☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער בריסקער מהלך הלימוד

דער בריסקער מהלך הלימוד

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3409
בלאט: 1 2

ישבב הסופר » פרייטאג אפריל 19, 2013 1:10 am

· #106579
דעת תורה
@ישבב, לפי דבריך איז ממש נשט פארשטענדליך דער זאץ אז עס אז גאר קיין הלל נישט. אדרבה, עס איז א הלל, עס האט דעם תוקף פון א הלל און דער דין פון הלל, דער פראבלעם איז נאר די טיימינג.

אכן לזה בדיוק התכוונתי.

איינגעמיירעט » מאנטאג אפריל 22, 2013 8:27 am

· #107529
@איינגעמיירעט, עס איז פשוט אז א דאורייתא, ווי אימער האט הגדרות כמסמרות נטועים, נישט קיין חילוק אין וועלכע ענין. דאס מיינט אז בבא קמא און בבא מציעא קען היבש גיין מיט דעם. ווידעראום דרבנן'ס, אזוי ווי רוב בבא בתרא, זענען מער ווייניגער פלעקסיבל געוואנדן לויטן מצב, און דערפאר איז לדעתי שווער צו זאגן אז אלע פרטים פאלאוען א פעטטערן א יסוד, נאר זיי זענען צוגעפאסט צום מציאות.[/quote]

בבא קמא הגדרות איז פיל מיט סברא,אנגעפאנגען מיט די חילוק פון רגל און קרן, די פטור פון רגל ברה״ר ווי די רא״ש און די רי״ף זענען שיין מסביר,פארשטייט זיך תם און מועד איז פיל מיט סברא וויאזוי מווערט א מועד.
בבא מציעא מיגו איז א סברא (פאר ר אלחנן׳ס תורה פון כח הטענה), המע״ה דיני תפיסה זענען געבויט אויף סברא פון הנהגה משפטיות, די ד׳ שומרים איז איין שטיק סברא,די חילוקים און די חיובים צווישען איין שומר און די צווייטע,און די מקומות וואס ווערען גערעכענט אלס שמור,
ווייטער קנינים איז אלעס געבויט אויף הסכמת בנ״א ווי די חת״ס איז מגדיר ביים סוגיא פון סימטותא
א רחמנות ווער סלערנט דיע מסכתא וויא א בריסקער he is missing the whole point

קינות גירושין » מאנטאג אפריל 22, 2013 9:24 am

· #107535
עסקן בדברים
איך האלט אז דער בריסקער (און בכלל די ליטווישער) דרך הלימוד איז נשפע געווארן פון די השכלה. די פילאזאפישקייט האט זיך אריינגעכאפט ביי זיי. (איך מיין עס נישט אלס א חסרון)

ר חיים אליינס האט דאך געזאגט אז סאיז א נייע דרך אנדערשט ווי זיינע עלטערן און רביס, ער מאכט עס פאר א מלחמה אנטקעגן די משכילם זה לעומת זה עשה,
וואס מיינסטו די ליטווישע? די גרא און חזו״א האלסטו אז סאיז אויך פון השכלה

wassup » מיטוואך מאי 22, 2013 2:25 am

· #116698
קינות גירושין
וואס זאל איך טון,און א ר חיים פיל איך א געשמאק און אין שאגית ארי נישט, מיינסט אז איך וועל נישט באקומען שכר אויף דעם? סאיז גוט אן דעם אויך, איך האב כאטשיג עוה״ז, (ווי באקאנט האט אזוי געזאגט ר ישראל סאלאנטר/קדושת לוי,אויף נדרים מיט ר״ן)
למעשה זעט מען אז אלע ישיבת ברענגן אריין דעם דרך הלימוד די בחורים האבען דאס בעסער ליב,
אויך איז באקאנט אז ר חיים אליין האט געזאגט אז דאס איז א נייע דרך הלימוד, און נישט די עכטע מהלך,
סא די שאלה איז נאר צו מבקומט שכר אויף דעם,לענ״ד: יא סאיז זייער חשוב פאר גאט !

נישט דא קיין שכר אויף נישט לערנען

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:52 am

· #132514
אסאך פון די חוקי המדינה גייען צו מיט טרוקענע דינים און חלות'ן, גיבט אבער א קוק וואסערע בריסק'ער איינגעשטעלטע די פאוסטל סערוויס האט געהאט אין די 20'ער יאהרן.

אין מאי פון 1920 האט דער Scientific American פארגעשטעלט א קאנטעסט: דער עולם זאל שרייבן מאמרים וואס שטעלן פאר פשוט און קלאר איינשטיין'ס טעאריע'ס, וואס זענען נאך דעמאלט'ס געווען 'רעלאטיוו' ניי, און דער געווינער באקומט 5000 דאלער [נו, בימים ההם וכו' האט דאך דער רבי שוין געזאגט...] - נדבת לבו פון Eugene Higgins, שפעטער איז עס געדוקט געווארן אין א בוך אונטערן נאמען Einstein's theories of relativity and gravitation.

עכ"פ, מר. היגינס האט פארגעשלאגן אז אויב וועלן די ריכטער זיך נישט קענען פאראייניגן אויף א געווינער זאל מען צוטיילן די $5000 צווישן די צוויי בעסטע און אזוי האט מען טאקע געשריבן אין דעם ערשטן אנאנס, איז אבער געקומען די פאוסטל סערוויס און גע'טענה'ט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ דין, פארוואס? אט הערט:

It had been Mr. Higgins' suggestion that in the very probable event of the Judges' inability to agree upon the winning essay, the prize might, at their discretion, be divided between the contributors of the best two essays.

This condition was actually printed in the first announcement, but the Post Office Department insisted upon its withdrawal, on the ground that with it in force the contestant would not know whether he were competing for $5,000 or for $2,500, and that this would introduce the "element of chance" which alone was necessary, under the Federal statutes, to make the contest a lottery.


אפשר האבן די גויאישע קעפ נאך געהאלטן פאר'ן פארשטאפט ווערן דורך מאוויס?...

ווי וויל נעווער קנאו...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:58 pm

· #134724
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/gp/product/9659155301/ref=s9_simh_gw_p14_d0_i1?pf_rd_m=ATVPDKIKX0DER&pf_rd_s=center-2&pf_rd_r=192T7KZJEQFFYJ9AFHSE&pf_rd_t=101&pf_rd_p=1389517282&pf_rd_i=507846">http://www.amazon.com/gp/product/965915 ... d_i=507846</a>

יאיר » פרייטאג יולי 19, 2013 1:19 am

· #134738
ונבנתה העיר
http://www.amazon.com/gp/product/9659155301/ref=s9_simh_gw_p14_d0_i1?pf_rd_m=ATVPDKIKX0DER&pf_rd_s=center-2&pf_rd_r=192T7KZJEQFFYJ9AFHSE&pf_rd_t=101&pf_rd_p=1389517282&pf_rd_i=507846

זעט אויס אינטערעסאנט. דו ווייסט אפשר מער פרטים?

ונבנתה העיר » פרייטאג יולי 19, 2013 1:34 am

· #134739
ניין.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 28, 2013 1:17 am

· #136646
ר' חיים [היינט נאכט איז זיין יאהרצייט] איז אמאל געפאהרן אויפן באן סוף זמן, זעהט ער א בחור אהיים-פאהרן פון ישיבה, פרעגט ער דעם בחור וואס ער האט געלערנט, זאגט דער בחור: שיעבוד.

ר"ח: נו, איז וואס האט מען געזאגט אין שיעבוד?

הייבט דער בחור אהן זאגן גאנצע מערכות.

ר"ח: אבער מיר דאכט זיך אז שיעבוד איז שיעבוד.

בחור: יא, אזוי האט מען אלעמאהל געלערנט, אבער לעצטענס איז דא אין בריסק א ר' חיים און ער האט מחדש געווען גאר א נייע מהלך אין לערנען וכו' וכו'

ר"ח: אבער מיר דאכט זיך נאכאלץ אז שיעבוד איז שיעבוד...

דעת תורה » זונטאג יולי 28, 2013 1:53 am

· #136665
די מעשה גייט (מיט א נאמען - וואס איך געדענק אוודאי נישט) מיט א תלמיד פון ר' שמעון שקאפ, וועלכער האט זיך געטראפן מיט ר' חיים, און האט אים אנגעהויבן נאכצוזאגן ר' שמעון'ס תורות אויף שיעבוד, ווען ר' חיים האט נישט מסכים געווען, האט אים דער בחור אזוי ווי אוועקגעמאכט, נע, וואס פארשטייט אן אלטער איד אן דעם נייעם בריסקער דרך הלימוד...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:01 am

· #195601
דער טעם פארוואס מען נעמט לכתחילה די שיעור פון צוויי זיתים פאר אפיקומן איז ווייל עס איז א מחלוקת ראשונים צו דער אפיקומן איז א זכר פאר'ן פסח אדער פאר די מצה הנאכלת עם הפסח, נעמט מען צוויי לצאת ידי שניהם.

האב איך געזעהן אז דער ליובאוויטש'ער רבי ז"ל שרייבט אין זיין הגדה אז אויב קען מען נאר עסן איין כזית זאל מען זיך מתנה זיין אז עס איז א זכר לפי די שיטה שהלכה כמותה.

אין א בריסק'ער מאמענט קען מען חוקר זיין צו א 'זכר' [מצד עצם מהותה] לאזט זיך מאכן על תנאי...

--------

אז מען רעדט:

אין שו"ע הרב [סי' תע"ז] שטייט:
בזמן שבית המקדש היה קיים היו אוכלין הפסח בסוף כל הסעודה, כדי שיהיה נאכל על השובע, דהיינו שהפסח יהא גמר כל השביעה, כדי שיהיו נהנין באכילתו ותחשב להם, שאכילת כל הקדשים צריך להיות דרך חשיבות וגדולה, שנאמר קדשי בני ישראל לך נתתים למשחה, כלומר לגדולה וחשיבות כדרך שהמלכים והגדולים אוכלים.

ואין מפטירין אחר הפסח אפיקומן, כלומר שלא יהיו נפטרין מאכילת הפסח באפיקומן (פירוש אפיקומן כלומר הוציאו והביאו מזונות ומאכלים על השולחן), דהיינו שלאחר אכילת הפסח לא יאכלו שום מין מזון ומאכל בעולם, שלא יעבור טעם הפסח מפיו על ידי טעם אותו מאכל.

דער פסח האט מען געגעסן סוף סעודה על השובע, דהיינו אז מיט'ן שטיקל פלייש ווערט ער זאט, דערנאך מעג מען שוין גארנישט עסן כדי די טעם הפסח זאל נישט אוועקגיין.

[דר"א, דער מרדכי סוף פסחים האלט אז בזמן המקדש האט מען געפראוועט די סעודה פאר די סדר, קודם האט מען געגעסן סעודת יו"ט און ערשט דערנאך האט מען געזאגט די הגדה, געטרינקן די כוסות און געגעסן פסח מצה ומרור].

אין רמב"ם שטייט אבער אן אנדערע סדר, אין פ"ח פון חו"מ שרייבט ער:
ואחר כך מברך ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הזבח ואוכל מבשר חגיגת ארבעה עשר תחלה. ומברך ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הפסח ואוכל מגופו של פסח.

ואחר כך נמשך בסעודה ואוכל כל מה שהוא רוצה לאכול ושותה כל מה שהוא רוצה לשתות. ובאחרונה אוכל מבשר הפסח אפילו כזית ואינו טועם אחריו כלל. ובזמן הזה אוכל כזית מצה ואינו טועם אחריה כלום. כדי שיהיה הפסק סעודתו וטעם בשר הפסח או המצה בפיו שאכילתן היא המצוה.

דהיינו, קודם עסט מען פון די חגיגה ביז מען איז כמעט זאט [וואס דאס איז דאך די סיבה פאר'ן ברענגען א חגיגה בכלל], דערנאך מאכט ער א ברכה על אכילת הפסח און ער עסט פונעם פסח, ערשט נאכדעם עסט מען די סעודה און צום סוף עסט מען נאך א כזית פונעם פסח און עסט גארנישט דערנאך כדי איהר טעם זאל בלייבן אין מויל.

עפ"י חשבון דארף אויסקומען אז לפי הרמב"ם איז די לעצטע כזית שוין געווען אן אכילה גסה, וואס איז שוין א שאלה צו מען איז יוצא [קודם געגעסן פונעם חגיגה ביז גמר שביעה ולא עד בכלל, דערנאך פונעם פסח און ערשט נאכדעם א סעודה].

לכאורה דארף מען זאגן אז דער רמב"ם טיילט עס טאקע אין צוויי עקסטערע זאכן [דינים?...], עס איז דא א חיוב אכילת הפסח, אכילה דוקא, דאס מוז זיין על השובע און נישט אן אכילה גסה און דאס איז מען מקיים פאר די סעודה מיט א ברכה על אכילת הפסח.

דערנאך איז דא א נייע ענין אז עס זאל בלייבן טעם מצוה בפיו, אויף דעם דארף ער עסן נאך א שטיקל פלייש צום סוף, און וויבאלד דאס איז שוין נישט קיין דין 'אכילה' קען עס זיין אן אכילה גסה אויך.

די ערשטע אכילה איז א מטרה, די צווייטע איז נאר אן אמצעי.

-----------------

אין שו"ע הרב [סימן תע"ח] שטייט:
אחר אכילת אפיקומן אסור לאכול שום מאכל בעולם חוץ ממצה שמורה משעת קצירה או משעת לישה כדי שלא יעבור מפיו טעם מצה שמורה של האפיקומן על ידי טעם אותו מאכל.

זאגט ער א חידוש אז מצה מעג מען עסן נאכ'ן אפיקומן.

במושכל ראשון האב איך געטראכט אז דאס איז מכח 'מאי חזית', ווער זאגט אז דוקא די ערשטע כזית איז געווען די אפיקומן, די לעצטע מצה וואס ער עסט איז דאך פונקט אזא מחותן, זאל ער זיין 'אפיקומן'.

וידוע די עצה פון דעם אבני נזר, אז אויב זעהט מען אז מען וועט נישט קענען אריינכאפן דעם אפיקומן פאר חצות, זאל מען עסן א כזית מצה פאר חצות על תנאי: אויב איז חצות מעכב דעמאלטס זאל דער כזית זיין לשם אפיקומן, און נאך חצות קען ער געהעריג עסן ווייל עס איז שוין נישט דער זמן הראוי פאר די מצוה [פונקט ווי מיר עסן דעם נעקסטן טאג], אבער אויב איז חצות נישט מעכב דעמאלטס עס איך דאס אלס א פשוט'ע שטיקל מצה - נישט לשם אפיקומן, און דער אפיקומן קען ער עסן נאך חצות.

האט דער בריסק'ער רב גע'טענה'עט אז מען דארף נישט בפי' אויסשמועסן דעם תנאי, ווייל אפיקומן איז נישט עפעס א חלות אויף א געוויסע שטיקל מצה, נאר וועלכע שטיקל מצה ער עסט די לעצטע [בתוך הזמן הראוי] איז אטאמאטיש 'אפיקומן'.

ועד"ז בענינינו.

למעשה, אויב וואלט ער דאס געמיינט וואלט ער לכאורה געדארפט אויסשמועסן אז לכתחילה זאל מען עס עסן אנגעליינט...

אלא מאי מיינט ער פראקטיש, אז מען עסט נאכ'ן אפיקומן נאך מצה נעמט עס נישט אוועק דעם ארגינעלן טעם מצת מצוה וואס ער האט פונעם אפיקומן, וואס האט מיר דערמאנט פון יאנקל'ס שיף...

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:19 pm

· #228182
היינט געלערנט אין פסחים קי"ז כמה שיטות ווען הלל איז נתקן געווארן, זאגט די גמ' אז עס איז מסתבר אז עס איז מימי משה ווייל 'אפשר ישראל שחטו את פסחיהן ונטלו לולביהן ולא אמרו שירה'?

קומט לכאורה אויס א נייע ווארט, לולב איז נישט א דין אין הלל, פארקערט, הלל איז א דין אין לולב - נטילת לולב ברענגט מיט זיך א חיוב אמירת הלל.

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:26 pm

· #228186
ונבנתה העיר
היינט געלערנט אין פסחים קי"ז כמה שיטות ווען הלל איז נתקן געווארן, זאגט די גמ' אז עס איז מסתבר אז עס איז מימי משה ווייל 'אפשר ישראל שחטו את פסחיהן ונטלו לולביהן ולא אמרו שירה'?

קומט לכאורה אויס א נייע ווארט, לולב איז נישט א דין אין הלל, פארקערט, הלל איז א דין אין לולב - נטילת לולב ברענגט מיט זיך א חיוב אמירת הלל.

ועיין ביאור הגר״א או״ח סי׳ כ״ב ס״ק א. דאין מברכים שהחיינו על ההלל דפסח וסוכה משום שההלל שייך למצה ולולב, עי״ש.

פארוואס? » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 11:28 pm

· #228188
אך עיי׳ מ״ב סי׳ תרנ״ב ס״ק ד. וצ״ע.

אראנדש קאונטי » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 8:50 am

· #228244
סיי פינעם גר''א און פינעם מ''ב תרנ''ד זעהט אויס אז די הלל איז א חלק פינעם נטילת לולב, קען מען זיך קלארער ארויסברענגען וואס עס דארף צו זיין א ראי' פינעם גר''א און מ''ב

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 10:48 am

· #228254
גראדע אין מ״ב איז משמע אז דער לולב דארף דעם הלל נאר וועגן די נענועים, און נישט וועגן דעם הלל אליינס. ודוק.

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:30 am

· #248380
מען האט געפרעגט חיים דעם רב'ס פארוואס די סאלאווייציקס זענען נישט מחמיר זיך פודה צו זיין מספק אפשר זענען זיי נישט קיין לויים, האט ער גענטפערט: אויף יענעם צד זענען מיר אויך נישט קיין סאלאווייציקס...

----------

אלס קינד האט ער זיך אמאל געשלאגן מיט א ברודער, ווען דער טאטע איז געקומען זאגט ער איהם אז יענער האט קודם אנגעפאנגען, פרעגט איהם דער טאטע: פארוואס האט ער זיך נישט אנגעפאנגען מיט מיר? זאגט חיים: אלא מאי האב איך אנגעפאנגען? פארוואס האב 'איך' זיך נישט אנגעפאנגען מיט דיר?...

מוזיקאנט » פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:34 am

· #248430
ונבנתה העיר

אלס קינד האט ער זיך אמאל געשלאגן מיט א ברודער, ווען דער טאטע איז געקומען זאגט ער איהם אז יענער האט קודם אנגעפאנגען, פרעגט איהם דער טאטע: פארוואס האט ער זיך נישט אנגעפאנגען מיט מיר? זאגט חיים: אלא מאי האב איך אנגעפאנגען? פארוואס האב 'איך' זיך נישט אנגעפאנגען מיט דיר?...

לא יאומן אז רבי חיים האט עס געזאגט. אויב יא, האט ער עס טאקע געזאגט אלץ קינד...

דער טאטע'ס כוונה איז נישט געוועהן צו דרינגען אז אלא מאי ר' חיים האט אנגעהויבן. דער טאטע האט געמיינט פארצוהאלטען רבי חיים הייתכן ער האט גורם געוועהן אונטערצורייצן דער ברודער זיך אנצוהייבן מיט איהם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:25 am

· #387052
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
איך וועק דא אויף די אשכול, ווייל ס׳איז בעסער ווי די אנדערע וואכע אשכולות וואס שפרינגען יעצט.

א. די היסטארישע טענה איז נישט אזוי זיכער. דער נתיבות המשפט רעדט אסאך זאכען ענדליך צו ר׳ חיים, און רעק"א רעדט נישט די זעלבע שפראך און די זעלבע סארט קשיאס ווי פריערדיגע. מיר זעט אויס אז לבא דאינשי אינשי, יעדער האט זיין וועג פון טראכטען און זיך אויסדרוקען, און ס׳איז קיינמאל נישט געווען קיין אייניגע דרך הלימוד. און פונקט ווי מענטשען טוישען זיך, אזוי אויך טוישען זיך דורות.

ב. ר׳ חיים׳ס מהלך איז נישט דאס דערגרונטעווען אין סברות צו הגדרות. דאס האבען אלע ליטווישע גדולים געטוהן. קוק אין חוט המשולש פון הגר"ח מוואלאזין און אין די ספרים פון זיין תלמידים. און דאס איז נישט נאר ליטווישע ספרים, נאר אנדערע אויך. זיין חידוש איז דאס גרונטעווען אין ד הגדרה אן די סברא פון דער זאך. אסאך פרעמדע באשולדיגען אלע ליטווישער מיט בריסק. עס איז נישט אזוי. דאס יא, אז ווען חסידישע ישיבות נעמען ליטווישע מגידי שיעור, נעמען זיי אפט די מער עקסטרעמע בריסקערס, א שטייגער פון ר׳ לייב גארעליק.

ג. דער רמב"ם רעדט הלכות פסוקות, נאר אין זייער א מדוקדק׳דיגע לשון. אז דער רמב"ם האט נישט אויסגערעדט די הגדרנ בלשונו איז קיין קשיא נישט, ווייל דאס איז נישט זיין ציל. ר׳ חיים זאגט אונז וואס איז די הגדרה אונטער די הלכה. וויאזוי איז דאס נסתר פון דער רמב"ם.
נעמט׳ס א משל פון דער שו"ע הרב. יעדער וואס האט געלערנט א סוגיא און איז דערנאך צוגעגאנגען צו דער שו"ע הרב קען אנמערקען זיין געוואלדיגע דקדוק. ער ענטפערט קשיא׳ס און ברענגט ראיות בקיצור לשונו, און דער וואס הייבט אן ביי אחהם וואלט עס קיינמאל נישט באמערקט. דער רמב"ם האט אזוי געטוהן מיט די הגדרות, נאר דער וואס טראכט נישט הגדרה׳דיג וועט עס נישט באמערקען (דער קלות ראש צו זאגען אז ׳דער רמב"ם האט ניטאמאל געדענקט אז ער האט געשריבען אזא ווארט איז אויך נישט אין פלאץ)

ד. דער חסרון פון דער חידושי הגר"ח הלוי איז אז ער כאפט אן גאר א קליינער חלק פון די סוגיא. דערמיט אבער זאגט ער א הגדרה וואס שיינט אומעטום. דער וואס לערנט ר׳ חיים וועט בלייבען אן ע"ה. דער וואס נוצט ר׳ חיים צו פארשטייען די סוגיא, האט דער תועלת פון ר׳ חיים. נישט בלייבען סטאק ביי דער רמב"ם, נאר אריינציען אין דער טושו"ע ונו"כ. די פראבלעם איז אז מ׳רעדט זיך איין אז בחוריש׳ע לערנען איז דער סה"כ פון לערנען און פארשטייען, מ׳זוכט ניטאמאל צו שטייגען אין הבנת הלימוד שפעטער. אדער בלייבט מען מיט א טינעידזש פארשטאנד, אדער לויפט מען גענצליך אוועק פון הבנת התורה און מ׳לויפט צו הלכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:23 pm

· #387077
בדרך אגב,
איז דא היינט צו טאג ליטווישע מורה הוראות וואס ניצען לומדות פין ר' חיים אדער ר' שמעון, צו ווער עס זאל נאר זיין, אין הלכה?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:32 pm

· #387080
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
מורי הוראות זענען נישט די וואס זענען קובע פסק. נאר תלמידי חכמים מופלגים וואס צו זיי קומען די נייע שאלות וואס דארפען א שיקול הדעת.

און זיי נוצען די הגדרות און למדות פון די סוגיא צו פסקנ׳ן. ר׳ חיים באהאנדעלט ווייניגער סוגיות, דעריבער וועסטו ווייניג זע׳ען זיין נאמען דערמאנט. אבער די חילוקים פון די סברות זענען בראש הסוגיות.

סתם אזוי, באופן כללי זענען די מורי הוראות ביי די ליטווישע געווענדליך די שוואכערער לומדים און בעלי כשרונות. איינער וואס געלונגט איהם נישט אין בית המדרש לויפט צו די פסק חבורות, און נעמט שימוש ביי תלמידי תלמידי ר׳ חצקל ראטה. די וואס קענען גוט לערנען קוקען נישט ארויף צו זיי, נאר צומאל דארף מען זיי נוצען, פאר שמאטעס וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 2:00 pm

· #387098
היוצא מדבריך

א. תלמידי חכמים מופלגים זענען קובע די נייע שאלות.

ב. נאר נייע שאלות דארפען א שיקול הדעת.

ג. מורה הוראות זענען די ארויסגעפאלענע לומדים.

ד. עס איז דא גאנץ ווייניג געווענליכע שאלות וואס דארפען שיקול הדעת.

ה. א מורה הוראה ניצט מען נאר פאר שמאטעס.

ו. אפילו מען בויט נישט אויס פסקים פין ר' חיים דירעקט, איז עס באזירט אויף זיינע יסודות וויאזוי מען דארף מאכען חילוקים און הגדרות.

בין איך גוט דערווייל?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 2:15 pm

· #387099
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
א. יא

ב. נאר נייע שאלות נוצען א שיקול הדעת. די אלטע פארלאזט מען זיך אויף אנדערע. צו אזוי דארף זיין זאג איך נישט, אבער אזוי איז.

ג. יא, ביי אונז.

ד. כנ"ל אות ב.

ה. אדער ביי די וואס ווייסען נישט וויאזוי נאכצוקוקען, אדער ביי די שוואכע עלעמענט פון לומדים.

ו. אמאל בויעט מען אויף איהם דירעקט, אמאל אויף זיין יסודות און אמאל אויף זיין מהלך, ווענדט זיך אויף די אומשטענדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:55 am

· #387160
ליטוואק פון בודאפעסט

ב. ר׳ חיים׳ס מהלך איז נישט דאס דערגרונטעווען אין סברות צו הגדרות. דאס האבען אלע ליטווישע גדולים געטוהן. קוק אין חוט המשולש פון הגר"ח מוואלאזין און אין די ספרים פון זיין תלמידים. און דאס איז נישט נאר ליטווישע ספרים, נאר אנדערע אויך. זיין חידוש איז דאס גרונטעווען אין ד הגדרה אן די סברא פון דער זאך. אסאך פרעמדע באשולדיגען אלע ליטווישער מיט בריסק. עס איז נישט אזוי. דאס יא, אז ווען חסידישע ישיבות נעמען ליטווישע מגידי שיעור, נעמען זיי אפט די מער עקסטרעמע בריסקערס, א שטייגער פון ר׳ לייב גארעליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק, זיי מוחל זיי מסביר אויף יודיוש וואס די מיינסט.

תפוס לשון אחרון?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:36 pm

· #387203
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
איך זוך א משל דאס ארויס צו ברענגען. הרב חיים בריסקער האט זיך דערווייטערט פון סיי וועלכע סברא, נאר די הגדרה. פאר איהם, האט מען געהאנדעלט ביידער, די הגדרה מיט די סברא אינאיינעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:45 am

· #387221
מן הסתם מיינסטו צו זאגן אז אויב מ'קריכט מיט סברות בעלמא מוז עס נישט זיין אמת'דיגע און תורה'דיג אפי' דער רעיון איז קלאר און אויסגערעכנט. ס'מיז קומען נאר פון דער מהלך אז מ'זוכט בעיקר א הגדרה וואס דעמאלטס טרעפט מען א סברה נאר אין מציאות.

בקיצור, ס'דא א מושג פון קראנטע שטותים אויך וואס זענען למעשה נאר אפינאן, מ'דארף אבער זען אז ס'זאל נאר פאקטועל, און דערנאך קען מען האבן טעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:44 am

· #387225
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
ס׳איז נישט ממש אזוי. דאס גייט שוין ווייטער ווי דעם. אפילו ווען די הגדרה איז יא קלאר, ווילען זיי נישט די סברא פון דער דין, נאר די הגדרה. איך מוז אפיר זוכען א ריכטיגע משל פון א בריסקער ווארט דאס צו קענען ארויס ברענגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:12 am

· #387241
דער הגדרה אויף ר' חיים'ס הגדרה איז ברייט באקאנט, מיט נאך א נקודה, אז אפילו דער סברה איז נישט א מענטשליכע סברה, נאר א סברה מתוך דער תורה'דיגע (עכט זיין אייגענע) הגדרה.

למשל, ווען ר' חיים איז מחדש אז השבתתו בכל דבר איז א חיוב גברא, לעומת אויב מען האלט השבתתו בשריפה איז עס א חיוב חפצא, דאס איז די תורה'דיגע הגדרה אין תשביתו, און די השלכות זענען אז אויב השבתתו בכל דבר איז עס נישט א לאו הניתק לעשה.

כלומר ער'ט גענומען דער חיוב תשביתו און מגדיר געוועהן.

עס איז באקאנט אז דער מנחת חינוך קלערט אויף אן ענלעכן אופן, פארשטייט זיך אויף זיין שטייגער, מיט מער אותיות, אבער אויך אויב דער חיוב תשביתו איז בקום ועשה, אדער בשלילה אזוי ווי ציצית. אן אנדערע חקירה אין די הגדרה, אבער אויך א הגדרה. און אויב איז עס א שלילה זאגט אויך דער מנחת חינוך איז עס נישט א לאו הניתק לעשה.

האט מען צוויי תירוצים אויף א רמב"ם צו מאכען תשביתו אויס לאו הניתק לעשה דורך הגדרות אין תשביתו.

ווען מען וואלט געארבעט מיט סברא וואלט מען פראבירט מיט סברא מיישב צו זיין ווי די חכם צבי, וואס ענטפערט אז עס איז נישט א לאו הניתק, ווייל במשהה לאחר המועד איז די עשה שוין נישטא. טרעפט ער א מציאות וואס דעמאלס איז עס נישט ניתק לעשה, און ער ברויך מאכען א אוקימתא.

דאס האט נישט די זעלבע שטארקייט ווי די אחרונים וואס מאכען הגדרות אין די מצוה פין תשביתו, או לאור זה זענען זיי מחדש א סברא אז בכהאי גוונא איז נישטא קיין לאו הניתק לעשה.

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:22 am

· #387332
יע יע איר זאגט שטארקע רייד ר' איש תישבי. דארף מען הערן וואס דער ישיבעמאן רב אונגאר האט צו ריידען.

איין הערה צו אייער משל. די מנחת חינוך'ס הגדרה איז לכאורה מער הגדרה אן סברא ווי ר' חיים'ענס, ווייל גברא חפצא פארזיך איז שוין א שטיקל סברא

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:22 pm

· #391447
איינער זאגט מיר אז זיין זיצן א האלבע שעה ביי די מנורה (ווילאנג עס דארף ברענען) איז אלס דין שומר אויפן פייער שלא תצא ותזיק.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:24 pm

· #391448
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
איך האב באמערקט נאכ׳ן צינדע די דריטע נאכט, אז עס איז געווען פונקט א בעזים אין צימער. דער אשכול דערמאנט עס מיר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 17, 2017 6:42 pm

· #391450
ונבנתה העיר
איינער זאגט מיר אז זיין זיצן א האלבע שעה ביי די מנורה (ווילאנג עס דארף ברענען) איז אלס דין שומר אויפן פייער שלא תצא ותזיק.


הייבט זיך אן יעצט רייד אין די אשו משום ממנו אדער חציו מיט די באוויסטע שיטת נימוקי יוסף אויב דער גאנצער ברענען איז כאילו ס'איז אפגעטון פון די ערשטע מינוט, ציגעשטעלט צום דין אז מ'קען צינדען חנוכה לעכט ערב שבת וכו' וכו' כידוע, קומט אויס אז זיין מצוה האט ער אפגעטוהן לגמרי אין די ערשטע מינוט, ממילא איז ער נישט קיין שליחי מצוה שאינו ניזוקין, דארף ער טאקע זיצען א האלבע שעה צו זיין א שומר אז ס'זאל נישט ארויס קומען קיין הזיקות...

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 10:56 am

· #391496
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב באמערקט נאכ׳ן צינדע די דריטע נאכט, אז עס איז געווען פונקט א בעזים אין צימער. דער אשכול דערמאנט עס מיר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

און ביי די פערטע נאכט האסט עס יא ארויסגעטראגן, אדער שוין דוקא געלאזט דארט ?

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:54 pm

· #420097
איינער האט אמאל משוגע געמאכט דעם חזון איש (כ'הער אז למעשה איז ער נישט משוגע געווארן), צי דער ווארט פון ביכורים איז אז ס'זאל געברענגט ווערן, אדער ס'איז א דין הבאה אזא.

זאגט אים דער חזו"א, נאך א מזל אז דו קענסט נאר צוויי שפראכן...

וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 11:08 pm

· #420107
ונבנתה העיר
איינער האט אמאל משוגע געמאכט דעם חזון איש (כ'הער אז למעשה איז ער נישט משוגע געווארן), צי דער ווארט פון ביכורים איז אז ס'זאל געברענגט ווערן, אדער ס'איז א דין הבאה אזא.

זאגט אים דער חזו"א, נאך א מזל אז דו קענסט נאר צוויי שפראכן...


בפירוש'ער פסוק, "כי" תבא אל הארץ וגו', דהיינו "אויב" די וועסט ברענגען. דאס הייסט "א הבאה אזא"....

נאר מיט דאס שטימט נישט מעשה, היות כי משמש "בארבע" לשונות, און פיר איז מער ווי צוויי שפראכן.

Go Figure...

כרם זית » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2020 10:00 pm

· #458435
בנוגע די שאלה פון די פותח האשכול, לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט.

עס איז באקאנט אז דער רמב''ם (עכ''פ אין זיינע ספרי הלכה), איז געגאנגען גאר שטארק מיט מסורה מיט אן אויסגעטרעטנע מהלך אין פסק. והעד: רוב פון זיינע פסקים זענען געבויט אויפן רי''ף, און נאך א ראיה: די פאר מאל וואס ער ברענגט זיינע אייגענע סברות (''נראה לי'') זענען גאר געציילטע.

ממילא נניח אז דער רמב''ם איז ניטאמאל אריינגעגאנגען אין די סברות פון זיין פסק, נאר ענדערש מלקט געווען פסקים לויט מקובל'דיגע כללים [וואס אזוי זעט זיך באמת אויס דורכאויס זיין חיבור (ער ברענגט דאך נישט כמעט קיין סברות צו זיין פסק)], איז אבער נישט שווער אויף ר' חיים אז דער רמב''ם האט נישט געפסקנט צוליב די סברא, וויבאלד דער רמב''ם האט בכלל נישט נחות געווען צו סברות, נאר צוזאמענגענומען פסקים לויט זיין מקובל'דיגע כללים, אבער די כללים דארפן נאך שטימען, פארוואס דער רמב''ם האט געהאט די מסורה אין פסק ווען עס איז זיך סותר צו אן אנדערע מסורה זיינע. ודו''ק.

און רעדנדיג וועגען די נאמען ''חידושי רבינו חיים הלוי'' וואס דער חזון איש האט זיך כלומפירשט אויסגעדריקט אז רבינו איז א לשון וואס מבאטיטלט ראשונים, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אן אנדערע מחבר וועלכע האט באטיטלט זיין ספר מיט א נאמען וועלכע איז בלי שום ספק דומה צו א ראשונימ'דיגע, און עס געט די איינדרוג אז דער מחבר האט עס בדוקא געטון, דאס איז די גאונישע ספר ''רידב''ז'' אויפן ירושלמי, פונעם גרויסן אויסגעשפראכנע גאון הרב יעקב דוד וילובסקי. בפרט אז עס איז געווען א ראשון מיט אן ענדליכע נאמען הרדב''ז. ווייסט איינער אן ערקלערונג?

כרם זית » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2020 11:27 pm

· #458438
דאס האב איך געמיינט, און דיין תירץ געפעלט מיר נישט ווייל אזא נאמען געט א שטארקע איינדרוג אז ער האט געווילט געבן א ראשונ'ימדיגע נאמען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 8:53 am

· #458446
אז מ'האט ווידער אויפגעוועקט, וועל איך זיך צוריק אריין טאנצן.

יאיר ברענגט א משל פון דער ר' חיים אויף שטרך בידי מאי בעית. אין אלגעמיין וואלט מען געזאגט אז מ'קען נישט זאגן פרעתי ווען דער מלוה האלט א שטר, ווייל דער מלוה האט א בארעכטיגטע טענה, "ווען דו וואלטסט מיר טאקע געצאלט, פארוואס האסטו געלאזט די שטר ביי מיר? אלא מאי האסטו מיר נישט געצאלט, און ממילא דארפסטו מיר צאלן"
ר' חיים זאגט, מיט ראיות, אז דאס איז נישט די פשט. די פשט איז אן אנדערע. איך פארשטיי עס אזוי: ווען דער לוה גיבט א שטר פאר'ן מלוה, האט ער אויפגעגעבן זיין רעכט אויף זיין געלט, פון יעצט קען דער מלוה פון אים ארויס נעמן געלט, קעגן זיין מיינונג און ווילונג. הייסט'ס נישט נאר אז ער איז שולדיג די געלט צוליעב די הלוואה, נאר אז פאר די הלוואה האט ער אויפגעגעבן די רעכטן צו זיין א מוחזק אויף זיין געלט (לויט וויפיל ער האט געבארגט). ממילא, כל זמן די שטר ליגט ביים מלוה, האט ער נישט קיין כח זיך אויסצודרייען. און אפילו אין פעלער וואס ער קען זיך פארענטפערן פארוואס ער האט געלאזט די שטר ביי די מלוה, פון דעסטוועגן גילט די טענה פון 'שטרך בידי מאי בעית', ווייל די שטר און נאמנות איז ביים מלוה.

דאס איז א הגדרה, מיט א שטיקל סברא. נאר ר' חיים קימערט זיך נישט מיט די סברא, כדרכו בקודש. ער זאגט נאר אז די כח און זכות פון פרעתי האט ער אוועק געגעבן מיט די שטר.

מצפצף » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2020 10:44 am

· #458449
דער רדב"ז איז אויך נישט קיין ראשון.
בלאט: 1 2