☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה

ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15341
בלאט: 1 2 3

שמן למאור » דינסטאג יוני 7, 2022 6:02 pm

· #501666
ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
אסאך מאל זיך דרייענדיג ווי מען טאר נישט, שטויס איך מיר אהן אין אלגעמיינע ניגונים, וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה

עפעס די ניגון מיט די ווערטער איז אזוי שטארק און מתוק, אז ס'איז ממש א שאד אז עס איז נישט קיין אידישע ניגון מיט אידישע ווערטער, וואס זאל ארויסברענגען די מעסעדזש פונעם ניגון פארן היימישע אידיש רעדנדע געמיינדע.

אמאל פלעגט עס ר' אייזיקל קאלובער טון, ער האט גענומען ליבע ניגונים פון גוים און ארויפגעלייגט ווערטער פון געגועים צום אייבישטער, אזוי ווי די באקאנטע ניגון "גלות גלות",

און חב"ד איז באקאנט דעם ניגון "שאמיל" וואס מען האט מעלה געווען פון א אפיציר וואס איז פארטריבן געווארן פון זיין היימשטאט און געזינגען די ניגון מיט א בענקשאפט צו זיין מדינה, זע מער דא
אזוי אויך האט מען שוין דא געברענגט איבער די ניגון האדרת והאמונה וואס מען האט גענומען פון די פראנצויזן,

איך האב געהערט אמאל אז אסאך וויזניצע ניגונים שטאמען פון די מארמעראשע פויערן, איך האב עס געהערט זאגן אויף די באקאנטע ווארימע ניגון "השבת נועם הנשמות" ועוד,

היינט איז נישטא צופיל וואס זענען עוסק דערין, (ברם זכור ר' חיים שלמה מאיעס, וואס טוט עס יא, אזוי ווי די באקאנטע
בס קול ניגון, וואס קומט ארגינעל פונעם פיפטע הארמאניע, ועוד)

ממילא וועל איך עפענען די אשכול צו ברענגען ניגונים וואס מען דארף זיי אריינברענעגען צו די קדושה, אמאל דארף מען ארויפלייגן אידישע ליריקס אנשטאט די גויאישע, אמאל קען מען ארויפלייגן א פסוק,

איך בין נישט אזא גרויסע עקספערט אין שרייבן אידישע ליריקס און גראמען, די אידן מיט טאלאנט ווערן געבעטן צו העלפן מוציא זיין יקר מזולל, און מעלה זיין די ניצוצות הקדושים פון די ניגונים,

איך הייב אהן מיט א ניגון געגועים וואס דזשאן דענווער ע"ה האט פארפאסט, איבער די שטאט וועסט ווערדזשיניע

די ניגון איז א רוהיגע גלאטע ניגון מיט א שטארקע געפיל פון בענקעניש ביים צווייטן פאל,
די ניגון דארף מען מעלה זיין און איבערטייטשן צו די געגועים וואס א אידיש קינד האט צו ירושלים עיר הקודש,

קהל'ס נער » דינסטאג יוני 7, 2022 8:00 pm

· #501675
דודי קאליש האט בימי חורפו ארויסגעגעבען א סידי "רעפ אין יודיש" טאקע די איידיע וואס די רעדסט דא, ער האט מגייר געוועהן רעפ ניגונים.
למעשה איז ער געקימען צי די עידזש פון שידוכים פאר די קינדער האט ער אויפגעהערט מיט דעם.
איך מיין גראדע אז ס'איז בעסער אזוי (ענדעשער ארגינעלע חסידישע ניגונים ווי נאכגעמאכטע גואישע ניגונים)

פערינא » דינסטאג יוני 7, 2022 8:26 pm

· #501677
וועלכע סידי פון דודי קאליש איז רעפ?

שמן למאור » דינסטאג יוני 7, 2022 10:10 pm

· #501682
נאך א ניגון וואס מען דארף מעלה זיין איז די הערליכע ליבע ניגון "בעסערע פלאץ" פון רחל פלאטען
די ווערטער פונעם ניגון איז ווי א אוהב רעדט דברי אהבה אויפן אהוב, און זאגט ווי די וועלט איז ממש א גענצליך נייע און ליכטיגע פלאץ זינט זיי קענען זיך,

אגב ביי די AGT פון יאר 2020 האט א גרופע עס ארויפגעלייגט אויף די אהבה פונעם מענטש צום כלב, און האבן אפילו זוכה געווען צום גאלדענע פייפער פון רביצין אלישע תליט"א, זע דא

מען דארף נעמען די ניגון און עס ארויפלייגן אויף כלל ישראל מיט די תורה, אדער אויף אמונה אינעם באשעפער,

שאלתיאל » דינסטאג יוני 7, 2022 10:12 pm

· #501683
פערינא
וועלכע סידי פון דודי קאליש איז רעפ?
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7%90%D7%A4_%D7%90%D7%99%D7%9F_%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9

שמן למאור » דינסטאג יוני 7, 2022 10:19 pm

· #501684
שאלתיאל
פערינא
וועלכע סידי פון דודי קאליש איז רעפ?
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7%90%D7%A4_%D7%90%D7%99%D7%9F_%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9
https://youtu.be/VDDib9tW3ko

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 8, 2022 1:03 am

· #501694
עס איז דא נאךא אלבום פון דודי מיט חיים שלמה מייעס עס הייסט הענטעלעך פיל מיט ניגונים וואס מען האט ווארשיינליך מעלה געווען למשל עס הייבט זיך אן מיט א ניגון כי לה המלוכה וואס איז אייגנטליך אדאפטירט פון we will we will rock you אינטרעסאנט איז אז איז געווען א אויפשריפט אויף די אלבום למכירה בארצות הברית בלבד

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 8, 2022 1:11 am

· #501698
איך קען באשטיין צו העלפן מיטן איבערטייטשן גראמען אגב אז מען רעדט שוין וועגן מעלה זיין די ניגונים איז דא א זינגער מיטן נאמען דניאל קאהאן וואס זינגט פארשידענע ניגונים און אידיש אבער די פראבלעם איז אז ער זינגט דאס מיט די פוילישע /ליטווישע יידישיסטיעשע יידיש וואס איז קאווע טרינקערס רעדן נישט

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 8, 2022 1:20 am

· #501699
עצי שטים
איך הייב אהן מיט א ניגון געגועים וואס דזשאן דענווער ע"ה האט פארפאסט, איבער די שטאט וועסט ווערדזשיניע

פאר דעם פאריגן חג הפסח האב איך געהאט א איידיע צו מאכן אידישע גראמען אויף די ניגון פון דינה קארטער וואס די קאנצעפט איז צו מען קען יוצא זיין די 4 כוסות מיט סטראבערי וויין...

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 8, 2022 1:24 am

· #501700
בכלל האב איך הנאה אז דו שרייבסט וועגן הרב דענווער ע"ה וואס איז געווען א שם דבר אין קאנטרי מוזיקה און עס איז א וואונדער פארוואס מערסטנס בחורים אינגעלייט גלייכן מער צו הערן ראק פאפ רעפ און אזוי ווייטער

שמן למאור » מיטוואך יוני 8, 2022 12:17 pm

· #501727
דוד שריפטליך
איך קען באשטיין צו העלפן מיטן איבערטייטשן גראמען
נו אמור מעט ועשה הרבה,
הייב אהן צו שרייבן און שטעל ארויס די גראמען פארן עולם...

שמן למאור » מיטוואך יוני 8, 2022 12:43 pm

· #501729
נאך א ניגון וואס מען דארף מעלה זיין,
צו אהבת ישראל, משתתף בצערו של חבירו, אדער צו אהבת ילדים
https://youtu.be/QArvTLiRdZ0

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 8, 2022 11:02 pm

· #501772
פאר איך הייב אן איבערצושרייבן וויל איך אנמערקן אז איך האב דעם פאריגן יום טוב חנוכה ארויפגעלייגט די ווערטער פון מעוז צור אויף די ליד פון אליוויע נוטאן דזשאן Ohio

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 9, 2022 12:38 am

· #501778
דוד שריפטליך
פאר דעם פאריגן חג הפסח האב איך געהאט א איידיע צו מאכן אידישע גראמען אויף די ניגון פון דינה קארטער וואס די קאנצעפט איז צו מען קען יוצא זיין די 4 כוסות מיט סטראבערי וויין...
דוד שריפטליך: ייש"כ. איך בין בכלל ..."אינספייערד"... פון די ליריקס פון דעם ניגון/שיר. און פון קאנטרי מוזיק בכלל. אבער כדי אריינצוברענגען דעם ניגון אין די קדושה דארף מען טוישן און פאראידישן די ליריקס, ווייל סוכ"ס וואס האבן מיר אידן פארלוירן אין וועסט ווירדזשיניע.

ס'וואלט כדאי געווען ווען איינער פון אונזערע אידישע זינגערס, אדער די וועלכע שטייען אונטער זיי, אזוי ווי ליפא און זיינע מיטהעלפערס/פראדיוסערס זאלן אויפקומען מיט עכט אידישע ליריקס פון געגועים צו שיבת ציון וירושלים. דאס וואלט געווען סיי הייליג און אויך זייער פאפולער.

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 10:17 pm

· #501861
ווען מען באקומט א כיבוד ביים טיש פונעם רבין אנצופאנגען מנוחה ושמחה,
קען מען אנפאנגען דעם וואלערמאן ניגון
https://youtu.be/UgsurPg9Ckw
הער עס דא אהן די ווערטער, עס הערט זיך ווי א געשמאקע היימישע ניגון
https://youtu.be/1OhPUGq6e6o

דוד שריפטליך » פרייטאג יוני 10, 2022 1:26 am

· #501874
עס איז דא א ניגון פון ע'י ביללי דזאל we didn't start the fire עס שטימט זייער גוט מיט די ווערטער פון פיוט אליהו הנביא פון מוצאי שבת

דוד שריפטליך » פרייטאג יוני 10, 2022 1:33 am

· #501876
berlbalaguleh
דוד שריפטליך: ייש"כ. איך בין בכלל ..."אינספייערד"... פון די ליריקס פון דעם ניגון/שיר, און פון קאנטרי מוזיק בכלל. אבער כדי אריינצוברענגען דעם ניגון אין די קדושה דארף מען טוישן און פאראידישן די ליריקס, ווייל סוכ"ס וואס האבן מיר אידן פארלוירן אין וועסט ווירדזשיניע.

ס'וואלט כדאי געווען ווען איינער פון אונזערע אידישע זינגערס, אדער די וועלכע שטייען אונטער זיי, אזוי ווי ליפא און זיינע מיטהעלפערס/פראדיוסערס, זאלן אויפקומען מיט עכט אידישע ליריקס פון געגועים צו שיבת ציון וירושלים. דאס וואלט געווען סיי הייליג און אויך זייער פאפולער.
לכבוד בעל עגלה: אז דו גלייכסט נישט די ניגון אדער קאנטרי מוזיק דארפסט נישט אזוי אוועק מאכן....
גראדע בין איך א קאמפאזיטער וואס האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ניגונים נאך פאר איך האב געוויסט וואס קאנטרי מוזיק איז.....
און וועגן אידישע גראמען וועגן ציון און ירושלים האב איך א געדאנק פון נעמען א ניגון פון עלען דזשעקסאן remember when און אריינלייגן וועגן בענקשאפט צום ווידער אויפבוי פון בית המקדש

שמן למאור » פרייטאג יוני 10, 2022 2:53 am

· #501882
די ניגון פון שוועקי cry no more yerushaliem דארף מען אויך איבערטייטשן אויף אידיש

גוצא » פרייטאג יוני 10, 2022 8:04 pm

· #501916
דוד שריפטליך
בכלל האב איך הנאה אז דו שרייבסט וועגן הרב דענווער ע"ה וואס איז געווען א שם דבר אין קאנטרי מוזיקה און עס איז א וואונדער פארוואס מערסטנס בחורים אינגעלייט גלייכן מער צו הערן ראק פאפ רעפ און אזוי ווייטער
אונזער Abie Rotenberg זאגט אז דענווער איז געווען זיין גרעסטע influence.

berlbalaguleh » מוצ"ש יוני 11, 2022 10:34 pm

· #501922
דויד שריפטליך: דו האסט נישט ריכטיג אפגעליינט מיין תגובה (אויב דו ווייסט וואס דאס איז.). איך האב געזאגט פונקט די פארקערטע (פון וואס דו רעאגירסט צו). אז איך האב זייער שטארק ליעב אט דעם ניגון. און איך בין אינספירירט פון עס. און איך האב זייער שטארק ליעב דעם זשאנער קאונטרי מיוזיק בכלל. זיי האבן זייער א סאך הארציגע ניגונים. גענימען פון..."ריעל לייף"...! נאר מען דארף א סאך פון די ניגונים פאראידישן. פונקט אזוי ווי א סאך אנדערע ניגונים/שירים פון מ.ב.ד. און אנדערע פאפולערע זינגערס...!

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 13, 2022 1:39 am

· #502011
בעל עגלה א גרויסע ישר כוח ביסט א גוטע מענטש אינטערסאנט וויאזוי די כאפסט אן די לשון פון ריעל לייף......
יא יא ביסט גערעכט איך האף נאך צו טוען מיט דעם מיטן אייבירשטן'ס הילף איך האב שוין ארויסגעגעבן עטליכע ניגונים איך ווייס פשוט נישט וויאזוי דאס צו שערן אויף קאווע שטיבל ווייל ווען איך וויל שערן פון יו טוב זאגט ער איך זאל אריינטייפן די לינק.....

שמן למאור » זונטאג יוני 19, 2022 4:15 am

· #502486
די צוויי הערליכע מייסטער-שטיקלעך בייארנמעדאלס און פיינליך פון די דייטשע צווילינג, דארף מען אויף עפעס א וועג מעלה זיין צו די קדושה,
אפשר אויף די נעקסטע מאמע לשון סידי זאלן זיי ניצן די ניגונים, עפעס דערמאנט מיר די ניגונים פון יענע טעיפס...

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:00 am

· #504120
וויין מער נישט ירושלים cry no more
וויין מער נישט ירושלים
וויין מער נישט ירושלים
ווייל ווען דער אייבירשטער וועט באשערן
וועט מען זיך צו צוריקקערן
אפווישן דיינע זודיגע טרעפן
וויין מער נישט ירושלים

יעל קגם » דאנערשטאג יולי 14, 2022 11:22 am

· #504134
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
יאשקע נעם דאס רעדל פון Carrie Underwood

גאר א שיינער ניגון אבער….

https://youtu.be/lydBPm2KRaU


Sent from my iPhone using Tapatalk

שמן למאור » דאנערשטאג יולי 14, 2022 11:57 am

· #504135
יעל קגם
יאשקע נעם דאס רעדל פון Carrie Underwood

גאר א שיינער ניגון אבער….

https://youtu.be/lydBPm2KRaU


Sent from my iPhone using Tapatalk
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=34&t=10354#p328450

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:42 am

· #504653
יעל קגם
יאשקע נעם דאס רעדל פון Carrie Underwood

גאר א שיינער ניגון אבער….

https://youtu.be/lydBPm2KRaU


Sent from my iPhone using Tapatalk
וואס איז דער אבער?

דוד שריפטליך » דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:44 am

· #504655
איך זעה אז דו שרייבסט וועגן קערי אנדערוואוד מוז איך דיר זאגן אז איך האב הנאה אז דו האסט אנגעהויבן צו כאפן די שיינקייט און געשמאק פון קאנטרי מוזיק

קהל'ס נער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:39 pm

· #504760
לאוו יארסעלף פון ג'וסטין ביבער איז עפעס א צידרייטס אין אזעלעכס, מען זאגט נאך אז ווער ספארגיסט נישט קיין טרערן ביי די ניגון צריך בדיקה אחריו.
די ניגון איז א בריוו צי זיין עקס.

Love Yourself

עולם הזה » פרייטאג יולי 22, 2022 5:01 pm

· #504832
קהל'ס נער
לאוו יארסעלף פון ג'וסטין ביבער איז עפעס א צידרייטס אין אזעלעכס, מען זאגט נאך אז ווער ספארגיסט נישט קיין טרערן ביי די ניגון צריך בדיקה אחריו.
די ניגון איז א בריוו צי זיין עקס.

Love Yourself
דא האסטו א אידישע ווערסיע.

מיין מאמע

יעל קגם » זונטאג יולי 24, 2022 2:20 pm

· #504894
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
דוד שריפטליך
יעל קגם
יאשקע נעם דאס רעדל פון Carrie Underwood

גאר א שיינער ניגון אבער….

https://youtu.be/lydBPm2KRaU


Sent from my iPhone using Tapatalk
וואס איז דער אבער?
אבער… איך בין נישט קיין גרויסע פען פון דעם יאשקעלע…


Sent from my iPhone using Tapatalk

דוד שריפטליך » מאנטאג יולי 25, 2022 2:11 am

· #504942
עולם הזה
קהל'ס נער
לאוו יארסעלף פון ג'וסטין ביבער איז עפעס א צידרייטס אין אזעלעכס, מען זאגט נאך אז ווער ספארגיסט נישט קיין טרערן ביי די ניגון צריך בדיקה אחריו.
די ניגון איז א בריוו צי זיין עקס.

Love Yourself
דא האסטו א אידישע ווערסיע.

מיין מאמע
אוודא דאס איז פון חיים שלמה מאיעס פון ירושלים עיר הקודש וואס האט געמאכט אסאך אזאלעכע ניגונים

דוד שריפטליך » מאנטאג יולי 25, 2022 2:15 am

· #504943
יעל קגם
דוד שריפטליך
יעל קגם
יאשקע נעם דאס רעדל פון Carrie Underwood

גאר א שיינער ניגון אבער….

https://youtu.be/lydBPm2KRaU


Sent from my iPhone using Tapatalk
וואס איז דער אבער?
אבער… איך בין נישט קיין גרויסע פען פון דעם יאשקעלע…


Sent from my iPhone using Tapatalk
נו ודאי נישט וועגן דעם טאקע איז אונזער ציל טאקע מעלה זיין די ניגונים צו די קדושה גראדע אז מען רעדט שוין פון רבצין קערי אנדערוואוד האב איך מיר דערמאנט א ניגון פון איר וואס קיינער דערווייל האט נאך דא נישט אויפגעברענגט דאס איז די ניגון good one

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 5:00 pm

· #504971
דער תנועה איז אזוי אידיש, לכאורה איז עס גע'גנב'ט פין אונז.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 25, 2022 6:20 pm

· #504984
היסטאריע
דער תנועה איז אזוי אידיש, לכאורה איז עס גע'גנב'ט פין אונז.
איך האב געהערט בעלי תפילה זינגען דעם ניגון אויף אדירי איומה דער ערשטן טאג ראש השנה ביי שחרית, כ'בין נישט זיכער ווער ס'האט דאס פארפאסט אבער ס'שמעקט זייער שטארק פון רבי שלמה'לע קארליבאך.

היימישע מבקש » מאנטאג יולי 25, 2022 7:06 pm

· #504993
דוד שריפטליך
נו ודאי נישט וועגן דעם טאקע איז אונזער ציל טאקע מעלה זיין די ניגונים צו די קדושה גראדע אז מען רעדט שוין פון רבצין קערי אנדערוואוד האב איך מיר דערמאנט א ניגון פון איר וואס קיינער דערווייל האט נאך דא נישט אויפגעברענגט דאס איז די ניגון good one
חפשתי ולא מצאתי

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 25, 2022 8:04 pm

· #505002
רביה''ק זי''ע
היסטאריע
דער תנועה איז אזוי אידיש, לכאורה איז עס גע'גנב'ט פין אונז.
איך האב געהערט בעלי תפילה זינגען דעם ניגון אויף אדירי איומה דער ערשטן טאג ראש השנה ביי שחרית, כ'בין נישט זיכער ווער ס'האט דאס פארפאסט אבער ס'שמעקט זייער שטארק פון רבי שלמה'לע קארליבאך.

מען האט ציריקגעברעינגט דעם רבי'ן!!!!!

דוד שריפטליך » פרייטאג יולי 29, 2022 2:12 am

· #505269
היימישע מבקש
דוד שריפטליך
נו ודאי נישט וועגן דעם טאקע איז אונזער ציל טאקע מעלה זיין די ניגונים צו די קדושה גראדע אז מען רעדט שוין פון רבצין קערי אנדערוואוד האב איך מיר דערמאנט א ניגון פון איר וואס קיינער דערווייל האט נאך דא נישט אויפגעברענגט דאס איז די ניגון good one
חפשתי ולא מצאתי
ריכטיג איך געמאכט א טעות עס איז פון געבי בערעטט אדער בערעי בקיצור סוירטש פאר gabby barret the good ones

היימישע מבקש » פרייטאג יולי 29, 2022 6:32 pm

· #505305
גוט אבער קומט נישט צו קערי

דוד שריפטליך » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 12:55 am

· #505619
על טעם וריח אין להתווכח אבער עס האט גראדע גאנץ א נאטירליכע טאטש ......

דוד שריפטליך » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 12:58 am

· #505620
און קערי וואס האט געהייראט אנהייב ביי די פאנדעמיק האט אויך דעמאלט ארויסגעגעבן א ניגון ווען זי האט שנה ראשונה'ט מיט די פערד אין שטאל...... און ווארשיינליך האב איך מיר צומישט מיט דעם.....

דוד שריפטליך » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 1:05 am

· #505621
אגב אז מען רעדט שוין שוין פון גוי'אישע ניגונים וואס האט א אידישע טעם וואס מאנכע דא ווילן שפעקולירן אז גוים האבן דאס גענומען פון אידן .... וויל איך דא ערווענען אז עס דא א ניגון פון
עלא קינג וואס די אנהייב ענדלט צו א קל מסתתר וואס מען פלעגט זינגען ביי שלש סעודות די הייסט עקסעס ענד אההס......

נישטקייןאנונג » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 11:45 am

· #505651
די נייע ניגון פון ראזאליע הערט זיך ווי א היימישע הארא ניגון

דוד שריפטליך » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 1:46 am

· #505708
נישטקייןאנונג
די נייע ניגון פון ראזאליע הערט זיך ווי א היימישע הארא ניגון
א טייטל פון די ניגון אדער א מראי מקום פון יוטוב דאס צו הערן ביטע

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 11:28 am

· #505842
דא קען מען הערן דער גאנצע ב"ש איסור פין הערן גוי'שע ניגונים.

קהל'ס נער » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 3:48 pm

· #505862
היסטאריע
דא קען מען הערן דער גאנצע ב"ש איסור פין הערן גוי'שע ניגונים.
איך בין נייגעריג צי די בעל דרשן אליין כאפט וואסערע שטותים ער רעדט.

גוצא » זונטאג אוגוסט 7, 2022 10:16 pm

· #505931
די Jerusalema Dance ניגון דארף איינער נארמאל מעלה זיין צו א היימישע ווערסיע, ספעציעל די ״לחי העולמים״ שטיקל.

די אש ווערסיע איז סתם קיטש, און די פראנצויזיש/עברית ווערסיע איז שוואכליך.

וואו איז גד אלבז ווען מען דארף אים?

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 7:09 pm

· #505998
דאס הייליגע Fight song האט שוין מחזק געווען אומצאליגע צעבראכענע נפשות פון איבער די וועלט.

עס איז ממש א שאד אז עס זאל נישט ווערן פאר'אידיש'ט, אז אויך היימישע אידן זאלן זיך קענען מחזק זיין מיט די ווארימע ווערטער פונעם ניגון, וואס ברענגט ארויס דעם "אין שום יאוש בעולם כלל".

די ניגון איז א קאמפאזיציע פון רחל פלאטאן, וואס זי האט עס אויך געמאכט ווען זי איז אריבער א שווערע תקופה ווי זי דערציילט דא

די ליד איז געווען אן אויפרייס בשעתו ווען עס איז ארויסגעקומען אין יאר 2015, און האט איר ארויפגעברענגט צום אויבן אן פונעם מוזיק ארענע. מען האט איר אנגעהויבן צו רופן איבעראל פאר קאנצערטן, ווי די הויכפונקט איז געווען ווי די עולם האט מיט גרויס התחזקות געזונגען דעם "זיך שלאגן ניגון"

זי איז אפילו געריפן געווארן אויף טעילער סוויפט'ס 2015 טור צו מאכן אן אויפטריט צוזאמען מיט איר ביי א ריזיגע קאנסערט און פילאדעלפיע.
דא איז עס אפגעכאפט פון א בייקוקער, איך האב נישט געטראפן א בעסערע ווידיא, אויב איינער קען טרעפן עפעס קלארער, ווערט ער געבעטן עס ארויפצולייגן. עס גיבט אבער א בליק אויף די מחזה, פון די קוק-ווינקל פון די באטייליגטע.

א קענסער סערווייווער האט עס געזינגען אויפן עלען שוי צוזאמען מיט רחל'ן,
און האט שפעטער אויך באקומען די גאלדענע באזזער פון סיימאן אויף א.ג.ט.

די ניגון איז אגב נישט קיין חידוש אויף א.ג.ט.

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 7:59 pm

· #506002
אה! א ריכטיגע ברסלב’ע תנועה.. זי איז טאקע א איד.

דערמאנט נאך איינעם פון 8th days miracles of light ?

דוד שריפטליך » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 1:10 am

· #506029
היסטאריע
דא קען מען הערן דער גאנצע ב"ש איסור פין הערן גוי'שע ניגונים.
ער ברענגט ארויס אז די צדיקים האבן גענומען ניגונים פון גוי'אישע פאסטוכער היינט זענען אויך דא פאסטוכער מען רופט דאס אין אמעריקע קאו באויס וואס זינגען קאנטרי מוזיק

נישטקייןאנונג » זונטאג אוגוסט 14, 2022 5:10 am

· #506348
קהל'ס נער
לאוו יארסעלף פון ג'וסטין ביבער איז עפעס א צידרייטס אין אזעלעכס, מען זאגט נאך אז ווער ספארגיסט נישט קיין טרערן ביי די ניגון צריך בדיקה אחריו.
די ניגון איז א בריוו צי זיין עקס.

Love Yourself
אזוי שטארק האט ער פיינט זיין געוועזענע
בלאט: 1 2 3