☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15300
בלאט: 1 2 3 4

החברותא » מאנטאג יולי 31, 2023 4:21 pm

· #532628
שטותים והבלים
איך האב יעצט מברר געווען, די מעשה איז קיינמאל נישט גשעהן
איך הייב שוין אן חושש זיין אויף די אנדערע מעשיות וואס גייען ארום צו זיי זענען בכלל אמת

דער עסער » מאנטאג יולי 31, 2023 4:41 pm

· #532629
פון וואו קומט די נייעס?

החברותא » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 4:20 pm

· #532711
אימעי"לס וכדומה

אום אני חומה » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:09 pm

· #532717
החברותא
שטותים והבלים
איך האב יעצט מברר געווען, די מעשה איז קיינמאל נישט גשעהן
איך הייב שוין אן חושש זיין אויף די אנדערע מעשיות וואס גייען ארום צו זיי זענען בכלל אמת
ממש שקר וכזב!! א בילבול!!! עס איז נישט מעעעעגליך אז איידעלע גערע בחורים זאלן זיך אזוי אויפפירן!!!!

אגב, דא האט איר ריקארדינגס פון לעצטע וואך
נישט פאר שוואכע הערצער

אומשולדיגע קינדערעלך קומען אהיים און ווערען טערארזירט דורך אכזריות'דיגע סאדיסטישע גערע חיות
קיין איין בחור פאלט נישט איין צו ראטעווען די קליינע דערשראקענע קינדערלעך
השנאה מקלקלת את השורה
https://drive.google.com/file/d/1CjpULXFWQJddbiFD1yXMuFrrWinF_QKJ/view?t=1s
https://drive.google.com/file/d/1z0Ih3scEWQ7YVNpI8kQlCGk2MmhLdMpL/view

און דא נאך איינס פון לעצטענס

https://drive.google.com/file/d/1LqKCtJ4CkLU8JvhTzUKrfkQb7hLJuzfY/view?t=57s

נפה » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:12 pm

· #532719
פונדאַמענטאַל
א תחקיר אין די 'המקור' פראגראם פון ערוץ 13 וועלכע האט געזאלט משודר ווערן היינט איבער חסידות גור איז אפגעשטעלט געווארן צייטווייליג נאכדעם וואס די חסידות האט אריינגעגעבן א בקשה צום ביהמ''ש אויף א צו מניעה.
זיי האבן עס היינט געהאט https://13tv.co.il/item/news/hamakor/season-22/episodes/jo17h-903542779/?pid=903383043&cid=903542779

סקעפטיקער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 5:55 pm

· #532728
נפה
פונדאַמענטאַל
א תחקיר אין די 'המקור' פראגראם פון ערוץ 13 וועלכע האט געזאלט משודר ווערן היינט איבער חסידות גור איז אפגעשטעלט געווארן צייטווייליג נאכדעם וואס די חסידות האט אריינגעגעבן א בקשה צום ביהמ''ש אויף א צו מניעה.
זיי האבן עס היינט געהאט https://13tv.co.il/item/news/hamakor/season-22/episodes/jo17h-903542779/?pid=903383043&cid=903542779
עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, איך האלט ביי 25 מינוט אריין ווי די מאמע רעדט. די רשעות איז אנבעליוועבל!

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:56 pm

· #532777
נפה
פונדאַמענטאַל
א תחקיר אין די 'המקור' פראגראם פון ערוץ 13 וועלכע האט געזאלט משודר ווערן היינט איבער חסידות גור איז אפגעשטעלט געווארן צייטווייליג נאכדעם וואס די חסידות האט אריינגעגעבן א בקשה צום ביהמ''ש אויף א צו מניעה.
זיי האבן עס היינט געהאט https://13tv.co.il/item/news/hamakor/season-22/episodes/jo17h-903542779/?pid=903383043&cid=903542779
מטורף לגמרי!

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 11:28 pm

· #532785
דרייוו פאר געפילטערטע אידן.

כספי » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:55 am

· #538523
Re:
סקעפטיקער #
נפה
פונדאַמענטאַל
א תחקיר אין די 'המקור' פראגראם פון ערוץ 13 וועלכע האט געזאלט משודר ווערן היינט איבער חסידות גור איז אפגעשטעלט געווארן צייטווייליג נאכדעם וואס די חסידות האט אריינגעגעבן א בקשה צום ביהמ''ש אויף א צו מניעה.
זיי האבן עס היינט געהאט https://13tv.co.il/item/news/hamakor/season-22/episodes/jo17h-903542779/?pid=903383043&cid=903542779
עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, איך האלט ביי 25 מינוט אריין ווי די מאמע רעדט. די רשעות איז אנבעליוועבל!
גא"מ אנבעליוועבל, ווי ווייט מ'קען אנקומען מיט בלינדע אמונה ה"י

ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט ווי דער עו"ד שלמה אלבוים זאגט דארט אז די פאליציי און אלע רשויות החוק שטעקן נישט אריין א פינגער אין קאלט וואסער פאר זיי, זייענדיג אונטערן איינפלוס און טעראר פון גור דורך זייער געוואלדיגע השפעה אין פאליטיק, נאר די בתי משפט קענען און העלפן זיי, און ער וואלט געגאנגען צו די הפגנות קעגן די רפורמה משפטית שרייען מ'זאל נישט בשו"א געבן כח פאר גולדקנופ צו אויסוועלן שופטים, ווייל דעמאלטס זענען זיי צוגעפיקסט און האבן נישט קיין האפענונג
כאטשיג ס'קען זיין אז ער זאגט עס נאר צו געפעלן די לינקע גאס, און/אדער די צופים פון ערוץ 13 וואס איז די מערסטע לינק, ובפרט אין דעם ענין פון די רפורמה
אבער איז עס מיר געווען באלערנד, נאך וואס איך האלט שוין לאנג אז די רפורמה איז א בראך פאר די מדינה, ובפרט פאר די מינאריטעטן (ווי חרדים - בפרט די וואס ווערן נישט מיוצג אין כנסת, און אראבער - וואס ווערן נישט עכט מיוצג אין די רעגירונג, וכדומה), איז עס מיר געווען אינטרעסאנט אז ער זאגט עס אויך, און נאך אזוי קלאר

בעל דרשן » מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:45 pm

· #546366
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
די ראש ישיבה קומט אן קיין לאנדאן אויף א געהויבענע באזוך לרגל מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם בית המדרש דחסידי פני מנחם גור און וועט פראווענען שבת אין שטאט בהשתתפות אלופי אלפי ישראל

צדיק נשגב » מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:10 pm

· #546370
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
ס'האט זיך שוין געדרייט פאשקעווילן אין סאטמער אז ער איז א ציוני... לכאורה מעשי ידי גור גיי ווייס..

צדיק נשגב » מיטוואך יאנואר 24, 2024 8:10 pm

· #546371
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
די פאשקעוויל
📎 photo_2024-01-24_20-09-02.jpg

קליינע צדיק » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:55 pm

· #546387
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
איך ווייס נישט אויב עס איז אמת
אבער גוט איז עס זיכער

משלחת נכבדי חסידי גור נכנסו בקו"פ אצל האדמו"ר מוויזשניץ לונדון שליט"א בבקשה שיבטל את השיעור כללי שימסור מרן רה"י הגר"ש אלתר שליט"א בביקורו בלונדון, באמרם כי דבר זה יגרום עגמת נפש גדול לרבם כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א.

הגיב הרבי מוויזניץ לאנדאן ואמר: "אז בבקשה נא ונא אל תספרו לו, שלא יגרום לו עגמת נפש ח"ו".

שְׂפָתַיִם יִשָּׁק מֵשִׁיב דְּבָרִים נְכֹחִים

סמיילי » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:11 am

· #546450
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסי
איך ווייס נישט פארוואס ר שאול בלייבט נאך און ארץ ישראל, ער וואלט געדארפט moven צו אמריקא, ער וואלט געהאט טויזענטער מענשטען.

פארוואס דארף ער די צודערייטער גורערס,

אסטראלאג » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:31 am

· #546464
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
צדיק נשגב #
די פאשקעוויל
טאקע שרעקליך
נישט געוואוסט ווי ווייט ה"י

אדמור מקרייניץ זצל » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:07 am

· #546467
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
.קמפיין גור
📎 Screenshot 2024-01-25 140618.png

מן הסתם » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:37 am

· #546473
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
קליינע צדיק #
איך ווייס נישט אויב עס איז אמת
אבער גוט איז עס זיכער

משלחת נכבדי חסידי גור נכנסו בקו"פ אצל האדמו"ר מוויזשניץ לונדון שליט"א בבקשה שיבטל את השיעור כללי שימסור מרן רה"י הגר"ש אלתר שליט"א בביקורו בלונדון, באמרם כי דבר זה יגרום עגמת נפש גדול לרבם כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א.

הגיב הרבי מוויזניץ לאנדאן ואמר: "אז בבקשה נא ונא אל תספרו לו, שלא יגרום לו עגמת נפש ח"ו".

שְׂפָתַיִם יִשָּׁק מֵשִׁיב דְּבָרִים נְכֹחִים

ער האט געזאגט פאר די גור'ע משלחת, זאגט'ס פאר גערער רבי אז ער זאל מיך אנרופן און איך וועל מיך שוין מסדר זיין מיט עם..

מן הסתם » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:40 am

· #546475
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
אין גערער מיידל סעמינאר תומר דבורה ווי ס'שיקן אסאך שטאטישע משפחות האט מען שטרענג אנגעווארנט די מיידלעך אז ווער ס'גייט גיין צום טיש פונעם גערער ראש ישיבה ווערט ארויסגעווארפן פונעם מוסד..

סקעפטיקער » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:26 pm

· #546516
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
צדיק נשגב #
ס'האט זיך שוין געדרייט פאשקעווילן אין סאטמער אז ער איז א ציוני... לכאורה מעשי ידי גור גיי ווייס..
איך וואלט נישט אזוי געזאגט, לכאורה איז עס מעשי ידי קנאים

קליינע צדיק » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:27 pm

· #546517
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
אין לאנדאן האט די בעלזא דעיס אויך באקומען
עס איז דא אסאך פון די גאר פרומע און אסאך אינטערדרייערס
גרדא דא איז אויך דא נאך א פראנט פון שונאים - גור

צדיק נשגב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:19 pm

· #546526
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסי
סמיילי #
איך ווייס נישט פארוואס ר שאול בלייבט נאך און ארץ ישראל, ער וואלט געדארפט moven צו אמריקא, ער וואלט געהאט טויזענטער מענשטען.

פארוואס דארף ער די צודערייטער גורערס,
איי געס אז ער איז נישט דא אויף צו דארפן מענטשן ודו"ק.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:17 pm

· #546551
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסי
צדיק נשגב #
סמיילי #
איך ווייס נישט פארוואס ר שאול בלייבט נאך און ארץ ישראל, ער וואלט געדארפט moven צו אמריקא, ער וואלט געהאט טויזענטער מענשטען.

פארוואס דארף ער די צודערייטער גורערס,
איי געס אז ער איז נישט דא אויף צו דארפן מענטשן ודו"ק.
איי געס אז אויב איז ער דא וואלט ער געהאט אין ארץ ישראל טויזענטער מענטשן...

בעל דרשן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:32 pm

· #546552
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:12 pm

· #546556
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
בעל דרשן #
ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים
שוין נישט.

דהיינו, די אינגע דור אשר לא ידע את יוסף, זיי ווייסן נאר פון איין זאך דער רעבע דער רעבע און דער רעבע.

אגריפס המלך » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:26 pm

· #546588
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
בעל דרשן #
ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים
אבי געהאקט, הלוואי ס'וואלט ווען געוועהן ווייט פון אמת.

זאקן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:26 pm

· #546596
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
איך קען א הייסע גערע חסיד וואס האט א שידוך געטוהן מיט זיין יונגסטע זון, און לכבוד די גרויסע שמחה גייט די אויפרוף זיין און א״י אין די גאנצע משפחה גייט מיט קומען, אלעס איז געפארן גלאטיג ביז די חזן האט געשריגן יעעממוד החתן……… און קיין חתן איז נישט ארויפגעקומען עולה זיין, מהאט אנגעהויבן קוקן אלע זייטן מ׳האט געטראכט אפשר האט אים אנגעכאפט א שולשול, אבער די חתן איז נישט געווען צו געפונען, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז די חתן האט געמאכט פליטה און אנטלאפן צו ר׳ שאול אלטר

אגריפס המלך » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:00 pm

· #546597
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
דער חתן איז טויט משוגע. ער האט נישט געטראפן א בעסערע צייט ווען צו גיין צו ר' שאול חוץ פון גלייך פאר זיין עלי' שבת אויפרוף? (אויב די מעשה איז אמת)

בעל דרשן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:24 pm

· #546600
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
אגריפס המלך #
בעל דרשן #
ער האט א גרויסע עולם אין ארץ ישראל אויך נישט געזארגט.

און האלב גור זענען בחוץ טאקע חסידים פון האדמו"ר מגור מהר"י אבער אינעווייניג זענען זיי פייערדיגע חסידים פונעם ראש ישיבה, זיי הערן זיינע שיעורים שטילע הייט בחדרי חדרים
אבי געהאקט, הלוואי ס'וואלט ווען געוועהן ווייט פון אמת.

בנוגע וועלכע חלק? די עכטע מספר וויפיל חסידים בחוץ - הנקרא אנוסים - זענען בפנים חסידים פונעם ראש ישיבה איז שווער צו וויסן, ווייל זיי באהאלטן עס פון די אייגענע משפחה, טעראר אין גור איז מיט אלע הידורים, אבער דעס אז נאך היינט גייען כסדר אריבער חסידים פון קהילות גור צו קהילות פני מנחם גור זאגט און ווייזט עפעס.

אויב דו מיינסט בנוגע זיין עולם, נאך נישט געווען קיין מנהיג וואס האט זיך אפגעטיילט אינמיטן הנהגה צייטן, למעט אחר הסתלקות, און ארויסגענומען אזא עולם. ער האט אין ארץ ישראל קרוב צו טויזענט משפחות און איבער די וועלט נאך אסאך, געהעריג אוועקגעשטעלטע מוסדות ישיבות כוללים חדרים וכדומה, בתי מדרשים אין ירושלים בני ברק חיפה בית שמש אשדוד לאנדאן ב"פ און נאך.

מיין הארץ זאגט מיר אז עס קומט באלד א חתונה פון א אייניקל פון האדמו"ר מהר"י מגור אין לאנדאן, ימים ידברו....

ווארשיינליך וועט א זון פונעם רבי קומען דאס יאר צינדן די הדלקה ל"ג בעומר אין לאנדאן.. מ'קען עס ערווארטן...

נישנאש » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:36 pm

· #546604
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
רובא דרובא גור'ער חסידים זענען פולי אין שוואונג מיט די חסידות אין הארץ אויך, אבער פולי. בידעי ובמכירי קא אמינא.
פארוואס/פארווען/וויאזוי/ריכטיג אדער נישט - איז נישט די מדובר אצינד, פאקט בלייבט אבער פאקט.

תניא בניחותא » פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:53 am

· #546614
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
רוב חסידים אויף יעדע מקום בלייבן ווי זיי זענען, פוק חזי מאי עמא דבר, די חשבון איז זייער פשוט, שב ואל תעשה איז אסאך גרינגער ווי קום ועשה, רוב עולם אינטרעסירט גאנץ קנאפ ווער ס'איז דער רבי, די סיסטעם פארט און פארטיג.

ס’איז נאר א חלק עולם וואס איז גרייט צו מאכן אביסל עפארט וכו’, א חלק איז ווייל זיי האלטן ביי ערנסטקייט און זיי קלויבן זיך אויס די בעסטע פונעם רבינ’ס קינדער (זיי גייען אויך נישט זוכן אין די ברייטע גאס...)
אבער רוב רובו איז משלים מיטן מציאות וואס ס’איז גרינגער, ס’איז סאך גרינגער צי בלייבן אינדערהיים לאקאל און שלום עלי נפשי, ווי זיך איינפאקן די פיש זאפט ערב יום טוב און דינגען א דירה.

בעל דרשן » פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:14 am

· #546615
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
גראדע לעלוב איז נישט אין בית המדרש פון אביו אין ב"ב נאר אין ב"ש און דאך האט ער די עולם.

עמרם » פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:36 am

· #546620
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
אין ב''פ הייסט עס אז האלב איז ביי ר' שאול
(בכלל אין חו''ל האט ער א גרעסערע פראצענט, פשוט ווייל די טעראר איז נישט אזוי גרויס)

תניא בניחותא » פרייטאג יאנואר 26, 2024 7:13 am

· #546633
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
בעל דרשן #
גראדע לעלוב איז נישט אין בית המדרש פון אביו אין ב"ב נאר אין ב"ש און דאך האט ער די עולם

טאקע א חידוש, זעט אויס אז אין לעלוב מיינט עס דער עולם מער ערנסט, אבער בדרך כלל בלייבט רוב עולם זיצן אויפן פלאץ.

אדמור מקרייניץ זצל » פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:00 am

· #546655
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
לא נוכל לראות כבלע את הקודש
מחאה אדירה מוצ"ש בשעה 9
Gilda Crescent corner Cazenove Rd.
להסיר חרון אף ה'
לנו המלחמה ולה' הישועה

א מעסעזש וואס פארט ארום אין לאנדאן
לכבוד די מלוה מלכה וואס קומט פאר ביי ר׳ אשר זעליג לעוו ראה׳׳ק
דקיט׳׳ל בהשתתפות ר׳ שאול

אחידוש » פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:11 am

· #546656
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
ס’וועט נאר העלפן צו מאכן געלט

אדמור מקרייניץ זצל » פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:18 am

· #546659
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
נטורי קרתא דחסידי גור

צדיק נשגב » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 5:40 pm

· #546711
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
אגריפס המלך #
זאקן #
איך קען א הייסע גערע חסיד וואס האט א שידוך געטוהן מיט זיין יונגסטע זון, און לכבוד די גרויסע שמחה גייט די אויפרוף זיין און א״י אין די גאנצע משפחה גייט מיט קומען, אלעס איז געפארן גלאטיג ביז די חזן האט געשריגן יעעממוד החתן……… און קיין חתן איז נישט ארויפגעקומען עולה זיין, מהאט אנגעהויבן קוקן אלע זייטן מ׳האט געטראכט אפשר האט אים אנגעכאפט א שולשול, אבער די חתן איז נישט געווען צו געפונען, למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז די חתן האט געמאכט פליטה און אנטלאפן צו ר׳ שאול אלטר
דער חתן איז טויט משוגע ער האט נישט געטראפן א בעסערע צייט ווען צו גיין צו ר' שאול חוץ פון גלייך פאר זיין עלי' שבת אויפריף? (אויב די מעשה איז אמת)
לא היה ולא נברא, אויסגעצויגן פונעם כ'ווייס נישט ווי..

אגריפס המלך » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:35 pm

· #546723

איך האב מיר פארגעשטעלט אז ס'איז גור'ע פראפעגאנדע

בעל דרשן » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:43 pm

· #546728
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
לאנדאן האט דעם שבת אויך געוויזן אז מיר זענען קעגן טעראר ! זיך צאמגעקומען אלופי אלפי ישראל ובראשם די חושבע רבני העיר

פוילישע פעפער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:03 am

· #546980
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
די גרעסטע הצלחה פאר'ן ראש ישיבה איז, אז גור לערנט זיך נישט פון זייער אייגענע טעותים, אלע טעותים וואס זיי האבן געמאכט אין אמעריקע שפילט זיך יעצט אפ אין לונדון.

מן הסתם » מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:28 am

· #546982
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
×
📎 חסידות_גור_הציונית_הגדולה_240126_141838.pdf

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:37 am

· #546993
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
מן הסתם #
×
זייער שיין אבער דאס האט נישט געשריבן א "אני חסיד סאטמאר", דאס האט א [געוועזענער] גור'ער געשריבן.
פינטל.

בא גד » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:41 am

· #547003
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
דאס איז שוואנצונעס נוסח גור
יעדע קהילה האט זיך זיין נוסח אין שוואנצונעס
ביי יעדע קהילה ווערט די שוואנצונעס געריקט אויף היי עלערט ווען דער מנהיג שפירט זיך אביסל אומבאקוועם
אין חדש תחת השוואנצונעס

אינטערסאנטער » דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 9:19 pm

· #548901
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
פארוואס זאלן נישט קומען נערמאלע מענטשן און פראטעסטירן קעגן גור אין ארץ ישראל פאר די רשעות וואס זיי טוען? די תירוץ איז, ווייל פראטעסטן מאכן געווענליך די קנאים וואס האבן נישט קיין שייכות מיט קיין איינס פון די פראקציעס.

אבער ווי איז גאנץ ארץ ישראל, ווי זענען אלע קהילות דארטן, פארוואס שלאפט מען ווען מען פארגיסט אידיש בלוט? פארוואס שרייט מען נישט אין די גאסן קעגן גור אחינו אתם וכו'.

עמרם » פרייטאג פעברואר 9, 2024 12:42 am

· #548928
Re: דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
איינס פון די סיבות, ווייל גור איז א סופער פאוער אין א''י, ער איז די ראש פון יהדות התורה, בקיצור א גאר שטארקע כח
(וועגן דעם קענען נישט די גרויסע רבי'ס אין א''י, אויפנעמען געהעריג ר' שאול, ווער ס'געדענקט וואס איז געווען אין בעלזא,
און אין חו''ל קען מען אים אויפנעמען זייער שיין, ווייל מ'דארף נישט מורה האבן פון גור)
בלאט: 1 2 3 4