נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15249
נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
הערט די נייע סינגל ארויסגעגיבן דורך מענדל ראטה.
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=xgbm6B3Herc">https://m.youtube.com/watch?v=xgbm6B3Herc</a>
איך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגועים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
אַרטיסט! Wow.
אויב איינער שלאגן כפרות מיטן סיסטעם איז דאס נישט קיין צווייטער ווי אונזער מענדל ראטה, דער מיז עס מיינען גאר אמת'דיג.
דער ריכטיגע טיטל פאר דער ניגון געגועים איז -'איך וויל ליב האבן עטענשאן' און דערפאר וועל איך טון אלעס וואס נאר שייך עס צו באקומען.
איך האב גארנישט ספעציפיש קעגן די ניגון אבער ס'איז ביי מיר קלאר ווי די טאג אז ווען ער וואלט ווען געווען א חילוני וואלט ער נישט ארויסגעגעבן א ניגון אויף ליבע נאר געזוכט אן אנדערע נושא וואס איז קאנטערווערסיאל אויך ביי די פרייע.
ס'מוז זיין א יודישע?
ס'גייט זיין הילעריעס צו קוקן ווי אזעלכע פשוטע, תמימות'דיגע און אפענהארציגע ווערטער גייען דא אסאך א.ג. אויפגעקלערטע מענטשן אזוי ארויסנעמען פון די כלים 😂
עצי שטיםאיך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגיעים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
דו פארשטייסט נישט. יעדער וויל אז א מיידל זאל אים ליב האבן. ער, וויל קענען ליב האבן א מיידל.. ס'איז א טיף ווארט. מ'דארף מסתמא האבן געווארן געבוירן אין א אמת'ע חסידישע שטוב צו פארשטיין דאס.
טאמבל סאסס'מוז זיין א יודישע?
ווען איך טראכט עס איבער קלער איך אז דאס איז א פאנאטישע ניגון, סיי ראסיסטיש- וואס רעדט ער נאר פון אידישע מיידלעך? און סיי האמאפאביש- פארוואס דווקא א מיידל ?
בקיצור, ער האט זיך נאך וואס צוצלערנען 😉
כהאב דיך פארשטאנען צום ערשטן מאל. שכח.
טאמבל סאסעצי שטיםאיך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגיעים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
דו פארשטייסט נישט. יעדער וויל אז א מיידל זאל אים ליב האבן. ער, וויל קענען ליב האבן א מיידל.. ס'איז א טיף ווארט. מ'דארף מסתמא האבן געווארן געבוירן אין א אמת'ע חסידישע שטוב צו פארשטיין דאס.
לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
ער איז פשוט ארויס פון קלאזעט, וד"ל.
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
יעצט האב איך ענדליך זוכה געווען צו באגרייפן די ווייטע בליק פון מיינע מנהלים אין ישיבה וואס האבן פארפירט איבער די SD cards.
די קליפ גייט יעצט ארומפארן אין אלע ישיבות קטנות און אויפוועקן פילע עצמות יבשות.
איך וואלט פארגעשלאגן צו אינסטאלירן מעטאל דעטעקטארס ביי אלע ישיבות להרבות קדושה במחנינו.
עצי שטים
לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
לענ"ד קומט אויסטון די גלעזער פון פיינט האבן מיידלעך, פיינט האבן דעם אייבערשטנס וועלט, און נאך מער פיינט האבן זיך.
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
אַ שיינע ליבע ניגון אויף אידיש ווי עס ברויך צו זיין, וואָס איז די גאַנצע סאַמוטאכע?
דער עולם איז שוין אזוי פאַרקרימט אַז מען קען דאָס שוין נישט דערהייבן.
ברוינשטייןאַ שיינע ליבע ניגון אויף אידיש ווי עס ברויך צו זיין, וואָס איז די גאַנצע סאַמוטאכע?
דער עולם איז שוין אזוי פאַרקרימט אַז מען קען דאָס שוין נישט דערהייבן.
אפשר א שיינע ליבע ניגון ווי עס ברויך צו זיין אבער א זינגער א נעכס ווי עס 'ברעכט' צו זיין.
עצי שטיםטאמבל סאסעצי שטיםאיך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגיעים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
דו פארשטייסט נישט. יעדער וויל אז א מיידל זאל אים ליב האבן. ער, וויל קענען ליב האבן א מיידל.. ס'איז א טיף ווארט. מ'דארף מסתמא האבן געווארן געבוירן אין א אמת'ע חסידישע שטוב צו פארשטיין דאס.
לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
ווען איינער האט פראבלעמען מיט גלעזער אויף די גאס איז עס נישט ווייל ער האט ליעב א מיידעל. דאס איז ווייל ער האט ליעב pleasure. און דער וואס פרעגט; "לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך" פארשטייט נישט די חילוק צווישען ליעב האבן pleasure און ליעב האבן א מיידעל.
דער איז מתפלל רבונו של עולם איך וויל ליעב האבן מיידעל. זאגט @טאמבעל סאס אז דאס וואס ער מעטשעט זיך דערמיט איז לכאורה ווייל ער איז היימיש חסידיש.
ווידער דער וואס טוט אויס די גלעזער האט ליב מיידלעך. אלעס וואס האט א שיסעל אדער א קליידעל מיטשעט ער זיך מיט. ווען ער האט ווען ליעב א מיידעל וואלט ער זיך ווייניגער געמיטשעט מיט די ברילן און די מיידלעך.
העפי 420 תגובה.
מ'קען ווערן טעקניקל און שפליטערן הארעלעך צי זיין ניגון איז גיט צי נישט.
למעשה איז ער די ערשטע היימישע זינגער וואס זינגט וואס ליגט עים אויפן הארץ.
אלע אנדערע הארציגע זינגערס זיי מיזן נעבעך זאגן די ווארט אייבערשטער נאך די ווארט ליבע צי קלאר מאכן " איך האב נישט ליב קיין מיידלעך, בכלל נישט, איך האב ליב די אייבערשטער" פיינעלי קימט איינער און מאכט קלאר פארן עולם הערט אויף צי ביעסן, יא איך האב ליב מיידלעך, און ס'איז גארנישט ווראנג מיט דעים, וואס מיינט ויאהב יצחק את רבקה, וואס מיינט ויאהב יעקב את רחל, ליבע איז א כשר'ע אויסגעהאלטענע לכתחילה'דיגע געווינטשענע זאך
אלץ א המשך צו די הייליגע רייד פון
@יאסל ראקאווער האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט; ס'דא וואס האבן ליב "פרויען", מ'דארף אבער ליב האבן "א" פרוי!
צקון לחשאלץ א המשך צו די הייליגע רייד פון
@יאסל ראקאווער האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט; ס'דא וואס האבן ליב "פרויען", מ'דארף אבער ליב האבן "א" פרוי!
פארוואס "דארף" מען ליב האבן א פרוי?
עצי שטיםצקון לחשאלץ א המשך צו די הייליגע רייד פון
@יאסל ראקאווער האב איך אמאל געהערט א גוט ווארט; ס'דא וואס האבן ליב "פרויען", מ'דארף אבער ליב האבן "א" פרוי!
פארוואס "דארף" מען ליב האבן א פרוי?
נאר דער וואס גלייבט אין ראה חיים עם אשה אשר אהבת.
ספארשטייטיסך א געוואגטע שריט פון זיין זייט.
אבער מזעעט אז סבאדערט עם די איינגעהאלטענקייט וואס איז דא בא געוואוסע פרומע קרייזען,וואו כאילו מטאר נישט ליב האבען א יודישע פרוי.
מלאזטסיך נישט פירען דיע הרגשה ווייל סשפירטסיך פראסט, און אויף דעם זאגט ער אז א יודישע פרוי איז הייליג און דיע ליבשאפט צו איהר איז אוכט א הייליגע אזוי וואו אונזערע הייליגע אבות, ער שרייבט א תפילה אז סאיז גלוי וידוע לפני יודע תעלומות אז ער מיינט נאר עהרליכע כוונות.
אויב איז ער טאקע א אפגעהיטענע יוד און ער מיינט עס ערענסט דעמאלס זאל די אויבערשטער העלפען סזאל האבען א רושם, ער האט דיך נישט געמאכט די ניגון פאר א פאפא כולל יונגערמאן, ער האט עס געמאכט פאר אייינער וואס מיינט אז אהבה ברויך מען זיכען און די פרעמד,און אויף דעם זאגט ער פארקערט אהבה איז הייליג און לעכטיג.
איך שפיר נישט קיין ארס און ציענדיגע רומאנס און די ווערטער.
די נקודה איז אמת אז די רומענס און רייצענקייט וואס כאפטסיך אריין ביי אונז קומט פון א חיסרון און אהבה און אור,אמתע לעכטיגע ליבשאפט גייט נישט צוזאמען מיט רייץ.
והקב״ה ימלא לבבנו באהבה ואור גדול.
מענדל ראטה איז ארויפגעקימען אויף אידישליך אויף טעלעגראם און מסביר געווען פונקטליך וואס ער וויל דא
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
ייעעקקבבמענדל ראטה איז ארויפגעקימען אויף אידישליך אויף טעלעגראם און מסביר געווען פונקטליך וואס ער וויל דא
<a class="postlink" href="https://t.me/Yiddishlech/11370">https://t.me/Yiddishlech/11370</a>
דרויסענדערייעעקקבבמענדל ראטה איז ארויפגעקימען אויף אידישליך אויף טעלעגראם און מסביר געווען פונקטליך וואס ער וויל דא
<a class="postlink" href="https://t.me/Yiddishlech/11370">https://t.me/Yiddishlech/11370</a>
זייער א שיינע הסבר
ברוינשטייןאַרטיסט! Wow.
אויב איינער שלאגן כפרות מיטן סיסטעם איז דאס נישט קיין צווייטער ווי אונזער מענדל ראטה, דער מיז עס מיינען גאר אמת'דיג.
ברוינשטיין: די ליריקס זענען זייער הארציג און אמת'דיג. נאר די נקודת התחלה איז א זאך וואס מיט בלויז 20 יאר צוריק וואלט מען זיך נישט געקענט פארשטעללן. א יונגערמאן מיט לאנגע פיאות און דעם גאנצן חסידי'שן תלבושת. אריינגערעכנט דעם פארדרייטן מנהג פון די לעצטע עטליכע יאר, צו אנטון העמדער געקנעפלט פון רעכטס אויף לינקס (כדרך הנשים) וועט זינגען א שיר מיט די ווערטער...! אמאל, אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט א בחור אדער יונגערמאן מיט דעם חסידישן געשטעל געוואוסט אז ער האט געוויסע באגרעניצונגען אין וואס ער מעג יא זאגן אדער זינגען. היינט מיינט דער חסידישער געשטעל אבסאלוט גארנישט.
איך בין דעם פארגאנגענעם יו"ט געווען אין א פלאץ וואו ס'זענען געווען א סאך חסיד'ישע יונגעלייט. איינס פון די פארשידענע ענטערטעינמענט פראגראמס איז געווען א ..."מעדזשיק שאו"...זענען געקומען א סאך חסיד'ישע יונגעלייט מיט די 4 שטאקיגע שטריימלעך, וועלכע זענען שוין לאנג איבערגעשטיגן די גערער ספאדיקס, און די ווייסע זאקן צו קוקן א נארישע שוי. וועלכע איז בכלל נישט געמיינט פאר ערנסטע, דערוואקסענע מענטשן...! מיט א דור צוריק וואלט א חסיד'ישער יונגערמאן זיך געשעמט אריינצוגיין אין אזא פלאטץ...!
א מוזיק ווידיאו אויפן זעלבן סטאנדארט ווי ביז ווילאנג קען מען דאווענען מנחה וואלט געווען גאר א גלייכע זאך.
און פּרעזומעבּלי אויך א שיינע זאך. אדער זאכן..
נאך איך בין מסופק צו מיט אזא שיינע זאך וואלט איך געמאכט מנחה אין צייט..
פרנס החודשעצי שטים
לא זכיתי להבין,
די גרעסטע חסידישע חאניאקעס האבן ליב מיידלעך, ווען נישט, וואלטן זיי נישט געדארפט אויסטון די גלעזער ביים גיין אין גאס און אריינהאקן אין שטאנגען
לענ"ד קומט אויסטון די גלעזער פון פיינט האבן מיידלעך, פיינט האבן דעם אייבערשטנס וועלט, און נאך מער פיינט האבן זיך.
א שנאה וואס קומט פון א טיף באהאלטענע אהבה. פילע מאל וועט א מענטש פיינט האבן א זאך וואס ער האט גאר שטארק ליב, אבער ער קען נישט, מאיזה סיבה שהיא, פעיסן דעם פאקט אז ער האט דאס ליב.
לאמיר זאגןפרנס החודשעצי שטים

א שאד אראפפארן צו קאנספיראטיווע רעלסן ווען מען קען פארן גלייך. קיינער טוט נישט אויס זיין גלעזער וויבאלד ער האט 'פיינט' א פרוי , אדער וויבאלד ער 'קען נישט קוקן א פרוי אין פנים'. לאמיר זיין אנעסט. ס'כהכל זענען דא מענטשן וואס ווילן זיך האלטן ערליך און פארמיידן כל מיני תאוות וואס קען זיך ערוועקן אין זיי אלץ רעזולטאט פון קוקן אויף פרויען.
📎 013C3A1D-D1F8-428F-8DCE-3BB5EA3F1C09.jpeg
היכי דמי: ובן (אחד) של השומרי אמונים לא הסתפק בשירים וגם עשה מעשים (אשר לא יעשו). וגם ישב בכלא . וגם העיפו אותו מארה"ב חזרה לארץ.
עצי שטיםאיך פארשטיי נישט אזוי ווייט די געדאנק פונעם ניגון
מילא די אלע וואס זינגען "איך וויל זיין א צדיק/ערליכע איד" אדער "איך וויל מיך שטארקן אויף נסיונות" וכדומה, הער איך, ווייל עס גייט נישט אזוי גרינג, און מען פראבירט איינמאל און נאכאמאל, איז פארשטענדליך צו מאכן א ניגון פון געגועים דערויף
אבער ווער האט דען נישט ליב א מיידל? אפילו בחורים האבן ליב מיידלעך, נא וואס איז די געזינגעכץ?
מנהסטם ציט מענדל ראטה צו מענער (לגבטקי"ו+ בלע"ז), ממילה זינגט ער א ווארעמע ניגון זיך צושטארקן אויף די נסיון און צוען צו א הייליגע אידישע מיידעלע...
[ציטאט אראפגענומען]
מאכסט מיך לאכן, אלץ מיסטו אריינקומען מיט א פארקערטע מיינונג... 😂
אבער האסט א פוינט, ווייל און אמת'ן אריין דארף עפעס פעלן פון איינער וואס קאקט אויפן סיסטעם,
איינער מיט שכל טאנצט פשוט מיט בפרהסיא, ער מיז פשוט האבן מוסדות פאר די קינדער, און ער מיז דאך טון "גוטע" שידוכים,
סך הכל קען מען קומען שרייען אינטער א פארשלייערטן ניק אויף קאווע שטיבל
רוב מאל זענען די וואס זענען בפרהסיא קעגן די סיסטעם גרושים וואס האבן נישט עכט וואס צו פארלירן, אדער זענען זיי סתם גוט משוגה, למשל חיימא וכדומה
שטארקע דיבורים, אנאנים.
@קטלא קניא לאזט זיך אויך הערן אויף טוויטער:
<a class="postlink" href="https://twitter.com/katlekanye/status/1518312195720888320">https://twitter.com/katlekanye/status/1 ... 5720888320</a>
אז די וועלט זאגט א מיינונג מעג איך דאך אויך. דיס גיי איז ע קריפּ און דער ליד איז נאך מער קריפּי. זאל ער זינגען פון זוכן ליבע און א מיידל. נאר "איך וויל ליב האבן א *מיידעלע*" איז אומבעסטן וואולגאר און צום ערגסטן דערמאנט ער רבקה ווייל זי'ז אויך געווען יונג...
דער פאקט אז ער איז ראדיקאל לפי די מושגים פון אונזערע קהילות און אויך אז ער זינגט אויף טעמעס וואס זענען ביי אונז טאבו זענען מצד אחד נישט נותן טעם לפגם נאר להיפך אבער אויך לכשעצמם זענען זיי נישט קיין סגולה פאר א געראטענער ליד. דא איז אבער אויך א פראבלעם פון שפראך און קאנטעקסט
"איך וויל ליב האבן א מיידעלע" איז איכות'דיק און קוואליטאטיוו עפעס אנדערש פון "א אידישע שטוב וואו מ'האט זיך אזוי ליב" און, ר' איד, מישט נישט אויס די יוצרות. אז איך בין אויך חושש א געוויסע מיסאגינישקייט אין, איך *וויל*, און אין "מיידעלע" איז עס קאנפערמירט אין די ליריקס
ממילא יצחק און רבקה און יעקב און רחל, נו, זיי האבן זיך טאקע געליבט. אבער ווער זאגט אדם און חוה האבן זיך געליבט? ס'איז דאך בלויז געווען איין פרוי. אויך "האשה אשר נתת עמדי היא נתנה לי מן העץ ואוכל" איז נישט ממש ליבשאפט און מער ווי די רבנים וואס באשולדיגן פרויען על כל צרה שלא תבוא
ווייטער איך ווינטש אים נישט דאס "ליבשאפט" פון דוד און בת־שבע. זייערע באציאונגען זענען אויך קוים א מאדעל פאר א "אידישע שטוב". שבאה אליו במכאוב, זאגן חז"ל. דוד האט פאר בת־שבע אויך נישט "געזינגען מיט גרויס אהבה". פארקערט ער האט איבער איר געוויינט "הרב כבסני מעווני ומחטאתי טהרני"
ממילא קום איך צוריק וואו איך האב אנגעהויבן. אין קול ענות אהבה ואין קול ענות אידישע שטוב. אנדערש ווי שיר השירים זינגט ער נישט צו קיינעם נאר אז ס'בענקט אים ליבע אין דער אבסטראקט און ער "וויל" א "מיידעלע". און אז זי וויל נישט? ווער ער ארויפגיין אויפן דאך?
[ציטאט אראפגענומען]
סתם אזוי וואלט איך מיר אפשר צעקראצט פון אזא תגובה פון @אנאנים אבער אז מען גיבט זיך א דערמאן אין וואס ער האט געשריבן נישט לאנג צוריק איבער די פרוי וועמען חיים וואלדער האט גערעיפט:
[ציטאט אראפגענומען]
און נאכדעם ווייטער אפילו נאכדעם וואס מ'האט אים פארגעהאלטן און אויך געברענגט די המשך פון די דאקעמענטרי האט ער ווייטער געשריבן (פארדעקנדיג בכוונה אויף די פרעכע פאקטן וואס האבן ארויסגעשריגן קליפ און קלאר אז דער צווייטער מאן אירע איז געווען אינטערגעקויפט - ווי למשל די וואויס רעקארדינגס וואס אן אינסיידער פון דער אבי ווינרוט הידוע לשמצה'ס אפיס האט געלאזט ליעקן) די פאלגנדע:
[ציטאט אראפגענומען]
שטעלט זיך ארויס אז יהורם האט א שטארקע אווערזשן צו ליבע, צו קאנסענט, צו מיוטשיול לאוו און צו זיך מכניע זיין צו די נאטורליכע שוואכקייט וואס גאט האט אריינגעגיבן אין מאן צוהאבן צו די פרוי און זיך נישט שעמען דערפון. רעדן פון ליבע איז לויט אים א פראוואקאציע געגן חרדישקייט. לשיטתו איז דער אויבנדערמאנטע שוואכקייט א זינד ווי ס'קוקט אויס און במילא טאר מען פון דעם נישט רעדן און דאס איז מסתמא לויט אים אויך א יסוד אין אידישקייט. א מאן טאר נישט זאגן אז ער וויל ליב האבן א מיידעלע, פארוואס, ווייל וואס הייסט? איך? איך ליב האבן א מיידעלע? איך בין דאך דער גרויסער יהורם (מל' יהרה). די מיידלעך אלע פאלן מיר צו די פיס, איר ווייסט נישט? 😂 א מיידל זאל קומען זאגן אז איך האב איר גערעיפט? זי ברויך זיין גליקליך אז כ'האב געקוקט אפי' אויף זי.. דער קוקט אויס א גילגול פון
@קאך_לעפלטאמבל סאס[ציטאט אראפגענומען]

@קאך_לעפל
איך זע נישט ממש די קשר דא
איך האב דארט נישט מגיב געווען אין יענע אשכול ווייל איך האב נאך געהאלטן פארן קוקן די דאקומענטאר, און איך האב נישט געוואלט רעדן פארן זען די פאקטן מיט די אייגענע אויגן
יעצט שוין נאכן זען קען איך רוהיג זאגן אז @אנאנים רעדט דארט בולשיט
אבער עס האט גארנישט אהער לדעתי, דא האט ער א נקידה, הגם די לידל איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס, איז עס דאך א שיינע לידל און א נייס דיפרענט טוויסט,
און יהורם ברענגט ארויס אפאר גוטע קריטיק, ס'גארנישט געשען הרב טאמבל סאוס, די מיזט אים נישט ארויסגראבן חטאים פון אונטער די ערד
יו דאנט געט דע פוינט. דער עיקר פראבלעם וואס שטערט אנשטענדיגע מענטשן איז נישט אזוי ווייט מיט דער מעסעדזש פון דער ניגון אדער דער מעלאדיע, כאטש ס'איז מאנאטאן, איינפאך און בארינג, דער פראבלעם איז מיט דער זינגער וואס האט אונז אלע גענומען אין געפענגעניש פאר זיינע אטענשאן געברויכן, און הערט נישט אויף זוכן מיט ליכט גימיקס און פראווקאציעס און אונז דארף מיר יעדער שטיק צייט נאכאמאל נעמען דער מיה צו רעדן איבער דעם פערזאן און אים אפגעבן זיין פארציע.
טאמבל סאס[ציטאט אראפגענומען]
סתם אזוי וואלט איך מיר אפשר צעקראצט פון אזא תגובה פון @אנאנים אבער אז מען גיבט זיך א דערמאן אין וואס ער האט געשריבן נישט לאנג צוריק איבער די פרוי וועמען חיים וואלדער האט גערעיפט:
[ציטאט אראפגענומען]
און נאכדעם ווייטער אפילו נאכדעם וואס מ'האט אים פארגעהאלטן און אויך געברענגט די המשך פון די דאקעמענטרי האט ער ווייטער געשריבן (פארדעקנדיג בכוונה אויף די פרעכע פאקטן וואס האבן ארויסגעשריגן קליפ און קלאר אז דער צווייטער מאן אירע איז געווען אינטערגעקויפט - ווי למשל די וואויס רעקארדינגס וואס אן אינסיידער פון דער אבי ווינרוט הידוע לשמצה'ס אפיס האט געלאזט ליעקן) די פאלגנדע:
[ציטאט אראפגענומען]
שטעלט זיך ארויס אז יהורם האט א שטארקע אווערזשן צו ליבע, צו קאנסענט, צו מיוטשיול לאוו און צו זיך מכניע זיין צו די נאטורליכע שוואכקייט וואס גאט האט אריינגעגיבן אין מאן צוהאבן צו די פרוי און זיך נישט שעמען דערפון. רעדן פון ליבע איז לויט אים א פראוואקאציע געגן חרדישקייט. לשיטתו איז דער אויבנדערמאנטע שוואכקייט א זינד ווי ס'קוקט אויס און במילא טאר מען פון דעם נישט רעדן און דאס איז מסתמא לויט אים אויך א יסוד אין אידישקייט. א מאן טאר נישט זאגן אז ער וויל ליב האבן א מיידעלע, פארוואס, ווייל וואס הייסט? איך? איך ליב האבן א מיידעלע? איך בין דאך דער גרויסער יהורם (מל' יהרה). די מיידלעך אלע פאלן מיר צו די פיס, איר ווייסט נישט? 😂 א מיידל זאל קומען זאגן אז איך האב איר גערעיפט? זי ברויך זיין גליקליך אז כ'האב געקוקט אפי' אויף זי.. דער קוקט אויס א גילגול פון
@קאך_לעפל
Shoot the Messenger
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
איז אַזוי, @אנאנים דו קומסט אַריין גאַנץ קלאָר און דייטליך, איך וואָלט צוגעלייגט נאָך אַ פונקט אַז דאָס איז נישט קיין ליבע ניגון, בסך הכל וויל ער האָבן\טרעפן ליבע, אָבער ער ברענגט בכלל נישט ארויס קיינע געפילן פון ליבע צו אַ מיידל וועלכע ער ליבט, אָבער אויף דעם קען מען שוין דעבאַטירן אויב עס הייסט ליבע אָדער נישט.
דאָך! גלייך איך די פאַקט אַז עמיצער האָט גענומען די גאָטס צו אַרויסגיבן אַזאַ ניגון, טראָץ דעם וואָס די ניגון איז נישט עפעס ווייסעכוואָס שיין און טראָץ דעם וואָס מ'קען זאָגן אַז ס'שמעקט פון אינטענטשאָן וכו' דאָך, דאָך, דאָך! פריי איך זיך מיטן ניגון.
ווער ווייסט אפשר מאַכט ער אַ פרישען קריץ אין די סיסטעם שטיין, די ערשטער קומט טאַקע אריין אַביסל פאַצעריש, אָבער אפשר אין די ציקונפט וועט דאָס יאָ ברענגען געווינטשענע סחורה, לאָמיר האָפן.
ברוינשטיין: דו האסט פארגעסן צו צולייגן אז איין טאג וועט ער פיהרן גרויסע טישן. און אונז וועללן זיך שטופן צו כאפן שיריים פון פה קדשו. און ידיו הקדשים. ( בכונה געשריבן חסר.). אזוי ווי זיין פעטער הרה"ק מ'שומרי אמונים שליטטא"א.
Disclaimer: My (somewhat sarcastic) comments are for entertainment purposes only. And are in no case to be taken personally.
די אלע קריטיק אויף די ניגון קימט פון א נישט ריכטיכע בליק אויף די ניגון.
די ניגון האט קיינמאל נישט געדארפט צי זיין א ראמאנטישע ניגון, ס'איז א ניגון ווי ער ברענגט ארויס א רצון צי ליבן א מיידל און דערנאך חתונה האבן מיט איר, להוציא מלבם של הסיסטעם אז מען האט חתונה און ערשט דערנאך האט מען זיך קלאמפישט ליב.
ער זאגט עס קלאר אין די אינטערוויו דערציילט זיין היסטוריה ער האט חתונה געהאט ווי אינז אלע מיט א 15 מינוט בשאו און די מערידזש האט נישט געהאט קיין טעם, נישט ווייל עפעס איז געווען ווראנג מיט די מיידל נאר ווייל ער האט נישט געטראפן קיין ליבע, ער האט זיך גע'גט און יעצט זינגט ער אז ער זיכט ליבע.
(אמר הכותב, האפנטליך וועט א ראמאנטישע ניגון נאכפאלן, איינמאל מענדל ראטה וועט טרעפן ליבע און הייראטן).
https://omny.fm/shows/kan-moreshet/525c2d53-25b5-494e-a71c-ae8100822d2dקהל'ס נער: אזוי ווי הרב שלום יוסף רנד. א רחמנות אויף זיין ערשטע ווייב מיכל. זי פלאצט יעצט (נעבעך) פאר קנאה. ווייל ער האט געטראפן אמת'ע ליבע . מיט זיין צווייטע ווייב צופית גרניט.
קהל'ס נערלהוציא מלבם של הסיסטעם אז מען האט חתונה און ערשט דערנאך האט מען זיך קלאמפישט ליב.
מאך מיר א באמפער סטיקער פון די הייליגע ווערטער
עטענשאן רייזע זעצט פאר מיט סוקסעס..
<a class="postlink" href="https://youtu.be/PC9O2TWRJZ8">https://youtu.be/PC9O2TWRJZ8</a>
<a class="postlink" href="https://youtu.be/mm-BxwF4kKw">https://youtu.be/mm-BxwF4kKw</a>
איך פרעג אן אנדערע קשיא. פון וואו קען הרב הצדיק ר' מענדל ראטה שליט"א אזא געשליפענעם עברית?! און אונז ווילל מען פארקויפן לאקשן אז שומרי אמונים איז פון די שטערקסטע אנהאלטערס פון די שיטה הק'. אויך. דער אלטער שומרי אמונים רבי זצוקללה"ה איז איינער פון די גרעסטע ריעל עסטעיט באזיצערס אין די טמא'נע מדינה. און נאכדערצו, אין די איינגענומענע שטחים, וואס די ציונים (הטמאים, שר"י עפ"ל ארענדז"ש) האבן אוועקגערויבט פון די וואוילע פאלעסטינער באפעלקערונג אין די ששת ימי אפילה. און זיי פארטריבן אין גלות. אין די פליטים לאגערן. ס'איז נישט דא קיין גרעסערע התגרות באומות פון דעים. וואו איז דער אויפברויז אין די הייליגע בלעטער ווי דער איד און דער בלאט...?! און זיי צווינגען די וואוילע פאלעסטינער יוגנטליכע אדורכצופיהרן רציחות אויף די אידישע מתנחלים.
ווער ס'מיינט אז איך בין דא מע-גא-זעם. (פי' מגזים). דארף נאר ליינען דעם בלאט פון דעם פארגאנגענעם יו"ט פסח. דארט איז דא א נייעס באריכט פון ארץ ישראל. אז די רעליגיעזע ציונים האבן גורם געווען אז די פאלעסטינער יוגנטליכע (נישט ח"ו טעראריסטן און רויבערס און רוצחים) זאללן הרג'נען א פאר מתנחלים ביי קבר יוסף הצדיק. אהה. די פאלעסטינער זענען יוגנטליכע. און די רעליגיעזע ציונים זענען שולדיג אין די רציחות...!
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
[ציטאט אראפגענומען]
גאנץ א איבעראשענדער טוויסט
Sent from my iPhone using Tapatalk
עצי שטים קהל'ס נערלהוציא מלבם של הסיסטעם אז מען האט חתונה און ערשט דערנאך האט מען זיך קלאמפישט ליב.
מאך מיר א באמפער סטיקער פון די הייליגע ווערטער
וען מווייסט אז נאכדעם האט מען זיך ליב איז אויך עפעס די זאך איז אז פילע מענטשן ביי אונז האבן נישט קיין מושג וואס אהבה איז, שלום בית מילא אבער אהבה מאן דכר שמי'
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
פעפער האב איך ליב? דעם באשעפער האב איך ליב!
Sent from my iPhone using Tapatalk