☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט

הפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15277
בלאט: 1 2

היסטאריע » מיטוואך מאי 4, 2022 9:00 am

· #499239
הפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
אמעריקא דרייט זיך איבער. עס האט ארויס געליקט אז דער סופרים קארט דער פסק'ענען אז פרויען אבארטירען איז נישט דער בחירה פין דער פרוי וואס טראגט. און אז דער ממשלה מעג אריין רעדן אין דעם, און זאגן אז עס הייסט אפשר יא רציחה.

דער געריכט האט אין 1973 געפסקנט אז עס איז דער רעכט פין דער פרוי, און ממילא איז עס געווען לעגאל אין אלע שטעט, די פרומע שטעט, וואס זוכן צו מינימיזירן הפלות, האבן געלייגט רויטע טעפ, דורך אנדערע וועגן.

יעצט וועלען שטעט קענען אסר'ן הפלות אלץ רציחה.

זעהט נישט אויס ווי די ק"ש עולם איז צו איבערגענומען פין דעם, און פארוואס יא? פאר אונז אידן איז דאך דא א תורה וואס איז קובע די הלכה. וואס איז א נפק"מ וואס די גוים טוהן? זאלען זיי אלע אבארטירען וועט זיין ווייניגער גוים. אמת, די גוים טארן נישט, אלץ ז' מצוות, אידן אבער מעגן יא, ווייל א עובר הייסט נישט א נפש, אבער ראה ויתר גוים. אויף דעם איז דער רמז, ראו (ראה) וועיד (ויתר). און פארדעם האלטען די אידן אין דער געריכט אז מען דארף עס מתיר זיין.

לגבי דער עצם אבארטירען, בין איך שטארק אויפגעטרייסעלט אז זיי הרג'נען בעיביס, צו פאר דער בעיבי קומט ארויס, אדער דערנאך? דאס, אפילו מען מעג על פי הלכה, פארשטיי איך נישט ווי אזוי אסאך מענטשען האלטען אז דאס דארף זיין לעגאל. אפילו אויב מען זאל האלטען אז די פרוי האט א רעכט ארויס צו שטויסן דער בעיבי פין זיך, אבער מהיכי תיתי א רעכט צו הרג'נען דאס קינד? און בפרט נאך דעם וואס דער בעיבי ווערט געבוירן, אויב אמת אז זיי טוהן דאס.

מיליאנער » מיטוואך מאי 4, 2022 9:16 am

· #499240
איך פארשטיי באמת נישט די חילוק פון הרגענען א עובר אפילו פון צוויי וואכן און א דרייסיג יעריגע מענטש. אפילו פון א גואישע שטאנדפונקט.

החוקר » מיטוואך מאי 4, 2022 9:36 am

· #499242
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
באמת? קענסט נישט טראכטן פון קיין שום חילוק? א קליינע, א פיצי?

פון צומח און א חי פארשטייסטו יא די חילוק? וואס איז מיט די צווישנשייד פון א חי און א מדבר, יא פארשטענדליך?

מיליאנער » מיטוואך מאי 4, 2022 9:44 am

· #499243
החוקר
באמת? קענסט נישט טראכטן פון קיין שום חילוק? א קליינע, א פיצי?

פון צומח און א חי פארשטייסטו יא די חילוק? וואס איז מיט די צווישנשייד פון א חי און א מדבר, יא פארשטענדליך?
אדרבה זאג מיר די סיבה פארוואס מ'טאר נישט הרגענען קיין מענטש, לאמיר זען אויב ס'איז טאקע נישט רעלעוואנט ביי אונזער פאל.

שמן למאור » מיטוואך מאי 4, 2022 10:19 am

· #499246

היסטאריע » מיטוואך מאי 4, 2022 10:33 am

· #499247
אמאהל האב איך געהערט א שיעור פין א רעפארם ראביי, לערנט פאר די פסוק אין משפטים, ונגפו אשה הרה, איז א ראי' אז אבארשען דארף זיין לעגאל.
די צוהערער האבן אבער נישט געקענט אראפ שלינגען ווי דער פרוי ווערט דער פראפערטי פין מאן.

החוקר » מיטוואך מאי 4, 2022 11:14 am

· #499250
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
מיליאנער
אדרבה זאג מיר די סיבה פארוואס מ'טאר נישט הרג'ענען קיין מענטש, לאמיר זען אויב ס'איז טאקע נישט רעלעוואנט ביי אונזער פאל.

איך פארשטיי באמת נישט וואס דאס קומט אהער. אבער אז דו פרעגסט קען איך פרובירן צו ענטפערן:

1) די תורה לאזט נישט.
2) מען קען גיין יושב'ן.
3) מענטשן וועלן נאכשרייען אז דו ביסט א מערדער.
4) כל דאלים גבר, איז א חורבן פאר די געזעלשאפט.
5) מיר האבן אנגענומען אז עס איז נישט מאראליש צו טון אזאנס.

Pick your poison...

אז דו ווילסט, קען איך טראכטן נאך סיבות.

היסטאריע » מיטוואך מאי 4, 2022 11:53 am

· #499255
און די נייעס קוועלער, געפינען פאר גאר וויכטיג צו באשרייבען די אכזריות פין הרג'נן א רוסטער, א טשיקען, און דער וואס האט עס געטוהן? פארלוירען די פרנסה. אבער א בעיבי וואס ווערט געבוירען ביי א מאמע וואס וויל עס נישט, ער איז חייב מיתה. כאטש דאס איז די זעלבער וואס געוועהנליך האלטען זיי אז א טויט אורטייל איז א זאך וואס נאר צוריק געשטאנענע מענטשען טוהן.
https://www.msn.com/en-us/news/us/carl-the-rooster-miss-town-e2-80-99s-icon-killed-and-dumped-in-parking-lot/ar-AAWUsoM

מיליאנער » מיטוואך מאי 4, 2022 12:35 pm

· #499257
החוקר
איך פארשטיי באמת נישט וואס דאס קומט אהער. אבער אז דו פרעגסט קען איך פרובירן צו ענטפערן:

1) די תורה לאזט נישט.
2) מען קען גיין יושב'ן.
3) מענטשן וועלן נאכשרייען אז דו ביסט א מערדער.
4) כל דאלים גבר, איז א חורבן פאר די געזעלשאפט.
5) מיר האבן אנגענומען אז עס איז נישט מאראליש צו טון אזאנס.

Pick your poison...

אז דו ווילסט, קען איך טראכטן נאך סיבות.

מיט דעי סיבות קוקט אויס ווי לצורך הפסד מרובה וואלט מען זיך געמעגט מקיל זיין צו הרג'ענען א מענטש... בצנעא זיכער...

פרנס החודש » מיטוואך מאי 4, 2022 1:27 pm

· #499260
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
נו אדרבה !! קום אפיר מיט עפעס בעסערס!!

החוקר » מיטוואך מאי 4, 2022 2:11 pm

· #499265
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
מיליאנער
מיט דעי סיבות קוקט אויס ווי לצורך הפסד מרובה וואלט מען זיך געמעגט מקיל זיין צו הרג'ענען א מענטש... בצנעא זיכער...
א) טאקע, נו ווער זאגט אז נישט.
ב) דאס איז נישט קיין פירכא, איז וואס זאגסטו?
ג)
1) מען דארף פרעגן א דיין.
2-4 וואס דען מיינט "אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו"?
אדער
2) פאסירט יעדן טאג.
3) אויב נאר דאס האלט דיך אפ, דערמאן מיר נישט צו האבן מיט דיר קיין שייכות.
4) איה"נ, דארט ווי מען טוט עס צו אפט בצנעה - לצורך גדול הערשט א געזעצלאזיגקייט.
5) אלס א געזעלשאפט, זענען מיר זיך טאקע מקיל לצורך. לדוגמא, א מערדער זענען טייל זיך מקיל צו הארגענען.

היסטאריע » מיטוואך מאי 4, 2022 7:37 pm

· #499300
מיט ענקער משא מתן איז קאווע שטיבל זיכער ארויף א מדריגה קעגן אייוועלט

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 4, 2022 7:46 pm

· #499302
די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.

גליקלעך » מיטוואך מאי 4, 2022 8:27 pm

· #499306
היסטאריע
און די נייעס קוועלער, געפינען פאר גאר וויכטיג צו באשרייבען די אכזריות פין הרג'נן א רוסטער, א טשיקען, און דער וואס האט עס געטוהן? פארלוירען די פרנסה. אבער א בעיבי וואס ווערט געבוירען ביי א מאמע וואס וויל עס נישט, ער איז חייב מיתה. כאטש דאס איז די זעלבער וואס געוועהנליך האלטען זיי אז א טויט אורטייל איז א זאך וואס נאר צוריק געשטאנענע מענטשען טוהן.
https://www.msn.com/en-us/news/us/carl-the-rooster-miss-town-e2-80-99s-icon-killed-and-dumped-in-parking-lot/ar-AAWUsoM
וואס פאלט דיר ביי אז מען הרגע’ט לעבעדיגע בעביס? קענסט אפשר אנצייגן פארוואס דו זאגסט אזוי?

שמן למאור » מיטוואך מאי 4, 2022 8:27 pm

· #499307
קהל'ס נער
די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.
ווען פינקטליך ווערט ער א מענטש? מעג מען אויך הרגענען א קינד צען מינוט פאר ער קימט ארויס? ער קען שוין ריהוג לעבן אהן די מאמע, וועגן ער איז ארימגענימען מיט פלייש? נא קען איך דאך ארימוויקלען מענטשן מיט פלייש און זיי דערמארדן?

בורו פארק » מיטוואך מאי 4, 2022 8:59 pm

· #499310
בקרב פוסקי ההלכה נכתב שקיימים שתי איסורים אפשריים בביצוע הפלה:

איסור חבלה בגופו של אדם. גם אם העובר אינו נחשב לישות עצמאית, הרי שהוא נחשב חלק מגופה של האם. (הרב ישראלי זצ"ל בספרו 'עמוד-הימיני' (סימן לב), והרב אליעזר ולדינברג זצ"ל בספרו שו"ת 'ציץ-אליעזר' (ט, נא, ב; יג, קב, ו)).
הריגת העובר נחשבת לאיסור חצי שיעור, וחלק מאיסור רצח, אך לא האיסור המלא ולכן אין על כך חיוב מיתה. (שו"ת אגרות משה חו"מ ח"ב סימנים סט – עא, והרב אויערבאך זצ"ל, והרב אלישיב זצ"ל).

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 4, 2022 9:34 pm

· #499313
עצי שטים
קהל'ס נער
די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.
ווען פינקטליך ווערט ער א מענטש? מעג מען אויך הרגענען א קינד צען מינוט פאר ער קימט ארויס? ער קען שוין ריהוג לעבן אהן די מאמע, וועגן ער איז ארימגענימען מיט פלייש? נא קען איך דאך ארימוויקלען מענטשן מיט פלייש און זיי דערמארדן?
ווילאנג די קינד איז אין די מאמע איז עס נישט קיין מענטש, איינער וואס הרג'ט א עובר איז עס א דין ממונות ער דארף באצאלן געלט, א עובר וואס געבוירט אין די אכטע חודש איז מוקצה אין שבת אפילו ווען ער לעבט נאך, ווייל ער איז נישט קיין מענטש ער איז א פלעינע שטיקל בשר.
דעס איז די תורה'דיגע סיבה.
די פראסטע סיבה איז ווייל מענטשהייט האט געמאכט א דיל צווישן זיך (מ'רופט עס א געזעץ) אז מען טאר נישט הרג'נען קיין מענטשען, נישט ווייל ס'ליגט עפעס טיף דערין, נאר ס'פשוט נישט פראקטיש צי לעבען אין א וועלט ווי מען דארף ציטערן פארן לעבן, וויבאלד אבער קיינער האט נישט מורא אז א עובר גייט הרג'נען א מענטש, מילא זענען זיי נישט אין די דיל.

שמן למאור » מיטוואך מאי 4, 2022 9:56 pm

· #499317
קהל'ס נער
ווילאנג די קינד איז אין די מאמע איז עס נישט קיין מענטש, איינער וואס הרג'ט א עובר איז עס א דין ממונות ער דארף באצאלן געלט, א עובר וואס געבוירט אין די אכטע חודש איז מוקצה אין שבת אפילו ווען ער לעבט נאך, ווייל ער איז נישט קיין מענטש ער איז א פלעינע שטיקל בשר.
דעס איז די תורה'דיגע סיבה.

די פראסטע סיבה איז ווייל מענטשהייט האט געמאכט א דיל צווישן זיך (מ'רופט עס א געזעץ) אז מען טאר נישט הרג'נען קיין מענטשן, נישט ווייל ס'ליגט עפעס טיף דערין, נאר ס'פשוט נישט פראקטיש צו לעבן אין א וועלט ווי מען דארף ציטערן פארן לעבן, וויבאלד אבער קיינער האט נישט מורא אז א עובר גייט הרג'נען א מענטש, מילא זענען זיי נישט אין די דיעל.

תורה'דיג רעד איך נישט, ווייל מען רעדט דא פון גוי'אישע געזעצן, און די תורה וועט זיי נישט מחייב זיין, און בכלל ע"פ תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א אבארשאן שלא לצורך גדול.

לאמיר רעדן ווי צוויי גוים.

די סיבה פארוואס מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן איז נישט בלויז וועגן א פראקטישע געזעץ, נאר ווייל עס איז פשוט נישט מאראליש צו ערמארדן א מענטש. עס איז א מעשה אכזריות, און א מעשה רציחה, דאס איז די טבע הבריאה אז מען פילט אזוי, די הארץ און געפיל פון א געווענליכער מענטש וועט אים נישט לאזן הרג'ענען א מענטש.

אפילו אויב איך בין אין א וואלד אין יעהופעץ און איך טרעף דארטן א פארלוירענע אינגעלע, וואס זיינע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען פון אים אמאל צו טרעפן, און עס איז אויך נישטא דארטן קיין פאליציי וואס זאלן אינפארסירן די "וועלטס אפמאך" אז מען טאר נישט הרג'ענען, איז לכו"ע א שלעכטע זאך אים צו הרג'ענען, אפילו ער וועט מיר קיינמאל גארנישט קענען צוריקטון, און דו וועסט נישט דערמיט אויפשאקעלען די וועלט ארדענונג, ווייל קיינער וועט קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון, דאך וועט יעדער מודה זיין אז איך האב נישט גוט געטון אויב איך הרג'ע אים, ווייל "רציחה" איז שלעכט.

יעצט ווער ביסטו אפצומאכן אז וועגן ער איז נאך אין די מאמעס בויך לעבט ער נאכנישט? וואס עפעס? זיין הארץ קלאפט פונקט ווי דיינס, ער האט א עקסטערע DNA פונקט ווי דיר, נו פארוואס זאל איינער מעגן צוגיין צו א פרוי וואס זיצט על המשבר אין אריינשטעכן א שווערד אין איר רחם? אין פארוואס א מינוט נאכן געבורט האלטסטו שוין אויך אז עס איז רציחה, ווער האט מורא אז קינדער אינטער די פינף וועלן זיך נוקם זיין אין זיי? אפשר זאלן קינדער ביז די פינף יאר נישט זיין אינעם דיעל! און אויב די מאמע האט שוין נישט קיין כוח צו די וויינעדיגע בעיבי זאל זי מעגן הרג'ענען די קינד לעגאל ביז די פינף יאר? אפשר גאר ביז זעקס יאר? און אפשר גאר ביז די צען יאר...

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 4, 2022 11:55 pm

· #499332
עצי שטים
תורה'דיג רעד איך נישט, ווייל מען רעדט דא פון גויאישע געזעצן, און די תורה וועט זיי נישט מחייב זיין,די מערב וועלט ווירדן זענען געבויעט אויף די תורה {jdeo-christion values בלע"ז} און בכלל ע"פ תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א אבארשאן שלא לצורך גדול נישט אמת, ס'מותר לכתחילה, ס'איז א לעצטיגע אכשר דרא משוגעת

לאמיר רעדן ווי צוויי גוים:

די סיבה פארוואס מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן איז נישט בלויז וועגן א פראקטישע געזעץ, נאר ווייל עס איז פשוט נישט מאראליש מאראל איז געבויעט אויף די תורה כנ"ל צו ערמארדן א מענטש, עס איז א מעשה אכזריות, און א מעשה רציחה. דאס איז די טבע הבריאה אז מען פילט אזוי, די הארץ און געפיל פון א געווענליכער מענטש וועט אים נישט לאזן הרג'ענען א מענטש, אלץ פיין און וואויל אבער א עובר איז נישט קיין מענטש, ווי זאגט בן שפירא "facts don't care about your feelings"

אפילו אויב איך בין אין א וואלד אין יעהופעץ און איך טרעף דארטן א פארלוירענע אינגלע, וואס זיינע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען פון אים אמאל צו טרעפן, און עס איז אויך נישטא דארטן קיין פאליציי וואס זאלן אינפארסירן די "וועלטס אפמאך" אז מען טאר נישט הרג'ענען, איז לכו"ע א שלעכטע זאך אים צו הרג'ענען, אפילו ער וועט מיר קיינמאל גארנישט קענען צוריקטון, און דו וועסט נישט דערמיט אויפשאקעלען די וועלט ארדענונג, ווייל קיינער וועט קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון, דאך וועט יעדער מודה זיין אז איך האב נישט גוט געטון אויב איך הרג'ע אים, ווייל "רציחה" איז שלעכט. בקיצור מאראל כנ"ל

יעצט ווער ביסטו אפצומאכן אז וועגן ער איז נאך אין די מאמעס בויך לעבט ער נאכנישט? וואס עפעס? זיין הארץ קלאפט פונקט ווי דיינס, ער האט א עקסטערע DNA פונקט ווי דיר, א בהמה האט אויך א DNA, און זיין הארץ קלאפט אויך, so what, ער איז נישט קיין מענטש, אותו דבר א עובר איז נישט קיין מענטש נו פארוואס זאל איינער מעגן צוגיין צו א פרוי וואס זיצט על המשבר אין אריינשטעכן א שווערד אין איר רחם? אין פארוואס א מינוט נאכן געבורט האלטסטו שוין אויך אז עס איז רציחה, ווער האט מורא אז קינדער אינטער די פינף וועלן זיך נוקם זיין אין זיי? אפשר זאלן קינדער ביז די פינף יאר נישט זיין אינעם דיעל! און אויב די מאמע האט שוין נישט קיין כוח צו די וויינעדיגע בעיבי זאל זי מעגן הרג'ענען די קינד לעגאל ביז די פינף יאר? אפשר גאר ביז זעקס יאר? און אפשר גאר ביז די צען יאר...

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 12:02 am

· #499335
א בהמה קען לעבן טויזענטע יארן און וועט נישט ווערן קיין מענטש (אפשר על פי אוועלושאן יא, דאן קענען מאנקיס ווערן מענטשן, און טאקע פארדעם זענען די אטעאיסטן אזוי פאר צער בעלי חיים)
אבער א עובר איז שוין א פארטיגע מענטש, וואס פעלט אים פינעף מינוט פארן געבוירן? וואס פעלט אים פון זיין מענטשליכקייט? ער האט א קאפ, מוח, בויך, הארץ, הענט און פיס אין וואס נישט, בלויז ווייל ער איז אנגעבינדען און זיין מאמע? איז וואס? איינער וואס גייט דורך א אפעראציע, און איז אנגעבינדען אין מאשינען בשעת מעשה וואס דערהאלטען אים ביים לעבן, מעג איך גיין יעצט אים אפשניידן די קאפ?

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 5, 2022 12:08 am

· #499337
א עובר פינקט אזוי נישט קיין מענטש ווי א דאגי, איך זעה נישט פארוואס א דאגי האט נישט קיין טשענס צי ווערן א מענטש זאל עס מאכן א עובר פאר א מענטש, וואס האט איינס מיט די אנדערע.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 1:08 am

· #499355
[ציטאט אראפגענומען]

דאס אז אמאל אמאל געלונגט עס נישט, ווייזט נישט אז ער איז נישט קיין מענטש, עס ווייזט בלויז אז ער קען שטארבן פונקט ווי יעדער מענטש קען שטארבן,

פארוואס זאגסטו אז א עובר איז נישט קיין מענטש? וואס פעלט אים צען מינוט פארן געבורט? פארוואס וועגן ער איז אין א צווייטן איז ער אויס מענטש (נאכנישט מענטש) ווען יונה איז געווען אין די פיש איז ער געווארן אויס מענטש? 😃 (ער איז זיכער געווארן אויס מענטש... אבער איך מיין.. ערנסט, וואס איז די חילוק)

בירט קאנטראל און ז"ל איז אנאנדערע זאך, עס הייבט ניטאמאל אהן צו ווערן א קינד, עס הייבט נישט אהן צו וואקסן בכלל, עס האט נישט קיין פאטענציאל

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 1:17 am

· #499356
קהל'ס נער
א עובר פינקט אזוי נישט קיין מענטש ווי א דאגי, איך זעה נישט פארוואס א דאגי האט נישט קיין טשענס צי ווערן א מענטש זאל עס מאכן א עובר פאר א מענטש, וואס האט איינס מיט די אנדערע.
איך כאפ נישט פיקטליך וואס די זאגסט, קודם כל, איז הרג'ענען א דאגי סתם פאר גארנישט אויך א מעשה רציחה,
א מענטש איז טאקע חשובער, און ער קומט קודם צו ראטעווען בשעת סכנה, אבער עס איז דאך דא רציחה

צווייטענס, פארוואס איז א עובר נישט קיין מענטש פינעף מינוט פארן געבורט? וואס איז ער אנדעשט ווי די געבוירענע?
און אויב איז ער ארויס לאויר עולם אין דערנאך צירוק אריין איז ער שוין יא א חלות מענטש וואס מען טאר נישט הרג'ענען? אדער היות ער איז צירוק אריין ווערט ער צירוק אן "עובר" וואס מען מעג טויטן? וואס עפעס? ווער האט אפגעמאכט אז דעם דורכגיין דעם אותו מקום מאכט דיר פאר א מענטש? און וואס איז מיט א יוצא דופן? וואס איז די לאגישער חילוק פון א בעיבי אונעם בויך אדער אינדרויסן פונעם בויך?

בת קול » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:08 am

· #499369
מיליאנער
איך פארשטיי באמת נישט די חילוק פון הרגענען א עובר אפילו פון צוויי וואכן און א דרייסיג יעריגע מענטש. אפילו פון א גואישע שטאנדפונקט.
א fetus פון 2 וואכן האט נאך נישט קיין heartbeat אדער א brain.
עס איז קלענער ווי א sesame seed.
גארנישט אנדערש ווי סתם א לעבעדיגע צעל אינעם מענטש'ס גוף נאר עס האט פאטענציאל.
פונקטלעך וויאזוי איז עס ענדליך צו א לעבעדיגע 30 יעריגע מענטש?

בת קול » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:14 am

· #499370
די אורטייל לויט ווי איך פארשטיי, איז נישט איבער late term abortion.
עס איז איבער early abortion ווען אלע דאקטוירים זענען מסכים אז די fetus קען נישט לעבן אליין אויב ווערט עס שוין דאן געבוירן.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 11:58 am

· #499373
קהל'ס נער
ווי זאגט בן שפירא "facts dont care about your feelings"
אז מען רעדט שוין יא פון בען שפירא, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן אויף אבארשען

ער רעדט דא בלויז לאגיש, גארנישט תורה רילעיטעט, און ער טענה'ט זיך מיט ליבעראלע סטודענטן, און ווארפט אפ פילע פון די פרא רציחה ארגומענטן,

https://youtu.be/LfmA_ufFDCg

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג מאי 5, 2022 3:35 pm

· #499393
איך בין נישט קיין גרויסע פיליזאף, לאמיר נאר פראבירן צו שרייבן וואס איך טראכט.

עס איז פארהאן אסאך לעוועלס פון לעבן, געוויסע זענען נענטער צו אונז, און אנדערע זענען ווייטער. למשל געוואוקסן זענען א סארט חיות וואס איז נישט זייער ענדליך צו אונז, און (כמעט) קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען מען הרג'עט א גראז. אין פאקט, עס איז א נארמאלע ערשיינונג צו נעמען בלומען, עס אפשניידן פון די מקור, און עס געבן פאר איינעם עס זאל אפשטארבן אויף זייער טיש... און עס הייסט א שיינע מתנה.

ווען עס קומט צו גאר קליינע בעלי חיים, וועלן רוב מענטשן אויך נישט האבן קיין פראבלעם זיי צו פארטיליגן, כאטש מען קען הערן אויף איידעלע מענטשן, ער וואלט נישט געטשעפעט קיין פליג אויפן וואנט.

ווען עס קומט צו גרעסערע בעלי חיים, וואס זענען שוין נענטער צו אונז, און מען קען אפילו טראכטן אז זיי האבן עפעס געפילן, פילט מען שוין נישט ווי מען וויל זיי אומברענגען אומזיסט. כאטש רוב וועלט איז גרייט זיי צו עסן, ווייל עסן ווערט געזען ווי גענוג א וויכטיגע צוועק צו אומברענגען בעלי חיים.

ווען עס קומט צו מענטשן אליין, וועט מען געווענליך נישט ווילן הרג'ענען קיינעם, נאר אין אויסנאמס פעלער. למשל הבא להרגך, אדער א רודף, וואס דאן האלט יעדער מען מעג אים אומברענגען. און אין אדערע פעלער וועט עס ווערן דעבאטירט.

יעצט, ווען עס קומט צו אן עובר. יעדער וועט האלטן אין א פאל וואס ס'איז א סכנה פאר די מאמע דארף מען עס נישט לאזן לעבן, אפילו א לעבעדיגע מענטש וואלט מען גע'הרג'עט אין פאל ער איז א סכנה פאר אנדערע. און יעדער וועט אויך האלטן עס איז א דרגה העכער פון א בהמה, און מען זאל עס נישט אומברענגען ווען מען איז הונגעריג. נאכאלס קען מען מאכן די ארגומענט אז דאס איז עפעס א קאטעגאריע צווישן מענטשן און בעלי חיים.

----------

יעצט מיין ארימע מיינונג אויף למעשה. ווילאנג דאס קינד דארף צוקומען צום מאמע, איז עס אין א געוויסע זין א פאראזיט. עס איז נישט שיין צו זאגן אזאנס אויף אן עובר, אבער טעכניש לעבט עס אויף צונעמען כוחות פון די מאמע. ממילא, ווילאנג דאס קינד לעבט נאר אויף אירע כוחות, איז די מאמע בארעכטיגט צו זאגן איך דארף מיר נישט לאזן ארויסנעמען די כוחות, קענסט נישט לעבן אויף מיין חשבון און האבן טענות אויף מיר אויב איך וויל דיר מער נישט האלטן.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 3:47 pm

· #499395
יעקב מעקסוועל
איך בין נישט קיין גרויסע פיליזאף,
קיין קליינע אויך נישט

גאלד » דאנערשטאג מאי 5, 2022 4:15 pm

· #499397
אין קורצן:

מדיני אדם איז מען נישט דן דיני נפשות ביז דער מענטש איז 30 טאג אלט.

מדיני שמים איז אפי' זרע לבטלה א ענין פון רציחה, כמבואר בזוהר.

לשעצמי, אונטערסירט מיך ווי א לאך אין קאפ אז געוויסע ליבערס עבארטן זייערע בעיביס.

ווי אויך האב איך קיין שום פראבלעם אויב די רעגירונג לאזט נישט עבארטן א געזונטע בעיבי מיט א געזונטע מאמע וואס איז נתעבר געווארן ברצון. וואס אהרט איינעם אז דער בעיבי זאל לעבן?

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 4:19 pm

· #499398
יעקב מעקסוועל
איך בין נישט קיין גרויסע פיליזאף,
קיין קליינע אויך נישט
היינו בלשון קאמפלעמענט
מאך דיך נישט אזוי אוועק 😛


יעצט מיין ארימע מיינונג אויף למעשה. ווילאנג דאס קינד דארף צוקומען צום מאמע, איז עס אין א געוויסע זין א פאראזיט. עס איז נישט שיין צו זאגן אזאנס אויף אן עובר, אבער טעכניש לעבט עס אויף צונעמען כוחות פון די מאמע. ממילא, ווילאנג דאס קינד לעבט נאר אויף אירע כוחות, איז די מאמע בארעכטיגט צו זאגן איך דארף מיר נישט לאזן ארויסנעמען די כוחות, קענסט נישט לעבן אויף מיין חשבון און האבן טענות אויף מיר אויב איך וויל דיר מער נישט האלטן.

איך וואלט אויך געהאלטן די קו המבחין איז אויב ער קען לעבן אהן די מאמע, אבער פאר אן אנדערע סיבה:

לויט דיר איז עס ווייל ער לעבט אויף די מאמע'ס חשבון, ממילא מעג זי אפמאכן וואס צו טון מיט זיין לעבן,
אבער די ארגומענט איז נישט אזוי מאראליש אויסגעהאלטן, צי בלויז ווייל ער איז אנגעוויזן אויף דיר מעגסטו אים טויטן? אפילו ער איז מגרע דיין געזינט במדת מה, נו מעג דען א טאטע הרג'ענען א קינד וואס דערגייט אים די יארן? אפילו עס מאכט אים ממש קראנק, איז ער נישט בארעכטיגט צו הרג'ענען פאר דעם!

איך וואלט ענדערש געזאגט אז דער טעם איז ווייל ער הייסט נאכנישט קיין מענטש, אויב קען ער נישט לעבן פאר זיך אליין אהן די מאמע, דאן איז ער נאכנישט בגדר מענטש,

הגם אויף דעם קען מען טענה'ען, אויב אזוי, איז א מענטש וואס לעבט בלויז אויף מאשינען נישט קיין מענטש? מעג מען הרג'ענען אזא איינעם? און דאס איז בעצם די טענה פון די וואס ווילן אסר'ן אבארשאן פון קאנסעפשאן, זיי טענה'ן, ווען פונקטליך ווערט ער א מענטש?
און וועלכע זאך דו וועסט נאר אנווייזן אז "דאס" איז עס, וועט מען טרעפן די זעלבע סענעריאו ביי א ערוואקסענעם מענטש מיט די זעלבע פעלער וואס דארטן וועסטו יא מודה זיין אז מען טאר אים נישט הרג'ענען. אויב אזוי מיט וואס איז די עובר אנדערש?

למשל, אויב וועסטו זאגן אז ער איז נישט קיין מענטש ביז ער האט נישט קיין הארץ קלאפעניש, וועלן זיי טענה'ען, און וואס איז מיט איינער וואס לעבט מיט א מאשין וואס קלאפט אנטשאט די הארץ? מעג מען אים טויטן?

אבער איך מיין אז דאך איז דאס א גוטע סברה, אז אויב קען ער נישט לעבן אליין דאן איז ער נישט בגדר מענטש, ווייל הגם א ערוואקסענע פארלירט נישט זיין סטאטוס אלס מענטש וועגן ער ווערט אנגעוויזן אויף מאשינען, אבער צו באקומען צום ערשטן מאל א סטאטוס פון מענטש, דארף מען שוין יא קענען לעבן אליין.

און גראדע איז ראו ווס. וועיד נישט אזוי שלעכט, זיי פארבאטן די שטאטן פון מאכן געזעצן קעגן אבארשן נאר אין די ערשטע טריימעסטער, און די צווייטע לאזן זיי שוין מאכן געזעצן וואס זאל האבן געזונטהייט פארלאנגען, און ביי די דריטע לאזן זיי אינגאנצן די שטאטן אסר'ן, חוץ במקום סכנה פאר די פרוי.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג מאי 5, 2022 4:32 pm

· #499400
עצי שטים
איך וואלט אויך געהאלטן די קו המבחין איז אויב ער קען לעבן אהן די מאמע, אבער פאר אן אנדערע סיבה

לויט דיר איז עס ווייל ער לעבט אויף די מאמע'ס חשבון, ממילא מעג זי אפמאכן וואס צו טון מיט זיין לעבן
אבער די ארגומענט איז נישט אזוי מאראליש אויסגעהאלטן, בלויז ווייל ער איז אנגעוויזן אויף דיר מעגסטו אים טויטן? אפילו ער איז מגרע דיין געזינט במדות מה, נו מעג א טאטע הרג'ענען א קינד וואס דערגייט אים די יארן? אפילו עס מאכט אים ממש קראנק, איז נישט בארעכטיגט צו הרג'ענען פאר דעם
עס איז נישט אינגאנצן גלייך. שטעל דיר פאר א קינד וואס דערגייט דעם טאטן די יארן, און פון דעם שעפט דאס קינד זיין גאנצע חיות. און אויב די טאטע וועט זיך מער נישט לאזן דערגיין די יארן, וועט דאס קינד פשוט שטארבן. איז דער טאטע מחיוב זיך צו לאזן דערגיין די יארן?

די עיקר נקודה וואס איז אנדערש ביי מיר ווי ביי דיר, אז איך געב נישט די רעכט פאר יעדעם צו אומברענגען מענטשן וואס קענען נישט לעבן פאר זיך. נאר טאקע די מענטש אויף וועם מען איז אנגעוויזן, זי האט די רעכט צו באשליסן אויב זי וויל זיך לאז אויסנוצן דורך יענעם, אדער זי וויל עס מער נישט. און זי איז נישט שולדיג אז יענער קען נאר לעבן דורך שעפן כוחות פון איר.

לויט דיר וועט טאקע בעסער שטימען ונגפו אשה הרה, לויט מיר וועט אויסקומען אז נאר די מאמע קען מאכן די החלטה.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 5:08 pm

· #499410
אפילו לויט מיר גיב איך נישט די רעכט פאר ווער עס וויל נאר צו גיין הרג'ענען די עובר, הגם ער איז נאכנישט בגדר מענטש, דאך איז כו"ע מודה אז די עובר איז א חלק פון די פרוי, און איז תחת רשותה, פינקט ווי איך מעג נישט צוגיין צו א פרוי און איר אפשניידן די האר שלא ברצונה, הגם האר האט נישט קיין חיות פאר זיך.

בנוגע די משל איז עס גאנץ א דייסי טעריטאריע, איז לאמער עס טאקע מאכן מער גלייך צו אונזער ענין.

אויב א קינד דערגייט די יארן פון זיין טאטע, און פון דעם שעפט ער טאקע זיין גאנצע חיות, און אהן דעם וועט ער שטארבן, אבער מען ווייסט אז דאס איז נאר אויף א תקופה פון ניין חדשים. און דערנאך איז אלעס פאראיבער, און וואס איז שוין די "דערגיין די יארן"? אז מען קען ברעכן כסדר, מען דארף זיך ארומטראגן כסדר מיט א שטיקל וואג (דאס איז נאר פאר בערך זעקס חדשים) און מען קען אפט פארלירן די אפעטיט, מיט נאך אפאר געזונטהייט אישו'ס "אבער" אלעס נאר פאר ניין חדשים, און דערנאך הערט זיך אלעס אויף און אלעס גייט צוריק צו נארמאל און די קינד וועט שוין לעבן נארמאל.

מעג דער טאטע הרג'ענען די קינד? עס וועלן זיין מאנכע וואס וועלן זאגן יא, אבער איך מיין אז א מערהייט וועט זאגן אז ניין, עס איז נישט אויסגעהאלטן צו הרג'ענען פאר דעם.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 5:14 pm

· #499411
לאמיר עס אראפלייגן אזוי

איינער זאגט מיר, שיס יעצט דיין זון צום טויט, אויב נישט וועל איך דיר גיבן א איינשפריץ וואס וועט דיר מאכן שפירן אלע סימפטאמען וואס א פרוי גייט דורך די גאנצע ניין חדשים פון עובר ולידה, מעג איך יעצט שיסן מיין זוהן?
איך מיין אז נישט

מען מיז ציקומען צום ארגומענט אז ער הייסט נאך בכלל נישט קיין מענטש, דעריבער איז עס בארעכטיגט

היסטאריע » דאנערשטאג מאי 5, 2022 6:32 pm

· #499420
זיי פסק'ענען עובר ירך אמו.
פארדעם זאגן זיי, אז מען קען נישט זאגן א פרוי וואס צו טוהן מיט איר גוף.

אבער אפילו אויף דעם פארשטיי איך נישט דער היתר פין הרג'נען דער עובר, ווילסט נישט טראגן? שטופ ארויס, אבער צוליב וואס הרג'נען?

ווען די לינקע רעדן דערוועגן מאכן זיי איין טשולענט פין אלעס.

די רעכטע האבן אויך א עקסטרעמע שיטה אין דעם, מיט דער הנחה אז א פרוי וואס וויל נישט ווערען מעוברת, ווערט נישט, ממילא איז זי שולדיג.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 6:40 pm

· #499423
.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:08 pm

· #499432
אז יעדער רעדט, לאמיר אויך אריינווארפן מיינע צוויי אגורות..

איך זעה בכלל נישט קיין פראבלעם מיט הרג'ענען סיי וועם, חוץ:
א. אויב איז מען גורם צער ביים הרגענען מער ווי זיין עווענטואלע נאטירליכע מיתה.
ב. מ'איז גורם צער פאר זיין משפחה און פריינט.
ג. ס'איז נישט געזונט פאר א געזעהלשאפט צו לעבן אין פחד אז א צווייטער קען דיר הרגענען אנע קאסעקווענצן.

ביי א עובר איז געווענליך נישטא קיינע פון די דריי..

און דאס איז פארן אריינגיין אז מ'וויל צווינגען די מאמע צו שלעפּן און געבּאָרן א קינד.

כ'האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות, מעגליך האבן אנדערע שוין געשריבן כדברי, ואתכם הסליחה.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:35 pm

· #499447
ביי קינדער אונטער די פינף יאר קען אויך זיין אז עס זאל נישט זיין די אלע תנאים.

אויב די עלטערן האבן נישט קיין נערוון צו די קינד, און זיי ווילן אים הרג'ענען, און מען וועט אים נישט טויטן מיט אן ערגערע מיתה ווי זיין עווענטועלער נאטירליכע מיתה,
איז עס בארעכטיגט פאר זיי צו ערמארדן זייער קינד?
און די דריטע טענה אז עס איז נישט געזונט צו לעבן אין א פחד איז אויך נישטא, ווייל מען רעדט נאר פון קינדער אינטער די פינף,

האלטסטו אז די געזעץ זאל אפעציעל לאזן עלטערן ערמארדן זייערע קינדער ביז די פינף יאר?

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:55 pm

· #499453
שמן למאור
איך כאפ נישט פוקטליך וואס דו זאגסט.
קודם כל, איז הרג'ענען א דאגי סתם פאר גארנישט אויך א מעשה רציחה,
א מענטש איז טאקע חשובער, און ער קומט קודם צו ראטעווען בשעת סכנה, אבער עס איז דאך דא רציחה! איז דא רציחה ביים אפשניידן א עפל פון בוים? א עובר איז פינקט ווי א עפל!

צווייטענס, פארוואס איז א עובר נישט קיין מענטש פינף מינוט פארן געבורט? וואס איז ער אנדערש ווי די געבוירענע? פאר די זעלבע סיבה פארוואס א עפל איז נישט קיין מענטש.

און אויב איז ער ארויס לאויר עולם אין דערנאך צוריק אריין איז ער שוין יא א חלות מענטש וואס מען טאר נישט הרג'ענען? אדער היות ער איז צוריק אריין ווערט ער צוריק אן "עובר" וואס מען מעג טויטן? וואס עפעס? ווער האט אפגעמאכט אז דעם דורכגיין דעם אותו מקום מאכט דיר פאר א מענטש? און וואס איז מיט א יוצא דופן? וואס איז די לאגישער חילוק פון א בעיבי אינעם בויך אדער אינדרויסן פונעם בויך? ווייל אינעם בויך איז עס נישט קיין מענטש ס'איז א וויידל פון די מאמע, משא"כ איינמאל ער איז ארויס איז עס א מענטש פאר זיך.

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 5, 2022 11:25 pm

· #499457
שמן למאור
קהל'ס נער
ווי זאגט בן שפירא "facts dont care about your feelings"

אז מען רעדט שוין יא פון בען שפירא, לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן אויף אבארשען

ער רעדט דא בלויז לאגיש, גארנישט תורה רילעיטעט, און ער טענה'ט זיך מיט ליבעראלע סטודענטן, און ווארפט אפ פילע פון די פרא רציחה ארגומענטן,



אלע זיינע טענות קומען מיט הנחה אז א עובר איז א מענטש, און כידוע א טענה וואס איז באזירט אויף א הנחה איז קיין טענה נישט.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג מאי 5, 2022 11:39 pm

· #499460
קהל'ס נער
אלע זיינע טענות קומען מיט הנחה אז א עובר איז א מענטש, און כידוע א טענה וואס איז באזירט אויף א הנחה איז קיין טענה נישט.

אמת, אבער דו קומסט אויך מיט א הנחה אז א עובר איז א חלק פון די מאמע...

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 6, 2022 12:04 am

· #499461
אפשר טאר מען נישט עסן קיין עפלעך ווייל סאיז אויך א מענטש?
זיי מסביר פארוואס איז א עובר מער מענטש ווי א עפל.

פדיון הבן » פרייטאג מאי 6, 2022 12:21 am

· #499464
Re: הפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
די גמרא אין סנהדרין זאגט אז א אשה מעוברת שחייב בסקילה מכין אותה נגד בית הריון כדי שתמות הולד שלא תבוא לידי ניבול.
לכאו' פארוואס קען מען נישט ווארטן ביז דאס קינד וועט געבוירן און דערנאך איר הרג'ענען? זעהט זיך אויס אז ס'הייסט נאכנישט קיין מענטש.

שמן למאור » פרייטאג מאי 6, 2022 1:21 am

· #499469
קהל'ס נער
אפשר טאר מען נישט עסן קיין עפלעך ווייל ס'איז אויך א מענטש?
זיי מסביר פארוואס איז א עובר מער מענטש ווי א עפל.

איך פארשטיי נישט דיין טענה,
באמת? דו פארשטייסט נישט מיט וואס א עובר איז מער מענטש ווי א עפל?
א עפל האט נישט קיין קאפ, קיין הענט, פיס, בויך, אויגן, אויערן, הארץ, קישקעס, נירן, מוח, מויל, נאז, וכ' וכ' וכ'
עס איז א שיינע פרי מיט שאלאכטס, מיט אפאר קערנדלעך, וזהו.
קענסט עס לאזן אויפן בוים פאר פופציג יאר, עס וועט קיינמאל נישט אויסזען נאנט צו א מענטש

משא"כ א עובר צען מינוט פארן ארויסקומען, איז א פארטיגע מענטש, ער זעט נישט אויס קיין כי הוא זה אנדערש ווי די בעיבי וואס ליגט שוין אין די נורסערי (זיי האף איך אז דו האלטסט יא אז זיי זענען מענטשן). די איינציגסטע זאך איז אז ער איז צוגעבינדן מיט א שטריק צו איינעם, איז וואס? די שטריק מאכט אים פאר א עפל?!?! אויב בינד איך דיר צי צו א שטריק ווערסטו א עפל? די קינד קען שוין רואיג לעבן אהן די מאמע, דו קענסט איר שיסן און אפילו א שטיק צייט שפעטער ארויסנעמען א פולקאמע געזונטע קינד, נו איז ער דאך שוין יעצט א געהעריגע מענטש, נישט אזוי?

ליב צו וויסן » פרייטאג מאי 6, 2022 8:09 am

· #499478
די טענות פארוואס אן עובר איז נישט קיין מענטש, אדער פארוואס די געזעצליכע איסור רציחה זאל נישט חל זיין ביי אים, קען ע"פ רוב אויך געזאגט ווערן אויף קליינע קינדער.

וואס מאכט מיר צומישט, איז די היפאקריטיע פון די וואס זענען דא מיט אלע כוחות צוצולאזן האגענען דעם עובר, אבער זענען לוחם למען די שעפסעלעך און קעלבעלעך.

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 6, 2022 8:11 am

· #499479
מיין לעצטע פראבע, ווייל אינז הייבן שוין אן צי גיין אין סירקלס.
גערעכט א עפל האט נישט קיין טשענס צי ווערן א מענטש און א עובר יא, so what, וועגן דעם איז ער א מענטש, די האסט א הווא אמינה אז זרע זאל זיין א מענטש ווייל עס האט א טשענס צי ווערן א מענטש?

ווייטער, א עובר פארן ארויסקימען זעהט אפשר אויס ווי א מענטש אבער סאיז נישט קיין מענטש, ניין זיי זענען נישט ציגעבינדען מיט א שטריק צי די מאמע, סאיז די גאנצע חיות פון די בעבי וואס פארט דארט דורך די מאמע.

היסטאריע » פרייטאג מאי 6, 2022 8:18 am

· #499480
לויט דער טענה אז א עובר איז א וויידל פין דער מאמע, איז א מענטש וואס איז אויף א רעספירעיטער א וויידל פין דער מאשין.

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 6, 2022 8:39 am

· #499482
א עובר איז א גרויסע טומער אין די מאמעס בויך, איינער אויף א רעספירעטער איז א מענטש וואס דארף הילף צו אטעמען.

שמן למאור » פרייטאג מאי 6, 2022 11:20 am

· #499494
קהל'ס נער
מיין לעצטע פראבע, ווייל אינז הייבן שוין אן צי גיין אין סירקלס.
גערעכט א עפל האט נישט קיין טשענס צי ווערן א מענטש און א עובר יא, so what, וועגן דעם איז ער א מענטש, די האסט א הווא אמינה אז זרע זאל זיין א מענטש ווייל עס האט א טשענס צי ווערן א מענטש?

ווייטער, א עובר פארן ארויסקימען זעהט אפשר אויס ווי א מענטש אבער סאיז נישט קיין מענטש, ניין זיי זענען נישט צוגעבינדן מיט א שטריק צו די מאמע, ס'איז די גאנצע חיות פון די בעבי וואס פארט דארט דורך די מאמע.

לאמיך נאר נאכאמאל אויסקלארן,
ווי איך האב קלאר געשריבן האלט איך ווי דיר אז א עובר איז נישט קיין מענטש, טאקע נאר אויב ער קען נישט לעבן אהן די מאמע, אבער די מינוט וואס ער איז אינו צריך לאמו, און ער איז בלויז דארטן צו וואקסן (א זאך וואס ער קען פונקט אזוי טון אינדרויסן, און אגב די טוסט עס אויך יעדע מינוט) איז ער שוין יעצט א מענטש, נישט אז ער גייט ווערן א מענטש, ניין! ער איז שוין יעצט א מענטש, וואס אנשטאט שעפן די חיות פון זיך אליין דורך עסן, גייט עס דורך א פייפ, פינקט ווי א מענטש אויף מאשינען.

איך זע אז דיין איינציגסטע סברה צו זאגן אז א עובר איז נישט קיין מענטש איז דאס
עס איז די גאנצע חיות פון די בעיבי וואס פארט דורך די מאמע
(אגב איך האב ליב אז אפילו דו ריפסט אים א בעיבי)
אבער דיין סברה איז נאר גילטיג ווען ער איז נאך צריך לאמו, קענסטו זאגן אז ער איז נישט קיין מענטש ווייל ער קען נישט לעבן אליין, אבער אויב קען ער אליין לעבן דאן מיט וואס איז ער אנדערש ווי א מענטש?

איך זע אז דו ביסט כאטש מודה אז א ערוואקסענע מענטש וואס לעבט איז יא א מענטש, אפילו ער לעבט אויף מאשינען, און ער איז נישט איין גרויסע טומער
איז לאמיר דיך פרעגן, ווען פונקטליך (וועלכע סקונדע פונקטליך) איז ער געווארן א מענטש?
ווען ווערט ער פון א עפל צו א מענטש? ווען מען שטעקט ארויס די קאפ? הענט? רוב גוף? ערשטע אטעם? ווען מען שניידט די קארד? ווען ער וויינט? וואס איז די מעדשזיק זאך וואס מאכט א מענטש פון א טומער צו א מענטש? די וואדזשיינע האט די כוח?

און וואס דו וועסט נאר זאגן וועט זיין אבסורד, ווייל אויב נעמסטו למשל אהן אז די ערשטע אטעם איז וואס מאכט דעם טויש, דאן וועסטו זאגן אז אויב די קינד איז גענצליך ארויס, און עס נעמט למשל דרייסיג סעקונדעס ביז ער הייבט אהן נארמאל צו אטעמען מעג איך שנעל צולויפן מיט א שווערד און אפהרג'ענען דעם טומער?
זיכער אז נישט, ווייל ווי נאר ער קען שוין אליין לעבן, נאר ער איז אגב אנגעבינדן און לעבט אויף עפעס אנדערש, איז ער א מענטש!

דו האלטסט אין איין איבערזאגן די זעלבע טענה, אז א עובר איז נישט קיין מענטש, אבער דו גיבסט נישט קיין מאראלישע און ראציאנאלע הסבר ווען מען ווערט א מענטש, און פארוואס דוקא דעמאלטס
היטלער האט אויך געשריגן אז אידן זענען נישט קיין מענטשן און מען קען זיי הרג'ענען, אידן זענען עפלעך! טומערס! האט ער געשריגן, אבער אהן אנגעבן א סיבה, בלויז געזאגט אזוי און פארטיג, און ער ווערט טאקע פאררעכנט אלס דער גרעסטע אומאראלישע מאסן מערדער אין היסטאריע.

אויב ער זעט אויס ווי א מענטש, טעיסט ווי א מענטש, שמעקט ווי א מענטש, שטויסט ווי א מענטש, מאכט היקאפס ווי א מענטש, איז ער א מענטש,
אפילו ער איז נישט פון די "ריינע ראסע" וואס עסן דורך די מויל, נאר ער עסט דורך IV, און אפילו ער אטעמט נישט, פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס פאר זיין חיות (פונקט ווי פיש אין וואסער וואס לעבן און אטעמען אויף אנאנדערן אופן)
איז ער נאכאלץ א מענטש

און טאמער ווילסטו זאגן אנדערש מוזטו זאגן פארוואס? ווען ווערט מען א מענטש?

שמן למאור » פרייטאג מאי 6, 2022 11:35 am

· #499498
לצורך הענין, שטעל איך דא ארויף א בילד פון א עובר אפאר מינוט פארן געבוירן
די קענסט מיר מסביר זיין פארוואס אויב איך שנייד אפ זיין קאפ יעצט בין איך נישט קיין רוצח?
פארוואס איז ער נישט קיין מענטש?
📎 Screenshot_20220506-113129_Google.jpg

בת קול » פרייטאג מאי 6, 2022 12:23 pm

· #499503
שמן למאור
לאמיך נאר נאכאמאל אויסקלארן,

ווי איך האב קלאר געשריבן האלט איך ווי דיר אז א עובר איז נישט קיין מענטש, טאקע נאר אויב ער קען נישט לעבן אהן די מאמע, אבער די מינוט וואס ער איז אינו צריך לאמו, און ער איז בלויז דארטן צו וואקסן (א זאך וואס ער קען פונקט אזוי טון אינדרויסן, און אגב די טוסט עס אויך יעדע מינוט) איז ער שוין יעצט א מענטש, נישט אז ער גייט ווערן א מענטש, ניין! ער איז שוין יעצט א מענטש, וואס אנשטאט שעפן די חיות פון זיך אליין דורך עסן, גייט עס דורך א פייפ, פינקט ווי א מענטש אויף מאשינען.

איך זע אז דיין איינציגסטע סברה צו זאגן אז א עובר איז נישט קיין מענטש איז דאס
עס איז די גאנצע חיות פון די בעיבי וואס פארט דורך די מאמע
(אגב איך האב ליב אז אפילו דו ריפסט אים א בעיבי)
אבער דיין סברה איז נאר גילטיג ווען ער איז נאך צריך לאמו, קענסטו זאגן אז ער איז נישט קיין מענטש ווייל ער קען נישט לעבן אליין, אבער אויב קען ער אליין לעבן דאן מיט וואס איז ער אנדערש ווי א מענטש?

איך זע אז דו ביסט כאטש מודה אז א ערוואקסענע מענטש וואס לעבט איז יא א מענטש, אפילו ער לעבט אויף מאשינען, און ער איז נישט איין גרויסע טומער
איז לאמיר דיך פרעגן, ווען פונקטליך (וועלכע סקונדע פונקטליך) איז ער געווארן א מענטש?
ווען ווערט ער פון א עפל צו א מענטש? ווען מען שטעקט ארויס די קאפ? הענט? רוב גוף? ערשטע אטעם? ווען מען שניידט די קארד? ווען ער וויינט? וואס איז די מעדשזיק זאך וואס מאכט א מענטש פון א טומער צו א מענטש? די וואדזשיינע האט די כוח?

און וואס דו וועסט נאר זאגן וועט זיין אבסורד, ווייל אויב נעמסטו למשל אהן אז די ערשטע אטעם איז וואס מאכט דעם טויש, דאן וועסטו זאגן אז אויב די קינד איז גענצליך ארויס, און עס נעמט למשל דרייסיג סעקונדעס ביז ער הייבט אהן נארמאל צו אטעמען מעג איך שנעל צולויפן מיט א שווערד און אפהרג'ענען דעם טומער?
זיכער אז נישט, ווייל ווי נאר ער קען שוין אליין לעבן, נאר ער איז אגב אנגעבינדן און לעבט אויף עפעס אנדערש, איז ער א מענטש!

דו האלטסט אין איין איבערזאגן די זעלבע טענה, אז א עובר איז נישט קיין מענטש, אבער דו גיבסט נישט קיין מאראלישע און ראציאנאלע הסבר ווען מען ווערט א מענטש, און פארוואס דוקא דעמאלטס
היטלער האט אויך געשריגן אז אידן זענען נישט קיין מענטשן און מען קען זיי הרג'ענען, אידן זענען עפלעך! טומערס! האט ער געשריגן, אבער אהן אנגעבן א סיבה, בלויז געזאגט אזוי און פארטיג, און ער ווערט טאקע פאררעכנט אלס דער גרעסטע אומאראלישע מאסן מערדער אין היסטאריע.

אויב ער זעט אויס ווי א מענטש, טעיסט ווי א מענטש, שמעקט ווי א מענטש, שטויסט ווי א מענטש, מאכט היקאפס ווי א מענטש, איז ער א מענטש,
אפילו ער איז נישט פון די "ריינע ראסע" וואס עסן דורך די מויל, נאר ער עסט דורך IV, און אפילו ער אטעמט נישט, פשוט ווייל עס פעלט נישט אויס פאר זיין חיות (פונקט ווי פיש אין וואסער וואס לעבן און אטעמען אויף אנאנדערן אופן)
איז ער נאכאלץ א מענטש

און טאמער ווילסטו זאגן אנדערש מוזטו זאגן פארוואס? ווען ווערט מען א מענטש?

די שאלה איז ווען ווערט עס א מענטש.
אויב האט עס נאך נישט הענט און פיס און א הארץ און א מח - וואס מאכט עס א מענטש? פאטענציאל?
(איך שרייבן דאס צוליב מיין פארשטענדיניש אז די אשכול איז איבער רוי ווי וועיד- וואס איז איבער פריע אבארשאן און נישט שפעטערע אבארשאן.)
בלאט: 1 2