☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו

195 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15300
בלאט: 1 2 3 4

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 5:08 pm

· #500530
דמם הותרו! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
א נייע אשכול צוליב דער נייע שוואנג פון טעראר!

דא האט איר א בילד פון א געשלאגענע דיין הרה"ג ר' פרץ ראטטענבערג שליט"א
📎 IMG-20220520-WA0108.jpg

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 5:13 pm

· #500531
דער פרייע פרעס אויף שבת קודש רח"ל
📎 IMG-20220520-WA0127.jpg

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 5:15 pm

· #500532
דער פרייע פרעסס וועגען בית שמש אויף שבת קודש רח"ל
📎 IMG-20220520-WA0122.jpg

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 5:18 pm

· #500533
וואנדאליזעם אין בית מדרש ארי שבחבורה בראשות הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם וואס וויילט אויף שבת קודש אין בארא פארק
📎 IMG-20220520-WA0085.jpg 📎 IMG-20220520-WA0080.jpg

פרנס החודש » פרייטאג מאי 20, 2022 6:21 pm

· #500538
Re: הותרה הרצועה! טעראר פון גער קעגען הרב שאול אלתר וחסידיו
אז דער הונט בילט איז א סימן אז די שטיין האט געטראפן אין פלאץ

שמן למאור » פרייטאג מאי 20, 2022 6:35 pm

· #500539
וואס איז יעצט פריש געשען? על מה יצא הקצף?

שאלתיאל » מוצ"ש מאי 21, 2022 3:00 pm

· #500543
מהומות איבערן לאנד אין לויף פון שבת צווישן חסידי ר' שאול און חסידי ר' יענקל.
שבת ביינאכט האבן הונדערטע חסידים פון גער ר' יענקל באלאגערט דעם בית מדרש פון ר' שאול אויף רח' יוסף זיו דער ראש ישיבה איז באגלייט געווארן דורך צענדליגע ספעציעלע יס"מ קרעפטן. אין די געגנט פון ר' שאול'ס בית המדרש האבן זיך געפינען הונדערטע פאליציאנטן און אויך א מתכזית וואס ווערט גענוצט צו פארטרייבן די מאסן ביי הפגנות.
אין בני ברק שבת ביינאכט האבן די יענקל'ך שווער אטאקירט הרב ישראל לווין מנהל פון בית יעקס במינר ירושלים וואס געהערט צו ר' שאול'ס חצר, אויך אין אשדוד איז פארגעקומען ראיאטן ווי מען האט וואנדאליזירט א בית מדרש פון ר' שאול.
דאס קומט לכאורה דערנאך וואס ר' שאול'ס מענטשן האבן ארויסגעשיקט א פאשקעוויל וואס שטייט דארט ''"במצב עניינים זה, בכל הנוגע למחאה ומניעת רדיפות, אין לנו שום יכולת לבקש מאנשי שלומנו שלא להתגונן ולמחות כמחויב על פי ההלכה".
📎 628928f8020ab6631.jpg

כלבאשבוע » מוצ"ש מאי 21, 2022 9:57 pm

· #500547
שרעקליכע מהומות איבערן שבת נאכדעם וואס גור איז ארויס מיט אן אפיציעלע טעראר אטאקע קעגן ר׳ שאול

דמם הותרו
📎 6704D94B-1F05-4668-89FB-F3264E26CAF3.jpeg

שמן למאור » מוצ"ש מאי 21, 2022 10:08 pm

· #500548
ק/פ פון @כולל נייעס

נאך וואס א פארווייטאגטע טאטע וואס גור האט פארכאפט זיינע טעכטער האט געהאלטן א שילד און געשריגן אויפן גור'ער רבי לעצטע וואך ווען דער גור'ער רבי איז געווען אין א בית הקברות אין ת"א ביי זיין שוויגערס קבר - האבן די העכערע פענסטער פון גור געגעבן די הוראה 'איש הישר בעיניו יעשה', נעמליך, יעדער גור'ער חסיד קען טון וואס ער וויל זיך צו אננעמען פארן גור'ער רבי'ס כבוד.

ערב שבת איז דער גור'ער (גור ר' שאל אלתר) דיין ר' פרץ ראטענבערג אטאקירט געווארן דורך גור'ער בחורים און יונגעלייט אין ירושלים. ווען נישט פארבייגייער מישן זיך אריין, וואלט ער אריין אין שפיטאל שווער פארוואונדעט.

פרייטאג צונאכטס האבן זיך פארזאמלט שווערע הונדערטער גור'ער חיות מיט בלוט דארשטיגע געזיכטן ביים בית המדרש פון ר' שאול אלתר אין ירושלים, זיי האבן אנגעהויבן ווארפן שטיינער בעצם ליל השבת און געזינגען 'מחה תמחה זכר עמלק'. די מתפללים אינעווייניג האבן נישט געקענט ארויסגיין ביז ארום 10:30 ווען צענדליגער פאליציאנטן זענען אנגעקומען צום סצענע.

במשך די גאנצע צייט איז די גאסן ארום ר' שאול'ס בית מדרש - וואס געפינט זיך א גאס נעבן די צענטראלע בית המדרש פון גור - געווען שווארץ פון גור'ער משחיתים וואס האבן געשלאגן און נאכגעשריגן יעדן פארבייגייער, צו מען געהערט צו ר' שאול אדער נישט. צענדליגער האבן געכאפט מכות רצח, אריינגערעכנט פרויען און קינדער.

שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט זיך אפגעשפילט די זעלבע סצענע. ר' שאול האט געדארפט אהיימגיין אונטער א שווערע פאליצייאישע וואך כדי ער זאל נישט געשעדיגט ווערן.

מוצ"ש ביים זמן, האבן זיך שווערע הונדערטער מענטשן פארזאמלט נעבן די בית מדרש פון ר' שאול און אין די ארומיגע גאסן, יעדער גור'ער וואס האט פרובירט עפעס צו טון, איז זייער שנעל אפגעהאלטן געווארן דורך די ציבור היראים לדבר השם וואס זענען געקומען מוחה זיין איבער די חילולי שבת און די אלגעמיינע אכזריות פון די גור'ער חיות.

ירושלים האט געוויזן פאר גור אז זיי פירן נישט די שטאט, זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילן, און די אלגעמיינע חרדי'שע ציבור פארהאסט זיי און שטייט אין סאלידאריטעט מיט ר' שאול אלתר!

די שוידערליכע געשעענישן האט זיך אויך אפגעשפילט אין אשדוד און אין בני ברק, צענדליגער חסידים פון ר' שאול זענען אטאקירט געווארן (א טייל זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן) בתי מדרשים און זענען וואנדאליזרט געווארן. יעצט מוצ"ש האבן א גרופע גור'ער חיות זיך גענומען ווארפן שטיינער אויף א ישיבה אונטער ר' שאול וואס געפינט זיך אין די 'רמות' געגנט אין ירושלים.

אזוי אויך איז פארגעקומען "פריוואטע פאגראמען" ווען צענליגער גור'ע בחורים און יונגלייט זענען פשוט און פראסט געגאנגען צו הייזער וואו ר' שאול אלתר'ס חסידים וואוינען, און אנגעהויבן זעצן, שרייען קלאפן וכו'.

"גור" האט געוויזן פאר די וועלט דעם שבת אז זיי זענען נישט א חסידות, זיי זענען נישט א קרייז - זיי זענען א גרויסע גרופע פון אומציוויליזירטע צעווילדעוועטע באשעפענישן!

ששון ושמחה » מוצ"ש מאי 21, 2022 10:20 pm

· #500549
שאלתיאל
דאס קומט לכאורה דערנאך וואס ר' שאול'ס מענטשן האבן ארויסגעשיקט א פאשקעוויל וואס שטייט דארט ''"במצב עניינים זה, בכל הנוגע למחאה ומניעת רדיפות, אין לנו שום יכולת לבקש מאנשי שלומנו שלא להתגונן ולמחות כמחויב על פי ההלכה".
מיינסט צו זאגען ר' יענקל'ס מענטשן

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 12:15 am

· #500554
כלבאשבוע
שרעקליכע מהומות איבערן שבת נאכדעם וואס גור איז ארויס מיט אן אפיציעלע טעראר אטאקע קעגן ר׳ שאול

דמם הותרו
רוצחים שפלים!

מ'האט צושפאלטען זיין קאפ השם ירחם.

פאלגזאם » זונטאג מאי 22, 2022 12:24 am

· #500555
שולדיג זענען אונז אלע.
אונז וואלטן געדארפט פארשפרייטן דאס לעיני העמים אז הונדערטער מיליאנען זאלן דאס זען, ביז די מדינה וועט נישט אויסהאלטן דער דרוק, און ברויכן אנהייבן איינזעצן דעם י''א און זיין שמוציגע נאכפאלגער.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 12:26 am

· #500556
אזא חילול שבת קודש דורך חרדי'שע יודען איז נאכקיינמאל נישט געהערט געווארען! שומו שמים! יא, איך זאג עס נאכאמאל, חילול שבת דורך חרדי'שע יודען וואס רופען זיך גור'ער חסידים. צובראכען פענסטערס און רכוש אויף שבת קודש רח"ל, צוביילט מענטשען אין שבת קודש רח"ל!

קורקלענד » זונטאג מאי 22, 2022 12:41 am

· #500557
חרדישע אידן וואס רופן זיך גורע חסידים, גורע חסידים וואס רופן זיך חרדישע אידן?

משה פריעדמאן » זונטאג מאי 22, 2022 12:50 am

· #500558
עצי שטים
"גור" האט געוויזן פאר די וועלט דעם שבת אז זיי זענען נישט א חסידות, זיי זענען נישט א קרייז - זיי זענען א גרויסע גרופע פון אומציוויליזירטע צעווילדעוועטע באשעפענישן!
לאוו דוקא נאר גור, קיינער איז נישט בעסער, סאטמאר באבוב, וכו', און בכלל אלע רעליגעזע, מ'צווינגט אנדערע מענטשן צו האלטן און טוהן זייער שיטה, און אז נישט נעמט מען שריט ביז טויט. אנגעהויבן ביי אייסיס געענדיגט ביי סידור קידושין, נארַ יעדער לויט זייער השגות.

ליידער.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 12:57 am

· #500559
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט שבת קודש נאכמיטאג ווען הונדערטע ירושלים'דיגע יודען, עמך בית ישראל חסידישע יודען האבען באגלייט הגאון רבי שאול אלתר שליט"א פון זיין הויז ביז זיין בית מדרש פאר שלש סעודות און אים ארומגערונגעלט צו באשיצען פון דער גור'ער חסידים און זיי האבען איהם באגלייט מיט'ן ניגון פון ימים על ימי מלך תוסיף.

דאס איז געקומען נאך שמועות אז דער גור'ער ראש ישיבה וועט נישט ארויסקומען אויף שלש סעודות, און הונדערטע מענטשען האבען זיך פארזאמעלט ארום דער הויז פון דער ראש ישיבה און איהם געשוקט זאגען אז רצונינו לראות ולשמוע את מלכינו, און דער ראש ישיבה האט מסכים געווען ארויסצוקומען.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 1:17 am

· #500563
באוואפענטע פאליציי (מיט M16) יעצט מוצאי שבת אינדערויסען פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א'ס הויז.
📎 שוטרים בבית שאול אלתר.jpg

לאמיר זאגן » זונטאג מאי 22, 2022 1:56 am

· #500566
אומגלויבליך!

yatzmachp » זונטאג מאי 22, 2022 2:12 am

· #500567
משה פריעדמאן
עצי שטים
"גור" האט געוויזן פאר די וועלט דעם שבת אז זיי זענען נישט א חסידות, זיי זענען נישט א קרייז - זיי זענען א גרויסע גרופע פון אומציוויליזירטע צעווילדעוועטע באשעפענישן!
לאוו דוקא נאר גור, קיינער איז נישט בעסער, סאטמאר באבוב, וכו', און בכלל אלע רעליגעזע, מ'צווינגט אנדערע מענטשן צו האלטן און טוהן זייער שיטה, און אז נישט נעמט מען שריט ביז טויט. אנגעהויבן ביי אייסיס געענדיגט ביי סידור קידושין, נארַ יעדער לויט זייער השגות.

ליידער.
גערעכט. איך מיין עס איז שוין די העכסטע צייט צו עפענען אן אשכול מיט די היסטארי פון די סאטמארע טעראר אנגעהויבן פון די צייטן נאך פון ר' ליפא פריעדמאן.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 2:12 am

· #500568
א חלק פון דער פארוואנדערטע
📎 IMG-20220521-WA0022.jpg 📎 IMG-20220521-WA0006.jpg 📎 IMG-20220521-WA0007.jpg

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 2:14 am

· #500569
א ווי געשריי צו רבנים
📎 IMG-20220521-WA0036.jpg

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 2:48 am

· #500574
זונאטג אינדערפרי ס'איז נאכאלץ נישט שטיל, מהאט שוין ווייטער צוקלאפט איינער פון דער חסידים פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א (דער שוואגער פון דער קומענדיגע גערער רבי, ר' דוד אלתר דער יונגסטע זון פון האדמו"ר מגור, יא יא זיין שוואגערס זענען נישט מיט איהם).

שמעון וואלף » זונטאג מאי 22, 2022 3:02 am

· #500576
ס'דארף קלאר געשטעלט ווערן פאר די רבנים די בכל אתר ואתר, מיט רעספעקט: די ארטאדאקסישע אידענטום פאלגט נאך פונדערנאנט די אנטוויקלונגן. טאמער ווילט איר אז אייערע איסורים, חרמות, מחאות און קול קורא'ס זאלן ווערן אנגענומען ערענסט, דארף מען אצינד הערן א שארפע פארדאמונג.

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 3:31 am

· #500578
די מזרחי'סטישע ח"כ בן גביר מיט א געניאלן איינפאל
📎 IMG_20220522_032958_493.jpg

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 3:41 am

· #500579
דא האט איר א טעלעגראם טשענאל מיט אלעס ארים די טעראר אין גור,
ממש לא יאומן די אלע ווידיאס, מענטשן וואס פארופן זיך שומרי תורה ומצות זאלן קענען פאלן אזוי נידריג

Chasidishmashpia » זונטאג מאי 22, 2022 6:35 am

· #500581
איז גער טאקע אנדערש פון אנדערע
די בילדער פון די פראגראם וואס גערער חסידים פירן אויס די טעג לכבודו פון רבן הקדוש שליט"א ברענגט צוריק די זיכרון פון רציחות און קלעפ ביי כלל ישראל פון יארן צוריק. און ניין איך מיין נישט ביי די צווייטע וועלט מלחמה איך מיין דייקא ווען פרומע אידן די 'עם הנבחר' האבן זיך געהרגט צווישן זיך און איך גיי נישט רעדן פון צאנז און ריזין ווייל דאס מוז מען שוין היינט זאגן עס איז געווען לשם שמים, איך רעד פון די הריגות פון אנדערע קהילות ווי למשל אין סאטמאר ווען מען איז איבערגעפארן מיט א קאר יוסל וואלדמאן, ווען מהאט זיך געהרגט שמחת תורה אין ראדני, ווען מהאט געברענגט הונט און בית מדרש אין לונדון, אין סקווירא ווען מהאט שיעור נישט פארברענט איינער וואס האט נישט מודה געווען אין רבי שליט"א, אין בעלזא ווען מהאט מבזה געווען אין מזיק געווען א ספר תורה ביי הכנסת ספר תורה לקהילת מאחניווקא למען כבוד בית בעלזא, אין וויזניץ ווען מהאט אראפ געווארפן רבי ישראל די טרעפ אלס לכבודו של הישועות משה, אין באבוב ווען מהאט מבזה געווען ת"ח אלס פארן האבן די חוצפה צו גיין אביסל אויך צום נעפיו, די הריגות אין פונוביז צווישן די מחבלים און שונאים מתוך בזוי כבוד התורה ולומדיה, די מערכות אין אלע חרדישע געגענטער אקעגן די וואס זענען מתקן עירובין כתקנת שלמה המלך ועל כולם די פינסטערע מערכות וואס מיר פירען קעגן איינער וואס פארלאזט די אידישקייט וואס מיר האבן זיך פארגעשריבן
הצד השווה שבהן גער איז נישט אנדערש פון יעדע אידישע פרומע קהלה.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 11:07 am

· #500593
Chasidishmashpia

אנטשולדוגס, רוב פון זיי איז געווען ווייל זיי האבען זיך געשלאגען אויף א בית מדרש און ס'איז נישט געווען אפעציעלע הכרזה אז מ'זאל אזוי טון.

דער פשוט'ער מענטש וואס האט פשוט געהערט צו דער געשלאגענע חסידות האט נישט באקומען קיין קלעפ, משא"כ דא יעדער איינער וואס איז א חסיד פון ר' שאול איז א טארגעט אפילו ער טוט גארנישט.

דא רעדט מען נאר פון דער עצם זאך אז דו בוסט א חסיד פון ר' שאול אלתר שליט"א, און ס'איז אפעציעלע מודעות פון דער חסידות! ס'איז על מנת להרוג ולאבד את כל היהודים. איך מאך נישט אוועק אנדערע אבער דא איז אויף דער טויזענטע שטאפעל.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 22, 2022 11:57 am

· #500596
דער בית ישראל פלעגט ארום לויפן טעראזירן אידן אין ירושלים. די גערע קאלט וועט אייביג בלייבען א צעווילדעוועטע עולם. שאול'ס חסידים מיזן קודם condemnen די בית ישראל צו deserven אונזער sympathy. אז נישט גייט גער ווייטער שפראצן פון דארט. גער=וויילענס.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 12:02 pm

· #500597
בורו פארק
כלבאשבוע
שרעקליכע מהומות איבערן שבת נאכדעם וואס גור איז ארויס מיט אן אפיציעלע טעראר אטאקע קעגן ר׳ שאול

דמם הותרו
רוצחים שפלים!

מ'האט צושפאלטען זיין קאפ השם ירחם.
דא האט איר א בילד פון זיין קאפ מיט סטיטשעס
📎 R-Schorr-2-696x928.jpeg

שאלתיאל » זונטאג מאי 22, 2022 12:22 pm

· #500600
האפענטליך וועט דאס זיין דער אנהייב פון דער סוף פון דער ברוטאלע גערער טעראר אימפעריע. זיי האבן פארלוירן ס'לעצט ביסל שטיצע וואס זיי האבן נאך געהאט פון דער אלגעמיינע גאס און זייערע געמיינע פרצוף איז אויפגעדעקט געווארן במלוא כיעורה. 😳 😳

קורקלענד » זונטאג מאי 22, 2022 1:06 pm

· #500608
וואספארא פראקטישע נ''מ מאכט עס פאר גור וואו די גאס שטייט? ר' שאול ווערט טאקע באווארפן מיט געלט פון דער גאס. אבער חוץ מזה?

yatzmachp » זונטאג מאי 22, 2022 1:07 pm

· #500609
בורו פארק
Chasidishmashpia
די בילדער פון די פראגראם וואס גערער חסידים פירן אויס די טעג לכבודו פון רבן הקדוש שליט"א ברענגט צוריק די זיכרון פון רציחות און קלעפ ביי כלל ישראל פון יארן צוריק. און ניין איך מיין נישט ביי די צווייטע וועלט מלחמה איך מיין דייקא ווען פרומע אידן די 'עם הנבחר' האבן זיך געהרגט צווישן זיך און איך גיי נישט רעדן פון צאנז און ריזין ווייל דאס מוז מען שוין היינט זאגן עס איז געווען לשם שמים, איך רעד פון די הריגות פון אנדערע קהילות ווי למשל אין סאטמאר ווען מען איז איבערגעפארן מיט א קאר יוסל וואלדמאן, ווען מהאט זיך געהרגט שמחת תורה אין ראדני, ווען מהאט געברענגט הונט און בית מדרש אין לונדון, אין סקווירא ווען מהאט שיעור נישט פארברענט איינער וואס האט נישט מודה געווען אין רבי שליט"א, אין בעלזא ווען מהאט מבזה געווען אין מזיק געווען א ספר תורה ביי הכנסת ספר תורה לקהילת מאחניווקא למען כבוד בית בעלזא, אין וויזניץ ווען מהאט אראפ געווארפן רבי ישראל די טרעפ אלס לכבודו של הישועות משה, אין באבוב ווען מהאט מבזה געווען ת"ח אלס פארן האבן די חוצפה צו גיין אביסל אויך צום נעפיו, די הריגות אין פונוביז צווישן די מחבלים און שונאים מתוך בזוי כבוד התורה ולומדיה, די מערכות אין אלע חרדישע געגענטער אקעגן די וואס זענען מתקן עירובין כתקנת שלמה המלך ועל כולם די פינסטערע מערכות וואס מיר פירען קעגן איינער וואס פארלאזט די אידישקייט וואס מיר האבן זיך פארגעשריבן
הצד השווה שבהן גער איז נישט אנדערש פון יעדע אידישע פרומע קהלה.
אנטשולדוגס, רוב פון זיי איז געווען ווייל זיי האבען זיך געשלאגען אויף א בית מדרש און ס'איז נישט געווען אפעציעלע הכרזה אז מ'זאל אזוי טון.

דער פשוט'ער מענטש וואס האט פשוט געהערט צו דער געשלאגענע חסידות האט נישט באקומען קיין קלעפ, משא"כ דא יעדער איינער וואס איז א חסיד פון ר' שאול איז א טארגעט אפילו ער טוט גארנישט.

דא רעדט מען נאר פון דער עצם זאך אז דו בוסט א חסיד פון ר' שאול אלתר שליט"א, און ס'איז אפעציעלע מודעות פון דער חסידות! ס'איז על מנת להרוג ולאבד את כל היהודים. איך מאך נישט אוועק אנדערע אבער דא איז אויף דער טויזענטע שטאפעל.
" רוב פון זיי איז געווען ווייל זיי האבען זיך געשלאגען אויף א בית מדרש"? Really? קענסט זאגן אז מען האט זיך געקריגט וועגן א בית מדרש אויך אבער רוב מחלוקת און עכטע ווייאלענס זענען געווען וועגן רביסטווע און אידעאלאגיע און טעריטאריע.

אזוי ווי סאטמאר איז די גרעסטע און די לענגסטע אין א powerful position אין אמעריקע האבן זיי די לענגסטע און ערגסטע היסטאריע פון ווייאלענס לשם ווייאלענס אויפן סמך פון אידעאלאגיע און טעריטאריע אין אמעריקע. לאמיר נאר זעהן א קליינע ליסטע מיט וועם זיי האבן זיך געשלאגן מיט ווייאלענס. קלויזענבורג, בעלז, וויזשניץ, ליובאוויטש, ניקלסבורג, בני יואל, קאשוי, אנאנים, זאליס, ארונים. עס איז דא גענוג וואס איך ווייס נישט.

דעס איז נאר סאטמאר. עס איז דא אלע אנדערע קהילות וואס האבן טאקע נישט דעם rap sheet ווי סאטמאר אבער יעדער לפום דרגא דיליה איז עלול אויף שרעקליכע ווייאלענס. ממילא לאך נישט פון גור.

yatzmachp » זונטאג מאי 22, 2022 1:09 pm

· #500611
Chasidishmashpia
די בילדער פון די פראגראם .
א קליינע הערה, די ווארט איז פאגראם און נישט פראגראם.

לאמיר זאגן » זונטאג מאי 22, 2022 1:29 pm

· #500616
בורו פארק
זונאטג אינדערפרי ס'איז נאכאלץ נישט שטיל, מהאט שוין ווייטער צוקלאפט איינער פון דער חסידים פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א (דער שוואגער פון דער קומענדיגע גערער רבי, ר' דוד אלתר דער יונגסטע זון פון האדמו"ר מגור, יא יא זיין שוואגערס זענען נישט מיט איהם).
פארוואס זאל דער אינגסטער זון זיין דער קומענדיגער רבי?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 22, 2022 1:33 pm

· #500618
נאכדעים וועט דער ..."כעבע"...נאכ'ן טיילן ..."שיריים"....פארטרוקנטע חלה (נאכ'ן ממלא כריסו זיין מיט הערינג). און וועט זאגן זיינע חסידים אז מע' זאלל זיין פאויל און לעראנען פלאאסיק...!

ער ווייזט זיך ארויס צו זיין א פראסטער יונג וואס קען נישט פארנעמען א ביסל קאמפעטישן. איז א סימן אז זיין גאנצע גדלות איז גארנישט ווערד.

סביב העולם » זונטאג מאי 22, 2022 2:15 pm

· #500620
שאלתיאל
האפענטליך וועט דאס זיין דער אנהייב פון דער סוף פון דער ברוטאלע גערער טעראר אימפעריע. זיי האבן פארלוירן ס'לעצט ביסל שטיצע וואס זיי האבן נאך געהאט פון דער אלגעמיינע גאס און זייערע געמיינע פרצוף איז אויפגעדעקט געווארן במלוא כיעורה. 😳 😳
פון דיין מויל צו גאטס אויערן. אדערווייל האט נאך קיין איין רבי אדער סיי וועלכער חרדי'שער פאבליק פיגור נישט געהאט די מינדעסטע הרהור פון פארדאמען די גור'ע במחשבה דיבור אדער במעשה.

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 2:29 pm

· #500622
דער וועבזייטעל VIN Vos Iz Neis איז דערווייל געווען דער איינציגסטע ענגלישע וועבזייטעל צו באריכטען דער טעראר פון גער, אבער היינט מיטאג איז עס ווינדערלעך פארשווינדען געווארען. ס'קומט ארויף Page not found.

איזה נשמה » זונטאג מאי 22, 2022 2:46 pm

· #500624
same is for Yeshiva world

קורקלענד » זונטאג מאי 22, 2022 3:00 pm

· #500625
לאמיר זעהן אויב גור וועט קענען אונטער קויפן קאווע שטיבל...

בורו פארק » זונטאג מאי 22, 2022 3:01 pm

· #500626
לאמיר זאגן
פארוואס זאל דער אינגסטער זון זיין דער קומענדיגער רבי?
ווייל גערער רבי שליט"א איז איהם דער מערסטע מחשיב, ווען דער גערער רבי איז געפארען קיין אויסלאנד האט ער געזאגט אז ר' דוד זאל מסדר קדושין זיין און ענטפערען שאלות ווען ער איז אויפ'ן ערעפלאן.

בר גיורא » זונטאג מאי 22, 2022 3:04 pm

· #500627
.
📎 5785039142479050752_121.jpg

אום אני חומה » זונטאג מאי 22, 2022 3:25 pm

· #500629
היינט עס איז דא א דינער לטובת די נייע גערער חדר אין בארא פארק. די דינער וועט זיין אין עמינענס, בראשות דעם גערעס עלטסטער זון אברום מרדכי וואס איז יעצט צו גאסט

עס איז צום האפן אז די נדיבים וועלן לכל הפחות בעטן אז מ'זאל לערענען מיט די קינדער וועגן מדות טובות

אום אני חומה » זונטאג מאי 22, 2022 3:44 pm

· #500631
איינער זאגט מיר אז אויב די חברה דארט טויגן דארף זיין אינדערויסן פון דער דינער היינט א טראק מיט סקרין'ס אפשפילן וואס האט זיך אפגעטון דעם שבת... די נדיבים דארפן וויסן וואס איז די חינוך וואס מ'לערנט דארט.

איז דא א טשענס אז עס זאל געשען????

בן ישי » זונטאג מאי 22, 2022 4:03 pm

· #500634
.
📎 Screenshot_20220522-152743_WhatsApp.jpg

פאלגזאם » זונטאג מאי 22, 2022 4:49 pm

· #500636
אום אני חומה
היינט עס איז דא א דינער לטובת די נייע גערער חדר אין בארא פארק. די דינער וועט זיין אין עמינענס, בראשות דעם גערעס עלטסטער זון אברום מרדכי וואס איז יעצט צו גאסט

עס איז צום האפן אז די נדיבים וועלן לכל הפחות בעטן אז מ'זאל לערענען מיט די קינדער וועגן מדות טובות
אפשר וואלט געווען וואויל ווען מען ברענגט די מידיא?
ספעציעל מיט די מעשים טובים פונעם בן הגדול.

לך לך » זונטאג מאי 22, 2022 5:17 pm

· #500637
.

לך לך » זונטאג מאי 22, 2022 5:18 pm

· #500638
נישט קויפן
📎 photo_2022-05-22_03-55-12.jpg

yn.NY » זונטאג מאי 22, 2022 5:35 pm

· #500639
בורו פארק
דער וועבזייטעל VIN Vos Iz Neis איז דערווייל געווען דער איינציגסטע ענגלישע וועבזייטעל צו באריכטען דער טעראר פון גער, אבער היינט מיטאג איז עס ווינדערלעך פארשווינדען געווארען. ס'קומט ארויף Page not found.
אבי די רעדסט זיך אפ.

גורע טעראר איז פולי באריכטעט

https://vinnews.com/2022/05/22/chasid-of-rav-shaul-alter-suffers-serious-injuries-during-gur-attacks-on-shabbos/

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 6:13 pm

· #500642
📎 IMG_20220522_181224_958.jpg

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 22, 2022 6:20 pm

· #500643
קורקלענד
לאמיר זעהן אויב גור וועט קענען אונטער קויפן קאווע שטיבל...
איך בין מסכים צי אויפהערן שרייבן קעגן גור אדער סיי וועם. פאר די ריכטיגע פרייז זאג מיר נאר ווי צי נעמען
בלאט: 1 2 3 4