☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » וואס מיינט באנקעס?

וואס מיינט באנקעס?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15266

קהל'ס נער » זונטאג מאי 1, 2022 1:41 pm

· #498907
וואס מיינט באנקעס?
ס'דא עפעס א אויסדריק פון א טויטן באנקעס, קען איינער אריינקומען קלאר?

גאלד » זונטאג מאי 1, 2022 1:45 pm

· #498909
leaches

אזא מין ווארעם וואס מ'ניצט פאר רפואה, צו אויסזויגן אינפעקציעס אדער אנדערע מיחוש'ן וכדומה.

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 1, 2022 1:47 pm

· #498910

berlbalaguleh » זונטאג מאי 1, 2022 1:50 pm

· #498911
יא: אני הקטן.ס'איז דא אזא שפריכווארט..."ווי פאר א טויטן, באנקעס. איז דא א ביסל א פארגרייזטער נוסח אין נאכזאגן דאס ווערטל. טייל מענטשן זאגן ..."טויטע באנקעס"...! דאס האט נישט קיין פשט. נאר דער ריכטיגער פשט איז לאמור. אזוי צו זאגן. אמאליגע צייטן האט מען געלייגט אזעלכע מין געלזלעך אויף געוויסע חלקים פון גוף פאר א קראנקן מענטש. וועלכע האבן איהם אויסגעצאפט די (שלעכטע) בלוט. דאס האט געהייסן אז..."מ'לייגט באנקעס. האבן מענטשן געזאגט. אז פאר א טויטן מענטש, רח"ל העלפט שוין נישט לייגן באנקעס...!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 1, 2022 1:53 pm

· #498912
שוין: תוהו ובוהו האט מיך אויסגעכאפט. בשעת איך האב געשריבן פון זיכרון, האט ער געלינקט צו וויקיפעדיע. תבוא עליו ברכה.

מונטסורי » זונטאג מאי 1, 2022 2:44 pm

· #498917
berlbalaguleh
יא: אני הקטן.ס'איז דא אזא שפריכווארט..."ווי פאר א טויטן, באנקעס. איז דא א ביסל א פארגרייזטער נוסח אין נאכזאגן דאס ווערטל. טייל מענטשן זאגן ..."טויטע באנקעס"...! דאס האט נישט קיין פשט. נאר דער ריכטיגער פשט איז לאמור. אזוי צו זאגן. אמאליגע צייטן האט מען געלייגט אזעלכע מין געלזלעך אויף געוויסע חלקים פון גוף פאר א קראנקן מענטש. וועלכע האבן איהם אויסגעצאפט די (שלעכטע) בלוט. דאס האט געהייסן אז..."מ'לייגט באנקעס. האבן מענטשן געזאגט. אז פאר א טויטן מענטש, רח"ל העלפט שוין נישט לייגן באנקעס...!
איך האב אלץ געמיינט די שפריכווארט באציט זיך צו ״טויטע באנקעס״ דהיינו באנקעס (leeches בלע״ז) וואס זענען שוין טויט און ציען גארנישט.
גאלד
leaches
כמדומה leeches
ס׳דא א היימישע פרוי און מאנסי וואס טוט די טערעפיע
—————

נאכן גוגל׳ען אביסל איי געס ערעב בערל האט רעכט, באנקעס איז די גלעזלעך און ליטשעס איז עפעס אנדערש…

קבצו זקנים » מאנטאג מאי 2, 2022 1:19 pm

· #499027
דער הייליגער חתם סופר ברענגט דא (שו״ת לאו״ח סימן קנט) אז דער אבי המקובלים בעל עשרה מאמרות האט זיך גישוירען דאר בארד ״מבלי השאיר שערה אחת״

ספעציעל ביי די ספרדישע גדולים ומקובלים איז דא גאר א סאך רבנים אהן א בארד ושים חלקנו עמהם. פאלגענד א פאר פין זיי.

רבי משה גומז די מסקיטה
רבי שמשון מורפורגו
רבי משה הכהן דאזוודו
רבי דוד ניטו
📎 רבי שמשון מורפורגו.png

פדיון הבן » מאנטאג מאי 2, 2022 8:11 pm

· #499082
Re: ואס מיינט באנקעס?
דאס איז די בילד פון ר דוד ניטו גענומען פון ויקיפדיה עפעס א שטיקעל בארד זעט מעןhttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20220503/2c9ecd55e20318ed88c8f72ea48ac667.jpg

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 2, 2022 8:28 pm

· #499087
אויך. ר' ברוך עפשטיין/בנבנישתי. זון פון בעל ערוך השולחן. און מחבר פון תורה תמימה. ער האט געהאסט חסידים און חסידות מיט א פאססיאן. איך האב מיר פארגעשטעלט אן אימידזש פון א איד מיט א לאנגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין ברייטן (אויסגעפאשעטע) פנים מיט די גלאטע מארדע ביניך געווארן שאקירט. 50% פון זיינע תורה און דרשות האביך אראפגעפלאשט.

כרם זית » מאנטאג מאי 2, 2022 8:37 pm

· #499090
Re: ואס מיינט באנקעס?
@berlbalaguleh פארוואס זאגסטו אז ר' ברוך האט געהאסט חסידים?

וואלווי » מאנטאג מאי 2, 2022 8:41 pm

· #499091
berlbalaguleh
אויך. ר' ברוך עפשטיין/בנבנישתי. זון פון בעל ערוך השולחן. און מחבר פון תורה תמימה. ער האט געהאסט חסידים און חסידות מיט א פאססיאן. איך האב מיר פארגעשטעלט אן אימידזש פון א איד מיט א לאנגע בארד. ווען איך האב געזעהן זיין ברייטן (אויסגעפאשעטע) פנים מיט די גלאטע מארדע ביניך געווארן שאקירט. 50% פון זיינע תורה און דרשות האביך אראפגעפלאשט.
אז ר' בערל האט געקאנט אראפ פלאשען 50% פון ר' ברוך עפשטיין'ס תורות און געבליבן מיט די אנדערע 50, האמיר דא א גאון וענוותן, א מכסה טפחיים און א מגלה טפח, א לא מחזיק טוביתא לנפשיה'ניק.

מיר דארפן אלע דא מקבל נזיפה זיין פון הרב בערל שליט"א וואס מיר האבן עד הלום נישט נוהג כבוד געווען ווי עס פאסט פאר אזא (חצי) שר התורה.

המתאבק בעפר רגליו
וואלף בן אלטע גיטל

וואלווי » מאנטאג מאי 2, 2022 8:42 pm

· #499092
קבצו זקנים
דער הייליגער חתם סופר ברענגט דא (שו״ת לאו״ח סימן קנט) אז דער אבי המקובלים בעל עשרה מאמרות האט זיך גישוירען דאר בארד ״מבלי השאיר שערה אחת״

ספעציעל ביי די ספרדישע גדולים ומקובלים איז דא גאר א סאך רבנים אהן א בארד ושים חלקנו עמהם. פאלגענד א פאר פין זיי.

רבי משה גומז די מסקיטה
רבי שמשון מורפורגו
רבי משה הכהן דאזוודו
רבי דוד ניטו
וואס איז די שייכות צו טויטע באנקעס?

כרם זית » מאנטאג מאי 2, 2022 8:45 pm

· #499096
Re: ואס מיינט באנקעס?

קבצו זקנים » מאנטאג מאי 2, 2022 9:34 pm

· #499102
כרם זית
יא, איך האב עס טאקע געוואלט לייגען אין יענעם אשכול, וויאזוי לייג איך דאס אריבער?

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 4:22 pm

· #535251
גאלד
leaches
כמדומה leeches
ס׳דא א היימישע פרוי און מאנסי וואס טוט די טערעפיע
—————

[/quote]
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 9:22 pm

· #535274
יום טוב ליפמאן צונז
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
פארוואס דמיונ'סטע אז ס'ארבעט נישט? מ'טוט שוין אזוי טויזענטע יארן

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 12:25 am

· #535283
Re: וואס מיינט באנקעס?
וואלווי
יום טוב ליפמאן צונז
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
פארוואס דמיונ'סטע אז ס'ארבעט נישט? מ'טוט שוין אזוי טויזענטע יארן
אלעס וואס מ׳האט געטין 1000׳טע יארן ארבעט?

וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 1:51 am

· #535288
יום טוב ליפמאן צונז
וואלווי
יום טוב ליפמאן צונז
איז דאס א טעראפי וואס ארבעט אדער דמיונות?
פארוואס דמיונ'סטע אז ס'ארבעט נישט? מ'טוט שוין אזוי טויזענטע יארן
אלעס וואס מ׳האט געטין 1000׳טע יארן ארבעט?
ווי קומט אריין "אלעס" ?

דאס ארבעט

יום טוב ליפמאן צונז » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 10:02 am

· #535303
Re: וואס מיינט באנקעס?
אז דו ווייסט אז ס׳ארבעט האסטו דאס שוין געקענט שרייבן 2 תגובות צוריק…..

אלפא » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 10:39 am

· #535307
ר' חיים בריסקער וואלט געענטפערט באנקעס מיינט באנקעס! (ע"פ די מעשה פון שיבעוד איז שיבעוד...)

קהל'ס נער » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 7:26 pm

· #535341
אלפא
ר' חיים בריסקער וואלט געענטפערט באנקעס מיינט באנקעס! (ע"פ די מעשה פון שיבעוד איז שיבעוד...)
אפשר ביסטו מסביר פאר אינז נערנים וואס די מעשה איז דא.

מחונך » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 9:21 pm

· #535351

אלפא » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 12:04 pm

· #535443
קהל'ס נער
אלפא
ר' חיים בריסקער וואלט געענטפערט באנקעס מיינט באנקעס! (ע"פ די מעשה פון שיבעוד איז שיבעוד...)
אפשר ביסטו מסביר פאר אינז נערנים וואס די מעשה איז דא.
אין קורצן גייט די לעגענדע אזוי: זיצן זיך אפאר בחורים'לעך אויפן באן אויפן וועג צום ישיבה פונעם גאון 'ר' חיים' מיטן ה''א הידועה. און אלס הכנה דרבה האבן זיי דורכגעטון די סוגיא פון שיבעודא דאורייתא, יעדער פון האט פראבירט אויפצוקומען מיט בעסערע טעאריעס און הסברים אויף די טערמין 'שיבעוד' און וויאזוי דאס פונקציאנירט.
טענה'נדיג זיך אזוי פאר א וויילע, האט אן עלטערע איד פונדערזייט - ווארשיינליך נערווירט פון זייער קוועטשערייען - זיך אנגערופן צו זיי, ''וואס מאכט עטס ענק נאריש מיט פשט'לעך?! שיבעוד איז שיבעוד און געענדיגט!''
די אינגע למדנים האבן זיך אונטערגעשמייכלט און זיך ערלויבט אביסל זיך אונטערצוהאלטן פון די נאאיווקייט פון יענעם צוקוקער, (וכמאמר - וואס פארשטייט א פרענק צו א רמב"ם).. און די נושא איז ווייטער געפארן.

אנקומענדיג אין סטאנציע, זעען זיי א ריזן עולם שטייט מקבל פנים צו זיין איינעם אין באן, און יא, נישט מער און נישט ווייניגער די דאזיגע אלטע נאר איז 'בריסקער רב' בכבודו ובעצמו.
נאכן זיך אריענטירן פונעם פלוצימדיגע התגלות, האבן די בחורים שנעל אנגעפאנגען זיך ארומשלאגן, 'וואס איז נאך געווען די ווערטער פונעם גאון?! שיבעוד איז שיבעוד?! דארף מען דאס דאך דורכטון צו פארשטיין וואס פונקטליך דאס באדייט...!'


די רעשט איז היסטאריע, זאגן זיי...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 12:19 am

· #535486

הגאון הצדיק » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 6:16 am

· #540599
Re:
berlbalaguleh #
יא: אני הקטן.ס'איז דא אזא שפריכווארט..."ווי פאר א טויטן, באנקעס. איז דא א ביסל א פארגרייזטער נוסח אין נאכזאגן דאס ווערטל. טייל מענטשן זאגן ..."טויטע באנקעס"...! דאס האט נישט קיין פשט. נאר דער ריכטיגער פשט איז לאמור. אזוי צו זאגן. אמאליגע צייטן האט מען געלייגט אזעלכע מין געלזלעך אויף געוויסע חלקים פון גוף פאר א קראנקן מענטש. וועלכע האבן איהם אויסגעצאפט די (שלעכטע) בלוט. דאס האט געהייסן אז..."מ'לייגט באנקעס. האבן מענטשן געזאגט. אז פאר א טויטן מענטש, רח"ל העלפט שוין נישט לייגן באנקעס...!
ס'איז נישט קיין טעות טויטע באנקעס ס'איז דא א מין ווערעם וואס הייסט באנקעס און עס צאפט די בלוט און דאס האט מען ארויף געלייגט און די גלעזלעך האט מען אזוי גערופן ע"ש די ווערעם (כך קבלתי - אפי' ביי אונז האט מען טאקע געזאגט "עס טויגט ווי פאר א טויטע באנקעס"