☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15249
בלאט: 1 2 3 4

פרנס החודש » זונטאג מאי 8, 2022 10:20 pm

· #499618
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
berlbalaguleh
תרמב: איך וועל נישט קאפיען דיינע ווערטער. ווייל 3 אנדערע מגיבים האבן עס שוין געטון. אז מיין טענה אין די גאנצע געמויזאכץ איז נישט דער ניגון אדער דער וועג ער זינגט עס. נאר דער מענטש וואס זינגט. און מאכט די סטעיטמענט וואו ער באלאנגט. און וואו ער וויל באלאנגען. ס'איז דא אזא מאמר החכם. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.
אין אלגעמיין פרובירט מען צו רופן מיידלעך מיט א מער ווייכע און יונג קלינגענדע נאמען אין אידיש טרעפט מען נאך ״מוידן״ אבער אין דויטש וועסטו נישט טרעפן נאר “Mädel” אדער “Mädchen”
איך מיין אז דאס איז נישט קיין צופאל און האט עפעס צו טון מיט אונזער שמועס דא.

שמן למאור » זונטאג מאי 8, 2022 11:36 pm

· #499625
עפעס איז מיר צו שווער צו ליינען דיין תגובה מיט די מאדנע ווערטער און פינטלעך, עס זעט שוין כמעט אויס ווי א תגובה פון @מי אני
אבער עפעס שרייבסטו אז מען ריפט א מיידל א מאדעל רח"ל???

פרנס החודש » מאנטאג מאי 9, 2022 12:08 am

· #499639
אן Ä ליינט זיך ווי א סגול ״ע״ ליין: מעדעל, מעדשען.

שמן למאור » מאנטאג מאי 9, 2022 10:22 am

· #499653
עס טוט זיך שוין פאר אפאר וואכן זייט די ניגון איז ארויסגעקומען, זה אומר בכה וזה אומר בכה, דער לויבט עס אויס, דער רייסט אראפ, איינער רעגט זיך אויפן שטורעם, און א צווייטער זאגט גאר אז א שטורעם איז בכלל נישט פארהאנען,
די גאנצע זאך איז מיר אויסגעקומען זייער מאדנע, סך הכל רעדט מען פון א פשוטע שיינע ניגון מיט אביסל נייע ווערטער וואס איז ארויס פונעם קעסטל, און יעדער האט זיך אן אייגענע פארקאכטע דיעה, מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון די סאטמארע סידור קידושין מח' אדער וואס, פארוואס האט זיך יעדער דא זיין מיינונג?

נאכן זיצן מיט גרויסע טערעפיסטן, און פסיכיאטארן מיט אויסגעשפיצטע פראפעסארן און אויפגעריסטעטע פארשער און סייענטיסטן, און ביאלעאגיסטן, נאכן אפזיצען שעות לאנג און די לאביטאריעס שטודירנדיג דורכן לענז פונעם מייקראסקאפ די פליסיגקייטן אין די דורכזיכטיגע שמאלע לאנגע רערן, זענען מיר געקומען צו די מסקנה אזוי:

די ערשטע סארט וואס הערן די ניגון, זענען די עמך אייוועלט שטיפערס, וואס די סיסטעם איז ביי זיי פינקט אזוי הייליג ווי די תורה אליינס, און ביי זיי איז די געפילטע פיש פרייטיג צינאכטס, די טשיעזקעיק שבועות ביינאכט, און די קניידלעך אחרון של פסח, אייניג מיט די מנהג פון קלאפן הושענות, שלאגן כפרות, צינדען די מנורה חנוכה, לייגן תפילין, דאווענען שחרית מנחה מעריב, און ציילן ספירה, אלעס איז איין הייליגע לאקשן קוגל וכולם נתנו לנו ממשה מסיני

די סארט ווען זיי הערן א ניגון וואס איז ארויס פונעם קעסטל, שרייען זיי גלייך טמא! טמא! וואס הייסט?!? א ניגון קעגן די הייליגע אידישקייט? ווערטער וואס קען חלילה מאכן טראכטן אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה "ויאהב יעקב את רחל" מיינט טאקע ליב געהאט!!! רח"ל, די רעבעס האבן דאך געזאגט אז עס מיינט העכערע זאכן, ווי קען מען זאגן די טריפענע ווערטער פון מיידל, און ליב האבן אין איין זאץ,
פעפער האב איך ליב??? די רבוש"ע האב איך ליב!!!

דערנאך איז שוין דא די אויפגעקלערטע, די קאווע שטיבל עולם, ווי חברינו, @ברוינשטיין, און @טאמבל סאוס וואס גלייכן שטארק די ניגון, ב"ה איינער זאגט דאס וואס די קליגע טראכטן, יא די סיסטעם איז פארקאקט, זאל עס כאטש איינער אויפדעקן, צו ראטה איז טאקע די פאון טרעגער פון די אויפגעקלערטע געמיינדע? טוט זיינע ווייסע שטויב אונז רעפרוזענטירן? אודאי נישט, אבער סך הכל זינגט ער א שיינע ניגון, וזהו, מען האט הנאה, און מען פריידט זיך אז איינער גיסט טראפנס וואסער אויף די הארטע שטיינערנע סיסטעם, און מען האפט אז עס וועט מיט די יארן שפאלטן, אזוי ווי די שטיין פון רבי עקיבא,

דאגעגן זענען שוין דא די גאר אויסגעביגעלטע הויכע קלאס פון אויפגעקלערטע, זיי שטייען כמעט נישט אין ווארט מיט די המון עם פון אויפגעקלערטע, זיי זענען עפעס גאר ספעציעל און זענען באשאנקן מיט גאר א הויכע דשזעלי, זיי קענען נישט סטאם אזוי נאכטאנצן די אנגענומענע מיינונג פון די וואס טראכטן ארויס פונעם קעסטל, זיי מוזן קומען מיט א חידוש וואס אפילו די וואס פארשטייען שוין יא, זאלן זאגן, פשי הא!! ער קומט גאר פון יענע זייט!!! דאס זענען די חברה אזוי ווי @אנאנים און @קטלא קניא, וואס בעצם קאקן זיי אויך אויפן סיסטעם, און גלייכן עכט יא דעם ניגון, אבער היות "אלע" אויפגעקלערטע גלייכן עס, מיזן זיי ארויסגראבן פון אינטער די ערד עפעס קריטיק צו ווייזן אז "איך פארשטיי אויך אן עסק"

דאן קום "איך"!! וואס איך בין שוין אזוי שטארק אויפגעקלערט, אז אפילו נאכן האלטן אויף די מדריגה אז איך דארף טראכטן ארויס פון די "אויפגעקלערטע" קעסטל, און טרעפן עפעס קריטיק, טראכט איך גאר נאכמער ארויס פון אט דיזע קעסטל!!! און איך קען שוין יא האלטן פון די ניגון, אהן צו ארויסהייבן יעדעס ביסל קריטיק וואס מען קען נאר אפירקראצן!!!

איך האף אז איך האב קיינעם נישט געטשעפעט, נעמטס עס נישט פערזענליך...

צקון לחש » מאנטאג מאי 9, 2022 10:48 am

· #499655
לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" 😂

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 9, 2022 6:32 pm

· #499722
צקון לחש
לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" 😂
מען דארף נישט צענזורירן, מען טייטשט נאר אריין אז רחל מיינט בעצם דער אייבערשטער בבחינת רחל, אזוי ווי, ויאכל=און ער האט געגעסען און נישט געמאכט קיין ברכה וכו'

שטורמישער » מאנטאג מאי 9, 2022 9:49 pm

· #499737
הער איך יעצט אז זיין טאטע שומרי אמונים רבי פון אשדוד האט געהאט היינט א הארץ אטאקע

פאלגזאם » מאנטאג מאי 9, 2022 10:15 pm

· #499738
צקון לחש
לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" 😂
איך גלייב נישט.
מסתמא האט איינער געמאכט א ווערטל.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 9, 2022 10:39 pm

· #499739
פאלגזאם: ביטע זיי נישט אזא תמים. ס'דא היינט אידן וועלכע צעמזורירן די פסוקים אין חומש. און זאגאר די פרקים און גאנצע מסכתות פון ש"ס. זיי האבן א "סאניטייז'ד" הייליגע ווערסיע פון ש"ס. זיי מאכן א סיום ה'ש"ס א יעדעס יאר.

צקון לחש » דינסטאג מאי 10, 2022 12:38 am

· #499746
צקון לחש
לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" 😂
שוין, הרב עצי שיטים האט שוין רעדאגירט זיין תגובה...

שמן למאור » דינסטאג מאי 10, 2022 10:12 am

· #499763
צקון לחש
צקון לחש
לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" 😂
שוין, הרב עצי שיטים האט שוין רעדאגירט זיין תגובה...
איך האב בלויז רעדאגירט די לשון הפסוק צו "ויאהב יעקב את רחל"
עס עקזעסטירט נישט קיין פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" איך האב עס דאן נאר ארויסגעשריבן פון זכרון

שמן למאור » דינסטאג מאי 10, 2022 1:00 pm

· #499814
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין גראדע בכלל נישט אבסעסט מיטן ניגון,
איך זע נאר ווי עס גייט נישט אראפ פונעם סדר היום, די בלעטער דא ווערן נאר פילער און לענגער, האב איך אויך אריינגעווארפן מיינע פאר צענט

שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

· #499888
דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.

דערהויבענע איד » מיטוואך מאי 11, 2022 11:04 pm

· #499917
@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 12, 2022 1:51 am

· #499923
און הער אויף צו סטאלקן מענטשן אויף די אינטערנעט.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 12, 2022 8:25 am

· #499927
.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 12, 2022 8:27 am

· #499928
אינטערסאנט. ערשטע מאל איך זעה אז איינער האט דא א פראבלעם מיט בייסיגקייט, און נאך דערצו בייסיגקייט קעגן א בנש"ק..

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:54 am

· #499933
דערהויבענע איד
@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט

דערהויבענע איד » דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:57 am

· #499934
עצי שטים
דערהויבענע איד
@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:01 am

· #499937
דערהויבענע איד
עצי שטים
דערהויבענע איד
@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
הודעהדורך שאלתיאל » דינסטאג אפריל 26, 2022 10:24 pm

עטענשאן רייזע זעצט פאר מיט סוקסעס..

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:02 am

· #499938
דערהויבענע איד
עצי שטים
דערהויבענע איד
@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
אויש!! מורא'דיג בייסיג!!!

מען דארף קענען פארנעמען אביסל הומאר

נחום הסופר » זונטאג מאי 15, 2022 3:01 pm

· #500083
כ'ווייס נישט צי ס'באלאנגט דא, אבער כ'ווייס נישט ווי יא, ממילא מצא כאן מקומו. (קומט פון דא https://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/208405/index.html)

ביי דעם באקאנטען ליד פון „יאקאב”, זינגט ר׳ יום טוב ערליך אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה = דו קריגסט די שענסטע כלה אין דער וועלט = מען פירט שוין די כלה מיט גליק = אויבן אן עס זיצט די כלה

ר׳ ירמי׳ דמן זינגט דאס אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און פיין, ס׳איז פאר דיר א שיינע שידוך = דו טוסט די שענסטע שידוך אויף דער וועלט = מען גייט שוין צו די חופה מיט גליק = אויבן אן עס זיצען אלע

ביים באקאנטן ליד „רחל רבי עקיבא׳ס פרוי” זינגט ר׳ יום טוב ערליך:

אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.

ר׳ ירמי׳ דמן זינגנט עס אזוי:

און די טאכטער אויכעט ער = א שידוך זייער שיין = און זיין בני בית, מלא חיות = האט ר׳ עקיבא, דער ראש ישיבה

גאר מערקווערדיג איז ביי די לידער פון חבלי משיח „איך פאר אהיים”. ר׳ יום טוב עהרליך וואס איז באקאנט מיט זיינע שארפע שטעלונגען קעגן די יידישע מדינה, זינגט פארוואס מען האט נישט געקענט פארן קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

און אז מען ווערט קראנק אמאל = שרעקט מען זיך אריין גיין אין א שפיטאל

ר׳ ירמי׳ דמן וואס געהערט צום בעלזא, וואס זענען נישט שארף קעגן די יידישע מדינה, נאר זענען א טייל פון די מדינה, האט דא איבערגעטוישט, פארוואס מען האט נישט געקענט קומען וואוינען קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

די אראבער איבעראל = פרנסה שוואך, מען שטייט דאך דארטן זייער שמאל.

לויט מיין מיינונג איז עס נישט ריכטיג, אויב ער זינגט דאס ליד פון ר׳ יום טוב עהרליך, דארף ער עס לאזן, נישט פרואוון זיין ״פרומער״ פון אים.

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 3:07 pm

· #500084
אויף די ניגון קינדערלעך פון ר' יו''ט ערליך, האט מען 'מיידעלעך איינער פון די אנדערע שענערע' געטוישט צו 'איינער פון די אנדערע בעסערער.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 15, 2022 3:48 pm

· #500087
איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.

עס הערשט א פראבלעם ביים היימישן ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.

נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?

אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענען העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענען וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.

ויאמר ויעמד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל.
אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערע קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענען ליינען לשה"ק פיל מער ווי לשה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומען פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראמ'ס און בליטות.

פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגען צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומען פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.

Billy » זונטאג מאי 15, 2022 6:08 pm

· #500103
אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.

די ווארט איז טייבעל (קליינע טויב) נישט טייוועל (devil).
והשם הטוב יכפר. והוא רחום וכו וכו....

קהל'ס נער » זונטאג מאי 15, 2022 6:09 pm

· #500104
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.

עס הערשט א פראבלעם אין די היימישע ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.

נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?

אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענן העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענן וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.

ויאמר ויעמוד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך יעקב, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז דא צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל. אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערער קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענן ליינן לשוה"ק פיל מער ווי לשוה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומן פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראםס און בליטות.

פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגן צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומן פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.
קען איינער רעיטען די ספר/בוך בירכתי ביתיך?

נחום הסופר » זונטאג מאי 15, 2022 7:06 pm

· #500115

מה טובו איז זייער א גוט ספר, ס'עפענט דעם טיר פאר נייע מושגים (פון וואס מ'האט אמאל נישט גערעדט, מעלים עין געווען, באהאלטן)

א ברכה פארן דור

[אגב, ס'דא א בריוו פון התאחדות הרבנים (פנימי בריוו פאר מדריכי חתנים) קעגן דעם ספר מה טובו אהליך, אויך קעגן א אנדערע ספר א נייע לעבן]

נחום הסופר » זונטאג מאי 15, 2022 7:08 pm

· #500116
.

פרנס החודש » זונטאג מאי 15, 2022 7:26 pm

· #500117
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.

עס הערשט א פראבלעם אין די היימישע ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.

נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?

אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענן העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענן וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.

ויאמר ויעמוד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך יעקב, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז דא צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל. אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערער קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענן ליינן לשוה"ק פיל מער ווי לשוה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומן פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראםס און בליטות.

פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגן צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומן פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.
איך מיין אז יעדער בר דעת פארשטייט דאס א טויש געשעהט נאר דורך דעת הקהל, און פובליסיטי איז די וועג צו טוישן זאכן (ע״ע יאסי געשטעטנער ווס אלטגעזעצענע עסקנים) און מיטן זאגן אז מען זאל גיין צו די עסטעבלישמענט מיינסטו גאנץ זיכער עס צו לייגן under the carpet.
און אז מ׳רעדט שוין וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן וואס איז דיין מיינונג לגבי מיין ענטפער צו דיין שטעלע אינעם אשכול ״יודע את ריבונו ומתכון למרוד בו?״

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 7:37 pm

· #500119
קהל'ס נער
קען איינער רעיטען די ספר/בוך בירכתי ביתיך?
ס'דא צו באַקומען?

קהל'ס נער » זונטאג מאי 15, 2022 7:57 pm

· #500125
קורקלענד
קהל'ס נער
קען איינער רעיטען די ספר/בוך בירכתי ביתיך?
ס'דא צו באַקומען?

שקאנאנונג.
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס גייט קרעיזי פאר די ספר ער זאגט מיך אז ס'איז א Must read, די פראבלעים מיט יענעם איז אז ער איז זייער סיסטעם-געשטימט מילא וויל איך הערן וואס די עולם האט צי זאגן דערויף.

לאמיר זאגן » זונטאג מאי 15, 2022 10:29 pm

· #500139
ס'איז זייער א גוטער ספר, בפרט פאר מתחילים. ער גייט היבש צווישן די טראפן, עס איז נישט רעוואלוציאנעריש געשריבן, אבער דאך עפנט גאר א סך טירן אין דעם ענין.

מיין אמת » זונטאג מאי 29, 2022 1:26 am

· #501122
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
קען איינער צילייגען א לינק

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

דוד שריפטליך » מאנטאג מאי 30, 2022 1:25 am

· #501202
איך האב זייער הנאה פון די ניגון איך ווייס א אינגערמאן וואס איז געווען געצווינגן צו געבן א גט ווייל ער האט געזאגט די ווארט ליב

דוד שריפטליך » מאנטאג מאי 30, 2022 1:40 am

· #501203
berlbalaguleh
ברוינשטיין
אַרטיסט! Wow.

אויב איינער שלאגן כפרות מיטן סיסטעם איז דאס נישט קיין צווייטער ווי אונזער מענדל ראטה, דער מיז עס מיינען גאר אמת'דיג.
ברוינשטיין: די ליריקס זענען זייער הארציג און אמת'דיג. נאר די נקודת התחלה איז א זאך וואס מיט בלויז 20 יאר צוריק וואלט מען זיך נישט געקענט פארשטעללן. א יונגערמאן מיט לאנגע פיאות און דעם גאנצן חסידי'שן תלבושת. אריינגערעכנט דעם פארדרייטן מנהג פון די לעצטע עטליכע יאר, צו אנטון העמדער געקנעפלט פון רעכטס אויף לינקס (כדרך הנשים) וועט זינגען א שיר מיט די ווערטער...! אמאל, אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט א בחור אדער יונגערמאן מיט דעם חסידישן געשטעל געוואוסט אז ער האט געוויסע באגרעניצונגען אין וואס ער מעג יא זאגן אדער זינגען. היינט מיינט דער חסידישער געשטעל אבסאלוט גארנישט.
דאס איז דאך סתם נער'יש פארצוהאלטן איינער מיט די חסידישע לבוש בלויז ווייל ער וויל ארויסגיין פון זיין קאמפארט זאון.

איך בין דעם פארגאנגענעם יו"ט געווען אין א פלאץ וואו ס'זענען געווען א סאך חסיד'ישע יונגעלייט. איינס פון די פארשידענע ענטערטעינמענט פראגראמס איז געווען א ..."מעדזשיק שאו"...זענען געקומען א סאך חסיד'ישע יונגעלייט מיט די 4 שטאקיגע שטריימלעך, וועלכע זענען שוין לאנג איבערגעשטיגן די גערער ספאדיקס, און די ווייסע זאקן צו קוקן א נארישע שוי. וועלכע איז בכלל נישט געמיינט פאר ערנסטע, דערוואקסענע מענטשן...! מיט א דור צוריק וואלט א חסיד'ישער יונגערמאן זיך געשעמט אריינצוגיין אין אזא פלאטץ...!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 30, 2022 2:36 am

· #501209
דוד שריפטליך: סאו. וואס איז דיין מיינונג איבער מיין תגובה. אויב ביסטו מסכים מיט מיר, גיב א לייק. (ביטע). אויב נישט לאמיר הערן פארוואס. ברענגען א קוואוט אן א קאמענט איז דאך גארנישט מוסיף. וואס איך האב גזאגט ווייסט דאך א יעדער (פון פריער)...אדרבה. לאמיר הערן

דוד שריפטליך » מאנטאג מאי 30, 2022 11:34 pm

· #501303
ענטפער
הייליגע בעל עגלה איך ווייס נישט וואס דיין תגובה איז איך זעה דיר בלויז ציטירן פון א אנדערע user און אז דו ליינסט שוין מיין postאלס שריפטשטעלער זעסטו מן הסתם אז אז בין דערווייל בלויז א גאסט אין שטיבל איך האב דיר זייער אסאך צו זאגן די עיקר איז א מעשה שהיה וואס איך האב מיטגעהאלטן א גט פון א נאנטן וכו וכ'ו וכ'ו.......... און איך האלט אז די סיבה איז א פונדעמענטאלע פון גרונד און אנשטאט פרובירן צו פאריכטן די פראבלעם איז מען פארנומען מיט אלע שטותיים והבלים אנגעהויבן מיט אינטערנעט סושי ומניח בקדושה טאנץ וכו וכ'ו וכ'ו...........

דוד שריפטליך » דינסטאג מאי 31, 2022 12:55 am

· #501306
למעשה האלט איך אז מענדל ראטה האט גוט געטוען מיטן ארויסגעבן די ניגון אדרבה פון דעם וואס מען זעט אז מאנכע רעגן זיך אויף דעם זעט מען אז דאס איז א גוטע זאך
איז איראניש צו זעען יעצט ווען מען שטייט פאר קבלת התורה וואס יעדער יודע ספר און נאך דערצו ווער עס לערנט חסידישע ספרים וויייסט פון דער רמב"ן וואס צדיקים האבן זיך אויסגעדריקט אז די פאפיר האט געברענט ווען דער הייליגע רמב"ן האט דאס געשריבן דער רמב"ן גלייכט צו די מעמד קבלת התורה פון א חשוק און א נחשק וכ'ו וכ'ו. און פארשטייט זיך אז די גאנצע שיר השירים איז געשריבן אויף דעם אופן...... איז אכשר דרא לויט די היינטיגע מחנכים למיניהם קען מען אפילו די משל נישט פארשטיין. ווייל לדעתם איז עס צו גראפיש..........
אזוי זעט מען אויס............

דוד שריפטליך » דינסטאג מאי 31, 2022 1:03 am

· #501307
הלוואי ווען איך האב ווען מער צייט צו ווידמען פאר דעם קען זיין אז עס נישט דא די בעסטע פלאץ
אין די ספעציפישע אשכול מעגליך אז איך וועל דאס ברויכן באשרייבן מער און ראם פון א עדיטאריעל וואס וועט לויפן און אזא מגאזין ווי צום ביישפיל דער וועקער ........

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 31, 2022 3:12 am

· #501311
טראלל אלערט

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 7, 2022 3:19 am

· #501634
טאמבל סאס
טראלל אלערט
זיי מסביר

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 7, 2022 10:42 am

· #501642
ביסט א טראלל און פארטיג. נישטא וואס מסביר צו זיין.

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 8, 2022 12:48 am

· #501691
טאמבל סאס
ביסט א טראלל און פארטיג. נישטא וואס מסביר צו זיין.
וואס מיינט א טראל?

ברוינשטיין » מיטוואך יוני 8, 2022 3:38 am

· #501707
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
דוד שריפטליך
טאמבל סאס
ביסט א טראלל און פארטיג. נישטא וואס מסביר צו זיין.
וואס מיינט א טראל?
דאָס

דוד שריפטליך » פרייטאג יוני 10, 2022 1:37 am

· #501877
דוד שריפטליך
למעשה האלט איך אז מענדל ראטה האט גוט געטוען מיטן ארויסגעבן די ניגון אדרבה פון דעם וואס מען זעט אז מאנכע רעגן זיך אויף דעם זעט מען אז דאס איז א גוטע זאך
איז איראניש צו זעען יעצט ווען מען שטייט פאר קבלת התורה וואס יעדער יודע ספר און נאך דערצו ווער עס לערנט חסידישע ספרים וויייסט פון דער רמב"ן וואס צדיקים האבן זיך אויסגעדריקט אז די פאפיר האט געברענט ווען דער הייליגע רמב"ן האט דאס געשריבן דער רמב"ן גלייכט צו די מעמד קבלת התורה פון א חשוק און א נחשק וכ'ו וכ'ו. און פארשטייט זיך אז די גאנצע שיר השירים איז געשריבן אויף דעם אופן...... איז אכשר דרא לויט די היינטיגע מחנכים למיניהם קען מען אפילו די משל נישט פארשטיין. ווייל לדעתם איז עס צו גראפיש..........
אזוי זעט מען אויס............
און אידיש איז דא אויסדרוק אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען

דוד שריפטליך » פרייטאג יוני 10, 2022 1:39 am

· #501878
די נאמען פון די אשכול איז איך וויל ליב האבן א מיידל. מענדל רעדט איך וויל ליב האבן א מיידעלע

דוד שריפטליך » פרייטאג יולי 8, 2022 2:51 am

· #503865
מענדל ברענגט ארויס זייער א גוטע פוינט אין איינע פון זיינע ווידיאס אז בזמן חז"ל איז לכתחילה צוגעגאנגן א שידוך אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די היילגע גמרא אין מסכת תענית ביים סוף אז עס איז נישט געווען נאך אזא גרויסע יום טוב ווי חמשה עשר באב און יום הכיפורים וואס דעמאלט זענען זיך צוזאמגעקומען די אידישע טעכטער אין די וויינגערטנער און אלע זענען געקומען מיט שיינע געבארגטע קליידער און זענען געטאנצן און יעדער האט געזונגען א אנדערע ניגון בחור קוק וואס דו וועלס דיך .....
די שיינע מיידלעך האבן געזאגט נעמט אונז ווייל א פרוי איז בלויז פאר שיינקייט און די נישט שיינע
האבן נעמט אונז לשם שמים אבער ענק זאלן אונז געבן אסאך געלט ביז דא איז די גמרא ממילא וויל מענדל ארויסברענגן אז מען ברויך צוריק גיין צום אמאליגן מהלך סטאפן מיט די שידוכים שדכנים ב. ש.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 8, 2022 6:37 pm

· #503900
דויד שריפטליך: אבער אין די צייטן פון וואס די גמ' רעדט זענען די רבנים און שיינע אידן נישט געגאנגען 4 שטאקיגע הויכע שטריימלעך און געטיילט שיריים פאטעיטא און ירושלמי קוגל און געמאכט מיט די הענט פארשידענע העוויות. מיט פארמאכטע אויגן. מ'קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות. אזוי צו זאגן. אדער איז מענדל א זינגער וועלכער זינגט פאפולערע ניגונים און שירים פון ליבע. אדער איז ער א רבי וועלכער טיילט שיריים...מ'קען נישט ביידע...!

מרדכי מרדכי » פרייטאג יולי 8, 2022 6:39 pm

· #503901
חמישה עשר באב און יום כיפור זענען נישט געווען די בעסטע ימים טובים צוליב וואס די בחורים און מיידלעך זענען ארויס בכרמים נאר זיי זענען ארויס ווייל עס איז געווען א יום טוב
אויב איך געדענק גוט אבווערט געברענגט דארט אז עס איז נאר געווען א מנהג ירושלים

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 9, 2022 11:34 pm

· #503910
מרדכי מרדכי: וואס א חילוק צי א מנהג ירושלים אדער א מנהג בני ברק. (א שטאט וועלכע האט נאך דאמאלס בימי הגמרא נישט עקזיסטירט.). אז די גמ' ברענגט אז מ'האט אזוי געטון, נעמען מיר דאס אן כפשוטו. אן קונצן, קאמענטארן און פירושים...! דאס איז א העכסט נארמאלע וועג פון זוכן, טרעפן און מאכן שידוכים...!
בלאט: 1 2 3 4