☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » על שמועות לא טובות - הרב קרישבסקי

על שמועות לא טובות - הרב קרישבסקי

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15415

בעל בעמיו » דינסטאג יולי 19, 2022 11:15 am

· #504455
על שמועות לא טובות - הרב קרישבסקי
לכבוד המשפיע הרב הצדיק רבי יצחק אייזיק קרישבסקי שליט"א, מגיד מישרים בתוך עם ישרים.

על שמועות לא טובות מברך. ליידער פארן ארום שמועות איבער א מעשה שלא היה, ווי איר זענט באשולדיגט געווארן מיטן ערגסטן. וויל איך שרייבן אפאר ווערטער, אייך מעורר זיין אויף א דבר הצריך תיקון.

הרב קרישבסקי, ווי דער מנהג איז נאך א טראגעדיע, ווען עס איז נאך מתו מוטל לפניו, ווען די צער איז אויפן העכסטן, ווען מען איז נאך שרוי בצער, טוהן די רבנים מעורר זיין כלל ישראל און קומען אויף מיטן למה עשה השם ככה. אודאי זענט איר א איד בחזקת כשרות, און מען טאר נישט גלייבן די שמועות, אדער ווי מען זאגט אויף ענגליש, אינעסאנט ענטיל פראווען גילטי. איך גלייב אז איר זענט פון די מי שחושדים ואין בו. אבער אז עס איז ארויסגעקומען אזא חילול השם, דארפן מיר אריינטראכטן פארוואס עס איז געקומען. ובמקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב.

אז מען האט אפענע אויגן און מען לערנט אפ אייער מעשה, קען מען זעהן בחוש וואס מען פארלאנגט פון אייך פון הימל.

לאמיר דאס אביסל צולייגן:

אייער ווערסיע איז אז איר האט זיך געטראפן אין א באל פארק פון א גוי'אישע הויך שולע, און איר האט געזוכט א טעקסי. זענט איר צוגעגאנגען צו א 16 יעריגע גוי'איש מיידל און געזאגט, "ווי קען איך באקומען א טעקסי, איך וועל באצאלן דערפאר." דער מיידל האט פארשטאנען אז איר זאגט, "ווי קען איך באקומען ס/עקסי, איך וועל באצאלן דערפאר."

דער מיספארשטענדעניש האט גורם געווען אייער צער און עגמת נפש, אבער דאס האט אויך גורם געווען א גרויסער חילול השם, ווען דער קול איז ארויס אז א איד א צדיק, א משפיע, האט ליידער פראבירט עובר צו זיין אויף איינע פון די שלש עבירות.

לאמיך אייך דערציילן ווי אזוי איך, א איד מיט א סמארטפאון — אדער כלי, ווי אזוי איר רופט עס — באקום א טעקסי ווען איך דארף איינס:

1) צום אלעם ערשט עפען איך אויף מיין כלי און דרוק א קנעפל וואס פירט מיר צו אובער. אובער איז א קאמפעני וואס שיקט א טעקסי מיט איין דרוק אויפן קנעפל.

2) אויב אובער איז נישט אוועלעבאל, דרוק איך א קנעפל וואס פירט מיך צו גוגל. אויף גוגל שרייב איך אריין, "נומבער פאר טעקסי אין מאנטיסעלא." אויפן מינוט, שפייט גוגל אויס נומערן שונים פון טעקסיס אין מאנטיסעלא. ממש נפלאות הבורא.

3) אויב גוגל קען פאר סיי וועלכע סיבה נישט טרעפן א נומער, שיק איך א וואטסעפפ מעסעדזש פאר מיין ווייב אז זי זאל אויפקוקן אינעם טעלעפאן בוק א נומער.

4) אויב מיין ווייב איז נישט אינדערהיים, לייג איך ארויף אויף מיינע וואטסעפפ גרופעס און וואטסעפפ סטעטוס אז איך זיך א טעקסי. עס נעמט נישט מינוטן ביז אידן גומלי חסדים שיקן נומערן פון טעקסיס. אין א גוטן טאג, וועט א חבר מיר זאגן אז ער איז פונקט אין איחוד קאנטרי און ער וועט מיך אויפפיקן.

ווי איר זעהט, אין די אלע סטעפס איז נישט נכלל דער אפציע פון רעדן מיט א גוי'איש מיידל. אלעס ווערט מסודר מיטן רעדן מיט אחינו בני ישראל, רחמים בני רחמים, אויפן כלי. מיין כלי היט מיך אפ פון אלעם בייזן ברוחניות ובגשמיות!

איר האט נישט דעם כלי. פארקערט גאר, ווי איך פארשטיי, האקט איר אויף דעם כלי יומם ולילה. מיט אייער כשר'ן טעלעפאן, האט איר נישט געקענט טוהן וואס איך טוה. דאס האט ליידער געפירט אז איר האט געדארפט רעדן מיט א גוי'איש מיידל, און דער חילול השם איום ונורא וואס איז ארויס געקומען דערפון.

חז"ל זאגן אונז אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם. איר זענט טאקע א שוגג, מען האט אייך נישט פארשטאנען, אבער א שוגג ווען עס קומט צו חילול השם איז זייער, זייער הארב.

די וועלט דערציילט אז הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זי"ע האט זיך אפגעהאלטן פון עסן קעז. איינמאל איז ער קראנק געווארן און געליגן על ערש דווי. איז ער געפארן צום הייליגען חוזה פון לובלין זי"ע פאר א ברכה. האט אים דער חוזה געזאגט, "אזוי ווי איר האלט אייך אפ פון עסן קעז, האט דער קעז מקטרג געווען אויף אייך אין הימל, היתכן איר באנוצט זיך נישט מיט איינע פון די זאכן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן. פארדעם זענט איר קראנק געווארן. הייבט אן צו עסן קעז און איר וועט האבן א רפואה שלימה." וכך הוה.

וואס דער מעשה לערנט אונז איז, אז א בריאה פונעם אייבערשטן טאר מען נישט אוועקמאכן. עס איז א סכנה זיך אפצוהאלטן פון נוצן די כלים וואס דער רבונו של עולם שיקט אונז. אויב האט דער אייבערשטער באשאפן א סמארטפאון און איר האקט דערויף, איז עס א סכנה. עס זעהט אויס אז דער סמארטפאון האט מקטרג געווען אויף אייך, און דערפאר האט מען פון הימל געשיקט דעם מיידל.

איך וואלט געזאגט אז אייער תשובת המשקל זאל זיין צוריקצוציען פון אייערע שארפע ווערטער אנטקעגן דעם סמארטפאון און די אידן וואס נוצן עס. פארקערט גאר, ווי איר איבערצייגט זיך אליין, ראטעוועט דער סמארטפאון אידן פון רעדן מיט גוי'אישע מיידלעך און פארמיידט חילול השם!

אין דעם זכות פון מודה ועוזב, זאל זיין ירוחם. דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך און עס זאל אויפגעוויזן ווערן אייער אומשילד לעיני השמש. ויתגדל ויתקדש שמיה רבא בעלמא. אמן

ווי עס שרייבט א איד וואס ווערט ניצל פון חילול השם דורך זיין סמארטפאון

תרמב » דינסטאג יולי 19, 2022 11:21 am

· #504456
איך פארשטיי נישט דיין פארגלייך פון א סמארטפאון צו קעז, אפשר דארף מען עסן נבילות וטריפות ווייל די באשעפער האט עס באשאפן? אויב א סמארפאון איז טרייף לשיטתו וויאזוי מעג ער עס נוצן מיטן טענה אז די באשעפער האט עס צוגעפירט? דער אייבירשטער האט געמאכט נסיונות אויף די וועלט נישט אז מ'זאל עס נוצן נאר אז מ'זאל קענען ביישטיין די נסיון און באקומען שכר, קעז איז טאקע מותר לכל הדעות האט מען געקענט האבן א טענה אבער א סמארטפאון איז דאך לשיטתו די מקור צום אלעם שלעכטן אויף די וועלט, קען מען צו אים אזא טענה נישט האבן.

תרמב » דינסטאג יולי 19, 2022 11:33 am

· #504461
עפעס קומט די איזשביצער אריין דא, אז ווען מ'פילט א שטארקע אורזש צו טון אן עבירה קען עס גאר זיין לשם שמים...

לויט די תורה פון די קעיז וועלן זונות סמארטפאונס און פארנאגראפי וועבסייטס קומען אין הימל מיט א טענה..... אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה.....

יין שרף » דינסטאג יולי 19, 2022 12:05 pm

· #504469
תרמב
עפעס קומט די איזשביצער אריין דא, אז ווען מ'פילט א שטארקע אורזש צו טון אן עבירה קען עס גאר זיין לשם שמים...

לויט די תורה פון די קעיז וועלן זונות סמארטפאונס און פארנאגראפי וועבסייטס קומען אין הימל מיט א טענה..... אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה.....
זיי קומען נאר מיט א טענה אויב מען נוצט זיי נישט...

מי אני » דינסטאג יולי 19, 2022 12:12 pm

· #504470
דער בני יששכר (מאמרי חודש אדר מאמר ב דרוש ז) זאגט אז עס איז טאקע אַן ענין צו עסן עפעס וואס איז נתבטל בס׳ אלס די ניצוץ שבו וכו׳ ע״ש.

‏דא ברענגט מען אראפ נאך מראי מקומות דערין.

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 19, 2022 4:18 pm

· #504490
[ציטאט אראפגענומען]
בערלאנד האט שוין גענוצט די תירוץ

היסטאריע » דינסטאג יולי 19, 2022 4:26 pm

· #504492
האט ער געהאט א עבירה לשמה פין א טעקסי

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יולי 19, 2022 6:04 pm

· #504499
Re: על שמועות לא טובות - הרב קרישבסקי
בעל בעמיו
ליידער פארן ארום שמועות איבער א מעשה שלא היה, ווי איר זענט באשולדיגט געווארן מיטן ערגסטן.
עס איז נישט די 'ערגסטן'

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יולי 19, 2022 6:07 pm

· #504500
Re: על שמועות לא טובות - הרב קרישבסקי
בעל בעמיו
אז מען האט אפענע אויגן און מען לערנט אפ אייער מעשה, קען מען זעהן בחוש וואס מען פארלאנגט פון אייך פון הימל.
אגוטן מיסטער אָפ-גאט.

לאז שוין אויך וויסן פארן עולם די ארזאך פונעם מירון טראגעדיע, מיר זענען אזוי צעמישט, מיר האבן געהערט אזויפיל ווערסיעס.

בת קול » דינסטאג יולי 19, 2022 6:20 pm

· #504501
ער האט נישט געקענט טרעפן א מאנס פערזאן זאל אים רופן א טעקסי?

צוזאמגעדרייט » דינסטאג יולי 19, 2022 8:59 pm

· #504508
Re: על שמועות לא טובות - הרב קרישבסקי
בת קול
ער האט נישט געקענט טרעפן א מאנס פערזאן זאל אים רופן א טעקסי?
אפשר נישט,
אפשר האט ער נישט געבעטן פאר א טעקסי,
אפשר
אפשר
אפשר
אפשר

yn.NY » דינסטאג יולי 19, 2022 9:02 pm

· #504509
צוזאמגעדרייט
בעל בעמיו
אז מען האט אפענע אויגן און מען לערנט אפ אייער מעשה, קען מען זעהן בחוש וואס מען פארלאנגט פון אייך פון הימל.
אגוטן מיסטער אָפ-גאט.

לאז שוין אויך וויסן פארן עולם די ארזאך פונעם מירון טראגעדיע, מיר זענען אזוי צעמישט, מיר האבן געהערט אזויפיל ווערסיעס.
@בעל בעמיו רעדט לשיטת ר' יצחק אייזיק קרישעווסקי, אז אונז קליינע מענטשעלעך אויף די וועלט ווייסן פונקט וואס מ'דארף "מתקן זיין", ווען עפעס פאסירט.

yn.NY » דינסטאג יולי 19, 2022 9:03 pm

· #504510
.

yn.NY » דינסטאג יולי 19, 2022 9:03 pm

· #504511
.

me smart » דינסטאג יולי 19, 2022 9:15 pm

· #504513
בת קול
ער האט נישט געקענט טרעפן א מאנס פערזאן זאל אים רופן א טעקסי?
And what was he doing there in the first place? Huh

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 19, 2022 9:23 pm

· #504516
He took a shortcut to the Ichud Satmar bungalow colony. As do many others.

פאלגזאם » דינסטאג יולי 19, 2022 10:03 pm

· #504518
בת קול
ער האט נישט געקענט טרעפן א מאנס פערזאן זאל אים רופן א טעקסי?
לכאורה נישט. ווען יא וואלט ער געפרעגט א מאנספערזאן.

me smart » דינסטאג יולי 19, 2022 10:40 pm

· #504523
berlbalaguleh
He took a shortcut to the Ichud Satmar bungalow colony. As do many others.
So why did he all of a sudden need a taxi?

me smart » דינסטאג יולי 19, 2022 10:40 pm

· #504524
פאלגזאם
בת קול
ער האט נישט געקענט טרעפן א מאנס פערזאן זאל אים רופן א טעקסי?
לכאורה נישט. ווען יא וואלט ער געפרעגט א מאנספערזאן.
Or maybe he didn't really need a taxi

פאלגזאם » דינסטאג יולי 19, 2022 11:12 pm

· #504526
me smart
פאלגזאם
בת קול
ער האט נישט געקענט טרעפן א מאנס פערזאן זאל אים רופן א טעקסי?
לכאורה נישט. ווען יא וואלט ער געפרעגט א מאנספערזאן.
Or maybe he didn't really need a taxi
You bery smart