ווי די צווייטע מהלך!!

יעצט לאמיר אלעס לייגן אין א זייט און דורכטון די עיקר נושא דא. די זאך וואס איז לדעתי די וויכטיגסטע חלק פון די גאנצע זאך.

ווען עס קומט צו סיי וועליכע קאמפלעצירטע נושא וואס עס איז נאר דא, וואו מען דארף האבן א שיקול הדעת צו וויסן ווי שטארק מען זאל אנעמען א עדות, אדער ווי שטארק מען זאל אננעמען אויב א געוויסע מעשה איז ווירקליך געשען וכדומה, דארף מען באמת נאר דורכטון די זאך מיט א ריינע שכל אהן קיין שום נגיעות און קומען צו א החלטה ווי קראנט די זאך איז.

לאמיר נעמען פאר א משל די מעשה פון די קאצקער וואס טייל פארציילן אז ער האט געכאפט א משבר און מחלל שבת געווען און געשריגן לית דין ולית דיין.
ווייסט איינער דא אויף 100% אויב די מעשה האט טאקע פאסירט? קיינער פון דעמאלטס לעבט דאך נישט היינט צו קענען פעסטשטעלן אויף זיכער. אפשר האבן עס די משכילים אויסגעטראכט? אבער דאך שטייט עס באשריבן! מען קען דאך נישט אויסטראכטן סתם באבע מעשיות אויף א רבי, די חסידים וועלן עס דאך גלייך אפווארפן? נו אפשר הוא הנותנת אז מען האט נישט קיין אנטווארט פון די קאצקע חסידים עס אפצולייקענען, איז א סימן אז יש דברים בגו? אבער אפשר איז יא דא און עס איז פשוט פארלוירן געגאנגען? און בכלל מאכט נישט די מעשה קיין סענס?!?!

אזוי קען קען מען שטיין און דרייען מיט די פינגער סברות לכאן וסברות לכאן עד עלות השחר, און נישט פערטיג ווערן.

די גורע און פוילישע אידן אדער בכלל רוב חסידישע אידן וועלן על דרך משל זאגן (כרעד דא פון באוויסטזיניגע קליגע און אפענע אידן וואס האבן טאקע דורגעטון אלע צדדים) אז די מעשה איז 90% זיכער נישט געשען, און די היינטיגע פרייע, אדער משכילישע היסטאריקער וועלן זאגן על דרך משל אז עס איז 70% אז די מעשה איז יא געשען!

יעצט לאמיר זאגן אז ווען מען וואלט ווען גענומען אלע טענות צוזאמען און מען וואלט עס פארגעלייגט פאר א AI קאמפיוטער קאפ וואס מאכט די באשלוסן בלויז לויט די טרוקענע פאקטן וואס איז דא פארנט פון זיך, וועלט ער למעשה ציקומען צו דעם אז עס איז א 50/50% גענוי אויב די מעשה איז טאקע געשען אדער נישט. דהיינו עס איז דאך דא נאר איין קלארע אמת'ע אויספיר פון וויאזוי מען דארף באטראכטן די קראנטקייט פון די מעשה. דאך וועלן קליגע און ארענטליכע מענטשן פון ביידע זייטן פון די בטבע קענען דרייען מיט די פראצענטן פון ווי זיכער זיי זענען אז די מעשה איז יא אדער נישט געשען. איי וויאזוי קען זיין אז גאר קליגע מענטשן וועליכע פארמאגן די זעלבע הויכע איי קיו נומערן זאלן ממש האלטן אזוי ווייט מקצה אל הקצה, אויב א מעשה לייגט זיך ענדערש יא אויפן שכל אז עס איז געשען אדער נישט??? די תריץ איז, ווייל יעדע זאך וואס איז נישט קלאר שווארץ אויף ווייס, קען מען דאך דרייען וויאזוי מען וויל נאר, נישט ווייל ער וויל זיך דא נער'ן נאר פשוט ווייל עס איז באמת שווער צו אנכאפן א אומקלארע זאך ביים קארג און מגדיר זיין פינקטליך ווי זיכער אדער אומזיכער מען איז דערין, און וויפול פראצענט מען גיבט אויף דעם לכאן או לכאן. און גאר שנעל לאזט זיך פאלן אזעליכע סטעטמענטס ווי "נעע זיכער איז עס נישט געשען" אדער "נאכן קוקן אויף די פאקטן, קען עס ממש נישט זיין" וכדומה, אדער גאר אויף די פארקערטע ריכטונג. "לכאורה איז עס אמת" אדער "כמעט זיכער אז עס האט פאסירט" איי עס איז דא געניג ריאות אויף פארקערט. אבער נאכן איבערוועגן צו איין צד, וועט די מענטשליכע מוח געווענטליך אינגאנצן אוועקמאכן די אנדערע טענות און מען וועט זיך אויסקלייבן די מהלך וואס איז פשוט גרינג אנצונעמען. און טייל וועלן אפילו מיט די צייט ווערן 99.9% אדער גאר "הונדערט פראצענט" זיכער מיט זיך!
(עס איז א גאר א טיפע נקידה, און דאס גיבט אביסל צו פארשטיין די יסוד פון מענטשליכע אינטעליגענטע מיינונגס פארשידנהייטן בכלל, ווי למשל אמונה בשם, ארידזשאן אוו לייף וכדומה. איך האף אז איך האב עס געניג קלאר ארויסגעברענגט)

יעצט לענינינו. איינער האט געפרעגט א גוטע שאלה אינעם אשכול דארטן.
וואס איז עס בכלל נוגע אויב די מעשה איז געשען צו נישט? ממה נפשך, איז עס א בולבל, איז דאך גוט, איז עס יא אמת, נו האט ער געהאט א שוואכע מינוט!?! ווערט ער דען אויס ערליכע איד? מען האט דאך פריער געברענגט די גמרא אז תנאים זענען דורכגעפאלן, נו זיי זענען דאך געבליבן תנאים?

דערויף האבן שוין די חבירים געענטפערט זייער צום זאך. אז בעצם ביסטו גערעכט! ווען רב קרישעווסקי איז ווען סתם א וואוילע ערליכע איד וואס טשעפעט קיינעם נישט וואלט עס טאקע נישט געווען קיינעמס דאגה, נאר וואס דען...? מען רעדט דאך דא פון דעם ארכי-עקסטראמיסט און לוחם, וואס אדאנק אים און נאך וואנזיניגע בדומה לו מאכט מען אונז פאקטיש שווער דאס לעבן. אינגע קינדער זענען פאקטישע מחוצפים קעגן זייערע עלטערן וועגן דעם איד! מען טראסקעט ארויס בחורים פון ישיבה וועגן מען האט זיי געכאפט מיט א כלי, אדאנק דעם איד! מען לאזט נישט קינדער לערנען תורה אין חדר ווייל זייער טאטע האט א סמארטפאון, אדאנק דעם איד! מען האט צוזאמען גענומען צענדליגע טויזענטער פרויען און זיי געהעצט קעגן זייערע מענער, און מען צושטערט טאג טעגליך צענדליגע שלום בית'ן אדאנק אזעליכע עקסטרעמיסן ווי אים.
נו.. אז די ביסט בודק אונזערע ציצית וועלן מיר טון די זעלבע צו דיר!!!

צו וואלט נישט א חפץ חיים דא מעביר געווען על מידותיו און געשוויגן, זיכער יא! אבער די קענסט דאס נישט פארלאנגען פונעם המון עם!! די מאכסט אונז משוגה אגאנצן טאג, מען שיקט ארום יעדע שבת גליונות אין אלע שילן מיט דיינע העצע אויף וואוילע אידן, אבער ווען מען כאפט דיר מיט א נבלה דארפן מיר זיין שטיל!!! מיר מוזן עס לייקענען און זיך אננעמען פאר דיר!!

ווען סיי וועליכע טראגעדיע געשעט נאר צו זאל עס זיין מירון, סורפסייד אדער סיי וואס, קען ער שפילן גאט און זאגן אז מיין סמארטפאון האט עס גורם געווען, אבער ווען די יצר כאפט אים אהן, און די באשעפער שיקט ארויס א שטארקן מכשול על ידו, מעג איך נישט זאגן אז עס קומט טאקע פאר זיינע געמיינטע אויפירונג? נישט אז דאס איז עפעס א נקמה, נאר דאס איז פשוט די וועג וויאזוי ער באגייט זיך צו אונז, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס אונז קענען זיך נישט אזוי באגיין מיט אים! במידה שאדם מודד כך מודדין לו! אזוי האסטו אוועקגעשטעלט דעם מהלך, שריי נישט ווען איך ניץ עס קעגן דיר.

יעצט אפילו נניח אז די גאנצע מעשה מיט א ריכטיגע אמת'ע שיקול הדעת איז נאר 20% אז ער האט געבעטן פאר זנות, (ווי געשריבן אויבן האלט איך אז עס איז מער ווי פיפציג פראצענט, אבער נניח)
נו צו וואס איז עס בכלל נוגע אויב עס איז 20 פראצענט אמת אדער 80 פראצענט אמת? בלויז פאר איין זאך! וואס גייט זיין מיין אייגענע התיחסות צו דעם מענטש מהיות והלא!! ווען איינער גייט מיר איבערדערציילן א נייע עקסטרעמיסטישע דערהער וואס קרישעבסקי האט ארויסגעגרעבסט, וועט מיין ענטפער נישט זיין ווי ביז היינט מיט א גאנצע דחילו ורחימו צו אפענטפערן די היילגע שיטות זיינע, פון די הייליגע עובד השם. נאר כוועל זאגן "ווער? דער וואס בעט זנות גייט מיר זאגן דיעות וויאזוי זיך צו פירן?
(הגם אליבא דאמת ווערט נישט זיינע שיטות און אלגעמיין אפגעפרעגט ווי געשריבן אויבן, פינקט ווי די תורה פון ר' עקיבא איז נישט געווארן אפגעפרעגט. אבער לשיטתו וואס מען קען יא דזשאדזשן אנדערע מענטשן צוליב אייגענע אפגעמאכטע מסקנות, קען איך דא טון די זעלבע און יא אפ'פסל'ן זיינע שיטות וועגן זיין איינמאליגע שאנדע, ובפרט ביי זאכן וואס זענען במילא אפגעפרעגט, און טראגן נאר האפט ווייל דעם הייליגן עובד השם האט אזוי געזאגט, זאת ועוד אז דא ווייזט עס יא אויף א פסול אין זיינע עקסטעמיסטישע שיטות, ווייל עס ווייזט יא אז גיין צו עקסטרעם פלאצט אויס אויף די פארקערטע ריכטונג)
אביסל אויסצוקלארן. "זוכער" קען מען דאך נישט זיין, נו.. אפילו על צד אז די מעשה מאכט ביי דיר נישט אזוי קיין סענס, דאך איז די איינציגסטע עכטע פלאץ ווי עס וועט אויסמאכן וועט זיין צו קענען גרינגער אוועקמאכן זיינע עקסטרעמיסטישע שיטות, זיין גיפט וואס האט שוין אזוי פיל חרוב געמאכט ביי כלל ישראל. וואס דאס ווייסטו שוין יא אז עס איז סתם אויפגעבלאזענע באלונען מיט ווייטגרייכנדע שלעכטע רעזולטאטן. נו אויב אזוי קען מען שוין צוליב דעם אליין אנעמען און שטיפן די פראצענטן מער צו די זייט אז ער האט יא געבעטן פאר זנות.

לסיכום. צו מאכט די מעשה סענס? זיכער יא! עס איז די בעסטע אפציע אויפן טיש דערווייל. קען מען וויסן אויף זיכער? אודאי נישט! צו לוינט זיך אנצונעמען אז די מעשה איז יא געשען הגם אין דיין קאפ איז דא געוויסע מניעות אנצונעמען די מעשה? יא! ווייל דאס איז די איינציגסטע נפק"מ אויף למעשה, צו קענען גרינגער אפווארפן סיי כלפי דיר און סיי כלפי חוץ זיינע און בכלל די שטעלע פון די עקסטרעמיסטן.

לסיום וועל איך דא ארויפשטעלן וואס איינער פון די ידידים דא האט מיר געשיקט אין אישי, ווי ער רעדט לגופו של ענין אויב די מעשה מאכט סענס אדער נישט. ווי צוגעזאגט דא אז כוועל עס ארויפשטעלן.

נאכדעם ווי איך האב געזען ווי ער שרייבט אויך תגובות ווי כאילו ער טראכט אז די מעשה קען נישט זיין אמת, און איך קען דאך דעם ניק פאר איינער וואס האט געווענטליך יא א גלאטע שכל הישר. האב איך אים אנגעפרעגט וואס ער האלט באמת, און ער האט מיר צירוקגעענטפערט דעם שטיקל. און ער האט מיר מסביר שפעטער אז ער האט געמוזט שרייבן אין שטיבל אנדערש פון וואס ער האלט באמת, ווייל אזוי וועט מען אננעמען געוויסע אנדערע זאכן וואס ער שרייבט, וד"ל ואכמ"ל.

די תגובה האט ער געשריבן אין ענגליש (נאך וואס מיין גאנצע קאמיוניקאציע איז פארגעקומען אין ענגליש) איך האב אביסל צענזורירט די אמריידעלע שפראך:

Yes! Of course it makes sense, and it can be explained through science and statistics...

For one, this person doesn't have access to the outside world. As such, he doesn't understand the basics when it comes to asking for ***. Also, he has no way of finding a prostitute other than by approaching a girl. All this makes it more likely for him, compared to others, to get arrested for solicitation of a minor.

Moreover, he probably never had a good night with his wife. As an extremist frummie, he probably set up his *** life as doing a mitzvah and all. His desire is probably through the roof. Which, again, makes it more likely for him to go find some ***** from the next girl he sees.

In addition, his mind is always occupied with ***. His speaches are about kdusha, tznius and ****. This turns him on like a ************, but he doesn't have an outlet to let out his desires; his wife isn't a real option and masturbation is prohibited.

Finally, to him, every girl that doesn't cover her body top to bottom is looking for ***. He sees a 16 year old, probably dressed in a way that shows her legs and stomach, her ***** is showing and her *** is visible. His natural conclusion is that she's a candidate to have *** with him, and elder, ugly man.

Taking all this into account, we have a person who's turned on by thinking of *** 24/7, having no way to have a good ****, which leads to him to seek *** wherever he can find it. He sees this hot young girl, which to him screams of "come **** me," and he just follows her lead.

Statistically we know that he is the person that has a higher chance of being arrested for solicitation of a minor.

איך וועל צוענדיגן מיטן אראפברענגען א בילד פון איינע פון די צעטלעך וואס האט פארשפרייט די גיפטיגע נערישקייטן וואס דער קרישעבסקי באקט און ברענגט ליידער אריין בתוכינו.זאל דער אומוויסנדע עולם זען מיט וועמען אונז האבן דא ציטון מיט.
📎 IMG_20220725_121601_153.jpg

קל וחומר » מאנטאג יולי 25, 2022 12:44 pm

· #504959
Re: לכו נא ונוכחה- צו מאכט די קרישבסקי מעשה סענס?
נגיעות איז דא לכאן ולכאן.
מ'זוכט אים ריינוואשן מצד אחד ווייל ער האט א הייליג רעקארד און מצד אחד צו באשמוצן ווייל ער איז לוחם קעגן טעכנאלאגיע אויף אן עקסטרעם אופן.

הכלל איך גלייב שווער אז ס'איז דא איינער וואס איז ריין פון נגיעות ווען ס'קומט צו דן זיין די מעשה.

וואס מיר באדערט יא אביסל איז אז ס'איז ארויסגעקומען אפאר גרסאות פון וואס האט געזאלט באמת האבן פארגעקומען וואס מאכט מיר טראכטן אז דאס זענען אלעס פאבריצירטע געשיכטעס פון די וואס האבן נגיעות אים צו ריינוואשן כל אחד כיד ה' הטובה עליו. (ענליך צום מעשה פון דער וואס האט געבארגט א זייגער, ביים צוריקגעבן איז עס געווען צעבראכן, רופט ער אים אין ד"ת, זאגט ער פאר בי"ד כ'האב דריי טענות לזכותי, 1 אז ס'איז שוין געווען צעבראכן ווען ער האט מיר עס געבארגט, 2 אז איך האב אים עס צוריקגעגעבן גאנץ און ס'האט זיך צעבראכן נאכדעם, 3 איך האב דעם זייגער קיינמאל געבארגט).

הכלל לאגיש איז קיין איינס פון די געשיכטעס (אפילו די אמתע) ממילא ווען וועלט איז וועלט ווערט מען געוואויר ווער די מאמע פון ס'מיידל איז און מ'פרעגט איר אויס גופא דעובדא היכי הוה און דאן קען מען דן זיין אויב ס'איז געווען א מיספארשטענדעניש אדער צו ער האט טאקע מודה געווען (אזוי ווי איינער פון די צוקוקער האט געשריבן).

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 1:07 pm

· #504961
@me smart
כ’האב נאכנישט אנגעקומען צו ליינען דיין דרשה אבער קודם מוז איך אויסדרוקן מיין מיטלייד מיט דיר אז האסט געמוזט כובש נבואתו זיין אויף אזעלכע לאנגע דרשות... נישט קיין וואונדער האסט נישט אינזשויט די וואקאציע, כידוע אז ס’קען פאראורזאכן גרויסע בויך שמערצן...

פארגעס נישט נעקסט טיים מיטצונעמען א אידישע קיבארד ומחה ה’ דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 1:36 pm

· #504963
[*][quote="me smart"]

זייער שיין, אבער א ריכטיגע קוגל פון רגש און שכל, פאקטן און עסאמפשענס.
עכ’’פ איך קען פארשטיין דיין פוינט אוו וויא און רצון צו זאגן אזוי ווי די זאגסט.

(אבער די האסטעך א פליפ פאון?! Why the hate?...)

מי ימצא » מאנטאג יולי 25, 2022 1:47 pm

· #504964
(אבער די האסטעך א פליפ פאון?! Why the hate?...)[/quote]

העיט? געווענדליך גלייכן נישט מענטשן ווען מען הייסט זיי וואס צו טאהן. ובפרט ווען מען העצט אייגענע קינדער אויף עלטערן.

וואס מען טוט און די אייגענע הויז, נישט קיין חילוק וואס עס איז האט נישט א צווייטער וואס אריינצוקוקן.

טאמבל סאס » מאנטאג יולי 25, 2022 2:15 pm

· #504965
ס'שמעקט פון עצי שיטים לול 👍

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 2:24 pm

· #504966
טאמבל סאס
ס'שמעקט פון עצי שיטים לול 👍
I can neither conform nor deny this allegation...
😉

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 3:02 pm

· #504967
דאך פלאן איך עס נישט צו טון דא בריש גלי, ובפרט נאך וואס עס איז ארויסגעקומען א שטיקל ריגזה צעווישן מיר מיט בערל'ן
א זאך וואס וואלט העכסט ווירשיינליך נישט פארגעקומען מיט מיין אפעציעלע ניק, סיי ווייל איך האלט מיר געווענטליך העכער פון דעם, ובעיקר ווייל בערעלע וואלט זיך נישט אנגעהויבן מיט מיר
בערל איז צוקריגט מיט יעדעס ניק וואס איך פארמאג. און אפשר מיט אלע זיינע ניקס אויך.... פראביר נאר אטעמען נעבן אים, און די וועסט כאפען א מי שפרע ווי ווען איינער כאפט אויס זיין באס.

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2022 5:08 pm

· #504974
כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס איינער מיט אן ענגלישע קיבארד קענען נישט ניצן זיין געהעריגע ניק. וועמען באדערט אז ער שרייבט אמאל און ענגליש. נאכדערצו ווער פארלאנגט פון עם ער זאל זיך פארענטפערן?

נאכדעם פארענטפערט ער זיך נאך "פאר יענעם" וואס האט נאר געשריבן אויף ענגליש ווייל ער טייפט אויף ענגליש.

ווער האט פארלאנגט פון עם זיך צו פארענטפערן די פארענטפעריי וואס גאר יענער דארף זיך פארענטפערן...

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2022 5:09 pm

· #504975
me smart
טאמבל סאס
ס'שמעקט פון עצי שיטים לול 👍
I can neither conform nor deny this allegation...
😉
ביסט שוין צירוק פון vacation. וואס איז פשט פון די ענגליש?

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 25, 2022 5:24 pm

· #504976
וואלווי
me smart
טאמבל סאס
ס'שמעקט פון עצי שיטים לול 👍
I can neither conform nor deny this allegation...
😉
ביסט שוין צירוק פון vacation. וואס איז פשט פון די ענגליש?
ער איז אריין אין די לייבערי פאר א פאר מיניט...

נאך א מיינונג » מאנטאג יולי 25, 2022 5:38 pm

· #504978
א מין מישמאש פון טפשות, האלבע זאצן, און wishful thinking.

פלוצלונג ווערט עס 50\50. וויאזוי האט ער דאס געמאסטן? גיי ווייס. אפשר האט ער זיך איינגערעדט אז מיט שרייבן א צובראכענעם ענגליש איז ער שוין א קאלעדזש גראדואירטע. אמער, וויסן אז פופוציג מיט פופציג איז הונדרעט איז דאך דער שפיטץ פון סעקיולארער וויסענשאפט.

עס מאכט נישט קיין סענס פאר איין סבה. ווייל קיין איינשטעטיגע מענטש טוט נישט אזא זאך. נישט ווייל ער איז צו הייליג, נישט ווייל יראת שמים לאזט נישט, נישט ווייל ער האט זיך אזוי געשלאגן מיט טומאה, נאר פראסט און פשוט ווייל קיינער דרייט זיך נישט מיט די אומאפהענגיגע ארגאן הענגעדיג. עס פאסירט אזוי אפט ווי מעזעט א מענטש מיט די הויזן אויף די קאפ. (טאמער @smart me קומט פון מאנסי וועט מען מוזן טרעפן נאך א משל) עס קען פאסירן? יא. גלויבט מען אז עס האט אמאל פאסירט? נאכאמאל יא. אבער צו זאגן אויף א געוויסע מענטש אז ער דרייט זיך א גאנצע טאג מיט די הויזן אויף די לענדן, און פלוצלונג האט ער עס אנגעטון אויפן קאפ, איז נאכאלס נישט מסתבר. ווען איך הער אז א ניכטערער גוי אן אדוואקאט, א דאקטאר, אדער א קאר סערוויס דרייווער האט עס געטון, גלויב איך עס אויך נישט. ווייל דער וועלט האט געזעצן, מענטשן לעבן מיט א געוויסע נארמאלקייט, און יעדער פאר הויזן האט א זיפפער, אן אויסנאם.

אפשר האט דער בחור געקוקט אסאך מאוויס, און ער מיינט אז אזוי פאסירט עס, א מאן זעט א פרוי, און פלוצלונג ווערט א קינד געבוירן. פון די ד' אמות פון ניו סקווער ווייסט מען נישט אז מאוויס זענען פונקט אזוי אמת ווי מעשה ביכער וואס מ'גיבט פאר קינדער.

ער האט אבער א גמרא?! און טאמער איך זאג אים אז איין נאכט איז די זון געגאנגן העכער די הימל אנשטאט אונטער די ערד, וועט ער עס אזוי שנעל גלויבן?

אין כאן 50\50, אין כאן AI, אין כאן חשש. עפעס א קרית יואלער בחור רעדט זיך איין אז אינדערויסן פון זיין דארמיטארי דרייט זיך יעדער מיט די זיפפער אפן, און ער האלט אין איין נאכלויפן יעדער שטיק קעצאלע וואס עגזיסטירט. און פארשטייט זיך יעדער קעצאלע איז גרייט זיך צו עפענן פאר אים. ער האפט נאר אז ער זאל אויך זוכה זיין, פונקט ווי ר' עקיבא וחביריו. תחת הזהב אביא כסף גייט דאך אויף ר' עקיבא וחביריו - קרישעווסקי, smart me און ווער נישט. אפשר מעג מען אים אויסלערנן וואס מיינט 'סייענס'.

פערינא » מאנטאג יולי 25, 2022 5:46 pm

· #504979
אז מ'קוקט אן א גויטע פרוי ווי קרקע עולם מאכט עס אסאך סענס פאר איינעם וועמענס שכל איז פארדרייט פון די גמרא.

וואלווי » מאנטאג יולי 25, 2022 6:05 pm

· #504980
פערינא
אז מ'קוקט אן א גויטע פרוי ווי קרקע עולם מאכט עס אסאך סענס פאר איינעם וועמענס שכל איז פארדרייט פון די גמרא.
וואס איז די גמרא שולדיג?

די גמרא רעדט נישט פון תאוות און חמדות אויף מיידלעך. די גמרא רעדט פון די הלכות פון איסור והיתר ביי עריות.

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 6:28 pm

· #504985
עס מאכט נישט קיין סענס פאר איין סבה. ווייל קיין איינשטעטיגע מענטש טוט נישט אזא זאך. נישט ווייל ער איז צו הייליג, נישט ווייל יראת שמים לאזט נישט, נישט ווייל ער האט זיך אזוי געשלאגן מיט טומאה, נאר פראסט און פשוט ווייל קיינער דרייט זיך נישט מיט די אומאפהענגיגע ארגאן הענגעדיג. עס פאסירט אזוי אפט ווי מעזעט א מענטש מיט די הויזן אויף די קאפ.
מיט וואס איז ער אזוי איינשטעטיג?

האט געליינט זיין דרשה צו קינדער דא?

א אנשטענדיגע (כצ"ל) מענטש רעדט אזוי? אפאר מטורפים אין דער מערכה קעגען אינטערנעט רעדען אזוי. וכיון שבא לכלל מטורף, איז ער אויף דעם אויך חשוד. פארוואס? ער איז א מענטש וואס וועט זאגען וואס ער וויל, אפילו אויב עס איז קעגען די נארמע, ער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדען צו קינדער און זאגען אז מען מעג ווארפען די סמארטפאן אין סוער, ווייל זיין סוער וויל עס זאגען, זאגט ער עס. ממילא ווען ער האט א הרהור עבירה און ער וויל עס, גייט אין פארק און בעט דער חצופה וואס זיצט דארט וואס איז ממילא א זונה לדעתו.

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 7:09 pm

· #504994
נאך א מיינונג
א מין מישמאש פון טפשות, האלבע זאצן, און wishful thinking.

פלוצלונג ווערט עס 50\50. וויאזוי האט ער דאס געמאסטן? גיי ווייס. אפשר האט ער זיך איינגערעדט אז מיט שרייבן א צובראכענעם ענגליש איז ער שוין א קאלעדזש גראדואירטע. אמער, וויסן אז פופוציג מיט פופציג איז הונדרעט איז דאך דער שפיטץ פון סעקיולארער וויסענשאפט.

עס מאכט נישט קיין סענס פאר איין סבה. ווייל קיין איינשטעטיגע מענטש טוט נישט אזא זאך. נישט ווייל ער איז צו הייליג, נישט ווייל יראת שמים לאזט נישט, נישט ווייל ער האט זיך אזוי געשלאגן מיט טומאה, נאר פראסט און פשוט ווייל קיינער דרייט זיך נישט מיט די אומאפהענגיגע ארגאן הענגעדיג. עס פאסירט אזוי אפט ווי מעזעט א מענטש מיט די הויזן אויף די קאפ. (טאמער @smart me קומט פון מאנסי וועט מען מוזן טרעפן נאך א משל) עס קען פאסירן? יא. גלויבט מען אז עס האט אמאל פאסירט? נאכאמאל יא. אבער צו זאגן אויף א געוויסע מענטש אז ער דרייט זיך א גאנצע טאג מיט די הויזן אויף די לענדן, און פלוצלונג האט ער עס אנגעטון אויפן קאפ, איז נאכאלס נישט מסתבר. ווען איך הער אז א ניכטערער גוי אן אדוואקאט, א דאקטאר, אדער א קאר סערוויס דרייווער האט עס געטון, גלויב איך עס אויך נישט. ווייל דער וועלט האט געזעצן, מענטשן לעבן מיט א געוויסע נארמאלקייט, און יעדער פאר הויזן האט א זיפפער, אן אויסנאם.

אפשר האט דער בחור געקוקט אסאך מאוויס, און ער מיינט אז אזוי פאסירט עס, א מאן זעט א פרוי, און פלוצלונג ווערט א קינד געבוירן. פון די ד' אמות פון ניו סקווער ווייסט מען נישט אז מאוויס זענען פונקט אזוי אמת ווי מעשה ביכער וואס מ'גיבט פאר קינדער.

ער האט אבער א גמרא?! און טאמער איך זאג אים אז איין נאכט איז די זון געגאנגן העכער די הימל אנשטאט אונטער די ערד, וועט ער עס אזוי שנעל גלויבן?

אין כאן 50\50, אין כאן AI, אין כאן חשש. עפעס א קרית יואלער בחור רעדט זיך איין אז אינדערויסן פון זיין דארמיטארי דרייט זיך יעדער מיט די זיפפער אפן, און ער האלט אין איין נאכלויפן יעדער שטיק קעצאלע וואס עגזיסטירט. און פארשטייט זיך יעדער קעצאלע איז גרייט זיך צו עפענן פאר אים. ער האפט נאר אז ער זאל אויך זוכה זיין, פונקט ווי ר' עקיבא וחביריו. תחת הזהב אביא כסף גייט דאך אויף ר' עקיבא וחביריו - קרישעווסקי, smart me און ווער נישט. אפשר מעג מען אים אויסלערנן וואס מיינט 'סייענס'.
אז די האסט נגיעות פארשטיי איך, אבער צו האבן אזעליכע שטארקע נגיעות אז דיינע אויגן זאלן דיר שוין נישט שטיין גראד, און די זאלסט נישט קענען פשוט ליינען וואס איך האב געשריבן, דאס איז שוין א חידוש!

וואו האב איך געשריבן אז עפעס איז 50/50? אפילו ווען איך האב אין די משל פון קאצק גערעדט פון 50/50 האב איך קלאר געשריבן אז עס איז בלויז אנגעכאפט א נומער. ביי די מעשה פון קרישבסקי האב איך בכלל נישט געשריבן קיין פראצענט (אזויפיל האב איך יא געשריבן אז איך האלט אס עס איז מער פון 50%
און עס זעט אויס ווי די האסט בכלל הישט געכאפט די גאנצע נקידה. נישט די נומער איז נוגע בכלל. די פוינט איז אז אליבא דאמת איז דא נאר איין אמת'ע מספר, און דאך קענען צוויי קעגנזייטיגע צדדים האלטן אינגאנצן אנדערש. וואס די ענדגילטיגע מספר איז, איז גאנץ קנאפ נוגע.

די זאגסט אז א אנשטענדיגע מענטש טוט נישט אזעליכע זאכן, @היסטאריע האט שוין גוט געענטפערט ווי איינשטענדיג ער איז... אבער לאמיר טאקע גיין צו דיין משל. ביסט גערעכט אז נארמאלע מענטשן גייען נישט מיט קיין הויזן אויפן קאפ, און עס איז נישטא קיין סיבה חושש צו זיין סתם מענטשן מיטן גיין הויזן אויפן קאפ. אבער לאמיר זאגן אז די הערסט אז דיין איינשטע דיגע לויער איז געווארן ארעסטירט פארן גיין מיט הויזן אויפן קאפ אין פאבליק (לאמיר זאגן אז עס איז א קריים וואס מען קען ארעסטירן דערויף) וואס וואלסטו געזאגט דעמאלטס? עס קען נאכאלטס נישט זיין, ווייל נארמאלע מענטשן טוען נישט אזעליכע זאכן? פארפאלן אדער איז דיין לויער יא אביסל פאריקט, אדער האסטו נישט ארויס די תאווה פון לויערס צו לייגן הויזן אויפן קאפ. אזוי צו אזוי ער איז פאקטיש געווארן באשילדיגט דורך איינעם מיטן גיין הויזן אויפן קאפ, און ער איז ארעסטירט געווארן פאר דעם. האק מיר נישט אין קאפ אז עס קען נישט זיין.

ווען נישט די מעשה הידוע געשעט, און איך עפען א אשכול אין שטיבל מיטן טיטל "טראכט איר אז קרישבסקי איז מזנה מיט מיידלעך" וואלסטו געהאט א טענה אז איך רעד נישט צו דער זאך, און נארמאלע מענטשן טוען נישט אזעליכע זאכן. אבער אז מען האלט דא... זיך דיר א בעסערע ארגומענט.

און ווייטער קומסטו אפשלאגן די גמרא מיטן חוזק מאכן פון א צווייטע גמרא שלא מן הענין כלל. יא יענע גמרא איז א שווערע גמרא וואס מען מוטשעט זיך עס צו פארשטיין לויט די היינטיגע וויסנשאפט. און לויט ווי טייל זאגן שטייט עס נאר פון די חכמי ישראל וואס מיינט דארטן לאו דוקה די רבנים נאר ענדערש די אידישע אוסטראנימער וכדומה, אין זיי קענען זיך טאקע טועה זיין. און די חכמי העכו"ם קענען וויסן בעסער ווי זיי...
אבער וואו קומט עס בכלל אריין דא? מען רעדט דארטן פון די זון מיט די שטערנס, און וויאזוי עס פארט, זאכן וואס מען איז נישט געווען קלאר דערין אמאל, וואס האט דאס א שייכות מיט א קלארע סיפור א מעשה שהיה וואס די גמרא פארציילט? די ווילסט פשוט זאגן אז די מעשיות וואס די גמרא ברענגט איז לא היה ולא נברא?!? ח"ו אזוי צו זאגן.

און אגב, קיין סאך מאוויס האב איך נאכנישט געזען, און בכלל בין איך נאך צעמישט אויב איך קום פון קרית יואל אדער פון סקווירא, אבער די אלטע טענה פון אראפקלאפן יעדע מענטש וואס זאגט א סברה וואס די האסט נישט ליב מיטן זאגן אז "ער איז בלויז א בחור" און זיך גאר פאטשן אין באכל אז די האסט גערעדט צו דער זאך, די מהלך האט שוין אויסגעוועפט תשס"ח. טרעף דיר בעסערע שטאף מיט וואס איבערציצייגן דער עולם.
אגב בין איך ב"ה חתונה געהאט מיט אפאר קינדערלעך, און איך קום ב"ה נישט פון קרית יואל אדער סקווירא.

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 7:13 pm

· #504995
וואלווי
כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס איינער מיט אן ענגלישע קיבארד קענען נישט ניצן זיין געהעריגע ניק. וועמען באדערט אז ער שרייבט אמאל און ענגליש.
מיין אנדערע ניק איז אין אידיש, איך קען זיך נישט איינשרייבן אויף מיין פליפ פאון מיט יענע ניק. ניטאמאל איין אות קען איך שרייבן אין אידיש מיטן פליפ פאון. אפשר איז דא א וועג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי.

באהעלפער » מאנטאג יולי 25, 2022 7:17 pm

· #504997
דאס איז איינמאל זיכער, אז דער פרעדיגער קרי שבתקי איז געבליבן מיט'ן אונטערשטע צונג הענגן...

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 7:17 pm

· #504998
מתבודד
[*]
me smart

(אבער די האסטעך א פליפ פאון?! Why the hate?...)
פארוואס טאקע מוז איך האבן צווי פאונס איין פליפ פאון פאר ביה"מ, און איין נארמאלע סמארטפאון פארן אלגעמיינער באניץ? ווייל די רב פון מיין שול (גראדע נישט אזא עקסטראמיסט, נאר יעדער ווערט דאך היינט ראדיקאליזירט פון די היץ קעפ) מיט נאך אפאר שליחי דרחמנות זענען געקומען טאג טעגליך מיר אראפדרייען א קאפ אז מען טאר נישט ארויסנעמען די סמארטפאון פארענט פון קינדער.
לכאורה ווייל אזוי וועלן זיי נישט וויסן אז עס עקזיסטירן סמארטפאונס אויפן וועלט.

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 8:13 pm

· #505006

פארוואס האסטע נישט מיטגענומען דיין סמארטפאן אין קאנטרי??

א קשיא אויף א מעשה.......

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 8:34 pm

· #505008

אהה כהאב פארגעסן צו שרייבן.
מיין סמארטפאון האב איך נישט לצורך פרנסה, בלויז פאר אינטערטעינמענט פארפעסעס. מיין ווייב האט געהאלטן אז איך זאל עס לאזן אינדערהיים, אזוי אז איך זאל קענען מער הנאה האבן פון די וויקאציע, און זיך אויספלאגן פונעם ארום...
למעשה האט זיך עס אויסגעשטעלט צו זיין א פאטאלע טעות...

שמן למאור » מאנטאג יולי 25, 2022 8:46 pm

· #505013
איך זע אז טייל זענען מיר דא חושד, און געוויסע פרעגן מיר אהן אין אישי אויב איך בין גאר @me smart.

חברה, וויאזוי קען מען אפילו האבן אזא הוה אמינה??? איך זאל מיך אזוי ציקריגן מיטן אלעמען באליבטן ר' בערל?!?!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2022 9:26 pm

· #505017
מי סמארט: שלום עליכם. צוערשט וויל איך דיר איבערבעטן. איך האב אפשר צו שארף געשריבן און דיר גערופן נעמען. בעט איך דיר מחילה. איך האב עס נישט געמיינט אזוי ווייט. דו ביסט זייער א חשוב'ער שרייבער. און איך האב הנאה פון דיינע לאגישע סברות. יעצט, לעצם הענין. איך בין נוטה צו זאגן אז הרב קרישבסקי איז דא נשט באגאנגען קיין שום עוולה. לא מיניה ולא מקצתיה. ערגעץ איז דא פארגעקומען עפעס א מין מיספארשטענדעניש. אדער א בייזוויליגקייט מצד די אנקלעגערין און איהר (גויאישע) משפחה. אבער איך באזיר נישט מיין ארגומענט ווייל הרב קרישבסקי איז א הייליגער איד. אדער א גוטער, צוגעלאזענער מענטש. פארקערט. איך טוה שטארק פארדאמען זיין גאנצע וועג פון דרשות און העצערייען. פערזענליך האלט איך אז אדער האט ער אן אגענדא. אדער איז ער א ביסל פאררוקט. אבער ביי דעם ספעציפישן פאל האלט איך אז ער האט גארנישט געטון שלעכט. אדער געהאט בייזע כוונות. ווייל אויב איך האלט אנדערש וועט (ח"ו) אוועקפאללן גאנצע סימנים אדער סעיפים אין שו"ע און בלעטער גמרא און מפרשים. די אלע הלכות פון ייחוד וואס די גמרא און שו"ע מיט די נושאי כלים ברענגען אראפ זענען אונזער וועגווייזער. ווען און וויאזוי אן ערליכער איד דארף צו האנדלען. און דא איז געווען א פאל וואו דער באשולדיגטער האט נישט עובר געווען אויף קיין שום הלכה. ער איז (באקראי) אריבערגעגאנגען דעם ספארטס פעלד. און ווען ער האט גערעדט צו די גוי'טע איז עס אויך געווען בייטאג אין רשות הרבים. נישט אין א פארמאכטע פלאץ. ממילא איז נישט דא קיין פלאץ חושד צו זיין אז ער האט אפילו געהאט א הירהור עבירה. כש"כ א מעשה...! און א יעדער איד האט א חזקת כשרות. אויסער איינער (אדער מער) וועלכער איז פרוץ לעריות...!

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 25, 2022 9:29 pm

· #505018
me smart
וואלווי
כ'פרוביר צו פארשטיין פארוואס איינער מיט אן ענגלישע קיבארד קענען נישט ניצן זיין געהעריגע ניק. וועמען באדערט אז ער שרייבט אמאל און ענגליש.
מיין אנדערע ניק איז אין אידיש, איך קען זיך נישט איינשרייבן אויף מיין פליפ פאון מיט יענע ניק. ניטאמאל איין אות קען איך שרייבן אין אידיש מיטן פליפ פאון. אפשר איז דא א וועג, אבער איך ווייס נישט וויאזוי.
נעקסט טיים ניץ דעי לינק

https://www.lexilogos.com/keyboard/hebrew.htm

me smart » מאנטאג יולי 25, 2022 10:18 pm

· #505022
berlbalaguleh
מי סמארט: שלום עליכם. צוערשט וויל איך דיר איבערבעטן. איך האב אפשר צו שארף געשריבן און דיר גערופן נעמען. בעט איך דיר מחילה. איך האב עס נישט געמיינט אזוי ווייט. דו ביסט זייער א חשוב'ער שרייבער. און איך האב הנאה פון דיינע לאגישע סברות. יעצט, לעצם הענין. איך בין נוטה צו זאגן אז הרב קרישבסקי איז דא נשט באגאנגען קיין שום עוולה. לא מיניה ולא מקצתיה. ערגעץ איז דא פארגעקומען עפעס א מין מיספארשטענדעניש. אדער א בייזוויליגקייט מצד די אנקלעגערין און איהר (גויאישע) משפחה. אבער איך באזיר נישט מיין ארגומענט ווייל הרב קרישבסקי איז א הייליגער איד. אדער א גוטער, צוגעלאזענער מענטש. פארקערט. איך טוה שטארק פארדאמען זיין גאנצע וועג פון דרשות און העצערייען. פערזענליך האלט איך אז אדער האט ער אן אגענדא. אדער איז ער א ביסל פאררוקט. אבער ביי דעם ספעציפישן פאל האלט איך אז ער האט גארנישט געטון שלעכט. אדער געהאט בייזע כוונות. ווייל אויב איך האלט אנדערש וועט (ח"ו) אוועקפאללן גאנצע סימנים אדער סעיפים אין שו"ע און בלעטער גמרא און מפרשים. די אלע הלכות פון ייחוד וואס די גמרא און שו"ע מיט די נושאי כלים ברענגען אראפ זענען אונזער וועגווייזער. ווען און וויאזוי אן ערליכער איד דארף צו האנדלען. און דא איז געווען א פאל וואו דער באשולדיגטער האט נישט עובר געווען אויף קיין שום הלכה. ער איז (באקראי) אריבערגעגאנגען דעם ספארטס פעלד. און ווען ער האט גערעדט צו די גוי'טע איז עס אויך געווען בייטאג אין רשות הרבים. נישט אין א פארמאכטע פלאץ. ממילא איז נישט דא קיין פלאץ חושד צו זיין אז ער האט אפילו געהאט א הירהור עבירה. כש"כ א מעשה...! און א יעדער איד האט א חזקת כשרות. אויסער איינער (אדער מער) וועלכער איז פרוץ לעריות...!
מחל לך ר' בערל! ריגעלע ריגעלע רוגז.... מיר זענען חברים צירוק...

צו וואס די שרייבסט, אודאי זענען חז"ל גערעכט און אוועקגעשטעלט ריכטיגע גדרים וסייגים, דאס מיינט אבער נישט אז פאר געוויסע יחידים וועט עס נישט זיין געניג.
זאת ועוד, דאס איז כו"ע מודה אז ער האט נישט מזנה געווען בפועל מיט איר אויפן פעלד, די חשד איז נאר אז ער האט איר געבעטן פאר זנות, און העכסט ווארשיינליך וואלט מען געגאנגען צו א שטילע פלאץ, און דארט וואלט מען שוין יא עובר געווען אויף די איסור ייחיד פון חז"ל.

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 25, 2022 11:33 pm

· #505029
עצי שטים
איך זע אז טייל זענען מיר דא חושד, און געוויסע פרעגן מיר אהן אין אישי אויב איך בין גאר @me smart.

חברה, וויאזוי קען מען אפילו האבן אזא הוה אמינה??? איך זאל מיך אזוי ציקריגן מיטן אלעמען באליבטן ר' בערל?!?!
אהא, הייסט פינקט ווען עצי שיטים איז געגאנגען שלאפן פאר א וואך איז מי סמארט געבוירן, און פינקט ווען מי סמארט איז ציריק געגאנגען צים אייביגן רוה איז עצי שיטים אויפגעשטאנען, אבער פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין שייכות ס'נאר אזא קאראלעישען, מ'דארף נישט זיין @מי אני צי ציען א מסקנה.

שמן למאור » מאנטאג יולי 25, 2022 11:51 pm

· #505030
קהל'ס נער
עצי שטים
איך זע אז טייל זענען מיר דא חושד, און געוויסע פרעגן מיר אהן אין אישי אויב איך בין גאר @me smart.

חברה, וויאזוי קען מען אפילו האבן אזא הוה אמינה??? איך זאל מיך אזוי ציקריגן מיטן אלעמען באליבטן ר' בערל?!?!
אהא, הייסט פינקט ווען עצי שיטים איז געגאנגען שלאפן פאר א וואך איז מי סמארט געבוירן, און פינקט ווען מי סמארט איז ציריק געגאנגען צים אייביגן רוה איז עצי שיטים אויפגעשטאנען, אבער פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין שייכות ס'נאר אזא קאראלעישען, מ'דארף נישט זיין @מי אני צי ציען א מסקנה.
הייסט אז איך מוז דא זיצן יעדן טאג פונעם יאר און שרייבן תגובות, אז נישט וועט מען מיר באשילדיגן מיטן ערגסטן?

יא! זאכן קענען צימאל שטארק אויסזען ווי איין געוויסע אויפן, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס גאר עפעס אנדערש.

באלט וועסטו אויך קומען זאגן אז וויבאלט קרישעבסקי האט גערעדט מיט א מיידל בנוגע באשטעלן א טעקסי, האט ער גאר געבעטן זנות.. גיב מי א ברעיק!

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 25, 2022 11:58 pm

· #505031

הוא הנותנת, טאקע ווייל די פארענטפערסט דיך דאס איז נאך די גרעסטע ראיה.

דערמאנט פון מיין זוען וואס קימט מיר פארציילן אז נישט ער האט אוחסכעגאסען די מילך אפילו נאך פאר איך האב געפרעיגט ווער ס'איז.

שמן למאור » דינסטאג יולי 26, 2022 12:09 am

· #505032

ס'איז נישטא ציפול וואס זיך צו טענה'ן דא. יעדער בר דעת פארשטייט אז עס מאכט פשוט נישט קיין 'סענס' אז איך בין me smart.

קאצקע ציקער » דינסטאג יולי 26, 2022 12:19 am

· #505033
און וואס האלט "עצי שטים" אויף די גאנצע קרישבסקי סאמוטוכע?

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 12:26 am

· #505034
פליז סטאפטס! איך מיין עס איז נישט שיין.

(אדער אפשר באלאנגען דא נישט קיין פרויען, ווייל סיי נעמען אלעס צו פירסענאל.)

מתבודד » דינסטאג יולי 26, 2022 12:39 am

· #505035
ר’ עצי, הער יעצט אויף רעדן פון די נושא ווייל יעדע תגובה מער מאכט עס אויסקוקן שטערקער ווי מי סמארט.

נאך איינער האלט אזוי?...

מתבודד » דינסטאג יולי 26, 2022 12:41 am

· #505036
😃
מי ימצא
פליז סטאפטס! איך מיין עס איז נישט שיין.

(אדער אפשר באלאנגען דא נישט קיין פרויען, ווייל סיי נעמען אלעס צו פירסענאל.)
איך בין חושש אז אדער עצי אדער מי איז דיין מאן... (’’מי’’ ו’’מי’’ ההולכים... ג’’ש...) 😃

me smart » דינסטאג יולי 26, 2022 1:06 am

· #505038
עצי שטים
עס איז נישטא ציפול וואס זיך צו טענה'ן דא. יעדער בר דעת פארשטייט אז עס מאכט פשוט נישט קיין 'סענס' אז איך בין me smart.
מיסטער שטים, די מאכסט עס זייער נישט גוט. די מאכסט מיר שטארק אויסזען ווי דיר...

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 1:07 am

· #505039
כאכאכאכאכאכא!!!!! 😂 😂 😂

סוואלט מיך נישט איינגעפאלן אליינס אזא גוטס. אזא גאון צו זיין?! 💡 💡 💡 💡

איים סארי מיסטער אבער איר האט נישט צוגעטראפן.

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 1:11 am

· #505040
מיין פריערדיגן תגובה איז פאר מתבודד.

מתבודד » דינסטאג יולי 26, 2022 1:16 am

· #505041
אקעי דעמאלטס נעם עס נישט אזוי פערסענאל.
עצי מיט מי סמארט זענען (איז) זיך [מן הסתם] מחי’ מיט די גאנצע סאמעטוכע...

me smart » דינסטאג יולי 26, 2022 1:19 am

· #505042
מי ימצא
כאכאכאכאכאכא!!!!! 😂 😂 😂

סוואלט מיך נישט איינגעפאלן אליינס אזא גוטס. אזא גאון צו זיין?! 💡 💡 💡 💡

איים סארי מיסטער אבער איר האט נישט צוגעטראפן.
פון וואו ווייסטו אז דיין מאן האט נישט מער ווי איין ניק???

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 1:25 am

· #505044
הויייי.

אז מען וועט זיך נעמען צו מיינע ביינער, נויפס. דאס פארנעם איך שוין נישט.

@ Me smart און עצי שיטים, סך הכול האב איך מיך געוואלט אנעמען פאר ענק.

שמעון וואלף » דינסטאג יולי 26, 2022 2:08 am

· #505045
@מי סמארט
די ברענגסט זייער שיין און קלאר ארויס דיין צד. אבער איינע פון דיינע הוכחות זענען וויבאלד די מיידל וועט דארפן אריבערגיין קראוס עקזעמינעישן אין קאורט און דעריבער איז נישט מסתבר אז זי זאל אויפטראכטן אזא בלבול.
נא נא, עמיר רעדן נאכדעם וואס דאס געשענט. דערווייל קען מען נאכנישט ברענגן קיין ראי' דערפון.

דיין צושטעל צום גמרא קדושין איז נישט אויסגעהאלטן. ווי איך פארשטיי איז אמאל נישט געווען אזא אראפגעקוקטע זאך אז איינער זאל תובע זיין א מיידל (אן אשת איש איז אן אנדערע מעשה). ס'נישט געווען די געפאפטע מעשיות כאילו ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען בכלל נישט די תאוה. היינט וועט אפילו א פשוטע מענטש נישט צוגיין צו א מיידל אויס מורא פאר די קאנסיקווענצן סיי מדינא דמלכיתא און סיי ווייל ער וועט זיך שעמען צו ווייזן דאס פנים אין בית מדרש טאמער די מעשה ליעקט ארויס

מתבודד » דינסטאג יולי 26, 2022 2:18 am

· #505047
קוק איבער די גמ’ אין קידושין. רב עמרם האט געהאט א ניסיון האט ער זיך גענומען שרייען ”נורא בי עמרם”, ווען די תלמידים זענען אנגעקומען וואס האבן זיי געזאגט? רבי, אונז ווילן זיך באגראבן פאר בושה...
קען זיין אז פאר פשוט’ע מענטשן איז עס נישט געווען אזא פראבלעם, אבער פאר תנאים און אמוראים? א נארמאלע זאך צו תובע זיין א מיידל (און כמ”פ א נד’)??
דא מי ע"י פעיווער!..

מי אני » דינסטאג יולי 26, 2022 9:40 am

· #505052
מענין לענין באותו ענין, טענה׳ט דר. מאטי מזרחי אז עד האָמינעם ארגומענטן, און איר פארעם פון עפּיִל צו היפּאַקריסי/טוּ קוואָק, קענען יא זיין וואליד טענות. דאס איז ווען די סיבה פארוואס מ׳נעמט אָן דעם פאזיציע מעיקרא איז על סמך די אטאריטעט פונעם מענטש. דעמאלטס טאמער זעהט מען אז דער אטאריטעט פון דעם ער אליין איז נישט קאנסיסטענט אין דעם ממש, אונטערמינעוועט דאס דאך זיין סמכות און אטאריטעט אין דעם, וואס דאס איז דאך געווען די גאנצע יסוד פונעם פאזיציע מעיקרא.

משא״כ טאמער דארף די פאזיציע זיך נישט פארלאזן אויף זיין סמכות גרידא. מיינענדיג, ער ברענגט לאגישע ארגומענטן אומאָנגעוואנדן און זיין אטאריטעט אליין; ער איז ״גראדע״ אויך (איינער וואס זעהט עכ״פ אויס ווי) אַן אטאריטעט אין דעם. דאן איז דאס א פאָלעסי.

***

לגבי די מעשה דא האב איך סתם אזוי געקלערט צי עפ״י הענלאן׳ס רעיזאר מאכט עס אז די מעשה דא זאל מאכן מער סענס… 😃

ווי אויך איז דא א בחינה דא אין דעם גאנצן מעשה פון (משלי כד יז) בנפול אויבך אל תשמח ובכשלו אל יגל לבך וגו׳. דאס איז דאך געווען מרגליה בפומיה דשמואל הקטן וכדמצינו באבות (ד יט). און ביי אים טרעפט מען (סנהדרין יא.) אז שמואל הקטן האט גענומען די בּלעים אויף זיך הגם ער האט דאס נישט געטוהן כדי נישט צו פארשעהמען א צווייטן. און ער האט זיך דאס אפגעלערענט פון שכניה בן יחיאל בימי עזרא ווען ער האט געזאגט צו עזרא (עזרא י ב) אנחנו מעלנו באלקינו ונושב נשים נכריות מעמי הארץ. און פון שמואל הקטן האט זיך ר׳ מאיר אפגעלערענט צו נעמען די בּלעים אויף זיך כשבאת אשה אחד לביהמ״ד ואמרה אחד מכם קדשני בביאה ע״ש… 😃

me smart » דינסטאג יולי 26, 2022 11:02 am

· #505058
שמעון וואלף
@מי סמארט
די ברענגסט זייער שיין און קלאר ארויס דיין צד. אבער איינע פון דיינע הוכחות זענען וויבאלד די מיידל וועט דארפן אריבערגיין קראוס עקזעמינעישן אין קאורט און דעריבער איז נישט מסתבר אז זי זאל אויפטראכטן אזא בלבול.
נא נא, עמיר רעדן נאכדעם וואס דאס געשענט. דערווייל קען מען נאכנישט ברענגן קיין ראי' דערפון.

דיין צושטעל צום גמרא קדושין איז נישט אויסגעהאלטן. ווי איך פארשטיי איז אמאל נישט געווען אזא אראפגעקוקטע זאך אז איינער זאל תובע זיין א מיידל (אן אשת איש איז אן אנדערע מעשה). ס'נישט געווען די געפאפטע מעשיות כאילו ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען בכלל נישט די תאוה. היינט וועט אפילו א פשוטע מענטש נישט צוגיין צו א מיידל אויס מורא פאר די קאנסיקווענצן סיי מדינא דמלכיתא און סיי ווייל ער וועט זיך שעמען צו ווייזן דאס פנים אין בית מדרש טאמער די מעשה ליעקט ארויס
בנוגע דיין ערשטע טענה ביסטו טאקע גערעכט, מען וועט מוזן ווארטן אויפן קאורט און זען צו זי רעדט צום דבר אדער זי וועט זיך סותר זיין וכדומה, און מען וועט אפשר קלאר קענען זען אז די גאנצע זאך איז א געבאקענע מעשה. נאכדעם וועט מען קענען מאכן א בעסערע באשלוס, באזירט אויף די פרישע אינפערמאציע וואס איז ציגעקומען צום טיש. אבער אזוי ווי מען שטייט יעצט, האט מען נאר דאס פאקט אז א מיידל האט אים באשילדיגט, און זי איז וויליג צו גיין אין קאורט און דורכגיין די פראצעדור. דאס איז פאר זיך אליין א שטארקע אינדיקאציע. און מען קען נאר קוקן פארשטייט זיך אויף די עווידענס וואס איז דא פארענט פון אונז. אזוי גייט עס אלעמאל, ווי שפעטער עס ווערט, און עס קומען אפיר פרישע פרטים און אנטוויקלינגען, אפדעיט זיך די שטעלונג פונעם עולם.
אבער ווי געשמועס, עז אוו יעצט, האבן אונז נישט מער פון וואס אונז האבן.

בנוגע דיין צווייטע טענה. האט שוין מתבודד גאנץ גוט געענטפערט. כ'וויל נאר צולייגן איין נקידה.
אויב קוקסטו עס אהן פון די רבנישע חלק שבו, דהיינו די אומפאסיגקייט פאר א חשובע רב צו בעטן זנות. דאס האט זיך לכאורה קיין סאך נישט געטוישט פון אמאל ביז היינט. די עבירה איז געבליבן די זעלבע הארב. און די פאקט אז א מנהיג/רב/תנא/משפיע קען בעטן זנות, איז די זעלבע בישה אמאל פינקט ווי היינט.
וואס האט זיך אפשר יא געטוישט איז די אנגענומענקייט דערפון אין די סוקאלארע וועלט. פאר 300 יאר צירוק האט אפשר געקענט זיין א נארמאלע זאך פאר א גוי צו בעטן זנות פון פרעמדע פרויען אינמיטן גאס, היינט איז עס אבער זייער אפגעפרעגט, ובפרט נאך די אלע פרויען רעכטן אויפוואכונגען. דאס איז אבער אלעס גוט פאר איינער וואס האלט מיט די סאציאלע אנטוויקלונגען וואס קומען פאר מחוץ לכותלי ביהמ"ד. אבער פאר איינער וואס האט נישט קיין שמץ השגה פון די נימוסים פון די דרויסענדיגע וועלט, ווען עס כאפט אים אהן א תאווה טוט ער עס פינקט ווי די גוי פלעגט עס טון פאר 300 יאר צירוק.

היסטאריע » דינסטאג יולי 26, 2022 12:39 pm

· #505062
דער נקודה קטנה, אז וואס איז נארמאל פאר אונז מענטשן, איז נישט נארמאל פאר יושבי חושך, ברענגסט עס גוט ארויס.

צפת » דינסטאג יולי 26, 2022 6:04 pm

· #505081
הרב קרישבסקי האט געזען א קטרוג אויפן דור, האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות. ער האט קיינמאל נישט געטון אדער געוואלט טון קיין שלעכטע זאכן, נאר געמאכט פאר זיך בזיונות בדייקא, מכפר צו זיין אויפן דור.

me smart » דינסטאג יולי 26, 2022 6:31 pm

· #505083
צפת
הרב קרישבסקי האט געזען א קטרוג אויפן דור, האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות. ער האט קיינמאל נישט געטון אדער געוואלט טון קיין שלעכטע זאכן, נאר געמאכט פאר זיך בזיונות בדייקא, מכפר צו זיין אויפן דור.
Lol

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 26, 2022 8:00 pm

· #505092
עצי שטים
קהל'ס נער
עצי שטים
איך זע אז טייל זענען מיר דא חושד, און געוויסע פרעגן מיר אהן אין אישי אויב איך בין גאר @me smart.

חברה, וויאזוי קען מען אפילו האבן אזא הוה אמינה??? איך זאל מיך אזוי ציקריגן מיטן אלעמען באליבטן ר' בערל?!?!
אהא, הייסט פינקט ווען עצי שיטים איז געגאנגען שלאפן פאר א וואך איז מי סמארט געבוירן, און פינקט ווען מי סמארט איז ציריק געגאנגען צים אייביגן רוה איז עצי שיטים אויפגעשטאנען, אבער פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין שייכות ס'נאר אזא קאראלעישען, מ'דארף נישט זיין @מי אני צי ציען א מסקנה.
הייסט אז איך מוז דא זיצן יעדן טאג פונעם יאר און שרייבן תגובות, אז נישט וועט מען מיר באשילדיגן מיטן ערגסטן?

יא! זאכן קענען צימאל שטארק אויסזען ווי איין געוויסע אויפן, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס גאר עפעס אנדערש.

באלט וועסטו אויך קומען זאגן אז וויבאלט קרישעבסקי האט גערעדט מיט א מיידל בנוגע באשטעלן א טעקסי, האט ער גאר געבעטן זנות.. גיב מי א ברעיק!
רבותיי: איך ווילל נישט פארדרייען (ח"ו) דעם אשכול. אבער עטס אלע מאכטס א טעות. עטס זוכטס דעם שולדיגן אין אלע ווינקעלעך. עטס האטס פארגעסן צו קוקן גראד. צו דעם פשוט'סטן ניק...איכ'ל ענק אויסזאגן א סוד (כ'האף אז קיינער הערט נישט)...מי סמארט איז טאקע נישט קיין אנדערער ווי בערל בעל עגלה...(ובזמן קריב.). ער האט נאך 6 אנדערע ניקס אויף איי-וועלט. אויך דא אויף קאווע שטיבל. אויף זיין אנדער'ן ניק האט ער שוין איבער 1000 תגובות...!

שמן למאור » דינסטאג יולי 26, 2022 10:08 pm

· #505097
זעט עטס! הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...

איך הייב נאר אהן צו טראכטן אז באמת איז חוץ מיר מיט בערל'ן נישטא בכלל קיין אנדערע משתתפים דא אין שטיבל, עס איז בלויז דא עצי שטים, מיט אלע אנדערע ניק'ס פון בערעלע... גיי ווייס...

קהל'ס נער » דינסטאג יולי 26, 2022 10:23 pm

· #505098
עצי שטים
זעט עטס! הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...

איך הייב נאר אהן צו טראכטן אז באמת איז חוץ מיר מיט בערל'ן נישטא בכלל קיין אנדערע משתתפים דא אין שטיבל, עס איז בלויז דא עצי שטים, מיט אלע אנדערע ניק'ס פון בערעלע... גיי ווייס...
איך האלט שוין לאנג אז @עצי שיטים איז נאך א ניק פון בערעלע............lol............lol..............lol................lol.............lol

Feina Yid » מיטוואך יולי 27, 2022 9:58 am

· #505114
Re: לכו נא ונוכחה- צו מאכט די קרישבסקי מעשה סענס?
איך פארשטיי בכלל נישט וואס מען טענה'ט זיך ארים דא. אויב פאסירט עס שוין נישט היינט אז מען זאל ציגיין צי א מיידל, איז דאס די ערשטע אזא קלאגע אין די לעצטע 003 יאר ? פארוואס ארעסטירט די פאליס פאר אזעלעכע זאכן אויב קיינער טיט עס נישט היינט ?
נאר די עיקר איז די דינייעל וואס איז דא ביים היימישן ציבור "וואס ער סקען נישט זיין" "איינער האט עס זיכער אונטערגעשטעלט ווייל ער האט אים פיינט"
וואס די אלע זאכן מיינט צי זאגן איז ווען ער איז א עמך איד קען זיין אז עס איז אמת נאר ווייל ער האלט דרשות האט ער פארלוירן זיין יצר הרע. דאס איז וואס טיט וויי.
אויב ווילט איר וויסן אויב מען טיט נאך אזעלעכע זאכן היינט, הערט וואס א חבר פארציילט מיר. אז ער האט א קאר סערוויס קאמפעני פין גוישע פרויען דרייווערס אין איין טאג א דרייווער צי אים מיט א קליפ, אז איין טאג האט צי באקומען א קאלל פין א מאן פאר א טריפ, און זי קומט אן אין פרעגט אים ווי ווילסטו גיין ? זאגט ער צי א שטילע פלאץ, פרעגט זי ווי ? זאגט ער איך וויל האבן פאן מיט דיר, זאגט זי אים גיי שוין ארויס פין מיין קאר, און ער איז ארויס. עכ די ווידיא. זאגט די דרייווער פארן בעל הבית אז ער זאל קאלן די מענטש בעטן צוואנציג אלפים, אין אויב וויל ער נישט געבן גייט זי גיין צי די פאליציי. זאגט מיר די אינגערמאן אז די איד זיצט אין פסקנט שאלות פאר אינזערע פרויען.
און נאכדעם קומען די רבנים זאגען אז מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט. ווען דער דיין האט ווען אינטערנעט וואלט ער ווען געוויסט ווי מען קען האבן א זונה, אבער אזוי ווי ער האט נישט טיט ער וואס ער האט געלערענט אין גמרא. עכ וואס די אינגערמאן פארציילט מיר.
די זעלבע קען זיין דא, פין ווי זאל ר יצחק אייזיק קראשעווסקי וויסן געזעצן ? ער האט לכאורה נאך נישט געסערטש אויף גוגל אין לכאורה אויך נישט אין קאווע שטיבל

Sent from my E4610 using Tapatalk
בלאט: 1 2