טאמבל סאסניין, נחמן שלום פארציילט פריער אז דאס האט שוין פאסירט נאכדעם וואס ער איז געקומען פארהאלטן ברלנד'ן אויף וואס ער האט געזעהן. דאס איז אזא מין אכזריות'דיגע שאוי פון פאוער און אנשרעקונג, אים צו ווייזן אז ער עט די ענד אף די דעי OWNED ער אים מיט זיין ווייב צוזאמען און קען טוהן מיט זיי כל מה שלבו חפץ.. פעך!
כ'איז מיר געפאלן ווי מרס הורוביץ דרוקט זיך אויס דא, נו שוין 'עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה' 👍 עמיצער ברויך עס אדאפטירן פאר זיין חתימה דא. (איך בין נאכנישט גרייט פטור צו ווערן פון מיינס - ס'איז צו אשטארק ווארט!)
אבער דא איז מיר נאכאמאל ארויפגעקומען די מחשבה אז אויב אזעלכע מענטשן ווי צוקר אין די אנדערע האבן געקענט קומען שרייען צו ברלנד מיט היסטעריע אוי ואבוי אשת איש און דאס איז געווען די מכה בפטיש אבער די ציווי צו הרגענען א מענטש (און נישט איינס), א 16 יעריגע בחור'ל, דאס האט זיי נאכנישט אויפגעשאקלט, דארף א מענטש זיך פרעגן די אמת, אויב די מענטשן האבן חרטה געהאט אדער בועט געווען אין ברלנד מחמת וואס זייערע מצפון האנושי האט געזאגט אז וואס ער טוהט איז אומ-מאראליש (און איט העפענס טו בי אז די תורה אגריעט מיט זיי אויפדעם)? אדער נאר ווייל דער תורה זאגט דאס איז אומ-מאראליש, און זינט דער זינד אינוואלווד אגרעסיע, וואס זיי גלייכן אזוי, און דער אנדערער זינד אינוואלווד אהבה וואס זיי מאנגלען אזוי, האט זיי נאר די צווייטע זינד בארירט. און אז מען האלט שוין דא ווייס איך שוין נישט וועלכע סארט קנאה ס'האט געברענט אין זיי.. קנאת פנחס אדער קנאת קרח, נאר לעניני מין...
אדער קען פשוט זיין זיי זענען עלטער געווארן און אסאך מענטשן כאפט עס, די נארמאלקייט, שפעטער אין לעבן..
טאקע נישט אויפגעכאפט ווי נחמן שלום זאגט עס,
אויב אזוי איז זייער שווער צו פארשטיין פארוואס ער האט נאך אריינגעלאזט זיין ווייב צו דעם מנוול, נאכן זיך דאס איבערצייגן מיט די אייגענע אויגן
אבער ווי געשמועסט איז שווער פאר א אפענע קאווע שטיבל שרייבער דן צו זיין איינער וואס איז ליידער פארכאפט אין א קולט
און ווייטער פארסטו מיטן וועלן פארשטיין די חילוק פון די רציחה ביזן זנות,
כאילו די תאוות פון ברלנד האט עפעס מיט אמת'ע אהבה וואס ער האט געהאט צו די נשים...נעבעך, און דאס פעלט פון די קנאים דארטן
ווען ער האט זיי ווען ליב, וואלט ער זיי נישט אומגליקלעך געמאכט מיט זנות, ער איז א פשוטע פראסטע בעל תאווה
ווען עס האט זיך געהאנדלט ביי מארד קען עס נאך די קאפ פון א קולט מעמבער פארשטיין, ווי געשמועסט און פריערדיגע תגובות איז מאראל געבינדן לויט וואס די תורה און גאט זאגט, און ווי די מיידל איז אזוי שיין מסביר דארטן, איז ברלנד ממש אזוי ווי די סנהדרין, און עס איז ממש ווי א ציווי פון גאטס מויל צו זייערע אויערן, עס איז פארט דא אזא מושג אין די תורה, ווי אומברענגען א עובר עבירה
אבער ווען מען כאפט אים ביי אייגענע תאוות און זנות, פרעגט דאס שוין אפ די גאנצע הנחה אז ער איז בכלל א צדיק און אז גאט פארציילט אים וואס צו טון, עס איז נישטא קיין שום מקום בתורה פאר א היתר אויף זנות
הגם מען קען נאכאלטס זאגן טענות אזוי ווי דוד המלך, אדער יהודה וכ' ..העכערע זאכן.. מען פארשטייט נישט קיין צדיקים.., אבער זעט אויס אז דאס איז שוין געווען געניג אפילו פאר די קולט מעמבערס צו דערשמעקן די סירחה דא