ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15341
דערמאנט מיר אביסל פון די נעדערלאנדישע סאקקער טיעם AJAX וואס רופן זיך "Super Joden" און זינגען אידישע ניגונים. זיי האבן גראדע
א זיסע chant:
A: Where do Jews come from?
B: Israel, far from here.
A: Do super jews live there also?
B: Yes, super jews live there
A: Do jews like football?
B: Only when they're for Ajax
A+B: Amsterdam Amsterdam Amsterdam
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
ס'איז דא א בארימטע (אמעריקאנער) ליד וואס הייסט "קאנטרי ראודס". דער תמצית פון דעם ניגון איז אז אן אמעריקאנער (גוי) וואס איז געבוירן אין די שטאאט וועסט ווירדזשיניע בענקט זיך צוריק אהיים. און ער בעט אז די קאנטרי ראודס זאללן איהם פירן צוריק צו זיין היים אין וועסט ווירדזשיניע.
ער רעכנט אויס דארט אלע שיינע נאטורליכע זאכן וואס ער באגעגנט אין מיטן וועג. אזוי ווי די בערג און און די טאלן און דעם טייך שענאנדאוא.
ס'איז זייער א הארציגער ניגון געזינגען דורך דעם פארשטארבענעם זינגער דזשאן דענווער אין יארע 1971 (למספ').
מ'וואלט עס געדארפט מעלה זיין צו די קדושה. דורך איינעם פון אונזערע היימישע אידישע זינגערס אזוי ווי מרדכי בן דויד אדער ליפא שמעלצער אדער אברהם פריעד. מיט ווערטער (ליריקס) וועלכע רעדן איבער די בענקשאפט וואס א יעדער (נארמאלער) איד האט צו ירושלים און ארץ ישראל.
אפשר דורך די היינטיגע זינגערס ווי. מאטי אילאוויטש. אייזיק האניג, לוי פאלקאוויטש, וכו' וכו'.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
בערל, לוי פאלקאוויטש האט עס איינמאל פרובירט צו טוען מיט א אנדערע ניגון פשוט געוואלט מעלה זיין די ניצוצות, אוי האט ער געכאפט פאר דעם.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
רוב פון די"קנאים" ווייסן נישט פון וואו דאס קומט. און די וואס ווייסן יא זענען (דאך) שוין ממילא פארדארבן.
נאר ווער ס'קען א ביסל די היסטאריע פון אידישע נגינה ווייסט אז אפילו ביי די אמאליגע צדיקים האט מען געזינגען ניגונים און מארשן גענימען פון די רוסישע און פראנצויזישע מיליטער. אפילו גאר התעוררות'דיגע ניגונים וואס מ'זינגט ר"ה און יום כיפור ביים דאווענען.
צווישן אונז (אפיקורסים) גערעדט. דער איזראעלי נאציאנאלער אנטעמע "התקוה" איז אויך זייער א ווארימער ניגון. אויך די ליריקס.
דער איד האט געשריבן אז דער קאמפאזיטאר פון דעם ניגון איז געווען א שיכור. מילא ער האט דאך געמוזט אזוי שרייבן כדי יוצא צו זיין אז ער שרייבט בגנות הציונים. ער קען דאך נישט שרייבן אז א גערער אדער וויזשניצער חסיד האט עס פארפאסט ביי שלוש סעודות.

berlbalaguleh #

דער ניגון פון התקוה איז אריגינעל א באבובער ניגון נתחבר געווארן דורך דער קדושת ציון אויף "יום ליבשה". ווען מען האט איהם מודיע געווען אז די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער הימנון האט ער אויפן פלאץ פארפאסט א אנדערע ניגון אויף "יום ליבשה" און מער נישט געזונגען די ערשטע.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
קלאטשער #

עס איז דא אזא מעשה אבער נישט מיט "התקוה"
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
איך האב יא געהערט די מעשה אויף התקוה, אבער נישט אז "מען האט איהם מודיע געווען אז די ציונים האבן דאס גענומען פאר זייער הימנון", נאר אז ביים מחבר זיין דאס ניגון האט מען אים מודיע געווען אז עס ענדלט צו די - שוין פארפאסטע - התקוה
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
פארוואס מעג מען נישט זינגען אן אייגענע ניגון וואס די ציונים האבן נאכגעזינגען?
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
דער ניגון אויף וואס מען זינגט התקוה איז עלטער פון קדוש"צ. מען האט דאס שוין געזינגען ביי תלמידי הבעש"ט. דער ניגון איז רעלאטיוו א קורצע, צוויי דריי פאל. ווידער דער פיוט יום ליבשה - און אזוי אויך דער ניגון דעראויף פון קדוש"צ איז א לענגער און גרעסערע (און רעלאטיוו) קאפלאצירטע געביידע.
די גירסא וואס איך האב מקבל געווען איזט אזוי, די ערשטע תנועה פון קדוש"צס יום ליבשה האט ער זיך באנוצט מיטן ערשטע תנועה פון אן אלטע חסידיש ניגון (אט ווי אין זיין באקאנטע י"ה ריבון באנוצט ער זיך ביים אריינפיר צו למקדשך מיט א ניגון פון רבי רבי הירש רימינעווער...). אזוי ווי מען האט אים דערציילט אז די ציונים זינגען דאס אויף זייער הימנע האט ער געביטן דעם תנועה אויף די פאר ווערטער "יום...". מען זאגט אז ס'דערקענט זיך טאקע אין דעם "יום! יום! יום!" אן אויסדרוק פון פראטעסט.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
וויטשי וואסער #
דער ניגון אויף וואס מען זינגט התקוה איז עלטער פון קדוש"צ. מען האט דאס שוין געזינגען ביי תלמידי הבעש"ט. דער ניגון איז רעלאטיוו א קורצע, צוויי דריי פאל.
דו מישסט מיט "הבה נגילה", התקוה איז קיינמאל געווען א חסיד'ישע ניגון

סקעפטיקער #

הבא נגילה איז טאקע א חסידישע ניגון אבער נישט פונעם קדושת ציון

נישט זיכער: ס'דא וואס זאגן אז דאס איז אריגינאל א גערער ניגון געזינגען אויף שיר המעלות בשוב ה' את שיבת ציון.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
ס'איז דא אן אמעריקאנער זינגער(ין) וועלכע פארציילט א מעשה (אין א סאנג) אז איהר מאמע איז געווען זייער ארעם. זי האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א מאנטל פאר איהר.
האט זי גענימען שטיקלעך סחורה פון פארשידענע קאלירן און זי האט איהר אויפגענייט א מאנטל. די מאמע האט איהר געוואלט בארואיגן האט זי געזאגט אז אין "בייבל" (זיי זענען גלייביגע גוים אין די סאוטה.) שטייט אויך א מעשה פון א יונגל ואס זיין טאטע האט איהם געמאכט א מאנטל פון א סאך קאלירן. (יוסף הצדיק). און זי איז געווען זייער "פראוד" צו טראגן דעם מאנטל.
אלערט: קול באשה...!
דער לידל הייסט:...Coat of many colors...!
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
היימלינד #
סקעפטיקער #
וויטשי וואסער #
דער ניגון אויף וואס מען זינגט התקוה איז עלטער פון קדוש"צ. מען האט דאס שוין געזינגען ביי תלמידי הבעש"ט. דער ניגון איז רעלאטיוו א קורצע, צוויי דריי פאל.
דו מישסט מיט "הבה נגילה", התקוה איז קיינמאל געווען א חסיד'ישע ניגון
הבא נגילה איז טאקע א חסידישע ניגון אבער נישט פונעם קדושת ציון
יכל להיות אז כ'בין זיך טועה, אבער ביידע, סיי די ניגון פון התקוה און סיי די ניגון פון הבה נגילה זיינען געווען חסידישע ניגונים.

די ערשטע זיכער. דאס איז דאך א דבר ידוע. לא פליגי אלא מ'טענה'ט זיך נאר ביי וועלכע חסידות איז געווען דער מקור.
די צווייטע (הבה נגילה) קלינגט בכלל נישט צו זיין א אידישער, כש"כ א חסיד'ישער ניגון. ס'פעהלט דארט די ווארעמקייט און לעבעדיגקייט.
יש אומרים אז ס'שטאמט פון די פוילישע גויים. איך האב געהערט אן ענסעמבל פון פוילישע גויים וועלכע האבן געזינגען דעם ניגון מיט די ליריקס אויף פויליש (וואס איך האב נישט פארשטאנען).
ס'איז (כמעט) אזוי ווי דער פאפולערער ניגון אויף מעוז צור ישועתי. ס'האט דעם שמעק פון גויאיש'קייט (קראצמעך).
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
בערל איז קאפויער כדרכו
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
ייש"כ: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...!
או. קעי. איך ציה צוריק. הבה נגילה האט מען געזינגען ביי אונז אינדערהעים ביי שעלעשידעס. און מעוז צור האט מען געזינגען א יעדע נאכט פון חנוכה נאך לעכט צינדן.
נאר אינטרעסאנט. איך האב געהערט אן ענליכע תנועה קומען פון מיינע גוי'אישע שכנים וואס זיי האבן געזינגען לכבוד זייער קראצמעך בוים. פארשטייצעך אויף ענגליש.
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
הבה נגילה איז געווען א בעלזא הקפה ניגון, און אלע יארן געזינגען געווארן אין סקווירא. משא"כ התקוה האט מיט חסידות ווארשיינליך נישט קיין שייכות
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
וויטשי וואסער #
היימלינד #
סקעפטיקער #
וויטשי וואסער #
דער ניגון אויף וואס מען זינגט התקוה איז עלטער פון קדוש"צ. מען האט דאס שוין געזינגען ביי תלמידי הבעש"ט. דער ניגון איז רעלאטיוו א קורצע, צוויי דריי פאל.
דו מישסט מיט "הבה נגילה", התקוה איז קיינמאל געווען א חסיד'ישע ניגון
הבא נגילה איז טאקע א חסידישע ניגון אבער נישט פונעם קדושת ציון
יכל להיות אז כ'בין זיך טועה, אבער ביידע, סיי די ניגון פון התקוה און סיי די ניגון פון הבה נגילה זיינען געווען חסידישע ניגונים.
פון קדושת ציון איז דא א מעשה אז דער אנהויב פון עפעס א ניגון (אפשר יום ליבשה) האט געענדלט צו איינע פון די ציוניסטישע ניגונים האט ער עס געטוישט.
מסתם האט זיך איינער טועה געווען מיט דע מעשה און געמיינט אז דער קדוש"צ האט געמאכט דעם התקווה.