☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד

פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15336
בלאט: 1 2

תוהו ובוהו » פרייטאג יוני 3, 2022 5:20 am

· #501566
פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
היינט איז געלופטערט געווארן אויף ישראל'ישע טעלעוויזיע די ערשטע חלק פון א דעטאלירטע תחקיר איבער 'פרשת אליעזר ברלנד' דורכ'ן תוכנית 'המקור' פון רביב דרוקר.

די תוכנית איז די גרינטליכסטע תחקיר ארויסגעגעבן ביז היינט איבער די גאנצע פרשה, און דאכצעך די גרינטליכסטע תחקיר אויף סיי וואספארא 'שערורייה פנים-חרדית'.

זיי האבן לענגערע אינטערוויוס מיט יו"ט חשין, צביק'ה צוקר (ברלנד'ס איידעם), נחמן שלום, און נאך געוועזענע קהילה מיטגלידער. פילם רעקארדירונגען פון שמועסן וואס יו"ט חשין האט אפגעהאלטן מיט ברלנד'ס זוהן 'נחמן' ווי ער פארציילט האר-אויפשטעלנדע אויפדעקונגען, ווי אויך פרישע הקלטות פון חדר חקירות.

די גרעסטע חידוש, איז דאס אויפדעקונג אז ברלנד האט שוין געפירט רומנים מיט פרויען אזוי פרי ווי אין תשמ"ב! פערציג יאר צוריק! כאטש מער סיפורי אהבה און נישט קיין סיפורי אונס.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 8:10 am

· #501569
תוהו ובוהו א דאנק פאר'ן שערן. אָנבעליוועבלי שאקינג! ס'איז מיר כמעט געקומען צו וויינען ווען צום סוף פארציילט איינע פון די פרויען ווי א מענטש איז פשוט געשטארבן פון איינע פון די צומות וואס ברלנד האט אויף יעדן אימפוזד פאר א צייט נאכוואס א דזשוק איז אים פלוצים איין טאג אריין אין קאפ.

אויך איז אינטערסאנט וואס טיקולסקי מערקט אן אז די נושא פון שידוכים (און גירושין), מיט וואס בערלאנד האט זיך אבסעסיוולי באשעפטיגט, אז לדעתו זענען דאס די ערגסטע קילקולים וואס ער האט אנגעמאכט. קילקולים וואס מען קען נישט פארריכטן.

כ'שטעל מיך פאר אז ענליכעס, אבער אויף א קלענערעם סקעיל, גייט אויך פאר אין אנדערע, מער היימישע קהילות, וואס כ'וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער די קהילות זענען נאך צו קליין, קענען נישט די גויאישע שפראך אדער האבן נישט די חילוני לשעבר'דיגע חוצפה צו בועט זיין. און דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש און וועגן אויפגעבן דעם אנכיות אבי צו זיך מסתופף זיין תחת רגליו השחורים והטחורים פון צדיק (ליטעראלי) ועולם כמנהגו נוהג.

אנאנים, איך האב אים געזען אין אומאן אלס אינג בחורל. קען זיין דעמאלס האב איך נישט פארשטאנען קיין סאך האב איך נישט אויפגעכאפט זיין בקיאות אבער כ'האב אים געזען זיך אזוי ווארפן און שרייען, און מאכן די מאדנע הוויות, און זיינע חסידים, בריונים האקן שטיקער פון מענטשן האב איך תיכף געזען אין אים א מחבל און צורידערטער פארשוין ענדערש ווי א מענטש וואס זיין פלאץ איז אין א קלויז. אז דו וועסט פרעגן די טאראדישאנעל, ערנסטע, באזעסענע ברסלבער וועסטו זען אז זיי האבן שוין פיהל יארן צוריק דערקענט אין אים עפעס פרעמד און אים אויסגעמיטן.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 8:22 am

· #501571
[ציטאט אראפגענומען]
עה, דאס איז אלץ נארישקייטן. אדער האט ער אַמין ספליט פערסאנליטי אוואו איין האלב איז נישט באוואוסטזיניג פון צווייטן האלב אבער מיר קוקט מער אויס אז ער זאגט אלעס היפאטעטיקלי: אויב זיי פיהלן בצער, אויב זיי קענען נישט שלאפן ביינאכט, אויב האב איך זיי טאקע אזוי בא-עוולט.. (איי מין וועלכע מענטש טוט אזעלכע זאכן און דארף קודם אדורכגיין די גאנצע פראצעדור (מסירה, ארעסט, משפט און תפיסה) בעפאר ער זאל איינזעהן אז ער האט בעוולט זיינע קרבנות?) אויב די שופט וויל מיך געבן תפיסה.. אויב ער וויל מיך געבן סקילה.. ער זאגט ער האט חרטה אויף דעם וואס זיי האבן געשפירט אויסגענוצט.. וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? ער זאגט נישט ער האט חרטה פאר'ן זיי מאנס זיין. ער וואלט געדארפט טרעפן א בעסערע וועג עס צו טוהן אזוי אז זיי זאלן נישט האבן געשפירט אויסגענוצט? פארוואס? אזוי אז זיי זאלן אים נישט האבן פאר'מסר'ט?

"דאס איז די שאנס צו בעטן מחילה.." דער רעפארטער ברויך אים דערמאנען צו רעדן וועגן בעטן מחילה און דאָך קען ער זיך נישט נאכגיבן זיי צו עקשולי בעטן מחילה. און פארגעסט נישט, דאס זאגט ער אלעס וויסענדיג אז אונטער אים שטייט סייווי א מעכטיגע אפאראט וואס וועט נישט צולאזן מ'זאל אים געבן תפיסה, אפגערעדט סקילה.

שמן למאור » פרייטאג יוני 3, 2022 11:57 am

· #501589
האר אויפשטעלנד!!!
ס'נישט נארמאל וואס דער ברלנד האט אפגעטון צו מענטשן,

די גאנצע זאך מאכט מיר פאר סאם ריזן גרויסע ספיקות אין אלע צדיקים ביז די בעש"ט ארויף,
היינט איז דא טעלעוויזן מיט תחקירים, וואס דעקן אויף די מעשיות, אבער אמאל??

וואס מען זעט דא קלאר פון די תחקיר, איז אז עס קען זיין א מענטש וואס דאווענט שעות ארוכות, פאסט תעניתים, און איז א גאון עולם ממש, און רעדט ווי די גרעסטע קדוש, פראוועט "אותות ומופתים" פאר די חסידים, ממש א "ריבניצער" אדער א "קדישת לוי", אבער דאך קען ער זיין א שטיק טינופות, א רשע מרושע, און דאך ווערט די עולם פארקויפט פאר אים גאר שטארק, ביז מען האלט אז ער איז ממש גאט אליין...

עס מאכט מיר זייער א אומאיינגענעמע געפיל... אפשר איז ר' נחמן מברסלב אליין אויך געווען אזוי? אפשר איז דאס געווען פשט פון די התנגדות נגדו?? ח"ו איך זאג נישט אז אזוי איז געווען... אבער ווער ווייסט? קען מען דען וויסן וואס און ווער האט זיך געדרייט אין זיין בעדראום?

פארשטייט זיך אז עס איז היינט דא און עס איז אייביג געווען עכטע ריינע ערליכע צדיקים, אבער אז היינט קען זיין אזא איינער, דאן מהיכא תיתא אז מיט יארן צירוק איז נישט געווען די זעלבע, גיי ווייס ווער איז געווען ערליך און ווער נישט

איי וועסטו זאגן אז אויב עס איז געווען אזאנס וואלט עס ארויסגעקומען?.. כמיין אז מען דארף נישט זיין צו קליג צו פארשטיין אז אזא זאך וואלט אמאליגע צייטן געקענט טויזענט מאל גרינגער ווערן אינטערגעווארפן אינטערן קארפעט,
און אפילו אויב בשעתו איז יא געווען "עפעס" שמיעות, און געוויסע אידן וואלטן זיך געלאזט הערן, וואלט מען היינט נאר געוויסט צו פארציילן אז געוויסע אנדערע צדיקים, האבן פשוט נישט פארשטאנען דעם "דרך" פון די צדיק, אדער אז מחלוקת פון צדיקים איז "העכערע זאכן"...

איינער קען מיר בארוהיגן?

טאהש'ער אייניקעל » פרייטאג יוני 3, 2022 12:05 pm

· #501594
ליידער קען איך דיר נישט בארואיגן, ס'זעהר שווער צי וויסן וואס יענער טוט ביי זיך אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט און ער קען אויסזעהן ווי דער צדיק הדור, אבער אין אמת'ן איז ער א גרויסע בעל עבירה, און ס'שוין גיוועהן לעולמים אז מ'האט געמיינט אויף עימיצן אז ער איז א צדיק און ס'נתגלה געווארען צום סוף זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז א רשע וכו', וו.צ.ב.ש שמשון כופר וואס יעדער האט געמיינט אז ער איז א גרויסע צדיק און א סאך קינדער האבען גילערנט ביי עהם און זענען ליידער אפגעפארען ווועגן עהם ביז דער אלטער רבי פון חב"ד האט אנטדעקט זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז א משכיל,

און האט שוין געזאגט ר' מענדל פון וויטעבסק ז"ל, ניינציג פראצענט פון די רבי'ס אין אונזער דור זענען שקר (און דאס האט ער געזאגט אין זיינע צייטן!).

כרם זית » פרייטאג יוני 3, 2022 12:23 pm

· #501595
Re: פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
ווער איז שמשון כופר?

טאהש'ער אייניקעל » פרייטאג יוני 3, 2022 12:26 pm

· #501596
כרם זית
ווער איז שמשון כופר?
א משכיל וואס האט זיך פארגעשטעלט אלטס אן ערלעכע מלמד דרדקי פון ווילנא וואס פלעגט שיקען בחורים לערנען אין בערלין און האט פארציילט פאר די עלטערען אז זיי לערנען אין א ישיבה ביז ער איז געקוממען מיט א גרופע חסידים פון ווילנא צו ליאזנא צו דער אלטער רבי פון חב"ד און ער האט אנטדעקט זיין פרצוף
איך האב געמיינט אז ס'גענוג א באוואוסטע מעשה

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 12:55 pm

· #501599
סיריעסלי? כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען. דו גלייכסט צו א משכיל צו ברלנד? ס'איז שוין פיהל לייכטער צו ציען א קאמפאריסאן צווישן טאהשער רבי, וואס איז כידוע אויך געווען אבסעסיוו מיטן חטא הידוע און ביי אים אין חצר דרייען זיך נאך היינט די גרעסטע מנובלים, מושחתים, משכב זכור'ניקעס און בועלי אשת איש, ווי איידער א משכיל וואס האט געשיקט בחורים לערנען קיין בערלין..

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 3:07 pm

· #501607
[ציטאט אראפגענומען]
ער זאגט אויך נאר אויב איז דאס אן עבירה וואס ער פארדינט זיך סקילה דערויף איז ער מסכים.. די וויץ איז אז סקילה (אפשר נישט גענוי אבער א מיתת בי"ד) באקומען נאר די יחידים (וואס נעמען זיך אויף אויף די קריוודעס באגאנגען קעגן יחידים - כולל אזוינע וואס ברלנד האט געטוהן) וואס טרעטן ארויס פון די געמיינדע און די רולס (ווער ס'באקומט סקילה אויף וועלכע עבירה וכו') ווערן געשריבן דורך די ראשים, א"כ וועלן זיי דאך אוודאי מאכן די רולס לויט ווי ס'גוט פאר זיי. איי די תורה זאגט דאך יא אז אשת איש בחנק? נו, אויפדעם קומט מען אויף מיט עצות ותחבולות. נישט אנרירן די ווייב נאר איינמאל א יאהר. סוד הנחש. משיח בא באיסור. עולם האצילות. סארא לאקשן צו פארקויפן און אפקויפן.

וואס האט מיך פארעקלט איז ווי ער זאגט אז אויב פיהלט עמיצער אז די תאוות און נסיונות זענען גרויס ברויך ער נעמען א מעסער און שטעכן זיינע אייגענע עלטערן ווייל זיי זענען שולדיג. איי מין וואספארא מין דיפרעיווד, און טוויסטעד מטורף ברויך א מענטש צוזיין קיינמאל נישט צו בליעמען זיך אליינס נאר אלעמאל טרעפן עמיצער אנדערש, אינקלודינג זיינע אייגענע עלטערן אדער קינדער. אויף אן אנדער אָרט פארציילן זיי אז ער האט פארארדנט מען זאל זיין זוהן שמעטערן דעם קאפ אין די אספאלט. דאס קומט ארויס פון צופיהל פּאשען און פלעגן די געפיהלן (קרעדיט קאך_לעפל).

שמן למאור » פרייטאג יוני 3, 2022 3:19 pm

· #501608
נאך א מזל אז דעם "סוד פונעם נחש" איז צום סוף ארויסגערינען...

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 3:38 pm

· #501609
ארויסגעדריבלט..

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 7, 2022 2:54 am

· #501633
כ'שטעל מיך פאר אז ענליכעס, אבער אויף א קלענערעם סקעיל, גייט אויך פאר אין אנדערע, מער היימישע קהילות, וואס כ'וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער די קהילות זענען נאך צו קליין, קענען נישט די גויאישע שפראך אדער האבן נישט די חילוני לשעבר'דיגע חוצפה צו בועט זיין. און
דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש
וועלעכע קהילה מיינסטו?

שמן למאור » דינסטאג יוני 7, 2022 3:34 am

· #501636
צו זען די תחקיר אויף יוטוב
https://youtu.be/rSfqXkW-GTw

אינטערסאנטער » דינסטאג יוני 7, 2022 8:42 am

· #501639
עצי שטים
וואס מען זעט דא קלאר פון די תחקיר, איז אז עס קען זיין א מענטש וואס דאווענט שעות ארוכות, פאסט תעניתים, און איז א גאון עולם ממש, און רעדט ווי די גרעסטע קדוש, פראוועט "אותות ומופתים" פאר די חסידים, ממש א "ריבניצער" אדער א "קדישת לוי", אבער דאך קען ער זיין א שטיק טינופות, א רשע מרושע, און דאך ווערט די עולם פארקויפט פאר אים גאר שטארק, ביז מען האלט אז ער איז ממש גאט אליין...

עס מאכט מיר זייער א אומאיינגענעמע געפיל... אפשר איז ר' נחמן מברסלב אליין אויך געווען אזוי? אפשר איז דאס געווען פשט פון די התנגדות נגדו?? ח"ו איך זאג נישט אז אזוי איז געווען... אבער ווער ווייסט? קען מען דען וויסן וואס און ווער האט זיך געדרייט אין זיין בעדראום?

פארשטייט זיך אז עס איז היינט דא און עס איז אייביג געווען עכטע ריינע ערליכע צדיקים, אבער אז היינט קען זיין אזא איינער, דאן מהיכא תיתא אז מיט יארן צוריק איז נישט געווען די זעלבע, גיי ווייס ווער איז געווען ערליך און ווער נישט.
א נארישע צאמשטעל, עס איז נישט געווען קיין נארמאלער באזעסענע מענטש וואס האבן נישט אין דעם פארשוין געזעהן א צורידערטער ווילדער אקס שוין יארן צוריק. מדות מושחתות האט מען אייביג געזעהן ביי אים, און וואס נישט.

מען קען נאך מער מאריך זיין, ועוד חזון למועד אי"ה.

היסטאריע » דינסטאג יוני 7, 2022 8:57 am

· #501640
און ווער זאגט דיר אז היינט טוהן עס נישט רבי'ס וכו'? ווען ברלנד האט נישט אריכות ימים וואלט מען קיינמאל נישט געוויסט אלע מעשה'לעך.

שמן למאור » דינסטאג יוני 7, 2022 10:58 am

· #501643
אינטערסאנטער
א נארישע צאמשטעל, עס איז נישט געווען קיין נערמאלע באזעסענע מענטשן וואס האבן נישט אין דעם פארשוין געזעהן א צורידערטער ווילדער אקס שוין יארן צוריק. מדות מושחתות האט מען אייביג געזעהן ביי אים, און וואס נישט.

מען קען נאך מער מאריך זיין, ועוד חזון למועד אי"ה.
אדרבה זיי מאריך, ווייל צו מיר זעט עס נישט אויס ווי עס איז דא אזא חילוק,

דו האסט עפעס אזא איינרעדעניש כנראה, אז ר"ר אלימלך מליזענסק אדער דער בארדיטשובער, זענען געווען באזעסענע געלאסענע מענטשן, וואס האבן פשוט געדינט דעם באשעפער ווי נארמאלע מענטשן,
אפשר איז די גר"א געווען אזוי, אפשר אויך די נודע ביהודה, אבער עס איז קלאר אז איינער וואס האט צוגעקוקט די עבודה פון די קדושת לוי האט געהאלטן אדער אז ער איז א וואנזיניגער, אדער אז ער איז פשוט מופשט פונעם עולם הזה.
עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...
ווער רעדט נאך פון עליית נשמה אדער אנדערע מאדנע התנהגות'ן
אדרבה קוק אפילו אויף היינטיגע צדיקים וואס רוב וועלט האלט יא פון זיי, נעם רצ"מ זילבערבערג, אדער דער אמשינאווער רבי, אדער ראחמאסטריווקא רבי פון א"י, אלע פון זיי האבן שטארקע קריצן, גארנישט אזוי אנדערש ווי ברלנד.

די איינציגסטע חילוק איז אז דא איז מען געוואר געווארן די שמוץ,

ווען עס קומט ווען יעצט ארויס קלארע עדות'ן מיט מעשיות אויף איינע פון די דריי אויבנדערמאנטע היינטיגע צדיקים, וואלט מען שוין אויך געזאגט, אז שוין יארן וואס יעדער זעט אז דער איז א צערידערטער ווילדער אקס,

דו רעדסט פון מדות מושחתות, קען מען דען רעדן אזוי אויף א "צדיק"?? ס'איז דאך "העכערע זאכן".
די ווייסט אז די "הייליגע" דברי חיים פלעגט געבן פעטש, יא, אזעלכע געזונטע פעטש סתם אבי פאר מענטשן, נאר וואס דען? ער פלעגט דורך דעם אויס'פועל'ן גרויסע ישועות פאר מענטשן, פונקט אזוי ווי ברלנד פועל'ט ישועות דורך זיינע וועגן...

האבן זיך נישט גענוג צדיקים געריסן ביי די קעפ? מחלוקת מיט לשון הרע? גארליצער רב פלעגט בארעדן רבי'ס פאר שעות ארוכות... און... ס'איז אלעס העכערע זאכן...

כמעט אלעס וואס ברלנד טוט קענסטו טרעפן אנדערע צדיקים וואס די האלטסט יא פון זיי, וואס האבן געטון די זעלבע זאך.

חוץ פון די נידריגע מעשיות מיט אשת איש, וואס דאס וואלט מען אויסגעמעקט פון די היסטאריע ביכער ווען עס געשעט ווען ביי איינע פון די "צדיקים".

שאלתיאל » דינסטאג יוני 7, 2022 12:29 pm

· #501651
@עצי שיטים מסופקני צו דו וועסט טרעפן נאך א פאל אין היסטאריע פון א אנגעזענע רבי וואס האט צובראכן אזויפיל שטובער, אומגליקליך געמאכט אזויפיל מענטשן און אנגעזייעט כאאס און חורבן ווי אליזער ברלנד. אמת אז איבעראל טרעפט מען מאדנע הנהגות אבער אז די קוקסט אין טאטאל אויפן גרויסן בילד זעסטו, ליבשאפט, גוטס, חסדים, הילף פאר א יעדן איד, עבודת השם, אויפטואונגען פארן כלל וכו' משא"כ ביי דעם מנוול.

שמן למאור » דינסטאג יוני 7, 2022 5:52 pm

· #501664

היסטאריע » דינסטאג יוני 7, 2022 10:55 pm

· #501685
אבער בערלאנד איז אנדערש ווי אלע אנדערע רבי׳ס וויבאלד ער איז אן ארכי מנוול וואס האט עס געטון אומאויפהערליך. עס איז נישט די מעשה איבער איין אדער צוויי פרויען, נאר ער האט געפירט ראמאנסן מיט הונדערטע פרויען אין זיין קהילה מאכנדיג זיי אומגליקליך אויף שטענדיג. נאכמער פון דעם, ער האט דאס ניטאמאל באהאלטן פון זיינע מענטשן
ביסט היבש מגזם. נישט הונדרעטער, נישט צענדליגער. ער האט יא באהאלטן. צאנזער רב האט אויך געזאגט ער איז א חוטא.

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 7, 2022 11:32 pm

· #501686
[ציטאט אראפגענומען]
רוב חסידים היינט זענען נישט קיין חסידים פון זייער רבי ווייל זיי האבן איינגעזעהן עפעס ספעציעל אין אים. זיי זענען געבוירן אין די קאמיוניטי, שיקן די קינדער דארט אין די מוסדות, זיך באקוועם געמאכט דארט אין די בית מדרש, מיט די מנהגים און נוסח התפילה א. א. וו.. טאמער די רבי האט נאך עפעס צו פארקויפן למשל, קען גוט רעדן, שמייכלן, זינגן אדער פרימעצן איז עס א באנוס, אבער נישט פארדעם איז ער דארט. מ'איז דארט ווייל אזוי איז עס באקוועם. טאמער קומט ארויס שמועות אז די רבי איז א שגץ איז דאס נאכנישט גענוג סיבה מ'זאל איבערלאזן דאס פלאץ.

פארווע חסיד » מיטוואך יוני 8, 2022 2:24 pm

· #501736
ווען קומט ארויס ח"ב?

שאלתיאל » מיטוואך יוני 8, 2022 5:10 pm

· #501750

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 8, 2022 6:24 pm

· #501756
דער יום טוב חשין רעדט א היימישע אידיש. אויך די מאן פון די צווייטע פרוי מיט וועם ברלנד איז געליגן א צען מאל צו מער, די סוד הנחשדיגע, ער רעדט אויך אידיש. כ'האב נישט געוואוסט אז ברלנד האט אידיש רעדנדע אין זיין כת און נאך פראמינענט אויך.

דער אמת איז אז כ'האב נישט פארשטאנען וואס יו"ט חשין'ס אויסברוך איז דא גענוי. דו האסט א מאן, א פרוי און א רב, אלע דריי נואפים בהסכמה, לאז זיי זיך אויסקלאפן איינער דאס אנדערן. דער רב טראכט ער איז משיח, די מאמע אז זי איז מרים הבתולה און דער מאן אז זיין פרוי איז זוכה צו ביאת משיח - אלזא וואס איז די וויי-געשריי? זאג מיר נישט אז יו"ט האט נאר יעצט איינגעזען וואספארא צעדרייטע קולט ער העלפט פירן. דער אמת איז דער אויסברוך לייגט נישט יו"ט אין א גוטער ליכט. ער מאכט דא א פנים ווי א מענטשן פיינט-האבער.

ווי אויך האב איך געזען נייעס דא. איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז א קושר צווישן די רב און די גבאי אויסצוניצן דעם חסיד. דא זעה איך אז ס'איז א בונד צווישן דער רב און דעם חסיד, און דעם גבאי נוצט מען נאר אלס שיין פנים. חוץ צוקר, ער קוקט אויך אויס ווי א שטיק שווער; אזא צעלאזטע, אומקאנטראלירבארע בריה וואס איז, ווי זיין שווער, אלל אווער די פלעיס.

אבער נאכאלס, די צוויי מארדן לאזט מיך נישט שלאפן..

נאך א נקודה, אין דער חלק איז ברלנד אויסגעקומען זייער רחמנות'דיג. אפילו קאמיקעל. קודם אין תפיסה, וואו ער איז זיך מתוודה אזוי נעבעכדיג און נאכדעם ווי ער פרובירט איבערבעטן זיין פרוי און זיין הלוך ילך אין ביתר. מען הערט נישט פון קיין רשעות און קיין באגוואלדיגן. ברעינוואשינג יא, אבער ווען דו הערסט די פרויען רעדן, לאחר המעשה, קוקט נישט אויס וואו זיי באשולדיגן אים אדער האבן אפי' עטוואס פאראיבל. חוץ די פרוי אויף די ווידיאו אין אויספארשונגס צימער. אבער זי מיין איך איז זיינס א גאר נאנטע קרוב. נחמן'ס טאכטער?! דאס איז יא שרעקעדיג!

שרייב נישט קיין מיאוס'ע ווערטער
מנהל

פארווע חסיד » מיטוואך יוני 8, 2022 7:07 pm

· #501759

פארווע חסיד » מיטוואך יוני 8, 2022 7:09 pm

· #501761
https://www.youtube.com/watch?v=jNgTpz8-mKE

דאס איז די ריכטיגע

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 2:03 am

· #501781
טאמבל סאס
דער יום טוב חשין רעדט א היימישע אידיש. אויך די מאן פון די צווייטע פרוי מיט וועם ברלנד איז געליגן א צען מאל צו מער, די סוד הנחשדיגע, ער רעדט אויך אידיש. כ'האב נישט געוואוסט אז ברלנד האט אידיש רעדנדע אין זיין כת און נאך פראמינענט אויך.

דער אמת איז אז כ'האב נישט פארשטאנען וואס יו"ט חשין'ס אויסברוך איז דא גענוי. דו האסט א מאן, א פרוי און א רב, אלע דריי נואפים בהסכמה, לאז זיי זיך אויסקלאפן איינער דאס אנדערן. דער רב טראכט ער איז משיח, די מאמע אז זי איז מרים הבתולה און דער מאן אז זיין פרוי איז זוכה צו ביאת משיח - אלזא וואס איז די וויי-געשריי? זאג מיר נישט אז יו"ט האט נאר יעצט איינגעזען וואספארא צעדרייטע קולט ער העלפט פירן. דער אמת איז דער אויסברוך לייגט נישט יו"ט אין א גוטער ליכט. ער מאכט דא א פנים ווי א מענטשן פיינט-האבער.

ווי אויך האב איך געזען נייעס דא. איך האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז א קושר צווישן די רב און די גבאי אויסצוניצן דעם חסיד. דא זעה איך אז ס'איז א בונד צווישן דער רב און דעם חסיד, און דעם גבאי נוצט מען נאר אלס שיין פנים. חוץ צוקר, ער קוקט אויך אויס ווי א שטיק שווער; אזא צעלאזטע, אומקאנטראלירבארע בריה וואס איז, ווי זיין שווער, אלל אווער די פלעיס.

אבער נאכאלס, די צוויי מארדן לאזט מיך נישט שלאפן..

נאך א נקודה, אין דער חלק איז ברלנד אויסגעקומען זייער רחמנות'דיג. אפילו קאמיקעל. קודם אין תפיסה, וואו ער איז זיך מתוודה אזוי נעבעכדיג און נאכדעם ווי ער פרובירט איבערבעטן זיין פרוי און זיין הלוך ילך אין ביתר. מען הערט נישט פון קיין רשעות און קיין באגוואלדיגן. ברעינוואשינג יא, אבער ווען דו הערסט די פרויען רעדן, לאחר המעשה, קוקט נישט אויס וואו זיי באשולדיגן אים אדער האבן אפי' עטוואס פאראיבל. חוץ די פרוי אויף די ווידיאו אין אויספארשונגס צימער. אבער זי מיין איך איז זיינס א גאר נאנטע קרוב. נחמן'ס טאכטער?! דאס איז יא שרעקעדיג!
אודאי איז דא עכט היימישע אידיש רעדנדע חברה דארטן, ער האט טאקע אסאך בעלי תשובות, אבער גאר אסאך פון זיינע חברה זענען ברסלעבע שוין פון דורו דורות, טאקע אזוי ווי יו"ט חשין, וואס זיי זענען עכטע ירושלימע משפחות וואס זענען געווארן בערלאנדיסטן

איך פארשטיי נישט וואס די פארשסטייסט נישט וועגן יו"ט חשין'ס אויסברוך, די רוקארדירונג ווי ער רעדט צו די מאן איז נישט פון נעכטן, עס איז פון יארן צירוק הארט נאך וואס ער איז געוואר געווארן דערפון, ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן די פראצידור פון איינערקענען די מציאות אז דער צדיק וואס ער אליין איז געווען פארגלייבט אין אים, און האט געהאט א שטארקע קירבה צו אים, איז א אדם רשע ומגונה.
איך ווייס נישט צו די ווייסט, אבער יו"ט חשין פירט שוין יארן לאנג א מלחמה כבידה מיט ברלנד, ער שטייט ממש ברוש פון די גאנצע מערכה, ער פירט שוין יארן די "קו ברסלב" (845-531-5299) וואס שיט פעך אין שוועבל אויף בערלאנד,
חשין איז א אמת'ע ערליכע איד און עס ברענט באמת אין אים א פייער צו אידישקייט, ער פארנעמט נישט אז א איד, און נאכדערצו א ראש עדה זינדיגט פשוט מיט אשת איש, אז די פרוי מיט די מאן זענען נעבעך בשטיפת מוח, מיטן סוד הנחש, ווערט עס טאקע מער רחמניות'דיג אבער א גראבע עבירה בלייבט עס,

צוקר מאכט גראדע א רושם אויף מיר ווי זייער א ישרות'דיגע מענטש, ער האט טאקע געפירט די וועד הצניעות ווי א בערלאנדיסט און געוואלט "אוועקנעמען די תאווה" פון זיין שווער מיט געוואלד, אבער איך פארשטיי פון ווי ער קומט,
דא רצח'ט מען אן אימשילדיג אינגע בחור'ל וואס איז אביסל נאכגעגאנגען זיינע תאוות, און דא טרענט די רבי אליין ארום מיט אשת איש בבחינת הוא למטה והיא למעלה בעולם האצילות, ווי איז שייך קולט צו זיין אזעליכע בולשיט
ער דערמאנט מיר פון פנחס מיט זמרי...

ברלנד קומט נישט אויס ווי א נעבעך, נאר ענדערש ווי א געפערליכן מאסן מאניפאלירער, און א צערידערטע פארשוין,
ער שרייט "איך גיי ענק צישניידן אויף שטיקער" מיט נאך שיינע סלאגאנען, ווי א וואנזיניגער,
און דא ברעינוואשט ער תמימות'דיגע פרויען אז ער גייט מיט זיי ברענגען משיח... (הגם זיי גלייבן אז ער אליין איז דאך משיח, נו פארוואס דארף מען ערשט געבוירן א נייע משיח? זעט אויס אז עס איז אלעס פארבינדן מיטן סוד הנחש)
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ ווי די אויספארשער פרעגט אים פארוואס ער האט עס געטון, און ער קלאפט זיך על חטא ווי א צדיק און זאגט אני לא יצא מגיהנם, אז למה עשית את זה??? און ער לייגט זיך די הענט אויפן פנים, מיט אזא מינע אויפן געזיכט, ווי צו זאגן, כאנישקאנאנונג!!

איך פארשטיי ממש נישט וויאזוי די חסידים זיינע קענען נאך האלטן פון אים, פשוט פון די ווילדע וואנזיניגע אויסברוכן, איך וואלט געטראכט אז עס קומט פון א בעל תשובה נאטור, אבער למעשה מרכז ויזניץ יוכיח, די רבי מעג זיין משוגה און זאגן פאריקטע סטעיטמענטס...און.. גארנישט...
איך בין נייגעריג אויב אין אנדערע פלעצער וואלט עס אויך געווען אזוי, מסתמה יעדע פלאץ אנדערש, מיט אנדערע פראצענטן וואס וואלטן פארלאזט די קהילות,

עד היום האט דער ברלנד נאכאלטס א ריזיגע סטאדע פון פארגלייבטע דזשיהאדיסטן, וואס האלב האלטן אז די אלע מעשיות איז לא היה ולא נברא, און די צווייטע האלב האלטן אז די צדיק מעג אלעס טון
מענטשן זענען דאך עפעס נישט נארמאל... אזוי פארגלייבט צו זיין, ממש אהן קיין שכל.. איך הייב אהן שטארק צו צווייפלען אין די אינטעליגענס פונעם מין האנושי...

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 9, 2022 9:20 am

· #501789
איים סארי פאר די מיאוסע ווערטער. אלע ווייסן ס'נישט מיין דרך אבער דאס איז געווען אזוי אומגלויבליך, ס'האט זיך געפאדערט א שטארקע באצייכענונג 😂

עצי שטים, כמדומה אשת איש אין די תורה רעדט אויך נישט אין אזא פאל - ווען יא וואלט אויך געווען אן עונש פאר די מאן. די עבירה פון אשת איש אינקלודט אויך די פארראט אדער צביעות אין די עבירה און איז מסתמא אפ' א גרעסערע חלק פון די זינד. אין א פאל ווי אלע דריי זענען מסכים (און עס איז נישט אויף די חשבון פון אנדערע בני הקהילה ווי עס איז די פאל דא) איז עס אפשר נישט א רעליגעיזע זאך אבער דאס איז נישט חשין אדער צוקר'ס געשעפט. איים סארי איך ענטפער נאר אויף דעם יעצט, כרגע בין איך ביזי.

זיי מיר מוחל, איינער וואס גלייכט משמרת הצניעות נושאים איז א שלעכטער מענטש מעיקרא. עמיצער וואס האט ליב צו גרובן אין שמוץ און קאנטראלירן אנדערע מענטשנ'ס פריוואטע לעבנס. א פּערווערט. צביקה צוקר איז גארנישט קיין פנחס - ער אליינס האט בלוטיגע הענט פון די מערדערס כאמור און זיי מיר מוחל, אנטראגן פאר זיין שווער אפצוהאקן די הענט און די פיס הערשט ווען די אשת איש מעשיות פאסירן און נישט מיט יארן פריער פאר אלע אנדערע גראבע זינד, ווייזט אויף עמיצער וואס איז בלויז 1 טרעק מיינדעד און אויף עמיצער וואס איז נישט צופיהל אנדערש ווי די טאליבאן, אייסיס אדער אל קאידא. איך האב קיין טראפ מיטגעפיהל פאר צוקר. באמת איז שווער צו מיטפיהלן מיט סייוועלכע פון די אלע חסידים וואס רעדן דארט. די אלע שיינען מיר ווי שונאי אדם. (איז דאס נישט די סיבה פארוואס זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די מאוומענט אין די פוירסט פלעיס?) האסטיך אויפגעוועקט? גוט מארגן! די פרויען ברענגען ארויס רחמנות. ספעציעל די וואס צעוויינט זיך דארט ביים סוף.

איין מין, איך מאך עס נישט אוועק, ס'קומט זיך זיי א באנטש מיט קרעדיט פאר'ן ארויסקומען אבער מען טאר נישט פארגעסן אז ווען זאכן זענען געגאנגען גוט האבן די אלע פיין מיטגעטאנצן מיט די אלע רשעותער וואס איז אפגעטוהן געווארן אין די נאמען פון רעליגיע און אין פארטיקולאר, ארגענייזד רעליגיע. דאס אז עמיצער איז א סעינט מאכט אים נאכנישט אויטאמאטיש פאר א פיינער מענטש. איך וויל וויסן, וויפיל פון די זענען ארויסגעטרעטן נישט וועגן די "עבירה פון אשת איש" און די זנות נאר בדרך כלל ווייל זיי האבן איינגעזען אז די גאנצע געשעפט האט מיט אידישקייט קיינמאל גארנישט געהערט, אז מען האט געמאכט פון עבירות מצות און פון מצות עבירות, און אז ווען ברלנד האט געשריגן "דאס האב איך אלץ אויפגעבויעט מיט מיין בלוט אדער מיט מיינע צען פינגער" (איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס ער האט געזאגט) האט ער טאקע פלעין און פשוט רעפערד צו זיין ביזנעס און נישט צו א ממלכת כהנים וגוי קדוש.

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 12:33 pm

· #501797

לפי די תורה איז אשת איש אסור אפילו אלע דריי זענען מסכים, מען קען אפילו מאכן א שיינע מחליפות נשתיהם מיט יעדנס הסכמה, אבער אויב איז דא עדות מיט התראה באקומען אלע פיר סקילה!! פארפאלן דאס זאגט די תורה!
פון א סעקולערע קוקווינקל איז טאקע די עוולה נאר אויב איינער איז נישט מסכים, און אויב יעדער איז מסכים קומט נישט פאר קיין פאליסמאן זיך אריינצימישן,
אבער דא איז גאר עפעס אנדערש, מען רעדט פון א געפערליכע באנדיט וואס מאניפאלירט זיינע חסידים אז זיי ברענגען משיח, בשעת ער גיבט זיך פשוט אויס זיינע שמיציגע תאוות
ס'נישט פשט אז ער איז געגאנגען צו א בית זונות אין תל אביב צו זיכן ווער עס וויל זינדיגן בהסכמה, ער האט פשוט געריטן אויף ערליכע תמימות'דיגע אידענעס פון זיין קהילה, וואס האבן באמת געמיינט אז "עפעס העכערס" קומט דא פאר,
דאס איז א געפערליכע פארברעך, און עס איז דוקה יא די אחריות פון די ראשי הקהילה ווי חשין און צוקר אויפצודעקן קלונו ברבים, וואס דאס האבן זיי טאקע געטון,

איך האב שוין געהערט אסאך די סלאגאנען אז יעדער אין די משמרת הצניעות איז א חזיר, אדער אז אלע מקוה לעידיס זענען לעסביענס, אבער מען קען קלאר נישט ארויפציען א נאסע ליילעך אויף יעדעם, איך קען בכלל נישט דעם צוקר, קען זיין אז ער איז א באנדיט, אבער פון די ווידיא אליין זע איך נישט עפעס אויסערארענטליך, חוץ פון די וועלן מסרס זיין די שווער, וואס דאס איז שוין געטראכט ווי א בערלאנדיסט,

אבער צו בליעמען אלע פון די חברה אלס מענטשן האסער איז קלאר נישט ריכטיג, דעם תמימות'דיגע אינגערמאנטישקל וואס האט געקראכן אפאר שטאק אין געזען מעשה מרכבה אין עולם האצילות, שיינט צו זיין א איידעלע נשמה'לע, אזוי אויך די אנדערע עלטערע איד וויאזוי הייסט ער נאר

עס איז גאר גרינג פאר א ניו יארקע חסידישע איד, בפרט פאר א אויפען מיינדעד אידל וואס זיצט אויף קאווע שטיבל, צו דזשאדזשן, און זאגן אז זיי זענען באנדיטן, ווייל פארוואס דען האבן זיי געדזשוינט די קהילה,

גאר אסאך פון זיינע חסידים זענען געווען גענצליך פריי און האבן נאר אפגעלאזט אלע זייער תאוות עולם הזה, און געווארן גענצליך פרימע אידן אדאנק אים, זייער גאנצע אמונה בשם, איז געקניפט אין געבינדן מיט אמונה אין ברלנד, זיי זענען על פי רוב נישט די באנדיטן,
איך האב אסאך געשמועס אין אר"י מיט אזא איינער, ער איז געווען פיל מיט טאטוס איבער זיין גאנצע קערפער, אבער זיצט היינט רוב טאג אין לערנט, און איז עוסק בתורה ובמצות מיט אן אמת, מען קען טרעפן אסאך פון די חברה אין די היכל התורה פון תולדות אהרן,
עכ"פ דעם בעל תשובה וואס איך בין געווען באקאנט מיט אים, האט פארציילט ערשטהאנטיגע אותות ומופתים וואס ער האט אליין בייגעוואוינט אצל הרב,
ער האט מיר למשל פארציילט, אז אמאל בשעת הרב הלך באפריקע בגלות, איז ער געפארן אויף אזא זאמטיגע ראוד, און געהייסן די קאר זיך אפשטעלן נעבן א זימפ, ער איז גאגאנגען כאפן א טבילה אינעם טייכעלע
מען האט בשעת מעשה געזען גרויסע ריזיגע קראקאדילן ארימשווימען איבעראל, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין שליטה אויפן רב
ווען מען האט געפרעגט די רב פשט האט ער געזאגט, שמי ששומר הברית לא צריך לפחד מכלום... 😉

נאך האט ער מיר פארציילט, אז ער אליין איז געגאנגען צו רב דארטן מחמת איזה סיבה, און אונעם לופטפעלד האט ער זיך געקויפט א פריפעיד פאון מיט א נייע נומער,
ווי נאר ער לייגט אריין די סים קארטל באקומט ער גלייך א ריף פונעם רב וואס זאגט אים ברוך הבא! שלום עליכם שבאתי לכאן!, דאס אלעס אויף א נייע נומער וואס ער האט קיינמאל געהאט פארדעם

בקיצור די חברה האבן ממש בעל שם'סקע בולשיט צו פארציילט ביז איבערן דאך, כאפ נאר א קורצע שמועס מיט אזא חסיד,
על פי רוב זענען די בעלי תשובות פון די חלק חסידים וואס לייקענען די מעשה זנות, זיי וועלן זאגן אז אויף ר' נחמן און אפילו אויף משה רבינו איז אויך געווען לשון הרע, (עס איז על פי רוב נאר די בריונים וואס האלטן אז די זנות איז אמת, ולצדיק מותר) און די תמימות'דיגע חברה זענען נישט עומד בראש אזוי ווי חשין אדער צוקר צו זען הערט די מעשיות ערשטהאנטיג, און האבן זיכער נישט קיין אינטערנעט צו זען די עדות'ן און זען אז ניכרים דברי אמת, זיי האלטן אז עס איז אלעס פשוטע בלבולים אויפן רב

פאר איינער וואס וואקסט אויף אין אזא קולט, אדער ווערט פארכאפט דערינען, איז זייער שווער זיך ארויסצוזען דערפון, ובפרט פאר א בעל תשובה וואס דארף נאכדערצו פעיסן זיינע אלטע פרייע חבירים וואס לאכן נאך פון אים פארן דשזוינעם די חרדישע בולשיט, וואס זאל ער יעצט טון מאכן א עקס אויף בערלאנד אין לויפן קיין בעלז? דארט איז יא די אמת? עס גייט נישט אזוי, בען בלאקט ארויס די אלע "לשון הרע" און שוין

די אלע וואס זענען יא ארויס, און טראכטן נאך גראד קומט זיך זיי גאר אסאך קרעדיט! בשעת מען איז און די קולט מאכט אלעס סענס, ווי די איידעלע מיידל פארציילט דארטן ווי מען האט פשוט אנגעקוקט די רציחה אויפן בחורל ווי די סנהדרין איז דן איינעם למיתה, עס נעמט אסאך צייט מיט הערן גאר אסאך מעשיות, ביז מען הייבט אהן איינצוזען אז די גאנצע זאך שטינקט, עס איז נישט קיין יושר צו שרייען, פארוואס ביסטו נישט אנטלאפן נאך די ערשטע קרומע מעשה וואס די האסט געזען?

שאלתיאל » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:47 pm

· #501831
אן עטיאפישן בערלאנד

https://www.youtube.com/embed/k7ylVpCTeJc

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:51 pm

· #501832
אגב, איך האב מיך געפריידט אז מען האט שוין מער מגלה געווען אין די צווייטע חלק, די סוד פונעם נחש...

דהיינו אז מען נעמט די נ' פון נ-חש און מען מאכט דערפון א מ' מיט א י' צוזאמען מיט די חש ווערט עס משיח
איך בין נאר נאכנישט קלאר פארוואס עס געשעט נאר דורך מזנה זיין מיט א אשת איש, איך האף אז ביים קומענדיגע חלק וועט עס ווערן אויסגעקלארט...

moody » דאנערשטאג יוני 9, 2022 5:38 pm

· #501839
כ'אב א שטיק צייט צרוק אויסגעהארכט עטליכע שיעורים פון רבינו/חברינו @לעקוואד און זיין ביהמ"ד למחשבה, אויף איינער פון די שעורים, איך נישט קיין צייט/געדולט צו אויפזיכען וועלכע, זאגט ער, אז ער ווייסט בידוע ברורה, סיי פון זיינע אייגענע הבנה אין ברלנד'ס ספרים און סיי וואס ער האט געהרערט פון זיינע תלמידים, אז מעשים וואס ברלנד טוט אפ, קומט פון דעם, וואס ער האט א טעות אין די משמעות פון כתר עליון (עפעס אזוי)! ממש די ליטערל (משל'דיגע) אפטייטש פון מקצץ בנטיעות.

יעצט צום שמועס אויב עס איז דא אידש רעדענדע ברלנד'יסטן, איך האב געהייט א חבר, א ברלנד'יסט וואס זיין טאטע איז געווען א היימישע וויזניצ'ע חסיד און געווארן א ברלנד'יסט ער האט מיר טאקע געזאגט אז עס איז נישטא נאך אזלכע.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 9, 2022 7:55 pm

· #501850
אנאנים: איך בין מסכים מיט דיין צווייטן פשט. ווען ער האט אנגעהויבן איז ער געווען זייער שטארק א טאלאנטירטער יונגערמאן. א תלמיד חכם ובקי עצום. און א גוטער רעדנער. אויך אן ערליכער. אליין א בעל תשובה. האט ער פארשטאנען צו בעלי תשובה. אזוי האט ער צוגעצויגן טויזנטער תלמידים וחסידים. איך געדענק אז מ'האט געשמועסט (בראשית דרכו) אז ער איז דער בעסטער און גרעסטער (אין צאל) מנהיג אין ברסלב. נאר ערגעץ אין מיטן וועג זעהט אויס אז עפעס איז קאליע געווארן. אין זיין הנהגה. און אין זיין ערליכקייט. ה' ירחם.

משה פריעדמאן » פרייטאג יוני 10, 2022 7:38 pm

· #501913
לא יודע אבל אני מאוהב עם הרב ברלנד, לא יודע למה אבל איכשהו אני לא מרגיש כל כך את הפשע שלו.

לפי נסיבות המציאותית במצב כזה שהאשה לפי השקפת עולמה היא נהנית כל כך, והיא מאושרת עד יומה האחרון, אין שום עינוי, שום, היא ואף בעלה מסכימים לגמרי, והיא משתוקקת לו, היא בעולמה שלה היא שמחה, כל עוד לא מוציאין אותן משם.

אז מה הבעיה, הוא לא 'פגע' מינית 'במציאות' בשום אדם.

הטענה יכולה להסתובב על השטיפה בכלליות על זה שיש לו כוחות-על. אבל למה זה עשוי להטריד מישהו כל עוד שאין בזה שום עוולה וצער לאף אחד.

אז כל עוד שיש מישהו כריזמטי שביכולתו לסבב הסביבה שלו לטובתו, אז השכר היא שלו.

אז כל הפשע הזה היא רק בעינינו ההומוים שהם מחוץ לארון, ובמשקפיים שלנו זה פשע.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 10, 2022 7:57 pm

· #501915
גם במשקפי אלוקים. שנתן לנו את עשרת הדיברות. ושם נאמר. הציווי..."לא תנאף"...!

שושן פורים » זונטאג יוני 12, 2022 12:52 am

· #501926
משה פריעדמאן
לא יודע אבל אני מאוהב עם הרב ברלנד, לא יודע למה אבל איכשהו אני לא מרגיש כל כך את הפשע שלו.

לפי נסיבות המציאותית במצב כזה שהאשה לפי השקפת עולמה היא נהנית כל כך, והיא מאושרת עד יומה האחרון, אין שום עינוי, שום, היא ואף בעלה מסכימים לגמרי, והיא משתוקקת לו, היא בעולמה שלה היא שמחה, כל עוד לא מוציאין אותן משם.

אז מה הבעיה, הוא לא 'פגע' מינית 'במציאות' בשום אדם.

הטענה יכולה להסתובב על השטיפה בכלליות על זה שיש לו כוחות-על. אבל למה זה עשוי להטריד מישהו כל עוד שאין בזה שום עוולה וצער לאף אחד.

אז כל עוד שיש מישהו כריזמטי שביכולתו לסבב הסביבה שלו לטובתו, אז השכר היא שלו.

אז כל הפשע הזה היא רק בעינינו ההומוים שהם מחוץ לארון, ובמשקפיים שלנו זה פשע.
בעצם וואס איז די פראבלעם פון א קאלט?

ווען איין בשר ודם האט אזוי סאך פאוער איבער אנדערע מענטשן און ער נוצט זיי אויס פאר זיינע פערזענליכע געברויכן, היסטאריע האט געוויזן אז געווענליך ענדיגט זיך עס נישט גוט צומאל ציט מאסן זעלבסטמארדן וואס לאזט איבער צענדליגע צו גאר הונדערטע צושאסענע מענטשן על לא דבר צוליב איין וואנזיניגער פערזאן וואס האט געהאט א איבערפלוס פון קאפריזן.

אז א מענטש וואס האט געפירט א קהילה וואס האט געפרעדיגט קנאות און קדושה צו אן עקסטרעמע דערהער, און בו בזמן האט ער געקענט נעמען פרויען פון זיין אייגענע קהילה וואס זענען אויפגעצויגן געווארן על ברכי הקנאות והקדושה און זיי איבערצייגן אז די גרעסטע עבירה פון די סארט איז גאר א מצוה, און נאך מיטן רבי'ן אליינס.

אזא מענטש איז א געפארפולע פערזאן וואס געהערט אונטער גראטעס!

gergele » זונטאג יוני 12, 2022 12:17 pm

· #501953
Otze Shitims Comment on Rebbe Reb Elimelech Zl
אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה.
How DO you dare to say that ? Did you SEE or ever LEARN the
הייליגע צעטיל קטן About Drinking PLAIN משקה המשכר ??
Menahalim ???????? אתמהה

gergele » זונטאג יוני 12, 2022 12:26 pm

· #501956
from Otzei Shitim's Comment about Rebbes
עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער
געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...

שמן למאור » זונטאג יוני 12, 2022 2:49 pm

· #501967
gergele
עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער
געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...
וואס פינקטליך איז דיין פראבלעם מיט די מעשה? די מעשה איז א באקאנטע חסידישע מעשה וואס מען פארציילט

שמן למאור » זונטאג יוני 12, 2022 3:51 pm

· #501972
שושן פורים
משה פריעדמאן
לא יודע אבל אני מאוהב עם הרב ברלנד, לא יודע למה אבל איכשהו אני לא מרגיש כל כך את הפשע שלו.

לפי נסיבות המציאותית במצב כזה שהאשה לפי השקפת עולמה היא נהנית כל כך, והיא מאושרת עד יומה האחרון, אין שום עינוי, שום, היא ואף בעלה מסכימים לגמרי, והיא משתוקקת לו, היא בעולמה שלה היא שמחה, כל עוד לא מוציאין אותן משם.

אז מה הבעיה, הוא לא 'פגע' מינית 'במציאות' בשום אדם.

הטענה יכולה להסתובב על השטיפה בכלליות על זה שיש לו כוחות-על. אבל למה זה עשוי להטריד מישהו כל עוד שאין בזה שום עוולה וצער לאף אחד.

אז כל עוד שיש מישהו כריזמטי שביכולתו לסבב הסביבה שלו לטובתו, אז השכר היא שלו.

אז כל הפשע הזה היא רק בעינינו ההומוים שהם מחוץ לארון, ובמשקפיים שלנו זה פשע.
בעצם וואס איז די פראבלעם פון א קאלט?

ווען איין בשר ודם האט אזוי סאך פאוער איבער אנדערע מענטשן און ער נוצט זיי אויס פאר זיינע פערזענליכע געברויכן, היסטאריע האט געוויזן אז געווענליך ענדיגט זיך עס נישט גוט צומאל ציט מאסן זעלבסטמארדן וואס לאזט איבער צענדליגע צו גאר הונדערטע צושאסענע מענטשן על לא דבר צוליב איין וואנזיניגער פערזאן וואס האט געהאט א איבערפלוס פון קאפריזן.

אז א מענטש וואס האט געפירט א קהילה וואס האט געפרעדיגט קנאות און קדושה צו אן עקסטרעמע דערהער, און בו בזמן האט ער געקענט נעמען פרויען פון זיין אייגענע קהילה וואס זענען אויפגעצויגן געווארן על ברכי הקנאות והקדושה און זיי איבערצייגן אז די גרעסטע עבירה פון די סארט איז גאר א מצוה, און נאך מיטן רבי'ן אליינס.

אזא מענטש איז א געפארפולע פערזאן וואס געהערט אונטער גראטעס!
איך וועל נאר צילייגן
אז מילא אויב מען גייט זינדיגן מיט א זונה וואס ווייסט וואס זי טוט, און זי וויל עס טון, איז איין זאך
אבער צו ברעינוואשן די מוח פון די תמימות'דיגע פרויען, אז זיי טוען גאר א הייליגע מצוה, קען זיין אפילו ערגער ווי באצווינגען,
ווען/אויב די פרוי וועט איין טאג קומען צום שכל און פארלאזן די קולט, און זי וועט צירוקטראכטן וואס דער מנוול האט געמאכט פון איר, קען עס נאך אסאך מער שאטן, און עס קען איר אסאך מער וויי טון און שטעכן, זי וועט זיך נישט קענען מוחל זיין פארן זיין אזא נאר,
מען זעט טאקע ווי איין אזא מיידל רעדט מיט אזא האס און טרויער "הוא נתן לי נשיקות בפה!!!" ווער ווייסט וואס נאך ער האט איר געטון...
עס איז א גרויסע פארברעך...

שמן למאור » זונטאג יוני 12, 2022 4:02 pm

· #501974
[ציטאט אראפגענומען]
ווער עס האט הייליגע אויגן, קען דא ממש זען בארשיינפערליך די סוד נחשים ועקרבים...

אונזער הרב @לעיקוואד פראבירט צו טון דאס וואס אלע בעלי פלפילים פראבירן צו טון, מען האט אביסל פאן מיט די תורה...
מען זאגט אז המן האט געהאלטן יש אם למסורת, און מרדכי האט געהאלטן יש אם למקרא, קומט אויס אז המן האט געהאלטן ווי ר' יוחנן און מרדכי ווי ריש לקיש, אויב אזוי מוז זיין אז המן האט אנגענומען ישנו לשכירות מתחילה ועד סוף,
בלא בלא בלא..
וואס האקסטו א קאפ, המן האט פלעין געוואלט אויס'הרג'ענען די אידן.. דעטס אלל, גארנישט קיין לומדות'ן

לבן הארמי איז נישט געווען אזא למדן, און פרעה האט נישט ארויסגעלאזט די אידן פשוט ווייל ער האט געוואלט האלטן זיינע קנעכט, גארנישט רילעיטעד צו דיינע דריידלעך פון לומדות... אבער אזוי גייט עס.. מען האט אביסל הייליגע פאן

און חברינו הגאון הרב לאווי טוט עס מיט קבלה... כאילו די תאוות פון ברלנד האט מיט א טעות אין כתר....

איך מיין, וויפול טעותים און וויפול כתרים קען שוין זיין אז ער האט געמוזט שטיפן אין אזוי פיל פרויען...?
וויפול משיח'ס מוז מען אראפברענגען פון עולם האצילות מיטן אלעמען באקאנטן סוד הנחש...?

עס איז אלעס פיסטע תאוות....

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 13, 2022 4:21 pm

· #502069
א פחד! די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ נאכאנאנד. רשעים ארורים! נישט צו באנעמען די קאלטבלוטיגקייט פון די מערדער. נעגל אין די אבר השם ישמרינו! פארוואס? צוליב די בלויזע עבירה פון ליב-האבן. א באנדע נידריגע יושבי חושך ושונאי אדם וחיים.

איך קען נישט באנעמען ווי מענטשן קענען נאך קומען זאגן דא אז מ'דארף די מענטשן פארשטיין, זיי זענען געווען פארגלייבט, ברלנד האט געהייסן, זיי האבן פארלוירן די בחירה און די אלע שיט. גיי ארויס אין גאס און פרעג יעדעס חדר אינגל אדער מיידל פון שולע, וועלן זיי נישט קענען דזשוסטיפייען די עונש מיט די זינד. סארא שטותים צורעדן אז די מענטשן האבן קיין עבר פלילי נישט געהאט (צביקה צוקר). די ריזען זיי האבן עס ביז דאן נישט געטוהן איז נאר ווייל זיי האבן נישט געהאט דעם געלעגנהייט אדער רייט מצבים ביז דאן אבער נישט אז זיי האבן נישט געהאט די קאפעסעטי עס צו טוהן. דעם קאפאציטעט האבן זיי גלייב איך שטענדיג געהאט. און אין טעג וואס זיי האבן נישט געטוהן קיין רציחה ממש האב זיי געטוהן גאר הארבע אנדערע עבירות. איך גלייב נישט אז א מענטש דעוועלאופט מיטאמאל דעם קאפאציטעט, ביי די פערציג, צו שפיאנירן נאך, פיזיקלי פייניגן און הרגנען מענטשן. דאס זאגט אונז, אז ס'דרייען זיך אין ביהמ"ד, טאג איין טאג אויס, אזעלכע מענטשן וואס זענען קעיפיבל אויף רציחה ממש אויב מען גיבט זיי נאר די גרין לייט און אזוי לאנג ווי דער רבי היערארכיע הערשט, דאס הייסט, וויילאנג נאר איין מענטש אויבן, וואס געבט נישט קיין דו"ח פאר קיינעם, איז אין טשאַרדזש, איז עס א טיקינג טיים באמבע וואס וואס וואַרט חלילה אז די מענטשן זאלן סטרייקן, השם ישמרינו.

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 13, 2022 4:48 pm

· #502072
עצי שטים
שושן פורים
משה פריעדמאן
לא יודע אבל אני מאוהב עם הרב ברלנד, לא יודע למה אבל איכשהו אני לא מרגיש כל כך את הפשע שלו.

לפי נסיבות המציאותית במצב כזה שהאשה לפי השקפת עולמה היא נהנית כל כך, והיא מאושרת עד יומה האחרון, אין שום עינוי, שום, היא ואף בעלה מסכימים לגמרי, והיא משתוקקת לו, היא בעולמה שלה היא שמחה, כל עוד לא מוציאין אותן משם.

אז מה הבעיה, הוא לא 'פגע' מינית 'במציאות' בשום אדם.

הטענה יכולה להסתובב על השטיפה בכלליות על זה שיש לו כוחות-על. אבל למה זה עשוי להטריד מישהו כל עוד שאין בזה שום עוולה וצער לאף אחד.

אז כל עוד שיש מישהו כריזמטי שביכולתו לסבב הסביבה שלו לטובתו, אז השכר היא שלו.

אז כל הפשע הזה היא רק בעינינו ההומוים שהם מחוץ לארון, ובמשקפיים שלנו זה פשע.
בעצם וואס איז די פראבלעם פון א קאלט?

ווען איין בשר ודם האט אזוי סאך פאוער איבער אנדערע מענטשן און ער נוצט זיי אויס פאר זיינע פערזענליכע געברויכן, היסטאריע האט געוויזן אז געווענליך ענדיגט זיך עס נישט גוט צומאל ציט מאסן זעלבסטמארדן וואס לאזט איבער צענדליגע צו גאר הונדערטע צושאסענע מענטשן על לא דבר צוליב איין וואנזיניגער פערזאן וואס האט געהאט א איבערפלוס פון קאפריזן.

אז א מענטש וואס האט געפירט א קהילה וואס האט געפרעדיגט קנאות און קדושה צו אן עקסטרעמע דערהער, און בו בזמן האט ער געקענט נעמען פרויען פון זיין אייגענע קהילה וואס זענען אויפגעצויגן געווארן על ברכי הקנאות והקדושה און זיי איבערצייגן אז די גרעסטע עבירה פון די סארט איז גאר א מצוה, און נאך מיטן רבי'ן אליינס.

אזא מענטש איז א געפארפולע פערזאן וואס געהערט אונטער גראטעס!
איך וועל נאר צילייגן
אז מילא אויב מען גייט זינדיגן מיט א זונה וואס ווייסט וואס זי טוט, און זי וויל עס טון, איז איין זאך
אבער צו ברעינוואשן די מוח פון די תמימות'דיגע פרויען, אז זיי טוען גאר א הייליגע מצוה, קען זיין אפילו ערגער ווי באצווינגען,
ווען/אויב די פרוי וועט איין טאג קומען צום שכל און פארלאזן די קולט, און זי וועט צירוקטראכטן וואס דער מנוול האט געמאכט פון איר, קען עס נאך אסאך מער שאטן, און עס קען איר אסאך מער וויי טון און שטעכן, זי וועט זיך נישט קענען מוחל זיין פארן זיין אזא נאר,
מען זעט טאקע ווי איין אזא מיידל רעדט מיט אזא האס און טרויער "הוא נתן לי נשיקות בפה!!!" ווער ווייסט וואס נאך ער האט איר געטון...
עס איז א גרויסע פארברעך...
לא זו אף זו, ווען ברלנד איז ווען נישט רב וואלט ער זי אויסגענומען ווי סתם עפעס אן עקלדיגע זקן נואף (אזוי ווי אסאך פון זיי זענען) פון וועמען מ'דארף אפווייכן ווי פון א צרעת (אזוי ווי אסאך פון זיי האבן טאקע) און אוועקשטיין מיילן ווייט. דער עיקר אטראקשן כידוע ליודעי חנ"ש איז דאך אזא פארשוינ'ס פאווער און איינפלוס. און ווי די גוטזאגער זאגן, אז מען היט אפ צו שטיין נעבן די אייוועלע ווערט מען אנגעווארימט און די השפעות גיסן זיך איבער אויף די ארומיגע אויכעט.. אבער פון וואנעט נעמט ער זיין חן אויב נישט פון קודם האבן געביסן, פארסמט און דערשטיקט, ווי א נחש, נעבעך צענדליגע אידישע נשמות על כל מיני אופנים. נשמות וואס זענען וואס אן אמת פיהל העכער און מער אויסגענומען אין די עניני חן ווי דער ארכי באפימפלטער מנובל וקרעץ מחומר.

אגב, ווען כ'האב דערמאנט פאר מיין טאטע די סוד הנחש תורה'לע האט ער זיך צעלאכט און געוואוסט פון וואס דער מסלף רעדט. ער האט פארשטייט זיך געקלאפט אויפ'ן מויל און זיך פארשטאפט די אויער תיכף אבער אפנים האט ער געוואוסט אז כ'באַק נישט קיין מעשיות. אפפערענטלי די ריזען מיין טאטע האט זוכה געווען צו אזא זונדל איז אז ברלנד'ס סוד הנחש זאל סוף סוף באקומען א לעזונג און א קשר פון עולם התיאורטי ביז'ן עולם המעשה. צוויי מענטשן קענען אפלעבן אגאנצן לעבן און דער לערנט פון דער סוד הנחש און ווייסט גארנישט ווי פשוט די סיקרעט עס מוציא זיין מכח אל הפועל איז, און דער אנדערער טוהט (נישט ממש) דעם סוד הנחש און ווייסט גאר נישט וואספארא טיפקייטן ער איז משיג ביז טאטע און קאליקע זוהן רעדן זיך צונויף און די סודות ווערן נפתר. 😂

עסקן בדברים » מאנטאג יוני 13, 2022 5:22 pm

· #502079
[ציטאט אראפגענומען]
די לינק ארבעט נישט פאר מיר, אבער דא איז א לינק וואס ארבעט: https://www.kan.org.il/Item/?itemId=128928

שמן למאור » מאנטאג יוני 13, 2022 11:09 pm

· #502107
טאמבל סאס
ווען כ'האב דערמאנט פאר מיין טאטע די סוד הנחש תורה'לע האט ער זיך צעלאכט און געוואוסט פון וואס דער מסלף רעדט. ער האט פארשטייט זיך געקלאפט אויפ'ן מויל און זיך פארשטאפט די אויער תיכף אבער אפנים האט ער געוואוסט אז כ'באַק נישט קיין מעשיות. אפפערענטלי די ריזען מיין טאטע האט זוכה געווען צו אזא זונדל איז אז ברלנד'ס סוד הנחש זאל סוף סוף באקומען א לעזונג און א קשר פון עולם התיאורטי ביז'ן עולם המעשה. צוויי מענטשן קענען אפלעבן אגאנצן לעבן און דער לערנט פון דער סוד הנחש און ווייסט גארנישט ווי פשוט די סיקרעט עס מוציא זיין מכח אל הפועל איז, און דער אנדערער טוהט (נישט ממש) דעם סוד הנחש און ווייסט גאר נישט וואספארא טיפקייטן ער איז משיג ביז טאטע און קאליקע זוהן רעדן זיך צונויף און די סודות ווערן נפתר. 😂
זייער אינטערסאנט, הייסט אז דיין טאטע האט שוין עוסק געווען אינעם סוד הנחש מיט דיין מאמע תחי'
נו אפשר האסטו שוין נשמת משיח, מען קען מודיע זיין פאר ברלנד אז ער קען שוין אויפהערן צו באלעסטיגן פרויען

צעווישן אונז גערעדט, עס איז מיר היינט איינגעפאלן, אז ווען ברלנד לעבט ווען בזמן חז"ל, און טוט פינקטליך אלעס וואס ער האט געטון, אויב וואלט ער געווען די נשיא אדער מלך וואלט געווען א הייליגע שטיקל גמרא אין מסכת נחשים דף רצ"ח:
אמר רבי נתן אמר רב טיפשאי ואמרי לה ר' מלסתאי,
כל האומר ברלנד חטא אינו אלא טועה....

שמן למאור » דינסטאג יוני 14, 2022 2:13 am

· #502121
די תחקיר איבער די רציחה האט מיר ממש אויפגעשאקלט, אבער עס האט מיר געמאכט טראכטן פון עפעס טיפער

פארפאלן, די תורה איז אוממאראליש, קוק עס אהן וויאזוי די ווילסט, דאס איז די פאקט,
כ'וועל גיבן צוויי דגמאות:
די האסט א פיינע ערליכע גוי'אישע משפחה וואס וואוינט אין דיין שכינות, ער איז אן אמת'ע חסיד אומות העולם, א ארענטליכע, ער גריסט דיר יעדן טאג, ער האט א שטוב מיט דריי וואוילע קינדער, ער איז זיי מחנך קעגן אלימות מיט אנטיסעמעטיזם, בקיצור א פיינע שכון
איין טאג בשעת'ן שמועסן מיט אים ברענגט ער דיר ארויס א יחוס בריוו וואס ווייזט אז ער איז אן איר-איר אייניקל פון "עמלק"!!!, פארפאלן, די האסט יעצט א מצוה מדאורייתא צו נעמען א ביקס, און דורכפירן א מאסן שחיטה אויף זיין פאמיליע, דאס איז א הייליגע מצוה, יא! אפצו'שחט'ן זיינע קליינע קינדערלעך!!!

יעצט יעדער וועט דרייען מיט די צינג, אז היינט איז נישט יד ישראל תקופה און מען מעג נישט... אבער בעצם, איז דאס די ריכטיגע זאך לויט די תורה, און ווען מען איז פינקט יא יד ישראל תקופה, אדער מען קען עס טון אויף א וועג אז קיינער זאל נישט וויסן איז עס א געהעריגע חיוב,
מען זאגט אפילו אז די חתם סופר האט עס אליין אמאל מקיים געווען בפועל ממש אין א וואלד!!!
יא! גע'רצח'ט א מענטש וואס ער האט נישט געקענט, בלויז ווייל ער האט געוויסט אז ער איז א עמלקי!!!

נאך א משל, האסט א חשובע בעל תשובה וואס יעדער קען אים.. דער באקאנטע צדיק וואס האט מיט בערך צען יאר צירוק אפגעלאזט זיינע פרייע עלטערן און אפגעלאזט אלע זיינע פרייע חברים, און זיך אריבערגעצויגן צו א פרימע געגנט, און היינט זיצט ער אגאנצן טאג אין ביה"מ, אויסער פון תורה ותפילה ווייסט ער גארנישט צו זאגן, ממש במקום שבעלי תשובה עומדים...

אבער איין טאג קומען אפיר צוויי עדים וואס האבן פיפצן יאר צירוק געזען ווי ער רייכערט א ציגארעטל שבת, און זיי האבן אים מתרה געווען אלעס כדין, און ער זייענדיג א פרייע איד האט זיך אויסגעלאכט, אין במזיד געגאנגען תוך כדי דיבור אין אנגעצינדן א פייער....
פארפאלן, ער קען זיין היינט די גרעסטע צדיק, מען פירט אים צו בי"ד און מען ווארפט אים אראפ צוויי שטאק העד פאורסט, און דערנאך באווארפט מען אים מיט שטיינער, ביז ער שטארבט, נישט קיין נפק"מ וויפול יתומים ער וועט איבערלאזן, און ס'נישט קיין חילוק ווי שטארק זיין ווייב וויינט און בעט זיך אז זי וויל נישט ווערן קיין אלמנה...

יא.. היינט איז שוין נישטא קיין סנהדרין, אונז טראכטן נישט פון די זאכן... עס געשעט שוין נישט היינט, אבער די אלע זאכן האבן פאקטיש געקענט פאסירן, און ממבט התורה דארף עס בעצם צו קענען געשען היינט,

קוק עס אהן וויאזוי די ווילסט, אבער איך פארשטיי די רציחה וואס איז דא פארגעגאנגען מיט דעם שיטרית, צו האלט איך אז ס'איז ריכטיג? ניין! זיכער נישט! ובפרט אז עס איז נישט געטון געווארן על פי תורה, אפילו ער באצווינגט מיידלעך קומט אים נאכנישט קיין מיתה, אפשר תפיסה, ובפרט אהן קיין סנהדרין והתראה כדין, ס'איז דאך נישט געווען קיין אשת איש (דאכצעך, כבין נישט קלאר וואס זיינע עבירות זענען געווען)
אבער צו פארשטיי איך עס? הונדערט פראצענט, ביי זיי איז ברלנד די סנהדרין אליין, אז ער זאגט טויט איז טויט,
מיט וואס איז עס אנדערש ווי די אויבנדעמאנטע משלים? יא, עס איבלט און עס רייסט די הארץ, און רעגט אויף, אבער זיי נישט קיין היפעקריט, אויב ביסטו נישט גרייט צו שרייען אז חז"ל זענען געווען געמיינע בלוטדארשטיגע אוממאראלישע מערדערס, דאן קום נישט זאגן אז צביקה צוקר איז א מערדער

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 14, 2022 2:19 am

· #502122
Re: פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
עצי שטים
טאמבל סאס
ווען כ'האב דערמאנט פאר מיין טאטע די סוד הנחש תורה'לע האט ער זיך צעלאכט און געוואוסט פון וואס דער מסלף רעדט. ער האט פארשטייט זיך געקלאפט אויפ'ן מויל און זיך פארשטאפט די אויער תיכף אבער אפנים האט ער געוואוסט אז כ'באַק נישט קיין מעשיות. אפפערענטלי די ריזען מיין טאטע האט זוכה געווען צו אזא זונדל איז אז ברלנד'ס סוד הנחש זאל סוף סוף באקומען א לעזונג און א קשר פון עולם התיאורטי ביז'ן עולם המעשה. צוויי מענטשן קענען אפלעבן אגאנצן לעבן און דער לערנט פון דער סוד הנחש און ווייסט גארנישט ווי פשוט די סיקרעט עס מוציא זיין מכח אל הפועל איז, און דער אנדערער טוהט (נישט ממש) דעם סוד הנחש און ווייסט גאר נישט וואספארא טיפקייטן ער איז משיג ביז טאטע און קאליקע זוהן רעדן זיך צונויף און די סודות ווערן נפתר. [emoji38]
זייער אינטערסאנט, הייסט אז דיין טאטע האט שוין עוסק געווען אינעם סוד הנחש מיט דיין מאמע תחי'
נו אפשר האסטו שוין נשמת משיח, מען קען מודיע זיין פאר ברלנד אז ער קען שוין אויפהערן צו באלעסטיגן פרויען

צעווישן אונז גערעדט, עס איז מיר היינט איינגעפאלן, אז ווען ברלנד לעבט ווען בזמן חז"ל, און טוט פינקטליך אלעס וואס ער האט געטון, אויב וואלט ער געווען די נשיא אדער מלך וואלט געווען א הייליגע שטיקל גמרא אין מסכת נחשים דף רצ"ח:
אמר רבי נתן אמר רב טיפשאי ואמרי לה ר' מלסתאי,
כל האומר ברלנד חטא אינו אלא טועה....
דף רח"ץ*

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נחום הסופר » דינסטאג יוני 14, 2022 10:16 am

· #502129
נאכ'ן זעהן דעם תחקיר איז הרב יו"ט חשין דער רבי יעקב ששפורט בדורינו!

moody » דינסטאג יוני 14, 2022 11:15 am

· #502132
עצי שטים
די תחקיר איבער די רציחה האט מיר ממש אויפגעשאקלט, אבער עס האט מיר געמאכט טראכטן פון עפעס טיפער
קוק עס אהן וויאזוי די ווילסט, אבער איך פארשטיי די רציחה וואס איז דא פארגעגאנגען מיט דעם שיטרית, צו האלט איך אז ס'איז ריכטיג? ניין! זיכער נישט! ובפרט אז עס איז נישט געטון געווארן על פי תורה, אפילו ער באצווינגט מיידלעך קומט אים נאכנישט קיין מיתה, אפשר תפיסה, ובפרט אהן קיין סנהדרין והתראה כדין, ס'איז דאך נישט געווען קיין אשת איש (דאכצעך, כבין נישט קלאר וואס זיינע עבירות זענען געווען)
אבער צו פארשטיי איך עס? הונדערט פראצענט, ביי זיי איז ברלנד די סנהדרין אליין, אז ער זאגט טויט איז טויט,
מיט וואס איז עס אנדערש ווי די אויבנדעמאנטע משלים? יא, עס איבלט און עס רייסט די הארץ, און רעגט אויף, אבער זיי נישט קיין היפעקריט, אויב ביסטו נישט גרייט צו שרייען אז חז"ל זענען געווען געמיינע בלוטדארשטיגע אוממאראלישע מערדערס, דאן קום נישט זאגן אז צביקה צוקר איז א מערדער
די דערמאנטע משלים האבן דוקא נישט מיט חז"ל, בימי חז"ל האט מען קיין עמלקים נישט געהארגעט (לויט געוויסע ראשונים הארגעט מען נאר אויב ער איז ממשך בדרכי אבותיו),
און די משל פון די בעל תשובה האסטו אויסגעשטעלט א היכא תימצא וויאזוי עס זאל אויסקומען אן אימאראלישן מציאות, א זאך וואס די קענסט טוהן מיט יעדע געזעץ, איך בין זיכער אז חז"ל וואלטן איהם נישט געהארגעט, זיי זענען געווען גענוג פראגמאטיש צו אופקומען מיט א הסבר פארוואס אין דעם פאל דארף מען נישט הארגענען

און לגבי בערלאנד אלץ סנהדרין, לפי חז"ל דארף זיין מינמום א ב"ד של כ"ג אויף עונשי מיתה, ס'נישט דא אזא זאך ווי "ביי מיר איז יענער אזויווי סנהדרין" ברלד וואלט זיכער באקומען חנק,
ואתם הדביקם וגו'

Nanach » דינסטאג יוני 14, 2022 11:45 am

· #502134
עצי שטים
טאמבל סאס
ווען כ'האב דערמאנט פאר מיין טאטע די סוד הנחש תורה'לע האט ער זיך צעלאכט און געוואוסט פון וואס דער מסלף רעדט. ער האט פארשטייט זיך געקלאפט אויפ'ן מויל און זיך פארשטאפט די אויער תיכף אבער אפנים האט ער געוואוסט אז כ'באַק נישט קיין מעשיות. אפפערענטלי די ריזען מיין טאטע האט זוכה געווען צו אזא זונדל איז אז ברלנד'ס סוד הנחש זאל סוף סוף באקומען א לעזונג און א קשר פון עולם התיאורטי ביז'ן עולם המעשה. צוויי מענטשן קענען אפלעבן אגאנצן לעבן און דער לערנט פון דער סוד הנחש און ווייסט גארנישט ווי פשוט די סיקרעט עס מוציא זיין מכח אל הפועל איז, און דער אנדערער טוהט (נישט ממש) דעם סוד הנחש און ווייסט גאר נישט וואספארא טיפקייטן ער איז משיג ביז טאטע און קאליקע זוהן רעדן זיך צונויף און די סודות ווערן נפתר. 😂
זייער אינטערסאנט, הייסט אז דיין טאטע האט שוין עוסק געווען אינעם סוד הנחש מיט דיין מאמע תחי'
נו אפשר האסטו שוין נשמת משיח, מען קען מודיע זיין פאר ברלנד אז ער קען שוין אויפהערן צו באלעסטיגן פרויען

צעווישן אונז גערעדט, עס איז מיר היינט איינגעפאלן, אז ווען ברלנד לעבט ווען בזמן חז"ל, און טוט פינקטליך אלעס וואס ער האט געטון, אויב וואלט ער געווען די נשיא אדער מלך וואלט געווען א הייליגע שטיקל גמרא אין מסכת נחשים דף רצ"ח:
אמר רבי נתן אמר רב טיפשאי ואמרי לה ר' מלסתאי,
כל האומר ברלנד חטא אינו אלא טועה....
אדער וואלט עס געווארן א צווייטע קריסטענטום
און חד אמר שנתפס על עריות וחד אמר על ע”ז ורבי יעקב אמר קיצץ בנטיעות היה

שמן למאור » דינסטאג יוני 14, 2022 2:16 pm

· #502144
moody
עצי שטים
די תחקיר איבער די רציחה האט מיר ממש אויפגעשאקלט, אבער עס האט מיר געמאכט טראכטן פון עפעס טיפער
קוק עס אהן וויאזוי די ווילסט, אבער איך פארשטיי די רציחה וואס איז דא פארגעגאנגען מיט דעם שיטרית, צו האלט איך אז ס'איז ריכטיג? ניין! זיכער נישט! ובפרט אז עס איז נישט געטון געווארן על פי תורה, אפילו ער באצווינגט מיידלעך קומט אים נאכנישט קיין מיתה, אפשר תפיסה, ובפרט אהן קיין סנהדרין והתראה כדין, ס'איז דאך נישט געווען קיין אשת איש (דאכצעך, כבין נישט קלאר וואס זיינע עבירות זענען געווען)
אבער צו פארשטיי איך עס? הונדערט פראצענט, ביי זיי איז ברלנד די סנהדרין אליין, אז ער זאגט טויט איז טויט,
מיט וואס איז עס אנדערש ווי די אויבנדעמאנטע משלים? יא, עס איבלט און עס רייסט די הארץ, און רעגט אויף, אבער זיי נישט קיין היפעקריט, אויב ביסטו נישט גרייט צו שרייען אז חז"ל זענען געווען געמיינע בלוטדארשטיגע אוממאראלישע מערדערס, דאן קום נישט זאגן אז צביקה צוקר איז א מערדער
די דערמאנטע משלים האבן דוקא נישט מיט חז"ל, בימי חז"ל האט מען קיין עמלקים נישט געהארגעט (לויט געוויסע ראשונים הארגעט מען נאר אויב ער איז ממשך בדרכי אבותיו),
און די משל פון די בעל תשובה האסטו אויסגעשטעלט א היכא תימצא וויאזוי עס זאל אויסקומען אן אימאראלישן מציאות, א זאך וואס די קענסט טוהן מיט יעדע געזעץ, איך בין זיכער אז חז"ל וואלטן איהם נישט געהארגעט, זיי זענען געווען גענוג פראגמאטיש צו אופקומען מיט א הסבר פארוואס אין דעם פאל דארף מען נישט הארגענען

און לגבי בערלאנד אלץ סנהדרין, לפי חז"ל דארף זיין מינמום א ב"ד של כ"ג אויף עונשי מיתה, ס'נישט דא אזא זאך ווי "ביי מיר איז יענער אזויווי סנהדרין" ברלד וואלט זיכער באקומען חנק,
ואתם הדביקם וגו'
אזוי ווי פראדיקטעד פראבירסטו זיך ארויסצומאסאדזשן פונעם מציאות,
קען זיין אז אפאר ראשונים האלטן אזוי, און בימי חז"ל איז שוין נישט געווען יד ישראל תקופה, אבער די פאקט איז אז בימי שאול המלך האט מען אויסגע'רצח'ט א גאנצע פאלק אנשים נשים וטף, פינקט ווי היטלער האט געטון מיט אונז,
עס איז זיכער געווען צעווישן זיי אזעליכע וואס זענען געווען עומד ברשעם, אבער ס'קלאר אז עס זענען אויך געווען געניג אנשטענדיגע נארמאלע צעווילע בירגער וואס האבן נישט געטשעפעט קיין פליג
און ווען מען פארציילט די מעשה אין חדר גובט נישט קיינער קיין איבריגע קרעכטס, אפילו די צעקראצט זיך גאנץ קנאפ דערפון,

די האפסט אז חז"ל וואלטן געטראפן אן אויסוועג פאר דעם בעל תשובה.. איך האף אויך אזוי... אבער אין די תורה שטייט מחלליה מות יומת!! איך האב אראפגעלייגט אן עקסטרעמע אוממאראלישע מעשה, אבער בעצם איז יעדע מיתה אוממאראליש ובפרט אויף א אופן ווי יענער האט קיינעם געטשעפעט, אויף א רוצח קען מען זיך דינגען, אבער אויף איינער וואס האט עובר געווען אשת איש בהסכמת האישה, אדער חילול שבת, אדער ס'האט זיך פארגליסט פאר צוויי בחורים משכוב זכר, אדער סיי וואס?? מען גייט אים פארשניידן זיין לעבן דערפאר? לויט די תורה... יא! פארפאלן, דאס איז גערעכט און ריכטיג לויט די תורה

קענסט זיין א רעפארמער און זאגן אז אלע איממאראלישע זאכן וואס עס שטייט אין די תורה, ווי למשל אז א טאטע קען פארקויפן זיין קליינע טאכטער פאר א דינסט, ועוד, מיינט נישט כפשיטו... און מען איז גענוג פראגמאטיש צו פארשטיין אז דאס קומט בלויז פון די דארק עידזעס, און מען וועט "טרעפן א וועג ארויס"...
אבער אלטס אן ארטעדאקס וואס גלייבט אז יעדע מצוה פון די תורה איז תורה מסיני מפי הגבורה, קענסטו נישט שפילן דערמיט לויט דיינע היינטיגע אינטערעסן
(דאס איז אייגנטליך איינע פון די קשיות וואס בייבל קריטיקירער האבן, אז, וויאזוי קען זיין אז די תורה האט אוממאראלישע מושגים, אויב קומט עס טאקע פון גאט?)

בנוגע ברלנד ווייס איך אז עס איז געווען שלא כהלכה, אבער ווען אליהו הנביא קומט דיר קלאר זאגן פון גאט אליין אז מען דארף איינעם הרג'ענען, קען איך פארשטיין אז איינער וועט גיין דערמיט, ביי זיי איז ברלנד העכער ווי אליהו הנביא, ער איז משיח און משה רבינו שבדור, ער איז העכער פון די תורה.. ער זאגט גראד די דבר השם פון די מויל פון באשעפער צו דיין אויערן, וויאזוי איז בכלל שייך צו צווייפלען דערין...
בלאט: 1 2