לאמיך נאר נאכאמאל אויסקלארן,
ווי איך האב קלאר געשריבן האלט איך ווי דיר אז א עובר איז נישט קיין מענטש, טאקע נאר אויב ער קען נישט לעבן אהן די מאמע, אבער די מינוט וואס ער איז אינו צריך לאמו, און ער איז בלויז דארטן צו וואקסן (א זאך וואס ער קען פונקט אזוי טון אינדרויסן, און אגב די טוסט עס אויך יעדע מינוט) איז ער שוין
יעצט א מענטש, נישט אז ער
גייט ווערן א מענטש, ניין! ער איז שוין
יעצט א מענטש, וואס אנשטאט שעפן די חיות פון זיך אליין דורך עסן, גייט עס דורך א פייפ, פינקט ווי א מענטש אויף מאשינען.
איך זע אז דיין איינציגסטע סברה צו זאגן אז א עובר איז נישט קיין מענטש איז דאס
עס איז די גאנצע חיות פון די בעיבי וואס פארט דורך די מאמע
(אגב איך האב ליב אז אפילו דו ריפסט אים א בעיבי)
אבער דיין סברה איז נאר גילטיג ווען ער איז נאך צריך לאמו, קענסטו זאגן אז ער איז נישט קיין מענטש ווייל ער קען נישט לעבן אליין, אבער אויב קען ער אליין לעבן דאן מיט וואס איז ער אנדערש ווי א מענטש?
איך זע אז דו ביסט כאטש מודה אז א ערוואקסענע מענטש וואס לעבט איז יא א מענטש, אפילו ער לעבט אויף מאשינען, און ער איז נישט איין גרויסע טומער
איז לאמיר דיך פרעגן, ווען פונקטליך (וועלכע סקונדע
פונקטליך) איז ער געווארן א מענטש?
ווען ווערט ער פון א עפל צו א מענטש? ווען מען שטעקט ארויס די קאפ? הענט? רוב גוף? ערשטע אטעם? ווען מען שניידט די קארד? ווען ער וויינט? וואס איז די
מעדשזיק זאך וואס מאכט א מענטש פון א טומער צו א מענטש? די וואדזשיינע האט די כוח?
און וואס דו וועסט נאר זאגן וועט זיין אבסורד, ווייל אויב נעמסטו למשל אהן אז די ערשטע אטעם איז וואס מאכט דעם טויש, דאן וועסטו זאגן אז אויב די קינד איז גענצליך ארויס, און עס נעמט למשל דרייסיג סעקונדעס ביז ער הייבט אהן נארמאל צו אטעמען מעג איך שנעל צולויפן מיט א שווערד און אפהרג'ענען דעם טומער?
זיכער אז נישט, ווייל ווי נאר ער קען שוין אליין לעבן, נאר ער איז אגב אנגעבינדן און לעבט אויף עפעס אנדערש,
איז ער א מענטש!
דו האלטסט אין איין איבערזאגן די זעלבע טענה, אז א עובר איז נישט קיין מענטש, אבער דו גיבסט נישט קיין מאראלישע און ראציאנאלע הסבר ווען מען ווערט א מענטש, און פארוואס דוקא דעמאלטס
היטלער האט אויך געשריגן אז אידן זענען נישט קיין מענטשן און מען קען זיי הרג'ענען, אידן זענען עפלעך! טומערס! האט ער געשריגן, אבער אהן אנגעבן א סיבה, בלויז געזאגט אזוי און פארטיג, און ער ווערט טאקע פאררעכנט אלס דער גרעסטע אומאראלישע מאסן מערדער אין היסטאריע.
אויב ער זעט אויס ווי א מענטש, טעיסט ווי א מענטש, שמעקט ווי א מענטש, שטויסט ווי א מענטש, מאכט היקאפס ווי א מענטש, איז ער א מענטש,
אפילו ער איז נישט פון די "ריינע ראסע" וואס עסן דורך די מויל, נאר ער עסט דורך IV, און אפילו ער אטעמט נישט, פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס פאר זיין חיות (פונקט ווי פיש אין וואסער וואס לעבן און אטעמען אויף אנאנדערן אופן)
איז ער נאכאלץ א מענטש
און טאמער ווילסטו זאגן אנדערש מוזטו זאגן פארוואס? ווען ווערט מען א מענטש?